טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:21 pm

למעשה ווייסט מען שוין ווער מייק פאונס איז?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 4:00 pm

כאפצעם האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אין די זעלבע אויבענדערמאנטע אנקעטע האבן אן איבערוויגנדע מערהייט אמעריקאנער געזאגט אז זיי גלייבן אז טראמפ וועט געווינען נאך א טערמין, מיט 46% וועלכע זאגן אז ער וועט געווינען און בלויז 36% וועלכע גלייבן אז ער וועט פארלירן. נאר 5% רעפובליקאנער גלייבן אז ער קען פארלירן, און בלויז 11% דעמאקראטן זאגן ער וועט געווינען. צווישן זעלבסשטענדיגע וויילער האבן 49% געזאגט ער וועט געווינען קעגן 32% וועלכע זאגן ער וועט פארלירן.

שלעכטע נייעס פאר אים, זיין באזע איז צו באקוועם און קאנפידענט.

גוטע נייעס פארן עווענטועלער דעמאקראט אז די מערהייט אמעריקאנער ווילן אים ארויסזעהן און האבן נישט קיין פאלשע קאנפידענץ ווי ביי 2016-קלינטאן.

יא, אויף טוויטער איז די רעספאנס צו יעדע אנקעטע ווי טראמפ פארלירט בגודל, אז מען דארף לויפן צו די שטים בודקעס כאילו טראמפ איז 10% פאראויס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:05 pm

כאפצעם האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אין די זעלבע אויבענדערמאנטע אנקעטע האבן אן איבערוויגנדע מערהייט אמעריקאנער געזאגט אז זיי גלייבן אז טראמפ וועט געווינען נאך א טערמין, מיט 46% וועלכע זאגן אז ער וועט געווינען און בלויז 36% וועלכע גלייבן אז ער וועט פארלירן. נאר 5% רעפובליקאנער גלייבן אז ער קען פארלירן, און בלויז 11% דעמאקראטן זאגן ער וועט געווינען. צווישן זעלבסשטענדיגע וויילער האבן 49% געזאגט ער וועט געווינען קעגן 32% וועלכע זאגן ער וועט פארלירן.

שלעכטע נייעס פאר אים, זיין באזע איז צו באקוועם און קאנפידענט.

גוטע נייעס פארן עווענטועלער דעמאקראט אז די מערהייט אמעריקאנער ווילן אים ארויסזעהן און האבן נישט קיין פאלשע קאנפידענץ ווי ביי 2016-קלינטאן.

זייט די פידזשעט ספינערס איז נאך נישט געווען אזא ספין

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:10 pm

ס'איז די פשוט'ע אלף בית פון עלעקשינס.

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:12 pm

ניין ווייל פשוט איז עס גוטע נייעס פאר טראמפ

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:07 am

פרעזידענט טראמפ האט היינט קאנפירמט אז האמזא בין לאדין, זון פון אסאמא איז גע'הרג'עט געווארן אין איינע פון די אמעריקאנע קאנטערטעראריזם אפעראציעס. אין אפגאניסטאן/פאקיסטאן.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:01 am

עציץ נקוב האט געשריבן:ניין ווייל פשוט איז עס גוטע נייעס פאר טראמפ

אדרבה, זיי מסביר וואס די גוטע נייעס איז.

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:54 am

דו האסט געשריבן אז פון די אקענטע זעהט מען אז זיין באזע איז צו באקוועם וועגן זיי האלטן אז ער קען נישט פארלירן אבער דו האסט דיך בכלל נישט וויסינדיג געמאכט פון דעם אז עס כמעט נישטא קיין דעמאקראטן וואס האלטען אז ער גייט געווינען און דו האסט נאך גאר געספינט אז זיי האבן נישט קיין פאלטשע קאנפידענס וואס אויב נעמסט א ראיה פון די ערשטע חלק א די ריפאבליקענס זענען קאנפידענט דארפסטו ארויסנעמען פון די צווייטע חלק פארקערט

און די סיבה פארוואס פשוט איז עס גוטע נייעס פאר טראמפ איז ווייל די מענטשען וואס האבן נישט קיין ווישפול טינקינג האבן מיט א גרויסע מערהייט געזאגט אז זיי האלטען אז ער גייט געווינען

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:43 pm

וואס העלפט טראמפ אז דער עולם האלט אז ער וועט געווינען?

(וואס עס העלפט פאר ביידן אין די פריימערי - דהיינו שאדט פאר טראמפ אין די גענעראלע - ווייסעך יא.)

און בד"וו, עס איז נישט קיין נייעס, אנקעטעס ווייזן עס פון לאנג.

און בד"וו, זייער אסאך דעמאקראטן זאגן טאקע נישט אז זיי האלטן אז ער וועט געווינען, אבער אויך נישט אז זיי האלטן אז ער וועט פארלירן.

און בד"וו, די סיבה איז זייער פשוט, 2016 ליגט נאך דעם עולם אין די ביינער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:06 pm

צל עובר האט געשריבן:און בד"וו, די סיבה איז זייער פשוט, 2016 ליגט נאך דעם עולם אין די ביינער.

ווי אויך ווייל עס איז שוין לאנג נישט געווען אז אן אמטירענדער פרעזידענט זאל פארלירן ווידערערוויילונג און מענטשן געדענקען נישט אז אזא זאך קען געשען.

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:12 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס העלפט טראמפ אז דער עולם האלט אז ער וועט געווינען?

עס העלפט די זעלבע ווי יעדע אנקעטע העלפט עס ווייזט אז א גערויסע מערהייט פון די וואס האבן נישט קיין ווישפול טינקינג האלטן אז ער גייט געווינען און דאס נעמען זיי בעיקר פון דאס וואס זיי און זייער ארימיגע פלאנען צו וועלען

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:39 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:דו האסט געשריבן אז פון די אקענטע זעהט מען אז זיין באזע איז צו באקוועם וועגן זיי האלטן אז ער קען נישט פארלירן אבער דו האסט דיך בכלל נישט וויסינדיג געמאכט פון דעם אז עס כמעט נישטא קיין דעמאקראטן וואס האלטען אז ער גייט געווינען

לייען איבער דעם אנקעטע, די נומבער דעמאקראטן וואס האלטן ער גייט געווינען איז איבער טאפלט פונעם נומבער רעפובליקענס וואס האלטן פארקערט.

און נאכדעם איז דא א גרויסע מערהייט אינדעפענדענטס וואס האלטן אויך אזוי, אז ער גייט געווינען. די קאטאגאריע פון אינדעפענדענטס איז מאסנווייז קעגן זיין ריעלעקשאן אין אלע אנקעטעס, ומשום הא איז עס שלעכטע נייעס פאר אים, אז די צד האנטיסטן זענען פולי אינגעידזשד און בכלל נישט איינגערעדט מיט פאלשע קאנפידענץ.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:24 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס העלפט טראמפ אז דער עולם האלט אז ער וועט געווינען?

עס העלפט די זעלבע ווי יעדע אנקעטע העלפט עס ווייזט אז א גערויסע מערהייט פון די וואס האבן נישט קיין ווישפול טינקינג האלטן אז ער גייט געווינען און דאס נעמען זיי בעיקר פון דאס וואס זיי און זייער ארימיגע פלאנען צו וועלען


אויף וואס בעיסטו אז זיי בויען עס אויף וואס זיי פלאנען צו טון, נאכדערצו אז דאס איז א סתירה מיט דעם וואס די זעלבע אנקעטעס ווייזן אז טראמפ פארלירט בגודל?

נאר וואס דען, דער עולם געדענקט 2016, און געדענקט נישט אן אינקאמבענט פארלירן שוין דעקעידס, ווי פאראינטרעסירט שרייבט.

איך קען נישט כאפן ווי אזוי מען בויעט פון די אנקעטע לגבי פארוועם מען קלערט צו שטימען, פארקערט ווי די אנקעטע ווייזט קלאר אויף די דירעקטע שאלה: פאר וועם שטימט איר?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:10 am

צל עובר האט געשריבן:אויף וואס בעיסטו אז זיי בויען עס אויף וואס זיי פלאנען צו טון, נאכדערצו אז דאס איז א סתירה מיט דעם וואס די זעלבע אנקעטעס ווייזן אז טראמפ פארלירט בגודל?

עס איז נישט קיין סתירה ווייל מען האט שוין געזען עטליכע מאל אז ווען מען פרעגט קלאר איז די ריזאלטס שוואכער ווי עס איז במציאות

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:56 am

ואין אתנו יודע וואס די תגובה מיינט.

ביטע זיי זיך בעסער מסביר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, בשבילי נברא, נו שוין, צפנת פענח און 40 געסט