פרעזידענט טראמפ - טעגליכע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 06, 2017 8:10 am

לעכטיגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט.

קיינמאל נישט פאסירט. עס איז יעצט -צוויי וואכן נאכן איינשווערונגס- דא די מערסטע אומבאשטעטיגטע קאבינעט פאזיציעס פון אלע 44 פרעזידענטן קאמביינד.


וואס מיינט דאס קאמביינד? כ'קען נישט די היסטארי, אבער אז איר זאגט אז ס'האט נאך קיינמאל נישט געדויערט אזוי לאנג צו באשטעטיגען א קאבינעט וועל איך עס אנעמען. כ'שטעל זיך פאר אז איר נעמט עס פון ערגעץ.

אבער וואס מיינט דאס קאמביינד..?

אסאך פרעזידענטן האבן אין די צייט געהאט עטליכע אומבאשטעטיגטע קאבינעט מיטגלידער, טראמפ האט אזויפיל אומבאשטעטיגטע ווי די אלע צוזאמען.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג פאברואר 14, 2017 3:37 pm

טראמפ האט היינט געהאט א מיטינג איבער ערציאונג, ובראשם ערציאונג סעקרעטארשע בעצי דעוואס.

די מיטינג איז געווען וויאזוי מ'קען מאכן סקול טשויס, און זיכער מאכן אז יעדע קינד האט די מעגליכקייט פאר א גוטע ערציאונג.

זאגנדיג: א גוטע ערציאונג וועט ברענגען זיכערע קאמיוניטיס און בעסערע פארדינסטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 22, 2019 12:38 pm

א פרעסע קאנפרענץ איז פארריפן אין די ראוז גארדן
צוגעלייגטע
07a7e2dd2aa8407bbc7b1949a1ba8873.jpg
07a7e2dd2aa8407bbc7b1949a1ba8873.jpg (84.26 KiB) געזעהן 2265 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך מאי 22, 2019 6:18 pm

ווי יש ברירה האט שוין באריכטעט אינעם אנדערן אשכול, האט היינט געזאלט פארקומען א זיצונג אינעם ווייסן הויז צווישן די פירענדע דעמעקראטן אין פרעזידענט טראמפ, צו אדרעסירן און פאָרשטעלן א פלאן פאר אינפאסטראקטער. דער זיצונג וואלט ווארשיידליך געווען אינטערסאנט מיטצוהאלטן, דער רבוש״ע האט אבער געהאלפן אז טראמפ האט געמאכט א טענטראם גלייך ביים איבערטרעטן דעם שוועל פונעם קאנפרענס רום.

לאמיר צוריק טרעטן מיט עטליכע שעה ביפאר די זיצונג האט געזאלט פארקומען, האט דער דעמעקראטישע קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאוסי ביי א סטעיטמענט געזאגט אז ״מיר [קאנגרעס פירער] גלייבן אז ס׳איז וויכטיג מיר זאלן נאכגיין די פאקטן, קיינער איז נישט העכער דעם געזעץ, אריינגערעכנט דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. און מיר גלייבן אז דער פרעזידענט איז פארמישט אין א קאווער-אפּ״. זיך באציענדיג צו דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט נאכאנאנד אינטער פיסלעך פאר די דעמעקראטישע אנגעפירטע קאנגרעס קאמיטע׳ן, מיטן פארפעלן נאכמוקומען א רייע קאנגרעס געשיקטע סובפינעס צו מערערע איצטיגע און געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע, אלטס א טייל פון א סעריע אויספארשונגען וואס זיי זיכן אדוכצופירן זינטן זייערע מיטגלידער האבן באקומען דעם קליינעם האמערל אין די האנט, ספעציעל נאכדעם וואס ספעשעל קאונסיל ראבערט מוללער האט געענדיגט זיין אויספארשונג אהן געפינען דאס מינדערסטע בייווייז אינטערצושטיצן דאס אויף וואס מ׳האט באשילדיגט טראמפ - קאלאזושן.

צוריק צום היינטיגן [נישט] זיצונג בנוגע א אינפאסטראקטער פלאן. זיצן דארט קאנגרעס ספיקער פעלאוסי צוזאמען מיט סענאט מענארעטי לידער טשאק שומער ווארטנדיג דער פרעזידענט זאל ערשיינען צום זיצונג. מיטאמאל האט זיך דער טיר צו עפענט, און ער איז דא.

״א גוטן אלע חשובע צוהערער, אזוי ווי ספיקער פעלאוסי האט נארוואס פריער געזאגט כך וכך, בינעך נישט נייגעריג צו אנטיילנעמען אינעם היינטיגן זיצונג, ווילאנג מ׳ארבעט אזוי קען איך אזוי נישט מיט ארבעטן״.. טראמפ האט געמאכט א באו בשלום און ארויסשפאצירט פון צימער, איבערלאזנדיג זיינע צוויי חבירים מיט די צינג אינדרויסן.

טראמפ איז נישט קיין פערד, הגם ער איז יא, איז ער אבער צודרייט סטראטעגיש ווען ס׳קומט צו אפיעלירן זיינע שטיצער. ער קען אמאל באגיין צודרייטע זאכן וואס קוקט פון אינדרויסן אויס ווי נאריש. שטעלט זיך אבער שפעטער ארויס ווי גוט ער האט דאס איינגעקעשט. אין דעם פאל, ווינאר טראמפ האט ארויסגעטרעטן פון צימער איז געמאלדן געווארן אז דער פרעזידענט גייט געבן א קורצע סטעיטמעט פאר די פרעסע אינעם ראוז גארדן פונעם ווייסן הויז.

נישט לאנג דערויף איז דער פאודיעם געווען גרייט, מיט אגרויסן טאועל פון פארענט, וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד. "די מוללער אינוועסטיגעשן ביי די נאמבערס: 35 מילאן דאללער געשפענט, 28 הונדערט סובפינעס, 675 טאג, 500 עדות'שאפט, 18 אויפגערעגטע דעמאקראטן.. און נאו קאלאזשען ענד נאו אבסטראקשן". און ביז געציילטע מינוט איז מיכל געשטנען ביים פאדיעם און אנגעהויבן פרעפלען און ארום טראמפ׳ענען א געהעריג פארגעגרייטע דרשה, אדרעסירנדיג עטליכע נושאים וואס ער האט געשפירט ס'איז וויכטיג, אריינגערעכנט די נעכטיגע געווינס אין פענסעלוועניע, לעצטיגע אקאנאמישע סטאטיסטיקס אא״וו.

טראמפ׳ס 12 מינוטיגע רעדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך מאי 22, 2019 6:38 pm

כקאטשעקע מיך פאר געלעכטער! דיס גיי איז פאר די בוקס!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך מאי 22, 2019 6:43 pm

פיינע נייעס
טענקס טשאדעלע

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מיטוואך מאי 22, 2019 7:42 pm

טעם וריח האט געשריבן:כקאטשעקע מיך פאר געלעכטער! דיס גיי איז פאר די בוקס!

איז דער גיט ישר כח טשאדעלע באדעלע (די ניק) פארן עס אראפ ברענגן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מאי 22, 2019 10:11 pm

טראמפ איז גוט, טשאדעלע איז נאך בעסער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 22, 2019 10:52 pm

פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ איז גוט, טשאדעלע איז נאך בעסער.

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך מאי 22, 2019 10:55 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ איז גוט, טשאדעלע איז נאך בעסער.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 22, 2019 11:10 pm

טענקס טשאדעלע, יויש איז ער גיט.

סקוקט אויס ווי דער דעמאקראטן זענען יעצט אריבער זיין רויטע ליניע, אוו זיי גייען כאפן מנה אחת אפים
לעצט פאראכטן דורך shimon7323 אום מיטוואך מאי 22, 2019 11:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זה נהנה וזה לא חסר קומט אריין און טרעפט מציאות

האט איר אמאל געטראכט אז איר קענט אריין ווארפן אפאר וויכטיגע דאלאר פאר א צווייטען און אייך קאסט עס גארנישט?
קליקט דא ווען איר קויפט ממילא אויף אמעזאן

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 22, 2019 11:18 pm

וואס קען ער טון

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 22, 2019 11:23 pm

ער קען דיעלן אסאך אנדערש אלץ פרעזידענט, ביז יעצט האט ער אויף זייער אסאך זאכן געזאגט קומטס קוקטס עטס וועט גארנישט טרעפן.

ער קען ריליסען אסאך אינפארמאציע וואס וועט מגלה זיין קלונם ברבים אויב ס'איז דא.
זה נהנה וזה לא חסר קומט אריין און טרעפט מציאות

האט איר אמאל געטראכט אז איר קענט אריין ווארפן אפאר וויכטיגע דאלאר פאר א צווייטען און אייך קאסט עס גארנישט?
קליקט דא ווען איר קויפט ממילא אויף אמעזאן

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:10 am

Screenshot_20190523-001136_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190523-001136_WhatsApp.jpg (275.69 KiB) געזעהן 1812 מאל
זה נהנה וזה לא חסר קומט אריין און טרעפט מציאות

האט איר אמאל געטראכט אז איר קענט אריין ווארפן אפאר וויכטיגע דאלאר פאר א צווייטען און אייך קאסט עס גארנישט?
קליקט דא ווען איר קויפט ממילא אויף אמעזאן

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 9:17 am

shimon7323 האט געשריבן:ער קען דיעלן אסאך אנדערש אלץ פרעזידענט, ביז יעצט האט ער אויף זייער אסאך זאכן געזאגט קומטס קוקטס עטס וועט גארנישט טרעפן.

ער קען ריליסען אסאך אינפארמאציע וואס וועט מגלה זיין קלונם ברבים אויב ס'איז דא.



נו, אויף וואס ווארט ער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 23, 2019 9:22 am

ווי זאגט פעלאוסי, עפעס גייט פאר מיט דעם פרעזידענט, איך דאווען פאר אים און פאר אמעריקא...

איינער האט געזאגט עפעס א שלעכטע ווארט און ער האט געכאפט א קריצל, שעפעלע... דער בעל הניקנעימס איז ממש אין פיין פון בושה.. און זיין סטראשע? ער גייט נישט לאזן די דעמאקראטן אים געבן דעם גרעסטן אקאומפלישמענט פון
זיין פרעזידענסי, כבין זיכער זיי קענען נישט שלאפן ביינאכט דערפאר..

כ'מיין אבער ביי נאו זעהט מען שוין א שטיקל פעראדאקס, ווען אימער ס'קומט דורכציפירן עפעס אן ערענסטע לעגאסלאטיווע זאך (לייען: טראמפ אקאמפלישמענט) צום ערשט זעצט ער זיך אראפ און מ'מאכט א גרויסן פובליצירטן "בייפארטיזען" מיטינג ווי ס'קוקט אויס ווי ער איז ממש וויליג צו ארבייטן מיט יעדעם, אנגעהויבן אין 2017 א מיטינג איבער אימיגראציע, אין 2018 א מיטינג איבער גאן קאנטראל, און אצינד א מיטינג איבער אינפערסטרוקטור און סקוקט אויס ווי מקומט ערגעץ אן מיטעם..

און דאן סנעפט ער.. ער איז סימפלי נישט אפ טו דע טעסק. וואס פונקטליך מיט אים גייט פאר ווייסט איין באשעפער.
צוגעלייגטע
20190523_142544.jpg
20190523_142544.jpg (98.19 KiB) געזעהן 1298 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:25 am

ער האט לעצטענס אנגעהויבן כאפן די קאסעקווענצן פון אויסבלוטיגען ביי די מידטורמס, און באקומען פעלאוסי אלץ אפאנענט נומער איינס. זי דרייט די קנעפלעך ווי די וועטעראן וואס זי איז און דער שפרינגט ווי א 10 יעריגע מיידל...

די איינציגסטע ווערטער וואס פעלן פון דעם טוויט איז "u are so mean"...
20190523_102440.jpg
20190523_102440.jpg (278.13 KiB) געזעהן 1602 מאל


רעדענדיג פון טוויטס
D7QOVFGWkAAJW-y.jpeg
D7QOVFGWkAAJW-y.jpeg (108.93 KiB) געזעהן 1596 מאל

D7QOVjkW4AEjIIs.jpeg
D7QOVjkW4AEjIIs.jpeg (86.27 KiB) געזעהן 1596 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:27 am

כאפצעם, ס׳קוקט מיר אויס אז דו ביסט דער וואס האט נישט געקענט שלאפן געהעריג. טראמפ איז גראדע יא פריש היינט פונקט אווי נעכטן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:48 am

יש ברירה האט געשריבן:
די איינציגסטע ווערטער וואס פעלן פון דעם טוויט איז "u are so mean"...

חחח..

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:53 am

יש ברירה האט געשריבן:ער האט לעצטענס אנגעהויבן כאפן די קאסעקווענצן פון אויסבלוטיגען ביי די מידטורמס, און באקומען פעלאוסי אלץ אפאנענט נומער איינס. זי דרייט די קנעפלעך ווי די וועטעראן וואס זי איז און דער שפרינגט ווי א 10 יעריגע מיידל...

די איינציגסטע ווערטער וואס פעלן פון דעם טוויט איז "u are so mean"...
20190523_102440.jpg


רעדענדיג פון טוויטס
D7QOVFGWkAAJW-y.jpeg

D7QOVjkW4AEjIIs.jpeg


או יש לאמר
טראמפ ווייסט אז נענסי איז אין א בעד ספאט , אגרויסע חלק פון איר קאוקעס ווילן אימפיטשמענט , זי וויסט אבער אז ס'איז פאליטיקלי נישט גוט ,
זי איז שוין די לעצטע שטיק צייט א פוסח על שתי סעיפים ,
פאר טראמפ לוינט זיך אדער אימפיטשמענט פראסעס אדער אויפהערן מיט די אינוועסטיגעישענס , און ער דארף זי זאל זיך קאמיטעטן אידער וועי
ער האט איר נעכטן געשטעלט אין פלאץ און זיי ווינט ווי א באבע , טאנצט ווי א מיידל (די רעטאריק לאז איך איבער פאר דיך)

איך זאג נישט אז דעיס איז געווען זיין חשבון , ס'מאכט אבער אזויפיל סענס ווי דיין טעאריע

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:14 am

דאס איז א גוטע טעאריע ווען ער שטעלט איר ווען אין פלאץ. סך הכל האט טראמפ נעכטן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די גרידלאק אין וואשינגטאן פון יעצט ביז אייביג. אויב מען רעדט פאליטיש; פאר איר איז בעסער אז ער מאכט נישט קיין אינפאסטראקטער בכלל. ער וועט נעמען די גאנצע קרעדיט און צייגן אז ער קען זיין בייפארטיזאן, און די דעמעקראטן וועלן גארנישט באקומען פון די קרעדיט עע פריזאן רעפארם.

עס איז דא א דריטע אפציע, און דאס איז אנצוהאלטן די אינוועסטיגאציעס און נישט אימפיטשען. אזוי ווי דו זאגסט האלט טראמפ נישט אױס אז פעלאוסי האלט איר קאוקעס צו דעם אפציע און דא פארלירט ער געריכט נאך געריכט בשעת ווען ניו יארק סטעיט וועט מעגליך ארויסגעגעבן זיין טעקס ריטורן.

כ'ווייס נישט וואו זי וויינט זי האט גארנישט געטון... בלויז געזאגט אז זי דאווענט פארן פרעזידענט און אהיים געגאנגען, און דער שימפט אויף טוויטער אז ער איז נישט אויפגערעגט!

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:34 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז א גוטע טעאריע ווען ער שטעלט איר ווען אין פלאץ. סך הכל האט טראמפ נעכטן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די גרידלאק אין וואשינגטאן פון יעצט ביז אייביג. אויב מען רעדט פאליטיש; פאר איר איז בעסער אז ער מאכט נישט קיין אינפאסטראקטער בכלל. ער וועט נעמען די גאנצע קרעדיט און צייגן אז ער קען זיין בייפארטיזאן, און די דעמעקראטן וועלן גארנישט באקומען פון די קרעדיט עע פריזאן רעפארם.

עס איז דא א דריטע אפציע, און דאס איז אנצוהאלטן די אינוועסטיגאציעס און נישט אימפיטשען. אזוי ווי דו זאגסט האלט טראמפ נישט אױס אז פעלאוסי האלט איר קאוקעס צו דעם אפציע און דא פארלירט ער געריכט נאך געריכט בשעת ווען ניו יארק סטעיט וועט מעגליך ארויסגעגעבן זיין טעקס ריטורן.

כ'ווייס נישט וואו זי וויינט זי האט גארנישט געטון... בלויז געזאגט אז זי דאווענט פארן פרעזידענט און אהיים געגאנגען, און דער שימפט אויף טוויטער אז ער איז נישט אויפגערעגט!
יש ברירה האט געשריבן:דאס איז א גוטע טעאריע ווען ער שטעלט איר ווען אין פלאץ. סך הכל האט טראמפ נעכטן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די גרידלאק אין וואשינגטאן פון יעצט ביז אייביג. אויב מען רעדט פאליטיש; פאר איר איז בעסער אז ער מאכט נישט קיין אינפאסטראקטער בכלל. ער וועט נעמען די גאנצע קרעדיט און צייגן אז ער קען זיין בייפארטיזאן, און די דעמעקראטן וועלן גארנישט באקומען פון די קרעדיט עע פריזאן רעפארם.

עס איז דא א דריטע אפציע, און דאס איז אנצוהאלטן די אינוועסטיגאציעס און נישט אימפיטשען. אזוי ווי דו זאגסט האלט טראמפ נישט אױס אז פעלאוסי האלט איר קאוקעס צו דעם אפציע און דא פארלירט ער געריכט נאך געריכט בשעת ווען ניו יארק סטעיט וועט מעגליך ארויסגעגעבן זיין טעקס ריטורן.

כ'ווייס נישט וואו זי וויינט זי האט גארנישט געטון... בלויז געזאגט אז זי דאווענט פארן פרעזידענט און אהיים געגאנגען, און דער שימפט אויף טוויטער אז ער איז נישט אויפגערעגט!


איך האב געוואטשט זיין ספיטש נעכטן , ער זעהט נישט אויס גערעגט , אויף טוויטער איז ער די זעלבע ווי אייביג
איך האב געזען ווי ער האלט איר פאראנטווארטליך פארן גרידלאק אין וואשינגטאן , אז איר קאנגרעס טוט גארנישט אחוץ אויספארשען אויסגעפארשטע זאכן ,
באט עניוועי אונז טראגען ביידע אנדערע ברילן , סוי איים גאננע ליעוו איט הער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:47 am

יע,יעדן טאג ווערט דא פון פריש באריכטעט אז היינט איז ער 'טאקע' אויפגערעגט, באזירט אויף זיינע טוויטס...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:12 pm

יעעעע... טראמפ'ס טוויטער טענטראם אדער עני אנדערע נאמען איז א טעגליכע ערשיינונג... וועקטס ענק אויף! דאס איז זיין וועג פון קאמיוניקירן...

און שטייצעך אז אנדערע קוקן עס אן אנדערש... אבער לדעתי האטער נעכטן אראפגעשטעלט דעם טאאן, דעמעקראטן דארפן אדער ארבייטן אדער אויספארשן... און ער וויל דאס שלעפן ביז 2020! און פעלאוסי ווייסט אז דאס איז דעינדזשרעסס פאר איר!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:27 pm

יעצט געזעהן די ספיעטש... סיז אומגלויבליך אז מענטשן האלטן אז טראמפ האט פשוט געכאפט אן אטאקע... ער האט אהערגעשטע א סיין, א ספיעטש, געהאט גרייט ארטיקלן און זיינע פוינטס מסודר... דאס אלעס איז געשעהן פלוצלינג?!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 6 געסט