אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אפריל 24, 2017 10:09 pm

איך ליין פון עקספערטן וואס זאגן אז דער קים קען שיסן נוקס לאקאל. איז דאס סתם בוידל?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 24, 2017 10:11 pm

Naftule האט געשריבן:איך ליין פון עקספערטן וואס זאגן אז דער קים קען שיסן נוקס לאקאל. איז דאס סתם בוידל?

לאקאל האט ער די מעגליכקייט צו נוצן פליגערס, אזוי ווי אמאליגע צייטן.

אבער, ס'נישט אויף קיין מיסילס, און אודאי נישט אויף קיין טראקס.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 24, 2017 10:14 pm

רעדט מען דא פון די סווינג סטעיט נ.ק. ?
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אפריל 24, 2017 10:16 pm

ניין. נטורי קרטא...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 24, 2017 10:18 pm

בוידעם האט געשריבן:רעדט מען דא פון די סווינג סטעיט נ.ק. ?

בוידעם, סארקאזם טוישט נישט קיין פאקטן...

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:00 pm

Naftule האט געשריבן:ניין. נטורי קרטא...


זיי האבן שוין נוקאלערע שפיצן פאר דעקעטס.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:13 pm

בוידעם האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:ניין. נטורי קרטא...


זיי האבן שוין נוקאלערע שפיצן פאר דעקעטס.

;l;p-

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:35 pm

Fake news נ.י.טיימס שרייבט מארגנדיגע העדליין:
טראמפ באזיצט אינפאו: נ.ק. ערצייגט יעדע 6 וואכן א נוקלעארע באמבע. און דאס איז די סיבה פון די באנייטע אנגעצויגענע לאגע און מיט׳ן שיקן די קעריער צום קארעא פענינסולא אלס אפשרעק מיטל.

ליינט אויספירליך:

https://mobile.nytimes.com/2017/04/24/w ... ogram.html

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:39 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א שנעלע אקציע?

און וואס איז אויב זיי הייבן אן שיסן מיסילס קיין סעאול?

דו שאצט היבש אונטער אמעריקעס פייער פאוער.

וואס שאץ איך איבער?

איך האב געפרעגט א פשוטער פראגע, וואס גייט אמעריקע טוען אויב זיי הייבן אן שיסן אדער אינוואדירן סאוט?

דו ביסט נאך אלץ פארגלייבט אין די מעכטיגע אמעריקאנע מיליטער? די בחורישע בליק ווי די מעכטיגע אפאטשיס זייען אן טעראר... און נעמען איין מדינות אין א אויגן בליק

ווי אזוי האט זיך די מלחמה אין איראק אויסגעארבעט? און דארט איז שוין געוועהן א פירער וואס די אייגענע האבן געוואלט זעהן טויט! 8 יאר מיט 4000 טויטע קעגן א מדינה וועלכע איז מכלומר'שט געפאלן אין איין נאכט

וויאזוי האט זיך די גאזא מלחמה אויסגעארבעט קעגן א באנדע טורבאנס אן קיין עיר פארס שיפן - אדער סיי וואס - חוץ אפגעריסענע ראקעטן (ליין: גרויסע לעט פּענסילס...) וואס די זעלבסט דערקלערטע בעסטע עיר-פארס האט נישט געקענט אפשטעלן

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:45 pm

די מלחמה אין איראק האט זיך פיין אויסגעארבעט. די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן מלחמה. און נק קען נישט אינוואדירן סק אפילו אן אמעריקע'ס הילף. סק האט גאר א שטארקע מיליטער.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:51 pm

Naftule האט געשריבן:די מלחמה אין איראק האט זיך פיין אויסגעארבעט. די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן מלחמה. און נק קען נישט אינוואדירן סק אפילו אן אמעריקע'ס הילף. סק האט גאר א שטארקע מיליטער.

דיין ערשטע פוינט איז אמת.
דיין צווייטע נישט. סעאול איז זייער זייער נאנט צום גרעניץ מיט צפון, אזוי אז אפי' גאר קורץ שטרעקיגע ראקעטן קענען אנזייען א חורבן.
יש, סאדאם כוסעין'ס מיליטער איז ביים אנהייב פון די ערשטע גאלף וואר געווען די פערטע שטערקסטע אין דער וועלט. פיר וואכן אמעריקאנער באמבארדירונגען האבן אפגעשוואכט צו א מצב פון וואס עס האט זיך קיינמאל ערהוילט.
וואס פונקטליך האט עזה מיט די אמעריקאנער מיליטער?

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:55 pm

עס האט גארנישט מיט די אמעריקאנע מיליטער, עס האט מיט דעם אז ווען דיין שונא איז איינער וואס איז גרייט אויף סועסייד און ארבעט נישט מיט דיין לאגיק, איז נישט אלעמאל 'שטארקע מיליטער' וואס וועט געווינען די מלחמה.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:55 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:די מלחמה אין איראק האט זיך פיין אויסגעארבעט. די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן מלחמה. און נק קען נישט אינוואדירן סק אפילו אן אמעריקע'ס הילף. סק האט גאר א שטארקע מיליטער.

דיין ערשטע פוינט איז אמת.
דיין צווייטע נישט. סעאול איז זייער זייער נאנט צום גרעניץ מיט צפון, אזוי אז אפי' גאר קורץ שטרעקיגע ראקעטן קענען אנזייען א חורבן.

ער האט געשריבן ''אינוואדירן'', וואס אויף דעם האביך ריפלייט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:00 am

משהזוךמיר האט געשריבן:יש, סאדאם כוסעין'ס מיליטער איז ביים אנהייב פון די ערשטע גאלף וואר געווען די פערטע שטערקסטע אין דער וועלט. פיר וואכן אמעריקאנער באמבארדירונגען האבן אפגעשוואכט צו א מצב פון וואס עס האט זיך קיינמאל ערהוילט.
וואס פונקטליך האט עזה מיט די אמעריקאנער מיליטער?

איר רעדט פון גרויסקייט נישט פון שטארקייט. ער איז ווייט נישט געוועהן די פערט "שטערקסטע" ער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט איראן עטליכע יאר פריער ער איז אבער געוועהן די פיפטע גרעסטע ארמיי אבער איז באשטאנען פון אומערפארענע יונגן

די עזה מלחמה האב איך אויפגעברענגט - ווי פלטיאל האט געשריבן - א לאנד אן קיין שום ווערט פאר אירע אייגענע בירגער, און זיכער נישט קיין שום ווערדע פאר א צווייטענס, איז זייער שווער בייצוקומען.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:43 am

אקעי כ'הער ענקער טענות. סאו וואלסט האלטן ענק איז די עצה?
(פארשטייט זיך וואס טראמפ וועט טוהן איז נישט גוט...)
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:50 am

בוידעם האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:ניין. נטורי קרטא...


זיי האבן שוין נוקאלערע שפיצן פאר דעקעטס.

געקאסט א שמייכעל און א פארוואלקענטע טאג!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:19 am

איך האב נישט קיין עצה... קוקט אויס אז אבאמא האט אויך נישט געהאט איינס...

מען קען אסעסינעיטן די יעצטיגע פירער און די נייע וועט נאך זיין ערגער

אבער, עס איז דא א שטארקע סברה צו זאגן אז נארט קאריע וועט נישט זיין די ערשטער צו אטאקירן, זיי ווייסן גאנץ גוט אז זיי קענען טאקע הארגענען א מיליאן מענטשן אבער זיי גייען נישט געווינען

זיי האבן נישט קיין געלט פאר א מלחמה, זייערע בירגער שטארבן פאר הונגער ווער רעדט נאך וואס די מצב אין לאנד וועט זיין אין א מלחמה צושטאנד און אין מלך בלא עם

פון די אנדערע זייט זענען פארהאן אמאל דיקטאטורישע רעזשימען וואס מיט צייט רעדן זיי זיך אליינס איין אז זיי זענען די שטערקסטע אין די וועלט, נאכדערצו אויב די פירער איז אין א עקאו טשעמבער מיט גענעראלן וואס קוילערן זיך פאר געלעכטער פון יעדע זאך וואס די פירער זעהט עפעס פאני דערין...

איך וואלט אויפגעשטעלט די בעסטע מיסיל דעפענס סיסטעם וואס איז נאר דא אין די וועלט אין סאוט קאריע און לענגאויס יאפאן. אויב איז אמעריקע'ס טעכנעלאגישע סיסטעמען טאקע אזוי מעכטיג, האבן מיר זיך נישט וואס צו זארגן, זאל דער אייבערשטער האלטן די רעכטע האנט

אמעריקע זאל טאקע אהין שיקן סובמארינען און עירקרעפט קעריערס וואס זאלן אים מאכן אומבאקוועם
אבער אמעריקע זאל נישט זיין די ערשטע צו אטאקירן

און נאך א זאך, אמעריקע דארף מאכן איליגעל אהין צו רייזן. און אויב איינער פארט אהין זאל ער ווערן ארעסטירט ווען ער קומט אהיים! און אויב איז דא א פערד וואס רייזט אהין און ער ווערט ארעסטירט זאל מען "רופן פאר זיין פרייהייט" און צוריק גיין שלאפן!

סארא הינט! ער רייזט אהין ווייל ער וויל נעבעך העלפן די מיטגעמאכטע קאריע מענטשן (וואס ווילן נישט ווערן געהאלפן) אבער אין די זעלבע צייט לייגט ער אריין אמעריקע אין א געפארפולע סיטואציע אלס צוליב זיין ריינע אידעלאגיע

(עצה טובה ער זאל מיטנעמען ארבעט'ס געצייג ווייל איך בין נישט זיכער אז מען שטעלט עס צו אין די ארטיגע לאגערן)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:22 am

יש, מיט דיין טענה איבער אהינפארן אגרי איך 100%, אבער נישט אז מ'דארף ארעסטירן. אז דו ווילסט גיין גיי. נאר גארנישט טון מער ווי בעטן איינמאל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:30 am

איז דא א מעגליכקייט אז קים-יאנג-אן זאל אנהייבן אויסצו'רצח'נען זיינע אייגענע בירגער?

וואס טוט אמעריקא אין אזא פאל?

אויב פאר יעדעס שיף וואס אמעריקא שיקט אהין הארגעט ער 100 מענטשן, און פאר יעדער מיסל וואס אמעריקא שיסט הארגעט ער 1000 פון זיינע מענטשן?

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:35 am

נאט בעד...

מען דארף דעמאלטס אהין שיקן די גאנצע פלאטע און פטור אן עסק..

בלויז א וויץ.

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:19 am

China warns North Korea another nuclear weapons test would take relations beyond 'point of no return'

North Korea has been warned not to go past the “point of no return” with another nuclear test by China, as the US and South Korea carry out high-profile military exercises.

An editorial in the Global Times, regarded as a mouthpiece for the ruling Communist Party, said Beijing was hoping for a peaceful outcome but had “very limited influence on the entire situation”.

“The game of chicken between Washington and Pyongyang has come to a breaking point,” it added, saying that if North Korea followed through on vows to carry out a sixth nuclear test, “it is more likely than ever that the situation will cross the point of no return.

“All stakeholders will bear the consequences, with Pyongyang sure to suffer the greatest losses.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:21 am

ווער האט געגלייבט ווי ווייט אבאמא'ס אויסערן פאלעסי וועט דערגרייכן... מ'האלט שוין דא אז טשיינע סטראשעט אפעציעל נארט קאריע!! יעסס ווי קען!!!

אופס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:25 am

יש ברירה, איך עגרי מיט דיר אינגאנצען.

אדער קען מען טוהן נאך איין זאך, אויב יא אטאקירען, גיי אריין אבער נאר פון די לופט און פליק אראפ אינטער 24 שעה יעדע אפיציעלע רעגירונג און מיליטערישע בילדונג אזוי אז זיי זאלען קיינמאל נישט קענען ריקאווערן.

און נאכדעם שיק אריין די יו ען שלום טרופען זאלען זיך ספראווענען מיט די קאנסקווענסען - פאר א טשעינדזש וועט אמעריקע נישט אליינס באצאלען פאר יעדע וועלט פראבלעם.

שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:27 am

די שאלה איז נאר צו טשיינע שפילט דא א געים מיט טראמפ כאילו ער איז אויף זיין זייט און פאר נ.ק. זאגט ער טוה וואס די ווילסט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:29 am

מטעמים האט געשריבן:יש ברירה, איך עגרי מיט דיר אינגאנצען.

אדער קען מען טוהן נאך איין זאך, אויב יא אטאקירען, גיי אריין אבער נאר פון די לופט און פליק אראפ אינטער 24 שעה יעדע אפיציעלע רעגירונג און מיליטערישע בילדונג אזוי אז זיי זאלען קיינמאל נישט קענען ריקאווערן.

און נאכדעם שיק אריין די יו ען שלום טרופען זאלען זיך ספראווענען מיט די קאנסקווענסען - פאר א טשעינדזש וועט אמעריקע נישט אליינס באצאלען פאר יעדע וועלט פראבלעם.

בעיסיקלי וואס איך זאג, נישט וואס יש.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום דינסטאג אפריל 25, 2017 11:33 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט