אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:30 am

משהזוךמיר האט געשריבן:.

גערעכט, און איי דאנט מיינד אז אמעריקע אטאקירט ערשט, איז דא פאר אינעם וועם אפצוגעבן דין וחשבון?
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:32 am

שטראמער האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו טשיינע שפילט דא א געים מיט טראמפ כאילו ער איז אויף זיין זייט און פאר נ.ק. זאגט ער טוה וואס די ווילסט

יאסי געשטעטנער טענה'ט נאכמער: אפשר הייסט טשיינע גאר צפון ווערן ווילד, אזוי אז נאכדעם קען ער ווייזן פאר טראמפ אז ער בארואיגט אים.
(יא, די טענה קומט פון די א.ג.געשטעטנער סופערפעק.)

אבער אזא שארפע אטאקע מטעם כינע איז אביסל שווער צו גלייבן. (חוץ אויב ס'איז א בחינה ווי דער וואס האט געכאפט א קאזאק.) ובפרט אויב איז ריכטיג די באריכטן אז צפון פראדוצירט א באמבע יעדע 6 וואכן, איז זייער שווער צו גלייבן אז כינע שטייט דערונטער.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:37 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:יש ברירה, איך עגרי מיט דיר אינגאנצען.

אדער קען מען טוהן נאך איין זאך, אויב יא אטאקירען, גיי אריין אבער נאר פון די לופט און פליק אראפ אינטער 24 שעה יעדע אפיציעלע רעגירונג און מיליטערישע בילדונג אזוי אז זיי זאלען קיינמאל נישט קענען ריקאווערן.

און נאכדעם שיק אריין די יו ען שלום טרופען זאלען זיך ספראווענען מיט די קאנסקווענסען - פאר א טשעינדזש וועט אמעריקע נישט אליינס באצאלען פאר יעדע וועלט פראבלעם.

בעיסיקלי וואס איך זאג, נישט וואס יש.

איך עגרי מיט יש אז זיין מהלך איז זייער גוט אדער איז דיין מהלך אויך גוט נאר אויב עס איז קורץ, שארף און ארויס דאס איז צום ערגסטען פאל זיכער נישט לכתחילה.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:41 am

מטעמים האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:יש ברירה, איך עגרי מיט דיר אינגאנצען.

אדער קען מען טוהן נאך איין זאך, אויב יא אטאקירען, גיי אריין אבער נאר פון די לופט און פליק אראפ אינטער 24 שעה יעדע אפיציעלע רעגירונג און מיליטערישע בילדונג אזוי אז זיי זאלען קיינמאל נישט קענען ריקאווערן.

און נאכדעם שיק אריין די יו ען שלום טרופען זאלען זיך ספראווענען מיט די קאנסקווענסען - פאר א טשעינדזש וועט אמעריקע נישט אליינס באצאלען פאר יעדע וועלט פראבלעם.

בעיסיקלי וואס איך זאג, נישט וואס יש.

איך עגרי מיט יש אז זיין מהלך איז זייער גוט אדער איז דיין מהלך אויך גוט נאר אויב עס איז קורץ, שארף און ארויס דאס איז צום ערגסטען פאל זיכער נישט לכתחילה.

אודאי נישט לכתחילה. נאר אויב צפון קען ווערן אן ערנסטן געפאר, וואס דאס איז גענוי וואס פאסירט די לעצטע 20-30 יאר, און איז היינט אויף א פיל מער מסוכנ'דיגע שטאפל ווי אמאל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:51 am

מטעמים האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:ס'וועט זיך נאך אויסלאזען אזוי ווי און איראק... מ'וועט נישט טרעפען קיין שום זכר פון קיין נוקלער

איראק'ס סחורה איז אן געקומען קיין סיריע, ווי מד"י האט עס פארניכטעט.

נארט קאריע'ס סחורה קען אן קומען קיין איראן.

עס איז נישט דא קיין פרוף אויף דעם. ווען עס איז ווען דא וואלט עס ווען בוש געזאגט א מיליאן און איין מאל.

אויף דעם איז דער ענטפער אז ס'דא א סאך סיבות פארוואס בוש וואלט עס נישט געזאגט, (און צווישען זיי) ווייל עס איז נישט אין די אינטערעסען פון אמעריקע עס צו זאגען און שטארק פראבלאמטיש פאר אמעריקע און ספעציעל פאר בוש עס צו זאגען, ווייל עס עפענט אויף א גרויסע קאנע פון ווערים, וואס איז געווען די הוה אמינא און וואס די מסקנא, און א סאך קשיות ווערט שווער וואס איז בעסער ווען מען פרעגט זיי נישט.

איך געדענק ווען דער מלחמה מיט איראק האט זיך אנגעהויבען, און "מסיח לפי תומו" האט מען אונז דערציילט אז א גאנצע שיירא פון טראקס זענען גלייך ארויס געפארען פון איראק קיין סיריע. ס'געווען ק'לאר וואס זענען אין די טראקס (עפעס וואס מען וויל ראטעווען פון טרעפען און פארניכטונג זאגט דער שכל), אבער נאכאמאל האט מען שוין דאס נישט געמאלדען; ס'זיכער געווען א באפעל פון ווייסע הויז נישט צו ווייטער גיין מיט דער נייעס און צו דערשטיקען דער נייעס.

איך געדענק אויך אז ווען דער ערשטע מלחמה מיט איראק האט זיך אנגעהויבען, איז דער ערשטע זאך וואס איראק האט געטוהן איז צו שיקען אלע זייערע מלחמה ערעפלאנען צום "שונא" קיין איראן זיי צו ראטעווען אז אמעריקע זאל זיי נישט פארניכטען. סאונדס פאמיליער?

איך געדענק אויך אז לאנג פאר מען האט אונז פיינעלי דערציילט אז ס'דא א אל-קיידע, זענען געווען צוויי טעראריסטישע אינצידענטען, איינס אין תימן און דער צווייטע אין קעניע, און מען האט זיי ביידע שנעל פארווישט אלץ א "איין מאליגע" געשע'עניש אבער האט גארנישט מיט א וועלטס ארגאניזאציע אויף טעראר מיטען נאמען אל-קיידע. מען האט גארנישט דערציילט ווער איז געשטאנען אינטער די אטאקעס, און דאס איז ווייל עס איז נישט געווען אין אמעריקאנער אינטערעסען אז מען זאל בכלל וויסען אז דער פרענקענסטין מאנסטער וואס זיי האבען אליין באשאפען אין אפגאניסטאן צו געבען קלעפ פאר דער סאוויעט יוניוען איז אינטער געוואקסען און ווילען יעצט דיר בייסען. דארט אויך האט מען נאר געהערט ממש ראשי פרקים "מסיח לפי תומו" איידער די נייעס איז שנעל געווארען אינטערדריקט; אבער ביי מיר אין מח איז דער דזיני שוין געווען אוט אוו דע באטעל; כ'האב שוין דעמאלט געכאפט וואס דא גייט פאר.

צו בארשט דארף מען נישט קיין ציינער. איך האלט מיר מיט מיינעם אז איראק האט געהאט וועפאן'ס אוו מעס דיסטראקשען. איין טאג וועט עטץ אלע וויסען אז איך בין גערעכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אפריל 25, 2017 12:43 pm

Spusmn, דאס איז קלאר אז סאדאם האט עט וואן פוינט געהאט כעמישע וואפן, ווייל ער האט דאס גענוצט מער ווי איין מאל. ער האט עס גענוצט קעגן איראן, ער האט עס גענוצט קעגן די קורדן, בקיצור, ס'איז קלאר אז ער האט עט וואן פוינט געהאט די סחורה.

די שאלה איז, וואס איז געווארן דערמיט, און ווען איז עס געשען. ס'איז יתכן אז ער האט עס אריבערגעפירט קיין סיריע, ס'איז יתכן אז ער האט עס אזוי גוט באהאלטן אז די אמעריקאנער האבן עס נישט געקענט טרעפן, (אנדערע שפעקולירן גאר אז דאס זענען די כעמישע וואפן מיט וואס אייסיס באנוצט זיך, וואס סאמהאו האבן זיי עס יא געטראפן,) און אזןי זענען דא אסאך מעגליכקייטן.

איין מעגליכקייט איז דאס וואס סאדאם אליין האט גע'טענה'ט - אז ער האט עס פארניכטעט. דער פראבלעם מיט די טענה איז אז ווען מ'האט אים געפרעגט וואו וואס ווען האט ער נישט געקענט ענטפערן.

עטליכע יאר צוריק האב איך אריינגעבאמפט אין א דער איד פון שנת תשס''ג, און ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט איבערצוליינען די נייעסער, באריכטן און מיינונגען פון דעמאלטס, פון דעם היינטיגן פערספעקטיוו. צווישן אנדערע האב איך מיך אנגעשטויסן אין א באריכט וואס איך געדענק נישט אז ס'האט בשעתו באקומען אסאך קאוורידזש - צווישן אלע אנדערע נייעסער און באריכטן פונ'ם קריג - אז איינער פון די הויפט סייענטיסן פון איראק'ס כעמישע וואפן פראגראם האט אויפגעדעקט צווישן אנדערע, אז סאדאם האט א שטיק צייט נאך די ערשטע גאלף קריג געהייסן פארניכטן אלע כעמישע וואפן. און אזוי האט זיין מיליטער טאקע געטון. די סיבה פארוואס סאדאם האט נישט געקענט צייגן קיין באווייזן איז געווען, וויבאלד זיי האבן עס פארניכטעט אין א באזע הארט נעבן איינס פון סאדאם'ס פאלאצן, דעריבער האבן די גענעראלן וואס זענען געווען פאראנטווארטליך דערויף געציטערט אים צו זאגן וואו זיי האבן עס געטון אויס פחד אז דער מטורף זאל נישט ווערן ווילד און זיי אויסשעכטן אדער נאך ערגערס פאר'ן חטא פון טון אזאנס הארט נעבן זיין פאלאץ, האבן זיי זיך ארויסגעדרייט פון געבן פונקטליכע אינפא איבער די פארניכטונגס מיסיע, האט סאדאם טאקע נישט געוואוסט.

איך ווייס נישט ווי קראנט די באריכט איז, אבער ס'נאך א פוינט אוו וויו.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:02 pm

וואס האט מד"י פארניכטעט אין סיריע? איך רעד פון דער ערשטע מאסיווע פארניכטונג.
--

מע קען עס ליינען אז "אז איינער פון די הויפט סייענטיסן פון איראק'ס כעמישע וואפן פראגראם האט אויפגעדעקט צווישן אנדערע", אדער קען מען עס ליינען (מיט א גרעין אוו סאולט) אז איטערעסען (צו פארפירען) האבען צו געשטעלט איינע וואס זיי זאגען איז פון די הויפט סייענטיסן פון איראק'ס כעמישע וואפן פראגראם צו אויפגעדעקען צווישן אנדערע...

דער שאך שפיל איז א קאמפליצירטער שפיל און איך גלייב נישט וואס איך ליין (זיכער נישט נאך טרעגליך) נאר וואס כ'שפיר. מיינען שפירונגען זענען ביי מיר מער נאמן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:12 pm

Naftule האט געשריבן:ביז עטליכע יאר קענען זיי האבן ICBM's, מ'טאר נישט ווארטן ביז ס'איז דערנאך

גערעכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:13 pm

יש ברירה האט געשריבן:א שנעלע אקציע?

און וואס איז אויב זיי הייבן אן שיסן מיסילס קיין סעאול?

זאל מען זיי אפשטעלען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:22 pm

צווייפעל האט געשריבן:זיי קענען אבער שיסן אויף דרום, און אויף יאפאן, אזוי ווי כוסעין האט געשאסן אויף מדינת ישראל סקאדס.

זיי קענען אויך כאפען אויף צוריק; און אלץ בעסער יעצט ווי מיט א פאר יאר שפעטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:28 pm

Naftule האט געשריבן:די מלחמה אין איראק האט זיך פיין אויסגעארבעט. די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן מלחמה. און נק קען נישט אינוואדירן סק אפילו אן אמעריקע'ס הילף. סק האט גאר א שטארקע מיליטער.

און נארט קאריע האט א אויסגעהינגערטע מיליטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:33 pm

Naftule האט געשריבן:China warns North Korea another nuclear weapons test would take relations beyond 'point of no return'

North Korea has been warned not to go past the “point of no return” with another nuclear test by China, as the US and South Korea carry out high-profile military exercises.

An editorial in the Global Times, regarded as a mouthpiece for the ruling Communist Party, said Beijing was hoping for a peaceful outcome but had “very limited influence on the entire situation”.

“The game of chicken between Washington and Pyongyang has come to a breaking point,” it added, saying that if North Korea followed through on vows to carry out a sixth nuclear test, “it is more likely than ever that the situation will cross the point of no return.

“All stakeholders will bear the consequences, with Pyongyang sure to suffer the greatest losses.”

רילעישאן'ס זענען שוין בי-יאנד דעיפוינט אוו נאו ריטורן.

מיט כינע'ס ווארענען אז דער "זעקסטע פראבע" וועט זיין וואס ברעכט איבער דער קעמעלס פלייצע, מיינען זיי אז מען זאל געבען נארט קאריע נאך א טשענס; און דאס נעקסטע מאל וועלען זיי זאגען אז דער "זיבעטע פראבע" וועט זיין וואס ברעכט איבער דער קעמעלס פלייצע און מיינען דערמיט אז מען זאל געבען נארט קאריע נאך א טשענס; און דאס נעקסטע מאל וועלען זיי זאגען...

זיי שפילען פאר צייט, און ווילען אפשטעלען אמעריקע אויב זיי קענען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 1:35 pm

שטראמער האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו טשיינע שפילט דא א געים מיט טראמפ כאילו ער איז אויף זיין זייט און פאר נ.ק. זאגט ער טוה וואס די ווילסט

איין גרויסע שפיל; דער שאלה איז נאר ווער געווינט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג אפריל 25, 2017 2:41 pm

Sen. Lindsey Graham said Tuesday that President Donald Trump will not allow "the nutjob" leader of North Korea to develop missiles that could threaten the United States.
The South Carolina Republican made his comments about Kim Jong Un on Twitter a day after having dinner with Trump.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 2:57 pm

דער שאלה איז נאר פארוואס האט עס געדארפט ווארטען ביז טראמפ צו סטאפען א צודרייטער פירער פון לייגען אין געפאר אמעריקע?

דער תירוץ איז ווייל אמעריקע זארגט זיך וואס כינע וועט זאגען, און מיט כינע, קאריע, און וויעטנאם האט אמעריקע שוין געהאט מער ווי גענוג.

וואס וויל אמעריקע? איין זאך; אז דער צודרייטער זאל אויף געבען זיינע צודרייטע מאסען מארד וועפאן'ס אמבישאן'ס. אמעריקע גייט נישט אן צו א אנדערע דיקטאטאר (א מער נארמאלע ווי ער, אדער ער אליין אן זיינע צודריייטע אמבישען'ס) זיצט און פייניגט זיין פאלק.

וואס וויל כינע? איין זאך, צו האבען א גוטע שכן וואס סטראשעט איר נישט. גייט זיי אויך נישט אן וויפיל דער שכן פייניגט זיין פאלק. אדרבא זיי ווילען דוקא א שכן מיט א פירער וואס פייניגט זיין פאלק, וכל המרבה הרי זה משובח. וועמען ווילען זיי ענדערש אויף זייער בארדער, נארט קאריע אדער סאוט קאריע?

איז פארוואס קען מען נישט ביידע צופרידען שטעלען, סיי אמעריקע און סיי כינע? רבותי טוהטס אן די דיפלאמאטישע היטען און זאגטס פארוואס איז דער פראבלעם נישט אזוי גרינג צו לעזען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג אפריל 25, 2017 3:04 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
שטראמער האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו טשיינע שפילט דא א געים מיט טראמפ כאילו ער איז אויף זיין זייט און פאר נ.ק. זאגט ער טוה וואס די ווילסט

יאסי געשטעטנער טענה'ט נאכמער: אפשר הייסט טשיינע גאר צפון ווערן ווילד, אזוי אז נאכדעם קען ער ווייזן פאר טראמפ אז ער בארואיגט אים.
(יא, די טענה קומט פון די א.ג.געשטעטנער סופערפעק.)

אבער אזא שארפע אטאקע מטעם כינע איז אביסל שווער צו גלייבן. (חוץ אויב ס'איז א בחינה ווי דער וואס האט געכאפט א קאזאק.) ובפרט אויב איז ריכטיג די באריכטן אז צפון פראדוצירט א באמבע יעדע 6 וואכן, איז זייער שווער צו גלייבן אז כינע שטייט דערונטער.

please ask him to stop the nonsense
אמעריקע האט נאך אזעלכע גוטע inteligents צו װיסן צו זײ מײנען עס ערענסט צו נישט
אז יענער קען קענסטו אויך

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 4:15 pm

איך ווייס נישט וואס געשטעטנער האט געזאגט, אבער איך גלייב נישט אז אמעריקע האט אינטעלידזענס אין דער העכסטע פענסטער "וואס זיי קענען טראסטען" אין בעידזינג, און זיכער נישט וואס טוהט זיך אין דער מח פון איר פירער.

ס'זייער שווער צו ריקרוטען א כינעזער זאל פארראטען זיין מאמע לאנד; די כינעזער זענען הייסע פאטריאטען.

וואס יא; סעקאנד הענד אינפארמעשאן קענען זיי האבען פון א סאוט קאריע שפיאן אין נארט קאריע, וכו' וכו'.

סאטאליטען זאגט נישט וואס יענער טראכט. אינטערהער? אפשר; דארף אבער א טרענסלעטאר; נו אפשר דאס האבען זיי, א אמעריקאנער וואס מען קען זיך אויף אים פארלאזען אז ער האט גוט איבערגעזעצט וואס מען האט געזאגט אז אמעריקע זאל הערען.

בקיצור, איך וואלט נישט איין געשטעלט מיין לעבען אויף אמעריקאנער אינטעלידזענס אויף כינע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אפריל 25, 2017 4:56 pm

צווי פראעגס וואס כ'וויל וויסן
איז נאך טשינא די זעלבע קאמעניסטיש ווי ביי די פאריגע קירא מלחמה ? איך מיין אז זיי האבן זיך שוין היבש געטוישט
וויפיל פראצענט איז אויב א מלחמה וועט רוסלאנד שטיין צו די זייט פון צ"ק ? כ'האב היבש מורא אז דער פוטין וואס וויל פאר אלע געלד געבן א שנעלקע פאר אמעריקע זיי העלפן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:00 pm

מיט וואס קען רוסלאנד אים העלפען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:04 pm

SPUSMN האט געשריבן:מיט וואס קען רוסלאנד אים העלפען?

מיט וואס נישט . למעשה האבן זיי דאך א גרויסע שייכות מיט פוטין /KGB
כ'ווייס לויט די יעצטיגע מצב צווישען אמעריקע און רוסלאנד קען מען זיך דען אויסרעכענען מיט פוטין ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:09 pm

רוסלאנד גייט נישט שיסען אויף אמעריקע, און אפילו כינע אויך נישט. אלזא פון וועם האט מען דא מורא?

פאליטישע עסיילאם (אדער א מענטעל עסיילאם) קענען זיי אים געבען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:30 pm

SPUSMN האט געשריבן:רוסלאנד גייט נישט שיסען אויף אמעריקע, און אפילו כינע אויך נישט. אלזא פון וועם האט מען דא מורא?

פאליטישע עסיילאם (אדער א מענטעל עסיילאם) קענען זיי אים געבען.

טשיינא האט מען גערעדט שוין אויבן אז זיי האבן יא ביי די פאריגע געשאסן קעגן אמעריקע
און דא איז נישט נאר אמעריקע דא איז דא יאפאן אין דרום קירא וואס זיי קענען זיך אויסגעבן דארט
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:49 pm

וואס גייט כינע וועלען שיצען; די וועיפאן'ס אוו מעס דיסטארקעשען און מיסיל פראיעקט, אדער זייער פאפעט קים-דזאנג-אן?

אמעריקע וויל דא נישט איין נעמען נארט קאריע, אדער עס אפילו טוישען. איז גלייב איך נישט אז כינע גייט זיך שלאגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג אפריל 25, 2017 6:51 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך האב נישט קיין עצה... קוקט אויס אז אבאמא האט אויך נישט געהאט איינס...

מען קען אסעסינעיטן די יעצטיגע פירער און די נייע וועט נאך זיין ערגער

אבער, עס איז דא א שטארקע סברה צו זאגן אז נארט קאריע וועט נישט זיין די ערשטער צו אטאקירן, זיי ווייסן גאנץ גוט אז זיי קענען טאקע הארגענען א מיליאן מענטשן אבער זיי גייען נישט געווינען

זיי האבן נישט קיין געלט פאר א מלחמה, זייערע בירגער שטארבן פאר הונגער ווער רעדט נאך וואס די מצב אין לאנד וועט זיין אין א מלחמה צושטאנד און אין מלך בלא עם

פון די אנדערע זייט זענען פארהאן אמאל דיקטאטורישע רעזשימען וואס מיט צייט רעדן זיי זיך אליינס איין אז זיי זענען די שטערקסטע אין די וועלט, נאכדערצו אויב די פירער איז אין א עקאו טשעמבער מיט גענעראלן וואס קוילערן זיך פאר געלעכטער פון יעדע זאך וואס די פירער זעהט עפעס פאני דערין...

איך וואלט אויפגעשטעלט די בעסטע מיסיל דעפענס סיסטעם וואס איז נאר דא אין די וועלט אין סאוט קאריע און לענגאויס יאפאן. אויב איז אמעריקע'ס טעכנעלאגישע סיסטעמען טאקע אזוי מעכטיג, האבן מיר זיך נישט וואס צו זארגן, זאל דער אייבערשטער האלטן די רעכטע האנט

אמעריקע זאל טאקע אהין שיקן סובמארינען און עירקרעפט קעריערס וואס זאלן אים מאכן אומבאקוועם
אבער אמעריקע זאל נישט זיין די ערשטע צו אטאקירן



מען זאל זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט ביז ווען ביז דער צודרייטע יאנג זאל האבן מיסעלס לרחצה, און אינטערקאנטינענטל באליסטיק מיסעלס. בקיצור א פארגעשריטענע נוקלעארע וועלטסמאכט.
איי געיס אויב איין טאג וועט דער משוגענער ראלי פולי זיך עפעס דאכטן אז איינער האט אים געטשעפעט, און דער מיסל דעפענס סיסטעם וועט נישט כאפן, וועלן נאר שטארבן א פאר מיליאן מענטשען. וואזשנע געדאנק, שטימט זייער גוט מיט אבאמא'ס מהלך המחשבה.

מיר זעט אויס אז מיט טראמפס רעטאריק און אקציעס גייען זיך זאכן מיט נ.ק. סטאבליזירן אין די נעקסט 6-18 חדשים, און נארט קאריע וועט אין די ענד נישט ווערן קיין פארגעשריטענע נוקלעארע וועלטסמאכט. ימים ידברו

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 25, 2017 7:29 pm

ניין איך האב נישט געזאגט מען זאל זיצן מיט פארלייגטע הענט, זיכער נישט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט