בלאט 13 פון 70

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:42 pm
דורך רץ כצבי
דער זעלבער באשעפער ווואס האט אים באפרייט, האט דעמאכט די מוראדיגע שריפה די וואך, עס איז זיכער נישט קיין פערצאפעל, פשוט אונז צי לערנען אז אלעס האט א חשבון, כשם שמברך על הטוב, כך מברך על ....

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:45 pm
דורך תן חיוך
עני אפדעיטס פון בארא פארק?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:48 pm
דורך כא כא כא
פארוואס ארבעט שוין נישט קיין איין קליפ?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:50 pm
דורך קיווי סטראבערי
עפעס בילדער פון בארא פארק איז דא?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:51 pm
דורך טעם וריח
רץ כצבי האט געשריבן:דער זעלבער באשעפער ווואס האט אים באפרייט, האט דעמאכט די מוראדיגע שריפה די וואך, עס איז זיכער נישט קיין פערצאפעל, פשוט אונז צי לערנען אז אלעס האט א חשבון, כשם שמברך על הטוב, כך מברך על ....

רבוש״ע זעסטאך אליין ווען די טוסט גוטס פאר אידן טאנץ יעדע איינער און מדאנקט דיך! זיי שוין טאקע משפיע אייביג נאר חסדים וועסטו זעהן דיין ליבן פאלק ישראל וועט זיין צו דיר נאנט!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:51 pm
דורך צל עובר
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אודה השם מאוד בפי בתוך רבים אהללנו!!


חילי פליז פליז בלייב דא מיר לעכצן נאך דיינע צייטן.

(איך פלעג זיך דרייען דא אלס א גאסט)

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:53 pm
דורך יאצמעך
כא כא כא האט געשריבן:פארוואס ארבעט שוין נישט קיין איין קליפ?

מסתם צוליב די גרויס טרעפיק, קען איינער איבער לייגן די דראפ באקס קליפס?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:54 pm
דורך צל עובר
הצדיק האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:טראמפ וועט אריין גיין אין היסטאריע אלץ אן אידן פריינט

שכח מר פרעזידענט



Wow can't believe


יא דער איז דא פאר די אידן. :P

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:56 pm
דורך קדוש ונורא
מען האלט אינמיטן די ריקודין און קרוינהייטס, די עולם טאנצט לעבעדיג
He is staying in CH overnight, will Daven with Rebbe's Minyan Shachris.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:59 pm
דורך מר. גרין
שווערע טויזענטע משתתפים אין בארא פארק ביי זיין טאטעס הויז 15 -55
אלע גאסן ארום זענען אפגעשפארט
ר שלום מרדכי מיט ר׳ לייביש יעצט אויפגעטרויטן
והעיר בארא פארק צהלה ושמחה

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:01 am
דורך כל מקדש
Naftule האט געשריבן:כ'בין געווען פריער אויף 14 עוו. איך שפיר ווי ס'געווען עפעס וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אזא מראה ממש נישט צום באשרייבן. אינג און אלט יעדע מין יעדע סארט.. חסיד, ישיביש, מיט א היט, קוים א קאפעל, לאנגע בארד, קיינמאל קיין בארד געהאט, חסידישע אינגלעך מיט אלטע אידן יעדער טאנצט און זינגט. אזוי ספאנטעניעס אן קיינע פלענער.

אינצווישן רוקט זיך אן איינער מיט ספיקערס און הייבט אן מוזיק , די געזאנג פון יעדן שרייט אים איבער מ'טאנצט ווייל סטאנצט זיך דער עולם איז נישט דא יעדער שרייט די ווערטער ארויס מיט'ן מויל. יעדער איז איז הויעך קיינער וויל נישט אפלאזן. נאך אזאנס נישט געווען.
ווען מ'קען דאס ווען האבן מער אפט הוי!

I just left CH no words what's going over there

ברגשי גיל ושמחה בשיר וקול תודה

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:01 am
דורך מומחה יוחס
הללו את ד' כל גוים שבחוהו כל האומים כי גבר עלינו חסדו ואמת ד' לעולם הללוקה
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו וכו' וכו'

טרערן פין שמחה איז מיר געקומען אין די אויגן היינט - איך האב עכט געוויינט א לאנגע צייט נישט געקענט זיך צוזאם נעמען אין צוקומען צו זיך
אזא בשורה טובה אזא גוטע נייעס - איך קען מיר נאכאלס נישט צוריק קומען צו זיך

אזוי פיל תפילות האבן מיר געדאווענט פאר איהם טייכן טרערן האבן מיר פארגאסן פאר איהם אין דא ענדליך איז ער שוין ב''ה ב-א-פ-ר-י-י-ט אין נאך אויך אויף א אומגעראכטענע אופן
מי פילל ומי מילל כזאת - חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

עס טאנצט זיך פין זיך אליינ'ס ב''ה
לאמיר אלע שרייען ער גייט ער איז באפרייט....

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:02 am
דורך א גראם מיט טעם
אין לעיקוואד איז פריער געווען מוזיק און טענץ ביי סיגאל סקווער

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:02 am
דורך תן חיוך
א סתירה צווישן קדוש און מר. גרין
ב״פ אדער ביי די רבי?

בארא פארק

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:03 am
דורך מר. גרין
די טאג הייבט זיך ערשט יעצט אן אין בארא פארק
מזונגט יעצט די ליבאוויטשע צמאה לך נפשי בתופים ובמחולות ארום די גאסן פון זיין טאטעס הויז

שלום מרדכי איז ארויפגעפאלן אויפן טאטען און געשריגען ברוך מתיר אסירים

ער נעמט יעצט שלום ביי די צענדליגע טויזענטע באטייליגטע

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:05 am
דורך א גראם מיט טעם
הטוב הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך...
מיינע הרגשים:
viewtopic.php?p=1575131#p1575131

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:07 am
דורך צל עובר
איך זעה דא אפאר אידן רעדן ווען משיח וועט קומען,

איך טראכט סא עקסטרע באונעס חסד ה' צו דערוועקן אז פונקט אזוי וועט משיח קומען עני טאג עני מינוט

בא"י אמ"ה שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם "בזמן הזה "

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:07 am
דורך יאצמעך
מר׳ גרין, אפשר שטעלסטו ארויף קליפס פון דארט פאר די יושבי אייוועלט וואס געפונען זיך נישט אין ב״פ?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:08 am
דורך מונאוויטש
טעם וריח האט געשריבן:
רץ כצבי האט געשריבן:דער זעלבער באשעפער ווואס האט אים באפרייט, האט דעמאכט די מוראדיגע שריפה די וואך, עס איז זיכער נישט קיין פערצאפעל, פשוט אונז צי לערנען אז אלעס האט א חשבון, כשם שמברך על הטוב, כך מברך על ....

רבוש״ע זעסטאך אליין ווען די טוסט גוטס פאר אידן טאנץ יעדע איינער און מדאנקט דיך! זיי שוין טאקע משפיע אייביג נאר חסדים וועסטו זעהן דיין ליבן פאלק ישראל וועט זיין צו דיר נאנט!

הטוב כי לא כלו רחמיך. השי"ת איז משפיע חסדים יעדע מינוט און יעדע שעה; מען ברויך עס נאר וועלן זעהן!

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:08 am
דורך מר. גרין
תן חיוך האט געשריבן:א סתירה צווישן קדוש און מר. גרין
ב״פ אדער ביי די רבי?

פרעג נישט קיין קשיות
ער איז יעצט ביי 15 55
עס איז ששון ושמחה
ווערט צו קומען פון איבעראל

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:10 am
דורך קיווי סטראבערי
בילדער בילדער ביטע!!!

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:10 am
דורך ראפאט קראמפלי
פעינטער האט געשריבן:ווי מ'גייט, ווי מ'שטייט יעדער טאנצט!
יעדער איז פרייליך!
יעדער איד איז פיהל מיט שמחה און פרייד!!
א גרויסע נס!! א נס נצחון און די רשעים!
ברוך מתיר אסורים!
און א צייט ווען קיינער האט נישט גע'חלומט פון דעם!

רבותי! אין בן דוד בא אלא בהיסח הדעת, עס איז א פאסיגע צייט זיך צו פארשטעלן ווי אזוי וועט אויסקיקען במהרה בימינו בביאת משיח!!

עס כאפט א פחד!

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:10 am
דורך תן חיוך
מר. גרין האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:א סתירה צווישן קדוש און מר. גרין
ב״פ אדער ביי די רבי?

פרעג נישט קיין קשיות
ער איז יעצט ביי 15 55
עס איז ששון ושמחה
ווערט צו קומען פון איבעראל

יש״כ... אן דע וועי

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:12 am
דורך צל עובר
דער גוי סענעטאר העטש (וועם די ווייט האוז דערמאנט אין די פרעס רעליס) טוויט אז דאס איז א ריעל חנוכה מיריקעל,

דאס מיינט כל "גוים " כי גבר עלינו חסדו.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 12:16 am
דורך זאכליך
מילך קאהן זינגט אין 770.