נס חנוכה תשע"ח: ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין באפרייט ב"ה!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:46 pm

shalsheles האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זיין לויער, זיין פאטער און קינדער זענען געווען

וועלכע לויער? אפעל?

כ׳מיין ס׳איז נעיט לאווין
בלעק לייווס מערדער.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

בעת השמחה הגדולה זייט אייך משתתף

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:47 pm


פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:50 pm

ממש אזוי האט געשריבן:פאר ווער עס געדענקט דא אין אשכול, האביך געווארענט איבער די עקסטרעם שמחה-ענערדזשי-עקסייטמענט פון רבי שלום מרדכי. ס׳נישט פשוט. סקומט נישט אזוי. א מענטש איז א מענטש. און מען ברויך היטן אויפן געזונט. לדעתי האט ער נישט געטארט דאס טוהן. דער אייבשטער זאל אים היטן.


זיצן 8 יאר אין תפיסה איז א טראומע פון וועלכע עס דויערט געווענטליך א לאנגע צייט זיך צו ערהוילן. כ'מיין אז עס איז דא א גאנצע פראגראם פון די רעגירונג צוגעשטעלט ספעציעל פאר דעם אז מען זאל זיך קענען צוביסלעך צוגעוואוינן צוריק צום פרייען לעבן און פטור ווערן פון די תפיסה קאשמארן.
דא ביי אונזער פאל וועט די אויסערגעווענליכע שמחה, טענץ, די באזוכן, די טראסק וכו' העלפן אז ער זאל זיך אסאך שנעלער קענען צוריקשטעלן אויפן פלאץ און ס'וועט איהם תיכף אוועקנעמען די קאשמארן.
לעצט פאראכטן דורך פ' לך לך אום זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

תגובהדורך טוב ליהודים » זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:53 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:נעכטן ביינאט אויף זאב ברענען האט ער ארויפגעברענגט ר' שלום מרדכי'ס שוואגער, ר' יוהשע באלקאני אורומצושמועסן די געוואלדיגע באפרייענוג, און וואס ס'האט זיך אפגעטוהן אינטער די קוליסן.

איך וועל דא אראפברענגן אפאר אינטערסאנטע דעטאלן וואס ער האט פארציילט דארט.

קודם כל ברענגט ער שטארק ארויס א סאטמאר איז געווען די זאך. זיי זענען געווען די וואס האבן געברענגט די ישועה.

חב"ד איז אויך געווען אקטיוו (מער אין די לעצטע פאר יאהר ווי ביים אנהייב).

אל"ף איז נישט געווען אינוואלווד. זיי האבן נאך קיינמאל נישט ארויסגענומען קיינעם פון תפיסה.

.

להתוודע ולהגלות:
א)
שקר וכזב "אלף אינסטוט" איז געווען פון די שטערקסטע אינוואלווד צוברענגן די פארדאן - ואין המצוה נקראת.... אלא על שם גומרו.. טראמפס טשיף אוו סטעף קעלי - איז ווי באוואוסט אן געוועזענע גענעראל און כדי אים צוהאבן אן באערד איז נאר צושטאנד געקומען דורך - אלף אינסטוט--- וואס פון זייער שטארקע ארבעט אין די ארמיי האבן זיי געהאט א קשר מיט אים, און דאס איז געווען פון די גרעסטע געווינסן צו האבן אן אחיזה אויפן פרעזידענט.. און מיר האבן שוי צופיל גערעדט.. זיי האבן נאך אסאך אסאך פארשידענע מאסיווע זאכן געטוען צוצהעלפן די באגנאדינוג...וואס מקען נישט באשרייבן...

ב)
צו אזוי אוועקמאכן "אלף"...אלץ איינער וואס גייט אביסעל ארום אין תפיסות באזוכן, און רעדענדיג מיט יושבי חושך וצלמות.... וויל איך זאגן אז: אויב איינער טוט עפעס אין תפיסות איז "אלף" (און יא "דרור" טו א געוואלד אויך)... אבער עס האט מיר געקאסט א לאך און א וויין צוזעהן ווי פארשידענע אזוי גערופענע... דעקלערן אז זיי גיבן 400 פאר די ארעסטירטע... ווען בפועל איז נישט מעגליך צוניצן מער ווי 50 א וואך (און איז יעצט ארויף צו $75) און קיין איינער פון די פארשוינען ווי מיר גייען האבן אמאל געהערט פון די ארגענעזאציעס....
אבער "אלף" און "דרור" טוען א געוואלד און שוין געהאלפן 100טע אחב"י היושבים בצרה ובשבי'. און עס איז א חרפה ובושה אז דער זאל זיי אראפרייסן אז זיי האבן גארנישט געטוען - ווי מיר ווייסן פון גרויסע עסקנים וואס זענען געווען בעובי הקורה ממש, אז יא "אלף" האט מער וויניגער צושטאנד געברענגט "די פיינעל פארדאן"... יא מיר געבן קרעדיט פאר יעדן עסקן וואס
האט צוגעהאלפן - יעדער האט א חלק שוה בשוה אין די געוואלדיגע ארבעט... אבער די מציאות הדברים ווער סהאט געהאמערט און גערעדט מיט די פאלאטישאנס אין וויסן הויז וכו', יא איז אלף געווען אינוואלוד בפועל...
דאס איז חוץ וואס צבי ביארסקי - פון אלף האט פאקטישט אויפגעטרעט פאר 7 יאר צוריק ביי אסאך פון די "הצלת רובאשקין" קאמפיינס...

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:57 pm

איך געדענק אז ביי עסטערייכער איז אויך געווען אלף אינוואלווד מיט'ן ברענגן דעם עקטער שאן פען

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג דעצמבער 24, 2017 3:59 pm

טוב ליהודים האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:נעכטן ביינאט אויף זאב ברענען האט ער ארויפגעברענגט ר' שלום מרדכי'ס שוואגער, ר' יוהשע באלקאני אורומצושמועסן די געוואלדיגע באפרייענוג, און וואס ס'האט זיך אפגעטוהן אינטער די קוליסן.

איך וועל דא אראפברענגן אפאר אינטערסאנטע דעטאלן וואס ער האט פארציילט דארט.

קודם כל ברענגט ער שטארק ארויס א סאטמאר איז געווען די זאך. זיי זענען געווען די וואס האבן געברענגט די ישועה.

חב"ד איז אויך געווען אקטיוו (מער אין די לעצטע פאר יאהר ווי ביים אנהייב).

אל"ף איז נישט געווען אינוואלווד. זיי האבן נאך קיינמאל נישט ארויסגענומען קיינעם פון תפיסה.

.

בפועל איז נישט מעגליך צוניצן מער ווי 50 א וואך (און איז יעצט ארויף צו $75) ....
אבער "אלף" און "דרור" טוען א געוואלד און שוין געהאלפן 100טע אחב"י היושבים בצרה ובשבי'. און עס איז א חרפה ובושה אז דער זאל זיי אראפרייסן אז זיי האבן גארנישט געטוען - ווי מיר ווייסן פון גרויסע עסקנים וואס זענען געווען בעובי הקורה ממש, אז יא "אלף" האט מער וויניגער צושטאנד געברענגט "די פיינעל פארדאן"... יא מיר געבן קרעדיט פאר יעדן עסקן וואס
האט צוגעהאלפן - יעדער האט א חלק שוה בשוה אין די געוואלדיגע ארבעט... אבער די מציאות הדברים ווער סהאט געהאמערט און גערעדט מיט די פאלאטישאנס אין וויסן הויז וכו', יא איז אלף געווען אינוואלוד בפועל...
דאס איז חוץ וואס צבי ביארסקי - פון אלף האט פאקטישט אויפגעטרעט פאר 7 יאר צוריק ביי אסאך פון די "הצלת רובאשקין" קאמפיינס...


קוקט אויס איר האט נישט פרובירט שיקן געלט פאר איינעם אין טורמע
מען קען שיקן מער, און עס איז נישט פארהאן א לימיט וויפיל צו ניצן יעדע וואך, נאר אויף עסן איז דא א סכום וויפיל מען קען האבן וועכנטליך.

אוועטאר
think so
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 9:52 pm

תגובהדורך think so » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:01 pm

אוהב ציון האט געשריבן:
גיוס בנות האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נו, קען שוין איינער ביטע לייגן אויף דראפבאקס ווי ר' שלו' מרדכי קומט צו די חתונה פון ר' אברהם מאיר שווארץ?!


https://www.dropbox.com/s/pkfi2orhlzfgg ... 8.mp4?dl=0



ווערט געזעהן ר' ליפא מייזעלס (וואס באקומט נישט זיין פארדינטן קרעדיט) וואס טוט מורא'דיג אסאך פאר אסירי אחינו בני ישראל און איז עומד בראש פון די אלע זינגערס און ענטערטעינערס וואס פארן אראפ אין תפיסה מחזק צו זיין די אסירים.
...the people that invented the internet never would got around doing it had they had the internet

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:03 pm

think so האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:
גיוס בנות האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נו, קען שוין איינער ביטע לייגן אויף דראפבאקס ווי ר' שלו' מרדכי קומט צו די חתונה פון ר' אברהם מאיר שווארץ?!


https://www.dropbox.com/s/pkfi2orhlzfgg ... 8.mp4?dl=0



ווערט געזעהן ר' ליפא מייזעלס (וואס באקומט נישט זיין פארדינטן קרעדיט) וואס טוט מורא'דיג אסאך פאר אסירי אחינו בני ישראל און איז עומד בראש פון די אלע זינגערס און ענטערטעינערס וואס פארן אראפ אין תפיסה מחזק צו זיין די אסירים.

אויף קולמע האט מען אסאך גערעדט פון אים

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:05 pm

ר׳ שלום מרדכי ראבאשקין ביים באזיכן כ״ק אדמו״ר מ׳סאטמאר שליט״א
https://drive.google.com/open?id=1lxTe5 ... 5Y27mi2_17

https://drive.google.com/open?id=1O5SV5 ... mmOM5BdnVr
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:15 pm

ביי זיין אינטערוויו אויף קול סאטמאר רעדט ער ווערן ר' מרדכי יצחק סאמט און שלו' ווייס, זיצען זיי אין די זעלבע טורמע?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:27 pm

לחם לשובע האט געשריבן:ביי זיין אינטערוויו אויף קול סאטמאר רעדט ער ווערן ר' מרדכי יצחק סאמט און שלו' ווייס, זיצען זיי אין די זעלבע טורמע?


יאפ

גראדע ר' מרדכי יצחק זיצט יעצט אין א אנדערע תפיסה

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:35 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
באלקאני האט פארציילט אז יארן צוריק ביים באזוכן אין אייוא ביים שוואגער ר' שלום מרדכי, האט ער געזען אז שבת איז ער און די בני בית געשלאפן געשלאפן אויף'ן קאוטש. ווייל די 8 בעדרום'ס זענען געווען איבערגעפילט מיט געסט!!! און באלקאני זאגט אז דאס איז נישט געווען איין מאל און נישט צוויי און נישט 10. נאר איבער הונדערט מאל!!!
אזוי איז געוטען די הכנסת אורחים און גוטהארציגקייט דארט אין שטוב.

שלום מרדכיז ברודער משה איז דער זעלבער זאך
אין חודש תשרי גיט ער אוועק זיין שטוב מיט זיין אייגען בעדרום צו אורחים וואס קומען צופארן צו קראון הייטס פאר תשרי

מוראדיק בעל מכניסי אורחים

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:37 pm

איז דא עפעס וואס מקען טוען לטובת ר מרדכי יצחק?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:41 pm

balkishron האט געשריבן:איז דא עפעס וואס מקען טוען לטובת ר מרדכי יצחק?

שוין פארגעסן?!

אמונה
בטחון
גאולה

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:45 pm

balkishron האט געשריבן:איז דא עפעס וואס מקען טוען לטובת ר מרדכי יצחק?

תפילה, א ב ג, שיקען א דאנק בריף פארן פרעזידענט, און מחזק זיין די עסקנים וואס טיען אין השתדלות צו ענדיגען און פארגרינגען שטראפען פאר אזעלכע קריימס

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:45 pm

balkishron האט געשריבן:איז דא עפעס וואס מקען טוען לטובת ר מרדכי יצחק?

אפאר קאפיטלעך תהילים

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:47 pm

balkishron האט געשריבן:איז דא עפעס וואס מקען טוען לטובת ר מרדכי יצחק?

דו קענסט נאר מתפלל זיין, דאס איז די בעסטע עצה, די עסקנים טועהן האפענטליך די גוטע השתדלות, אזוינע קעיסעס איז זייער סענסעטיוו, און עס טאר נישט זיין אן פאבליק.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:50 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זיין לויער, זיין פאטער און קינדער זענען געווען

וועלכע לויער? אפעל?

כ׳מיין ס׳איז נעיט לאווין

איך מיין אז עס איז ניט נאט לואין יעצט באגלייט עם דער לויער אפעל
ער ווערט געזען אין בילד ביים סטמר רבין ער האט גערעו אין 770 נעכטן ביינעכט

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:54 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זיין לויער, זיין פאטער און קינדער זענען געווען

וועלכע לויער? אפעל?

כ׳מיין ס׳איז נעיט לאווין


אפעל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:55 pm

balkishron האט געשריבן:איז דא עפעס וואס מקען טוען לטובת ר מרדכי יצחק?


גיי דא https://donorbox.org/chanuka-gelt

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:02 pm

יעצט ביים ציון

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:05 pm

איך וואלט גע'עצה'ט שלום מרדכי אז ער זאל ווי פריער גיין פאר א חודש לאנגע שטילע וואקאציע, און ער זאל דערנאך נעלם ווערן פון פובליסטי.

מען האט שוין געזינגען, געוויינט, געטאנצן, געלאכט, עס איז צייט צו שליסן די קאפיטל און אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי, עס איז בעסער פאר'ן אים און פארן ציבור אז די נושא זאל אראפגיין פונעם סדר היום.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:09 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך וואלט גע'עצה'ט שלום מרדכי אז ער זאל ווי פריער גיין פאר א חודש לאנגע שטילע וואקאציע, און ער זאל דערנאך נעלם ווערן פון פובליסטי.

מען האט שוין געזינגען, געוויינט, געטאנצן, געלאכט, עס איז צייט צו שליסן די קאפיטל און אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי, עס איז בעסער פאר'ן אים און פארן ציבור אז די נושא זאל אראפגיין פונעם סדר היום.


איר האט א גאר גרויסן טעות

ער גייט ארום גיין רעדן אין ישיבות , דינערס און ווי נישט רעדן פטן אמונה און בטחון

ער האט זיך אפגעריט פאר 8 יאר יעצט איז ער צוריק דא פאר אונז צו פארשפרייטן אמונה

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:09 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך וואלט גע'עצה'ט שלום מרדכי אז ער זאל ווי פריער גיין פאר א חודש לאנגע שטילע וואקאציע, און ער זאל דערנאך נעלם ווערן פון פובליסטי.

מען האט שוין געזינגען, געוויינט, געטאנצן, געלאכט, עס איז צייט צו שליסן די קאפיטל און אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי, עס איז בעסער פאר'ן אים און פארן ציבור אז די נושא זאל אראפגיין פונעם סדר היום.

פארשטייסט נישט, ער פארט ארום זיכן א דזשאב
בלעק לייווס מערדער.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:10 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך וואלט גע'עצה'ט שלום מרדכי אז ער זאל ווי פריער גיין פאר א חודש לאנגע שטילע וואקאציע, און ער זאל דערנאך נעלם ווערן פון פובליסטי.

מען האט שוין געזינגען, געוויינט, געטאנצן, געלאכט, עס איז צייט צו שליסן די קאפיטל און אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי, עס איז בעסער פאר'ן אים און פארן ציבור אז די נושא זאל אראפגיין פונעם סדר היום.

8 יאר האט ער געהאט א שליחות מיסיע אין טורמע
די רעסט אוף זיין לעבן וועט ער אויספירן שליחות אין סקווער, סאטמאר, פאפא, בעלזא וכו'


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, PetalBot, אזוי גאר!, בעסער אזוי, דריידל, מיכאלבאחת און 29 געסט