נס חנוכה תשע"ח: ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין באפרייט ב"ה!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:16 am

זבחי צדק האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:פלאנט הרב רובאשקין נאך צו קומען קיין וויליאמסבורג - צו א קבלת פנים?

איך האב נאכנישט זוכה געוועהן צו טאנצען מיט איהם אין זיך מיט פרייען אין זוכה זיין צו שלום געבן

מיר דארפן אויך מאכן א גרויסע קבלת פנים..

הלואי זאל מיר איינער קענען מסביר מיט פשוט אידישע ווערטער די פשט פון טאנצען אין די גאסן וואו ער גייט, געבן די הענט וואו אימער ער וואקט. ער איז עפעס געווארן א חאחאם פון איין רגע צום צווייטן..

קוק וואס איך האב דא געשריבען, אויב ער האט אזוי מקדש שם שמים געווען, מעג ער זיין א חאכאם, איך וואלט איהם אפילו געגעבן א קוויטעל, א איד מיט אזא ביטחון איז ביי מיר חשוב'ער פון פול רבי'ס.

אגב, ער פירט שוין מעט א גאנצע רבי'סטיווע, א שאד ער איז א חב"ד'סקער, וואלט ער ווען געווען א סאטמאר'ער, וואלט ער זיך שוין געקענט רופאן די אויטאסווילע'ר רבי...

אויב איינער געדענקט נאך דא
האט מען די זעלבע זאך געטוהן ביי הרה"צ ר' משה לייזער זיגלמאן שליט"א, הגם נישט געטאנצן אין די גאסן, אבער געקושט די הענט און געקוויטלט אינגרויסן

ווייט ווייט פון די יעצטיגע מצב
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:23 am

געהאט די זכיה צו האלטען און ליינען די original לעצטע בריוו וואס ר׳ שלום מרדכי האט געשריבען זאת חנוכה

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:24 am

פיצי קעפעלע האט געשריבן:געהאט די זכיה צו האלטען און ליינען די original לעצטע בריוו וואס ר׳ שלום מרדכי האט געשריבען זאת חנוכה


די זכות זאל דיר ביישטיין
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:24 am

זבחי צדק האט געשריבן:אויב איינער געדענקט נאך דא
האט מען די זעלבע זאך געטוהן ביי הרה"צ ר' משה לייזער זיגלמאן שליט"א, הגם נישט געטאנצן אין די גאסן, אבער געקושט די הענט און געקוויטלט אינגרויסן

רב זיגעלמאן איז געווען א הירא פאר נישט וועלן מסר'ן א צווייטע איד

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:32 am

לא לנו האט געשריבן:הערב התקיים מעמד הודאה מרוגש בבית העסקן ר' יואל שוורץ ממנרו לשחרורו של הרב שלום מרדכי רובשקין, בה השתתף אביו של ר' יואל, הגרא"ש שוורץ שליט"א בעל ניצוצי אש, שגם דרש לכבוד המעמד

?Is there any videoes of R Elimielech there , or atleast audieo

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:36 am

אלץ א סאטמארע לאמיר ארויסגעבען מיין סאטמארישקייט.

ס'איז א שמחה אין שטאט 'מהאט מאחד געווען כלל ישראל' ' "אחדות אחדות אחדות"

ווילן מיר פרעגן, קומט אויס אז די חת''ס ותלמידיו אדער די הגר''א צו סאטמארע רב ז''ל האבן מחלק געווען כלל ישראל? ר''ל מהי דעתה.

סאטמארע רבי ז''ל פלעגט זאגען מ'דארף זיין גוט צו יעדן איד אבער נישט גוט מיט יעדן איד.

טאנצן מיט אידן וואס טראגען פענער וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ווער זאגט אז ס'איז אזא גוטע זאך , ויש להאריך יותר.
לעצט פאראכטן דורך יום אחד אום מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
בלעקבארד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

תגובהדורך בלעקבארד » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:36 am

is there any place where we can still donate for the costs of the Rubashkin defense and liberation fund?

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:43 am

יום אחד האט געשריבן:אלץ א סאטמארע לאמיר ארויסגעבען מיין סאטמארישקייט.

ס'איז א שמחה אין שטאט 'מהאט מאחד געווען כלל ישראל' ' "אחדות אחדות אחדות"

ווילן מיר פרעגן, קומט אויס אז די חת''ס ותלמידיו אדער די הגר''א צו סאטמארע רב ז''ל האבן מחלק געווען כלל ישראל? ר''ל מהי דעתה.

סאטמארע רבי ז''ל פלעגט זאגען מ'דארף זיין גוט צו ידען איד אבער נישט גוט מיט יעדן איד.

טאנצן מיט אידן וואס טראגען פענער וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ווער זאגט אז ס'איז אזא גוטע זאך , ויש להאריך יותר.

מאחד כלל ישראל האט דער קל מבשר
ויש להאריך יותר

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:43 am

[quoteאיך ="יום אחד"]אלץ א סאטמארע לאמיר ארויסגעבען מיין סאטמארישקייט.

ס'איז א שמחה אין שטאט 'מהאט מאחד געווען כלל ישראל' ' "אחדות אחדות אחדות"

ווילן מיר פרעגן, קומט אויס אז די חת''ס ותלמידיו אדער די הגר''א צו סאטמארע רב ז''ל האבן מחלק געווען כלל ישראל? ר''ל מהי דעתה.

סאטמארע רבי ז''ל פלעגט זאגען מ'דארף זיין גוט צו ידען איד אבער נישט גוט מיט יעדן איד.

טאנצן מיט אידן וואס טראגען פענער וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ווער זאגט אז ס'איז אזא גוטע זאך , ויש להאריך יותר.[/quote]
ביזטו זיכער אז דיין תגובה קומט אריין אין דעם אשכול???

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:44 am

איסר האטלקי האט געשריבן:געלעגער, נישט פון דיר האב איך ערווארטערט אזא מאדנע תגובה. עס פאסט מער פאר... ווייסט וועם איך מיין....

אןיף אזא נס איז ווערד צו טאנצן פאר עטליכע וואכן. טאנצן אליין קוק איך דאך אויס משוגע, איז כאטש מיט אים....

איך זוך דא צו בלאפן? איך זוך צו פארשטיין. דער איד אעז געזעצן אין תפיסה און מיט אן אויסטערלישע אמונה געווארט יעדן טאג אויף זיין באפרייאונג. די טאג איז אנגעקומען און למעלה מדרך הטבע איז ער ארויס. א מורא׳דיגע שמחה! יעצט וואס? פאר די נעקסטע פאר וואכן וואו ער גייט גיין גייט ער ווערן באגלייט מיט מוזיק? מ׳גייט זיך שטופן אים צו זעהן? פארוואס?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:47 am

געלעגער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:געלעגער, נישט פון דיר האב איך ערווארטערט אזא מאדנע תגובה. עס פאסט מער פאר... ווייסט וועם איך מיין....

אןיף אזא נס איז ווערד צו טאנצן פאר עטליכע וואכן. טאנצן אליין קוק איך דאך אויס משוגע, איז כאטש מיט אים....

איך זוך דא צו בלאפן? איך זוך צו פארשטיין. דער איד אעז געזעצן אין תפיסה און מיט אן אויסטערלישע אמונה געווארט יעדן טאג אויף זיין באפרייאונג. די טאג איז אנגעקומען און למעלה מדרך הטבע איז ער ארויס. א מורא׳דיגע שמחה! יעצט וואס? פאר די נעקסטע פאר וואכן וואו ער גייט גיין גייט ער ווערן באגלייט מיט מוזיק? מ׳גייט זיך שטופן אים צו זעהן? פארוואס?

יא מען גייט אפגעבן דעם גרעסטן מאס כבוד פאר דעם אמונה העלד און אידישקייט געליטענער און מקדש שם שמים ברבים. און איינוועגס אויסגעבן די ווייטאגליכע געפילן וואס זענען געווען אנגעלייגט אויפן הארץ די לעצטע אכט יאר ביי כלל ישראל דורך טאנצן און שפרינגען מיט ר' שלו"ם.

דאס איז קלאר, ווי גרויס די צער איז געווען ביז היינט אלס גרעסער איז די שמחה היינט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:47 am

פאטאקי08 האט געשריבן:cool גמטריאה
שלום מרדכי רובאשקין 1319
ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו 1319

איינער אין אישי:
גאולה זאת חנוכה תשעח 1320

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:49 am

יום אחד האט געשריבן:אלץ א סאטמארע לאמיר ארויסגעבען מיין סאטמארישקייט.

ס'איז א שמחה אין שטאט 'מהאט מאחד געווען כלל ישראל' ' "אחדות אחדות אחדות"

ווילן מיר פרעגן, קומט אויס אז די חת''ס ותלמידיו אדער די הגר''א צו סאטמארע רב ז''ל האבן מחלק געווען כלל ישראל? ר''ל מהי דעתה.

סאטמארע רבי ז''ל פלעגט זאגען מ'דארף זיין גוט צו ידען איד אבער נישט גוט מיט יעדן איד.

טאנצן מיט אידן וואס טראגען פענער וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ווער זאגט אז ס'איז אזא גוטע זאך , ויש להאריך יותר.


איך בין מחולק מיט דיין סטעיטמענט (איך ווייס, אז די זאגסט עס נאך פון סאטמאר רב, אבער איך בין נישט זיכער אז ער האט עס טאקע געזאגט). מ'דארף זיין גוט מיט יעדע איד און ס'איז קיין שום פראבלעם צו טאנצן מיט יעדע איד. אדרבה, דאס איז מרבה אהבת ישראל. אבער וואס קרענקט מיר יא איז דאס נוצן די ווארט אחדות ווען באותו זמן זיכט יעדער ארויסצוהייבן די ארבעט וואס מענטשן פון זיין פארטיי האבן אלץ געטון להצלת רובאשקין.

דאס אז יעדער האט זיך געפרייט מיט שלום מרדכי'ס באפרייאונג איז פשוט א אידישע מידה פון רחמנים וגומלי חסדים. ס'האט יעדעם וויי געטון אז א איד איז אין תפיסה און נאך דערצו אז ער האט באקומען אזא הארבע שטראף בלויז ווייל ער איז א איד. ס'איז נאטירליך אז ווען מ'איז זיך משתתף בצער וועט מען זיך מיטפרייען בעת שמחה.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:51 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:cool גמטריאה
שלום מרדכי רובאשקין 1319
ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו 1319

איינער אין אישי:
גאולה זאת חנוכה תשעח 1320


א שאד ער איז נישט באפרייט געווארן זאת חנוכה תשע"ז, די גימטריא וואלט בעסער געשטימט

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:00 am

דריידל האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:אלץ א סאטמארע לאמיר ארויסגעבען מיין סאטמארישקייט.

ס'איז א שמחה אין שטאט 'מהאט מאחד געווען כלל ישראל' ' "אחדות אחדות אחדות"

ווילן מיר פרעגן, קומט אויס אז די חת''ס ותלמידיו אדער די הגר''א צו סאטמארע רב ז''ל האבן מחלק געווען כלל ישראל? ר''ל מהי דעתה.

סאטמארע רבי ז''ל פלעגט זאגען מ'דארף זיין גוט צו ידען איד אבער נישט גוט מיט יעדן איד.

טאנצן מיט אידן וואס טראגען פענער וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ווער זאגט אז ס'איז אזא גוטע זאך , ויש להאריך יותר.


איך בין מחולק מיט דיין סטעיטמענט (איך ווייס, אז די זאגסט עס נאך פון סאטמאר רב, אבער איך בין נישט זיכער אז ער האט עס טאקע געזאגט). מ'דארף זיין גוט מיט יעדע איד און ס'איז קיין שום פראבלעם צו טאנצן מיט יעדע איד. אדרבה, דאס איז מרבה אהבת ישראל. אבער וואס קרענקט מיר יא איז דאס נוצן די ווארט אחדות ווען באותו זמן זיכט יעדער ארויסצוהייבן די ארבעט וואס מענטשן פון זיין פארטיי האבן אלץ געטון להצלת רובאשקין.

דאס אז יעדער האט זיך געפרייט מיט שלום מרדכי'ס באפרייאונג איז פשוט א אידישע מידה פון רחמנים וגומלי חסדים. ס'האט יעדעם וויי געטון אז א איד איז אין תפיסה און נאך דערצו אז ער האט באקומען אזא הארבע שטראף בלויז ווייל ער איז א איד. ס'איז נאטירליך אז ווען מ'איז זיך משתתף בצער וועט מען זיך מיטפרייען בעת שמחה.


אוודאי דארף און יעדער האט זיך געפרייט מיט שלום מרדכי'ס באפרייאונג און אוודאי איז קיין שום פראבלעם צו טאנצן מיט יעדע איד (?) די פוינט איז וואס קרענקט מיר יא איז דאס נוצן די ווארט אחדות ווען באותו זמן ברעכט מען גדרי הראשונים.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:01 am

ביטע אפשטעלן די סאטמארע שמועס.
א דאנק

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:17 am

דריידל האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:cool גמטריאה
שלום מרדכי רובאשקין 1319
ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו 1319

איינער אין אישי:
גאולה זאת חנוכה תשעח 1320


א שאד ער איז נישט באפרייט געווארן זאת חנוכה תשע"ז, די גימטריא וואלט בעסער געשטימט

גוט גוט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:28 am

אויף קול מבשר 114 איז דא גאר א אינטערסאנטע דורך שמעון ראלניצקי. אסאך דעטאלן פון אונטער די קוליסן.

נאכדעם וואס איך האב געברענגט נעכטן די ווערטער פון באלקאני, שפיר איך פאר וויכטיג נאכצוברענגן דעם אינטערוויא. אפשר שפעטער וועל איך ברענגן אוסצוגן.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:43 am

מעשי ידי להתפאר
צוגעלייגטע
IMG-20171225-WA0003.jpg
IMG-20171225-WA0003.jpg (147.37 KiB) געזעהן 1589 מאל

משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:46 am

געהערט דעם אינטערוויא אויף ק"מ מיט הרב באלקאני ער זעהט אויס נישט מיט אונז געהעריג.. איך זעה ווערטלאז נאכצוברענגען פון אים

קורצע אויסצוגן און סך הכל פונעם שמיעס

בעיסיקלי די גאנצע זאך איז זיין קרעדיט אבער קאמפליטלי אוודאי אסאך האבן צוגעהאלפן מיט תהילים און פארשידנס אבער ער האט עפעס גאר נאענטע קאנעקשנס און ווייסע הויז ספעציעל האט ער עפעס א ידיד וואס רעדט מיטן פרעזידענט צענדליגער מאל א טאג אויפן טעלעפאון וכו וכו

און לויף פון זיין קאריער האט ער שוין באפרייט 44 אידן פון תפיסה א גרויס טייל דורך פאלאטישנס און פרעזידענטן


נאך אפאר אינטערסאנטע קרישקעלעך און ציפערן ווי למשל אז און בארא פארק האבן אפגעווארט צוועלפע ביינאכט בערך זיבן טויזענט מענטשן פלאס ארום צוויי טויזענט פרויען. ..

און סקווער האבן אפגעווארט איבער זעקס טויזענט אידן און אזוי ווייטער און ווייטער

עכ"פ נאכברענגען פון אים פרטים איבער די השתלשלות איז ווערטלאז לדעתי
איך מיין מען קען דא אויך זאגן דעם אלטן כלל ווער עס ווייסט רעדט נישט און וו ער עס רעדט ווייסט נישט

לדוגמא הרב לוי שם טוב די רב און וויישינגטאן און אזוי אויך און ווייסן הויז האט אויך געהאט אן אינטערוויא מיט הרב דרעזדנער און יעדע דיטעילד שאלה איבער די השתלשלות האט ער געזאגט איך וועל נישט ענטפערן אויף דיע פרייגע
לעצט פאראכטן דורך משה חיים פנחס אום מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:48 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:cool גמטריאה
שלום מרדכי רובאשקין 1319
ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו 1319

איינער אין אישי:
גאולה זאת חנוכה תשעח 1320


א שאד ער איז נישט באפרייט געווארן זאת חנוכה תשע"ז, די גימטריא וואלט בעסער געשטימט

גוט גוט

א שאד ער איז בכלל געזיצען

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:58 am

דריידל האט געשריבן:מעשי ידי להתפאר

פארוואס דארף איך גלייבען אז דעס איז א עכטע פיקטשער?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 12:00 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מעשי ידי להתפאר

פארוואס דארף איך גלייבען אז דעס איז א עכטע פיקטשער?

שטייט דאך קלאר מעשי ידי...

מ'דארף טאקע נישט גלייבן אז ס'איז אמת, נאר אז ס'וואלט געקענט זיין אמת.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 12:02 pm

פיין ר' דריידל!
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 12:05 pm

האסטו שוין געקענט אריין שטעלן IVELT אין די איינע פון די WINDOWS


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot, איודפיןבפ, בלי לחץ, בעל דמיון, גדי בן סיסי, מטעמים, מיכאלבאחת, נארגוטס און 29 געסט