אלעס ארום די 2018 גאווערמענט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג פאברואר 09, 2018 1:53 pm

סטעיטמענט פון רענד פאול
"When the Democrats are in power, Republicans appear to be the conservative party," Paul said at one point. "But when Republicans are in power, it seems there is no conservative party. The hypocrisy hangs in the air and chokes anyone with a sense of decency or intellectual honesty."
אוי ווי גוט ער זאגט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג פאברואר 09, 2018 1:58 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:Bottom line:

דארף מען איבערמאכן דעם קעפל אלס ׳׳מאנאטליכע׳׳ שאטדאון אדער נישט ?


סשוין געענדיקט יעצט איז שוין דא געלט פאר צוויי יאר, מיסט זע באוט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:33 pm

כאפצעם האט געשריבן:
די גאווערמענט פארשפארט זיך יעדן שני וחמישי מיטן דיעלמעיקער-וואס-וועט-מאכן-וואשינגטאן-ארבייטן אין ווייט האוז...

און די גרעסטע דורכפאל איז נאך אז מיט צוויי מיני שאטדאונס האט ער באוויזן דורכצופושן א 'פיצי' צוויי יעריגע בודזשעט, א זאך וואס איז ביי דעם מייסטערקאפ אבאמא געווען אזא קינדערשפיל אז ער - אלס עדאלט - האט עס קיינמאל נישט געטון.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:43 pm

הצדיק האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:אבער לגבי די בודזשעט זענען די רעפאבליקאנער בכלל און טראמפ אריינגעקומען גאר שוואך. זיי האבן טאקע באקומען די געלט פאר די מיליטער, אבער האבן אויך געמוזט געבן געלט פאר די ליבעראלן. דאס איז א גרויסע פראבלעם ווייל מ'מוז קריטיש וויכטיג שניידן די געלט פאר די פוילע.


עס איז געווען א אנדערע אפשאן?

לכאורה נישט. ס'מאכט אבער נישט די פראבלעם קלענער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:46 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בד"וו מיר קוקט אויס אז @וויכטיג מאכער איז דער "איינציגסטער" ניק וואס שרייבט אויף אייוועלט מיום הוסדה עד עתה, שוין 13 יאר כולם שוין לטובה.

איך מיין אז ער איז דער גרעסטער ניק, נישט נאר באיכות, נאר אויך בכמות, מיט ווייט די מערסטע קערעקטערס געשריבן.

;l;p- :!: :idea:

(תגובות איז דא וואס האבן מער)



סיניש די ערשטע טעות וואס דו האסט...

איך בין דא פונקט צען יאר... די ניק קרעמער און לכתחילה אריבער האבן ווארשיינליך מער קערעקטערס ווי מיר, און דאס איז חוץ די ניקס וואס האבן דאפעלטע אדער מערערע ניקס...


איך מיין אז איר האט מער קערעקטערס.

דאס זענט איר מודה אז פון אלע ניקס וואס דרייען זיך נאך געהעריג האט איר די מערסטע איא?

(מילער האבעך שוין לאנג נישט געזעהן)
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:46 pm

eller האט געשריבן:ביי די פאריגע שאוטדאון האבן די רופאבליקאנער געהאט די לעצטע לאך ווייל א שאון דאון איז אויס אין דאקא איז נישט דא
אבער יעצט ???
ווער קען מען זאגן האט געווינען ?
(אגב איינער געדענקט נאך פון א וואנט ערגעטץ נעבן מעקסיקא ???)
כ'מיין אז טראמפ איז ארויס די לוזער וועגן ער באקומט נישט גארנישט פאר די וואנט.
אין די דעמאקראטן זענען מייניך אויך גרויסע לוזער'ס ווייל דאקא איז אווער
ווער יא ?
כ'מיין אז די מעסיגע רופאבליקאנער וואס זיי דארפן קיין וואנט נעבן מעקסיקא און דאקא איז אויך נישטא....
בין איך גערעכט ?



נעכטן האט מיר איינער געשריבן עפעס וועגן דעם א טראמפ האט פארלוירן די שאט דאון האבעכעם דאס געענטפערט...
ווידער די לינקע, זיי פייערן זיג קעגן טראמפ יעדן טאג, ביז זיי פארלירן... סאו הו קעירס? זיי האבן געוואונען די גאנצע 2016 פארמעסט, יעדן טאג אלע פאולס, טראמפ האט נישט אויפגעהערט צו זיין א לוזער... יעדע נייעס איז געווען טראמפ די לוזער, יעדע דיבעיט, אלעס האט טראמפ פארלוירן... און אפילו די עלעקשן האט קלינטאן געוואונען... פאפולער וואוטס וכד'... אבער טראמפ איז פרעזידענט...

זינט דאן הערן זיי נישט אויף צו געווינען כמעט טעגליך... כ'געדענק ווען טראמפ האט געדארפט אביסל פאזיטיוו קאווערידזש האטער געמאכט א דיעל אז ער גייט ארבייטן מיט די דעמעקראטן, מ'האט שוין געפייערט זיג... איינער געדענקט נאך וואס די דיעל איז? די דעמעקראטן האבן געוואונען און טראמפ איז טעגליך א לוזער! ער איז געווען א לוזער ווען די דעמעקראטן האבן געשאט די גאווערמענט, און זיין סטעיט אוו די יוניאן איז געווען א דיזעסטער... אבער סאם האו הייבן זיך די פאולס פון די צוויי זאכן... און ווער געדענקט נאך די דורכפאל ווען ער האט אפגעשטופט די פעיק נוז אווארד... וואט ע"י לוזער!

די דעמעקראטן מאכן א לעבן מיט די רוסלאנד אינוועסטיגעישן, נאר געוואר צו ווערן א זיי זענען אין דיעפ טראבל... בקיצור, טראמפ איז א לוזער ווייל ער האט געוואלט די שאט דאון... ענדזשוי די געווינס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:48 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:ניין

דאקא האט נאך א חודש צו גיין. דאס צובינדן דאקא צו דעם בודזשעט איז שומער'ס אויפטו, אוו טראמפ האט דאס בשום אופן נישט געוואלט. ער האט געוואלט א בודזשעט לשם בודזשעט, און דערנאך דאקא פאר א וואנט.

די ערשטע חלק איז אים געלונגען - צוויי מאל, בעת וואס די דעמאקראטן האבן צוויי מאל גארנישט באקומען.

סאו לעת עתה גייט עס אינגאנצן עקארדינג צו טראמפ'ס פלאן, אן נאכגעבן די דעמאקראטן אן אינטש.

בלייבט נאר איבער צו זען צו ער וועט די צווייטע חלק אויך קענען דורכשטופן.



דאס איז חוץ א מעשה א פאריגעסמאל האבן זיך געוויסע דעמעקראטן געטרייסט אז אין 3 וואכן ארום קומט נאך א שאטדאון אויב אינישטא קיין דאקא... יעצט האט מענעס אפגעשטופט ביז אין 2019 אריין... וואסערע לעוורידזש האבן די דעמעקראטן יעצט?

געווינען!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:50 pm

זאכליך האט געשריבן:לגבי דאקא און וואנט שטייט טראמפ זייער גוט, ס'איז נאך דא ווייניגער ווי א חודש ביז דאקא לויפט אפ, און ווי ס'קוקט אויס גייען זיי זיך מוזן ברעכן.

און ס'איז זיי נישט געלונגען צו סטראשענען דאקא מיט די בודזשעט, ווייל יעצט איז דא א לאנג טערמיניגע בודזשעט וואס גייט זיך ציען סאך לענגער ווי די דאקא אפלויף דאטום.

אבער לגבי די בודזשעט זענען די רעפאבליקאנער בכלל און טראמפ אריינגעקומען גאר שוואך. זיי האבן טאקע באקומען די געלט פאר די מיליטער, אבער האבן אויך געמוזט געבן געלט פאר די ליבעראלן. דאס איז א גרויסע פראבלעם ווייל מ'מוז קריטיש וויכטיג שניידן די געלט פאר די פוילע.



האסט געזעהן די אמאונטס פארוואס ס'גייט? אויסער מיליטער גייטעס נאר פאר ספעסיפיק זאכן, פארטע ריקא וכד'... נישט סתם אין די וועלט אריין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:50 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
די גאווערמענט פארשפארט זיך יעדן שני וחמישי מיטן דיעלמעיקער-וואס-וועט-מאכן-וואשינגטאן-ארבייטן אין ווייט האוז...

און די גרעסטע דורכפאל איז נאך אז מיט צוויי מיני שאטדאונס האט ער באוויזן דורכצופושן א 'פיצי' צוויי יעריגע בודזשעט, א זאך וואס איז ביי דעם מייסטערקאפ אבאמא געווען אזא קינדערשפיל אז ער - אלס עדאלט - האט עס קיינמאל נישט געטון.


נאך די פאריגע שאטדאון, אויב איך געדענק גוט, אדער אן אנדערע מאל, האט מען אונטער אבאמע עטליעסט איין מאל דורגעפירט א צוויי יעריגע באדזשעט.

בד"וו א צוויי יעריגע באדזשעט איז א חסרון נישט קיין מעלה, ווייל מווייסט דאך נישט וואס וועט דעמאלטס זיין .
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:52 pm

130 ביליאן גייט יא סתם פאר דאמעסטיק ספענדינג, און מגייט אפמאכן ביז מערץ 23 וויזוי מצוטיילט עס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:56 pm

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:The government shutdown lasted 0.03 scaramuccis


;l;p- :lol:
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:56 pm

כאבעס נישט געזעהן... אבער אויב איזעס ווי דו זאגסט אי מער ווייניגער דא פאנדינג פאר די וואנט... מ'וועט איינטיילן די 150 צווישן טראמפ'ס און די דעמעקראטן'ס פרייארעטיס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:01 pm

לגבי די וואנט דאקא האלט איך ווי @eler קוקט מיר אויס אז עס גייט זיין נישט דאקא און נישט די וואנט, ימים ידברו.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:08 pm

כ'בין נייגעריג צו מ' קענעס אריינשטופן דורך ריקאנסיליעישן,יעצט אז מ'האלט נאך א בודשזעט...

אגב האט מיך איינער דערמאנט א אזוי שטילערהייט ליגט אין די בודשזעט א ריפיעל פון נאך אן אבאמאקעיר זאך... דעט פענעלס ווי מ'האטעס גערופן... די בודשזעט ריפיעלט עס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:45 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כ'בין נייגעריג צו מ' קענעס אריינשטופן דורך ריקאנסיליעישן,יעצט אז מ'האלט נאך א בודשזעט...

אגב האט מיך איינער דערמאנט א אזוי שטילערהייט ליגט אין די בודשזעט א ריפיעל פון נאך אן אבאמאקעיר זאך... דעט פענעלס ווי מ'האטעס גערופן... די בודשזעט ריפיעלט עס...


נישט דא קיין פופציג סענעטארן וואס שטיצן די וואנט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:51 pm

כ'מיין אז סיז יא דא...עט ליעסט מיט א דיעל איז זיכער דא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 4:07 pm

עס קוקט דאך נישט אויס אז עס וועט זיין א דיעל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג פאברואר 09, 2018 5:03 pm

אפילו סענעטאר באראק כוסעין אבאמא מיט סענעטארשע הילערי ראדהעם קלינטאן האבן געוועלט פאר א וואנט געציילטע יאר צוריק.

סאו באמת לאמיתו איז כמעט נישטא קיין קעגנערשאפט צו די עצם וואנט, די קעגנערשאפט איז נאר צו טראמפ, א שנאת חינם.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש פאברואר 10, 2018 8:43 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאבעס נישט געזעהן... אבער אויב איזעס ווי דו זאגסט אי מער ווייניגער דא פאנדינג פאר די וואנט... מ'וועט איינטיילן די 150 צווישן טראמפ'ס און די דעמעקראטן'ס פרייארעטיס...



די אלצטס אזוי ?

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש פאברואר 10, 2018 10:41 pm

איך בין סתם נייגעריג , דער בודזשעט געזעץ מיינט אז די גאווערמענט מוז ספענדן די געלט אדער אז זיי מעגן? צו קען דער פרעזידענט פשוט נישט נוצן די געלט וואס איז צוגעטיילט געווארן פאר זאכן אין וואס ער איז נישט אינטערעסירט?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 10, 2018 10:50 pm

זאכליך האט געשריבן:אפילו סענעטאר באראק כוסעין אבאמא מיט סענעטארשע הילערי ראדהעם קלינטאן האבן געוועלט פאר א וואנט געציילטע יאר צוריק.

סאו באמת לאמיתו איז כמעט נישטא קיין קעגנערשאפט צו די עצם וואנט, די קעגנערשאפט איז נאר צו טראמפ, א שנאת חינם.


רענד פאול איז קעגן די וואנט, לכאורה נישט משנאת טראמפ, און ער אליינס, וויבאלד אן מקעין איז נאר דא 50 רעפאבליקאנער סענעטארן קעגן 49 דעמאקראטישע, קען פאול אליינס בייגן די וואויט אין פעיוואר פון די דעמאקרעטס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 10, 2018 10:51 pm

בד"וו עס איז נישט קיין שנאת חינם.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג פאברואר 11, 2018 1:28 am

כאפצעם האט געשריבן:חחח.. לאז אפ רוביא.. סטעיבל זשיניעס דעליווערט!

באורדער קראסינגס איז שוין לאאאנג צוריק צו די גוטע צייטן...

די סטאק מארקעט איז שוין פעסט מיטן נאז אראפ זייענדיג שוין שרעקליך טייערד אוו ווינינג...

אבאמאקעיר איז וועל ענד עלייוו...

די סוואמפ איז בילדינג ביי די דעי...

מענטשן פליען ווי זאמביס פונעם הייער-די-בעסט-פיפל-אדמיניסטראציע...

די "וואנט" שטייט פעסט דארט אויבן ביים בעל החלומות...

די דעפעציט שמייסט ארויף ווי אילאן מאסקס ספעיס שאטל...

נארט קאריע בויעט נוקליער מיסיליס לקיים מה שנאמר "פייער ענד פיורי"...

טשיינע בויעט מיליטערישע אינזלען אין די סאוט טשיינע סי מיט די זעלבע שמייכל וואס ער האט נאך זייט נאוועבער 8 16'...

הילערי קלינטאן, קאומי, אבאמא, לינטש, שטרויזאק, מעקעיב, סוזען רייס, שיף מאכן א לעבן אויף די פריי.. בעת וואס לאק-היר-אפ-מייקל-פלין, מענעדזשער-פאר-א-פיצי-צייט-פאול-מענעפארט, קליינע-געהילף-ריק-געיטס, און גארנישט-געהאט-מיטן-קאמפיין-פעפאדאפעלעס שמאכטן אונטער גראטעס....

אינפערסטרוקוטר ליגט ערגעץ אין א שופלאד סעקיורד...

זשאבס זענען די שוואכסטע אין 7 יאר דורכן זשאבס! זשאבס! זשאבס! פרעזידענט...

די גאווערמענט פארשפארט זיך יעדן שני וחמישי מיטן דיעלמעיקער-וואס-וועט-מאכן-וואשינגטאן-ארבייטן אין ווייט האוז...

טרעיד דיעלס דעפעציט גרייכט דעם גרעסטן האנדלס דעפעציט אין אמעריקאנער היסטאריע...

פוטין פארפעסטיגט זיך איבער סוריע בעת אמעריקא מאכט שיינע פאראדעס אין וואשינגטאן...

טשעין מייגרעישאן, וויזע לאטארי גייען אן מיט א פעסטקייט...

נאציס, ווייסע סופראמיסטן, דעוויד דוק, מארשירן מיט שטאלץ אויף די אמעריקאנע גאסן און לויבן טעגליך דעם ליעסט-רעסיסט-פערזאן-אין טשיף...

די רעפובליקען פארטיי בלוטיגט מיט 35 זיצן פארלוסטן כמספר האפראוול רעיטינג פון זייער פירער..

די מלחמה אין אפגאניסטאן ליידט טעגליכע מאסיווע פארלוסטן ווינינג לייק נעווער בעפאור...

טעראר אטאקעס,גאן שיסערייען באאמט אזוי הויעך ווי דאס "סטאפן די אמעריקען קארנידזש" פארשפרעכונגען....

אבער העי, ער האט געמאכט א טעקס רעפארם ביל וואס האט געברענגט באונעסעס פאר %2.4.... נישטא וואס זיך אפצורעדן..

פיין טונד מאשין!


געוואלדיגע זיסע הומאר! א קניפ אין בעקעלע.

ס׳איז מיר אבער א חידוש פון די נעמסט די גאטס צו שרייבן א גאנצע לאנגע תגובה וואס דריי אפערטל דערפון איז פשוט שקר און יעדער קען אליין נאכקוקן די פאקטן און עס זיך איבערצייגן.

האלט אן דיין וועג. דו פארסט גוט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 11, 2018 2:27 am

זאכליך האט געשריבן:סאו באמת לאמיתו איז כמעט נישטא קיין קעגנערשאפט צו די עצם וואנט, די קעגנערשאפט איז נאר צו טראמפ, א שנאת חינם.

שנאת חינם?! :roll:

שטעל דיך פאר להבדיל א קהילה פון טויזענטער יודן מיט 2 אינערליכע פארטייען מיט מיינונגס פארשידענהייטן אבער אלע ביידע האבן פראמינענטע עליטן, בנש"ק'לעך, שיינע יודן, ראשי קהילה, גבאים און טובי הקהל וואס פירן די קהילה שוין יארן על מי מנוחות (פארשטייט זיך נאר אין זייערע אויגן...) ויהי היום דער רב וואס איז בעלעבוס אויף די גאנצע עדה וואס האט באלאנגט צו איין פארטיי מוז פארלאזן די אמט און מען מוז מאכן וואלן אויף די רבנישע פאסטן, פארשטייט זיך ביידע פון ביידע פארטייען קומען אפיר די בנש"ק'לעך און די ראשי קהילה וטובים און אנאנסירן זייער קאנדידאטורשאפט פארן אמט, דער פריערדיגע רב שטעלט זיך צו די סאמע עליטסטער פון זיין פארטיי און עס הייבט זיך אן א געשלעג פאר די נאמינאציע פאר יעדע פארטיי
פון די אנדערע פארטיי שטעלט זיך אויף א גרויסע גביר, א שרעקליכע עזות פנים, אָן די מינדעסטע פארשטאנד צום עליטע שפראך, און ועל כולם א גרויסע פיסק וואס פלעגט זיצן אין פאליש און אריינשרייען ביי יעדע מעמד..., בקיצור דער רופט צאם די המון עם און צייטונג שרייבער ביי זיך אינדערהיים און אנאנסירט "מורי ורבותי גענוג מיט די אלע עליטע חברה וואס זיצן ביים שפיץ, רעדן און רעדן און טוען גארנישט, וויילט פאר מיר אלס רב און איך וועל מאכן די ראשי קהילה און טובים ארבעטן!" פארשטייט זיך די איבעריגע קאנדידאטן האבן באלד אויסגעשאסן אין א הילכיגע געלעכטער... אה דער יושב קרון, פאליש זיצער מאכט שוין פריש נויז... די צייטונגען האבן געדעקט די מעמד מיטן גאנצן אייפער ווי דער חברה מאן דרייט איבער די קהילה... און אזוי גייט די וואל סעזאן אריין אין פולן שוואונג
צוביסלעך הייבן אָן די עליטע צו כאפן אז דער חברה מאן איז גארנישט אזא דשאוק, דער עולם האט א טיפע שנאה צו די גאנצע אלטע סיסטעם וואס דא איז פארגעגאנגען... ווען דער מאכט א מעמד/רעדע קומען זיך צוזאם טויזענטער פון די ארבעטסלייט און ארימע שיכט פון די קהילה און מען פאטשט פאר אים און מען פרייט זיך נאך אויף זיין נידריגע המון עמי'שער שפראך... נאכדערצו ווען צוביסלעך הייבט ער געווינען די קלענערע און פויערישע שטיבאלעך
פון די אנדערע פארטיי לויפט גראדע אויך איינער מיט זעלבע ניגון קעגן די עליטע, על אף וואס ער איז אויך א מזרח זיצער אבער דאך קוקט מען אים אן ווי א דרויסנדיגער, און ער טאקע ביי זיין פארטיי שניידט אויך ווארצלען און כאפט א גרויסן ציבור און געווינט היפש ביי די יונגע און פויערישע עולם

דרייט זיך א האלב יאר, און ביים רב'ס קעגנער פארטיי האבן שוין כמעט אלע קאנדידאטן אפגעזאגט, דער משוגענער עזות פנים שטייט פאראויס און גלאפירט צום נאמינאציע, איינער פון די קאנדידאטן גראדע א מזרח זיצער האלט נאך איין פיס אינעווייניג צוליב וואס ער לויפט אויך אויף די זעלבע ליניע ווי דעם משוגענער, די טובים און ראשי קהילה פראבירן יענעם אנצוהאלטן אינעווייניג אבער די קאנדידאטורשאפט שטייט אויף הינערנע פיס מיט א איינרעדעניש אז דער משוגענער וועט טאקע זיין פאראויס אבער נישט גענוג צו געווינען און ביים שטעלן די נאמינאציע וועט מען נעמען דעם ראנער אפ און אים אריינשטעלן אנשטאט די געווינער (דארט איז געווען נאך איינער וואס האט נישט צוריקגעצויגן פון זיין קאנדידאטורשאפט אבער אנע סיבה, דשאסט ווייל פארוואס נישט...)
ביים רב'ס פארטיי האט מען זיך טאקע געריסן אבער למעשה האבן זיך דעם רב'ס פארטיי פירער פאראייניגט און אינטערגעלייגט שטרויכלונגען ביז דעם רב'ס קאנדידאט איז געווארן דער פראנט ראנער צום נאמינאציע

נאך אפאר חדשים, דער געבליבענע קאנדידאטן זענען שוין מיט ביידע פיס אינדרויסן, מען גרייט זיך צום נאמינאציע און ביים קעגנער פארטיי שטייט דער משוגענער/עזות פנים ביים שפיץ, זיין אייגענע פארטיי פראבירט זיך אפצישאקלן פון אים אבער ער האט דעם ציבור... און מארשירט צום נאמינאציע אָנע שטרויכלונגען, די פארטיי פירער דערזעען זיך מיט די בראך אז דער עולם וויל שוין נישט די אלטע צייטן און מען וויל נארמאל סדר אין די קהילה
ביים רב'ס פארטיי אבער האבן די עליטע באזיגט און דעם רב'ס קאנדידאט האט באקומען די נאמינאציע, די פארטיי פירער דארט לאכן פונעם נארישן ציבור וואס וויל פטור ווערן פון זיי און קוקן אויף די קעגנער פארטיי מיט ביטול... אה איר ווילט נישט די עליטע, נאדיר א משוגענעם... זיי זענען שוין פארזיכערט מיט א געווינס, נעה טראכטן זיי ביי זיך, דער עולם איז אביסל אנגעגעסן, מען האט פראטעסטירט אבער צום סוף וועלן זיי שוין איינזעהן אז די עליטע ברויכן פירן

שוין מען מארשירט אריין אין די וואל סעזאן און פון איין זייט שטייט די עליטע קאנדידאט מיט א געהעריגע אפעראציע פון די פארטיי וואס שלאגט זיך פאר די קאנדידאט, דער רב וואס קאמפיינט העפטיג און אפילו די געוועזענע קעגנער שרייען אלע מען זאל וויילן פאר די קאנדידאט! קוקט אָן די אנדערע קאנדידאט שרייען זיי, א משוגענער, א עזות פנים, א המון עם'ניק, און צו די זייט קומט נאך ארויס א רעקארדינג ווי דער אנדערער קאנדידאט האט גערעדט אזוי ווי די עכטע פראסטע המון עמי'שער שפראך איז... דא דארט זענען דא איינצעלע אקטיוויסטן וואס זאגן זייט נישט אזוי פרייליך, דער עולם איז מיד פון ענק און מען וויל ענק ארויסזעהן אבער זיי ווערן גראד אפגעשפעט., אפ' דער קאנדידאט אליינס ברענג ארויס אין א רעדע אז עכ"פ האלב פון די שטיצער פונעם אנדערן קאנדידאט זענען א קויש פון פארדאמטע... בקיצור מען רייסט שטיקער פונעם נערישע ציבור וואס וויל ענדערש א דרויסנדיגער ווי איידער די סאמע העכסטע עליטסטע, פארשטייט זיך אז די צייטונגען שטעלן זיך צו און רייסן פונעם קעגנער קאנדידאט מיט די גרעסטע כוחות וואס זיי פארמאגן

ביים רב'ס קעגנער פארטיי שטייט דער משוגענער און שטורעמט ביי יעדע רעדע קעגן די גאנצע עליטע סיסטעם און ברענט ארויס ווי קראפטירט זיי זענען, "זיי האבן איין פאר הלכות פאר זיך און איינס פאר אונז די פשוטע המון עם" דונערט זיין שטומע ביי זיינע רעדעס, צו זיין מזל דראפעט זיך דעם רב'ס קאנדידאט אין סקאנדאלן און די טובי הקהל טוען גארנישט דערצו... דער קאנדידאט רעדט די שפראך פון המון עם און דער עולם אין די טויזענטער קומען הערן זיינע פויערישע רעדעס און שימפן צוזאמען קעגן די עליטע... "די צייטונגען דעקט נישט אונזערע מאסן! זיי ווילן נישט אז די פאלק זאל געווינען און זיי וועלן ווערן אויס דיעות זאגער" שטורעמט ער ביי די רעדעס... און אזוי ווערן די פאלקס לייט מער אויפגעהעצט קעגן די עליטע און נענטער צו דעם קאנדידאט

שוין מען האלט שוין אפאר טאג פאר די גרויסע וואלן און דעם רב'ס קאנדידאט גלאפירט פאראויס מיטן מיינונג פון א פארזיכערטע געווינס בשעת ווען דעם קעגנערס פארטיי פראבירט זיך צושטאפן די נאז און זיך האלבוועגס פאראייניגן אונטער זייער ארויפגעצווינגענע (דורך דעם ציבור) קאנדידאט, א חלק האפט אז דעם רב'ס קאנדידאט זאל געווינען בכדי ביי די נעקסטע וואלן זאל זיך נישט דערוואגן צו לויפן איינער וואס איז נישט פון די עליטע...

למעשה האלט ויהי היום, דער עולם גיבט אפ די שטימעס און די קאנדידאט דעם רב'ס קעגנער געווינט די וואלן!

די פראסק וואס דער רב, ראשי קהילה, טובי הקהל און אלע עליטע פון "ביידע פארטייען" האבן געכאפט דעמאלט איז עפעס וואס איז אומבאשרייבליך! די ווייטאג אז די ציבור האט געזיגט און זיי דערלאנגט אזא זעץ איז ממש שוידערליך, די מציאות פראסקעט אין פנים און עס איז נישט דא די טרייסט ווערטער צו בארואיגן די מצב...

די כעס, פייער און צאר"ן אויף די קאנדידאט וואס האט אזוי ארויסגעברענגט דעם עולם'ס ווייטאג און זיי אזוי צושמירט לעיני העם ברענט ווי א קאלעך אויבן און פאשטייט זיך זיי מאכן א פארבאנד אז מען גייט פראבירן אונטערצוברענגען יעדע זאך וואס דער נייע רב פראבירט נאר! יהי' מה שיהי'! אפי' דער עולם וועט ליידן קען מען נישט לאזן אז איינער וואס איז נישט פון די עליטע זאל זיצן אויף אזא פאסטן...
פארשטייט זיך אז מיט די צייט האבן דעם נייעם רב'ס פארטיי צוביסלעך שלום געמאכט און אנגעהויבן שטאטליך מיטצוגיין אחוץ אפאר אנגעגעסענע, אבער דעם אלטן רב'ס פארטיי האט זיך פאראייניגט צו שטערן יעדע הנהגה וואס דער נייער רב וויל איינפירן און אפי' זאכן וואס דער עולם וויל פרובירן זיי צו שטערן בכל פנים ואופן ובכל תצדקי שבעולם

נו פרעג איך אייך, וואלט איר דאס אנגערופן שנאת חינם??? אפשר שנאת המון עם... אבער חינם?! דאס שוין נישט

והנמשל מובן מאיליו
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 11, 2018 2:30 am

צל עובר האט געשריבן:בד"וו עס איז נישט קיין שנאת חינם.

זעה איך אז צל האלט אויך ווי מיר :wink:
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, בארג, בן הצעיר, יש ברירה, כאפצעם, פלאחותיך און 34 געסט