שערוריה אין ענגלאנד וועגן נעמען פראגראמען (under 5)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » פרייטאג ינואר 26, 2018 7:37 am

לאמיר פראבירן צו מאכן אביסל סדר אינעם נושא:

א. בכלל נעמען געלט פאר מוסדות פון גוים, איז א נושא פאר זיך וואס פאדערט זיך אן עקסטערן אשכול, סיי אלס הלכה'דיג, און סיי די תוצאות וואס קען ברענגן.

ב. די רגע וואס די רעגירונג הייבן זיך אהן אריינצומישען אין די לימודים פון די מוסדות צוליב די געלטער, ווערט די נושא זיכער הארב'ער, און צו מעגן נעמען דארפן די עסקנים און מנהלים זיך דורכרעדן און איבערגעבן די מציאות פאר'ן אויבן-אהן ה"ה רבני הקהילות והמוסדות ומנהיגי העדות הק'.

ג. די מציאות אין לונדון איז ליידער אז די רעגירונג מישען זיך אריין און פאדערן לימודים פון די מוסדות, וואס זענען נוגד דעת תורה און די השקפה הטהורה שנמסרה לנו מדור דור. און דער פראבלעם איז ליידער דא אויך אהן צו נעמען געלטער פון זיי.

ד. במשך די יארן האבן רוב מוסדות אין שטאט גענומען פון זיי געלטער, ווייל דאס האט [כמעט] נישט געמאכט קיין נ"מ אין וואס זיי פאדערן. חוץ פון איינציגע מוסדות אין שטאט וועלכע האבן נישט גענומען. והם: ת"ת תשב"ר, ת"ת בית שלמה - געטער'ס חדר, און סאטמאר (רז"ל) מיידעל סקול.
ויצויין אז די גאנצע נושא יעצט איז נאר איבער די געלטער פון 'אנדער 5' און נישט איבער די 'טשיילד קער'.
[נ.ב. הגה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א מקאסאני האט זיך געהאלטן מיט א מורא'דיגע שטארקייט אינעם נושא, און אפילו אין די שווערסטע יארן פון ת"ת געטער'ס, האט ער נישט אויפגעגעבן און דאס אהנגעהאלטן מיט מסירות נפש, און בשו"א נישט גענומען. אנדערע האבן פון איהם חוזק געמאכט, פארוואס ער דארף זיין א אויבער חכם, אבער ער בשלו ווילאנג מען נעמט נישט קענען זיי ווייניגער מאכן תנאים, און שווערער אונז צו אריינפירן בלא יודעים אין שינויים אין די לימודים.]

ה. שוין פיר יאר צוריק [2014] האט מען באקומען א 'געזעץ ביכל' וואס מען דארף לערנען וכדו', דארט איז שוין געשטאנעןדעם סעיף אז מען טאר נישט לערנען מעשה שמים וארץ אלס א פאקט, נאר אלס 'איינע פון די גלויבונגען' און ווי א מעגליכקייט.

ו. חוץ פון דעם ביכל, דארפן די מוסדות וואס באקומען געלט חתמ'ענען יעדעס יאר אויף א קאנטראקט כדי צו באקומען די געלטער. ביז דאס יאר, זענען זיי נישט געהעריג נאכגעגאנגען אז מען זאל עס צוריקשיקען גע'חתמ'עט, דאס יאר האבן זיי זיך גענומען פייניגען יעדן מוסד, ווי פריער צוריק צו שיקען דעם גע'חתמ'עטן קאנטראקט.

ז. אינעם היי יעריגן קאנטראקט איז די שורה געווען היילייטע"ד, וואס דאס האט שוין געמאכט א שטיקל אויפמערקזאם ביי די מנהלים. און דא איז געשאפן געווארן א ויכוח צו מען מעג חתמ'ענען אדער נישט, און אגב נאך א ויכוח, צו מען מעג נאך נעמען זייערע געלטער.

ח. ווען מען האט זיי אפירגעהאלטן היתכן עס איז היילייטע"ד, דאס קוקט דאך אויס ווי מען גייט ח"ו קעגן אונזער אמונה? האבן זיי געענטפערט אז זיי האבן דאס געהיילייטע"ד ווען זיי האבן דאס צוריק געשיקט צו די וואס האבן דאס געפאדערט (!), און בטעות האבן זיי געשיקט צו די מוסדות דעם זעלבן קאנטראקט, און זיי האבן צוגעלייגט 'זארגט'ס ענק נישט מ'עט נישט קומען זעהן וואס ענק לערנען.
[נ.ב. איז מען אגב געוואויר געווארן אז עפעס א רשעות'דיגע ארגאניזאציע שטייט אונטער דעם סעיף, מען ווייסט נאר נישט צו דאס קומט פון די גוים, אדער ליידער פון די 'מכם - ובכם'ניקעס' די אפגעפארענע חברה מיט זייער ארגאניזאציע 'גשר' הידוע לשמצה.]

ט. פון אויבן- אויף די צוויי צדדים אין קורצן:
צד א' - להיתר:
- מען חתמ'עט נאר אז מען גייט לערנען, און למעשה גייען מיר ח"ו נישט לערנען.
- זיי האבן אליין געזאגט אז זיי גייען נישט בודק זיין, איז משמע אז זיי מיינען דאס בכלל נישט אזוי ערנסט.
- אפסטעד פאדערט מילא אזעלכע סארט זאכן (נישט אויף צו באקומען געלט, נאר אלס חוק) אלא מאי, מוז מען זאגן אז מען לערנט אפי' אז באמת לערנט מען נישט.
- מען מוז עס מתיר זיין למען הצלת החינוך, ווייל אהן דעם וועלן טייל פון די מוסדות אינטערגיין, און נישט קענען אויסהאלטן דעם עול פונעם יערליכען בודזשעט.
צד ב' - לאיסור:
- אז מען רעדט פון כפירה איז נישט דא קיין תירוץ, אז מען חתמ'עט נאר און מען מיינט עס נישט ערנסט.
-ווער ווייסט וואס נאך מען וועט צוקומען צו חתמ'ענען אויב מען וועט ווייטער נעמען געלט, איז אלס 'גדר' איז מען 'מחויב' אויפצוהערן.
-די היסטאריע האט אויפגעוויזען, אז ווען מען חתמ'עט אויף אזא סארט זאך, ווערט דאס שפעטער שוין א געזעץ אז מען מוז דאס לערנען, קומט אויס אז מיט'ן חתמ'ענען איז מען זיך אליין גורם פראבלעמען.

י. לאמיר מאכן א שטיקל רשימה פון די מוסדות, לויט וואס מיר האבן געהערט פאקטן / שמועות / ידיעות אינעם נושא:
-בית רחל דסאטמאר מהר"א - דער מו"צ ר' שמואל לעוו האט געזאגט אז ער האט געהייסן זיין סעקרעטערי זאל קאטשקענען כמו חתימה... [ויש לדון, אויב דאס איז טאקע א שטיקל / גאנצע היתר, טאמער נעמט מען אהן די צדדים לאיסור.]
-בית רחל ד'סאטמאר מהרז"ל - האבן נאך קיינמאל נישט גענומען די געלטער, לדבריהם האבן זיי לכת' זיך נישט געוואלט אריינלייגן אין דעם פראבלעם. [עי' לעיל וואו איינער שרייבט אז זיי קענען נישט באקומען ווייל זיי זענען נאך קיינמאל נישט אריבער מיט סאקסעס די באזוך פון אינספעקטאר"ס וצ"ב.]
-באבוב - איינער פון די הנהלה איז געגאנגען אנפרעגן ביים מושב בי"ד דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (בא), און נישט קלאר צו ער האט שוין א קלארע תשובה, און וואס ער האט געטוהן.
-בית חינוך לבנות בנשיאות הגר"ש פריעדמאן - די הנהלה האט באקומען טענות פונעם דיין שליט"א היתכן אז זיי האבן גע'חתמ'עט אהן צו פרעגן.
-בנות ירושלים - האט הג"ר יעקב דוד דאמב שליט"א מודיע געווען דעם פארגאנגענעם מוצ"ש אז זיי גייען אויפהערן צו נעמען, און לויט ווי מען שמועסט האבן זיי שוין געשיקט זאגן אז זיי ציהען צוריק פון די חתימה צוליב דעם סעיף, און זיי ווארטן אויף תשובה.
-בנות וויזניץ - האבן נאך נישט צוריק געשיקט דעם קאנטראקט און ווארטן אויף דעת תורה.
-סקווירא, גור, וויזניץ, בעלזא, באבוב 45 און נאך מוסדות און שטאט, האבן מיר גארנישט געהערט ביז דערווייל.

יא. היות אז די מערכה האט זיך אביסל אנגעהויבן אין קהל יט"ל דסאטמאר מהרז"ל, ווי עטליכע יונגעלייט האבן געפאדערט פון די הנהלה צוריק צו ציהען, זענען זיי שוין געזעסן עטליכע אסיפות מיט זייער חשוב'ער רב שליט"א, און די שאלה איז געשיקט געווארן קיין וויליאמסבורג, און זיי ווארט'ן אויף תשובה פון דארט. ווארט די גאנצע שטאט מיט שפאנונג צו זעהן וואס גייט זיין דארט די הכרעה, האפענדיג אז עס זאל בלייבן 'אין לנו תורה אחרת מאת הבית"ש'.
על אף אז אין כלל ישראל איז אימער געווען חילוקי דעות, און דאס איז נישט קיין פראבלעם, אבער ביי אזא נושא וואו מען האנדלט מיט די אומות העולם, איז זייער נישט געשמאק טאמער ביי איין קהילה איז דאס אן 'איסור גמור - ביהרג ובל יעבור' און ביי א צווייטן איז דאס מותר לכתחילה.

היינט צוגעלייגט: יב. נאך וואס הגה"צ רבנ"ה שליט"א איז ארויס מיט דעם בריוו וואס איז שוין דא געברענגט, ווארט די שטאט זעהן אויב די שטאטישע בית דין וועט ארויסקומען מיט עפעס. עס דרייען זיך שמועות, אז נעכטן ביים מושב בי"ד האט מען גערעדט איבער שרייבן א קלארע בריוו לאיסור, אבער עס איז נאר א שמועה.

עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועכי"א.

וכל הרשעה כולה כעשן ובעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ בב"א.


איך האף אז איך האב נישט געמאכט צו גרויסע טעותים, און קיינעם'ס מיינונג נישט אוועקגעמאכט בטעות
ואם טעיתי, השם הטוב יכפר
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » פרייטאג ינואר 26, 2018 7:40 am

אגב וועלן מיר ברענגן די שארפע תקנות פון שאצער רב זי"ע ביים גרינדען יסודי התורה
צוגעלייגטע
מכתב שאץ.png
מכתב שאץ.png (132.54 KiB) געזעהן 2343 מאל
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג ינואר 26, 2018 10:37 am

ייש"כ 'סוואליעווער' פארן שיינעם באריכט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג ינואר 26, 2018 10:50 am

IMG-20180126-WA0021.jpg
IMG-20180126-WA0021.jpg (222.48 KiB) געזעהן 2279 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג ינואר 26, 2018 11:04 am

WOW
להתעזר אדער להתאזר?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג ינואר 26, 2018 11:28 am

WOW דאס איז נישט קיין פשוט'ע בריוו. דאס מיינט א רב
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » פרייטאג ינואר 26, 2018 12:11 pm

דאס מיינט א קלארע פסק.

עקסטער א שכח נכד מסלאוויניע פאר אייער קלארע באריכט.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מוצ"ש ינואר 27, 2018 8:28 pm

B"h.
Loy almen yisroel!

נארגוטס
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » מוצ"ש ינואר 27, 2018 9:28 pm

ר' ברוך נתן שליט"א האט געזאגט זייער שארפע דיבורים ביי של"ס בנוגע נעמען די געלט ווער עס האט א רעקארדינג ביטע ארויפלייגן

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג ינואר 28, 2018 1:41 am

יישר כח @סוואליעווער אייניקל
פארן עס קלאר ארויסברענגען מיט קראנטע דעטאלן.

נאך איין נקידה איז דא, וואס אפסטעד פארלאנגט אז מען זאל אויסלערנען אן אנדערע גלויבן אלץ חלק פון די לימודים.

דאס האט נישט מיט געלט אבער איז א חלק פון זיין א רעדזישסטעד סקול, ממילא איז דער וואס נעמען נישט קיין געלט האבן אויך פראבלעמען מיט די שטאט וועגן חינוך. און ווי זיי זאגן האבן זיי באקומען א דירעקטע אנזאג אז מען קען נישט פעסן קיין אינספעקשן אן דעם פרט. וואס רוב מוסדות פעסן טאקע נישט אינספעקשן פארדעם.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

געטערס חדרס אפסטעד ריפארט תשע''ו

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג ינואר 28, 2018 8:54 am

זיי נעמען נישט קיין under 5 און זיי האבן נישט געפאסט צוליב......

Screen Shot 2018-01-28 at 13.40.38.png
Screen Shot 2018-01-28 at 13.40.38.png (78.14 KiB) געזעהן 2002 מאל


ממילא זיי קענען אויפהערן צו פארקויפן שטותים אויפן גאס אז דאס האט בלויז צוטין מיטן נעמען געלט

ווער עס וויל דער גאנצע ריפארט זאל זיך מעלדן אין אישי

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג ינואר 28, 2018 12:25 pm

נארגוטס האט געשריבן:ר' ברוך נתן שליט"א האט געזאגט זייער שארפע דיבורים ביי של"ס בנוגע נעמען די געלט ווער עס האט א רעקארדינג ביטע ארויפלייגן


https://drive.google.com/open?id=0B2eSJ ... EtcW1ja2hR

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » זונטאג ינואר 28, 2018 4:24 pm

יש"כ
דברים קילורין לעינים
ברוך שמסר עולמו לשומרים

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 28, 2018 4:51 pm

קאמפלימענטן איבער וואס א רב זאגט = ער האט געזאגט וואס איך האב געוואלט הערן.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » זונטאג ינואר 28, 2018 6:05 pm

לגמרי נישט
מיר וועלן אלע דארפן צאלן טבין וטקילין לכבוד די דרשה
אבער ב"ה מיר זענען אידישע קינדער, און מיר רעדן זיך נישט אפ אז כשר פלייש קאסט א הון תועפות, וכן אתרוג ומצות
אבער מיר פרייען זיך אז ס'נאך דא רבנים וואס פאלן ניטש אונטער דרוק פון די גאס וכדומה, איז צו האפן אז ווען ער וועט מיר דארפן זאגן עפעס וואס שמעקט נישט פאר מיר פערזענדליך, וועט ער עס אויך טוהן בעזה"י.
דאס איז טיישט: 'ברוך' שמסר עולמו לשומרים

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:48 am

ווער זאגט אז דער דרוק איז געווען צו זאגן פארקערט ווי ער האט געזאגט?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:31 am

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:- מען מוז עס מתיר זיין למען הצלת החינוך, ווייל אהן דעם וועלן טייל פון די מוסדות אינטערגיין, און נישט קענען אויסהאלטן דעם עול פונעם יערליכען בודזשעט.

זינט ווען איז דאס א חשבון אריינצורעדן אין הלכה (אויסער ווי די הלכה איז מתיר צוליב הפסד מרובה)? אפשר וואלט אברהם אבינו נישט געדארפט נעמען יצחק צו די עקידה ווייל ער דערלייגט דאך גאנץ כלל ישראל?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:06 pm

היינט געזעהן א צעטל פון הגה"צ רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן (מהרי"י) ווי ער שרייבט לאיסור
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:47 pm

דעם פסק פון הגר"א פאדאוא ובית דינו, איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט אז מ'דארף בפועל צוריקציען פון די חתימות.
זיי שרייבן קלאר ומי שחתם כבר - צריך לחזור מחתימתו.

פון דעם צעטל פון הגרבנ"ה שטייט נישט אז מ'דארף צוריקציען פון די חתימה. נאר וועגן נעמען תמיכה בעתיד.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:53 pm

סידיראם האט געשריבן:היינט געזעהן א צעטל פון הגה"צ רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן (מהרי"י) ווי ער שרייבט לאיסור


אויב סאטמאר (מהרז"ל) נעמט נישט נישט קיין שום פראגראמען, צי וואס דארף דער רב שרייבן אז מ'וועט אויפהערן נעמען געלט?

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מאנטאג ינואר 29, 2018 2:48 pm

ווייזער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:היינט געזעהן א צעטל פון הגה"צ רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן (מהרי"י) ווי ער שרייבט לאיסור


אויב סאטמאר (מהרז"ל) נעמט נישט נישט קיין שום פראגראמען, צי וואס דארף דער רב שרייבן אז מ'וועט אויפהערן נעמען געלט?

מהיכי תיתי אז זיי נעמען נישט?
די תלמוד תורה נעמט יא
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

פרידן
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג ינואר 29, 2018 3:20 pm

ווייזער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:היינט געזעהן א צעטל פון הגה"צ רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן (מהרי"י) ווי ער שרייבט לאיסור


אויב סאטמאר (מהרז"ל) נעמט נישט נישט קיין שום פראגראמען, צי וואס דארף דער רב שרייבן אז מ'וועט אויפהערן נעמען געלט?

די סקול איז א נייע סקול האט מען קיינמאל נישט אנגעהויבן נעמען
די חדר איז נישט נייע אין ביז יעצט האט מען גענומען

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג ינואר 29, 2018 6:15 pm

דא האט איהר מער קלארער:

https://www.gov.uk/government/organisat ... sibilities

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » זונטאג פאברואר 04, 2018 5:42 am

פרישע פייערדיגע שלש סעודות תורה פון ר' ב"נ הלברשטאם שליט"א
דברים חוצבים מלהבות אש, מיט בכיות, זייער זייער שארף, אז ס'איז נישטא קיין היתר שבעולם צו מאכן סיי וואסארא פשרה.

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מאנטאג פאברואר 05, 2018 11:02 am

איינער מיט די רעקארדינג ביטע
עץ חיים הוא למחזיקים בה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Graphic24, משהלע, שכל טוב און 53 געסט