עמעזאן עפענט ערשטע קעשיערלאזער געשעפט 'עמעזאן-גאו'

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:49 pm

הפלא ופלא - די טיימס באריכט איבער די נייע געשעפט:
https://www.nytimes.com/2018/01/21/tech ... uture.html

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:51 pm

בקיצור זיי האבען א סאפיסטיקירטע טרעקינג סיסטעם.

קען מען דאך ניצען דער זעלבע טעכאנאלאגיע אויף אנדערע זאכען וואס דארפען טרעקינג.

אפשר וועלען די מנהלים אנהויבען ניצען אזא סיסטעם וואס וועט אוטאמאטיש נעמען די עטענדענץ און וויסען וווער איז דא און ווער פעלט, וכו' וכו'.

גייט זיין א נייע וועלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 24, 2018 6:14 pm

SPUSMN האט געשריבן:בקיצור זיי האבען א סאפיסטיקירטע טרעקינג סיסטעם.

קען מען דאך ניצען דער זעלבע טעכאנאלאגיע אויף אנדערע זאכען וואס דארפען טרעקינג.

אפשר וועלען די מנהלים אנהויבען ניצען אזא סיסטעם וואס וועט אוטאמאטיש נעמען די עטענדענץ און וויסען וווער איז דא און ווער פעלט, וכו' וכו'.

גייט זיין א נייע וועלט.


האלטס אז די דיעפ סטעיט נוצט שוין די טרעקינגס..? נאר א ווערטעל
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 24, 2018 6:38 pm

זיי האבען בעסערס; אלע פאון קאלס, אימעילס און טעקסטס. אלע IP אדרעסען, אלע ID's, און אלע פעסווארדס.

פעיס רעקאגנישען פון ספעיס קומט נעקסט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:03 pm

יאצמעך האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
milech fried האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די חברה וואס פירן זיך צו באטאפן די סחורה צען מאל פארן קויפן און מען נעמט אראפ פון שעלף פינעף שטיק און מען וועלט אויס די שענסטע און מען לייגט צוריק די איבעריגע פיר? אדער די וואס האבן ליב צו נעמען דוקא די לעצטע מילך באטל פון פרידזש און די דריטע צייטונג פון אונטער די פאליצע... האבן זיי אויף דעם אויך א סאלושען? אדער עס וועט צומישן די סיסטעם?

:wink:
דעס איז א אידשע זאך וואס אמזאן האט האט נישט און חשבון .
איי געס דע העוו ..
אויף דעם אויך א סאלושען!

לאו דוקא, גיי אין גוישע געשעפטען וועסטו זעהן וואס דארט טוט זיך.

סתם לשון הרע אויף מיין פאלק.


בלויז א ווערטעל.. קענסט זעהן אויף מיין תגובה, אז איך שרייב איי געס דע העוו אויף דעם אויך א סאלושען!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 24, 2018 11:00 pm

אסאך אנדערע פראבלעמען וועט זיך מאכן ביי אידן.

ווי למשל, ווען דער אלטיטשקער וועט א שריי טאן, ״בחורעל, ביזטאך גענוג הויך, געמער די איזעי דארט.. ניין יענע.. יא דאס, שכח.״
ווער גייט דאן באצאלן?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 24, 2018 11:33 pm

און ווען דער אלטער שייסער וועט שרייען "עקסיוז מי סור, פארדאן מי! קען יו פליז בי סאו קיינד ענד הענד מי אווער דעט ליטל באטל אוו סטראבערי סאוס?, טענק יו סור, טענק יו, טענק יו סאו מאטש, איטס ריעלי עפרישעיטעט"?

איי מין וואס האט דאס מיט אידן?

עמעזאן האט געעפענט דעם געשעפט אויף א קליינעם פארמאט, מיט זייער ווייניג פראדוקטן און מיט א מאקסימום פון ניינציג מענטשן קעפעסיטי, אזוי אז זיי גייען גוט אנאליזירן צו זיי זאלן דאס נאכמאכן במתכונתו אויף אנדער ערטער, אדער אפשר ארבעט דאס טאקע נישט, צוליב די אלע אויבנדערמאנטע חששות, און דאן וועלן זיי נעמען חלקים פון דעם מאסיוון טעכנאלאגיע ברעיקטרו און עס נוצן למחצה לשליש ולרביע אויף אנדערע פלאטפארמעס.

א קליינער ביישפיל, זיי גייען קענען פארקויפן דעם טעכנאלאגיע פאר אנדערע געשעפטן וואס פארקויפן טייערע מכשירים, אז זיי זאלן קענען טרעקן פאטענציאלע שאפליפטער, אדער פאר דיפארטמענט סטארס צו זעהן וואו עס איז קראודעד און מען ברויך צושיקן א סעילס אסאסיעט צו רוקן סעילס, אדער מען זאל אינסטענטלי זעהן וועלכע שעלפס מען ברויך ריפילן, וכהנה רבות.

די טעכנאלאגיע איז ווערט ביליאנען, אפגעזעהן צו עמעזאן גא ווערט ריכטיג אויסגעארבעט אדער נישט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 12:07 pm

https://www.bloomberg.com/amp/news/arti ... -us-stores

.Amazon.com Inc. has looked at the possibility of expanding its retail footprint by acquiring some locations from bankrupt Toys “R” Us Inc., according to people with knowledge of the situation.

The online giant isn’t interested in maintaining the Toys “R” Us brand, but has considered using the soon-to-be-vacant spaces for its own purposes, said the people, who asked not to be identified because the talks are private.

Such a move would let Amazon quickly expand its brick-and-mortar presence, coming on the heels of buying Whole Foods Market Inc. and its more than 450 locations last year. The Seattle-based company also has opened its own line of bookstores and a convenience-store concept.


Representatives for Amazon and Toys “R” Us declined to comment.

Additional stores would give Amazon space to showcase its popular Echo line of devices, which run on the Alexa voice-activated platform. Amazon sees voice as the next interface for people to access technology -- supplanting computer mouses and touch screens -- and the benefits may be easier to demonstrate in a real-world setting.

A bigger network of stores would put inventory closer to where shoppers live, potentially enabling quick delivery to e-commerce customers. The space could also serve as a staging ground for grocery delivery from Whole Foods stores. Amazon is already planning to roll out free two-hour service to Whole Foods customers in four cities, including Dallas and Cincinnati.

Still, the company is under little pressure to hammer out a deal and deliberations may lead nowhere. In 2015, Amazon held discussions about acquiring some RadioShack locations around the time of the electronics retailer’s bankruptcy filing, people familiar with the matter said. Nothing came of those talks.

Canadian Business
Toys “R” Us, meanwhile, may live on in some form. The company, which filed for bankruptcy in September, announced plans to shut down its U.S. operations last week. But its Canadian unit is up for sale, along with its operations around the world. The division in the U.K. is currently being wound down.


Toys “R” Us has been holding out hope that an entity will buy the Canadian unit, which was in better shape financially than the U.S. business. A buyer could potentially still operate some U.S. stores from a Canadian base. The company has begun liquidating its more than 700 U.S. locations, but is holding off at its 200 best stores for the next few weeks.

An investment group led by Isaac Larian, the founder of toymaker MGA Entertainment Inc., has submitted a bid to acquire the Canadian business. Larian has said that his group is also doing due diligence on the U.S. stores, and hopes to keep some of them open.
Last Minute Deal
https://amzn.to/2EkuCrR
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:15 pm

מ'האלט שוין נישט ביי די צווייטע 'עמעזאן גאו' געשעפט, נאר זאגאר די פערטע!

עמעזאן האט לעצטענס געעפנט די טויערן צו איר פערטע קעשיערלאזע 'גאו' געשעפט, די ערשטע אינדרויסן פון איר היימשטאט סיאטל, ווען די 'גאו' געשעפט האט זיך געעפנט אין שיקאגא.

http://www.chicagotribune.com/business/ ... y,amp.html

אומגלויבליך, אבער די וועלט רוקט זיך פאראויס, געשעפטן אן אויסדינער, קארס אן דרייווערס, בענק אן טעללערס, און טאלל בודקעס וואס מדארף ניטאמאל פארלאנגזאמען די גאלאפ.

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:24 pm

אויב אפעס פאלט א ראפ אויפ די פלאר ווייסט דאך נישט די שעלפ אז עס איז געווארן גרינגער ניין?
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:19 pm

ערגעץ געזען א העדליין אז עמעזאון פלאנט צי האבן 3000 אזוינע געשעפטן ביז 4 יאר.

סטאקס פון וואלמארט און וואלגרינס מיט אלע אנדערע געשעפטן אינדערמיט האבן געכאפט א טרייסל פון די נייעס.

אגב, אומבאשטעגטיגטע באריכטן ווייסן שוין לאנג צו פארציילן אז וואלמארט ארבעט מיט מייקראסאפט אויף די זעלבע טעכנאלאגיע. (וואלמארט מיט מייקראסאפט ארבעטן צוזאמען, מייקראסאפט האט די טעכנאלאגיע וואס מען דארף פאר א קאשירלאזע געשעפט, ביז אהער איז זיכער, אבער עס איז נישט באשטעטיגט אז וואלמארט/מייקראסאפט ארבעטן אויף די ספעציפישע פלאן)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:02 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ערגעץ געזען א העדליין אז עמעזאון פלאנט צי האבן 3000 אזוינע געשעפטן ביז 4 יאר.

סטאקס פון וואלמארט און וואלגרינס מיט אלע אנדערע געשעפטן אינדערמיט האבן געכאפט א טרייסל פון די נייעס.

אגב, אומבאשטעגטיגטע באריכטן ווייסן שוין לאנג צו פארציילן אז וואלמארט ארבעט מיט מייקראסאפט אויף די זעלבע טעכנאלאגיע. (וואלמארט מיט מייקראסאפט ארבעטן צוזאמען, מייקראסאפט האט די טעכנאלאגיע וואס מען דארף פאר א קאשירלאזע געשעפט, ביז אהער איז זיכער, אבער עס איז נישט באשטעטיגט אז וואלמארט/מייקראסאפט ארבעטן אויף די ספעציפישע פלאן)

איך זעה נישט פארוואס 'וואלמארט' זאל ווערן אפעקטירט פון די 'גאו' געשעפטן, עס צילט בעיקר צו א קליענטעל וואס זוכט אריין-נ-ארויס שאפינג, און וועט אפעקטירן ענדערש קלענערע גראסערייען און קאנוויניענס געשעפטן.

אבער אז מ'רעדט פון וואלמארט ווס. עמעזאן, איז לעצטענס געמאלדן געווארן אז וואלמארט האט געשלאסן א געשעפט מיט 'פארסעל' צוצושטעלן זעלבע-טאג דעליווערי אין ניו יארק סיטי ווען מבאשטעלט אויף זייער זשעט.קאם זייטל.

https://www.fool.com/investing/2018/09/ ... mazon.aspx

-

די מלחמה צווישן די צוויי ריזן עמעזאן און וואלמארט איז ווערט מיטצוהאלטן, ווייל די צוויי קאנטראלירן די ריטעיל און איקאמערס מארקעטס - רעספעקטיוולי - און ביידע דארפן אריינטרעטן אינעם אנדערנס קאטעגאריע איבערצוקומען און זיכערצומאכן אז דער אנדערער שניידט נישט אוועק פון איר באזע.

(אגב, אידישע ליין-מאטריאל, איר מעגט צושטעלן אביסל ביזנעס נייעס, פארוואס זעה איך נישט די סארט נייעס רעגלמעסיג אין 'די צייטונג' אדער לענגערע אפהאנדלונגען אין 'מאמענט'?)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:43 pm

מיללער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ערגעץ געזען א העדליין אז עמעזאון פלאנט צי האבן 3000 אזוינע געשעפטן ביז 4 יאר.

סטאקס פון וואלמארט און וואלגרינס מיט אלע אנדערע געשעפטן אינדערמיט האבן געכאפט א טרייסל פון די נייעס.

אגב, אומבאשטעגטיגטע באריכטן ווייסן שוין לאנג צו פארציילן אז וואלמארט ארבעט מיט מייקראסאפט אויף די זעלבע טעכנאלאגיע. (וואלמארט מיט מייקראסאפט ארבעטן צוזאמען, מייקראסאפט האט די טעכנאלאגיע וואס מען דארף פאר א קאשירלאזע געשעפט, ביז אהער איז זיכער, אבער עס איז נישט באשטעטיגט אז וואלמארט/מייקראסאפט ארבעטן אויף די ספעציפישע פלאן)

איך זעה נישט פארוואס 'וואלמארט' זאל ווערן אפעקטירט פון די 'גאו' געשעפטן, עס צילט בעיקר צו א קליענטעל וואס זוכט אריין-נ-ארויס שאפינג, און וועט אפעקטירן ענדערש קלענערע גראסערייען און קאנוויניענס געשעפטן.

אבער אז מ'רעדט פון וואלמארט ווס. עמעזאן, איז לעצטענס געמאלדן געווארן אז וואלמארט האט געשלאסן א געשעפט מיט 'פארסעל' צוצושטעלן זעלבע-טאג דעליווערי אין ניו יארק סיטי ווען מבאשטעלט אויף זייער זשעט.קאם זייטל.


וואלמארט האט פיין מורא צו האבן פון די גאו געשעפטן. כך דרכה של עמעזאון זיי שטעקן אריין די פינגער איבעראל קודם מיט א קלייניקייט און זיי מעסטן די הצלחה / מאדיפיצירן זייער פראדוקט, און דערנאך שפרייטן זיי עס אויסאיבער די גאנצע וועלט. אזוי האבן זיי באנקראטירט ריזיגע ביזנעסער, פון borders bookstores ביז TOYS R US.

עמעזאון איז א הויפט קאמפעטישען פון: וואלמארט, גוגל, מייקראסאפט, איבעי, נעטפליקס, בארנס ענד נאובעל, ועוד. (פעדעקס שטייט שוין נעקסט אין די ליין) איך רעד פון נומבער 1 קאמפיטישען! ד.מ. אז זיי שפרייטן זיך אויס מער און מער צו אלע אינדוסטעריעס און נעמען איין אלעס.

עמעזאון האט לעצטע יאר אפגעקויפט די ריזיגע גראסערי טשעין סטאר "האול פודס" דאס איז א דירעקטער קאמפעטישן מיט וואלמארט, זשעף בעזאוס האט פערזענליך שארף געלייקנט אז זיי גייען ניצן די גאו טעכנעלאגיע פאר די האל פוד סטארס, אבער עס איז א גרויסע פחד ביי וואלמארט.

עמעזאון האט זיך פאראייניגט מיט טשעיס באנק און בערקשייער העטאוועי (ווארען באפעט'ס קאמפאני) צי ארבעטן אינאיינעם אויף א אינשורענס פלאן, ווי נאר די נייעס איז געמאלדן געווארן האבן סטאקס פון אינשורענס קאמפאניס געטראסקעט, ווייל מען ווייסט אז מיט עמעזאון קען מען זייער שווער קאנקירירן.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 8:30 pm

זיך געעפענט א נייע קאמפעני וואס הייסט אימעין פינטעל קאם www.emain.con די יודעי דבר זאגען אז דער האט די קעפעבילעטי צו לייגען א ערענסטע ווידערשטאנד צו די עמעזאן.

היינט איז געוועהן זייער ערשטע טאג, זייער מאדעל איז צו נעמען א געגענט און און צוזאמנעמען אלע לאקאלע געשעפטען פון א געגענט און יעדער באקומט א פראפייל פאר זייערע פראדוקטען, די ביזנעס איז דא אין פארק סלאופ און עס האט באקומען העכסט א סך מידיע קאוורידזש.

ווער עס ווייסט מער זאל ביטע מרחיב זיין.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 8:33 pm

Ecom.org sorry
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
איצל פיצל
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 8:47 pm

מטעמים האט געשריבן:זיך געעפענט א נייע קאמפעני וואס הייסט אימעין פינטעל קאם http://www.emain.con די יודעי דבר זאגען אז דער האט די קעפעבילעטי צו לייגען א ערענסטע ווידערשטאנד צו די עמעזאן.

היינט איז געוועהן זייער ערשטע טאג, זייער מאדעל איז צו נעמען א געגענט און און צוזאמנעמען אלע לאקאלע געשעפטען פון א געגענט און יעדער באקומט א פראפייל פאר זייערע פראדוקטען, די ביזנעס איז דא אין פארק סלאופ און עס האט באקומען העכסט א סך מידיע קאוורידזש.

ווער עס ווייסט מער זאל ביטע מרחיב זיין.
מטעמים האט געשריבן:Ecom.org sorry

קיין איינס נישט גיט. עפעס בוסטו זיך טועה

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 8:49 pm

Emain.org
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:36 pm

במחילת היודעי דבר, די ווייסן נישט וואס עמעזאון איז בכלל,
עמעזאון איז פאר אלעס און נאך אלעס א טעכנאלאגיע קאמפאני מיט א פלאטפארם ביזנעס צוגאנג. יענע אומאן קאמפאני קען האבן אסאך סוקסעס אבער עס קוקט מיר אויס ווי א גראסערי ביזנעס נישט ווי א עמעזאון ביזנעס.

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:13 pm

קענעכזעך נישט איינהאלטן פון ארויסלייגן מיינע צוויי פעני אינעם מוזיקאלישן געראנגל דא.
וואס איז עמעזאן?
עמעזאן איז א קאפשטיק, אויסטרעף, און אן הייפער-אקטיוועטי, פון "איין מענטש",
ביז יארע 1994, (נאך ר' חיים מענדל'ס פטירה), האט אזא זאך ווי עמעזאן לגמרי נישט עקזיסטירט,
אויב האסטו און יאר 1993 גערעדט צו אן אינוועסטירער אדער פיינענשעל עדווייזער וואלט ער דיר גע'עצה'ט אוועקצושטיין פונעם געדאנק, צו גיין קאמפעטישן מיטן ריטעיל ריז וואל-מארט, (אדער בלעם'ס געשעפט),
עד שדרשה בעזאס, מיט אכצן שורות ווייסע ציין, איז ער אריינגעשפרינגען, אליין נישט וואוסנדיג ווי זיין כוח הרצון וועט אים פירן,
עמעזאן האט אנגעהויבן מיט ריטעיל, דאן איז ער געגרינדפעסטיגט זיין MWS, און אזוי ווייטער און ווייטער ווילאנג ער איז אויסגעשטיגן אלס "עמעזאן",

ווי נאריש איז צו קלערן אז מען קען נישט קאמפיטן עמעזאן ווייל ער איז א ריז, ווען דאס גאנצע עקזיסטענץ זיינע שרייט פארקערט,
יא, ער איז א ריז, און עס איז "שווער" אים איבערצוקומען, אבער נישט אוממעגליך.

און צוואנציג יאר פון ווען דו ענדיגסט ליינען דעם תגובה,
קען גאר זיין אז דו וועסט טראכטן פון שמואל-בערלען, יא דער אינגערמאן אין זיינע פערציגער יארן, און זאגן צו זיך, גענוג הויך אז דיין זוהן זאל הערן, נע. מיט שמואל בערלען? הייב דיר נישט אן מיט אים, ער איז א רייייייייייז,
און עס קען זיין דו אדער איך.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:45 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:עמעזאון איז א הויפט קאמפעטישען פון: וואלמארט, גוגל, מייקראסאפט, איבעי, נעטפליקס, בארנס ענד נאובעל, ועוד. (פעדעקס שטייט שוין נעקסט אין די ליין) איך רעד פון נומבער 1 קאמפיטישען! ד.מ. אז זיי שפרייטן זיך אויס מער און מער צו אלע אינדוסטעריעס און נעמען איין אלעס.

לעצטנס איז געווארן פארקערט - איבעי איז געווארן א קאמפעטישאן פאר עמעזאן. אסאך לאנגיעריגע עמעזאן קאסטומערס, ארייגערעכנט אזעלכע וועלכע האבן אראפגעפלאשט דארט צענדליגער אלפים יערליך, קויפנדיג אלעס פון פרישע פרוכט ביז טייערע עפלייענסעס ביי עמעזאנ'ס פארשידענע סייטס (און שטייצעך געצאלט פריים מעמבערשיפ), גייען לעצטנס אריבער צו איבעי. די סיבה דערצו? עמעזאן איז געווארן אזוי גרויס אז זיי פייפן אויף קאסטומערס, אפגעזען זייער סטאטוס.

שוין א לענגערע צייט וואס עמעזאן פלעגט זיך מיט א פלייץ פון פאלשע ריוויוס; צו ס'איז סעללערס קויפן אן אייטעם ביים קאמפעטישאן און לייגן נעגעטיוו ריוויוס, אדער עס איז בייערס וואס באקומען פראדוקט בחנם (אדער כמעט בחנם) צו לייגן גוטע ריוויוס אפגעזען פונ'ם אמת. נאך גאר אסאך דרוק פון די סעללערס האט עמעזאן לעצטנס אנגעהויבן א מאסיווע קרעקדאון. איך ווייס נישט אויב ס'בכלל שייך צו מאכן א באט וואס זאל ריכטיג דיפערענשיעיטן צווישן אן אומשולדיגע ריוויו און א פארדעכטיגט, וואס איז אבער זיכער איז אז די באט וואס עמעזאן האט געמאכט איז פווווווול מיט לעכער. עס טראסקעט אראפ ריוויוס רעכטס און לינקס, און א ריוויוער ביי ווען עס טרעפט מער ווי איין-צוויי 'פארדעכטיגטע' ריוויוס נעמט עס גענצליך אוויר די מעגליכקייטן צו געבן א ריוויו אדער לייגן א פראגע איבער פראדוקטן, אדער צוגעבן סיי וואס צו די 'עמעזאן קאמיוניטי'.

די דאזיגע ווילדע באט האט אויסגעשפארט אומצאליגע מענטשן, אריינגערעכנט מענטשן אין די העכסטע 2000 ריוויוערס, מענטשן וואס זענען שוין קאסטומערס באלד צוואנציג יאר, מענטשן וואס האבן געקויפט פאראיאר אליין זאכן אין די ווערט פון 20,000 דאלער אויף עמעזאן, ענד די ליסט איז ענדלעס. און אויב ווערט מען אויסגעשפארט באקומט מען ניטאמאל א מעלדונג, און עס איז נישט קיין שום פראסעס צו אפילן די דעסיזשאן. מענטשן האבן גערופן, געאימעילט, געטשעט, נאכאמאל גערופן, און גערעדט צום לאמפ. דאס האט געברענגט אז גאר אסאך פון די עמעזאן קאסטומערס זענען געווארן זייער אויפגערעגט אויף די אי-קאמערץ איז און האבן איר געדראפט און געגאנגען קיין איבעי.

גאר לעצטנס האט עמעזאן דערכאפט וואס דא טוצעך, און האבן איינגעשטעלט א טויש וואס מאכט עס גאנץ גרינג צו קענען איבערוויזן אומשולד און צוריק אריינגעלאזט ווערן אין די קאמיוניטי, אבער די באט איז נאכנישט פארראכטן.
Innocent until proven Republican

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:13 am

איך פערזענליך האב לעצטענס אריינגעשטעלט אין קראפט א פולשטענדיגע בען אויף איבעי, זייער סייט איז זייער נאנט צו אליבאבא אין איר שלעכטן אויסשטעל, איך ווייס נישט ווען זיי טשארדזשן און פארוואס זיי טשארדזשן. אין קורצן, שטארק נישט - יוזער פרענדלי.

איך האף אז עמעזאן ווייסט כאטש אז איך בין זייער לעצטער שאנס אקעגן איבעי.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:16 am

:lol:
Innocent until proven Republican

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:44 pm

טשיפקא האט געשריבן:קענעכזעך נישט איינהאלטן פון ארויסלייגן מיינע צוויי פעני אינעם מוזיקאלישן געראנגל דא.
וואס איז עמעזאן?
עמעזאן איז א קאפשטיק, אויסטרעף, און אן הייפער-אקטיוועטי, פון "איין מענטש",
ביז יארע 1994, (נאך ר' חיים מענדל'ס פטירה), האט אזא זאך ווי עמעזאן לגמרי נישט עקזיסטירט,
אויב האסטו און יאר 1993 גערעדט צו אן אינוועסטירער אדער פיינענשעל עדווייזער וואלט ער דיר גע'עצה'ט אוועקצושטיין פונעם געדאנק, צו גיין קאמפעטישן מיטן ריטעיל ריז וואל-מארט, (אדער בלעם'ס געשעפט),
עד שדרשה בעזאס, מיט אכצן שורות ווייסע ציין, איז ער אריינגעשפרינגען, אליין נישט וואוסנדיג ווי זיין כוח הרצון וועט אים פירן,
עמעזאן האט אנגעהויבן מיט ריטעיל, דאן איז ער געגרינדפעסטיגט זיין MWS, און אזוי ווייטער און ווייטער ווילאנג ער איז אויסגעשטיגן אלס "עמעזאן",

ווי נאריש איז צו קלערן אז מען קען נישט קאמפיטן עמעזאן ווייל ער איז א ריז, ווען דאס גאנצע עקזיסטענץ זיינע שרייט פארקערט,
יא, ער איז א ריז, און עס איז "שווער" אים איבערצוקומען, אבער נישט אוממעגליך.

און צוואנציג יאר פון ווען דו ענדיגסט ליינען דעם תגובה,
קען גאר זיין אז דו וועסט טראכטן פון שמואל-בערלען, יא דער אינגערמאן אין זיינע פערציגער יארן, און זאגן צו זיך, גענוג הויך אז דיין זוהן זאל הערן, נע. מיט שמואל בערלען? הייב דיר נישט אן מיט אים, ער איז א רייייייייייז,
און עס קען זיין דו אדער איך.



זשעף בעזאוס האט זיך אויסגעדריקט אז ער האפט אז עמעזאון וועט נישט אינטערגייןווי לאנג ער איז ביים לעבען, אבער עס איז נישט קיין שאלה "אויב" עס וועט אינטערגיין די שאלה איז נאר "ווען".
יעדער קען קאמפיטן מיט יעדעם, איינער געדענקט נאך זשי אי (GE)?

וואס איך הא געזאגט איז אז דער אויבענדערמאנטער מהלך זעט מיר נישט אויס ווי א ערענסטער געפאר צו עמעזאון, בעזאוס האט איינגעזען אז אינטערנעט וועט ברענגען א מאסיווער טויש איבער די וועלט מיט פילע נייע מעגליכקייטן, זיין דעגרי פון קאלעזש איז קאמפיוטער סייענס (אזוי ליגט מיר אין קאפ) און ער האט געזיכט וויאזוי ער קען בענעפיטירן פון די נייע מעגליכקייט.

אייגענטליך האט ער געארבעט אין א ביזנעס אויף וואל סטריט וואס האט שוין געהט הצלחה מיט סאפטוועיר, זיין באאס האט ארום גערעדט איבער מאכן מער ביזנעס מיט די נייע צויבער הנקרא אינטערנעט, און בעזאוס האט באשלאסן אליין אריינצוגיין אין די ליין.

יעצט, איינער זעט בכלל אז די נייע געשעפט האט א פאטנעציאל אזוי ווי די פאטענציאל פון אינטערנעט? אפשר איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט, וואלמארט און אנדערע האבן אויך נישט באגריפן אין יענע צייט ווי שטארק אינטערנעט וועט טוישן די וועלט. אבער מיין פארשטאנד זעט נישט אז די נייע קאמפאני זאל רייטן אויף א ניי געבוירן פערדל וואס קען איינעמען די וועלט.

נאכמער, די זאכן וואס איז ערווארטעט צו טוישן די וועלט ליגט טיף אין עמעזאון'ס האנט, ווייניג האלטן אזוי ווייט אריין אינעם צוקנופט ווי עמעזאון האלט, די גאו סטאר איז נאר א דוגמא, און "אלעקסע" איז נאך א דוגמא.

איצט אויב קאמפאניס קענען אזוי שווער קאמפיטן קעגן עמעזאון'ס אינפראסטראקטור אפילו ביי די פשוטע'רע זאכן ווי FBA, און עמעזאון בעסיקס פראדוקטן, איז זייער שווער צו זען אז זיי זאלן האבן א ערענסטע מהלך צו קאמפיטן מיט נייע ערפינדונגען
-----

יא יענער קאמפאני קען אינטערברענגן עמעזאון, אבער איך גלייב אז יענע "יודעי דבר" האבן עס נישט ארויס
---

דאן איז ער געגרינדפעסטיגט זיין MWS,

מיינסט מן הסתם AWS. אבער עס איז א שטיקל טעות ווייל AWS איז נישט געווען א נייער עקסטערע ביזנעס פאר עמעזאון, עס איז בלויז א חידוש אין די געדאנק.

ד.מ. אזוי: עמעזאון איז געווען א אי קאמערס סטאר מיט א מאסיווער סאפטוועיר אין קאמפיוטער אינפראסטראקטור איינס אין די וועלט, דאס האבן זיי געבויט פאר זייער אייגענער געברויך אונעם טאג טעגלעכן באנוץ, איין טאג איז איינגעפאלן א בליץ אין זשעף'ס קעפעלע אז מען קען פארדינגען פלאץ אויף עמעזאונס סערווערס פאר אנדערע קאמפאניס וואס קענען זיך נישט ערלויבן אויפצוהאלטן אזא ריזיגע שטאב פון סאפטוועיר און IT עקספערטן, -מען האט שוין דאן קלאר געזען ווי די אינטערנעט נעמט איין די וועלט און אז אלע קאמפאניס וועלן מוזן אהערשטעלן סאפטוועיר אפעראציעס - אלזא וועלן קאמפאניס קענען געניסן פון עמעזאון'ס סערווערס פאר א ביליגע אפצאל, וזה וזה נהנה.

והיינו דאמר דערבארומדיגער: עמעזאון איז פאר אלעם אין נאך אלעם א סאפטוועיר קאמפאניץ

---
לענד''ת איז אויף די מאמענט די שטערקסטער געפאר צו עמעזאון: עמעזאון! זיי האבן זייער אסאך אפענע פראנטן אין זיי דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי זיי טריעטען זייערע פארטנערס, קאמפעטישען און קאסטומערס, זיי דארפן אכטונג געבן נישט אריבערצוגיין די גרעניץ מיט זייער אגרעסיע.

וואלמארט און סאפטוועיר קאמפאניס שטעלן אויך פאר א געפאר. שטייצעך.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 4:41 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ערגעץ געזען א העדליין אז עמעזאון פלאנט צי האבן 3000 אזוינע געשעפטן ביז 4 יאר.

סטאקס פון וואלמארט און וואלגרינס מיט אלע אנדערע געשעפטן אינדערמיט האבן געכאפט א טרייסל פון די נייעס.

אגב, אומבאשטעגטיגטע באריכטן ווייסן שוין לאנג צו פארציילן אז וואלמארט ארבעט מיט מייקראסאפט אויף די זעלבע טעכנאלאגיע. (וואלמארט מיט מייקראסאפט ארבעטן צוזאמען, מייקראסאפט האט די טעכנאלאגיע וואס מען דארף פאר א קאשירלאזע געשעפט, ביז אהער איז זיכער, אבער עס איז נישט באשטעטיגט אז וואלמארט/מייקראסאפט ארבעטן אויף די ספעציפישע פלאן)

איך זעה נישט פארוואס 'וואלמארט' זאל ווערן אפעקטירט פון די 'גאו' געשעפטן, עס צילט בעיקר צו א קליענטעל וואס זוכט אריין-נ-ארויס שאפינג, און וועט אפעקטירן ענדערש קלענערע גראסערייען און קאנוויניענס געשעפטן.

אבער אז מ'רעדט פון וואלמארט ווס. עמעזאן, איז לעצטענס געמאלדן געווארן אז וואלמארט האט געשלאסן א געשעפט מיט 'פארסעל' צוצושטעלן זעלבע-טאג דעליווערי אין ניו יארק סיטי ווען מבאשטעלט אויף זייער זשעט.קאם זייטל.


עמעזאון איז א הויפט קאמפעטישען פון: וואלמארט, גוגל, מייקראסאפט, איבעי, נעטפליקס, בארנס ענד נאובעל, ועוד. (פעדעקס שטייט שוין נעקסט אין די ליין) איך רעד פון נומבער 1 קאמפיטישען! ד.מ. אז זיי שפרייטן זיך אויס מער און מער צו אלע אינדוסטעריעס און נעמען איין אלעס.

ווייל מען ווייסט אז מיט עמעזאון קען מען זייער שווער קאנקירירן.

בארנס ענד נאובעל האט היינט געמאלדן אז זיי זיכן אלטערנאטיווע פלענער פאר זייער ביזנעס ווייל אנגיין אזוי ווי ביז איצט איז מער נישט קיין עסק. ווארשיינליך זיכן זיי א קונה פאר די גאנצע געשעפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:43 pm

וואלמארט האט היינט געמאלדן איר ערשטע קעשיערלאזע געשעפט!

אקעי, עס היפש איז אנדערש ווי עמעזאון,
1. מען דארף סקענען יעדע אייטעם אויף די פאון, משא''כ עמעזאון כאפט אלעס אליין אויף, מען שפאצירט ארום און מען נעמט וואס מען וויל, און קאמערעס כאפן אלעס אויף
2. א איינגעשטעלטער וועט איבערקוקן די רעסיט

אבער וואל מארט פלאנט נישט צו בלייבן שטיין ביי די קליינע דערגרייכונג, זיי ווילן גיין עד הסוף.

וואלמארט רעדט פון א ריזיג געשעפט 32000 סקווער פיס, בעת וואס עמעזאון גאו באשטייט פון קליינע געשעפטן ביי ארום 2000 סקווער פיס.
וואלמארט האט אויך עטליכע אנדערע אפציעס וואס זענען נישט דא ביי עמעזאון.

זע מער https://corporate.samsclub.com/blog/201 ... -of-retail
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג אוקטובער 29, 2018 10:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gevald Geshrigen, private, אהרן הלוי, בשבילי נברא, געשיקטער, זושא, יציב פתגם, מה ידידות, סגל, שמערלער און 80 געסט