מאסן שיסעריי אין פלארידא [בלויז נייעס]

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:14 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:חחח.. דער פראבלעם וואס לויפט נאך יעדע שיסעריי אייניג איז דער ביקס..

נאר וואס האסטו געוואלט? ער זאל שיסן מיט א בעזים?

יאפ גוט געכאפט, עקזעקטלי דאס, ער זאל שיסען מיט א בעזים, נאר נישט מיט קיין גאן.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:22 pm

אה, כ'בהייב אן פארשטין שמואל'ן..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:37 pm

דממה דקה האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:חחח.. דער פראבלעם וואס לויפט נאך יעדע שיסעריי אייניג איז דער ביקס..

נאר וואס האסטו געוואלט? ער זאל שיסן מיט א בעזים?

יאפ גוט געכאפט, עקזעקטלי דאס, ער זאל שיסען מיט א בעזים, נאר נישט מיט קיין גאן.

גוט געזאגט
לעצטענס הער איך א טענה "נישט די גאן האט געהארגעט נאר דער משוגענער הרג'ט"
האלאו, מיט א משוגענעם קען מען זיך אן עצה גיבן גאנץ גרינג, אבער מיט א משוגענעם מיט א מאשין גאן וועלן 17 קינדער אויסגעשחטן ווערן ביז דער באוואפענטער וועכטער וועט אנקומען

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג פאברואר 23, 2018 12:28 am

כאפצעם האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל אבער דו ווייסט די צד השוה פון די אלע פעלער?

יאפ, דער AR-15.

ווייסט וואס נאך? זיי זענען אלע געווען פארדעם אין א קאר

אויך זענען זיי אויפגעשטאנען א טאג פארדעם צופרי (יענעם טאג נישט ווייל זיי זענען נישט געשלאפן יענע נאכט :lol: )

אזויווי כ'האב געשריבן אינעם אנדערן אשכול קעמעניש אינגאנצן עלימינירן די גאנס סאו די פוינט אז ס'איז געשען מיט א גאן איז אירעלעווענט ווייל דער איז נאטינג יו קען דא עבאוט איט. נישט אז כ'האלט אז מ'זאל נישט טוהן. איך רעד פשוט פונעם מציאות
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 23, 2018 8:07 am

הענדימען האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל אבער דו ווייסט די צד השוה פון די אלע פעלער?

יאפ, דער AR-15.

ווייסט וואס נאך? זיי זענען אלע געווען פארדעם אין א קאר

אויך זענען זיי אויפגעשטאנען א טאג פארדעם צופרי (יענעם טאג נישט ווייל זיי זענען נישט געשלאפן יענע נאכט :lol: )

אזויווי כ'האב געשריבן אינעם אנדערן אשכול קעמעניש אינגאנצן עלימינירן די גאנס סאו די פוינט אז ס'איז געשען מיט א גאן איז אירעלעווענט ווייל דער איז נאטינג יו קען דא עבאוט איט. נישט אז כ'האלט אז מ'זאל נישט טוהן. איך רעד פשוט פונעם מציאות

וואס פאלטיר ביי אז מעקעניש עלעמענירן די עי אר 15?

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון פיינע נייעס

תגובהדורך eller » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:12 pm

גרויסע פירמעס האקן אפ פארבינדונגען מיט די מאכטפולע ״ען-אר-עי״ גאן לאבי

אין ליכט פון די לעצטע מאסן שיסעריי אין פלארידע שטייט די מאכטפולע גאן לאבי די ״נאציאנאלע רייפעל פאראיין״ אויס א פאבליק רילעישאנס קריזיס, לעצטע אנקעטעס צייגן אז אין אמעריקע הערשט אן אויפברויז אויף די גאן לאבי וואס ווערט באטראכט אלס גאר מאכטפול און האט אומבאגרעניצטע מאכט איבער די פאליטישע פראצעדור אין וואשינגטאן, די יוגטליכע וואס האבן איבערגעלעבט דעם מאסן שיסעריי פירן א סוקסעספולע קאמפיין קעגן די גאן לאבי און זאגן אז ווען נישט זיי וואלט די מארד נישט געקענט פארקומען.

די אנפירער פון די לאבי פרובירן אין די לעצטע טעג זיך צו פארטיידיגן און האבן אויפגעטרעטן אין עפנטליכע דעבאטעס, אבער די נעגאטיווע קאמפיין זעט אויס שטארק עפעקטיוו, אין בלויז אין די לעצטע טעג האבן גרויסע פירמעס געזאגט אז זיי ענדיגן זייער מיטארבייט מיט די גאן לאבי, די ערשטע זענען געקומען א רייע קאר רענטאל פירמעס וועלכע האבן געהאט אפמאכן מיט די גאן לאבי צו געבן בעסערע פרייזן פאר אירע מעמבערס, דאס נעט אריין גרויסע פירמעס ווי ״ענטערפרייס״ ״הערץ״ און ״בודשעט״.

די לעצטע אין די רייע איז די ״פירסט נאציאנאלע באנק״ וועלכע האט געזאגט אז זיי וועלן אויפהערן ארויסגעבן ספעציעלע קרעדיט קארטלעך פאר ״ען-אר-עי״ מיטגלידער אזוי ווי ביז היינט, די באנק וועלכע איז די גרעסטע פריוואטע באנק אין אמעריקע האט געהאט ביז יעצט אן אפמאך מיט די גאן לאבי אונטער וועלכע זי האט געגעבן קרעדיט קארטלעך מיט גוטע בענעפיטן פאר אירע מעמבערס.

די פלייץ פון נעגאטיוויטעט קעגן די גאן לאבי ברענגט אז פילע פאליטיקאנטן וועלכע ציטערן פאר זיי טוען זיך יעצט פרובירט צו עפנטליך אפשאקלן, אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פון פרעזידענט טראמפ צום ערשטן מאל אויפברענגען פארשלאגן וועלכע די גאן לאבי טוט זיך קעגנשטעלן, און אזוי אויך פון סענאטאר מארקא רוביא וועלכער האט געזאגט אז ער וויל מען זאל העכערן די עלטער פון באקומען א גאן לייסענס, קעגן די שטעלונג פון די לאבי.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון דער איד דעלי

תגובהדורך eller » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:12 pm

רוביא ווערט
שטארק אויסגעלויבט

פלארידע – דער רעפובליקאנער פלארידע סענאטאר, מארקא רוביא, האט נעכטן גענאסן פון א סאך לויב-רייד איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס ער האט אנטיילגענומען ביי א ספעציעלע "טאון האלל" דעבאטע איבער גאן-קאנטראל, וועלכע איז אראנזשירט און אנגעפירט געווארן דורך דער "סי-ען-ען" נייעס אגענטור. דער טאון האלל איז בעיקר באשטאנען פון עלטערן פון אומגעקומענע קינדער אין עטליכע סקול שיסערייען, און אויך האט די פרא-גאן לאבי "ען-אר-עי" אראפגעשיקט א ווארטזאגער אנטיילצונעמען, אבער סענאטאר רוביא איז געווען דער איינציגסטער רעפובליקאנער פאליטישאן וועלכער האט זיך געוואגט צו קומען, טראצדעם וואס ער האט געוואוסט אז ער גייט פארשריגן און אטאקירט ווערן דורך די פארזאמלטע. רוביא איז טאקע עטליכע מאל אויסגעשטאנען גאר שווערע פראגעס און פערזענליכע אטאקעס, אבער ער האט אלעס געענטפערט מיט דרייסטקייט, און דאס האט גאר שטארק אויסגענומען אין דער נאציאנאלער מידיא און דורך פיגורן פון ביידע פארטייען.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:47 am

:grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
צוגעלייגטע
ap1.jpg
ap1.jpg (83.52 KiB) געזעהן 2288 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:53 am

:P

Trump rips Fla. Deputies for not going into school. "I really believe I'd run in there even if I didn't have a weapon."

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 26, 2018 6:15 pm

שרייבט איינער

A new CNN poll shows that 78% of Americans wish the president had run unarmed towards the gunman.


:lol:

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5828
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג פאברואר 26, 2018 7:22 pm

פיינע נייעס דאס.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג פאברואר 27, 2018 12:04 pm

די פלארידע סטעיט לעגיסלאטור האט נעכטן באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט ערלויבן טיטשערס צו פארמאגן גאנס ביי זיך אין די סקולס, טראץ גאווערנאר סקאט'ס קעגנערשאפט צום פלאן.
קרעדיט דער איד

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג פאברואר 27, 2018 12:13 pm

הצדיק האט געשריבן:די פלארידע סטעיט לעגיסלאטור האט נעכטן באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט ערלויבן טיטשערס צו פארמאגן גאנס ביי זיך אין די סקולס, טראץ גאווערנאר סקאט'ס קעגנערשאפט צום פלאן.
קרעדיט דער איד

בלייבט איבער צו האפן אז די טיטשערס זאלן נישט האבן געהאט א שלעכטע טאג אדער אז די סטודענטן זאלן נישט אויפרעגן די טיטשערס זייער שטארק..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:47 pm

אויך אז דער פאליציאנט זאל זיך נישט אויפרעגן אויפן דרייווער און אים שיסן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג פאברואר 27, 2018 10:57 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אויך אז דער פאליציאנט זאל זיך נישט אויפרעגן אויפן דרייווער און אים שיסן

יא, דאס אויך איז א היפשער פראבלעם

איינזייטיג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

תגובהדורך איינזייטיג » דינסטאג פאברואר 27, 2018 11:56 pm

הצדיק האט געשריבן:די פלארידע סiטעיט לעגיסלאטור האט נעכטן באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט ערלויבן טיטשערס צו פארמאגן גאנס ביי זיך אין די סקולס, טראץ גאווערנאר סקאט'ס קעגנערשאפט צום פלאן.
קרעדיט דער איד

איך קען גראדע נישט פארשטיין פארוואס מען לאזט נישט קיין גאנס אויפ'ן אערעפלען, וואלט יעדער געהאט א גאן וואלטן די טעראריסטן מורא געהאט צו שיסן.......... אויס פראבלעם מיטן זיך אויסטאן די שיך....
:o
אלץ איד בין איך איינזייטיגע

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 28, 2018 10:50 am

א ריזיגע ספארטס טשעין סטאר האט געמאלדן אז זיי גייען אויפהערן פארקויפן עי. אר. 15 סארט וואפן אין זייערע געשעפטן ווי אויך וועלן זיי מער נישט פארקויפן קיין גרויסע מאגאזינען. אזוי אויך גייען זיי מער נישט פארקויפן קיין שום וואפן פאר יוגענטליכע אונטער 21
צוגעלייגטע
DXH-8XyWsAA2htN.jpg
DXH-8XyWsAA2htN.jpg (117.92 KiB) געזעהן 1593 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 20, 2018 10:29 am

נאך א שיסעריי אין א הויעך שולע דאסמאל אין מערילענד

דריי סטודענטן אריינגערעכנט די שיסער זענען אין קריטיקל קאנדישן

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 20, 2018 10:45 am

רעדענדיג פון שיסערייען, דאס:

A 9-year-old boy retrieved a gun from his parents' bedroom and shot his 13-year-old sister to death, authorities said, after the two got into an argument over a video game controller.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 20, 2018 10:58 am

באריכט: 7 פארוואנדעטע און איינער טויט

אזוי אויך ווערט פארציילט אז די שיסער איז געווארן געשאסן און פארוואונדעט דורך א שולע וועכטער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:02 am

יא יא. דורך א שולע וועכטער.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:22 am

יש ברירה האט געשריבן:באריכט: 7 פארוואנדעטע און איינער טויט

אזוי אויך ווערט פארציילט אז די שיסער איז געווארן געשאסן און פארוואונדעט דורך א שולע וועכטער

א ריסארס אפיציר, די זעלבע מין אפיציר וואס האט מורא געהאט אריינצוגיין אין פלארידע ביי די שיסעריי

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:23 am

יש ברירה האט געשריבן:באריכט: 7 פארוואנדעטע און איינער טויט

אזוי אויך ווערט פארציילט אז די שיסער איז געווארן געשאסן און פארוואונדעט דורך א שולע וועכטער


?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:31 am

די שיסער איז געשטארבן אין שפיטאל

לויט די יעצטיגע באריכטן איז דא בלויז צוויי פארוואנדעטע. איינס קריטיש און די צווייטע סטאביל.

די שיסעריי איז געווארן דורכגעפירט מיט א הענד גאן.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:15 pm

סתם פאר אונטרעסאנטקייט פארוואס איז נישטא קיין מעטאל דיטעקטער ביי אלע שולעס?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”