ג ניסן - מסוגל להמשכת פרנסה ועשירות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

ג ניסן - מסוגל להמשכת פרנסה ועשירות

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מארטש 19, 2018 1:09 pm

הרב הקדוש בעל 'מנחת אלעזר' ממונקאטש זי"ע מביא בספרו 'חיים ושלום' פרשת ויצא, בשם רבו הרב הקדוש בעל 'דברי יחזקאל' משינאווא זי"ע

כי ביום ג' ניסן, נשיא לבני זבולון, מסוגל להמשיך פרנסה ועשירות

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג מארטש 19, 2018 10:30 pm

וואס דארף מען טון דערצו? מ'דארף עפעס זאגן?
mi a nagy ügy

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג מארטש 19, 2018 10:32 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס דארף מען טון דערצו? מ'דארף עפעס זאגן?

לכאורה דארף מען מאכן גוטע געשעפטן, אזוי ווי זבולון...

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג מארטש 19, 2018 10:37 pm

מען דארף קויפן די עלי' פון נשיא זבולון פאר טייער געלט כבכל הסגולות...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מארטש 19, 2018 11:02 pm

וואטומער אז די נשיא איז נישט קיין עליה?...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 19, 2018 11:51 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:וואטומער אז די נשיא איז נישט קיין עליה?...

וי"ל "הוצאה והכנסה". וויפיל מ'לייגט אריין נעמט מען ארויס...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:33 am

יעצט זאגסטו מיר? איך וואלט ווען געפענט א "ג' ניסן" כולל מיט אלע סגולות וחרמות וקונמות פון אלע תלמידי האר"י אינאיינעם. איך וואלט געליינט די עליה פון זאת חנוכה בשעת'ן אראפגיסן די וויין פון די צען מכות אויף די ברויט פון די פייגלעך פון שבת שירה וואס מ'גייט ווארפן אין וואסער ביי תשליך. דאס פארשטייט זיך נאך ש"י טבילות אין די וויזניץ מאנסי מקוה וואו מען האט מטהר געווען דעם רבי'ן בנוסף צו א רביעית פון די וואסער וואס מען האט געשפריצט ביי די הפגנות אין ירושלים.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:35 am

יאיר גאלד האט געשריבן:יעצט זאגסטו מיר? איך וואלט ווען געפענט א "ג' ניסן" כולל מיט אלע סגולות וחרמות וקונמות פון אלע תלמידי האר"י אינאיינעם. איך וואלט געליינט די עליה פון זאת חנוכה בשעת'ן אראפגיסן די וויין פון די צען מכות אויף די ברויט פון די פייגלעך פון שבת שירה וואס מ'גייט ווארפן אין וואסער ביי תשליך. דאס פארשטייט זיך נאך ש"י טבילות אין די וויזניץ מאנסי מקוה וואו מען האט מטהר געווען דעם רבי'ן בנוסף צו א רביעית פון די וואסער וואס מען האט געשפריצט ביי די הפגנות אין ירושלים.

רובשאקין האסטו אויסגעלאזט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:45 am

ווי אויך בינגא מיט ביטקוינס.

קענסט אפי' צולייגן האריקעינס און שטריימלעך (דאפלט לשון?).
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:04 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס דארף מען טון דערצו? מ'דארף עפעס זאגן?

ברך משה זי״ע פלעגט זאגן אז פרשת המן העלפט נאר אויב מזאגט עס פאר 9 צופרי נאכן דאווענען.
..

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מארטש 20, 2018 9:08 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס דארף מען טון דערצו? מ'דארף עפעס זאגן?


מתפלל זיין צום אייבירשטער

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג אפריל 07, 2019 9:39 pm

ארויף
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » זונטאג אפריל 07, 2019 9:42 pm

יש בו האט געשריבן:ארויף

;l;p-

גימפעל
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

תגובהדורך גימפעל » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:16 am

אותיות מחכימות
חיים ושלום.png
חיים ושלום.png (69.7 KiB) געזעהן 1196 מאל

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג אפריל 08, 2019 5:23 am

איך פארשטיי נישט וואס גייט פאהר!
מ'ברענגט אראפ הייליגע ווערטער פונעם מונקאטשער רב זי"ע וואס האט געהערט מפה קדשו של הרה"ק משינאווא זי"ע, אז ג' ניסן איז מסוגל פאר פרנסה, און דער עולם טרייבט ליצנות?! אתמהה!
נעם א תהילים אין זאג קאפי' כ"ג; כ"ד, וואס זענען מסוגל פאר פרנסה כידוע, זאג פרשת המן מיט די תפילות מיט מער כוונה, האב מער אינזין ביי די תפילה ביי שומע תפילה, וכו' וכו'!

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:29 am

שטייגען האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס דארף מען טון דערצו? מ'דארף עפעס זאגן?

ברך משה זי״ע פלעגט זאגן אז פרשת המן העלפט נאר אויב מזאגט עס פאר 9 צופרי נאכן דאווענען.


ברך משה? איך האב עס געהערט בשם ר' אברהם יעקב גלאנצער ז"ל

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:14 am

אינטערעסאנט די לשון ''היה מסוגל לו''. וואס איז די משמעות פון דער לו?
mi a nagy ügy

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:35 am

דער נשיא פון זבולון.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:41 am

בפשטות מיינט עס שינאווער רב זי''ע, אז ער האט אין דעם טאג משפיע געווען פרנסה און עשירות.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:44 am

דער נשיא פון זבולון, שהלך לפרקמטיא האט געהאט א כוח צו משפיע זיין פרנסה, ופשוט הוא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג אפריל 08, 2019 12:09 pm

אזוי ווי מ'בעהט ביי די תפילה נאכן היינטיגן נשיא (פון ספר "יסוד יוסף"):
ותצליח נכסי בברכה והצלחה והרוחה בהתר ולא באסור בהשקט ושאנן בלי שטן ופגע רע, והצילני רבונו של עולם מכל מיני הפסד ומכל מיני הזק בממוני ומכל שכן בגופי חס ושלום

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:51 pm

מיין רב טרעפט מיר היינט אין זאגט מיר די ממרא, און זאגט מיר צי געבן צדקה היינט. (ער איז נישט געגאנגען נאך געלט)

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:00 pm

Think and Thank האט געשריבן:בפשטות מיינט עס שינאווער רב זי''ע, אז ער האט אין דעם טאג משפיע געווען פרנסה און עשירות.

לכאורה האט איר רעכט ודלא כהרב פארשלאפן
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט