נייעס און קרישקעלעך - זומער תשע"ח

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יולי 16, 2018 10:39 pm

ב"ה
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

א בריוו פון שבתי׳לע געשריבן פון קעמפ, צו זיינע חשובע עלטערן און שטאט.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 23, 2018 5:19 pm

קיף פּיי

א בריוו פון מיין יונגעל אין בחורים קעמפ... (אדער פון מיין בחור אין יונגעל קעמפ)


לסדר עמעס ויאציב ונכון וקייען ויאשער וכו וכו'........ (נח מיט גענוג גרייזען) יום ו' בלק ימ''ש תשע''ו לפראק קטן פה בויבעריק יע''א

קודם טאטי מאמי וויאזוי פילט עטץ ענק?

איך "פיעל" מיך ב''ה זייער פיין (און איך קען עס טאקע מעיד זיין לויט זיינע צוריסענע לעכעריגע וועש - ס'איז אים פיין לופטיג... ס'האט מער לעכער ווי זיין קענטין קארטעל.)

שקויעך פארן קומען מיך וויזיטירען זונטאג... און סארי פארן טעלעפאנירען יעדע האלבע שעה ווי דו ביסט...

כ'האף אז דו מיט מאמי האבן הנאה געהאט פון די רינעדיגע קאקאש קעיק וואס כ'האב ארויס ג'לקח'נט פון קאך ספעשעל פאר דיר... (פיטשעס מיט טרויבען האב איך נישט געוואלט נעמען ווייל איך ווייס אז די האלסט די טעג א שטרענגע דיעטע...)

נעכטען איז געווען א מעכטיגע לויה ל''ע דא אין קעמפ, א טרויער זייט איך קען געדענקען... א פראש... ס'איז געווען א ביטול (מלאכה) תורה די גאנצע צייט פון די לויה, (שוין לאמיר רעדן פון שמחת)
ת נ צ ב ה
(מען האט אים געלייגט אין די אלטע)

נעקסטע וואך דינסטאג קומט א צירקוס מיט לייבען, עלעפאנטען, בערן סקאנקס אין מאנקע'ס, און וואס נישט...

טאמער פרעגסטו וועגען די געלט וואס די האסט מיר געגעבען... איז בעסער אז די פרעגסט מיך וועגן מיין רעגן מאנטל... ס'איז נישטא מער קיין זכר...

די העליקאפטער קומט נישט די יאהר ווייל קענדיס איז דא אין קענטין וויפיל די ווילסט נאר...

אויך ווארט איך די רבי שליט'א זאל שוין קומען אין קעמפ... אזוי לערנט מען איין טאג ווייניגער...

איך בעט דעם רבוש''ע אז ער זאל נישט בלאזען קיין ווינט גאנץ זומער... ווייל טאמער וועט זעך שאקלען א בלעטל איז אויס סווימינג פול...

פליעז שיק מיר גענוג לעכט... אויב מאכט זעך א קורץ שלוס ס'זאל זעך מאכען...

זייט געזונט אין שטארק
מיר קומען אהיים פאר תשעה באב כדי דו זאלסט קענען אמת'דיג שפירן דעם חורבן...

א דאנק פון דיין געטרייער זוהן

שבתי

נ. ב.
שיק מיר נאך געלט צו קאווערען די קנס פארן זיין די לעצטער ארויסצוגיין פון סווימינג פול...
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יולי 23, 2018 5:35 pm

געשמייכלט

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך יולי 25, 2018 4:51 pm

היינט אויפן 17 ביי עקזיט 113
צוגעלייגטע
408c3c2236194eaa760e1b06d504536e.jpg
408c3c2236194eaa760e1b06d504536e.jpg (101.71 KiB) געזעהן 2798 מאל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך יולי 25, 2018 5:09 pm

יעצט ביי עקזיט 115, נעבן בלומינגבורג

עס זענען אויף די סצענע, די אידישע חברה הצלה פון בבג און די קעטסקילס, און להבדיל די בבג פייער דיפט.
צוגעלייגטע
0725181648a.jpg
0725181648a.jpg (315.37 KiB) געזעהן 2711 מאל
לעצט פאראכטן דורך בענאק אום מיטוואך יולי 25, 2018 5:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טאקע?
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

תגובהדורך טאקע? » מיטוואך יולי 25, 2018 5:12 pm

איינער זעהט עפעס אויף די פיקטשער?

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך יולי 25, 2018 5:46 pm

טאקע? האט געשריבן:איינער זעהט עפעס אויף די פיקטשער?


בענאק האט געשריבן:יעצט ביי עקזיט 115, נעבן בלומינגבורג

עס זענען אויף די סצענע, די אידישע חברה הצלה פון בבג און די קעטסקילס, און להבדיל די בבג פייער דיפט.

יא!
קוק גוט אין די איינגערינגעלטע (איבער געדרייטע קאר)
צוגעלייגטע
Inked7-25-18_LI.jpg
Inked7-25-18_LI.jpg (353.14 KiB) געזעהן 2650 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19726
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 25, 2018 6:00 pm

טאקע? האט געשריבן:איינער זעהט עפעס אויף די פיקטשער?

זע איצט:
צוגעלייגטע
0725181648a.jpg
0725181648a.jpg (273.5 KiB) געזעהן 2607 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך יולי 25, 2018 6:29 pm

ווען דאס בילד איז ארויף איז עס געוווען אינגאנצן גרעי, ממילא האט טאקע? געפרעגט צו איינער זעהט עפעס דערויף, און 2 מינוט שפעטער האט עס דער בעל התגובה פארראכטן.
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

אוועטאר
טאקע?
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

תגובהדורך טאקע? » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:35 am

יישר כח! יישר כח!

בסד
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:06 am

הודו להשם האט געשריבן:ווען דאס בילד איז ארויף איז עס געוווען אינגאנצן גרעי, ממילא האט טאקע? געפרעגט צו איינער זעהט עפעס דערויף, און 2 מינוט שפעטער האט עס דער בעל התגובה פארראכטן.

פאראכטן 2 מינוט שפעטער.
צוגעלייגטע
Screenshot_20180726-100403.jpg
גערעכט
Screenshot_20180726-100403.jpg (545.55 KiB) געזעהן 2317 מאל

אוועטאר
טאקע?
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

תגובהדורך טאקע? » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:22 am

אנטשולדיגט, אבער איך בין נישט געשטאנען אין געווארט ווען עס גייט זיך אויסקלארן, איך האב נאר געפרעגט אין געגאנגען ווייטער, BOT ANYWAY א יישר כח פאר יעדעם!

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:10 pm

ר' זושא שמעלצער פארקויפט זיינע קאסעטעס פארענט פון עקסאן גאז סטאנציע אין מאנרא

20180726_190737.jpg
20180726_190737.jpg (712.25 KiB) געזעהן 2136 מאל

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:47 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:ר' זושא שמעלצער פארקויפט זיינע קאסעטעס פארענט פון עקסאן גאז סטאנציע אין מאנרא

20180726_190737.jpg

איז ר' זושא מסכים אז מען זאל ארויפשטעלן דא זיין בילד? האט מען אים געפרעגט רשות?

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:04 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:ר' זושא שמעלצער פארקויפט זיינע קאסעטעס פארענט פון עקסאן גאז סטאנציע אין מאנרא

20180726_190737.jpg


עפעס האט מען אים גע'גנב'ט די קאר דארט, איינער מיט מער אינפא?
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:53 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:ר' זושא שמעלצער פארקויפט זיינע קאסעטעס פארענט פון עקסאן גאז סטאנציע אין מאנרא

20180726_190737.jpg

איז ר' זושא מסכים אז מען זאל ארויפשטעלן דא זיין בילד? האט מען אים געפרעגט רשות?

אויב די וואלסט געקענט ר' זושא וואלסטו נישט געפרעגט אזא שאלה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 29, 2018 4:59 pm

א קריטיש וויכטיגע כשרות אויפוואכונג איז די וואך געווען פאבליצירט און ״דער בלאט״, ווארשיינדליך און אנדערע צייטונגען אויך. ס׳איז נוגע די אלע וואס געפונען זיך און די קאנטרי׳ס

C415B2D0-C0DC-4A4B-B4B1-3695CABA2938.jpeg
C415B2D0-C0DC-4A4B-B4B1-3695CABA2938.jpeg (289.15 KiB) געזעהן 1662 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג יולי 29, 2018 6:14 pm

עקסידענט אין סאוט פאלסבורג
צוגעלייגטע
20180729_181151.jpg
20180729_181151.jpg (578.48 KiB) געזעהן 1573 מאל

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יולי 29, 2018 6:20 pm

איינער ווייסט עפעס מער אדער האט בילדער פון אן אינטערעסאנטע עקסידענט וואס איז געשען נעכטן מוצ״ש ארום 3:00 פארטאגס ערגעץ לעבן עקזיט 110 אויפן 17?
איך בין דורך געפארן אויפן אנדערן זייט האב איך נאר שוואך געקענט זען, א קאר איז געווען סטאק אויף א הויעכן שטיינער בארג, זייער אינטערעסאנט וויאזוי ער איז אנגעקומען דארט, מ׳האט עם אראפ געשלעפט מיט א קרעין אין א זאק..
איינער מיט מער דיטעילס?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג יולי 29, 2018 7:24 pm

פארענט פון קראסנע קעמפ
צוגעלייגטע
31993a7ac32c4ead214fc105345cf87e.jpg
31993a7ac32c4ead214fc105345cf87e.jpg (78.73 KiB) געזעהן 1465 מאל

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 29, 2018 9:07 pm

העי, איך זע נישט מערבית דרומית. דער פאטאגראפירער איז נאך אויפן סצענע?

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » זונטאג יולי 29, 2018 10:20 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:העי, איך זע נישט מערבית דרומית. דער פאטאגראפירער איז נאך אויפן סצענע?
;l;p-

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יולי 30, 2018 12:08 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קריטיש וויכטיגע כשרות אויפוואכונג איז די וואך געווען פאבליצירט און ״דער בלאט״, ווארשיינדליך און אנדערע צייטונגען אויך. ס׳איז נוגע די אלע וואס געפונען זיך און די קאנטרי׳ס

C415B2D0-C0DC-4A4B-B4B1-3695CABA2938.jpeg

ענדליך,

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יולי 30, 2018 12:20 pm

לױט װי הצלה גיבט איבער האבן זײ דראכאױס 24 שעה פין מוצאי שבת ביז זינטאג פארנאכטס באהאנדלט די מערסטע עקסידענטן אין קעטסקעלס היסטאריע אין אײן טאג זײ האבן געברױכט ניצען אלטע אמבעלאנסן װאס איז שױן נישט אין דינסט Drive Safe!!!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוגוסט 05, 2018 10:13 pm

א משפחה בערן זענען באקומען אויף א באזוך אין פאר סייט קאנטרי אין מאנטיסעלאו.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, Iphone, john, אבן יקרה, אומפארשטענדליך, איי קנוי, טובי' מאיר ניימאנן, ידעתי, משמש, סעקרעטאר, קיטשי און 45 געסט