בלאט 1 פון 12

קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 12, 2018 9:12 pm
דורך שרייזשע
יש ברירה האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:גא''ם וואלט געדארפט זיי א אשכול אזויווי 113 אויף קולמע און לינקס צו אלע פיייטס

שוין לאנג געוואלט עפענען אזא אשכול, איך מיין אז דאס וואלט געווען א עולם התיקון פאר אייוועלט! איך קום אריין אין דעם אשכול יעדע צוויי מינוט, מיט איין אטעם אנגעטון מיט א הארד-העט און פיש כאפער באָטצעס פאר גארנישט.

די טענערייען זענען שיין אבער ביי אזא שפאנונג וואלט געדארפט זיין א פאסיגע פלאץ ווי צו ברעכן נייעס

א הצעה ווי אזוי יענע אשכול זאל ארבעטן:

"ברעיקינג אשכול - בלויז איין תגובה"

יעדע ברעיקינג נוז זאל באקומען איין תגובה קורץ און שארף, וואס עס פאסירט. דערנאך וועט די שמועס ווייטער גיין אין די פאסיגע אשכול.

פאר יעדע נייעס שרייבט איין תגובה קורץ און שארף, דערנאך וועט די שמועס ווייטער גיין אין די פאסיגע אשכול.

געשריבן: פרייטאג אפריל 13, 2018 1:40 pm
דורך יש ברירה
פראבע...

ברעיקינג: סקוטער ליבי געפארדענט

געשריבן: פרייטאג אפריל 13, 2018 1:58 pm
דורך פעיק נוז
נאכפאלגנדיג דעם ביישפיל פון די פאראייניגטע שטאטן און גואטאמאלא, האט דער פארלאמענט פונעם צענטראל אמעריקאנער לאנד, האנדוראס, אפגעשטימט אויף א רעזאלוציע וואס רופט דאס אויסערן מיניסטעריום אריבערצופירן איר אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.

געשריבן: מוצ"ש אפריל 14, 2018 9:50 pm
דורך שרייזשע
105 טאמאהאק מיסילס געשאסן אויף 3 סירישע מיליטערישע באזעס.
viewtopic.php?f=6&t=33384&start=400

ריזיגע אויפרייס אין איראנער באזע אין אלעפפא, סוריע

געשריבן: זונטאג אפריל 15, 2018 2:30 am
דורך יידישע קהילות
א ריזיגער אויפרייס אין אן איראנער מיליטערישער באזע אין אלעפא, סוריע. טייל זאגן אז אומאידענטיפיצירטע עראפלאנען האבן אדרוכגעפירט די מיסיע צו באמבארדירן דעם באזע.
לעת עתה האלט עס ביי 20 אומגעקומענע. כ"י.
איך דארף אייך נישט זאגן וואו אהין צו טייטלען מיט די פינגער...

אפדעיט:
העזזבאלע זאגט אז עס איז נישט געווען קיין אטאקע, בלויז א אויפרייס אין א געווער מאגאזין.

געשריבן: זונטאג אפריל 15, 2018 1:19 pm
דורך פארשער
The Trump administration just announced more sanctions against Russia

לענגסטע און טיעפסטע טאננעל אין עזה - געטראפן און נוטראלאזירט

געשריבן: זונטאג אפריל 15, 2018 1:23 pm
דורך יידישע קהילות
היינט האט מען צושטערט דעם לענגסטער און טיעפסטער טאננעל וואס איז געפונען געווארן ביזדערווייל אין עזה. דער טאננעל האט אריינגעדרינגען אין מד"י שטח ארויסקומענדיג פון צפון עזה. איינע פון די פלעצער וואו עס זענען פארגעקומען די פראטעסטן אין די לעצטע פאר וואכן איז איבער דעם פלאץ וואו דער טאננעל לויפט אונטער דער ערד. עס איז שפעקולירט אז זיי האבן געוואלט מיט די פראטעסטן שוצן אדער פארדעקן די ארבעט אדער אן אריינדרינגען פארזוך.
מד"י האט שוין נאכגעפאלגט דעם טאננעל פאר עטליכע חדשים.
זיי האבן עס נישט עקספלאדירט, נאר אריינגעלייגט א געוויסער מאטעריאל וועלכע מאכט אז מ'זאל נישט קענען נוצן פאר א לאנגע צייט.
(ווייסט איינער וואס דער מאטעריאל איז?)

געשריבן: זונטאג אפריל 15, 2018 8:43 pm
דורך עכט היימיש
פאראייניגטע אראבישע לענדער אין שפיץ פון סאודי אראביע האבן היינט פארענדיגט א גרויסע סאמיט, און זענען ארויס געקומען גאר שארף אקעגן סוריע אין ליכט פון איר כעמישע אטאקע, און זענען ארויסגעקומען אין שטוצע פון די אמעריקאנע באמבאדירונגען.

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2018 7:54 am
דורך יש ברירה
7 ארעסטאנטן זענען טויט און 17 אנדערע פארוואנדעט, נאך שעה'ן געשלעגן וועלכע זענען פארגעקומען אינערהאלב א מאקסימום זיכערהייט טורמע אין סאוט קאראליינע

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2018 5:06 pm
דורך אמביציע
ברעיקינג

א ריכטער האט אפגעווארפן די פארלאנג פון טראמפ'ס לויער כהן אז מ'זאל נישט טארן ליינען די פאפירן וואס די עף בי איי האט געכאפט פון זיין אפיס

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2018 5:53 pm
דורך וואוילע שעפעלע
ברעיקינג:

אין די ערשטע חודש פון דעם יאר האבן בערך א האלבע מיליאן מענטשן זיך אפגעזאגט פון באקומען פוד סטעמפס נאך וואס זיי דארפן שוין מער נישט צוקומען צו דעם.

די איבערראשנד פאזעטיווע ציפער איז אין אינקלאנג מיט די לעצטיגע עקענאמישע וואוקס ווי מער מענטשן פארדינען שענערע געהאלטן

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2018 7:13 pm
דורך יידישע קהילות
אין די מינוטן איז פארגעקומען אן אטאטקע אויף דעם "שאיאראט" עירפארט אין סיריע.
סירישע און העזבאללא האבן געזאגט אז זיי האבן אראפגעשאסן מיסילס וועלכע זענען געקומען אויף די ריכטונג פון דעם עירפארט.
אין אנדערע קוועלער ווערן באריכטעט אז נישט מיסילס זענען געפלויגן, נאר עראפלאנען.
אמעריקא זאגט אז זי האט נישט אצינד קיין עראפלאנען אין די סירישע לופטן. בלייבט איבער נאר...
אנדערע קוועלער שרייבן אפן אז עס איז געזען געווארן מד"י'דיגע עראפלאנען.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2018 6:24 pm
דורך הענדימען
סאוט-וועסט פליגער האט געמאכט אן עמערדזשענסי לענדינג אין פילאדעלפיע

איינער טויט

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2018 7:46 pm
דורך ויתן לך
פרוי בוש די ערשטע איז געשטארבן, 92

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:11 pm
דורך הערש לייב
IRS וועבסייט צו באצאלען טעקסעס האט געקראכט היינט אין טאג פון די דעדליין.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:11 pm
דורך אמביציע
ברעקינג

מייק פאמפעאוי האט זיך מיט עטליכע וואכן צוריק געטראפן מיט דעם קליינעם ''ראולי פאולי'' פון נארט קאריע

געזעצליך צו זאגן "עם ישראל חי" אויפן הר הבית

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2018 12:09 am
דורך יידישע קהילות
דער העכסטער געריכט אין מד"י האט ג'פסק'נט אז ס'איז נישט א פארלעצונג פון דעם 'סטאטוס קווא' אויב יידן וועלכע גייען (רח"ל) ארויף אויפן הר הבית (נגד התורה והלכה) וועלן מאכן א דעקלעראציע "עם ישראל חי". ווי באקאנט קענען יידן נישט זאגן קיין שום תפלה אדער סיי וועלכער רעליגיעזער סטעיטמענט זייענדיג אויף דעם הייליג ארט, ווייל די מדינה רעספעקטירט דעם סטאטוס קווא וויאזוי עס איז געווען זיין '67. אבער דער בג"ץ האט אצינד געאורטיילט אז נאציאנאליסטישע דעקלעראציעס הייסט נישט א פארלעצונג.
די אראבער זענען אויפגעברויזט, און יידן איבער ארץ ישראל און אין די וועלט זענען מתפלל אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין שאדנס פאר יידישע נפשות, און אז יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם, ונזכה להתגלות כבוד שמים במהרה.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2018 1:59 pm
דורך יש ברירה
מאסיווע בלעק אוט לעשט אויס עלעקטריציטעט פאר גאנץ פארטא ריקא

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2018 3:25 pm
דורך האסט נייעס
ברעיקינג:
א גרופע קאנגרעס לייט האבן געשיקט א בריוו צום אטורני דזשענעראל סעשאנס ער זאל עפענען א קרימענאלע אינוועסטיגעשן אונעם קאומי, קלינטאן, לינטש און שטראזאק קליקע.

viewtopic.php?p=1650564#p1650564

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2018 4:07 pm
דורך פעיק נוז
סאודי אראביע וועט מעגליך שיקן טרופן קיין סיריע

viewtopic.php?p=1650640#p1650640

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:15 pm
דורך kosher phone
איינער טויט, אפאר פארוונדערט ביי טעלעוויזיא סטאנציא צוזאמפאל אין מיזורי

ניו יארק

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:28 pm
דורך שמאטע
אין א שטוינענדע מאוו וועט גאווארנער קאומי געבן א פארדאן פאר די איבער 35,000 קרימינאלן וועלכע זענען אויף פעראול אין ניו יארק, און אזוי ארום זיי צוריקגעבען די רעכטען צו שטומען אין די וואלן!

Gov. Cuomo will pardon all 35,000 felons on parole in New York in a move designed to restore their voting rights

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:07 pm
דורך IMBZ
Justice IG sends criminal referral of Andrew McCabe to US attorney

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 19, 2018 3:40 pm
דורך kosher phone
BREAKING: The Romanian government announces it will be it's embassy in Israel to Jerusalem, following the U.S decision to move its embassy to Jerusalem next month.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 19, 2018 4:03 pm
דורך פעיק נוז
דיפלאמאטן אין סאוט קארעא זאגן אז נעכטן איז פארגעקומען א שטארקע דורכברוך אין די אנגייענדע געשפרעכן צווישן די דיפלאמאטישע דעלעגאציעס פון נארט און סאוט קארעא ווען די פארשטייער פון נארט קארעא האבן איינגעשטימט צו אראפנעמען פון טיש איינע פון די גרעסטע שטרויכלונגען פאר די פארהאנדלונגען, נעמליך דעם באדינג אז אמעריקע זאל נישט האבן קיין אנוועזנהייט אויפ׳ן קארעאר האלב-אינזל אלס תנאי פאר איר נוקלעאריזאציע

viewtopic.php?p=1651205#p1651205