איראן-מדינת ישראל - מצב אנגעצויגן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

איראן-מדינת ישראל - מצב אנגעצויגן

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:41 am

מבזק:
באופן חריג: הקבינט יכונס בהתראה קצרה לדיון חירום בקריה. הערכה בצה"ל ב 24 \ 48 שעות הקרובות אירן תפתח במערכה נגד ישראל.
שר הביטחון אשר נמצא בביקור בארצות הברית המריא לפני כשעתיים חזרה ארצה.

הקבינט המדיני בטחוני התכנס לדיון דחוף בקריה בשעה 13:30.
הדיון כונס בהתראה מיידית.
בזימון שנשלח לשרי הקבינט נכתב כי נושא הדיון הוא "עידכון מודיעיני-מדיני בנושא הסכם הגרעין עם איראן".

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:46 am

Prime Minister Benjamin Netanyahu will deliver a statement at 20:00, on a significant development regarding the nuclear agreement with Iran

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:46 am

פרעמיער נתניהו גייט אדרעסירן דאס לאנד מיט פרישע באווייזען איבער איראן נוקלארע פראגרעם נאכדעם וואס מדינת ישראל האט געלייגט א האנט אויף פרישע דאקומענטן איבער דעם פראגרעם
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:48 am

ישוב הדעת האט געשריבן:מבזק:
באופן חריג: הקבינט יכונס בהתראה קצרה לדיון חירום בקריה. הערכה בצה"ל ב 24 \ 48 שעות הקרובות אירן תפתח במערכה נגד ישראל.
שר הביטחון אשר נמצא בביקור בארצות הברית המריא לפני כשעתיים חזרה ארצה.

הקבינט המדיני בטחוני התכנס לדיון דחוף בקריה בשעה 13:30.
הדיון כונס בהתראה מיידית.
בזימון שנשלח לשרי הקבינט נכתב כי נושא הדיון הוא "עידכון מודיעיני-מדיני בנושא הסכם הגרעין עם איראן".


קענסט איבערטייטשן ביטע?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:50 am

איך האף אז נאך דער ערשטער ווארט פון די אשכול קעפל גייט נישט קומען קיין ענפער צייכן (!).
דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין וואס דאס מיינט פאר אינזערע ברידער תושבי ארה"ק.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:52 am

די דרשה וועט געזאגט ווערן אויף די ענגלישע שפראך, ד.מ. עס איז געווידמעט צו ארויס ברענגן פאר די וועלט די שעדליכקייט פון איראן און פון די סכנה'דיגער דיעל.
די רה"מ גייט זיך קודם טרעפן מיטן פרישען אמעריקאנער סעקריטערי אוו סטעיט מייק פומפעאו.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Barak Ravid

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:57 am

Senior Israeli official told me: Israeli intelligence uncovered huge amount of new and dramatic information on the Iranian nuclear program. whoever still believes Iran signed the nuclear deal with honest intentions is going to have a very interesting time this evening
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:57 am

קען מען ערגעץ מיט האלטן די רעדע ?

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:08 am

אפשר קען מען אויפהערן דערשרעקן דעם עולם מיט זינלאזע שטותים???

ווער עס קען די פאליטישע מאפע ווייסט אז איראן וועט א מלחמה יעצט נישט אנהייבען. פינטעל.

אנהייבען א מלחמה יעצט מיינט פאר איראן זעלבסטמארד.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:13 am

זעלבסמארד פאר וועם? פאר איראן אדער מד''י?
ווער עס קען די פאליטישע מאפע אין מיטל-מזרח ווייסט אז א מלחמה צווישן איראן און מד''י זענען ביידע בדרך הטבע פארלירער'ס...

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:15 am

חדשות האט געשריבן:אפשר קען מען אויפהערן דערשרעקן דעם עולם מיט זינלאזע שטותים???

ווער עס קען די פאליטישע מאפע ווייסט אז איראן וועט א מלחמה יעצט נישט אנהייבען. פינטעל.

אנהייבען א מלחמה יעצט מיינט פאר איראן זעלבסטמארד.

מעגליך וועגען דיין האלט מדינת ישראל אז יעצט איז די פאסיגע צייט
לעצט פאראכטן דורך לייבקע יענטע'ס אום מאנטאג אפריל 30, 2018 10:26 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:17 am

חדשות, דו טרייבסט איבער. איראן קען זיך פיין ערלויבן צו שמייסן, איבערהויפט יעצט אז זיי האבן א שפרינג ברעט אין סיריע - א זאך וואס מד''י האט נישט, וואס באדייט אז איראן קען פירן די קאמף צו מד''י גרעניצן ה''י בעת וואס מד''י האט זייער באגרעניצטע מיטלען עס צוריקצופירן קיין איראן.
נאכמער, יעצט איז איראן בארעכטיגט צו אטאקירן ווייל עס איז דאך זעלבסטשוץ אין רעאקציע צו די מד''י אטאקע, און עס איז שווער צו זען א וועג וויאזוי די וועלט זאל געבן גערעכט פאר מד''י און גאר פארדאמען איראן.

די איינציגסטע זאך בדרך הטבע וואס קען צוריקהאלטן איראן פון נקמה, איז אויב נתניהו רוקט ארויס ערנסטע באווייזן קעגן איר, וואס דאן וועט איראן מוזן פאוקעסן אויף צוריקשטעלן אן איידל פנים און וועט זיך נישט קענען ערלויבן א פרישער קאנפליקט.

זאל דער אויבערשטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מאנטאג אפריל 30, 2018 10:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:18 am

א מלחמה מיט איראן באדייט אויך א מלחמה מעט אירע אליאירטע ווי חיזבאלע כאמאס און אפשר גאר אסאד און פוטין...

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:19 am

איראנער רעגירונג האט יעצט ארויס געגעבן אן ארדער צו אפשפארן די "טעלעגראם" פלאטפארמע אין גאנצן לאנד

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:21 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:א מלחמה מיט איראן באדייט אויך א מלחמה מעט אירע אליאירטע ווי חיזבאלע כאמאס און אפשר גאר אסאד און פוטין...

אסאד וועט זיך בלי שום ספק נישט אריינמישן אין א פרעמדע קריג ווען ער האט גענוג קרויט צו עסן אינדערהיים. כאמאס וועט ווארשיינליך יא צושטיין (אנלעס עגיפטן וועט ארבעטן גאר שווער זיי אפצושטעלן - און כאמאס דארף זיין גרייט צו פאלגן), און חיזבאלא איז שווער פאראויסצושאצן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:24 am

אויב עפעס איז יעצט די בעסטע צייט צו אטאקירען איראן.
אמעריקע האט יעצט טראמפ וואס גייט עם געבן די גרין לייט
סאודי אראביע און די אנדערע גייען אומאפציעל צוהעלפען מד״י
מד״י איז פילפאכיג א מער פארגעשריטענע מיליטער ווי איראן. זיי זענען אויכעט פון די פאהר איינצעלע לענדער וואס האט נוקליער וואפן
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:25 am

חדשות האט געשריבן:אפשר קען מען אויפהערן דערשרעקן דעם עולם מיט זינלאזע שטותים???

ווער עס קען די פאליטישע מאפע ווייסט אז איראן וועט א מלחמה יעצט נישט אנהייבען. פינטעל.

אנהייבען א מלחמה יעצט מיינט פאר איראן זעלבסטמארד.


האסט פארגעסן אז אונז האמיר א פוטין וואס אבאמא האט געקרוינט פארן מיטל מזרח הויפט...

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
בארג
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 4:01 pm

תגובהדורך בארג » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:25 am

Think and Thank האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איראנער רעגירונג האט יעצט ארויס געגעבן אן ארדער א באפעל צו אפשפארן די "טעלעגראם" פלאטפארמע אין גאנצן לאנד

דאס איז א אידיש רעדנדע סייט.

פליז הער אויף צי פארפירען דא

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:26 am

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:אויב עפעס איז יעצט די בעסטע צייט צו אטאקירען איראן.
אמעריקע האט יעצט טראמפ וואס גייט עם געבן די גרין לייט
סאודי אראביע און די אנדערע גייען אומאפציעל צוהעלפען מד״י
מד״י איז פילפאכיג א מער פארגעשריטענע מיליטער ווי איראן. זיי זענען אויכעט פון די פאהר איינצעלע לענדער וואס האט נוקליער וואפן


די שאלה איז לגבי ענגלאנדפראנקרייךדייטשלאנד...

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:27 am

Think and Thank האט געשריבן:חדשות, דו טרייבסט איבער. איראן קען זיך פיין ערלויבן צו שמייסן, איבערהויפט יעצט אז זיי האבן א שפרינג ברעט אין סיריע - א זאך וואס מד''י האט נישט, וואס באדייט אז איראן קען פירן די קאמף צו מד''י גרעניצן ה''י בעת וואס מד''י האט זייער באגרעניצטע מיטלען עס צוריקצופירן קיין איראן.
נאכמער, יעצט איז איראן בארעכטיגט צו אטאקירן ווייל עס איז דאך זעלבסטשוץ אין רעאקציע צו די מד''י אטאקע, און עס איז שווער צו זען א וועג וויאזוי די וועלט זאל געבן גערעכט פאר מד''י און גאר פארדאמען איראן.

די איינציגסטע זאך בדרך הטבע וואס קען צוריקהאלטן איראן פון נקמה, איז אויב נתניהו רוקט ארויס ערנסטע באווייזן קעגן איר, וואס דאן וועט איראן מוזן פאוקעסן אויף צוריקשטעלן אן איידל פנים און וועט זיך נישט קענען ערלויבן א פרישער קאנפליקט.

זאל דער אויבערשטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער.

לויט דיר דארף דער קעפל זיך ליינען: אנגעצויגענקייט צווישן "פרס ומדי" [פרס=איראן מד"י=מדינת ישראל...]

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:28 am

בארג האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איראנער רעגירונג האט יעצט ארויס געגעבן אן ארדער א באפעל צו אפשפארן די "טעלעגראם" פלאטפארמע אין גאנצן לאנד

דאס איז א אידיש רעדנדע סייט.

פליז הער אויף צי פארפירען דא

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:29 am

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:אויב עפעס איז יעצט די בעסטע צייט צו אטאקירען איראן.
אמעריקע האט יעצט טראמפ וואס גייט עם געבן די גרין לייט
סאודי אראביע און די אנדערע גייען אומאפציעל צוהעלפען מד״י
מד״י איז פילפאכיג א מער פארגעשריטענע מיליטער ווי איראן. זיי זענען אויכעט פון די פאהר איינצעלע לענדער וואס האט נוקליער וואפן

איראן איז ווייט פון א מעקעלע. זיי זענען טאקע שוין צענדליגער יארן אונטער א וואפן עמבארגא, אבער זיי האבן באוויזן זיך אליינס צו שטעלן אויף די פיס און אויפשטעלן אן ערנסטן מיליטערישן קראפט, און אפי' באוויזן צו פרעזערווירן די עלטערע אמעריקאנער קאמפס פליגער וואס זי פארמאגט פון פאר די רעוואלוציע.

אבער דער עיקר כח אירע ליגט אין די סטרעיט אף הארמוז, וואס זי וועט בלי שום ספק פארמאכן אין די ערשטע שעה'ן פון סיי וועלכע קאנפליקט, און כאטש אמעריקע וועט תיכף ארבעטן עס צו עפענען, וועט עס דויערן א שיינע פאר טעג לכה''פ, און אפקאסטן א שיינע פאר לעבנס ה''י.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:30 am

Think and Thank האט געשריבן:מה זה ומי זה ישראל?


Think and Thank האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איראנער רעגירונג האט יעצט ארויס געגעבן אן ארדער א באפעל צו אפשפארן די "טעלעגראם" פלאטפארמע אין גאנצן לאנד

דאס איז א אידיש רעדנדע סייט.

I am sorry

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:35 am

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:אויב עפעס איז יעצט די בעסטע צייט צו אטאקירען איראן.
אמעריקע האט יעצט טראמפ וואס גייט עם געבן די גרין לייט
סאודי אראביע און די אנדערע גייען אומאפציעל צוהעלפען מד״י
מד״י איז פילפאכיג א מער פארגעשריטענע מיליטער ווי איראן. זיי זענען אויכעט פון די פאהר איינצעלע לענדער וואס האט נוקליער וואפן

איראן איז פון די שטארקסטע אראבישע לענדער
זי פארמאגט א איבערפלוס פון מענטשן קראפט, סאלדאטן שפילן נישא קיין ראלע דארט.
זיו פארמאגט געניג און נאך רוסיש-פאברעצירטע פארגעשריטענע וואפן אריינגערעכנט א העכסט מאכטפולע נעווי און עיר-פארס.
מיסילס האט זי אויך געניג און זיך, סיי און איראן זעלבסט און סיי אין לבנון און אין סיריע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:37 am

איראן איז נישט אזוי שוואך, און די מדינה איז נישט אזוי שטארק.

אידן טיילט אויס תהלים המחולק!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארקלאצט און 17 געסט