נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:08 pm

די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, אינאיינעם מיט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, האבן אנגעהויבן נעמען שריט, איינצוצוימען געוויסע מאכט פון פעדעראלע ריכטער איבער'ן לאנד.

די רעדע איז פון די מאכט וואס ריכטער האבן, ארויסצוגעבן "אינדזשאנקשענס", וואס באדייט אז זיי קענען אפשטעלן דאס איינפעדימען א פעדעראלן געזעץ אדער פרעזידענטליכע פאליסי.

די רעפובליקאנער און די טראמפ אדמיניסטראציע זענען פרוסטורירט מיט די גרויסע צאל "אינדזשאנקשענס" וואס געריכטן האבן ארויסגעגעבן אין די לעצטע צוויי יאר אפצושטעלן טראמפ'ס פאליסיס, א שטייגער ווי דעם "טראוועל פארבאט".

אונטער'ן פלאן, וועלכע רוקט זיך פאראויס אין קאנגרעס, וועלן "אינדזשאנקשענס" בלויז אפעקטירן די וועלכע האבן אריינגעגעבן די ביטע צו באקומען דעם "אינדזשאנקשען", און וועלן נישט אפשטעלן דאס איינפעדימען און אינפארסירן די פאליסי איבער'ן לאנד.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:34 pm

צו באמערקן, זיי זענען נישט געווען פראסטורירט ווען קאנסערוואטיווע געריכטן האבן אפגעשטעלט אבאמא פאליסיס איבערן גאנצן לאנד.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:50 pm

סענאט וועט זיין אין סעסיע אום 2 אזייגער

מעקאנעל ערווארטעט צו אדרעסירן די קעוואנאו סומאטוכע

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:47 pm

סענאטאר קארנין נארוואס פארלאזט אפיס פון סענאטארשע קאלינס און אנטזאגט זיך צו קאמענטירן

סענאטאר ארין העטש געענדיגט טעלעפאנישע געשפרעך מיט ריכטער קעוואנאו אין וועלכע קעוואנאו האט ווידער אלעס געלייקנט זאגנדיג אז מעגליך טוט אים פראפעסאר פארד פארטוישן מיט א צווייטן זינט ער איז אפילו נישט געווען אנוועזנד ביים אנגעבליכן פארזאמלונג

סענאטאר העטש איז געפרעגט געווארן צו די באשטעטיגונג זאל פאראויסגיין אין פאל די באשולדיגונגען זאלן זיך ארויסשטעלן אלץ וואר אויף וואס ער האט רעאגירט אז סענאטארן וועלן דארפן באשליסן אויב זיי ווילן נישט אפשאצן א מענטש באזירט אויף וואס ער איז היינט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:36 pm

משמש האט געשריבן:צו באמערקן, זיי זענען נישט געווען פראסטורירט ווען קאנסערוואטיווע געריכטן האבן אפגעשטעלט אבאמא פאליסיס איבערן גאנצן לאנד.

וויפיל מאל האט אן איינצעלע ריכטער אדער געריכט ארויסגעלייגט אן אינדזשאנקשען אויפ'ן גאנצן לאנד אונטער אבאמא?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:37 pm

די דעילי קאלער דעקט אויף אז ריכטער קעווענאו'ס מוטער איז געווען די דזשאדזש אויף א פארקלאוזשער קעיס פון די עלטערן פון די באשולדיגער.
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:44 pm

מעקאנעל רעדט איצט אין סענאט ארונטעררייסנדיג א לעצטע פארלוירענע דעמאקראטישע פרואוו אין די "11'טע שעה"

ער ציטירט קריטיק פון קאלינס אקעגן די דעמאקראטן

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:47 pm

מעקאנעל זאגט אז ער האט פולע צוטרוי אין פארזיצער גרעסלי צו נעמען די ריכטיגע שריט

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:37 pm

סענאטארשע קאלינס זאגט אז אויב שטעלט זיך ארויס אז קעוואנאו האט ליגן געזאגט איבער די באשולדיגונגען וואלט אים עס דיסקוואליפיצירט אבער זי ווייסט דערווייל נישט גענוג צו קענען אננעמען פראפעסאר פארדס באשולדיגונגען

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:37 pm

מעקאנעל קאנפערירט איצט מיט רעפובליקאנער אויפן יורידישן קאמיטע

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:41 pm

קאנפרענץ קאל מיט קעוואנאו און רעפובליקאנער אויפן יורידישן קאמיטע אום 5:30

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:52 pm

אנדייטונג פון סענאטאר קארנין אז רעפובליקאנער פלאנען נישט צו אראנדזשירן א פוביק הירינג פארמאט

קארנין: וואס די דעמאקראטן זוכן איז א שאו טרייעל און איך קלער אז עס וואלט געווען א טעות צו באלוינען אזעלכע שלעכטע אויפפירונג

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:26 pm

אפדעיט;

קומענדע וואך מאנטאג וועלן קעווענאו און א פראפעסער אויפטרעטן אונעם מלמדים שטיבל. ס׳וועט זיין א אפענע פארהער.

(הבל איז ארויס אויף א קורצע איבערבייס)
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3936
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 7:07 pm

ווען האט די אפשטימונג געדארפט פארקומען????

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:18 am

קעווענאוס באשילדיגער זאגט אז זי וועט נישט טעסטיפייען פארן סענאט דזשואישיערי קאמיטי בעפאר די עף בי איי עפענט אן אויספארשונג איבער די באשילדיגונג, ווייל זי איז אומזיכער די פלאץ, צייט, און סיי וועלכע אנדערע פרטים איבער די פאסירונג...
איין זאך איז זי זיכער, עס איז געווען קעווענאו.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:23 am

סענעטאר פלעיק, פון די וואס האבן גערופן פאר אן אויספארשונג, זאגט אז אויב וועט זי זיך נישט באווייזן אויפן באשטומטן דאטום וועט ער וואויטן צו שטומן די נאמינאציע פאראויס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:32 am

וויזוי גייט נאר די ווארט, ''צו ס'איז געווען א יושקע פאנדראק זענען זיי נישט זיכער, אבער דאס איז זיכער אז די אידן האבן אים געהרגעט''.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:21 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:סענעטאר פלעיק, פון די וואס האבן גערופן פאר אן אויספארשונג, זאגט אז אויב וועט זי זיך נישט באווייזן אויפן באשטומטן דאטום וועט ער וואויטן צו שטומן די נאמינאציע פאראויס.

ווען איז די דאטום?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:13 am

קומענדיגן מאנטאג
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:53 am

פארדס אדוואקאט האט דערווייל ארויסגעלייגט א סטעיטמענט צו די מידיא אבער נישט רעאגירט אויף סיי וועלכע וועג צו די קאמיטע איינלאדענונג אויף קומענדיגן מאנטאג
סענאטאר גרעסלי האט צוגעלייגט צוויי אפציעס
1) אז די פארהער זאל פארקומען אונטער פארשלאסענע טירן
2) אז קאמיטע סטעף זאלן אריבערפליען קיין קאליפארניע ווי די פראפעסאר וואוינט און דארט אויספרעגן

אבער גרעסלי שטעלט קלאר אז אפגעזעהן אויב זי וועלכע אפציע זי אקצעפטירט בלייבט די דעדליין אויף מארגן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:02 am

מיזורי סענאטארשע מקעסקיל אן אפיציעלע "ניין" אויף קעוואנאו נאמינאציע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:10 am

הכל הבל האט געשריבן:פארדס אדוואקאט האט דערווייל ארויסגעלייגט א סטעיטמענט צו די מידיא אבער נישט רעאגירט אויף סיי וועלכע וועג צו די קאמיטע איינלאדענונג אויף מארגן מאנטאג
סענאטאר גרעסלי האט צוגעלליגט צוויי אפציעס
1) אז די פארהער זאל פארקומען אונטער פארשלאסענע טירן
2) אז קאמיטע סטעף זאלן אריבערפליען קיין קאליפארניע ווי די פראפעסאר וואוינט און דארט אויספרעגן

אבער גרעסלי שטעלט קלאר אז אפגעזעהן אויב זי וועלכע אפציע זי אקצעפטירט בלייבט די דעדליין אויף מארגן

דאס נאכגעבן א אפענע פארהער איז געווען עפעס וואס די דעמעקראטן האבן פארלאנגט, אזוי איז די דראמא שטערקער. גרעסלי האטעס נאכגעגעבן, למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען א גוטע זאך, אזוי יעצט האט ער א טול וויזוי צו שטעלן דעם באשילדיגער אין פלאץ, און ״אפערן״ א ביהיינד קלאז דארס סעשען
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:13 am

פראפעסאר פארדס גאו פאנד מי האט שוין אויפגעטריבן איבער 100 אלפים

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:33 am

הכל הבל האט געשריבן:פארדס אדוואקאט האט דערווייל ארויסגעלייגט א סטעיטמענט צו די מידיא אבער נישט רעאגירט אויף סיי וועלכע וועג צו די קאמיטע איינלאדענונג אויף מארגן מאנטאג
סענאטאר גרעסלי האט צוגעלליגט צוויי אפציעס
1) אז די פארהער זאל פארקומען אונטער פארשלאסענע טירן
2) אז קאמיטע סטעף זאלן אריבערפליען קיין קאליפארניע ווי די פראפעסאר וואוינט און דארט אויספרעגן

אבער גרעסלי שטעלט קלאר אז אפגעזעהן אויב זי וועלכע אפציע זי אקצעפטירט בלייבט די דעדליין אויף מארגן

נעכטן איז אפשר געווען שבת (שבתון) אבער מארגן איז דאכצעך נישט מאנטיג.... :wink:

שכח הכל פאר דיין ארבייט, איך קוק שוין נישט קיין אשכולות, איך גיי גלייך צו דיינע תגובות, דארט האב איך אלע נייעס אין קארץ און שארף.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:47 am

יישר כח פאר די קאמפלימענט און פארן אויפמערקן דעם טעות!
שוין פארראכטן די גרייז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, Iphone, john, אבן יקרה, אומפארשטענדליך, איי קנוי, טובי' מאיר ניימאנן, ידעתי, משמש, סעקרעטאר, קיטשי און 47 געסט