בלאט 1 פון 1

אינטערעסאנטע פארקינג גאראדזשען אין כינע און איבער די וועלט

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 2:45 am
דורך הלשון
"סמארט קאר" = א גאר קליינע קאר. "סמארטפאון" = א קליינע טאשן קאמפיוטער.

און יעצט קומט די רייע אויף, "סמארט גאראדזש" = שמאלע הויכע גאראדזש.

די רעדע איז פון א נייע 26 שטאקיגע פארקינג לאט געביידע אין טשיינע.

עס פארנעמט גאר א קליינע שטח אויפ'ן ערד פלאך, און אנשטאט האט זיך עס אויסגעצויגן אין דער הייעך.

די גאנצע געביידע ארבייט אויטאמאטיש, און מיט אפאר קנעפלעך דערגרייכט מען די קאר.

זאל זיין עטליכע בילדער...


(מנהלים ביטע פלאצירן על מקומו הראוי והנכון)

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 2:47 am
דורך הלשון
יעלה ויבא ויגיע

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 3:19 am
דורך נכד
א קנאקעדיגע אויפטו!!

ביטע איינשטעלן אין אלע היימישע געגענטער אפשר וועט דאס העלפן לינדערן דעם אנגעלייגטן טראפיק פראבלעם.

ווי פריער מעגליך. נא זאל זיך יאוועןעטליכע אינוועסטערס.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:49 am
דורך שואלכענין
דאס מיינט אן אויפטו!!!

וואו זענען מיר געווען ביז יעצט???

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:58 am
דורך דריידל
כ'האב לעצטנס געזעהן אזאנס. עס ארבעט ווי א פעריס וויל

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:16 am
דורך כא כא כא
למעשה וויפיל קארס פיטן דען אריין אין דעם?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:42 am
דורך איסר האטלקי
רעכן אויס, בערך דריי קארס גייט אויף א שטאק, אויב איז נאר דא צוויי שורות איז עס בערך 150 קארס.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:49 am
דורך יעקב פריינד
וויפל סקווער פיס נעמט אויף אזא בילדינג?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:15 am
דורך איסר האטלקי
ארום 400.

די לענג איז ארום פופצן ביי פופצן פיס. מיט די ווענט אינאיינעם דארף עס נישט זיין מער פון 20 ביי 20, מיט פלאץ פאר צוויי קארס פער שטאקעלע.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:22 am
דורך Think and Thank
זיבן פיס פאר א פארקינג לאט?! פאר די לענג פון די קארס?! אן עוורידזש מידסייז קאר (נישט ווען) איז ארום פערצן-פופצן פיס לאנג.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:28 am
דורך איסר האטלקי
Think and Thank האט געשריבן:זיבן פיס פאר א פארקינג לאט?! פאר די לענג פון די קארס?! אן עוורידזש מידסייז קאר (נישט ווען) איז ארום פערצן-פופצן פיס לאנג.

גערעכט. אגב, איך גלייב נישט אז איינער האט א ווען אין טשיינע......

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:55 am
דורך אויפגעפרישט
ווי איז די URL אז מען זאל דריקן BUY NOW

שכח ליק באטען

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 2:51 pm
דורך איפה פייביש
די סייז איז 625 Sq. Ft. נישט 400

http://www.dailymail.co.uk/news/china/a ... -tall.html

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 3:02 pm
דורך Goodmorning
מען דארף זיין אין קאר ווען עס פארט ארויף?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 3:33 pm
דורך אויפגעפרישט
Goodmorning האט געשריבן:מען דארף זיין אין קאר ווען עס פארט ארויף?

ניין מען דארף אריינפארקן, מבאקימט א נאמבער/צעטל, די איבריגע גייט אויף לעקטער, ס'איז פארשפרייט אין אייראפע, און ס'איז דא נאך מאדעלס/קאמפעניס

געשריבן: מוצ"ש יוני 02, 2018 11:24 pm
דורך ישתבח שמו לעד
[image]
Screen Shot 2018-06-02 at 11.18.56 PM.png
Screen Shot 2018-06-02 at 11.18.56 PM.png (737.71 KiB) געזעהן 1809 מאל
[/image]
מיר זענען גארנישט אינטער שטעליג דאס איז אויף טילערי סט. אין ד.ט. ברוקלין

געשריבן: מוצ"ש יוני 02, 2018 11:33 pm
דורך גראף פאטאצקי
סדא געניג פון דעים אין מאנהעטען אויך.
אפשר נישט 20 שטאק אבער פינף שטאק זיכער. אין נישט פארמאכט אין א בילדינג, אבער די איינפאל איז שוין לאנג דא

געשריבן: מוצ"ש יוני 02, 2018 11:45 pm
דורך אלי' מקוה יוד
איז דא א קליפ וויאזוי עס ארבעט די ארויפפארן?

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 12:29 am
דורך Think and Thank
ס'דא איינס נעבן די וויליאמסבורג בריק (מען קען עס זען פון די פיסגייער וועג).

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 12:30 am
דורך אויפגעפרישט
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איז דא א קליפ וויאזוי עס ארבעט די ארויפפארן?


דעס איז פון א אנדערע קאמפעני

https://www.dropbox.com/s/l0iur5kx92tg55e/

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 12:33 am
דורך אלי' מקוה יוד
Thanks

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 12:35 am
דורך שמואל אלצווייסער
נעבן די ברוקלין ברידזש אויף גאלד סטריט, איז דא אזאנס אבער ס׳גייט אראפקומען בקרוב. קומט דארט א גרויסע דעוועלאפמענט.

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 2:19 am
דורך יצחק ברוך
די וואס איז דא דא קען מען אראפ נעמען פון אויבן אויך אדער מען דארף אראפ נעמען קודם אלע קארס פון אונטער דעם?
ווייל עס איז זייער פארשפרייט דא איין אדער צוויי קארס אין די הייעך אבער מ' דארף קודם ארויס נעמען די אינטערשטע.

א שיינע רודיכיגע פארקינג

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 9:54 am
דורך אויפגעפרישט