נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 28, 2019 11:01 am

maybeeynot האט געשריבן:ווען גייט די געריכט אין קעמפ ?

היינט

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג יוני 28, 2019 2:13 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אורטיילט מיט 4-5 אז פאליטישע גערימענדערינג איז אויסגעהאלטן

וואסארא טעם האט ראבערטס געשריבן אינ'ם אורטייל??

אז דערשטיקן טויזענטער סיטיזענס וואטס, דארף נישט צופיל אויסמאכן??!

אז זיי האבן נישט קיין אויטאריטעט אריינצושרעדן אין עפעס וואס איז נישט אומגעזעצליך.

(ווען עס וואלט נישט געווען קיין געזעץ וואס פארבאט צו הרג'ענען א מענטש וואלט די קאורט עס נישט געקענט פארבאטן)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » זונטאג יוני 30, 2019 12:44 pm

@KollelNiyes: A Federal judge permanently blocked president Trump from using billions in military funds for the border wall. #Yoi https://t.co/HhFS4U8lHd

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 02, 2019 9:32 am

די יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געבעטן פון די ריכטער וועלכע פארפיגט אויף די צענזוס קעיס א פארלענגערונג אויף ביז היינט 5:30 ווען זיי זאלן קענען רעאגירן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 02, 2019 4:59 pm

די יוסטיץ דעפארטמענט האט געלאזט וויסן די צענזוס קלעגער אז די צענזוס בויגנס וועלן גיין צום דרוק אן די בירגערשאפט פראגע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 02, 2019 5:29 pm

!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יולי 02, 2019 8:37 pm

אין אנדערע ווערטער די ווייסע הויז האט זיך אפציעל אפגעלאזט פון דעם גאנצן געראטשקע???
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 03, 2019 12:28 pm

איך ווייס נישט וואס, אבער די דורכפאל פאר טראמפ באדערט מיר די מערסטע פון אלע אנדערע.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 3:54 pm

א ריכטער האט איצט צייטווייליג בלאקירט אן אהייא אנטי רציחה געזעץ פאראויסשאצנדיג אז עס וועט ווערן געפונען אומקאנסטיטוציאנאל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 6:11 pm

דיסטריקט ריכטער האזעל האט גערופן א טעלעקאנפרענץ היינט נאכמיטאג ריבער די צענזוס קעיס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 6:13 pm

אין ניו יארק האבן קלעגער פארלאנגט א זאפארטיגע פארהער פון ריכטער פורמאן אז די רעגירונג זאל קלארשטעלן טראמפס מעסעדזש און זאגן אויב מען גייט פאראויס מיט די בירגערשאפט פראגע

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 6:14 pm

ריכטער האזעל אין מערילענד האט איינגעשטימט אפצושטופן אויף ביז פרייטאג 2 אזייגער די אולטימאטום ווען די אדמיניסטראציע זאל אפיציעל אונטערשרייבן אז זי גייט נישט פאראויס מיטן דרוקן די בירגערשאפט פראגע אינעם צענזוס בויגן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 08, 2019 11:13 am

די סופרים קאורט האט באשטימט אויסצוהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די דאקא קעיס אויף נאוועמבער 12 למספרם

אינעם זעלבן טאג וועט די געריכט אויסהערן די ארגומענטן אין די קעיס איבער אן אימיגראנט וועלכע איז געשאסן געווארן אריבער דעם גרעניץ דורך גרעניץ פאטראל וועכטער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 08, 2019 11:17 am

מארגן דינסטאג וועט די פיפטע קרייז געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יולי 08, 2019 11:35 am

הבל. קום אריין אן די פאללאויאינג
(ווייס איך נישט אויב דא איז דער פלאץ ווייל דא איז דער פעדעראל קאורט דעסק)
פאריגע וואך האט דער נ.י. סטעיט סופרים קאורט ארויסגעגעבן א פסק הלכה אקעגן דעם נ.י.ס. די אי סי איבער שניידן ביימער כדי צו מאכן שניי מאוביל טרעילס.
דער פסק איז געבעיסד איבער וואס הייסט א ׳׳בוים׳׳ אונטער דעם ניו יארקער קאנסטיטושן.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 09, 2019 4:28 pm

היינט קומט פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס אין די פיפטע סירקוט קאורט
די הויפט פראגע פארנט פונעם געריכט איז אויב שריט פון קאנגרעס אוועקצונעמען די שטראף פארן נישט פארמאגן העלט אינשורענס מאכט די פארלאנג צו פארמאגן אינשורענס אומקאנסטיטוציאנאל זינט די לעגאלע אונטערגרונט פון פארלאנג איז לויטן ראבערטס מאיאיטעט אורטייל באזירט אז די פארלאנג איז אויסגעהאלטן אלץ א שטייער אבער אויב די שטייער פאלט אוועק איז מעגליך די פארלאנג מער נישט אויסגעהאלטן
אויב די פארלאנג איז אומאויסגעהאלטן איז די צווייטע פראגע אין געריכט אויב אין רעזולטאט פון עלימינירן די אינשורענס פארלאנג פאלט צוזאם די גאנצע געזעץ
ענדע פארלאפענע למספרם מאנאט האט אבער די געריכט צוגעשיקט פאר די ביידע פרישע פארלאנגען צו פארשטיין אויב קאנגרעס האט בכלל סטענדינג צו קלאגן דערוועגן זינט זיי דארפן איבערצייגן איבער פערזענליכע שאדנס וואס זיי וועלן ליידן אויב מען פסל'ט די געזעץ
די געריכט האט אויך געוואלט פארשטיין ווי אזוי די קעיס וועלט זיך געענדיגט אין פאל וואס זיי נעמען אן אז קאנגרעס האט נישט קיין סטענדינג און אויך געפרעגט אויב די באשלוס פון די יוסטיץ דעפארטמענט מער נישט צו פארטיידיגן די געזעץ האט צוגעגבן צו די קאנטערווערסיע
די דריי ריכטער אויפן פאנעל זענען ריכטער קעראליין דיניען רינג נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער, דזשעניפער וואלקער עלראד נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און קורט ענגלהארט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 10, 2019 2:58 pm

נעכטן זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס און די געריכט האט אויסגעזעהן גענויגט צו באשטעטיגן די דיסטריקט געריכט אורטייל אז די אינדיווידועלע מאנדאט איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער עס איז געווען ווייניגער קלאר ווי אזוי די געריכט וועט גיין אויף די גרעסערע פראגע אויב אין רעזולטאט פון עלימינירן די מאנדאט מוז די גאנצע געזעץ צוזאמפאלן
אויף די מאנדאט לעגאליטעט האבן די צוויי רעפובליקאנע נאמינירטע ריכטער באווארפן די פרא אבאמאקעיר קלעגער מיט פראגן איבער ווי אזוי זיי קענען ערקלערן די מאנדאט אלץ אויסגעהאלטן איצט אז קאנגרעס האט עלימינירט די שטייער/שטראף אבער דער קארטער נאמינירטער ריכטער האט זיך געהאלטן שטיל
טראץ וואס עס איז שווער צו זאגן מיט א זיכערקייט איבער ווי אזוי די געריכט וועט גיין מיט די צווייטע פראגע האבן אבער די צוויי רעפובליקאנער נאמינירטע ריכטער אויסגעזעהן סקעפטיש איבער די ארגומענט אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט בלויז עלימירט די מאנדאט איז עס געווען ווי א באשטעטיגונג פון קאנגרעס אז זיי ווילן האלטן אין פלאץ די איבריגע טייל פון די געזעץ
ריכטער ענגעלהארט האט געפרעגט אז אויב קאנגרעס האט געמיינט צו לאזן די איבריגע טייל פון די געזעץ שטיין (אזוי ווי די אדוואקאט וועלכע פארטרעט איצט קאנגרעס האט געזאגט אין געריכט) וואלט דאך די סענאט אויך געברויכט שיקן א פארטרעטער צו מאכן דעם זעלבן ארגומענט זינט די געזעץ איז דורך אין קאנגרעס און אין סענאט, טא פארוואס הערט מען נאר דעם ארגומענט פון קאנגרעס און פון סענאט הערט מען נישט קיין פיפס
(זעלבספארשטענדליך אז די סענאט וועלכע ווערט איצט קאנטראלירט דורך רעפובליקאנער איז נישט נייגעריג צו מאכן אזא קעיס אבער דער ריכטער מיינט צו זאגן אז ער האט נישט קיין סאך פון דעם וואס קאנגרעס זאגט איצט וואס זיי האבן דאן געמיינט ווייל די געזעץ שטייט נאר צוליב וואס זי איז אדורך אין ביידע הייזער און עס איז נישט גענוג פאר איינע פון זיי צו זאגן וואס זיי האבן דאן געמיינט)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 16, 2019 9:13 pm

דער ריטייערטער סופרים קארט ריכטער דזשאהן פאול סטיווענס איז געשטארבן אין עלטער פון 99 יאר.

סטיווענס, וואס איז געווען א פראמונענטער לויער, איז אין יאר 1970 געווארן אפוינטעט צום יוניידעט סטעיטס קארט אוו אפיעלס פאר די 7th סירקוט, דורך פרעזידענט ריטשערד ניקסאן. עטליכע יאר שפעטער אין 1975, איז ער אריינגעשטעלט געווארן אינעם סופרים קארט דורך פרעזידענט געראלד פארד, און האט געדינט אויף זיין פאזיציע ביז 2010 ווען ער האט ריטייערט.

ער איז טאקע געווען און עפוינטעט געווארן אלטס ריפאבליקאנער, ער האט זיך אבער במשך די צייט גענויגט צו שארף לינקס. אין זיינע צייטן איז ער געווען די צווייט עלסטער ריכטער אויפן רעקארד פונעם סופרים קארט, און 3׳ט לענגסטע אויפן בענקל.

א בילד פון ריכטער סטיווענס:
צוגעלייגטע
F4CDF8E3-3CDB-44DC-887A-253A2F305993.jpeg
F4CDF8E3-3CDB-44DC-887A-253A2F305993.jpeg (80.07 KiB) געזעהן 1554 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 9:11 am

לויט אנדייטונגען פון זיין אדוואקאט שיינט עס אז על טשאפא וועט היינט אויפטרעטן אין געריכט ביי זיינס א פארהער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 9:29 am

מיט 2-1 האט די ארמיי קרימינאלע אפעלאט געריכט אפגעווארפן די ארגומענט פון באו בערגדאל אז זיין קעיס איז געווארן באאיינפלוסט דורך רעטאריק פון טראמפ

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 10:20 am

א פעדעראלע ריכטער פאראורטיילט על טשאפא גוזמאן צו לעבנסלענגליכע טורמע און צוגאב צו נאך דרייסיג יאר (הא?!)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 10:47 am

גוזמאן האט גערעדט פאר צעהן מינוט און זיך אפגערעדט איבער די אומשטענדן אין טורמע זיי באצייכענענדיג אלץ פייניגונג און אלץ די מערסט אוממענטשליכע סיטואציע אין וועלכע ער האט זיך געפונען סיי ווען אין זיין לעבן אויספירנידג אז עס איז פיזישע, עמאציאנאלע און מענטאל פייניגונג

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 2:22 pm

טראמפ פארלאנגט פון געריכט צו בלאקירן די געזעץ וועלכע ערלויבט צו פארעפנטליכן זיינע סטעיט שטייער בויגנס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יולי 23, 2019 2:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 2:23 pm

די אנקלאגע איז געווארן אריינגעטראגן אין פעדעראלן געריכט אין די סי

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 2:34 pm

מייקל פלין'ס געוועזענע ביזנעס שותף איז נארוואס געוואןר געפונען שולדיג מיט צוויי קאונטס פארבונדן צו זיין פרא טערקישע רעגירונג לאביאונג אקטיוויטעטן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: programmer, אהרן הלוי, בעל דמיון, בשבילי נברא, וימאןX3, טוב ליהודים, מילכיגער, ממה נפשך, משגיח, סאברע, שמארטיקל און 68 געסט