דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:59 pm

עס איז נישט אזוי ווייט די קאנגרעס זיץ ווי די פארראט צו זיין פארטיי און די ספעשל אינטערעסט ($$$) אינפלוענס פון וואס ביידען דארף כלומרשט צו זיין פריי.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 23, 2019 3:14 pm

כאפצעם האט געשריבן:פרישע סקאנדאל אויף ביידן אויפגעדעקט דורך די ני"ט.

לויטן באריכט האט ביידן לעצטן נאוועמבער אויפגעטרעטן ביי א קאמפיין פארזאמלונג פארן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טאם אפטאון אין מישיגען נאכן באקומען א ריזיגע טשעקל.. ער האט אים דארט גאר שיין אויסגערימט אלס געלונגענע קאנגרעסמאן.

די רעפובליקאנער האבן דאן געניצט זיין דרשה און געלאזט לויפן קאמערשאלס.. די פארמעסט איז ביז דאן געווען גאר שמאל אבער איבעריג צו זאגן אז ער האט געווינען.

דעמאקראטן שעלטן יעצט אוועק, אין אמתן ווער ברויך א 41'סטע זיץ? אבער מ'האט דאך דאן נישט געוויסט וואס וועט זיין און יעדע זיץ איז געווען קריטיש וויכטיג.

וואסע שייך צו אויפדעקן?
איז עס געווען א סוד ביז יעצט?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 3:24 pm

די סקאנדאל קומט הייסטעס פון העריס מענטשן, און איז שקר וכזב, זינט יענע זיץ איז נישט געווען אין פלעי. די נידעריגסטע איז אפטאון געווען ביי 538 ביי 77.5% טשענס, תיכף פאר די וואלן גראדע, סוי ער איז קיינמאל נישט געווען אין פלעי אינמיטן אויך נישט.

און גראדע בעטא איז דירעקט שולדיג אין דעם וואס וויל הארד האט געווינען ריעלעקשן.

די עמערסאן אנקעטע איז טו גוד טו בי טרו, און האט זייער א קליינע סעמפל דעמאקראטן, בלויז 355 מענטשן וואס פלאנען צו שטימען אין די פריימערי.

טייל מאל איז עמערסאן זייער קראנט, אבער טיילמאל זענען זיי וועי אף.

עמערסאן האט אויך געמאכט א אנקעטע פון בלויז די וואס לויפן שוין.

Warren 43%
Harris 19%
Castro 12%
Gillibrand 9%
Delaney 8%
Ojeda 7%
Gabbard 3%



--------------------

פיטע באטידזשעדזש, אדער באטיגעג, דער מעיאר פון סאוט בענד אינדיענע, האט געעפענט א עקספלויריטערי קאמיטע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:12 am

צל עובר האט געשריבן:
פיטע באטידזשעדזש, אדער באטיגעג, דער מעיאר פון סאוט בענד אינדיענע, האט געעפענט א עקספלויריטערי קאמיטע.

ביי א פרעסע קאנפערענץ האט אים א רעפארטער געפרעגט וויאזוי מזאגט זיין לעצטען נאמען האט ער געזאגט אז מקען אים רופן פיטע
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:47 am

צל, סיז מיר א חידוש אז דו האלטסט אזוי פון סאנדערס, אבער בערני איז זייער אוט אוו מעינסטריעם אפילו ביי די עוורידזש דעמעקראט, און אוודאי ביי אינדעפענדענטס, לדעתי פארלירט ער אפילו אין א גוטע דעמעקראטישע יאר...

אזוי אויך האלטעך נאכאמאל אז ס'לאנד איז נאכניש גרייט פאר העריס, און די דעמעקראטן'ס בעסטע טשענסעס ליגן ביי קעסטראו, בראון און מעגליך בוקער...

בנוגע בעטא בינעך מסופק, כאב מורא אז ער איז צו רוי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:54 am

ביידן נעכטן ביי א רעדע פאר די מעיאר קאנפרענץ, איבער די "סקאנדאל" איבער וואס עס איז נעכטן געשטאנען אין טיימס.

Biden, after railing against "dysfunctional" Washington. "I read in the New York Times that one of the problems I'd have if I ran for president is I like Republicans. Bless me father for I have sinned."


קוקט אויס אז אויב ער לויפט פלאנט ער געהעריג צו לויפן אויף די רעכטע זייט אפילו אין די פריימערי.
------------------

א אנקעטע פון הארווארד העריס סקאט רעסמוסען פון יאנואר 15-16.

Biden 23%
Sanders 21%
O'Rourke 8%
Harris 7%
Bloomberg 5%
Warren 4%
Booker 3%
Gillibrand 2%
Gabbard 2%
Castro 1%

--------------------------
הערי ענטען ווייזט אן די פעווארבל רעיטס פון די קאנדידאטן, בלויז ביי די וואס האבן א מיינונג איבער זיי, איך פארשטיי נישט פארוואס ער געט נישט מער קרעדיט פאר ביידן ביים זיין מער פאפעלער ביי די "יעדער" וואס קען אים, ווי יעדן איינעם אפילו ביי די וואס קענען זיי.
Here was the last Marist poll but with only looking at Democrats who had an opinion of each of the candidates... Biden is still the most liked, but Sanders falls... Bloomberg is last



----------------------

@וויכי, רעד איך דען פון די אלגעמיינע, אבער אפילו אויב יא, די מציאות איז אז בערני איז אין די אנקעטעס, סיי יעצט די צווייטע שטערקסטע קעגן טראמפ, און אין 2016 איז ער געווען אסאך שטערקער ווי קלינטאן, הגם עס קאן זיין בלויז ווייל ער איז נישט געווען עקספאזט צו די אלגעמיינע וואלן היץ.

אבער אן אנקעטעס, וויפיל מענטשן קענסטו וואס וואלטן נישט געוואלט באקומען אלעס פאר פרי ווי ער זאגט צו?

יאך פאר מיר האלט נישט פון סאנדערס, אויב ער געווינט די פריימערי שטים איך לכאורה טוירד פארטי.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:08 pm

וואס די אנקעטעס זאגן יעצט איבער עלעקטעבילעטי איז זערא!

סענדערס איז קיינמאל נישט אויסגעשטאנען קיין טשעלענדזש פון א מאדערעט אדער ריפאבליקען, ס"ה געלאפן אין א פריימערי, היות די בעיס איז ליבעראל און ער איז פון די מאוסט ליבעראל וואס איז דא, האטער געקענט אנציען שיין... ווידער ביי אינדעפענדענטס און ריפאבליקענס איזער אקעי ווייל ער איז געלאפן קעגן קלינטאן... עכ"פ נישטא קיין סיבה אים צו האסן...

דאס איז חוץ א מעשה אז זיינע פראפאוזלס קענען נישט פעסן קיין נארמאלע טשעלענדזש, געדענקסט נאך די קרוז סאנדערס דיבעיט? קרוז האטעם פלעין געפרעגט וויזוי גייסטו באצאלן דערפאר, האטער געזאגט טעקסעס... האטעם קרוז געזאגט אז אויב זאל מען טעקסן אלע מיליאונערן ביי כ'געדענק שוין נישט וועכע רעיט, איזעס נאכאלץ נישט נאנט צו באצאלן אפילו אויף איין יאר... און דארט איזעס געבליבן...

לייגסט אים ארויס אין א פארמעסט מיט נאציענאלע ריפאבליקענס, און ער פאלט אימידיעטלי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:20 pm

צל עובר האט געשריבן:פיטע באטידזשעדזש, אדער באטיגעג, דער מעיאר פון סאוט בענד אינדיענע, האט געעפענט א עקספלויריטערי קאמיטע.

דאכצעך דאס ערשטע מאל וואס אן אפיציעלע מתועב לויפט
בינעך נייגעריג צו אזא איינער האט בכלל שאנסען
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:38 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס די אנקעטעס זאגן יעצט איבער עלעקטעבילעטי איז זערא!

סענדערס איז קיינמאל נישט אויסגעשטאנען קיין טשעלענדזש פון א מאדערעט אדער ריפאבליקען, ס"ה געלאפן אין א פריימערי, היות די בעיס איז ליבעראל און ער איז פון די מאוסט ליבעראל וואס איז דא, האטער געקענט אנציען שיין... ווידער ביי אינדעפענדענטס און ריפאבליקענס איזער אקעי ווייל ער איז געלאפן קעגן קלינטאן... עכ"פ נישטא קיין סיבה אים צו האסן...

דאס איז חוץ א מעשה אז זיינע פראפאוזלס קענען נישט פעסן קיין נארמאלע טשעלענדזש, געדענקסט נאך די קרוז סאנדערס דיבעיט? קרוז האטעם פלעין געפרעגט וויזוי גייסטו באצאלן דערפאר, האטער געזאגט טעקסעס... האטעם קרוז געזאגט אז אויב זאל מען טעקסן אלע מיליאונערן ביי כ'געדענק שוין נישט וועכע רעיט, איזעס נאכאלץ נישט נאנט צו באצאלן אפילו אויף איין יאר... און דארט איזעס געבליבן...

לייגסט אים ארויס אין א פארמעסט מיט נאציענאלע ריפאבליקענס, און ער פאלט אימידיעטלי...


זאגסט א שטארקע פוינט, און איך האלט עס איז אמת, אבער עס איז נישט קיינמאל געווארן געפראווט.

אנשטאט טעקסעס קען ער זאגן בארג, מען בארגט דאך עניוועי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:40 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פיטע באטידזשעדזש, אדער באטיגעג, דער מעיאר פון סאוט בענד אינדיענע, האט געעפענט א עקספלויריטערי קאמיטע.

דאכצעך דאס ערשטע מאל וואס אן אפיציעלע מתועב לויפט
בינעך נייגעריג צו אזא איינער האט בכלל שאנסען


אלס מתועב ליידער יא.

דו ווילסט נישט וויסן וועלכע פאליטישענס זענען אלץ מתועבים.

ער איז אבער סך הכל א מעיאר אין א שטאט פון בערך 100,000 מענטשן, זיינע טשענסעס זענען בערך ווי טולסי גאבארד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » פרייטאג ינואר 25, 2019 3:06 pm

קאליפארניע האט געשריבן:טראמפ האט לכאורה 0% טשענס צי געווינען ריעלעקשען.
רוב סווינג סטעיטס האט ער געווינען מיט אינטער 50k וואוטס.
אין פלארידע גייען 4 מיליון קרימינאלס קענען וואוטן.
ער האט נישט ציבאקומען קיין איין נייע וואוטער אין די לעצטע 2 יאר, נאר פארלוירען.
דער האט נישט דעליווערט אין די לעצטע יאר אין א האלב גארנישט, איים סארי.

אויס לכאורה

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 26, 2019 9:22 pm

סטעיט סענעטאר ריטשארד אדזשעדע פון וועסט ווירדזשיניע איז ארויס פון דעם פארמעסט.

סענעטאר בערני סענדערס פון ווערמאנט הייסט אז ער וועט מעלדן בקרוב ממש אז ער לויפט.

הילערי'ס מענטשן פלאנען עס נישט צוצולאזן אז ער זאל געווינען, און זי אליינס האט אים שטארק אראפגעריסן אין א אינטערוויו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מוצ"ש ינואר 26, 2019 10:18 pm

צל עובר האט געשריבן:
הילערי'ס מענטשן פלאנען עס נישט צוצולאזן אז ער זאל געווינען, און זי אליינס האט אים שטארק אראפגעריסן אין א אינטערוויו.


וואס גייט זיי עס יעצט אן?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 26, 2019 10:31 pm

זי האלט אז ער איז שולדיג אז זי האט פארלוירן, מיט דעם וואס ער האט אנדערש ווי קלינטאן אין 08 נישט געווען פולי פולי אין די קלינטאן קאמפיין ביי די גענעראלע, אויך האלט זי אז בערני'ס - וואס זי ברענגט ארויס אז ער איז נישט קיין דעמאקראט אפילו, און זיינע שיטות זענען די לינקע זייט פון די פארטיי - שיטות וואס האט געשלעפט די פארטיי לינקס איז טיילווייז שולדיג אין איר פארלוסט.

אויב זי איז גערעכט? מסתמא. אבער ווען נישט זי נוצט א פריוואטע אימעיל אקאונט וואלט זי לכאורה אויך געווינען, סוי זי איז נאך עניטיים אזוי שולדיג ווי בערני.

אויך האט זי שטארק אראפגעריסן דאס וואס בערני'ס מענטשן רייסן אראפ קאמאלע העריס פארן נישט זיין גענוג פיסקעלי ליבערל, דהיינו סאושעליסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 27, 2019 3:18 am

די פערזענליכע קריגערייען ברענגען נישט קיין גוטס... אין פאל קלינטאן מענאווערט סיי וואס קעגן בערני, קענעס קאסטן פאר די דעמעקראטן נאך א פארמעסט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג ינואר 27, 2019 6:26 am

קאליפארניע האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:טראמפ האט לכאורה 0% טשענס צי געווינען ריעלעקשען.
רוב סווינג סטעיטס האט ער געווינען מיט אינטער 50k וואוטס.
אין פלארידע גייען 4 מיליון קרימינאלס קענען וואוטן.

אויס לכאורה

איך וויל נישט צושטערן דיין שמחה, אבער עס איז נישט קיין 4 מיליאן, עס ווערט געשאצט אויף צווישן 1 און 1.5 קרימינאלן.

ועוד, אנקעטעס ווייזן אז אין אנדערע שטעט האבן זיי זיך צוטיילט בערך לויט די פראצענטן פון יענעם שטאט. נאט אייך א ק/פ וואס ברענגט נאר די דעמאקראטישע זייט, און זאגט אז אין דעמאקראטישע שטעט וועלן זיי האלב דעמאקראטיש...
A study published in the Annals of the American Academy of Political and Social Science in 2014 found that, in New York, New Mexico, and North Carolina, felons favored the Democratic Party. In New York, some 62 percent were registered Democrats; in New Mexico, 52 percent were Democrats; and about 54 percent were Democrats in North Carolina.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג ינואר 27, 2019 6:36 am

נאט אייך נאך אן אויספירליכן ארטיקל איבער דעם.

Why letting ex-felons vote probably won’t swing Florida
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג ינואר 27, 2019 9:02 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:טראמפ האט לכאורה 0% טשענס צי געווינען ריעלעקשען.
רוב סווינג סטעיטס האט ער געווינען מיט אינטער 50k וואוטס.
אין פלארידע גייען 4 מיליון קרימינאלס קענען וואוטן.

אויס לכאורה

איך וויל נישט צושטערן דיין שמחה, אבער עס איז נישט קיין 4 מיליאן, עס ווערט געשאצט אויף צווישן 1 און 1.5 קרימינאלן.

ועוד, אנקעטעס ווייזן אז אין אנדערע שטעט האבן זיי זיך צוטיילט בערך לויט די פראצענטן פון יענעם שטאט. נאט אייך א ק/פ וואס ברענגט נאר די דעמאקראטישע זייט, און זאגט אז אין דעמאקראטישע שטעט וועלן זיי האלב דעמאקראטיש...
A study published in the Annals of the American Academy of Political and Social Science in 2014 found that, in New York, New Mexico, and North Carolina, felons favored the Democratic Party. In New York, some 62 percent were registered Democrats; in New Mexico, 52 percent were Democrats; and about 54 percent were Democrats in North Carolina.

נאך א זאך
די אלע איליגעל דעמאקראטען האבען שוין געוואט פאריגעמאל איליגעל סא סאיז נאר א געין פאר די ריפאבליקענס

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 27, 2019 10:12 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:טראמפ האט לכאורה 0% טשענס צי געווינען ריעלעקשען.
רוב סווינג סטעיטס האט ער געווינען מיט אינטער 50k וואוטס.
אין פלארידע גייען 4 מיליון קרימינאלס קענען וואוטן.

אויס לכאורה

איך וויל נישט צושטערן דיין שמחה, אבער עס איז נישט קיין 4 מיליאן, עס ווערט געשאצט אויף צווישן 1 און 1.5 קרימינאלן.

ועוד, אנקעטעס ווייזן אז אין אנדערע שטעט האבן זיי זיך צוטיילט בערך לויט די פראצענטן פון יענעם שטאט. נאט אייך א ק/פ וואס ברענגט נאר די דעמאקראטישע זייט, און זאגט אז אין דעמאקראטישע שטעט וועלן זיי האלב דעמאקראטיש...
A study published in the Annals of the American Academy of Political and Social Science in 2014 found that, in New York, New Mexico, and North Carolina, felons favored the Democratic Party. In New York, some 62 percent were registered Democrats; in New Mexico, 52 percent were Democrats; and about 54 percent were Democrats in North Carolina.

איך האב נאכנישט געלייענט די ארטיקל אבער עס קען זיין אז אין פלארידע וועלן זיי ברעכן מער צו די דעמעקראטישע זייט אלץ הכרת הטוב, אויב אזא זאך עקזיסטירט נאך....

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » זונטאג ינואר 27, 2019 11:47 am

איך מאך 3 עקסעפשענס וויאזוי איך קען זען ער זאל יא געווינען.

ס'גייט זיין א שטארקע 3'טע פארטיי קאנדידאט.
אויף עפעס א וועג גייט זיין א וואנט ביי דעמאלטס.
זיין קעגנער גייט זיין הילערי.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג ינואר 27, 2019 2:14 pm

באריכטן געבן אן אז הילערי האט נאכנישט אויסגעשלאסן צו לויפן אין 2020.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 27, 2019 5:22 pm

@אסדר, ידידינו @קאליפארניע איז אלעמאל געווען מגדולי חסידי טראמפ, סוי האב נישט מורא אז ער פריידט זיך.

נאך א זאך, ישר כח פאר די פאקט אז אין נארט קארעליינע האבן 54% זיך רעגיסטרירט ביי די דעמאקראטן, אויב דאס געשעט אין פלארידע איז עס איבער גענוג, נאכדערצו אויב דו כאפסט אז עס איז אייביג דא א שיינע פראצענט וואס איז נישט רעגיסטרירט אין קיין איין פארטיי, ביז יעצט האב איך זיך גראדע נאכנישט געפריידט, יעצט פריי איך זיך, הגם מיט א גרעין אף סאלט.

------------------------------

קאמאלע העריס האט געמאכט א אפיציעלע דעקלעראציע ראלי אין אוקלענד קאליפארניע.

עס הייסט אז עס איז דא א גרויסער עולם.

-------------------------

@קאליפאניע וועלקאם בעק, איך האף אז דו בלייבסט דא רעגלמעסיג.

ביטע שרייב איבער די אלגעמיינע וואלן אין די אנדערע אלגעמייינע וואלן אשכול.

דא וויל איך נישט מגיב זיין אויף דעם לכתחילה.

----------------------------

איך גלייב נישט אז קלינטאן וועט למעשה לויפן.

--------------------

@וויכי, עס איז טאקע נישט גוט קיין אינערליכע מחלוקה, אבער אויב ביידן לויפט נישט, מוז מען באמת אריינלייגן כוחות אויב מען וויל בערני זאל פארלירן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 27, 2019 5:28 pm

די עולם ביים ראלי. מערק דער עולם ביי די רעכטע זייט אויף די גאס...
צוגעלייגטע
wwwwwwddd.jpg
wwwwwwddd.jpg (732.13 KiB) געזעהן 701 מאל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג ינואר 27, 2019 5:31 pm

צל עובר האט געשריבן:@אסדר, ידידינו @קאליפארניע איז אלעמאל געווען מגדולי חסידי טראמפ, סוי האב נישט מורא אז ער פריידט זיך.

נאך א זאך, ישר כח פאר די פאקט אז אין נארט קארעליינע האבן 54% זיך רעגיסטרירט ביי די דעמאקראטן, אויב דאס געשעט אין פלארידע איז עס איבער גענוג, נאכדערצו אויב דו כאפסט אז עס איז אייביג דא א שיינע פראצענט וואס איז נישט רעגיסטרירט אין קיין איין פארטיי, ביז יעצט האב איך זיך גראדע נאכנישט געפריידט, יעצט פריי איך זיך, הגם מיט א גרעין אף סאלט.
.

די ארטיקל ברענגט ארויס אז עס גייט בערך די זעלבע פראצענטן ווי דער שטאט איז ביז יעצט געווען.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 27, 2019 5:44 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נאט אייך נאך אן אויספירליכן ארטיקל איבער דעם.

Why letting ex-felons vote probably won’t swing Florida


לויט יענע ארטיקל, האבן די דעמאקראטן פארדינט א נעט בערך 7,000 רעגיסרירטע וויילער, פון 150,000 עקס פעלאנס אין פלארידע, לפי זה וועלן זיי געינען ארום 70,000 נעט פון די 1.5 מיליאן פון וואס מען רעדט יעצט, און דאס איז שוין אויב דו האלטסט אז די רעגיסטראציע ראטע ביי די נייע עקס פעלאנס וועט זיין אזוי שרעקליך נידעריג ווי די ארטיקל שרייבט, 16% ביי די שווארצע, 12% ביי אנדערע. די ארטיקל איז פון פאר די רעפערענדום, פאר די 2018 וואלן.

יעצט זעה איך אז די ארטיקל אליינס שאצט טאקע אז די דעמאקראטן וועלן פארדינען ארום 48,000 שטימען נעט.

דעסאנטיס האט געווינען מיט אביסל מער ווי 32 טויזענט, ריק סקאט האט געווינען מיט אביסל מער ווי 10 טויזענט.

באמת א שטארקע חיזוק אז עס דא גרויסע טשענסעס אוועקצונעמען פלארידע פון טראמפ.

איך ברויך נאך איבערקוקן די לינק וואס די ארטיקל געבט צו וואס איז געווען אין אנדערע סטעיטס, ווייל יאך קלער נאך אלץ אז וואס איז געווען אין נארט קארעליינע איז מען נוגע צו וואס איז געווען אין פלארידע ביי רעכטן צוריקשטעלן אויף א קלענערע פארנעם אין פלארידע בעבר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט