דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:54 pm

ראש הקהל האט געשריבן:פארוואס מאכט דער מידיע מער עסק פון קאמאללע העריס איידער ווי טולסי גאבבערד? איך פארשטיי נישט פארוואס מ'רעד נישט מער פון טולסי גאבבערד, זי רעד צום זאך, פארשטייט אן עסק, קומט אריין קלאר, פארוואס הערט מען ווייניג פון זי?

זי שטייט ביי 1% נאציאנאל און האט 0% שאנס צו געווינען די נאמינאציע. זי איז אויך זייער פראבלעמאטיש.

העריס איז ביי 8% נאציאנאל, נומער 3 אין אייאווע מיט 14% און האט א שטארקע שאנס צו וואקסן אויב/ווען ביידען זינקט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:41 am

מארינינג קאנסעלטענט/פאליטיקא - טרעקינג

Biden: 33%
Sanders: 20% (+1
Warren: 14% (-1
Harris: 9%
Buttigieg: 5% (-1
O’Rourke: 3%
Booker: 3%
Yang: 2%

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:38 am

Yang2020 האט געשריבן:טים רייען שטעלט אפ זיין קאמפיין, צוריקצוגיין צו זיין היים שטאט אהייא נאך די שיסערייען.
(איך האף אז דאס איז א שיינע וועג פון זאגן אז ער ציט זיך אינגאנצן ארויס, דאס וועט אראפברענגען דעם צאל פון מענטשן וואס לויפן פאר פרעזידענט צו אכט הונדערט און פינף)


נאופס, ער גייט ווייטער.
Tim Ryan says he'll press on in 2020 race even if he doesn't make next debate stage

איך מיין אז עס איז א שטיקל נארישקייט פון די DNC צו שטעלן די רעקווייערמענטס פאר די פערטע דעבאטעס די זעלבע ווי די דריטע, און רעכענען קוואליפייאינג פאולס שוין פון יעצט, אז אפילו די וואס מאכן נישט די דריטע און טרענדן נישט ארויף קענען דאך אריינכאפן די פערטע. די גאנצע ציל פון די רעקווייערמענטס איז צו שטופן די קאנדידאטן וואס האבן נישט קיין שאנס זיך ארויסצוציען, אבער אזוי קענען זיי גרינגער האבן פאלשע האפענונגען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:35 am

גרעוויס מארקעטינג אנקעטע פון ניו העמפשיר
nh.png
nh.png (132.42 KiB) געזעהן 1305 מאל


נעמט עס מיט א שפרענקעלע זאלץ. דער פאולסטער האט C+ אויף fivethirtyeight.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:32 am

2020 Colorado Senate GE:
John Hickenlooper (D) 51% (+13)
Cory Gardner (R-inc) 38%

@ppppolls/@314action 8/9-11

די גוטע נייעס איז אז ער גייט נישט זיין אויפן סטעידזש אין אקטאבער און ער האט נאך ברייט צייט אריינצושפרינגען אינעם סענאט פערמעסט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:30 pm

אזויווי די דעמאקראטישע פריימערי האט נישט קיין געווינער-נעמט-אלע סיסטעם, איז בכלל נישט גענוג צו זיין דער "שטערקסטער" קאנדידאט צו זיין פארזיכערט מיט א געווינס, נאר מ'דארף האבן די שטיצע פון א "מערהייט" פון די וויילער.

אזויווי אין אזא גרויסע פעלד איז זייער שווער אז דאס זאל געשען, זענען דא גאנץ שטארקע שאנסן אז די פארמעסט זאל אראפקומען צו ווער עס קען באקומען די דעלעגאטן פון די שוואכערע קאנדידאטן און די סופער דעלעגאטן.

ס'איז שווער צו וויסן ווער ס'גייט געבן זיינע/אירע דעלעגאטן פאר וועמען, אבער די צוויי זאכן וואס זענען יא גאנץ קלאר געווען פון ווען די פארמעסט האט זיך אנגעהויבן ביז יעצט זענען, אז בערני און ווארען וועלן זיך עווענטועל אינדראסירן איינער דעם צווייטן, און אז ביידען וועט זיין א פראנט ראנער.

נעמענדיג דאס אין באטראכט קומט אויס, אז גאר א שטארקע פאקטאר אינעם פארמעסט וועט זיין ווי שטארק די געמיינזאמע שטיצע צווישן בערני און ווארען וועלן זיין קעגן די שטיצע פאר ביידען.

ווייל אויב איינע פון די צוויי לאגערן וועלן האבן א שטארע אויבערהאנט איבערן צווייטן, וועט דער צווייטער דארפן א גאר גרויסע מערהייט פון די איבריגע דעלעגאטן וואס קיינער ווייסט נישט אויף זיכער וואו זיי גייען לאנדן, וואס דאס גייט זיין גאר שווער. אויב אבער איז עס נאנט צווישן זיי, האבן זיי ביידע א שטארע שאנס ארויסצוקומען מיט א געווינס אדער פארלוסט.

דאס איז די וועכנטליכע שטיצע פאר ביידען לויט מארנינג קאנסאלט פאר די לעצטע זיבן חדשים זינט זיי האבן עס אנגעהויבן צו טרעקן:

פאריגע וואך: 33%
א וואך פריער: 33%
א וואך פריער: 33%
א וואך פריער: 33%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 33%
א וואך פריער: 38%
א וואך פריער: 38%
א וואך פריער: 37%
א וואך פריער: 38%
א וואך פריער: 38%
א וואך פריער: 39%
א וואך פריער: 39%
א וואך פריער: 40%
א וואך פריער: 36%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 33%
א וואך פריער: 35%
א וואך פריער: 35%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 29%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 29%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 31%

דאס איז די וועכנטליכע געמיינזאמע שטיצע צווישן בערני און ווארען:

פאריגע וואך: 34%
א וואך פריער: 34%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 33%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 29%
א וואך פריער: 29%
א וואך פריער: 28%
א וואך פריער: 27%
א וואך פריער: 27%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 31%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 32%
א וואך פריער: 34%
א וואך פריער: 34%
א וואך פריער: 34%
א וואך פריער: 34%
א וואך פריער: 29%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 30%
א וואך פריער: 34%
א וואך פריער: 34%

און דאס איז די וועכנטליכע חילוק צווישן די צוויי לאגערן:

פאריגע וואך: בערני/ווארען 1+
א וואך פריער: בערני/ווארען 1+
א וואך פריער: ביידען 2+
א וואך פריער: ביידען 1+
א וואך פריער: בערני/ווארען 1+
א וואך פריער: בערני/ווארען 1+
א וואך פריער: ביידען 2+
א וואך פריער: ביידען 6+
א וואך פריער: ביידען 8+
א וואך פריער: ביידען 7+
א וואך פריער: ביידען 9+
א וואך פריער: ביידען 9+
א וואך פריער: ביידען 11+
א וואך פריער: ביידען 12+
א וואך פריער: ביידען 13+
א וואך פריער: ביידען 5+
א וואך פריער: בערני/ווארען 1+
א וואך פריער: ביידען 1+
א וואך פריער: ביידען 2+
א וואך פריער: ביידען 1+
א וואך פריער: ביידען 3+
א וואך פריער: ביידען 1+
א וואך פריער: בערני/ווארען 3+
א וואך פריער: בערני/ווארען 3+
א וואך פריער: בערני/ווארען 5+
א וואך פריער: ביידען 1+
א וואך פריער: בערני/ווארען 1+
א וואך פריער: גלייך אוף גלייך
א וואך פריער: בערני/ווארען 3+
א וואך פריער: בערני/ווארען 4+
א וואך פריער: בערני/ווארען 3+

אין דורכשניט איז ביידען געווען ביי 33.5%, מיט בערך 2.2 פונקטן פאראויס פון בערני/ווארען וואס זענען געווען אין דורכשניט ביי 31.3%, אבער די שטערקסטע מאמענט פאר ביידען איז געווען צו זיין פאראויס מיט 13 פונקטן, קעגן זייער שטערקסטע מאמענט צו זיין פאראויס מיט פינף פונקטן. אין וואכן איז ביידען געווען פאראויס אין 18, און בערני/ווארען אין 12, און אין איינס איז עס געווען גלייך אויך גלייך.

דערווייל קוקט די פארמעסט אויס גאנץ סטאביל. די צוויי לאגערן זענען רעלאטיוו נאנט איינער צום אנדערן, זיי האבן אינאיינעם בערך צוויי דריטל פונעם עלעקטאראט, גרויסע סווינגס זענען געשען נאר נאך גרויסע געשעענישן, און ס'וועט זיין אינטרעסאנט צו מיטהאלטן וויאזוי די פארמעסט גייט זיך ווייטער פארמירן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:19 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:2020 Colorado Senate GE:
John Hickenlooper (D) 51% (+13)
Cory Gardner (R-inc) 38%

@ppppolls/@314action 8/9-11

די גוטע נייעס איז אז ער גייט נישט זיין אויפן סטעידזש אין אקטאבער און ער האט נאך ברייט צייט אריינצושפרינגען אינעם סענאט פערמעסט.

ניו יארק טיימס ווייסט צו פארציילן אז היקענלופער טראכט פון ענדיגן זיין פרעזידענטליכע קאמפיין און לויפן פאר סענאט אין קאלאראדא.

Hickenlooper + Bennet huddled in a car Friday in Clear Lake

Hick is thinking more about Senate run as Schumer all but mails him an engraved invitation. Leaking @geoffgarin poll to @denverpost and all
מייקל בענעט, וואס לויפט אויך פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע, איז דער צווייטער סענאטאר פון די סטעיט און איז היקענלופער'ס געוועזענע טשיעף אוו סטעף פון ווען היק איז געווען גאווערנאר.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:08 am

ער איז פאראויס מיט 19 פונקטן, אבער דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר ביידען אין סאוט קאראליינע (פאוסט ענד קוריער);

ביידען 36
ווארען 17
סאנדערס 16
העריס 12
בוטידזשעדזש 5
בוקער 4
איבעריגע 1% און נידריגער.


אין די אנקעטעס פון סאוט קאראליינע זינט מאי האט ער דאמינירט די פעלד;
27+, 22+, 21+, 20+, 27+, און 31+ קעגן נומער צוויי, און
8+, 2-, 4+, 2+, 12+, און 13+ קעגן נומער 2, 3 און 4 אינאיינעם.
יעצט שטייט ביידען 19 פונקטן פאראויס פון נומער צוויי און 9- קעגן די נעקסטע דריי.

Screenshot_20190814-100916__01.jpg
Screenshot_20190814-100916__01.jpg (185.52 KiB) געזעהן 907 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:33 am

נאציאנאל, עקאנאמיסט/יוגאוו, אוגוסט 10-13 (אוגוסט 3-6);

ביידען 23 (2-)
ווארען 20 (2+)
סאנדערס 16 (3+)
העריס 8 (0+)
בוטידזשעדזש 6 (1-)
אראורק 5 (3+)
בוקער 2
יענג 2
גאבבארד 2 (1-)
בענעט 1
קאסטרא 1
דזשיליברענד 1 (1+)
קלאבוטשער 1
סטייער 1.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:42 pm

שלמה, די דרום קארעליינע איז פון טשעינדזש ריסוירטש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:58 pm

גערעכט. דאך א טויש פון מיטל יוני טשעינדזש-פאוסט אנקעטע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:35 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נאציאנאל, עקאנאמיסט/יוגאוו, אוגוסט 10-13 (אוגוסט 3-6);

ביידען 23 (2-)
ווארען 20 (2+)
סאנדערס 16 (3+)
העריס 8 (0+)
בוטידזשעדזש 6 (1-)
אראורק 5 (3+)
בוקער 2
יענג 2
גאבבארד 2 (1-)
בענעט 1
קאסטרא 1
דזשיליברענד 1 (1+)
קלאבוטשער 1
סטייער 1.

איך זעה דארט

ביידען 21
ווארען 20
סענדערס 16

מיי מיסטעיק?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:06 pm

HarrisX, August 11-14

ביידען 29
סענדערס 14
ווארען 11
העריס 7
ארורק 4
בוטידזעדזש 3
יענג 3
בוקער 2

יענג פלעגט ביז היינט האבן 0-1 אויף HarrisX.
דאס איז אויך דאס ערשטע מאל מיין איך וואס ער איז אויפן זעלבן פלאץ ווי בוטידזשעזש. (ער איז שוין געווען איינס אפגערוקט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:00 pm

Yang2020 האט געשריבן:HarrisX, August 11-14

ביידען 29
סענדערס 14
ווארען 11
העריס 7
ארורק 4
בוטידזעדזש 3
יענג 3
בוקער 2

יענג פלעגט ביז היינט האבן 0-1 אויף HarrisX.
דאס איז אויך דאס ערשטע מאל מיין איך וואס ער איז אויפן זעלבן פלאץ ווי בוטידזשעזש. (ער איז שוין געווען איינס אפגערוקט)

איר פארמישט זיך ווארשיינליך מיט זייער אנקעטע וואס זיי מאכן צוזאמען מיט 'די הילל' דארט איז נאך יענג ביי 1% (הארט אונטער ווילאמסאן...)
די אנקעטע וואס דו ברענגסט איז א טעגליכע טרעקינג אנקעטע ווי יענג שטייט טעגליך ביי 2-3%

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:11 pm

ברעיקינג: עי.פי. באריכטעט אז דזשאן היקענלופער ווערט ערווארטעט ארויסצוטרעטן פונעם דעמאקראטישן פרעזידענטליכע פארמעסט. וועט מעלדן אפיציעל מארגן.

עס ווערט ברייט שפעקולירט אז היקענלופער, געוועזענער דעמאקראטישע גאווערנאר פון קאלאראדא, ווערט אריינטאנצן אינעם ארטיגן סענאט פארמעסט ארויסצוזען אמטירנדן רעפובליקאנער סענאטאר קארי גארדנער. אן אנקעטע ארויסגעשטעלט אין די לעצטיגע טעג שטעלט היקענלופער מיט דרייצן פונקטן פאראויס פון גארדנער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:12 am

ליבלעך האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:HarrisX, August 11-14

ביידען 29
סענדערס 14
ווארען 11
העריס 7
ארורק 4
בוטידזעדזש 3
יענג 3
בוקער 2

יענג פלעגט ביז היינט האבן 0-1 אויף HarrisX.
דאס איז אויך דאס ערשטע מאל מיין איך וואס ער איז אויפן זעלבן פלאץ ווי בוטידזשעזש. (ער איז שוין געווען איינס אפגערוקט)

איר פארמישט זיך ווארשיינליך מיט זייער אנקעטע וואס זיי מאכן צוזאמען מיט 'די הילל' דארט איז נאך יענג ביי 1% (הארט אונטער ווילאמסאן...)
די אנקעטע וואס דו ברענגסט איז א טעגליכע טרעקינג אנקעטע ווי יענג שטייט טעגליך ביי 2-3%


ווען האט שוין יענג געהאט 3 אויף סיי וועלכע HarrisX געספאנסערטע אנקעטע? איך האב געזוכט און נישט געטראפן. אויף 538 און אויף רקפ איז דאס נישט דא.

די HarrisX/Hill אנקעטע פון וואס דו רעדסט איז דורכגעפירט געווארן מיט 451 באטייליגטע און האט א 4.6% מארדזשין אוו עראר. נאר אזוי האט געקענט אויסקומען אזא נארישקייט כאילו יענג איז אונטער וויליאמסאן. אזויפיל יא, ער פלעגט דארט האבן 0% און עס איז ארויף צו 1%.
די אנקעטע וואס איך האב געברענגט איז דורכגעפירט געווארן מיט 3011 באטייליגטע און האט ארום 3% מארזשין אוו עראר, גאר א צווייטע מעשה.

(דאס אז רקפ ברענגט יא די ערשטע און נישט די צווייטע איז נאך א קעיס אין פוינט פארוואס די רקפ עוורידזש איז כמעט ווערטלאז אויף צו מאכן חילוקים צווישן 1.3% און 2.6%, עס איז ווי נוצן גראבע קלעבעדיגע פינגערס אויפצוקניפן א הארל)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:40 am

היקענלופער גייט היינט מעלדן אין א ווידעא מעסעדזש אז ער פאקט פעק
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:15 pm

ווערנדיג געפרעגט ביי א נייט-שאו פארוואס ער זאל ענדערש באזיגן טראמפ ווי די אדערע קאנדידאטן, האט דע בלאזיא געענפערט: "The tall candidate almost always wins"

דער מעיאר ענדיגט זיך טאקע ביי אזא זעקס פיס און אכט אינטשעס, אינדערצייט וואס טראמפ שטייט מיט פינף אינטשעס נידריגער, לויט די אפיציעלע ווייסע הויז באריכט.

אחוץ דריי מאל אין היסטאריע האט טאקע דער העכערער קאנדידאט געווינען.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:07 pm

היקענלופער אפציעל אינדרויסן.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:09 pm

ווארען האט זיך ארויפגעריקט צום ערשטן פלאץ און איז יעצט נומער איינס אויף predictit.com פארן פערטן טאג אין א רייע, צוויי פונקטן העכער ביידען און 14/15 פונקטן פאראויס פון העריס/סאנדערס.
Screenshot_20190815-124153__01.jpg
Screenshot_20190815-124153__01.jpg (283.26 KiB) געזעהן 265 מאל

ניינציג טעג צוריק איז זי געשטאנען ביי 10¢, איין העכער יענג און איין אונטער בוטידזשעדזש. טויש פון 90 טעג צוריק;

ווארען 18+
ביידען 10-
העריס 1+
סאנדערס 6-
יענג 2+
בוטידזשעדזש 3-


די פריע שטאטן קוקן אויך אויס זייער גונסטיג פאר ווארען.
אין אייאווע אין די לעצטע וואך איז ווארען 6+ און ביידען 6- און איז יעצט ניין פונקטן פאראויס. ווארען 24+ ביידען 13- אין ניינציג טעג.

אין ניו העמפשיר האלט סאנדערס אן זיין שטארקייט און ווארען איז נומער צוויי 30 צו 28.

נעוואדע איז בעיסיקלי א טיי צווישן ווארען און ביידען. ווארען האט נעכטן איבערגענומען ביידען אין די סטעיט צום ערשטן מאל און איז פאראויס מיט א פונקט 27 צו 26. אין ניינציג טעג איז ביידען 20- בשעת ווארען איז ארויף מיט 21.
Screenshot_20190815-124213__01.jpg
Screenshot_20190815-124213__01.jpg (324.11 KiB) געזעהן 265 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:12 pm

יש ברירה האט געשריבן:היקענלופער אפציעל אינדרויסן.

אין די ווידיאו וואס ער האט ארויסגעשטעלט מיט די מעלדונג זאגט ער אז ער וועט ערענסט אריינקוקן איבער אריינשפרינגען אין די ארטיגע סענאט פארמעסט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:13 pm

יש ברירה האט געשריבן:היקענלופער אפציעל אינדרויסן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190815-131214__01.jpg
Screenshot_20190815-131214__01.jpg (362.43 KiB) געזעהן 259 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:34 pm

ענדרו יענג האט געוואונען די פלארידא אנליין שטרוי אנקעטע אנציענדיג 35% פון די שטימען

ווארען איז אריינגעקומען ביי הארט אונטער 20%

סאנדערס האט אנגעצויגן 14%

דזשאו ביידען 12%

באטידזשעדזש 5%

העריס און געבארד זענען אריינגעקומען כמעט אייניג מיט העריס צוויי שטימען אונטערשטעליג פון גאבארד

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:43 pm

פרישע אנקעטעס פון ווארען-פריינליכע טשעינדזש ריסוירטש, (טויש פון מאי);

אייאווע;

Warren: 28% (+16)
Biden: 17% (-7)
Sanders: 17% (-7)
Buttigieg: 13% (-1)
Harris: 8% (-2)
Booker: 3% (+2)
O'Rourke: 3% (-2)


וויסקאנסין;

Warren: 29%
Sanders: 24%
Biden: 20%
Buttigieg: 9%
Harris: 5%

Everyone else 2% and under

Warren also has the highest favorability of any candidate (84% among Dems)
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:51 pm

הכל הבל האט געשריבן:ענדרו יענג האט געוואונען די פלארידא אנליין שטרוי אנקעטע אנציענדיג 35% פון די שטימען

ווארען איז אריינגעקומען ביי הארט אונטער 20%

סאנדערס האט אנגעצויגן 14%

דזשאו ביידען 12%

באטידזשעדזש 5%

העריס און געבארד זענען אריינגעקומען כמעט אייניג מיט העריס צוויי שטימען אונטערשטעליג פון גאבארד


די באטייליגטע האבן געדארפט געבן פארשידענע פרטים פון זיך, אריינגערעכנט א זיפ קאוד וואו זיי וואוינען אין פלארידא. פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז עס איז נישט מעגליך געווען עס אויסצושפילן...

מער ווייניגער שטימען די רעזולטאטן מיט די געהעריגע אנקעטעס, נאר יענג איז צו הויך און ביידען און העריס זענען צו נידריג.
יענג צו הויך קומט מסתמא ווייל זיינע שטיצער זענען טעקיס און סאפיסטיקירטע, און זענען מער ענטוזיאסטיש ווי אנדערע.
ביידען צו נידריג קומט מסתמא פון די זעלבע סיבות אויף פארקערט. זיינע שטיצער זענען אין גרויסן טייל עלטערע וואס דרייען זיך נישט אזויפיל אנליין, און זענען נישט אזוי ענטוזיאסטיש פאר ביידען נאר ווילן צוריקברענגען אמעריקע צו נארמאלקייט.
העריס ווייס איך נישט.

(די זעלבע סארט מיסרעפרעזענטאציע גייט מסתמא אויך פאר ביי געווענטליכע אנקעטעס, אויף פארקערט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאלדגרוב, יסוד ארי, פראהביטש, שאהן הענניטי און 37 געסט