דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:09 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:צל ליבלעך איז די נארט קאראליינע אנקעטע וואס מען דעבאטירט דא, גענימען נאך ניו העמפשיר?

ניין, ס׳איז נאכנישט מעגליך צו האבן אן אנקעטע וואס איז גענומען געווארן נאך ניו העמפשער

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:11 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:והלא דברים קל וחומר, מה דאך אין 2016, ווען די רוסן האבן אינגאנצען געהאט ווייניגער ווי א יאר צייט צו אינטפערן אין די עלעקשאנס האסן זיי אנגעדרייט טז טראמפ זאל געווען.

קל וחומר אייניקל פון קל וחומר, איצטערט, ווען זיי האבן פיר יאר צייט צו צווינגן אמעריקאנע צו וואויטען פאר טראמפ, וועלן זיי עס זיכער קענען באווייזן.

וזהו קל וחומר שאין עליה תשובה.

ביסט גערעכט ס'האט נישט קיין תשובה!!
די תשובה איז (מסתם...) אז טראמפ גייט טאקע געווינען...


איך וואלט מיך אבער בכלל נישט געשטאלצט אז מיין קאנדידאט קען נאר געוואונען דורכן טשיעדן די עלעקשאן מיט רוסלאנד (און אוקריינע)..
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:14 pm

מען האט געענדיגט ציילן אלע שטימען.

בערני האט געווינען, מיט ווייניגער ווי פיר טויזנט שטימען.
Per @JulesJester, the New Hampshire Secretery of State has verified the following election results from last night:

Sanders: 76,352
Buttigieg: 72,443
Klobuchar: 58,774
Warren: 27,427
Biden: 24,911

That’s a 3,919 vote difference between Sanders and Buttigieg.


טוירנאוט האט געבראכן דעם רעקארד בײ די דעמאקראטן, און טראמפס קאמפיינען האט היפש ארויסגעשלעפט זיין עולם.
NH Democratic turnout, 100% of the vote in
2020: 297K
2008: 285K
2016: 250K
2004: 219K
2012: 60K

(Republican turnout was 152K, which was nearly triple what it was in 2004, when W Bush had very minimal opposition)


----------

נקודה'לע, איך האלט אויך אזוי, אבער ביידע זייטן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:16 pm

צל עובר האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:די דעמעקראטישע פארטיי האט בכלל נישט קיין קאנסערוואטיווע רעליגיעזע אנהעגער?!
אויב וויל מען נישט שטיצען בערני-פיעט-ווארען איז קלאובאשאר די איינציגסטע אויסוואל?!

פאר פיר-אכט-12 יאר צירוק וואלט בוטעזשעזש ניטאמאל געטראכט פון לויפן אלץ קאנדידאט צילוב זיינע סיבות, און דא אזא שפרינג אז ער איז גאר אויבן אן?!


פיט לויפט צווישן אנדערן אויפן עמפעסייזן אז ער איז א שטארק רעליגיעזער מאן.

לגבי שטימען פאר אים, די אלייענס בלאק וואויט אין קרית יואל האט געהאלפן אריינברענגען שאן מעלאוני, און זינט נאך ער האט געווינען, האט דער אנ"ש בלאק וואויט געשטימט פאר אים 3 מאל.

בכלל איז עס עקלדיג צו זעען ווי א טראמפ שטיצער קען קאמפלעינען אז איינער וואט פאר פיט.

דער טראמפע'לע איז דאך דער פארגרעבסטע מענטש אויפן ערד קוגל...

#היפאקראטיע...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:19 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה... געבעס אפאר וואכן, נאך סאוט קאראליינע, אויב ביידן גייט ארויס, גייען זיינע טשענסעס אראפ...

#זשיניעס נעיט סילווער...

עגרי..

איך גיי ארויסקומען מיט א נייע פרעדיקשען.. מיינס העט נאך זשאמפן ווייניגער ווי נעיט'ס...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:25 pm

זארג נישט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וכל הנעווער טראמפערס יבכו את שריפה אשר שרף הDNC..

עס איז א טרויעריגע טאג, א טרויעריגע טאג.. היינט איז באשטעטיגט געווארן אז א סאנדערס נאמינאציע איז כמעט אומפארמיידבאר..
און א טראמפ געווינס איז שוין געהעריג אומפארמיידבאר..
דער מיט די גרעסטע שאנסן אקעגן טראמפ אין די זשענעראל-יענג, איז שוין אפיציעל אראפ

דער מיט די צווייטע גרעסטע שאנסן אקעגן טראמפ אינעם זשענעראל-ביידן, איז שוין אומאפיציעל אראפ

עפעס א טרייסט איז נאך דא.. אז דער מיט די דריטע גרעסטע שאנסן צי באזיגען טראמפ אינעם זשענעראל-קלאובאטשאר, האט אביסל אויפגעבויעט איר שאנסן און האט א מעגליכקייט צו געווינען די נאמינאציע.. און איבערשפילן בילל קלינטאן אין 1992.

אבער איך גלייב שווער אז זי גייט עס מאכן..
לענ"ד גייט עס גיין אזוי..
אויב פיט סורפרייזט און געווינט איינע פון דיע צוויי סטעיטס נעוואדע אדער ס.ק. גייט עס ווייטער גיין צו סופער טוסדעי ווי א פיט ווס. סענדערס פייט. און ס'גייט זיין העווי פעיווראבל פאר סאנדערס.

אויב פיט גייט ווי ערווארטעט אריינקומען א שוואכע צווייטער אין ביידע פון די סטעיטס, אדער אפשר א דריטער אונטער קלאובאשאר, גייט בלומבערג פעסט אריינשפרונגען אין סופער טוסדעי, און ס'גייט זיין א סענדערס ווס. בלומבערג בלוטיגע פייט, און קלאובאטשאר גייט זיין דער #קעיסיק...



אין עני קעיס, גייט די נאמינאציע זיין העווי פעיווראבל פאר סאנדערס און א סלייט שאנס פאר בלומבערג, און דאס מיינט א טראמפ געווינס..
איי ווי גייט מען?.. ווי גייט מען?...

פשוט, מען גייט מיט דער געווינער, מיט טראמפ. פרוביר עס אויס פאר א חודש, גלייב מיר וועסט עס גלייכן.

גראדע, האלט איך אז דיין אנאליז איז ריכטיג. (בעטער לעיטער דען "נעווער", איך האב שוין געהאט אויף געגעבן אויף דיר. האסט מיר סורפרייזד)

איך שטים נישט פארוועם איך האלט גייט געווינען (איך קען נישט פארשטיין פארוואס איינער זאל יא אזוי שטימען), נאר פאר וועמען איך האלט איז די בעסטע קאנדידאט..
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:27 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:ער איז סארקאסטיש

איך פארשטיי, אבער מיר האלטען אין איין הערען אז טראמפ גייט נאכאמאל גנבענען די עלעקשן און לאזען רוסלאנד און טשיינע אינטערפערען וכו', אבער קיינער שטעלט זיך נישט אפ א רגע צו געבען א טראכט, פארוואס אין דער וועלט זאל רוסלאנד און כינע וועלען האבען טראמפ נאכאמאל אלס פרעזידענט.

מען שטעלט א נארעטיוו און אלע באמבלען נאך.

נישט כינע, רוסלאנד אליין!

זיי ווייסן טראמפ קען זיי נישט ווייזן א פויסט. און די לעצטע דריי יאר האט דאס אויפגעוויזן.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:33 pm

ליבלעך האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:צל ליבלעך איז די נארט קאראליינע אנקעטע וואס מען דעבאטירט דא, גענימען נאך ניו העמפשיר?

ניין, ס׳איז נאכנישט מעגליך צו האבן אן אנקעטע וואס איז גענומען געווארן נאך ניו העמפשער

כהאב מיך פארגעשטעלט...

כהאב עס געפרעגט מער בדרך סארקאסטיק
זעענדיג ווי מבאטירט עס דא ווען און פאקט האט עס נישט קיין שום האפט

ביידען איז שוין לכאורה נישט דער ערשטער און אזוי ווייטער

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:42 pm

צל עובר האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:North Carolina High Point University Poll Among Likely Voters::
Biden 24%
Sanders 20%
Bloomberg 16%
Warren 11%
Buttigieg 8%
Steyer 4%
Yang 3%
Klobuchar 3%
Gabbard 2%


די אנקעטע איז נישט קיין אוטלייער, ווייל למעשה זעהט מען אז אין אלע פרעזאמטיוו ביידן סטעיטס, איז ער נאך אנטאפ, אדער נאנט, און איז נאך נאמבער צוויי נאציאנאל.

און בלומבערג לויפט נישט אין סאוט קאראליינע, סוי עס מאכט סענס צו קלערן אז ביידן איז דארט אהעד.

נישט אז איך האלט אז ביידן מאכט עס, אבער דאס איז די סיבה פארוואס ביידן האט נאך טשענסעס אין די פרעדיקשנס.

ווייל אויב מען וואלט איגנארט קאמפליעטלי אנקעטעס, איז גאר פיט פראנט ראנער מיט זיינע 23 דעלעגאטן, אבער מיט דעם אלעם האלט קיינער נישט אז ער האט די גרעסטע טשענס צו געווינען די פריימערי.

אז מען רעדט שוין פון פרעדיקשנס, נעיט סילווער פרעדיקט א רוב פון דעלעגאטן, דארט איז בערני געפאלן וועגן זיין צו נעבעכדיגע זיג אין ניו העמשיר, הערי ענטען פרעדיקטעד אבער ווער עס וועט האבן די מערסטע דעלעגאטן, דארט איז בערני נישט געפאלן מיינעך.

צל די האלטס באמת אז נאך די ניו העמפשיר ריזאלטס איז נאך ביידען 4 אהעד?

איי דאנט טינק סאו

איך וויל זען אנקעטעס פון נאך ניו העמפשיר וואס האט אים ליעדן און נעוואדע אדער נארט קאראליינע וואס מרעדט דא

און סאוט קאראליינע גליב איך נאך אז ער ליעדט אבער זיכער נישט אזוי שטארק

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:42 pm

זארג נישט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:האמיר דא א אינגערמאן און מאנסי און האקט שוין אויף קול מבשר אויף 1 1 8 פאר 4 5 חדשים נאכאנאנד רבותי ביידען איז נישט קיין קאנדידאט! ער גייט נישט און ערגעץ!
און העיר ווי גאו!

ראשית ער איז נישט דער איינציגער וואס שרייט דאס, והשנית דער זעלבער אינגערמאן האט נאך קיין איין שלעכט ווארט אויף טראמפ נישט געזאגט ווי קלוג קען א בלינדע חסיד זיין?

מיט וואס איז ער בלינד מער פאר דיר? מיט דעם וואס די קענסט נישט זעהן פארוואס ער טראכט אזוי, מאכט עס דיר (לשיטתך) ווייניגער בלינד? דער חכמה איז צו פארשטיין ביידע זייטן און זעהן דער אמת.

בלינד = פארליינען טעגליך טראמפס טוויטס, אבער נישט איבער זאגן טענות פון שומער, אדער פעלאסי, אדער שיףף, און ווען מען זאגט עס שוין אמאל איבער דארף מען גלייך צוריקשרייען מיט א טאלקינג פאונט.

בלינד = זיך רעגן מיט געשריי אלעמאל אויף די רעכטע זייט.

אפענע אויגן = מען קען זעהן צוויי זייטן, רעספעקטירן אז אסאך אידן ווילן הערן זייער נייעס אויף 118, און הערן וואס שיףף האט געהאט צו זאגן.

איך בין איינער וואס איז נישט אינטרעסירט וואס שיף האט געהאט צו זאגען.

אלעס וואס ער האט געזאגט האט ער באקומען אומליגאל, און נאך ערגערס, פראדוצירט געווארען קרימינאל, און ער איז א סטודש און א שיק אינגעל פון די שפיאנזש עדזענסיס און פויבסטלכער ווי דער פויסבסט. א געווארענער איז ערגער ווי א געבוירענער, איין קלייניקייט אז דער דיעפ סטעיט האט אים א איד וואס האט געהאט בר מצוה, אריין גענומען אין זייער וועלט...

איין זאך איז יא אים צו באדאנקען, אז צוליב אים איז געווען ראשען קאלושען און נישט איזרעילי קאלוזען וכו' און דאס איז נישט קיין קליינע זאך.

איים סארי, אבער דאס מיינט בלינד..


"איך בין ניטאמאל אינטרעסירט צו הערן וואס שיף האט צו זאגן.. איך ווייס פאר זיכער אז אלעס האט ער אומלעגאל.. ער רעדט שטותים עני וועיס, איך ווייס! אפילו אן געהעריג אויסהערן וואס ער האט צו זאגן!...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:52 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:מקען מיינען ער ריפארט קיינמאל נישט די דעבאטעס..

און אגב פאקט איז אז די דעמאקרעט דיבאטעס אינטערעסירט סאך סאך א קלענערע ציבור ווי א דיבאטע וואס טראמפ איז אויפן סטעיזש

אוואדי, אז מען הערט איינער דרשענען אויף 118 אדער 115 פון טראמפ אגאנצן טאג, פאנגט מען צוביסלעך אן צו זיין נאר אינטרעסירט אין טראמפן, און מען בעט י.ג. צו רעדן מער פון אימען, און נאכדעם קענער טענה'נן אז "דאס וויל די עולם"...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:55 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:די עולם מאכט זיך דא סתם נאריש ?

מען פארגלייכט טראמפס טוויטס מיט אבאמא פעלאסי?
בכלל פארגלייכט מען דא טראמפ?

רבותי וועיק אפ טראמפ איז סאמטינג עלס! יא נאר זיין טוויטס אינטערעסירט די עולם.. זיין טוויטס מאכט העדליינס יעדן צווייטן טאג

סזעט נישט אויס ווי דער עולם איז אויף דעם פלאנעט

מ'איז יא אויף דעם פלאנעט..

מען ווערט אבער נישט אינטרעסירט ווען עפעס א קוקו פון ריעליטי טי.ווי. שאו טוויט ארויס יעדע צוויי מינוט נאך א ניק נעים אדער נאך א פערזענליכע טשעפע...
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:05 pm

וויפיל העדליינס אין וואשינגטאן פאוסט האבן אבאמאס טוויטס פראדוצירט, און וויפיל האבן טראמפס פראדוצירט?

בנוגע די גאנצע יאסי זאך, איך בין נייגעריג, וואס האט ער געזאגט אין 2018? האט ער פאראויסגעזאגט די רעזולטאטן, אדער געחלומט פון א רויטע וועיוו ווי רוב בלינדע טראמפ סופארטערס?

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

אייווע קוקוס

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:12 pm

דעמעקראטישע פארטיי פירער ריזייינט
צוגעלייגטע
Screenshot_2020-02-12-19-07-53.png
Screenshot_2020-02-12-19-07-53.png (114.26 KiB) געזעהן 348 מאל
איך עפרישיעט די קרית יואל טרעפיק
נאך אריינפארן אין די סיטי

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:19 pm

איז בכלל שייך סענדערס זאל נישט זיין די נאמיני?? אחוץ איינמאל! האט דער נאמינירטער אייביג געווינען איינע פון די ערשטע צוויי סטעיטס, אייאווע אדער נ.ה., און בערני האט געוואונען ביידע.


און אפילו אין 1992, דער איינמאל וואס קלינטאן האט געווינען די נאמינאציע מיט פארלירן אייאווע און נ.ה., איז עס דארט געווען צוויי אנדערע קאנדידאטן וואס האבן געוואונען די צוויי סטעיטס, משא"כ דא האט בערני געוואונען ביידע! זיין מאמענטום איז אסאך שטארקער!


צו היסטאריע קען דא געבראכן ווערן? יא, אבער זייער אנלייקלי.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:27 pm

לאמיר גיין מיט דיין הנחה אז בערני האט געווינען ביידע, קיינער פון די געווינער בעבר האט נאך נישט געווינען קיין איינס פון זיי, נישט מיט אזא שמאלע ליעד, און נישט מיט אזא נידעריגע חלק פון די שטימען.

אפגערעדט אז לגבי דעלעגאטן האט בערני פארלוירן איינס און איז טייד אין די צווייטע, משא"כ אלע ביז יעצטיגע געווינער פלעגן כמובן האבן מער דעלעגאטן.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

עם לבבנו
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

תגובהדורך עם לבבנו » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:31 pm

Programming האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי צוזאגן השקפת התורה פון עם לבבנו. ווייל מיין השקפת התורה זאגט אז ביידע זענען אייניג. אויב עפעס איז בוטיזשעזש סאך מער א ארנטליכער מענטש ווי טראמפ. איך ווייס נישט וואו דו זעהסט בכלל אז השחתה האט עפעס מיט חוקי הטבע אדער נישט, עס איז כולל אלע סארטן השחתה. און ווי ווייט איך ווייס שטייט אין פסוק כי מלאה הארץ חמס ולא נחתם גזר דינם אלא על הגזל.

דאס האסטו יא א שטיקל נקודה אז ס'איז א חילוק צי מ'איז שטאלץ דערמיט צי נישט.

צל עובר האט געשריבן:א מין חילוק, טראמפ גייט נאך זיין יצר הרע, אויף אן אנדערן פארנעם ווי בוש מיט קעיסיק, און פיט גייט נאך זיין יצר הרע.

שטאלצירן מיט שלעכטע מעשים, שטאלצירט טראמפ אויך אויף דעם באוויסטן טעיפ.

דער חילוק איז נאר אז דאס מיט וואס טראמפ שטאלצירט, ווייסט ער אויך אז עס איז נידעריג, און פיט.. שוין, היינט איז עס ליידער נארמאל.

דיסקלעמער צו די הנהלה, איך האלט אז אויב מען טאר נישט רעדן פון די נושא, זאל מען נישט טארן דערמאנען דעם ענין בנוגע פיט, ווערי סימפל.

כאפצעם האט געשריבן:א מין מאדנע פשט דאס.. א בעל עבירה וואס טובל'ט זיך אין שמוץ 24/7 ווערט עקזקיוזט ווייל ס'איז די טבע..

איך גיי פארשטייט זיך אליינס נישט דעבאטירן די נושא. זינט עס איז בעסער אז מען רעדט אינגאנצן נישט פון דעם. איך האב זיך נאר אנגערופן וויבאלד איך זעה אז אסאך זענען איינפאך נישט אויסגעקאכט אין די אלף בית פון השקפת התורה. וויאזוי די תורה קוקט אויף זאכן, וויאזוי די אידישע בליק איז אויף זאכן.

מען מישט לויט די געפילען און שמאלע השגות.

נאכאמאל, ח"ו צו כאילו בארעכטיגן און שיין מאכן סיי וועלכע זינד. קיינער האט נישט "עקסקיוזד" און עס איז זייער נישט שיין צו פארדרייען יענעמס ווערטער. אבער דאך איז די פאקט אז פון די פראספעקטיוו פון תורה איז עס נישט קיין פארגלייך. און אויב איינער פון אייך גלייבט מיר נישט, איז דא א זייער איינפאכע עצה. די פלאץ דא איז נישט אויסצושמעסן דעם ענין און אויפווייזן וואס איך זאג. אבער גייט צו, צו סיי וועלכע תלמוד חכם און פרעגט אים אליינס די פראגע וועט איר האבן די ענטפער.

און מיט דעם בין איך פארטיג אויף די זאך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:54 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:און לויט יאסי וואלט ביידן שוין געדארפט טראסקענען א האלבע יאר צירוק

אבער ער האט אנגעהאלטן א דאבל דידזשעט ליעד פאר א יאר צייט



חחח דאס זאגט ער דאך, די פאולס זענען גארניש ווערד, ווילאנג מ'פראווד זיי נישט ראנג איז נישט קיין קונץ... זיי האבן געהאלטן ביידן הויעך ווילאנג זיי האבן געקענט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:01 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איז בכלל שייך סענדערס זאל נישט זיין די נאמיני?? אחוץ איינמאל! האט דער נאמינירטער אייביג געווינען איינע פון די ערשטע צוויי סטעיטס, אייאווע אדער נ.ה., און בערני האט געוואונען ביידע.


און אפילו אין 1992, דער איינמאל וואס קלינטאן האט געווינען די נאמינאציע מיט פארלירן אייאווע און נ.ה., איז עס דארט געווען צוויי אנדערע קאנדידאטן וואס האבן געוואונען די צוויי סטעיטס, משא"כ דא האט בערני געוואונען ביידע! זיין מאמענטום איז אסאך שטארקער!


צו היסטאריע קען דא געבראכן ווערן? יא, אבער זייער אנלייקלי.

קלינטאן האט נישט געווינען קיין איין סטעיט ביז די זעקסטע!

אפשר איז דאס שוקל קעגן דאס אז איינער האט געווינען די פאפולערע וואוט אין די ערשטע צוויי שטאטן... דא לייגט מען האפענונג אויף די דריטע און פערטער דערווייל.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:06 pm

די ווארען קאמפיין מעלדט אז זיי האבן אויפגעטריבן 5 מיליאן דאלאר זינט די אייאווע קאקוס

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:31 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:און לויט יאסי וואלט ביידן שוין געדארפט טראסקענען א האלבע יאר צירוק

אבער ער האט אנגעהאלטן א דאבל דידזשעט ליעד פאר א יאר צייט



חחח דאס זאגט ער דאך, די פאולס זענען גארניש ווערד, ווילאנג מ'פראווד זיי נישט ראנג איז נישט קיין קונץ... זיי האבן געהאלטן ביידן הויעך ווילאנג זיי האבן געקענט...

ער האט עס נישט געזאגט יעצט
אבער דאס איז שוין א אלטע קאנספיראציע
אז גראד פאר די וואלן ריקן זיי אראפ די פאולס עס זאל שטימען מיט די עכטע נומבערס
און ביז דעמאלטס שפילן זיי זיך ארום מיט די נאמבערס
צו שטופן א נערעטיוו.

דא איז ממש אזוי געווען

סוי צו זאגען אז ביידן האט קיינמאל נישט געהאט קיין ליעד.
און אלע נאמבערס זענען געווען פאלטש
איז א סטרעטש

וואס יאסי האט געזאגט איז
אז ביידען איז אזוי ווי דזעב בוש
א ליידיגע באלון
וואס גייט עני דעי פלאטצן

אבער למעשה איז דאס נישט געווען
וואס דען אימפיטשמענט (ווי מען האט געהאקט אויף האנטער) מיט די אייאווע קאקאוסעס זענען זיך בטעות צאמגעקומען
אז יענער קען קענסטו אויך

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:36 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:און לויט יאסי וואלט ביידן שוין געדארפט טראסקענען א האלבע יאר צירוק

אבער ער האט אנגעהאלטן א דאבל דידזשעט ליעד פאר א יאר צייט



חחח דאס זאגט ער דאך, די פאולס זענען גארניש ווערד, ווילאנג מ'פראווד זיי נישט ראנג איז נישט קיין קונץ... זיי האבן געהאלטן ביידן הויעך ווילאנג זיי האבן געקענט...

ער האט עס נישט געזאגט יעצט
אבער דאס איז שוין א אלטע קאנספיראציע
אז גראד פאר די וואלן ריקן זיי אראפ די פאולס עס זאל שטימען מיט די עכטע נומבערס
און ביז דעמאלטס שפילן זיי זיך ארום מיט די נאמבערס
צו שטופן א נערעטיוו.

דא איז ממש אזוי געווען

סוי צו זאגען אז ביידן האט קיינמאל נישט געהאט קיין ליעד.
און אלע נאמבערס זענען געווען פאלטש
איז א סטרעטש

וואס יאסי האט געזאגט איז
אז ביידען איז אזוי ווי דזעב בוש
א ליידיגע באלון
וואס גייט עני דעי פלאטצן

אבער למעשה איז דאס נישט געווען
וואס דען אימפיטשמענט (ווי מען האט געהאקט אויף האנטער) מיט די אייאווע קאקאוסעס זענען זיך בטעות צאמגעקומען

ווי אזוי ווייסטו אז דא אוז נישט אזוי געווען? ביזט א נביא?

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:39 pm

האלטסט אז 30 פאולסטערס האבן זיך אפגעשמועסט צו געבן פאר ביידן 20 פוינטס מער ווי ער איז?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:43 pm

יש ברירה האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:.@FiveThirtyEight odds of wining the Dem nomination:

Sanders 38%
No one 33%
Biden 18%
Buttigieg 5%
Bloomberg 4%
Warren 3%

אזוי ווי וויכי האט געשריבן
Wow זייט שלמה המלך איז שוין נישט געווען אזא חכם ווי נעיט זילבער

וואס דארף איך אים האבן? וואס ער שרייבט יעצט זעט יעדע חדר יונגל... וואט עי דשיניעס דער נעיט איז!


עד כדי כך גלייבסטו זיינע שאצונגען אז דו זאגסט אז יעדער חדר יונגל קען דאס שוין זעהן... אינטרעסטינג...

סיריעסלי?...

נאך איינמאל.. פון די אלע הויכגעשפיצטע אזויגעריפענע עקספערטן ווי וואסערמאן און זילבער האט איינער פאראויסגעשאצט פאר אייאווע אז ביידען גייט האלטן ווי ער האלט יעצט?? זיי האבן אים אלע געגעבן די בעסטע שאנסן פון יעדעם אנציקימען צי די נאמענאציע!
יעצט צי זאגן היינט אז ביידען האט גאר שוואכע שאנסן דארף איך זיי נישט האבן! שכח... איך דארף נישט פאר דעים הייסן דער מעכטיגער עקספערט זילבער! צי וואטעווער

און יא י.ג. אויף קולמע שרייט שוין פון די רגע ביידען האט געענטערט די רעיס!.. ווען ער האט געראקט און די פאולס.. געבאמט לייק קרעיזי.. האט ער געזאגט ריפיטעדלי: איך זע נישט ווי אזוי ביידען קען מאכן די רעיס.. ער האט קיין בעיס.צ קיין פאנדרעיזינג.. סאיז אויפגעבלאזן פון טאפ טא באדדאם!!

מען קומט יעדע צוויי חדשים צוריק צו די זעלבע דעבאטע... די פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס נעט סילווער איז... זיין מאדעל איז געבויעט מערסטנס אויף אנקעטעס, און ווען אנקעטעס וועלן זיין אףף וועט ער אויך זיין אףף.

איך וויל גארנישט אוועקנעמען פון יוסי (אויב האט ער עס טאקע פארגעזאגט) אבער ער איז דא צו אנאלאזירן די פארמעסט. נעט סילווערס מאדעל האט טיילן וועלכע אנאלאזירן טאקע, אבער עס איז בעיסיקלי געבויעט אויף אנקעטעס. יעצט די אויפטוה פון זיין מאדעל איז צוויי פאכיג, קודם כל נעמט ער די נומערן (וואס מען קען אויך זעהן אויף רקפ...) און ער לייגט עס אין פראצענט. דאס שענקט א פרישע פראספעקטיוו אויף וואס די ציפערן ווייזן. צב"ש יעצט אין ניו העמפשער ווען די אנקעטעס האבן געוויזן אז די פארמעסט איז גאנץ נאענט ביים שפיץ צווישן בערני און פיט האט זיין מאדעל געוויזן אז בערני איז א גאר שטארקע פעוועריט ווייל ווען אזויפיל אנקעטעס ווייזן אז איינער געווינט אפילו מיט איין פראצענט קען מען אננמען אז יענער וועט טאקע געווינען. אין אנדערע ווערטער ער האט צב"ש א 80% שאנס צו געווינען מיט 1%. דא קומט מען צוריק אז ווען די אנקעטעס זענען אףף איז ער אויך אףף ופשוט הוא.

די צווייטע מעלה וואס זיין מאדעל האט, איז אז ער נעמט די רעיס ווי עס האלט יעצט און ער רעכנט לויט דעם אויס וויזאוי עס וועט איסקוקן דאון די ראוד אויב עס האלט אן. דאס ברענגט אונז צב"ש די אינטערסאנטע אויסקום אז אפילו בלומבערג צייגט שטארקייט אויפן וועג פאראויס, און אסאך דא זענען זיכער אז בלומבערג האט א שטארקע שאנס צו געווינען די נאמענאציע, זאגט ער אז די חשבון שטימט נישט עכט ווייל ווען מען רעכנט אויס די פארמעסט אויף פאראויס איז כמעט אוממגליך פאר אים צו באקומען די מעדזשארעטי דעלעגעטס וועלכע פארלאנגט זיך.

אבער בכלל, דו קוקסט אן די נומערן אינגאנצן אנדערש ווי מיר. דאס וואס ער געבט פאר ביידן א 18% שאנס איז פאר מיר א חידוש! עס איז זייער הויעך! דאס וואס דו שרייבסט אז צו געבן א שוואכע שאנס דארף איך אים נישט האבן איז ריכטיג. אבער גראדע גיבט ער אים א שטערקערע שאנס ווי מען וואלט זיך פארגעשטעלט און דאס איז יא א חידש, איך ווייס אבער נישט אויס ער איז גערעכט דערמיט.

וואסערמאן קענסטו בכלל ארויסלאזן פון דיין רוגזה... ער קומט נישט דא אריין.



אין אנדערע ווערטער סילווער זאגט נישט וואס ס'קוקט אויס גייט זיין, נאר ער לייגט אראפ אין נאמבערס וואס ס'איז יעצט!

איך עגרי! סאו ווען איינער גייט מיר ברענגען סילווער אלס פרעדיקשן, סילווער זאגט אז בערני גייט וואטעווער, איז פשוט אז ס'קומט נישט אריין! ווייל סילווער זאגט נישט...

און די זעלבע זאך ווילעך נישט הערן פון אים אז סילווער האט קארעקטלי פרעדיקטעד אלע 50 שטעט אין 2008...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:51 pm

די ביידען קאמפיין האט ארומגעשיקט דברי חיזוק פאר זייערע שטיצער....
image.png
image.png (679.13 KiB) געזעהן 184 מאל
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”