דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:42 pm

טראמפ האט איר אריינגענארט מיט די נעיטיוו אמעריקאנער שטות ווייל עס איז אן עכטע פראבלעם וואס זי איז באגאנגען.

אבער ווארען איז גאר גאר ווייט פון א שוואכלונג. זי איז א שטארקע, קלוגע און גוט דיסציפלינירטע פרוי מיט א מעסיגע עקאנאמישע-פאפוליסטישע מעסידזש וואס זי ארבעט אויס שוין פאר דרייסיג יאר.

זי גייט זיך נישט אראפלאזן צו טראמפ'ס שטאפל צו אטאקירן זיין אויסזען, נאמען, וואג, גייסטישע פלאטשיגקייט אדער געזיכט-ספרעי... זי וועט קיינמאל נישט אנרופן טראמפ וויילער דעפלארעבלס.
אבער מיין נישט אז איר שפילן איידל מיט בערני און אנדערע דעמאקראטן אין די פריימערי איז א גוטע אינדיקעישן איבער וויאזוי זי וועט באהאנדלען טראמפ אין די אלגעמיינע פארמעסט.

זי וועט אים צעפאטשקענען אויף עקאנאמיע און שטייער פאליסי און זיין ביזנעס רעקארד. א קרעדיט קארטל נארוואס אויסגעשפיגן פון א shredder איז שפאגל ניי אין פארגלייך צו א דאנאלד טראמפ נאכן ארויסקריכן פון א ווארען דעבאטע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:44 pm

ווארען'ס ערענסקייט וועט איר נאר שטערן פון עכט געווינען טראמפ אין די דעבאטעס.

פאר דעם איז בעסער א ביידען וועלכע האט א פאלקסישער סארט "וויט". יא ער וועט מאכן עטליכע טעותים, אבער איין- גוט אין פלאץ - 'קאם אן מען'... איז מער ווערד ווי גוטע פאלעסי ענטפערס. אויסער דעם, ווארענ'ס כאראקטער איז א פיל גרינגערע ציל דורכאויס א דעבאטע צו ווערן געצילט אויף נארישקייטן זיך צו קענען ארויסדרייען פון אדרעסירן די טענות.

אז מען וויל קוקן אויף טראמפ'ס שטארקייטן, אויף די כח מיט וועלכע ער האט באוויזן אנצוקומען ביז אהער, וואלט ביידען לכו' געווען א שווערערע קעגנער פאר אים.

וויט דעט סעד... איך וואלט אויך געגליכן א קאנדידאט וואס קען ברענגען ענטוזיאזעם ביי די וויילער. יא, איינער וואס וועט אפהאלטן ראליס פון צעהנדליגער טוינזטער מענטשן. ווען מען רעדט פון די רעכטע וויילער וועלכע ווארען פארלירט דארף מען אויך נעמען אין חשבון די לינקע וויילער וועלכע ווארען פארדינט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:23 pm

איך עגרי שטארק מיט אלע! טראמפ איז א זעלטענהייט פון א דיבעיטער, נישט גוט און נישט שלעכט, פלעין אנדערש! ווי גוט ווארען איז מיט פאלעסי, איז אוממעגליך צו זאגן אז זי גייט געווינען קעגן טראמפ, טראמפ שפיהלט גאר אן אנדערע געים!

סאל נישט אויסגערעדט זיין, אבער איך עגרי אז קעגן טראמפ דארף מען אזא יענג סטייל, איינער וואס איז קריעיטיוו אליין און קען ספאנטעיניעס אויפקומען מיט טאקטיקן...

ביידן, ווארען און סענדערס וועלן לדעתי האבן שוועריקייטן צו דיבעיטן טראמפ...

אבער דיבעיטס מיינט נישט אלעס, פאלעסי מאכט אסאך אויס, די גרין ניו דיעל איז לעת עתה א שטארקע פראבלעם פאר סיי ווער ס'שטיצט עס, די סאושעליסט לעבל איז נישט קיין גוטע, סאו צו ביעטן טראמפ גייט די עווענטועל נאמעני מוזן אריינקומען אין צענטער, אדער גאר אריינקומען פון א צווייטן ענגל... צענטעריש קען נאר ביידן, און פון א צווייטע טיר האלטעך איז יענג...

זעלבסטפארשטענדליך אז די עקאנעמי גייט שפיהלן א ראלע, אזוי אויך אסאך אנדערע פאקטארן, אבער דאס איז בנוגע דיבעיטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:44 pm

ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)

אוועטאר
ביידען2020
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:05 pm

וויכי איז גערעכט מיט די נקודה אז א שטיצער פון דער קינדערישער גרין נוי דיעל איז אומעגליך צו געווינען יעצט אין די פאראייניגטע שטאטן, און די דעמאקראטן ווייסן דאס און צוליב דעם וועלן זיי לכאורה נישט מאכן דער טעות פון שענקען די נאמינאציע פאר ווארען

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון @שלמה ווי אזוי ער פלאנט צו לעבן מיט קארטעז'עס גרין נוי דיעל, וועלכע איז אדאפטירט געווארן דורך ווארען
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן

אוועטאר
ביידען2020
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:13 pm

אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)

;l;p-
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן

אוועטאר
ביידען2020
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:15 pm

נאך א נקודה איז אז דאס וואס @שלמה שרייבט כסדר אז נאר יעצט איז זי ערנסט און שוואך אין קאמפיינען, אבער ווען עס גייט קומען צו טראמפ, דאמאלטס... הו הא...

דאס איז מער א נביאות, נישט א פאקט, ווייל קיין ראי' דערצו איז נישטא, באבע ווארען איז באקאנט אלץ א שווכלונג ווען עס קומט דערצו

משא"כ ביידען וועלכע נעמט גוט און קלאר אויס (יא! מיט די מיסטעיקס!) און ווער עס קען אים זאגט פאר א שווערע פעלד פאר טראמפן
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:16 pm

ביידן וועט אויפהייטער'ן די עולם אזויווי קלינטאן האט. די מעסיגע האבן איר געוואלט, די שווארצע זענען שטארק געגאנגען פאר איר, און זי איז געווען שטערקער פון טראמפ און די פאולס. און ער וועט פארלירן פונקט ווי זי האט.

סענדערס און ווארען וועלן אפשר פארלירן אפאר צענטעריסטן, אבער זיי וועלן ארויסברענגען די לינקע אין די מאסן, זיי האבן אן ערנסטע טשאנס צו באזיגן טראמפ.

טראמפ האט נישט קיין טשאנס קעגן יענג.

די גרין ניו דיעל איז סתם א רעזעלושען "אונז גייען מאכן אמעריקע גרין", איך מיין אז דעמעקראטן האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:17 pm

אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)



קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד מיט טראמפ, אפילו אויב דו האלטסט אז זי האט געוואונען אלע דריי דיבעיטס, זי זאגט עס אפן, זי איז געווען זייער אומבאקוועם מיט אים... (דאס איז חוץ א מעשה אז איך האלט קלאר אז קלינטאן האט נישט געוואונען די ערשטע דיבעיט, טראמפ האט איר גע'קארנערט גאנץ אנפאנג איבער נאפטא און טרעיד, און דאס האטעם דעליווערט פענסעלוועיניע מישיגן און וויסקאנסין!) און דאס איז טאקע דא אנדערש, ווען ביי א נארמאלע דיבעיט קענסטו מעזשערן מיט טראדישענאל מעטאדן ווער ס'האט געוואונען, איז ביי א טראמפ דיבעיט אלעס ארויס פון פענסטער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:20 pm

אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)

ביי די ערשטע דעבאטע איז טראמפ געווען זייער שלעכט, קלינטאן האט פיין געהאמערט אין אים און ער האט געשנישקעט מיט די נאז..
ביי די לעצטע דעבאטע אבער האט ער פיין צוריקגעהאקט אויף איר בעיקר מיט אירע סקאנדאלן פון איר מאן און אירע אימעילס און זי האט געהאט גאנץ שווערע מאמענטן.

ווארן הייפערט אויף איר באזע, און סענדעריסטן וועלן זיך גאנץ שנעל ארומנעמען ארום איר, ספעשל אויב קען זי באווייזן אויפצופיקן די ערשטע 2 סטעיטס. אויב מאכט נישט ביידן קיין איינס פון די ערשטע 2 סטעיטס וועט ער בדרך הטבע שוין נישט מאכן סאוט קאראליינע אויך נישט, ווארן וועט גאנץ שנעל ווערן געקרוינט פאר די פראנט ראנערין, און ביידנס גאנצע שטארקייט אז ער איז די שטערקסטע וועט זייער שנעל אויסוועפן.
זשוליאניס חשבון איז אויך דעס געווען אין 08 אז ער גייט געווינען פלארידע (דעמאלסטיגע 4'טע אדער 5'טע פריימערי שטאט און ערשטע ווינער טעיק אלל סטעיט) און ער דארף זיך נישט פארלייגן אויף די פאר ערשטע קךיינע שטאטן, למשעה נאכן פארלירן די ערשטע פאר סטעיטס איז זיין אימעדש געווען גענצליך צומאלן.
(קלינטאן אין 08 איז געלאפן אסאך שטערקער פון אבאמא אין אלע אנקעטעס ביז ווען אבאמא האט געווינען אייאווע, אויף איינמאל האבן אלע אנקעטעס געוויזן אז אבאמא ווערט שטערקער און געווינט אויך נוא העמפשיר ביז קלינטאנס טרערן האבן איר ארויסגעקוועטשט א 3% זיג אין נוא העמפשיר דורך אנווארעמען די פרויען וויילער, ווען נישט וואלט די פריימערי מער ווייניגער שוין געווען דעמאלסט פיניש)
--
האקט
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
ביידען2020
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:22 pm

רואיג! האט געשריבן:ביידן וועט אויפהייטער'ן די עולם אזויווי קלינטאן האט. די מעסיגע האבן איר געוואלט, די שווארצע זענען שטארק געגאנגען פאר איר, און זי איז געווען שטערקער פון טראמפ און די פאולס. און ער וועט פארלירן פונקט ווי זי האט.

סענדערס און ווארען וועלן אפשר פארלירן אפאר צענטעריסטן, אבער זיי וועלן ארויסברענגען די לינקע אין די מאסן, זיי האבן אן ערנסטע טשאנס צו באזיגן טראמפ.

טראמפ האט נישט קיין טשאנס קעגן יענג.

די גרין ניו דיעל איז סתם א רעזעלושען "אונז גייען מאכן אמעריקע גרין", איך מיין אז דעמעקראטן האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט.


די אפאר צענטעריסטן זענען לויט די סך הכול פון די אאנקעטעס די 'רוב' פון די פארטיי, און זיי וועלן מיט קארטעז'עס תלמידות נישט גיין צום טיש

חוץ מזה איז דיין גאנצע תגובה מער ווייניגער נביאות, דער איז ווי קלינטאן, דער וועט פארלירן, און דער געווינען

מיט וואס איז ביידען ווי קלינטאן חוץ אז ביידע זענען מער מעסיגע? מיט וואסערע נאך נאטור? קענסט דיר ביטע מסביר זיין?
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:23 pm

אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)

זי האט אנגעפאנגען מיט גארנישט אין יאנואר נאך איר די.ען.עי. סומאטוכע און טוט נישט גארנישט זייט דעמאלט אויסער שטייגן אין די אנקעטעס, שטייגן אין פעיוואריביליטי, שטייגן אין צווייטע אויסוואל אנקעטעס בשעת ביידען האט נישט צובאקומען קיין איין שטימע אין זעקס חדשים און איז זאגאר אויפן וועג אראפ נאציאנאל און אין די פריע שטאטן.
זי הייטערט אויף טויזנטער ביי אירע טאון האולס, די גרעסטע ראליס אויפן דעמאקראטישן זייט, בשעת ביידען קען נישט צוזאמשלעפן א פופצן מענטשן צו א ראלי.
זי האט געוואנען דעבאטע נומער איינס, זי האט געוואנען דעבאטע נומער צוויי. זי האט געווינען סיי אין די אנאליזן נאך די דעבאטעס, סיי אין די אנקעטעס איבער ווער עס האט געווינען די דעבאטעס און סיי אין די פאולינג אנקעטעס נאך די דעבאטעס.
זי רעיזט שיינע געלטער און האט די צווייט מערסטע ביישטייערער נאך סאנדערס.
זי נעמט אויס זייער גוט ביי די וויילער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)



קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד מיט טראמפ, אפילו אויב דו האלטסט אז זי האט געוואונען אלע דריי דיבעיטס, זי זאגט עס אפן, זי איז געווען זייער אומבאקוועם מיט אים... (דאס איז חוץ א מעשה אז איך האלט קלאר אז קלינטאן האט נישט געוואונען די ערשטע דיבעיט, טראמפ האט איר גע'קארנערט גאנץ אנפאנג איבער נאפטא און טרעיד, און דאס האטעם דעליווערט פענסעלוועיניע מישיגן און וויסקאנסין!) און דאס איז טאקע דא אנדערש, ווען ביי א נארמאלע דיבעיט קענסטו מעזשערן מיט טראדישענאל מעטאדן ווער ס'האט געוואונען, איז ביי א טראמפ דיבעיט אלעס ארויס פון פענסטער!

פון וויקיפידיע
Hillary Clinton was considered to have won all three presidential debates

למעשה, קריג איך מיר נישט מיט דיר, אז טראמפ האט אויסגעברייטערט די רעפובליקאנע מארדזשינס ביי די פארמערס אין די רורעל געגנטער, ווי זיי האבן אנדערע וועגן צו מעזשערן דיבעיט געווינסן
איך שרייב עס נאר פאר די האלטן אז ווארען האט בעסערע שאנסן, ווייל זי קען בעסער דעבאטירן, ווייל ווי דו שרייבסט וכו'

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:26 pm

ביידען2020 האט געשריבן:נאך א נקודה איז אז דאס וואס @שלמה שרייבט כסדר אז נאר יעצט איז זי ערנסט און שוואך אין קאמפיינען, אבער ווען עס גייט קומען צו טראמפ, דאמאלטס... הו הא...

דאס איז מער א נביאות, נישט א פאקט, ווייל קיין ראי' דערצו איז נישטא, באבע ווארען איז באקאנט אלץ א שווכלונג ווען עס קומט דערצו

משא"כ ביידען וועלכע נעמט גוט און קלאר אויס (יא! מיט די מיסטעיקס!) און ווער עס קען אים זאגט פאר א שווערע פעלד פאר טראמפן



שלמה'ס פוינט קעמען פארשטיין אין דזשענעראל, ווארען קען אירע פאלעסיס גוט, זי זאגט נישט סתם אזוי נאך עקספערטן, זי קען דיבעיטן אירע פאלעסיס עניטיים! די פראבלעם איז אבער אז זי איז יעצט צו לינקס, און די פריימערי צווינגט איר צו גיין נאך לינקער, סעט איר זיין שווער צו דעפענדן אזעלעכע לינקע שיטות ווי די גרין ניו דיעל, ווידער שטעלן א פרישן טאן, פארקערט וואס זי זאגט יעצט איז א שטארקע ריסק...

ביידן האט טאקע די מעלה, ער האט א מעסיגע רעקארד, אבער די פריימערי איז פויזן פאר אים, ער שיסט שיטות וואס ער האט קיינמאל נישט גע'בעקט, פלוצלינג זאגט ער אז ער געווען קעגן די איראקע מלחמה... דאס איז חוץ זיין עידזש... סאו ווי געשריבן, ביידע האבן ערנסטע שוואכקייטן, און וועלן האבן אישוס צו באזיגן טראמפ!

איבעריג איבערצושרייבן, אז דאס איז אויסער טויזענטער אנדערע פאקטארן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:27 pm

ביידען2020 האט געשריבן:נאך א נקודה איז אז דאס וואס @שלמה שרייבט כסדר אז נאר יעצט איז זי ערנסט און שוואך אין קאמפיינען, אבער ווען עס גייט קומען צו טראמפ, דאמאלטס... הו הא...

דאס איז מער א נביאות, נישט א פאקט, ווייל קיין ראי' דערצו איז נישטא, באבע ווארען איז באקאנט אלץ א שווכלונג ווען עס קומט דערצו

משא"כ ביידען וועלכע נעמט גוט און קלאר אויס (יא! מיט די מיסטעיקס!) און ווער עס קען אים זאגט פאר א שווערע פעלד פאר טראמפן

די מישט אויס אטאקירן אירע דעמאקראטישע קעגנער, און עווענטועל טראמפ, מיט קאמפיינען.
זע מיין לעצטע ענטפער צו אין כל חדש.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:28 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)

זי האט אנגעפאנגען מיט גארנישט אין יאנואר נאך איר די.ען.עי. סומאטוכע און טוט נישט גארנישט זייט דעמאלט אויסער שטייגן אין די אנקעטעס, שטייגן אין פעיוואריביליטי, שטייגן אין צווייטע אויסוואל אנקעטעס בשעת ביידען האט נישט צובאקומען קיין איין שטימע אין זעקס חדשים און איז זאגאר אויפן וועג אראפ נאציאנאל און אין די פריע שטאטן.
זי הייטערט אויף טויזנטער ביי אירע טאון האולס, די גרעסטע ראליס אויפן דעמאקראטישן זייט, בשעת ביידען קען נישט צוזאמשלעפן א פופצן מענטשן צו א ראלי.
זי האט געוואנען דעבאטע נומער איינס, זי האט געוואנען דעבאטע נומער צוויי. זי האט געווינען סיי אין די אנאליזן נאך די דעבאטעס, סיי אין די אנקעטעס איבער ווער עס האט געווינען די דעבאטעס און סיי אין די פאולינג אנקעטעס נאך די דעבאטעס.
זי רעיזט שיינע געלטער און האט די צווייט מערסטע ביישטייערער נאך סאנדערס.
זי נעמט אויס זייער גוט ביי די וויילער.

יא יא, ביז דערווייל לויפט זי נאך אונטערן שאטן, העמיר ווארטן צו זען ווען די ספאטלייט וועט שיינען אויף איר
למעשה, קענסטו מיר מסביר'ן איר שוואכקייט אין איר היימשטאט ווי וויילער קענען איר די בעסטע?
דו ווייסט דאך אויך אז קלינטאן אין 2016 האט אנגעצויגן בעסער ווי זי האט אין די מאסיווע דעמאקראטישע יאר פון 2018

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:30 pm

בדוו
עס הערט זיך זייער גוט צו שרייבן אז ביידען איז טאוסט
אבער, בין איך נייגעריג צו איין אנערקענטער עלעקשאן אנאליסט, האלט אז ווארען האט אויף די מינוט בעסערע שאנסן ווי ביידען?
נאר די זונטאג איז ארויסגעקומען אן אנקעטע פון יו גאוו אז ווארען איז מיט 9-10 פונקטן אונטערשטעליג אין אייאווע

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:32 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)

ביי די ערשטע דעבאטע איז טראמפ געווען זייער שלעכט, קלינטאן האט פיין געהאמערט אין אים און ער האט געשנישקעט מיט די נאז..
ביי די לעצטע דעבאטע אבער האט ער פיין צוריקגעהאקט אויף איר בעיקר מיט אירע סקאנדאלן פון איר מאן און אירע אימעילס און זי האט געהאט גאנץ שווערע מאמענטן.

ווארן הייפערט אויף איר באזע, און סענדעריסטן וועלן זיך גאנץ שנעל ארומנעמען ארום איר, ספעשל אויב קען זי באווייזן אויפצופיקן די ערשטע 2 סטעיטס. אויב מאכט נישט ביידן קיין איינס פון די ערשטע 2 סטעיטס וועט ער בדרך הטבע שוין נישט מאכן סאוט קאראליינע אויך נישט, ווארן וועט גאנץ שנעל ווערן געקרוינט פאר די פראנט ראנערין, און ביידנס גאנצע שטארקייט אז ער איז די שטערקסטע וועט זייער שנעל אויסוועפן.
זשוליאניס חשבון איז אויך דעס געווען אין 08 אז ער גייט געווינען פלארידע (דעמאלסטיגע 4'טע אדער 5'טע פריימערי שטאט און ערשטע ווינער טעיק אלל סטעיט) און ער דארף זיך נישט פארלייגן אויף די פאר ערשטע קךיינע שטאטן, למשעה נאכן פארלירן די ערשטע פאר סטעיטס איז זיין אימעדש געווען גענצליך צומאלן.
(קלינטאן אין 08 איז געלאפן אסאך שטערקער פון אבאמא אין אלע אנקעטעס ביז ווען אבאמא האט געווינען אייאווע, אויף איינמאל האבן אלע אנקעטעס געוויזן אז אבאמא ווערט שטערקער און געווינט אויך נוא העמפשיר ביז קלינטאנס טרערן האבן איר ארויסגעקוועטשט א 3% זיג אין נוא העמפשיר דורך אנווארעמען די פרויען וויילער, ווען נישט וואלט די פריימערי מער ווייניגער שוין געווען דעמאלסט פיניש)
--
האקט

האט מען שוין מסביר געווען אפאר מאל
דא איז דא א קעטעגארי וויילער וואס רופט זיך "שווארצע"
אן זיי איז זייער שווער צו געווינען, סאנדערס האט אין 2016 נישט געקענט אריינשניידן דארט, אן דאס האט אים געקאסט, אויב ווארען מאכט נישט קיין פראגרעס דארט, קען זי פארגעסן פון געווינען סאוט קאראליינע, אפילו נאך 2 שטארקע זיגן אין אייאווע און אין ניו המפשיר

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:35 pm

טראמפ גייט נישט שטיין דעבאטירן פאליסי דיטעלס, טראמפ גייט שיסן אטאקעס, טאלקינג פוינטס, אבער אזעלכע געצילטע, וואס גייט מאכן דעם אפאנענט אויסקוקן ווי איינער וואס האט אריינגעספלעשט בטעות אין וואסער, און קוים מיט צרות שטעקט ער ענדליך ארויס דעם קאפ זיינעם, דערשראקן, בשעת זיינע אויגן דרייען זיך אים ווי א וואש מאשין... מען דארף זיין א געלערנטער שווימער צו קענען שנעל און געשיקט געבן א שטופ אוועק דאס וואסער און אויפהייבן דעם קאפ.

די זעלבע זאך איז דא, דו דארפסט האבן די פלעקסעביליטי און שארפקייט און און פלינקייט און א גוטן פיסקל זיך צו קענען אויפהייבן דעם קאפ פון אונטער דאנעלד טראמפס אטאקעס, וואס אין מיינע אויגן האט דאס נישט ווארען זי האט עפעס א געוויסע גראדקייט און ערנסטקייט וואס קען איר שטערן אין אזעלכע פעלער. יא, זי גייט אריינקומען שטארק מיט אירע פאליסיס און אטקירן טראמפ מיט זיינער פאליסיס, טראמפ וועט זיך לכאורה טרעפן מערערע מאל מיטן צינג אינדרויסן, פון די אנדערע זייט אבער קען זי זיך עווענטועל טרעפן מיט'ן קאפ אראפ.

טראמפ וועט לאו דוקא אטאקירן איר פערזענליכקייט ער וועט איר אראפמאלן אלס סכנה פאר'ן לאנד אז זי וועט אינטערברענגען דאס לאנד דורך אירע ספענדערייען און אז זיי וועט חרוב מאכן די עקאנאמיע, און אראפמאלן איינעם קען טראמפ זייער גוט.

בנוגע ביידען, איך ווייס נישט איך זע נישט פונקטליך פארוואס מען זאל זיין ענטוזיאסטיש פאר אים, קען זיין די שנאה צו טראמפ און אוב יא איז דא גענוג צו געווינען?
און בנוגע דעבאטעס, איך האב באטראכט די לעצטע צוויי דעמאקראטישע דעבאטעס, איך זע נישט וואו ביידן גייט ביעטן טראמפ אין א דעבאטע, ער איז פארשלאפן, קען זיין ער זאגט גוטע זאכן, אבער עס הערט זיך נישט גוט. לדעתי וואלט אים טראמפ צעמאלן ביי א דעבאטע, אפי' אין פאליסי, ביידען קומט נישט מיט קיין פאליסיס צום טיש, טראמפ האט פיל מער פאליסיס מיט וואס ער גייט קומען.

וויכי איז לכאורה גערעכט, אז יענג האט די שנעלע געשליפנקייט וואס עס פעלט זיך אויס, איך האלט אז א טראמפ/יענג דעבאטע איז צרות פאר טראמפ.

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:35 pm

ביידען2020 האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:ביידן וועט אויפהייטער'ן די עולם אזויווי קלינטאן האט. די מעסיגע האבן איר געוואלט, די שווארצע זענען שטארק געגאנגען פאר איר, און זי איז געווען שטערקער פון טראמפ און די פאולס. און ער וועט פארלירן פונקט ווי זי האט.

סענדערס און ווארען וועלן אפשר פארלירן אפאר צענטעריסטן, אבער זיי וועלן ארויסברענגען די לינקע אין די מאסן, זיי האבן אן ערנסטע טשאנס צו באזיגן טראמפ.

טראמפ האט נישט קיין טשאנס קעגן יענג.

די גרין ניו דיעל איז סתם א רעזעלושען "אונז גייען מאכן אמעריקע גרין", איך מיין אז דעמעקראטן האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט.


די אפאר צענטעריסטן זענען לויט די סך הכול פון די אאנקעטעס די 'רוב' פון די פארטיי, און זיי וועלן מיט קארטעז'עס תלמידות נישט גיין צום טיש

חוץ מזה איז דיין גאנצע תגובה מער ווייניגער נביאות, דער איז ווי קלינטאן, דער וועט פארלירן, און דער געווינען

מיט וואס איז ביידען ווי קלינטאן חוץ אז ביידע זענען מער מעסיגע? מיט וואסערע נאך נאטור? קענסט דיר ביטע מסביר זיין?


ביידן איז אזויווי קלינטאן ווייל ער פארטרעט די עסטעבלישמענט פונקט ווי זי האט.

מען קען נישט זאגן: "'רוב' פון די פארטיי". די מציאות איז פאר די לעצטע יארן, אז די פאלק איז צוטיילט בערך האלב און האלב. די שאלה איז ווער קען אריבערשלעפן אפאר מענטשן צו זיך, אדער ארויסברענגען איינער וואס וואלט געבליבן אינדערהיים. אויף דעם פרעג איך, ווער איז די מענטש וואס האט נישט געוואוט פאר קלינטאן, אבער יעצט איז ער פרייליך פאר ביידן?

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:38 pm

פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ גייט נישט שטיין דעבאטירן פאליסי דיטעלס, טראמפ גייט שיסן אטאקעס, טאלקינג פוינטס, אבער אזעלכע געצילטע, וואס גייט מאכן דעם אפאנענט אויסקוקן ווי איינער וואס האט אריינגעספלעשט בטעות אין וואסער, און קוים מיט צרות שטעקט ער ענדליך ארויס דעם קאפ זיינעם, דערשראקן, בשעת זיינע אויגן דרייען זיך אים ווי א וואש מאשין... מען דארף זיין א געלערנטער שווימער צו קענען שנעל און געשיקט געבן א שטופ אוועק דאס וואסער און אויפהייבן דעם קאפ.

די זעלבע זאך איז דא, דו דארפסט האבן די פלעקסעביליטי און שארפקייט און און פלינקייט און א גוטן פיסקל זיך צו קענען אויפהייבן דעם קאפ פון אונטער דאנעלד טראמפס אטאקעס, וואס אין מיינע אויגן האט דאס נישט ווארען זי האט עפעס א געוויסע גראדקייט און ערנסטקייט וואס קען איר שטערן אין אזעלכע פעלער. יא, זי גייט אריינקומען שטארק מיט אירע פאליסיס און אטקירן טראמפ מיט זיינער פאליסיס, טראמפ וועט זיך לכאורה טרעפן מערערע מאל מיטן צינג אינדרויסן, פון די אנדערע זייט אבער קען זי זיך עווענטועל טרעפן מיט'ן קאפ אראפ.

טראמפ וועט לאו דוקא אטאקירן איר פערזענליכקייט ער וועט איר אראפמאלן אלס סכנה פאר'ן לאנד אז זי וועט אינטערברענגען דאס לאנד דורך אירע ספענדערייען און אז זיי וועט חרוב מאכן די עקאנאמיע, און אראפמאלן איינעם קען טראמפ זייער גוט.

בנוגע ביידען, איך ווייס נישט איך זע נישט פונקטליך פארוואס מען זאל זיין ענטוזיאסטיש פאר אים, קען זיין די שנאה צו טראמפ און אוב יא איז דא גענוג צו געווינען?
און בנוגע דעבאטעס, איך האב באטראכט די לעצטע צוויי דעמאקראטישע דעבאטעס, איך זע נישט וואו ביידן גייט ביעטן טראמפ אין א דעבאטע, ער איז פארשלאפן, קען זיין ער זאגט גוטע זאכן, אבער עס הערט זיך נישט גוט. לדעתי וואלט אים טראמפ צעמאלן ביי א דעבאטע, אפי' אין פאליסי, ביידען קומט נישט מיט קיין פאליסיס צום טיש, טראמפ האט פיל מער פאליסיס מיט וואס ער גייט קומען.

וויכי איז לכאורה גערעכט, אז יענג האט די שנעלע געשליפנקייט וואס עס פעלט זיך אויס, איך האלט אז א טראמפ/יענג דעבאטע איז צרות פאר טראמפ.

און וואס האט קלינטאן?
טראמפ איז בכלל נישט קיין געלונגענער דעבאטירער, אדרבי, ברענג מיר א דעבאטע ווי ער האט געשיינט, ווילסט זאגן ער באקומט זיין שטיצע מיט סטעיטמענטס ביי דעבאטעס אן געווינען
דאן, לאז אפ, ווער קען בעסער דעבאטירן

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:39 pm

רואיג! האט געשריבן:
ביידען2020 האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:ביידן וועט אויפהייטער'ן די עולם אזויווי קלינטאן האט. די מעסיגע האבן איר געוואלט, די שווארצע זענען שטארק געגאנגען פאר איר, און זי איז געווען שטערקער פון טראמפ און די פאולס. און ער וועט פארלירן פונקט ווי זי האט.

סענדערס און ווארען וועלן אפשר פארלירן אפאר צענטעריסטן, אבער זיי וועלן ארויסברענגען די לינקע אין די מאסן, זיי האבן אן ערנסטע טשאנס צו באזיגן טראמפ.

טראמפ האט נישט קיין טשאנס קעגן יענג.

די גרין ניו דיעל איז סתם א רעזעלושען "אונז גייען מאכן אמעריקע גרין", איך מיין אז דעמעקראטן האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט.


די אפאר צענטעריסטן זענען לויט די סך הכול פון די אאנקעטעס די 'רוב' פון די פארטיי, און זיי וועלן מיט קארטעז'עס תלמידות נישט גיין צום טיש

חוץ מזה איז דיין גאנצע תגובה מער ווייניגער נביאות, דער איז ווי קלינטאן, דער וועט פארלירן, און דער געווינען

מיט וואס איז ביידען ווי קלינטאן חוץ אז ביידע זענען מער מעסיגע? מיט וואסערע נאך נאטור? קענסט דיר ביטע מסביר זיין?


ביידן איז אזויווי קלינטאן ווייל ער פארטרעט די עסטעבלישמענט פונקט ווי זי האט.

מען קען נישט זאגן: "'רוב' פון די פארטיי". די מציאות איז פאר די לעצטע יארן, אז די פאלק איז צוטיילט בערך האלב און האלב. די שאלה איז ווער קען אריבערשלעפן אפאר מענטשן צו זיך, אדער ארויסברענגען איינער וואס וואלט געבליבן אינדערהיים. אויף דעם פרעג איך, ווער איז די מענטש וואס האט נישט געוואוט פאר קלינטאן, אבער יעצט איז ער פרייליך פאר ביידן?

די אלע וואס האבן נישט געשטימט פאר קלינטאן, ווייל זי האבן איר געהאלטן אלס א קארופטירט דורכאויס
ביידען אן די אדהער הענד, איז פון די מערסט רעספעקטירסטע שטאטסלייט היינט צוטאגס

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:42 pm

אין כל חדש האט געשריבן:בדוו
עס הערט זיך זייער גוט צו שרייבן אז ביידען איז טאוסט
אבער, בין איך נייגעריג צו איין אנערקענטער עלעקשאן אנאליסט, האלט אז ווארען האט אויף די מינוט בעסערע שאנסן ווי ביידען?
נאר די זונטאג איז ארויסגעקומען אן אנקעטע פון יו גאוו אז ווארען איז מיט 9-10 פונקטן אונטערשטעליג אין אייאווע


קוק די טרענד

mmm.png
mmm.png (40.92 KiB) געזעהן 197 מאל

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:42 pm

פאר די וואס כאפן נישט וואס ביידען איז
https://www.realclearpolitics.com/epoll ... Texas.html

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:44 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ביידען2020 האט געשריבן:נאך א נקודה איז אז דאס וואס @שלמה שרייבט כסדר אז נאר יעצט איז זי ערנסט און שוואך אין קאמפיינען, אבער ווען עס גייט קומען צו טראמפ, דאמאלטס... הו הא...

דאס איז מער א נביאות, נישט א פאקט, ווייל קיין ראי' דערצו איז נישטא, באבע ווארען איז באקאנט אלץ א שווכלונג ווען עס קומט דערצו

משא"כ ביידען וועלכע נעמט גוט און קלאר אויס (יא! מיט די מיסטעיקס!) און ווער עס קען אים זאגט פאר א שווערע פעלד פאר טראמפן



שלמה'ס פוינט קעמען פארשטיין אין דזשענעראל, ווארען קען אירע פאלעסיס גוט, זי זאגט נישט סתם אזוי נאך עקספערטן, זי קען דיבעיטן אירע פאלעסיס עניטיים! די פראבלעם איז אבער אז זי איז יעצט צו לינקס, און די פריימערי צווינגט איר צו גיין נאך לינקער, סעט איר זיין שווער צו דעפענדן אזעלעכע לינקע שיטות ווי די גרין ניו דיעל, ווידער שטעלן א פרישן טאן, פארקערט וואס זי זאגט יעצט איז א שטארקע ריסק...

ביידן האט טאקע די מעלה, ער האט א מעסיגע רעקארד, אבער די פריימערי איז פויזן פאר אים, ער שיסט שיטות וואס ער האט קיינמאל נישט גע'בעקט, פלוצלינג זאגט ער אז ער געווען קעגן די איראקע מלחמה... דאס איז חוץ זיין עידזש... סאו ווי געשריבן, ביידע האבן ערנסטע שוואכקייטן, און וועלן האבן אישוס צו באזיגן טראמפ!

איבעריג איבערצושרייבן, אז דאס איז אויסער טויזענטער אנדערע פאקטארן...

מיין פוינט איז אז אירע עקאנאמישע פאליסיס זענען מעסיג פאפוליסטיש. די זעלבע פאליסי פראבלעמען וואס קלינטאן האט געהאט מיטן דעבאטירן טראמפ, און וואס ביידען גייט האבן (אויסער זיין אלגעמיינע פיס אין מויל שוואכקייט) איז ווארענ'ס גרעסטע שטארקייט.
זי טוט דאס שוין דרייסיג יאר, אין אקאדעמיע, מיט אבאמא'ס קאנסומער פיינענשל פראטעקשאן ביורא, אין סענאט זינט 2013 און יעצט אלס פרעזידענטליכע קאנדידאט.
יעדע ברעקל שטארקייט וואס א פאפוליסט ווי סאנדערס קען האבן, האט זי אויך בשעת זי האט (כמעט) גארנישט פון סאנדערס "קאמוניזם" פראבלעם אין די דזשענערעל.
זי האט אינדארסירט די גרין ניו דיעל, אבער זי האט אויך ארויסגעשטעלט א דעטלירטע פלאן אגרעסיוו צו אינוועסטירן אין גרינע מאנופעקטורינג און טעכנאלאגיע און נישט לאזן כינע דאמינירן די נייע אינדוסטריע וואס גייט זיין ווערד טריליאנען דאלארן אין געציילטע יאר.
זי אנטלויפט נישט פון פאליסי וואס קען זיין שווער אין א דזשענערעל. זי זעצט זיך אראפ, בויט אויף פריערדיגע פאזיציעס און מאכט דאס בעסער און מער אפעליאירנד צו וויילער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yitzchok Shmiel, אזוי וויל איך, איד_איד, באריכט, וויכטיג מאכער, נו שוין, פוילישער קארגער, רואיג!, שופר און 42 געסט