דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:45 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:בדוו
עס הערט זיך זייער גוט צו שרייבן אז ביידען איז טאוסט
אבער, בין איך נייגעריג צו איין אנערקענטער עלעקשאן אנאליסט, האלט אז ווארען האט אויף די מינוט בעסערע שאנסן ווי ביידען?
נאר די זונטאג איז ארויסגעקומען אן אנקעטע פון יו גאוו אז ווארען איז מיט 9-10 פונקטן אונטערשטעליג אין אייאווע


קוק די טרענד

mmm.png

לויט די טרענד, גיב עס נאך 12 חדשים און ביידען איז אונטען, פראבלעם איז, אייאווע איז אין 4-5 חדשים פון היינט, נישט 12
אפגערעדט אז אין דיין סקרינשאט האט ביידען אנגעהויבן ביי ארום 30, און יעצט איז ער ווייטער ביי די רענדזש, סא איך ווייס נישט וואס איך דארף צו זען דארט

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:58 pm

איך שטיי און שטוין ווי דער עולם האט דא אנגעהויבן איינקויפן דעם יענג... ער איז א גאר גאר שלעכטע דעבארטירער. ער שטייט אומבאקוועם, רעדט נישט גוט, און זיינע זאכן הערן זיך סתם אזוי היפש וואנזיניג (עכ"פ אין קורצע ענטפערס זיכער). ווען איינער זאל מיך פרעגן וואס יענג'ס שוואכקייט איז וואלט איך אים געענטפערט "זיינע דעבאטעס".

ווי קען מען אפילו זאגן אז ער וואלט געווען די בעסטע קעגן טראמפ?! :?
יענג וועט נישט וויסן וואו אנצוהייבן זיך ספראווען מיט א טראמפ אויפן סטעידזש.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ גייט נישט שטיין דעבאטירן פאליסי דיטעלס, טראמפ גייט שיסן אטאקעס, טאלקינג פוינטס, אבער אזעלכע געצילטע, וואס גייט מאכן דעם אפאנענט אויסקוקן ווי איינער וואס האט אריינגעספלעשט בטעות אין וואסער, און קוים מיט צרות שטעקט ער ענדליך ארויס דעם קאפ זיינעם, דערשראקן, בשעת זיינע אויגן דרייען זיך אים ווי א וואש מאשין... מען דארף זיין א געלערנטער שווימער צו קענען שנעל און געשיקט געבן א שטופ אוועק דאס וואסער און אויפהייבן דעם קאפ.

די זעלבע זאך איז דא, דו דארפסט האבן די פלעקסעביליטי און שארפקייט און און פלינקייט און א גוטן פיסקל זיך צו קענען אויפהייבן דעם קאפ פון אונטער דאנעלד טראמפס אטאקעס, וואס אין מיינע אויגן האט דאס נישט ווארען זי האט עפעס א געוויסע גראדקייט און ערנסטקייט וואס קען איר שטערן אין אזעלכע פעלער. יא, זי גייט אריינקומען שטארק מיט אירע פאליסיס און אטקירן טראמפ מיט זיינער פאליסיס, טראמפ וועט זיך לכאורה טרעפן מערערע מאל מיטן צינג אינדרויסן, פון די אנדערע זייט אבער קען זי זיך עווענטועל טרעפן מיט'ן קאפ אראפ.

טראמפ וועט לאו דוקא אטאקירן איר פערזענליכקייט ער וועט איר אראפמאלן אלס סכנה פאר'ן לאנד אז זי וועט אינטערברענגען דאס לאנד דורך אירע ספענדערייען און אז זיי וועט חרוב מאכן די עקאנאמיע, און אראפמאלן איינעם קען טראמפ זייער גוט.

בנוגע ביידען, איך ווייס נישט איך זע נישט פונקטליך פארוואס מען זאל זיין ענטוזיאסטיש פאר אים, קען זיין די שנאה צו טראמפ און אוב יא איז דא גענוג צו געווינען?
און בנוגע דעבאטעס, איך האב באטראכט די לעצטע צוויי דעמאקראטישע דעבאטעס, איך זע נישט וואו ביידן גייט ביעטן טראמפ אין א דעבאטע, ער איז פארשלאפן, קען זיין ער זאגט גוטע זאכן, אבער עס הערט זיך נישט גוט. לדעתי וואלט אים טראמפ צעמאלן ביי א דעבאטע, אפי' אין פאליסי, ביידען קומט נישט מיט קיין פאליסיס צום טיש, טראמפ האט פיל מער פאליסיס מיט וואס ער גייט קומען.

וויכי איז לכאורה גערעכט, אז יענג האט די שנעלע געשליפנקייט וואס עס פעלט זיך אויס, איך האלט אז א טראמפ/יענג דעבאטע איז צרות פאר טראמפ.

טראמפ האט נישט געוואנען קיין איין דעבאטע קעגן קלינטאן. איך זע נישט וואו זיין געלונגענקייט שטעקט.
וואס ער האט אויפגעטון, צי ביי די דעבאטעס צי אין די פארמעסט אין אלגעמיין, איז אראפמאלן קלינטאן'ס פאליסיס אויף אזא וועג אז גענוג דעמאקראטן, ארעמע ארבעט קלאס מענטשן און מינאריטעט וויילער אין די מידוועסט זאלן בלייבן אינדערהיים אז (מיט די קאומי בריוו און די קריטישע וויקיליקס מאניפולאציע דורכאויס אקטאבער 2016) זאל ער קענען אויסקוועטשן א זיג אין די קריטישע מידוועסט סווינגסטעיטס.

איך האב גארנישט קעגן מיסטער יענג, אבער ער איז צו יונג און קוקט אויס אומערפארן און אומגעשליפן פארן נאציאנאלן סטעידזש.
אין א דעבאטע מיט טראמפ וועט ער זיין א טאטאלער לייטוועיט. איך כאפ נישט וויאזוי מענטשן זעען אין אים א שטארקע דעבאטירער.

איבער זיין עלעקטארל שטארקייט, איך קען זען ווי ער וועט ווארשיינליך ארויסשלעפן און אריבערשלעפן אסאך קריטישע וויילער אין אסאך וויכטיגע סטעיטס, אבער איך האב מורא אז מינאריטעט וויילער וועלן ארויסקומען אין גאר שוואכע ציפערן אל אווער די פלעיס. אסאך שוואכער ווי מיט די דריי פראנטראנערס אדער העריס. מעגליך אז עס וועט זיך אויסארבעטן עלעקטאראליש, אבער עס קען אויך זיין א גענצליכע דיזעסטער.


____

ברירה האקט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:16 pm

אין כל חדש האט געשריבן:האט מען שוין מסביר געווען אפאר מאל
דא איז דא א קעטעגארי וויילער וואס רופט זיך "שווארצע"
אן זיי איז זייער שווער צו געווינען, סאנדערס האט אין 2016 נישט געקענט אריינשניידן דארט, אן דאס האט אים געקאסט, אויב ווארען מאכט נישט קיין פראגרעס דארט, קען זי פארגעסן פון געווינען סאוט קאראליינע, אפילו נאך 2 שטארקע זיגן אין אייאווע און אין ניו המפשיר

ווארען מוז, און גייט, באקומען מער שווארצע וויילער ווען די פארמעסט ווערט נענטער און מענטשן וואס ליגן נישט אין פאליטיק הייבן אן צוצולייגן מער קאפ צו די פארמעסט. זי וועט דאס באקומען נאך זי געווינט אין די פריע פריימעריס און קאוקוסעס.
אבער צו זיין קלאר, ווארען מוז נישט געווינען סאוט קאראליינע צו געווינען די נאמינאציע. זי קען אריינקומען נומער צוויי, צי אפילו דריי, אין עטליכע דרום שטאטן און דאך ברייט געווינען די נאמינאציע.

אגב, איז סאנדערס היפש שטארק צווישן מינאריטעט וויילער דאס מאל. דאס צייגט אז עס איז פשוט אן אישו פון וויילער וואס לייגן נאכנישט צו קיין קאפ און געבן אן נעמען מיט וועלכע זיי זענען באקאנט און באקוועם פון לעצטע מאל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:24 pm

יש ברירה, וואס איז די לעצטע רעדע / דעבאטע וואס דו האסט געזען פון יענג? איך וועל זיך וואגן צו געסן אז נישט שפעטער ווי פון די ערשטע דעבאטע אפאר חדשים צוריק.
ער איז זייער א שנעלער לערנער, און זיין וועג יעצט קעגן אפאר חדשים צוריק איז הימל און ערד. פלאס ווען ער איז וואן-אן-וואן און האט די מייק פונקט ווי זיין קעגנער איז ער פארמידעבל.

שלמה, איך רעד צו דיר אויך. און איבער מינאריטיס, גראדע איז ער נישט אזוי שוואך מיט זיי ווי עס האט אויסגעקוקט אנהייב, אבער דער עיקר פוינט איז אז ער טוישט אינגאנצן די געים, פונקט ווי טראמפ פיר יאר צוריק און נאכמער. ער קען געווינען אויך אן די מינאריטיס, אנדערש ווי אלע דעמאקראטן.
(און איבער יונג, האב איך שוין אויבן געברענגט אז ער איז די איידיעל עידזש לויט רוב וויילער)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:29 pm

פארמידעבעל...

א דעבאטירער וואס קען נישט הענדלען ווען איינער האקט אים אריין איז נישט פארמידעבעל, און אפילו לשיטתך איז זיין סוקסעס אנגעהאנגען אינעם פאקט אז טראמפ וועט נישט אריינשרייען.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:31 pm

וואו האסטו געזען אז ער קען נישט הענדלען ווען מען האקט אים אריין? איך בין נייגעריג.
(זע אויך דעם פאקס קליפ וואס איך האב אמאל געברענגט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:57 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:האט מען שוין מסביר געווען אפאר מאל
דא איז דא א קעטעגארי וויילער וואס רופט זיך "שווארצע"
אן זיי איז זייער שווער צו געווינען, סאנדערס האט אין 2016 נישט געקענט אריינשניידן דארט, אן דאס האט אים געקאסט, אויב ווארען מאכט נישט קיין פראגרעס דארט, קען זי פארגעסן פון געווינען סאוט קאראליינע, אפילו נאך 2 שטארקע זיגן אין אייאווע און אין ניו המפשיר

ווארען מוז, און גייט, באקומען מער שווארצע וויילער ווען די פארמעסט ווערט נענטער און מענטשן וואס ליגן נישט אין פאליטיק הייבן אן צוצולייגן מער קאפ צו די פארמעסט. זי וועט דאס באקומען נאך זי געווינט אין די פריע פריימעריס און קאוקוסעס.
אבער צו זיין קלאר, ווארען מוז נישט געווינען סאוט קאראליינע צו געווינען די נאמינאציע. זי קען אריינקומען נומער צוויי, צי אפילו דריי, אין עטליכע דרום שטאטן און דאך ברייט געווינען די נאמינאציע.

אגב, איז סאנדערס היפש שטארק צווישן מינאריטעט וויילער דאס מאל. דאס צייגט אז עס איז פשוט אן אישו פון וויילער וואס לייגן נאכנישט צו קיין קאפ און געבן אן נעמען מיט וועלכע זיי זענען באקאנט און באקוועם פון לעצטע מאל.

איך גיב דיר גערעכט מיט דעם (קוק וואס איך האב געשריבן אגוסט 8)
איך וועל זאגן נאך מער, אויב ווארען געווינט אייאווע (נישט מיט 0.1 פון א פראצענט, מען רעדט פון א געהעריגע געווינס 3-5 פערצענט), דאן איז זי לכאורה די פעיוואריט
מיין גאנצע תגובה איז נאר פאר די וואס האלטן אז ביידען איז קאפוט אין אזא פאל, דאס איז לכאורה נישט ריכטיג, ביידען וועט באקומען זיין שאנס אין סאוט קאראליינע, צוריקצוקומען צום פארמעסט

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:01 pm

אגב, רעדנדיג איבער מינאריטיס, Democrats ignore Asian American and Pacific Islander voters at their peril.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:14 pm

Yang2020 האט געשריבן:יש ברירה, וואס איז די לעצטע רעדע / דעבאטע וואס דו האסט געזען פון יענג? איך וועל זיך וואגן צו געסן אז נישט שפעטער ווי פון די ערשטע דעבאטע אפאר חדשים צוריק.
ער איז זייער א שנעלער לערנער, און זיין וועג יעצט קעגן אפאר חדשים צוריק איז הימל און ערד. פלאס ווען ער איז וואן-אן-וואן און האט די מייק פונקט ווי זיין קעגנער איז ער פארמידעבל.

שלמה, איך רעד צו דיר אויך. און איבער מינאריטיס, גראדע איז ער נישט אזוי שוואך מיט זיי ווי עס האט אויסגעקוקט אנהייב, אבער דער עיקר פוינט איז אז ער טוישט אינגאנצן די געים, פונקט ווי טראמפ פיר יאר צוריק און נאכמער. ער קען געווינען אויך אן די מינאריטיס, אנדערש ווי אלע דעמאקראטן.
(און איבער יונג, האב איך שוין אויבן געברענגט אז ער איז די איידיעל עידזש לויט רוב וויילער)

איך זאג נישט אז ער קען נישט געווינען אן מינאריטעטן. איך זאג אז עס איז א טרעיד-אף פון מינאריטעטן צו א צווייטע דעמאגרעפיק. עס קען זיין אז עס גייט זיך הערליך אויסארבעטן, אבער איך בין ווייט נישט איבערצייגט.

יונג איז נישט נאר געציילט אין יארן... He comes across as a lightweight.
קען זיין ער האט זיך גוט צוגעלערנט זינט ער איז אריין אינעם פארמעסט, און מעגליך אז ער וועט זיך נאך צולערנען פון יעצט ביז די אלגעמיינע דעבאטעס. אבער לויט וויאזוי ער קומט מיר אויס פון די ערשטע צוויי דעבאטעס האט ער סיי נישט די אנשלאסנקייט און דעטערמינאציע פון א סאנדערס, ווארען אדער אפילו העריס און בוקער, נישט די כאריזמע און פאלקסישקייט פון ביידען, אדער כאטש די גלאטקייט און 'קיל' פאקטאר פון א בוטידזשעדזש.
קען זיין אז אין צוועלף חדשים פון יעצט וועט ער נישט אויסקוקן ווי אזא לייטוועיט און in way over his head ווי ביז יעצט. אבער פון דארט ביז זיין א געשליפענע און פלינקע דעבאטירער איז א ווייטער גאנג.
(סענאטאר דזשיליברענד איז נאך ערגער ווי יענג אין דעם הינזיכט. זי האט אויסגעקוקט ווי א מיידל קוים ארויס פון שולע ביים דעבאטע).
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:31 pm

ער האט נישט קיין בלאקעדזש ווען עס קומט צו מינאריטעטן (ווי בוטידזשעזש), נאר זיינע אירלי אדאפטערס זענען נישט געקומען אזוי ווייט פון די מינאריטעטן (ארויסרעכענענדיג AAPI, וואס זענען שטערקער ווי מען געבט זיי קרעדיט, און יענג'ס פעלד מיט זיי איז גרינגער ווי יעדע אנדערע קאנדידאט).

דאס וועל איך מסכים זיין מיט דיר אז ער קומט נישט אקראס ווי א קאנווענשאנעל פרעזידענטליכע דעבאטירער, ער פארט אין א לעין פאר זיך. אבער דאס שרייבט וויכטיג מאכער און אנדערע, אז דווקא אזאנס וועט די בעסטע ארבעטן קעגן טראמפ.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

בלינצע
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:57 pm

Yang2020 האט געשריבן:יש ברירה, וואס איז די לעצטע רעדע / דעבאטע וואס דו האסט געזען פון יענג? איך וועל זיך וואגן צו געסן אז נישט שפעטער ווי פון די ערשטע דעבאטע אפאר חדשים צוריק.
ער איז זייער א שנעלער לערנער, און זיין וועג יעצט קעגן אפאר חדשים צוריק איז הימל און ערד. פלאס ווען ער איז וואן-אן-וואן און האט די מייק פונקט ווי זיין קעגנער איז ער פארמידעבל.

שלמה, איך רעד צו דיר אויך. און איבער מינאריטיס, גראדע איז ער נישט אזוי שוואך מיט זיי ווי עס האט אויסגעקוקט אנהייב, אבער דער עיקר פוינט איז אז ער טוישט אינגאנצן די געים, פונקט ווי טראמפ פיר יאר צוריק און נאכמער. ער קען געווינען אויך אן די מינאריטיס, אנדערש ווי אלע דעמאקראטן.
(און איבער יונג, האב איך שוין אויבן געברענגט אז ער איז די איידיעל עידזש לויט רוב וויילער)


רבי איד, לייענענדיג וויאזוי איר שרייבט אז ער קען געווינען מיט אדער אן מינארעטיס, ער טוישט אינגאנצן די געים *פונקט ווי טראמפ*. האב איך פאר א רגע געטראכט אז איך האב פארפאסט זיין שפרונג אין די אנקעטעס און זיין פראנט ראנער סטאטוס. א שנעלע סירטש האט מיר געצייגט אז ער קריכט ביי א נישטיגע 2-3 %.

וואט אר יו טאלקינג עבאט?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:11 pm

די רעדע דא איז געווען וועלכער קאנדידאט וועט שטיין בעסער קעגן טראמפ, ווען ער איז שוין די נאמיני, און פון דעם האב איך גערעדט.
יענג'ס שוועריגקייט איז באקומען די דעמאקראטישע נאמינאציע. קעגן טראמפ געבן אים די מארקעטס טעגליך 70% אדער מער, עפעס פון וואס אנדערע קאנדידאטן וואגן זיך נישט צו חלומ'ן.
(און יא, ער טוישט די געים. קוק אויף מיר פאר א סעמפל, איינער וואס וואלט קיינמאל נישט געשטימט פאר קיין דעמאקראט און שוין לאנג נישט געשטימט בכלל. א גרויס פראצענט פון זיינע שטיצער זענען אזוי)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

בלינצע
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:18 pm

הא, סאיז הייפעטעריקעל. נישט געכאפט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:45 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:ווי למשל קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד אין דעבאטעס
ווי למשל קלינטאן האט זיך אראפגעלאזט צו טראמפס לעוועל

ווארען האט נישט קיין היסטאריע פון אויסנעמען גוט ביי וויילער, (זי איז אונטערשטעליג פון ביידען אין איר היימשטאט)



קלינטאן האט געהאט א שווער פעלד מיט טראמפ, אפילו אויב דו האלטסט אז זי האט געוואונען אלע דריי דיבעיטס, זי זאגט עס אפן, זי איז געווען זייער אומבאקוועם מיט אים... (דאס איז חוץ א מעשה אז איך האלט קלאר אז קלינטאן האט נישט געוואונען די ערשטע דיבעיט, טראמפ האט איר גע'קארנערט גאנץ אנפאנג איבער נאפטא און טרעיד, און דאס האטעם דעליווערט פענסעלוועיניע מישיגן און וויסקאנסין!) און דאס איז טאקע דא אנדערש, ווען ביי א נארמאלע דיבעיט קענסטו מעזשערן מיט טראדישענאל מעטאדן ווער ס'האט געוואונען, איז ביי א טראמפ דיבעיט אלעס ארויס פון פענסטער!

פון וויקיפידיע
Hillary Clinton was considered to have won all three presidential debates

למעשה, קריג איך מיר נישט מיט דיר, אז טראמפ האט אויסגעברייטערט די רעפובליקאנע מארדזשינס ביי די פארמערס אין די רורעל געגנטער, ווי זיי האבן אנדערע וועגן צו מעזשערן דיבעיט געווינסן
איך שרייב עס נאר פאר די האלטן אז ווארען האט בעסערע שאנסן, ווייל זי קען בעסער דעבאטירן, ווייל ווי דו שרייבסט וכו'



ווי געשריבן די אנגענומענע מיינונג אלל אווער איז געווען אז קלינטאן האט געוואונען די דיבעיטס, די פראבלעם איז אבער אז אלעס איז געווען בעיסד אויף די פעסט ביז 2016, טראמפ האט געטוישט די בוק, ער האט געציהלט די פארמערס און ארבייטער אין פענסעלוועיניע מישיגן און וויסקאנסין, בעת די מידיע האט געלאכט פון אים, זיי זענען געווען ביזי אז טעקסעס קען גיין בלוי, אריזאונע קען גיין בלוי... די זעלבע ביים דיבעיט, אמאל האט בעסער געענטפערט געמיינט געוואונען, טראמפ האט ניטאמאל געקוקט אהין, ער האט געפאוקעסט אראפצולייגן קלינטאן אלס קאוסטל עליט וואס האט געהאלפן שחט'ן זייער דזשאב אין מענופעקטשערונג, און ער גייטעס צוריקברענגען... און ער האט דאס געוואונען...

דאס טאקע איז מיין פוינט, ווארען קען מסתם בעסער דיפענדן אירע פאלעסיס ווי טראמפ קען זיינע, און ווען די רעדע איז פון צוויי טראדישענאל קאנדידאטן, ביסטו גערעכט... די רעדע איז אבער געווען טראמפ! קוק אן ביי די פריימערי, כמעט נאך יעדע דיבעיט איז טראמפ געווען גע'ליסטעד אלס לוזער, אבער די נעקסטע טאג האטער אויפגעפיקט נאך און נאך סופארט... די מידיע האצעך גע'מוטשעט דערמיט, אבער דאס איז די מציאות... טראמפ האט א צווייטע רול בוק, און טאקע פארדעם איז שרעקליך שווער אים צו דיבעיטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:53 pm

Morning consult
Our latest Democratic primary tracking data is now live:

Biden: 33% (+1)
Sanders: 21% (+1)
Warren: 16%
Harris: 7% (-1)
Buttigieg: 5%
Booker: 3%
O'Rourke: 3%
Yang: 3%

https://t.co/19xcvc2eMC
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:20 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:לאל.
סאנדערס איז נישט קיין קאמוניסט און ווארען איז נישט זיין תלמידה (און לויט די יעצטיגע אנקעטעס האט סאנדערס כמעט אזא גרינגע פעלד ווי ביידען צו געווינען קעגן טראמפ).
.


שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:https://www.chicagotribune.com/columns/john-kass/ct-elizabeth-warren-bernie-sanders-kass-20190904-xy5zcqboujeazpsyduqiid6vhm-story.html

די טראמפיסטן טרוימען פון לויפן קעגן א "קאמוניסט" אין 2020 און פחד'נען פון א ווארען קאנדידאטור.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:21 pm

כ'ווייס נישט, דער ביידן זעהט נישט אויס ווערט פארשווינדן עניטיים סאאן

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:37 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:לאל.
סאנדערס איז נישט קיין קאמוניסט און ווארען איז נישט זיין תלמידה (און לויט די יעצטיגע אנקעטעס האט סאנדערס כמעט אזא גרינגע פעלד ווי ביידען צו געווינען קעגן טראמפ).
.


שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:https://www.chicagotribune.com/columns/john-kass/ct-elizabeth-warren-bernie-sanders-kass-20190904-xy5zcqboujeazpsyduqiid6vhm-story.html

די טראמפיסטן טרוימען פון לויפן קעגן א "קאמוניסט" אין 2020 און פחד'נען פון א ווארען קאנדידאטור.

סאנדערס איז נישט קיין קאמוניסט, אבער טראמפ און די רעפובליקאנער גייען לויפן קעגן "דער קאמוניסט."
ווייטער זאג איך, אז יעצטיגע אנקעטעס איבער 2020 זענען נישט ווערד צו פיל ווייל טראצדעם וואס די יעצטיגע אנקעטעס שטעלן אים איין-צוויי פונקטן שוואכער ווי ביידען קעגן טראמפ, ווייס איך אז אויב סאנדערס איז דער נאמיני גייט ער זיין "דער קאמוניסט" און עס גייט זייט גאר גאר שווער פאר אזא איינעם צו געווינען די פרעזידענטשאפט כאטש וואס ער קען ארויסברענגען די גאנצע לינקע פליגל צו די שטים-בודקעס.
ביידען, וואס איז 2-1 פונקטן שטערקער ווי בערני, גייט האבן זיינע אייגענע פראבלעמען איבער זיין אלטקייט און gaffes און גייט לאזן אסאך לינקע אינדערהיים אין שטאטן וואו עס קען אויסמאכן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:30 am

אפאר נקודות..

1) עס איז קאמפליעט נאנסענס צו בויען טשענסעס אויף דיבעיטס, ווען, 1) טראמפ סטראשעט שוין עמטליך פאקס און אודאי די אנדערע אז ער גייט נישט צו זייערע דיבעיטס, 2) טראמפ איז בכלל נישט געבויעט אויף געווינען דיבעיטס, וואס ער האט פארלוירן אלע 3 צו הילערי.

2) שלמה בויעט דא שטארק אויף דעם יו גאוו אנקעטע, אבער יאך נעם ארויס אזוי, אז אפילו לו יצויר אז ווארן האט אין די ערשטע 19 סטעיטס 1 פראצענט מער ווי ביידן, קריגט גאר ביידן מער דעלעגאטן, און אנדערע אנקעטעס ווייזן דאך אז ביידן געוואונט אין רובא דרובא פון די סטעיטס, צווייטנס, שלמה איגנארט קאמפליעטלי וואס די אנקעטע זאגט אויף אייאווע, וואס יעדער פארשטייט וואן פלאס וואן אז אויב אייאווע איז טאקע....

ביידן 29
בערני 26
ווארן 17

און ווארן איז טאקע בעצם 1 פראצענט שטערקער פון ביידן אין ניו העמשיר און 2 שטערקער ווי בערני [וואס לויט אנדערע אנקעטעס איז ביידן נאך גאנץ נארמאל פאראויס.] איז זייער זייער פשוט אז ווארן וועט אריינקומען נאמבער 3 אין ניו העמשיר און אין נעוועדע, און איז פשוט א פארטיגע נאך פאר סאוט קארעליינע.

לויט דעם וועט מען אריינגיין אין סאוט קארעליינע ביידן ווס בערני, מיט בערך די זעלבע רעזאלטס אין די ערשטע 3, ווי קלינטאן ווס בערני 4 יאר בעפאר. ביידן אביסל שטערקער, האבנדיג פארלוירן ניו העמשיר אסאך אסאך שמאלער, [אדער אפשר גאר אויסקוועטשן א זיג.] אבער פארלירנדיג נעוואדע גאנץ שמאל אדער געווינענדיג נאך שמאלער.

ע"כ לויט יו גאוו.

וואס יו גאוו איז אימער די ערגסטע אנקעטעס פאר ביידן, א פלא אז שלמה קויפט בכלל אזא נאנסענס אז ווארן איז העכער ביידן אין די אלע סטעיטס קאמביינד.

3) אויב גייט מען אריינגיין אין די פריימעריס מיט די אלגעמיינע וואלן אנקעטעס בערך ווי איצטערט, דהיינו אז ביידן איז פאראויס לויט מארקיט [וואס האט אנדערש ווי די אנדערע גוט געשאצט וואקער'ס מאסיווע מאשין אין 2018.] פון טראמפ אין וויסקאונסין וואס איז די סטעיט בהא הידועה, מיט גאנצע 9%, בערני איז פאראויס מיט בלויז 4, די אנדערע מיט גארנישט, "וועט ביידן געווינען די פריימעריס" אן קיין באטס און איף'ס.

4) ענדרו יענג איז דער שטערקסטער ביי די וואס זענען נישט צו שטארק אנטי טראמפ, די פאקט איז אבער אז די אנטי'ס זענען רוב לאנד, און אודאי רוב פארטיי. די גאנצע וואס די דעמאקראטן ברויכן איז איינער וואס זאל קענען האבן ווי מער טראמפ דיסעפראווערס פון אלע פארטייען און דעמאגרעפיגס, דהיינו ביידן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:27 am

צל עובר האט געשריבן:4) ענדרו יענג איז דער שטערקסטער ביי די וואס זענען נישט צו שטארק אנטי טראמפ, די פראבלעם איז אבער אז די אנטי'ס זענען רוב לאנד, און אודאי רוב פארטיי.


יענג פארמאגט דעם שליסל צום did not vote פארטיי, וואס איז די שטערקסטע פארטיי אין לאנד.

vGjNHhl.png
vGjNHhl.png (46.48 KiB) געזעהן 365 מאל


(איך זאג נישט אז 2020 גייט זיין פונקט ווי 2016, אדער אז יענג גייט איבערנעמען אלע וואס וואלטן נישט געוואוט, אבער א שטיקל פערספעקטיוו געבט עס)

דערנאך האט ער נאך אלע וואס זענען אנטי טראמפ אבער זענען נישט גרייט צו שטימען פאר א (געווענליכע) דעמאקראט.

דערנאך קומט נאך צו, ווי דו שרייבסט, אסאך וואס זענען נישט דווקא אנטי טראמפ און וועלן וואוטן פאר טראמפ קעגן יעדע אנדערע דעמאקראט (א וואוט אוועק פון טראמפ צו יענג איז א אויבערהאנט פון צוויי וואוטס פאר די דעמאקראטן, דאס איז אנדערש ווי ארויסברענגען מינאריטעטן וואס ברענגט נאר איין וואוט אויפאמאל).

דערנאך קען ער ארויסברענגען די מעסיגע דעמאקראטן וואס קענען נישט פארנעמען די עקסטרעם לינקע, אבער ווערן נישט עקסייטעד פון די מאדערעיטס "בעק טו נארמעל" וויזיע.

און ביי דיפאלט האט ער אלע וואס זענען vote blue no matter who. עס איז נישט כאילו ער איז חשוד צו זיין א באהאלטענער טראמפ סימפאטיקער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:54 am

נעיט סילווער ארגומענטירט אז אלע וואס האלטן יעצט ביי נידריגע דידזשיטס אין די אנקעטעס האבן שוין נישט קיין עכטע שאנסן.
אלע, דאס איז, אויסער יענג. וואס לויט ווי ווייט ער איז אנגעקומען מיט נידריגע נעים רעקאגנישאן איז ער א קעיס פאר זיך. (אין א צווייטע ארטיקל פון נעכטן האט ער געשטעלט זיינע שאנסן, בעיסד אויף פאולינג אליינס, ביי די זעלבע הייך ווי בוטידזשעזש און העריס).

ער ברענגט אויך ארויס וואס איך האב אמאל געשריבן, אז די עלעקשאן סייקל איז אנדערש ווי געווענליך. אזעלכע ווי בוקער און אפילו קאסטרא וואלטן נארמאל געהאלטן אסאך העכער, נאר די 3-5 פראנט ראנערס לאזן נישט איבער קיין אקסידזשען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:01 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Morning consult
Our latest Democratic primary tracking data is now live:

Biden: 33% (+1)
Sanders: 21% (+1)
Warren: 16%
Harris: 7% (-1)
Buttigieg: 5%
Booker: 3%
O'Rourke: 3%
Yang: 3%

https://t.co/19xcvc2eMC


האבן זיי די פולע נאמבערס, נישט געראונדעט? עס קען זייו א דיפערענץ פון כמעט א גאנצע פראצענט

אוועטאר
ביידען2020
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:41 am

שכוח @צל פאר די שיינע און זייער קלארעשמועס איבער דזשאו'ס יעצטיגע סטאטוס אינעם פארמעסט.
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:49 am

ידידינו ר' פלוני המכונה יענג שרייבט פוינטס, איך גיי אדורך די וואס איך דיסעגרי רעספעקטפולי.

1)זייער א שיינע מעפ, אבער כמובן וועט נישט יעדער שטימען. און אויך האבן רובא דרובא מענטשן וואס האבן נישט געשטימט אין 2016 א מיינונג איבער טראמפ, און די טורנאוט וועט ממילא זיין היסטאריש, נוסח 2018. בקיצור, איך דארף נישט יענג פאר טורנאוט, אןן חוץ מזה, אויף וואס איז געבויעט בכלל אז די מענטשן שטיצן אים. ועין ערך די רויטע און בלויע סטעיטס וואס זענען געווען שמאל, ווי וויסקאונסין מינעסאטע קאלעראדא מעין ניו העמשיר און אייאווע, דאס איז ווי אזוי עס וועלן אויסקוקן אלע סטעיטס וואס קענען גיין ביידע וועגן, לפענ"ד.

2) לויט אלע אנקעטעס, און קענסט פרעגן באקאנטע אין ריעל לייף, רעכטע "אנטי" טראמפ מענטשן זענען גרייט צו שטיצן ביידן מער ווי עניבאדי, ער איז זייער שטארק [רעלאטיוו שטייצעך] ביי די רעפאבליקאנער.

3) אמת אז נישט אנטי טראמפ דעמאקראטן שטיצן גאנץ שטארק יענג, אבער וויפיל זענען זיי? און וויפיל רעכטע פרא טראמפ וויילער, וואס פארנעמען גרינגער יענג ווי אנדערע דעמאקראטן וועלן טאקע אבאונדענען טראמפ ברגע האמת?

4) עס איז נישט קיין סוד וועם די מעסיגע דעמאקראטן שטיצן. חוץ מזה, א מעסיגער - פון ביידע פארטייען און אינדעפענדענטס - גלייכט נישט קיין דיסראפשן און מעידזשער טשעינדזש, סוי זיי וועלן נישט גלייכן יענג פאר די זעלבע סיבה ווי זיי גלייכן נישט קארטעז.

5) ער קען דערלייגן פארטייאישע דעמאקראטן וואס קוקן אים נישט אן פאר קיין עכטער דעמאקראט, א שטעקן האט צוויי עקן.

אז מען רעדט שוין [אמר"ש] פון נתנאל זילבער'ן, דאס האט איצטערט געטוויט.....

Maybe I'll be in an especially trollish mood one week and will write up my "How Andrew Yang could cost Bernie the nomination!" hot take. Almost all of Yang's support seems to come out of the Bernie 2016 rather than the Hillary 2016 pile, perhaps more so than any other candidate.

איך זעה דא 2 זאכן קייגן יענג, קודם אז מסיח לפי תומו ליגט ביי אים אין מח אז אפילו האלטן אז יענג וועט זיין גענוג גרויס צו קאסטן די וואלן פאר בערני, איז בגדר טראליש, והשנית, פשוט, אז דערווייל האט יענג כמעט בלויז מחסידי בערני 2016, און כידוע האט בערני נישט געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: john, א גוטן, אזוי וויל איך, באגלייבט, חבצלת השרון, נעם אין אכט, עירמאנט'ער, פאלקס קיך און 35 געסט