בלאט 3 פון 6

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 11:40 am
דורך פאטאקי08
אויפגעפרישט האט געשריבן:

קרעדיק: דער טראקער
באריכט וועט נאכפאלגען

ארויף צו 40!! פעזאס פאר א דאללער

צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 8:08 pm
דורך זונדל שאלאמאן
דאס לאנד ארגענטינע ווערט מער און מער פארפלאנטערט פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, אזש היינט האט דער צענטראלער באנק נישט געהאט קיין צווייטער אויסוועג, נאר איינגעמאלדן פאר אלע גרויסע ביזנעסער אין לאנד אז זיי וועלן דארפן העכערן די ריבית צאלונגען, אין א פראבע צו האלטן כאטש אביסל סטאביל דעם מטבע.

דער שפרינג איז געווען אזוי גרויס, פון 15% ביז צו די לעצטיגע 45%, און יעצט זענען זיי ווייטער ארויף ביז צו 60% – וואס איז היינט די גרעסטע ריבית צאלונג וואס איז נאר פארהאנען איבער דער וועלט.

דאס ברענגט אז די אלגעניינע אינוועסטירער זענען נאטורליך שטארק באזארגט, אז די דריט גרעסטע עקאנאמיע אין לאטיין אמעריקע וועט נישט קענען אפצאלן זייער רעגירונג חוב.

דער ארגענטינישער פעסאו טראסקעט לעצטנס גאר שטארק, און איז געפאלן אזויפיל ווי 45% פון איר ווערד. דאס ברענגט אז אינוועסטירער ווילן ארויסנעמען זייער פארמעגן פון דארט, א זאך וואס מאכט בלויז ערגער די מצב, אזוי אז דאס לאנד איז שרעקליך פארלוירן, און זוכט א וועג ארויס מיט גאנצע ביינער פון אן עקאנאמישער שטאנדפונקט.

בכלל גייט יעצט דאס לאנד ארגענטינע אריבער טעג פון אויפשאקלונג, נאכדעם וואס דער פרעזידענט מאריסעיא מארקי פרובירט ארויסצושלעפן ארגענטינע פון די לאנגיעריגע געלט שפענדונג פאר איבעריגע וואך און פארטיידיגונג, וואס דער פאריגער פרעזידענט קריסטיניע קירשער האט איינגעפירט.

קרעדיט - אידישער ווינקל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 11:27 pm
דורך הענדימען
ווער געדענקט ווען ארגענטינא האט באנקראטירט?

ארגענטינא נייעס אין באריכטן פון דער טראקער:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:19 pm
דורך דער טראקער
ארגענטינא נייעס אין באריכטן פון דער טראקער:

וואס גייט פאר אין ארגענטיא. וואס איז די מצב דא? וואס מיינט אז די פעסו האט געכטראסקעט אין די דאלאר האט זיך געהויבן, וואס זענען די סייד דעפעקט'ס, אין וואס זענען די אידן שולדיג דא, וואס פלאנט די מידיע, וואס פלאנט ענקער אמעריקאנע פרעזידענט, וואס וויל מענויטשן, אין פיל נאך,

וואס גייט פאר אין ארגענטיא: יארן ציריק איז באוויסט אין ארגענטענא געווען די כונטא מיליטער וואס האבן געוועלטיג אויף "גאנץ" ארגענטינא מיט פולי מאכט אין שטארק ברוטאל, ויהי היום אין די באלון האט זיך צילעכערט אין די כונטא ימ"ש איז ציפאלן, אין א שטארקע "פעקע" דעמאקראטישע גארוועמענט איז אריין געקומען אין מאכט מיטן ציל צו רייך ווערן אויפן חשבון פונעם שווערן בירגער וואס ארבעט פון 9-5 פאר א פעקל ברויט.
אין יארע 2000 האט ארגענטינא געקראכט אין די באקאנטע רעססיע וואס האט געברענגט אז פילע אחינו בני ישראל פון ארגענטינא האבן זיך אויפגעהויבן אין געקומען וואונען צו ענק קיין ניו יארק צלוב די מצב הפרנסה, (די באקאנטע דיפאלט וואס ארגענטינא איז באגאנגען אויף אירע חובות ואכמ"ל).

אין יארע 2004 נאך שווערע אופטרייסלונגען אינעם גארוועמענט האט זיך אונגעהויבן די קישנער עפאכע, (נישט חדב"ן...) די ארגעניטנא עקונומיע אין אונז היימישע בכלל האבן אונגעהויבן צו זען א מורעדיגע אין שטארקע שפע אין עקונאמישע וויקס וואס האט געברנגט א פלייץ פון רייכקייט אין פאפולערקייט פול מיט טוריסטן, אין ריעל עסטיעט בום.

פון די אנדערע זייט, זענען די קישענער'ס געווען מורעדיגע לינקע עקסטרעמיסטן וואס האבן געפירט די רייכע טאשן מיט פארשאלטענע לינקע אגענדע דאס לאנד אין באד אריין, זיי האבן זיך באפראנדעט מיט פילע לינקע גארוועמענט'ס, מיט אלע פארשאלטענע'ס סטופיט לינקע מיינוגען, וואס יעדער ווייסט זענען זיי געווען פארמישט אין די באקאנטע טרוערדיגע מארדעריי אופן אידישען אוספארשער אלבערטן ניסמאן הי"ד, וואס האט אונגעפירט די אוספארשונג אויף טיפע קורופציע אין אמיא באמבעדירונג אין 1994.

אין 2015 איז אופגעשווימען א רעכטע אבער א שטארקע סוקסעספול ביזנעס מאן אין געוועזנע מעיאר פון בוענס איירעס פאר פרעזידענט, דער נאמען ריפט ער זיך מאריוסיע מאקרי, ער איז אריין געקומען אין מאכט מיט שטארקע פארשפרעכונג אונציהייבן א שטארקע רעכטע פרא אמעריקאנע באוועגונג מיטן ציל צו ברעגען די ארגעטינא עקאעמי צו נעקסט לעוועל,

א מעשה וואס איך לאז פאר ענק אוסציפארשן, די אוווען דערמאנטע רעכטער מאקרי האט אמאל געשפילט גאאלפ מיט ענקער פרעזידענט אין ניו יארק, טראמפ אין מאקרי זענען נאך געווען טיפ אין ביזנעס, אין מאקרי האט געזען אז טראמפ גייט פארלירן די געים אין האט שאר געמאכט אז טראמפ זאל געווינען די געים, אין דער מאקרי האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה מיט טראמפ, טראמפ גייט פייער פאר עם, א קליינעקייט מיר געמאכט געווינען גאלף.....

יעצט אזוי: די אמעריקאנע פעדעראלע ("די וועלט'ס") רעזערווט הייבט אינטרעס יעדער שני וחמישי אין דאס קלאפט געפירלעך אויס אויף די עקאנעמי וואס דאס האט געמאכט די פעסו ארויף גיין צו שטארקע שטאפול בלא בלבא בלא.

ביידע וועי, ענק גליקליכע אמעריקאנער אייוועלט שרייבער'ס רעגן זייער איזי אויף די אמעריקאנע פרעזידענא טראמפ ווען ער האט אינטער געריסן די אמעריקאנע רעזעוורט, אז סע באלאנג נישט פאר אמעריקאנע פרעזידענט זיך אריין צו מישן אין פעד, ווען ענק ווייסן וועלעכע עפעקט דאס קלאפט אויס אויף מיך פושעטע עמך יוד 5000 טויזענט קילומעטער'ס אוועק פון ענק, מיין גאנצע רייכע ריעל עסטיעט פירמע איז אין די ערד אדאנק ענקער גראדע פעדעראל רעזעערווט "פארשטייער" דאס הייבט אונז די פעסן, עטץ ריק'ס דארטן מע הייבט אינטרעס אין אונז אין ארגענטינא הייבט די דאלאר אין די פעסו טראסקעט!! זיך אזש אז סע קומט אורעמקייט,

דאס לאנד שמעקט פון רעססיע" (ה"י)
די וועלט זאגט אז ווען אמעריקע היסט כאפט איירופע א פארקילאכט'ס, אין ארגענטינא כאפט א עמוניע.
יעצט זאגט טראמפ אז ער וועט קימען באזיכן דאס לאנד, צו הייבן די עקאנעמי,

מיר האפן אויף בעסערע תגובות אין די פויטשער....
אייינער וויל מיר העלפן מיט געלד? איך שמעק פון ביטערקייט אין אורעמקייט

הצלחה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 5:48 pm
דורך שמואל בארג
טראקער, מיר הערן אייך אויס מיט הנאה, קומט אריין אפטער.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 6:11 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

לכבוד "טראקער" - ממש מן השמים איז מיר אויסגעקומען נעכטן מוצאי שב"ק צו רעדן מיט א חשובער איד פון ארגענטינא, וועלכער זאגט אז דער מצב איז פלוצלינג געווארן זייער שווער און מען ווייסט נישט וואס צו טאן.

ער זאגט מיר אז אין א קורצע צייט איז די פעסאו געפאלן פון 12 צו א דאלאר, צו 48 פאר א דאלאר...!

צו פארשטיין, מיינט עס ווי די פרייז פון ברויט זאל גיין פון 3 דאלאר א פעקל צו 12 דאלאר. 400 פראצענט אינפלאציע קעגן אויסלענדישע וואלוטע. דאס האט געמאכט אלע אימפארטירטע סחורה שרעקליך טייער, און אסאך געשעפטן האבן זיך פארשלאסן אין באנקראט. ס'האט מיך געוואונדערט אז די היימישע נייעס קוועלער, בראי' ובשמיעה, האבן כפי ידיעתי גארנישט גערעדט דערפון.

כאפ מיר א זונטאג שפאציר אין אייוועלט, און אט דא איז עפעס דעקונג. הרב טראקער, רוב זאכן זענען גערעכט, אבער ביז טראמפ. אויסער וואס מאקרי איז אביסל רעכט געשטימט האט די פעסאו טראסק קיין שום שייכות מיט אמעריקע, און אוודאי נישט מיט טראמפ.

א שנעלע בליק אויפ'ן האריזאנט שרייבט צו די פעסאו פלאנדזש צו א קאמבינאציע פון:

- פארבליבענע נאציאנאלע חובות פון די קירשנער יארן
- קירשנער'ס לינקע כמעט-טשאוועז פאליסיס, ווי נאציאנאליזירן די פריוואטע פענסיע סיסטעם, פארטיילן יוטיליטיס כמעט אומזיסט איבער'ן לאנד, הויכע שטייערן, אפווארפן אינוועסטמענטס פון אויסלאנד, וכו'.
- שרעקליכע טרוקעניש וואס האט געשרינקען תבואה וואוקס מיט 25 פראצענט
- אינפלאציע פון 30 פראצענט
- ערווארטעטע רעסעסיע אין די שוין-יעצטיגע חדשים, ווען דריטע קווארטאל ציפערן קומען ארויס
- שוואכע פינאנציעלע צוטרוי אין אזעלכע קאטעגאריע עקאנאמיעס ווי טערקיי, אינדאנעזיע, אפילו מעקסיקאו, ווען אינוועסטארס בויען מער אויף אמעריקע און אייראפע.
- די טראומא פון טוישן אזא לינקע רעגירונג סיסטעם צו א נייע רעכטע מארקעט סיסטעם (טייל אנאליסטן פארגלייכן עס צום שנעל איבערגאנג אין רוסלאנד פון קאמוניסטישן סיסטעם צו יעלטסין'ס פרייע מארקעט, וואס איז נאך אפאר יאר אריינגעפאלן אין פראבלעמען עד היום)
- ארגענטינער טוישן איין זייערע פעסאוס פאר דאלארן, אין די ביליאנען, אויס זארג פאר די עקאנאמיע.

וואס האט דאס מיט סיי וועלכע לענד אויסער ארגענטינא? נאך טראמפ'ס גאלף גאר?

למעשה האט דער חשובער איד פון ארגענטינא געהאט נאר ציפערן פון א שיינע פאר טעג צוריק, ווייל יעצט זונטאג האלט עס ביי ארום 38 פעסאו פאר א דאלאר, נאך אלץ טיף אין רעסעסיע טעריטאריע, אבער אביסל צוריק געכאפט פון פריער.

פרעזידענט מאקרי איז אויפ'ן וועג קיין וואשינגטאן פאר א 20-50 ביליאן דאלאר "בעיל-אוט" מיט די "איי. עם. עף." וואס איז ערווארטעט ביז א טאג-צוויי ממש.

דאס איז דער מצב יעצט זונטאג. דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:04 pm
דורך דער טראקער
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

איז אזוי:
אן קיין וויכוחים, שכח פארן שיין אהער שטעלן דיינע ווערטער פון אן אמעריקאנער קיק ווינקל..
דא אין ארגענטינא קיקן מען דאס אן אין גאנצן אנדערש, איך האב עכט נישט קיין צייט יעצט, אבער אי"ה מארגן וועל איך טרייען מער ארויס צו ברענגען וואס טראמפ קימט דא אריין אין פיקשער, אבער אויף יעצט וויל איך דיר זאגן שכח פארן אביסל מער אוסקלארן די מצב.
נאכאמאל: סע איז היינט געמאלדן געווארן ביי אונז אין די גרעסטע מידיע נעצן אז אויף NOV איז ערווארטעט טראמפ אין לאנד מיט סטיוו מענטושן.
מיר גארטעלן זיך אן אייך צו האלטן אינפארמירט במשך די משא המלכות...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:31 pm
דורך שמואל בארג
טראקער, מיר ווארטן צו הערן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:30 am
דורך סעטינגס
כ'זעה אין די נייעס ס'געווען עפעס א גרויסע אסיפה אין ארגענטינא וועגן אינטערנעט דורך קהל חדרדים אין ר' מאיר צוויבל האט געהאלטן א געוואלדיגע דרשה, איינער האט דעטאלען אין בילדער?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:52 am
דורך מונאוויטש
סעטינגס האט געשריבן:כ'זעה אין די נייעס ס'געווען עפעס א גרויסע אסיפה אין ארגענטינא וועגן אינטערנעט דורך קהל חדרדים אין ר' מאיר צוויבל האט געהאלטן א געוואלדיגע דרשה, איינער האט דעטאלען אין בילדער?

אין ספאניש...?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:00 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
מונאוויטש האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:כ'זעה אין די נייעס ס'געווען עפעס א גרויסע אסיפה אין ארגענטינא וועגן אינטערנעט דורך קהל חדרדים אין ר' מאיר צוויבל האט געהאלטן א געוואלדיגע דרשה, איינער האט דעטאלען אין בילדער?

אין ספאניש...?

מ'זעהט אויף די בילדער ווי אינג אין אלט זיצן ביים דרשה מיט גראבע העד פאונס בשעת א דאלמיטשער האט עס איבערגעזעצט אויף זייער שפראך.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:58 pm
דורך ארום די זייגער
אה! טראקער איז דא! איך האב פונקט געטראכט, ווען גייט מען שוין הערן נאך נייעס פון ארגענטינע? ב״ה מען הערט פון דיר און די זאלסט נאר ברענגען גוטע נייעס.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 5:12 pm
דורך דער טראקער
אפשר קען מיר איינער אוסלערנען ווי אזוי ארויף צו לייגן פיקשער'ס, קליפ'ס, אודיו, וכו'
איך האב א געוואלט פון אונזערע אידישע ברידער

טראמפ-מאקרי לידערשיפ

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:03 pm
דורך דער טראקער
טראמפ-דער אמעריקאנער פרעזידענט, האט געהאט א טעלעפאנישע געשפרעכך מיטן ארגענטינא פרעזידענט מאקרי, איבער די יעצטיגע עקונומישע קריזיס אין לאנד, טראמפ האט פארשפראכן צו אריבער קומען נווועמבער מיט א "שטארקע הילפס" פעקל, (דער רייכער פעטער אין אמעריקא...)
מיינע ספיקות וועגן זייערע גאלף געים מיט יארן ציריק, האבן זיך אוסגעשטעלעט צו זיין וואר, איך האב געטראפן א צייטונג מיט די באריכטן.

אגב, די פיקשער'ס פון הרב צוויבל ביי אונז, צלוב א אינטערנעט דרשה (הספד) ווי מע זעט די בני קהילה אונגעטאן מיט העט-סעט צלוב די נישט פארשטיין די שפראך, דאס איז נאר ביי די עלטערע אידן וואס פארשטייען נישט קיין דרשה אין אידיש, עלטערע מיינט פון 60 אין ארויף, אלע אנדערע קענען געהריג פארשטיין דרשות, א טייל קענען שרייבן אידיש, איך קען אויך אינגליש, צלוב פרנסה, אבער דער עולם פארשטייט אן עסק.

איך האב אריין געקאלט א גרויסע צייטונג אין געבעטן ציטאטן פון טראמפ נסיעה אפאר וואכן ארום אין זיי האבן דאס נאכנישט, אבער ווען איך וועל האבן מער נייעס אין באריכטן פון די נשה המלכות וועל איך דאס ריפארטן פאר די דארשטיגע אמעריקאנער אייוועלט ליינער.

הצלחה יעדער, לאזט גריסן די אידישע ברידער אין אמעריקא.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:05 pm
דורך בשבילי נברא
יישר כוח פאר די הערליכע און אינפארמאטיווע באריכטן!

הלוואי זאלן מיר האבן דא נאך אזעלכע געשמאקע קארעספאנדאטן פון אלע אנדערע מקומות ווי אחב"י געפינען זיך אזוי מעבר לים.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:18 pm
דורך משה11
דער טראקער האט געשריבן:
הצלחה יעדער, לאזט גריסן די אידישע ברידער אין אמעריקא. (קרעדיט דרעזנער)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:04 pm
דורך דער טראקער
בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כוח פאר די הערליכע און אינפארמאטיווע באריכטן!

הלוואי זאלן מיר האבן דא נאך אזעלכע געשמאקע קארעספאנדאטן פון אלע אנדערע מקומות ווי אחב"י געפינען זיך אזוי מעבר לים.

יא! אזוי גערעכט, איך קען נישט ליינען גארנישט א חוץ א טריקענע באריכט.
שכח פאר דיין סופארט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:07 am
דורך צולייגער
בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כוח פאר די הערליכע און אינפארמאטיווע באריכטן!

הלוואי זאלן מיר האבן דא נאך אזעלכע געשמאקע קארעספאנדאטן פון אלע אנדערע מקומות ווי אחב"י געפינען זיך אזוי מעבר לים.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:49 pm
דורך דער טראקער
שטארקע נייעס פאר די אידישע באפעלקערונג דא אין ארגענטינא, ווען פרעזידענט מאקרי האט געשריבן אין א צייטונג מיט א שמייכלדיגע טאן, ער בעט די אידישע קעפ ציריק אריין צו טאנצן אין די עקאנעמי אין דאס וועט האפענטליך ברענגען עפעס א טויש.

#שיין פון זיין זייט...

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:50 pm
דורך דער טראקער
.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:53 pm
דורך דער טראקער
א טראגישע פייל ווען א רב פון א גרויסע קהילה דא אין ארגענטינא איז געטראפן געווארן אומגעברענגט ביי זיך אונדערהיים,

א גרויסע עצרת הספד ווערד געפלאנט, מע פארשט די מארד

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:10 pm
דורך דער טראקער
א שיינע חלום האב איך געזען, אין אמעריקא סוכות בין איך געווען, א שיינע סוכה גרייט מען צו, מיט אפאר טולער ארום באצירט, דאס פראכטקייט אין שיינקייט שיינט אין די זייט, מיט גאלדענע מטבעות הענגען פון די דאך, אזא עשירות שוין אביסל צו סאך,

אין אט מיין איך אז דאס איז גיניג, אבער מע ווייזט מיך די טעלער פון די מעין דיש, אזא שיינע פראכט, ווי דערלעבט מען אזאנ'ס, באשעפער ביי אונז ליידער ליידער, האבן נישט פון די פלייש אלע, צלוב די פעסו וואס איז אין שאול תחתית.

אהההההההההה.

נישט געדאגט טראקער, סע וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין, טראמפ מיט זיין קאבינע וועלן קימען באזיכן די לאנד, שמחה מיט פרייד, געזינטערהייט, וועט מען זיך דערפילן מיט אפלאד, די רייכע פעטער פון די אמעריקאנער זייט, וועט איבערלאזן השפעות מיט רייך.

נישט געדאגט טראקער דער חלום וועסטו נאך בקרוב זען, ווען פון אלע זייטן וועט מען קומען אן אופהער, צו באזיכען ענק, מיט גרויסע זעק, מיט אינהאלט פון גרויסע געלט, ווי פליגן צו שמוץ, אין קנאבל צו כאריף, וועט עצט האבן גרויסע קוואנטום'ס געלד.

אין ווידער א שיינע חלום, האט דער טארקער געזען, ווי פון אלע זייטן, קומט מען צו מיר נאכ-געלד, צום טראקער אינדערהיים, מיט אזא פרייכקייט, אלעס אונגעגרייט פון קיפער אין באלאש, לאנגע שורות פון משלוחים, אין אפאר בנש"ק מיט שמשים, אין בזחנים.

אין אט זע איך אן הערליכע בילד, ווי די אייוועלט ליינער'ס מיט זויערן געמיט, האלטן פאר אופן קול, איך דערקען זיי שוין, טראקקקקקקקקקער דארפסט טוישן דיין ניק, גילי מיט אזא הילכיג/אופקלינג, ווי פאסט עס פאר דיר, אין א גוטע נאכט.

האטס אלע א פריילעכע יום טוב, אין האב עס אוסגעשפיגן פון קאמפויטער, אריין צו ברענגען א פרישקייט אין א שמחה יום טוב פאר אונז.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:01 pm
דורך maybeeynot
הערליך טראקער איך מיין זאלסט אריין גיין אין בדחנות אין פארקן די טראק

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:04 pm
דורך מטעמים
דו שרייבסט פיין

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:15 am
דורך צו געזונט
maybeeynot האט געשריבן:הערליך טראקער איך מיין זאלסט אריין גיין אין בדחנות אין פארקן די טראק

קאן זיין אז די איבערטייטש פון בדחן אין ארגענטינע איז גאר "טראקער"...