נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 25, 2019 11:47 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:יא סאיז אומלעגאל.

ווי כ'פארשטיי איז עס נישט "אומלעגאל" נישט צו ערשיינען אינעם סענאט סטעיטהאוז אבער די לידער פון די סענאט האט די רעכט צו צווינגן די סענעטארן צו זיין אנוועזענד דורכן נוצן די סטעיט פאליציי.

דאס יא ס'איז א ביליגע טאקטיק אבער צוליב וואס די דעמאקראטען האבן דארטן כמעט צוויי דריטל פון די סטעיט קאנגרעס האט די מינאריטעט כמעט נישט קיין ווארט ממילא איז זייער איינציגסטע מיטל אז ס'זאל זיך נישט געפונען דארט קיין רעפרעזענטעטיוו פון די אנדערע פארטיי, וואס לויט די ארטיגע געזעץ מוז מען האבן עטליעסט איינעם פון די אנדערע פארטיי אנוועזענד בשעת'ן דורכפירן געזעצן.

איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא זאך אז די סענאט זאל האבן די קאנטראל איבער די פאליציי, און אפי' ווען יא, וואו קומט דער גאווערנער אריין דא?

אוועטאר
סענדעלע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 16, 2019 1:23 pm
לאקאציע: אויף די לבנה

תגובהדורך סענדעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 12:50 pm

[list=][/list]
פעיק נוז האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:יא סאיז אומלעגאל.

ווי כ'פארשטיי איז עס נישט "אומלעגאל" נישט צו ערשיינען אינעם סענאט סטעיטהאוז אבער די לידער פון די סענאט האט די רעכט צו צווינגן די סענעטארן צו זיין אנוועזענד דורכן נוצן די סטעיט פאליציי.

דאס יא ס'איז א ביליגע טאקטיק אבער צוליב וואס די דעמאקראטען האבן דארטן כמעט צוויי דריטל פון די סטעיט קאנגרעס האט די מינאריטעט כמעט נישט קיין ווארט ממילא איז זייער איינציגסטע מיטל אז ס'זאל זיך נישט געפונען דארט קיין רעפרעזענטעטיוו פון די אנדערע פארטיי, וואס לויט די ארטיגע געזעץ מוז מען האבן עטליעסט איינעם פון די אנדערע פארטיי אנוועזענד בשעת'ן דורכפירן געזעצן.

איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא זאך אז די סענאט זאל האבן די קאנטראל איבער די פאליציי, און אפי' ווען יא, וואו קומט דער גאווערנער אריין דא?

ס'איז נישט אז זיי האבן קאנטראל איבער די פאליציי, בסך הכול האבן זיי אפגעפוצט ס'רעדט זיך דא פון א געלט שטראף אזוי ווי פאר א פארקינג טיקעט וועלכע איז נישט קיין פעלאני, [ארום 500 דאלער א טאג].
נע, איך בין נישט אראפגעפאלן פון די לבנה. . .

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יוני 25, 2019 12:56 pm

און מ'קען נישט לייגן קיין פענעלטיס אויף א זאך וואס איז לעגאל צו טוהן..

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג יוני 25, 2019 1:41 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מענטשן זענען אזוי יונג? ווער געדענקט נישט וויסקאנסין?

אינגאנצן נישט קיין דימיון, ווייל דארט איז עס געווען אז די דעם'ס האבן אפגעפיצט, משא"כ דא ווי די רפובס טיען עס, סאו מיש נישט ארום צוויי באזינדערע זאכען וואס איינס איז לעגאל די צווייטע נישט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 25, 2019 2:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:און מ'קען נישט לייגן קיין פענעלטיס אויף א זאך וואס איז לעגאל צו טוהן..

און די ארטיגע רעפאבליקענס זאגן אז זיי גייען דאס טאקע טשעלענדזשן אין געריכט מיטן טענה אז עס לעגאל צו טוהן, און עס איז אומלעגאל ארויפצולייגן אויף זיי שטראפן.

דאס איז חוץ א מעשה אז זיי קימערן זיך נישט מיט די פענעלטיס ווייל מ'קען דאס באצאלן מיט די קאמפיין געלטער...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 25, 2019 3:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:יא סאיז אומלעגאל.

ווי כ'פארשטיי איז עס נישט "אומלעגאל" נישט צו ערשיינען אינעם סענאט סטעיטהאוז אבער די לידער פון די סענאט האט די רעכט צו צווינגן די סענעטארן צו זיין אנוועזענד דורכן נוצן די סטעיט פאליציי.

דאס יא ס'איז א ביליגע טאקטיק אבער צוליב וואס די דעמאקראטען האבן דארטן כמעט צוויי דריטל פון די סטעיט קאנגרעס האט די מינאריטעט כמעט נישט קיין ווארט ממילא איז זייער איינציגסטע מיטל אז ס'זאל זיך נישט געפונען דארט קיין רעפרעזענטעטיוו פון די אנדערע פארטיי, וואס לויט די ארטיגע געזעץ מוז מען האבן עטליעסט איינעם פון די אנדערע פארטיי אנוועזענד בשעת'ן דורכפירן געזעצן.

איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא זאך אז די סענאט זאל האבן די קאנטראל איבער די פאליציי, און אפי' ווען יא, וואו קומט דער גאווערנער אריין דא?

קודם כל אינערהאלב די קעפיטאל פאליציי איז דא צוויי "סירדזשענט-עט-ארמס" אפטיילונגן.
איין פאליציי אפטיילונג פאר די סענאט און אן עקסטערע פאליציי אפטיילונג פאר די האוז.

אגב די סענאט סירדזשענט-עט-ארמס אפטיילונג האט נאך א טיטל, "שומר הפתח" (Doorkeeper) וואס איז געגרינדעט געווארן נאך ביים ערשטן יו-עס קאנגרעס אום יארע 1789 צוליב די "גרעסטע פראבלעם" פאר די סענאט אז זיי האבן נישט געקענט דורכפירן קיין געזעצן ווייל די סענעטארן זענען איינפאך נישט ערשינען צו קענען נאכקומען די קווארום קאלל.
https://www.senate.gov/reference/office ... t_arms.htm

וואס איז דאס קווארום קאלל?
די קאנסטיטוציע ארטיקל 1 סעקשאן 5 פארלאנגט אז כדי דורכצופירן עני ביל מוזן זיין אנוועזענד אינעם זאל פונעם סענאט/קאנגרעס א מערהײט (51%) פון איהרע מעמבערס.

עס איז שוין געווען צענדליגע מאל וואס מ'האט גענוצט די סענאט פאליציי צו אינפארסירן די קווארום קאל, אריינגערעכנט א שטיק צייט וואס די סענאט פאליציי האט געקענט ארעסטירן דערפאר.
https://www.senate.gov/artandhistory/hi ... usting.htm

די ערשטע מאל וואס ס'איז פארגעקומען אן עפנטליכע פיזקעל געשלעג און מ'האט אריינגעצווינגען א סענאטאר איז געווען מיט 30 יאר צוריק אין 1988 ווען די דעמאקראטען האבן געוואלט אדורכפירן קאמפיין פינאנץ ריפארם און די רעפאבליקענס האבן 7 מאל געבלאקט די קלאוטשער וואוט, ביים וועלן דורכפירן אן 8'טע קלאוטשער וואוט האט געפלאצט די נערווען פון די דעמאקראטישע מעדשאריטי לידער און ער האט באפוילן פאר די פאליציי ארומצוגיין אינעם קעפיטאל בילדונג און אויפזיכן סענעטארן וואס באהאלטן זיך און זיי אריינברענגען מיט געוואלד! (אגב פון די דעמאקראטען האבן אויך 7 סענאטארן געפעהלט...!)

איראניקלי האבן די סענאט פאליציי צום ערשטן אנגעטראפן אין סענאטאר ראבערט פעקוואד פון "ארעגען"... און זיי האבן איהם אריינגעברענגט אינעם סענאט זאל "פוס ערשט"....
ס'האט אבער נישט צופיל געהאלפן און "יענע" קאמפיין פינאנץ ריפארם ביל איז למעשה אדורכגעפאלן צום 8'טע מאל...
דאס איז געבליבן באקאנט אלץ די פאסירונג פון די פוס ערשט אינעם סענאט...
https://www.senate.gov/artandhistory/hi ... _First.htm
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 25, 2019 3:42 pm

שכח פאר די אינפארמאציע, און וואו קומט דער גאווערנער אריין דא?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 25, 2019 4:30 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:יא סאיז אומלעגאל.

ווי כ'פארשטיי איז עס נישט "אומלעגאל" נישט צו ערשיינען אינעם סענאט סטעיטהאוז אבער די לידער פון די סענאט האט די רעכט צו צווינגן די סענעטארן צו זיין אנוועזענד דורכן נוצן די סטעיט פאליציי.

דאס יא ס'איז א ביליגע טאקטיק אבער צוליב וואס די דעמאקראטען האבן דארטן כמעט צוויי דריטל פון די סטעיט קאנגרעס האט די מינאריטעט כמעט נישט קיין ווארט ממילא איז זייער איינציגסטע מיטל אז ס'זאל זיך נישט געפונען דארט קיין רעפרעזענטעטיוו פון די אנדערע פארטיי, וואס לויט די ארטיגע געזעץ מוז מען האבן עטליעסט איינעם פון די אנדערע פארטיי אנוועזענד בשעת'ן דורכפירן געזעצן.

איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא זאך אז די סענאט זאל האבן די קאנטראל איבער די פאליציי, און אפי' ווען יא, וואו קומט דער גאווערנער אריין דא?

קודם כל תיקון טעות, די ארעגאן געזעץ פארלאנגט אז מינימום צוויי דריטל סענעטארן מוזן זיין אנוועזענד כדי אדורכצופירן עני ביל.
יעצט די דעמאקראטען האבן 18 בענקלעך און רעפאבליקענס האבן 12, וואס דאס מיינט אז זיי דארפן האבן כאטשיג 2 רעפאבליקאנע סענעטארן צו ערפילן די קווארום קאל.

יעצט צו דיין שאלה וואו די גאווערנער און די סטעיט פאליציי קומט דא אריין אין בילד איז די ענטפער זייער פשוט, נאכדעם וואס די ארעגאן סירדזשענט-עט-ארמס האבן דורכגענישטערט די קאפיטאל בילדונג און נישט געטראפן די רעפאבליקאנע געזעצגעבער האט די ארטיגע סענאט פרעזידענט פארמאל געבעטן פונעם גאווערנער צו שיקן די סטעיט פאליציי.

אבער די רעפאבליקענס טענה'ן אז די סטעיט פאליציי האט נישט די רעכט זיי צו צווינגן אדער ארעסטירן איבער דעים, אויב עפעס איז עס נאר די רעכט פון די ספעציעלע סטעיטהאוז פאליציי אבער נישט די סעטיט פאליס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 25, 2019 5:14 pm

בקיצור, די ס"ה איז, אז סטעיט פאליציי קומען בכלל נישט אריין אין די פיקטשער, און די סענאט פירער האבן נישט קיין פאוער איבערן גאווערנאר, זיי קענען אים נישט הייסן שיקן פאליציי.

און לגבי די סענאטארן, ווייס איך אויך נישט אויב מען קען זאגן אז זיי האבן געטוהן עני אילעגאליטי, ווייל אויב איז די געזעץ ס"ה, אז עס מוז זיין א צוויי דריטל סענאט, קען דאך יעדער זאגן אז איך בין שוין פון די לעצטע דריטל.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 25, 2019 5:22 pm

ס'האט נישט מיט אילעגאליטי, די סענאט פרעזידענט קען באשטראפן סענעטארן אויב זיי פירן זיך נישט אויף וואויל... אזויווי א א באלעבאס קען באשטראפן זיין ארבעטער אפי' ער האט גארנישט געטוהן אומלעגאל, נאר בלויז ווייל ער פאלגט נישט אויס די רעגולאציעס פון די ביזנעס וכדו',

אבער לגבי צו נוצן די סטעיט פאליס איז שוין א הארבע שאלה אויב זיי האבן די רעכט צו דעם.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 25, 2019 5:54 pm

טוט זיך העפטיג, עלף ארעגאן סטעיט סענאטארן זענען באהאלטן אונטערסטעיט, און מען זוכט זיי איבעראל.

פליז?? אז דו ווילסט נישט זיין ביים ארבעט ריזיין, אן ארבעטער דארף זיין ביים ארבעט.
אויסער דעם, גייט מען אויף דעם מהלך נישט קענען דורכפירן קיין איין געזעץ, יא איך פארשטיי איר זענט א מינאריטעט, סא וועגן דעם גייט איר פייפן די ארעגען בירגער אין פנים אריין??
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 25, 2019 5:58 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:טוט זיך העפטיג, עלף ארעגאן סטעיט סענאטארן זענען באהאלטן אונטערסטעיט, און מען זוכט זיי איבעראל.

פליז?? אז דו ווילסט נישט זיין ביים ארבעט ריזיין, אן ארבעטער דארף זיין ביים ארבעט.
אויסער דעם, גייט מען אויף דעם מהלך נישט קענען דורכפירן קיין איין געזעץ, יא איך פארשטיי איר זענט א מינאריטעט, סא וועגן דעם גייט איר פייפן די ארעגען בירגער אין פנים אריין??

אויף דעם איז דא א פשוט'ע לעזונג... פארהאנדלען!

יא דאס איז די סיבה פארוואס ס'דארף זיין א קווארום אין יעדע באדי, אז די מיניאריטעט זאל אויך האָבן עפעס א ווארט.
אין ארעגאן האבן זיי געגעבן א שטערקערע ווארט פאר די מיניאריטעט דורכן פארלאנגן א קווארום צוויי דריטל פונעם סענאט/האוז און נישט 51% וואס וואלט געווען 16 סענאטארן.

ביידעוועי א סענעטאר איז נישט קיין ארבעטער, ער איז א פארטרעטער פאר די בירגער פון זיין דיסטריקט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יולי 01, 2019 12:45 am

למעשה האבן די רעפאבליקענס אין ארעגאן געזיגט!
די קליימעט טשענדזש בילל וואס האט געדארפט צו זיין די שטרענגסטע בילל אינעם לאנד נאך קאליפארניע איז צונישט געווארן.

די דעמאקראטישע סטעיט סענאט פרעזידענט האט זיך געבראכן צום דריק פון די רעפאבליקאנע סטעיט סענעטארן.
וועלנדיג נאך דורכפירן עטליכע געזעצן און ביללס בעפאר די היי יעריגע לעגיסלאטור סעשאנס ענדיגט זיך יוני 30 (היינט נאכט) האט ער בלית ברירה געמוזט האבן כאטשיג צוויי רעפאבליקענס אנוועזענד, און ווי אויך איז שטיצע פאר די קליימעט בילל געפאלן צווישן די דעמאקראטען, ממילא האט ער פארגאנגענעם דאנערשטאג צוגעזאגט אז ער ברענגט נישט ארויף די בילל.

ד.מ. אז די בילל איז טויט פאר די נעקסטע צוויי יאר.

אגב זיי האבן אדורכגעפירט ארום 30 ביללס אום דאנערשטאג אליינס.
---
אינטערסאנט אנצומערקן אז די לעגיסלאטור סעשאן אין ארעגאן איז יעצט געענדיגט פאר ביז קומענדיגע יאר פעברואר ווען די לעגיסלאטור עפנט זיך צוריק אויף פאר אן איין חודש סעשאן...
ס'ארבעט דארטן אז יעדע אדד יאר איז די לעגיסלאטור סעשאן אפן פאר 160 טעג, און אין יעדעס איווען יאר איז עס אפן נאר פאר 35 טעג.

אין ניו יארק האט זיך די לעגיסלאטור סעשאן געענדיגט יוני 19 מיט א ס"ה פון בערך 60 טעג אין סעשאן...

כ'הייב אן צו טראכטן אז ס'לוינט זיך צו ווערן א סטעיט לעגיסלאטור....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 03, 2019 10:15 am

די סיטי קאונסיל אין שארלאטסוויל האט באשטימט צו ענדיגן די די דאטום פון אפריל 13 למספרם אלץ א האלידעי אין אנדענק פון דזשעפערסאן'ס געבורטסטאג צוליב וואס ער האט פארמאגט קנעכט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יולי 05, 2019 9:13 am

לאס אנזשעלעס קאליפארניע פריער באטראפן פון פרישע ערדציטערניש

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יולי 05, 2019 2:20 pm

פאריגע וואך האט די ליבעראלע פליגל אינעם דעמאקראטישן פארטיי אפגעצייכנט א שטארקע געווינס אין קווינס ווען די פראגרעסיווע קאנדידאט טיפאני קאבאן האט אנגעצויגן א שמאלע געווינס איבער די עסטאבלישמענט קאנדידאט מעלינדע כץ.

אבער די רעזולטאטן זענען איבערגעדרייט געווארן אין א שטוינענדע אנטוויקלונג נאכדעם וואס עס זענען אריינגעקומען די אבסענטי בעלאטס אין וועלכע כץ האט געהאט א שטארקע מערהייט.

כץ האט נעכטן דערקלערט זיג אינעם פארמעסט נאכדעם וואס זי האט מיט צוואנציג שטימען מער, אבער קאבאן האט דערווייל נישט אויפגעגעבן און עס איז מעגליך אז עס וועט פירן צו א לעגאלע סאמאטוכע און אן איבערציילונג ביז די געווינערין וועט ווערן אנטשידן.

JP

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 19, 2019 12:37 am

די פארפוילטע ליבעראלע דעמאקראטען אין די שטעטל בערקעלעי קאליפארניע האבן דורכגעפירט א געזעץ וואס נעמט ארויס פון די שטאטישע קאודס יעדע ווארט וואס האט נאר א שטיקל שייכות צו די ווארט מאן אדער פרוי.. צוליבן חשש אז די פון די אנדערע גענדער וועלן זיך שפירן באליידיגט... :roll:

ווי למשל פון היינט און ווייטער וועט מען מער נישט רופן די דעקל מיטן נאמען "מענ'האול" ווייל די פרויען קענען דאך ווערן געטשעפעט נאר מ'גייט עס רופן נאר מיטן נאמען מעינטענעטנס האול....
o-h?e

אונטן איז דא א גאנצע ליסטע פון ווערטער וואס גייען ווערן געטוישט.

#משוגע_מעטארע
צוגעלייגטע
43ef5361b54949ef97980a0b248df6a2.jpg
43ef5361b54949ef97980a0b248df6a2.jpg (61.47 KiB) געזעהן 1840 מאל
911ee5d7c3f54ba8845332f6ec569aa8.jpg
911ee5d7c3f54ba8845332f6ec569aa8.jpg (94.29 KiB) געזעהן 1840 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג יולי 19, 2019 12:57 am

דא איז ווייט פןן פאני...
די עקסטרעימזעם פון די לינקע ווערט שטערקער און מער ראדיקאל אויף א פארנעם וואס איז ממש נישט צום גלייבן
דאס איז גורם גאר א שארפע צוטיילונג, וואס לויט די דירעקציע וואס עס פארט יעצט וויט עס נאר ווערן ערגער, אויף אן אופן וואס אמעריקע האט נישט געזען זייט איר ציווילע קריג, און די תוצאות קען מען נישט פארזאגען

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 21, 2019 11:42 am

קעלווין עטקינסאן איז געווען דער ערשטער אפריקאנער אמעריקאנער אפענע מתועב צו ווערן ערוועלט אלץ א סענאט מאיאריטעט פירער אין אן אמעריקאנע סטעיט
ער איז געווען דער סענאט פירער אין נעוואדע אבער איז איצט געווארן פאראוטיילט צו 27 מאנאטן אין טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין מיסבאנוץ פון א פערטל מיליאן דאלער אין פאליטישע ביישטייערונג געלטער צו עפענען א קלאב אין לאס וועגאס, ליעסן א טייערע אויטאמאביל און נאך אנדערע פערזענליכע אויסגאבן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:23 am

סאן פראנציסקא אינטערנאציאנאלע לופטפעלד פארבאט פארקויף פון פלאסטיק באטלעך

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:43 pm

כאדאראם אין פארטא ריקא

פאר א פולע באריכט זעהט אינעם היינטיגן טעגליכן באריכט

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 6:40 pm

פאר 33 יאר צוריק איז מיסטער פאול בראונינג געווארן אנגעקלאגט מיט א מארד קלאגע, נאך בלויז א שעה פארהאנדלונגען איז די דזשורי ארויסגעקומען מיט א שולד אורטייל, וואס האט געמיינט -אין נעוואדע- טויט שטראף.

די אלע יארן ביז יעצט איז ער געזיצן אויפן DEATH ROW ווארטנדיג אויף זיין גורלדיגע מאמענט, אינדערצייט וואס זיינע לאיערס האבן נישט גערוהט, לעצטנס האט א סירקוט קאורט געאורטיילט אז די פארהערן בשעתן זענען נישט געווארן דורכגעפירט ווי עס באדארף צו זיין, און אזויווי די עדות פון זיין פראצעס זענען שוין נישט ביים לעבן איז ער פרייגעשפראכן.

היינט ביי די 63 איז ער ארויסגעקומען פון טורמע ווערנדיג אפגעווארט דורך זיין 86 יעריגע מוטער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:50 pm

סאן פראנציסקא האט דורכגעפירט א רעזולוציע וועלכע דעזיגנירט די NRA אלס א דאמעסטישע טעראריסט ארגענעזיציע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 5:05 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:סאן פראנציסקא האט דורכגעפירט א רעזולוציע וועלכע דעזיגנירט די NRA אלס א דאמעסטישע טעראריסט ארגענעזיציע.

די רעזעלוציע באדייט אז די אינסטאנצן דארפן אפהאקן זייערע באציאונגען מיט ארגאניזאציעס וועלכע שטיצן זיי פינאנציעל.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 5:54 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:פאר 33 יאר צוריק איז מיסטער פאול בראונינג געווארן אנגעקלאגט מיט א מארד קלאגע, נאך בלויז א שעה פארהאנדלונגען איז די דזשורי ארויסגעקומען מיט א שולד אורטייל, וואס האט געמיינט -אין נעוואדע- טויט שטראף.

די אלע יארן ביז יעצט איז ער געזיצן אויפן DEATH ROW ווארטנדיג אויף זיין גורלדיגע מאמענט, אינדערצייט וואס זיינע לאיערס האבן נישט גערוהט, לעצטנס האט א סירקוט קאורט געאורטיילט אז די פארהערן בשעתן זענען נישט געווארן דורכגעפירט ווי עס באדארף צו זיין, און אזויווי די עדות פון זיין פראצעס זענען שוין נישט ביים לעבן איז ער פרייגעשפראכן.

היינט ביי די 63 איז ער ארויסגעקומען פון טורמע ווערנדיג אפגעווארט דורך זיין 86 יעריגע מוטער.

וויאזוי זאגט יאסי געשטעטנער אזא צייט?
#TheBestJusticeSystemInTheWorld

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט