פרעזידענט טראמפ נאמענירט פארן סופרים קאורט - דזשאדזש קעווענא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:03 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:אנבעליוועבעל CNN געט אים נאך גערעכט פאר די עצם אקט

און... שפילען ריראנס פון נאר זיין חלק איבער און איבער

אנבייעסד מידיע בתפארתו
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:03 pm

פארטראכטער האט געשריבן:אינטערעסאנט קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט.

היינט איז פארגעקומען א אומפרעצעדענטע געעשעניש ביי די הירינג, ווען דעמאקראטישע סענעטאר קארי באקער פון ניו דזשירסי האט געמאלדן בשעת'ן הירינג, אז ער גייט פארעפענטליכן דאקומענטן פון קעווענא וואס זענען קלאסיפיצירד אלס 'קאמיטי קאנפידענשאל', דהיינו עס טאר נישט ווערן פארענפענטליכט.
ווען די רעפאבליקאנער טשעירמאן האט אים געסטראשעט אז מען קען אים צוליב דעם ארויסווארפן פון די סענאט, לויט די סענאט רולס, האט באקער געזאגט 'ברינג איט אן', ער דערשרעקט זיך נישט און ער גייט עס ממילא פארענטפענטליכן, און אלע אנדערע דעמאקראטן אויפן קאמיטע האבן זיך צוגעשטעלט צו באקער, אז זיי זענען אויך גרייט עס צו פארעפענטליכן.

קארי באקער האט מקיים פסק געווען, און עס יעצט פארענטפענטליכט די דאקומענטן!

נא וועלכע קלעסיפייד אינפארמעשין שטייט דארט ?

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:04 pm

האט מען אים שוין געטראסקעט?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:05 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:אינטערעסאנט קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט.

היינט איז פארגעקומען א אומפרעצעדענטע געעשעניש ביי די הירינג, ווען דעמאקראטישע סענעטאר קארי באקער פון ניו דזשירסי האט געמאלדן בשעת'ן הירינג, אז ער גייט פארעפענטליכן דאקומענטן פון קעווענא וואס זענען קלאסיפיצירד אלס 'קאמיטי קאנפידענשאל', דהיינו עס טאר נישט ווערן פארענפענטליכט.
ווען די רעפאבליקאנער טשעירמאן האט אים געסטראשעט אז מען קען אים צוליב דעם ארויסווארפן פון די סענאט, לויט די סענאט רולס, האט באקער געזאגט 'ברינג איט אן', ער דערשרעקט זיך נישט און ער גייט עס ממילא פארענטפענטליכן, און אלע אנדערע דעמאקראטן אויפן קאמיטע האבן זיך צוגעשטעלט צו באקער, אז זיי זענען אויך גרייט עס צו פארעפענטליכן.

קארי באקער האט מקיים פסק געווען, און עס יעצט פארענטפענטליכט די דאקומענטן!

נא וועלכע קלעסיפייד אינפארמעשין שטייט דארט ?

חחח, ס'איז אפילו נישט קלאסיפייד...

נעכטן נאכט איז עס געווארן "קלעירד" צו ווערן ארויסגעגעבן צום פאבליק, נאך וואס בוקער האט עס פארלאנגט, און מ'האט אים מודיע געווען דערוועגן. סתם געמאכט א מצב פאר גארנישט...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:17 pm

חחח איז רייט! בוקער לויפט פאר פרעזידענט 2020 און מאכט דאס גענאר פונעם עולם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:23 pm

דורבין זאגט אז ער האט געארבעט אין א שלאכט הויז אלס בחור צו קענען באצאלן קאלידזש, פאר דעם נעמט ער זיך אן פאר די ארבעטער, גארנישט מיט רשעות אנטיסעמיטיזם אדער ימח שמו.

איך קלער אז עס קען זיין אז פארדעם האט שומער נישט געוואלט אונטערשרייבן פאר רובאשקין ווייל ער האט נישט געוואלט טשעפענען דורבין, דער נאמבער צוויי דעמאקראט אין סענאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:28 pm

קרייסלער האט געשריבן:כאפצעם דו האסט געהערט די אוידיא פארן שרייבן דיין אומרעלעוואנטע תגובה? דורבין האט פשוט געמוזט צו לייגן תבלין צו זיין ארגומענט אז רובאשקין האט באהאנדעלט זיינע ארבייטערס ווי גארביזש? זאג נאר וואספארא נפקא מינא אין באצוג צום יוניאן פסק אז רובאשקין איז געווארן אינדייטעד אויף דריי און אכציג קלאגעס? און צום לעצט האט ער נאך מיט זיין קאלטע ליבעראלע שטומע געמוזט באהויפטן אז טראמפ האט פארדאנירט
סאיז קלאר געווען א מאטיוו צו אראפמאלן רובאשקין ווי א פארברעכער, א קאלטע בלוטיגער בעה״ב וואס באהאנדעלט זיינע ארבעטערס ווי מיסט און דערנאך ווארפן א באמבע קשיא היתכן קעווענא האט זיך נאך אנגענומען פאר אים

דו האסט געהערט ווי דורבין לייגט אראפ ווי ער האט געארבעט אין א שלאכט הויז און ווי שווער עס איז געווען, זייער נארמאל אז ער זאגט נאך פון די ארבעטער אז מען האט זיי געטריעט ווי גארבידזש, און פריי דיר אז ער האט נישט געלייגט קיין דרוק אז מען זאל נישט באפרייען רובאשקין, ווייל ווען יא וואלט מען אים לכאורה נישט באפרייט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:28 pm

lebediger berel האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:הרב בערל. 3 קשיות.

איינס, וואס פונקטליך האט דיר ארויסגענימען פון די כלים יעצט איבער דורבין, ער פרעגט דעם סופריעם קאורט פיק א העכסט נארמאלע פראגע איבער זיינס אן אלטע אנטי יוניען פסק (העפענס טו בי איבער ארבייטער אין אגריפראסעסאר) וואס איז אפילו בשעתו געווען אוט אוו די מעינסטריעם. גארנישט מיט די רובאשקין ארעסט אדער באפרייאונג. ולחרון אף מה זו עושה?

צווייטענס, אויב באדערט דיר אזוי שטארק דאס העצן קעגן איינעם וואס האט באפרייט א יוד, ווי ביזטו געווען ביי די העצע די לעצטע 3 יאר ברציפות קעגן די קלינטאנס?

דריטענס, ווי מ'האט שוין אויבנדערמאנט איז דא א בייפארטיזען פוש צו דורכפירן פריזאן רעפארם, עפעס וואס וועט ארויסנעמען נישט איינס נאר אסאך אחינו בני ישראל היושבים בשבי' ה"י, די וואטערד דאון ווערסיע דערפון און דערנאך די סטאפ ברעיק דערויף קומט פון קרעפטן אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע און עטליכע רעפובליקען סענעטארן.

ס'האט געהייסן שוין עטליכע מאל אז דער פרעזידענט גייט ארויסקומען מיט עפענטליכע שטיצע דערפאר און אזוי ארום עס אריבערשטיפן די פיניש ליין אבער פאר סאם ריעזאן איז עס געבליבן ביי "אויסהערן סעסיעס" און "באראטונג אסיפות", קיין אפיציעלע שטיצע פונעם ווייסן הויז איז דערווייל נישטא. פרעג איך דיר, פארוואזשע קומט נישט דער טראמפ ארויס איינמאל פאר אלעמאל מיט שטיצע דערפאר וואס וועט ארלעדיגן די זאך איינס צוויי?!

זעה דיין רוגזה זאל זיין געפאוקעסט ווי ס'איז רעלעוואנט אדער עטליעסט בייפארטיזען, אויב ווילסטו כ'זאל דיר נעמען סיריעס.


כ'וועל נישט ענטפערן, כ'בין נישט אינטערעסירט זאלסט מיר נעמען סיריעס ווען דו קענסט זיין אזוי ווילד קעגן טראמפ וואס האט "באפרייט דיין ברודער" און איך מיין עס אמת'דיג, איך קען אפילו נישט ליינען שארפע זאכן קעגן טראמפ, רובאשקינ'ס פרשה איז מיר געגאנגען אין לעבן, דאנדעלד טראמפ איז געווען דער שליח מן השמים אראפ צו נעמען א טויזנט פונטיגן שטיין פון מיין (און פון נאך טויזענטער אידן'ס) הארץ.
אלע וויצן זענען גוט פאר פורים נאכמיטאג
כתיבה וחתימה טובה.


און קלינטאן וויפיל היעט האט ער באקומען פארן פארדינען? און י.ג. העצט אויף אים יעדן טאג אויף טוויטער? טוט אייך אויך וויי?
אין פובליק פאר די גוים טאר איך נישט אלס איד העצן אויף אים ווייל ב''ה האט דער רבוש''ע אריינגעלייגט אין דעם משוגענעם א דעת צו קאמיוטען רובאשקין'ס סענטענס. עס מאכט אים נישט ווייניגער צודרייט און א סכנה פארן לאנד. איך בין בארעכטיגט צו מיין מיינונג כאטש איך קען האבן הכרת הטוב אויף דעם ספעציפישן אקט

פלאס האט אים בוש'ס יוסטיץ איינגעפירט און א קאנסערוואטיווע ריכטערן פאראורטיילט.
אפשר ווען אבאמא וואלט נישט באקומען אזויפיל האס פון די פרומע אידישע, ציוניסטיש געשטימט גאס וואלט ער נאך מעגליך געהערט וואס רובאשקין האט צו זאגן און נישט אנגענומען די נאראטיוו פון דעם אנגעפרעסענעם דרייקאפ וואס שווינדלט און נוצט אויס ארימע אימיגראנטן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:35 pm

אויב א צודרייטער פייערלעשער ראטעוועט איינעם, דארף מען אים דאנקן און לויבן, אבער ווערט ער אויס צודרייט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:35 pm

צל עובר האט געשריבן:דורבין זאגט אז ער האט געארבעט אין א שלאכט הויז אלס בחור צו קענען באצאלן קאלידזש, פאר דעם נעמט ער זיך אן פאר די ארבעטער, גארנישט מיט רשעות אנטיסעמיטיזם אדער ימח שמו.

איך קלער אז עס קען זיין אז פארדעם האט שומער נישט געוואלט אונטערשרייבן פאר רובאשקין ווייל ער האט נישט געוואלט טשעפענען דורבין, דער נאמבער צוויי דעמאקראט אין סענאט.

צל, איך בין נתפעל פון דיין דן זיין יעדע פינטעלע יוד לכף זכות, לכבוד די ימי דין...
זאל טאקע דער א-ר רחמנות האבן אז אלע נדחי ישראל, תינוקות שנשבו זאלן שוין צוריק קומען צו זייער טאטע אין הימעל....

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:38 pm

ער איז דאכציך א גוי, איך בין אים נישט דן לכך זכות, פארוואס ווען א גוי זאגט קלאר אז ער האט זיך געמוטשעט פיר זומערס אין א שלאכט הויז ממילא שטערט אים אז מען נעמט זיך אן פאר א בעה"ב פון א שלאכט הויז קעגן די ארבעטער ווערט ער א ימ"ש? ווייל דער בעה"ב איז א כלל ישראל איד? וואס האט דאס מיט רשעות?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:41 pm

ווען טראמפ רייסט אראפ מייקל כהן ראד ראזענשטיין אדער שומער ווערט ער א ימח שמו רשע אנטיסעמיט? ניין. ווייל עס האט גארנישט מיט זייער אידישקייט צו טון.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:48 pm

דורבען איז א פאליטיקעל העק פונקט ווי די רעפובליקאנע וואס האבען קריטיקירט קלינטאן פארען ארויסלאזען די יודען פון סקווירא.

עס האט נישט מיט קיין אנטיסעמיטיזעם קיין כי הוא זה, וויט דעט ביאינג סעיד עס האט נאכאלס וויי געטוהן צו הערן ווי מען באשמיצט רבי שלום מרדכי.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:52 pm

מטעמים האט געשריבן:דורבען איז א פאליטיקעל העק פונקט ווי די רעפובליקאנע וואס האבען קריטיקירט קלינטאן פארען ארויסלאזען די יודען פון סקווירא.

עס האט נישט מיט קיין אנטיסעמיטיזעם קיין כי הוא זה, וויט דעט ביאינג סעיד עס האט נאכאלס וויי געטוהן צו הערן ווי מען באשמיצט רבי שלום מרדכי.

נישט געהערט אבער 100% אז עס דארף שטעכן פאר אונז אלע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:54 pm

מטעמים האט געשריבן:דורבען איז א פאליטיקעל העק פונקט ווי די רעפובליקאנע וואס האבען קריטיקירט קלינטאן פארען ארויסלאזען די יודען פון סקווירא.

עס האט נישט מיט קיין אנטיסעמיטיזעם קיין כי הוא זה, וויט דעט ביאינג סעיד עס האט נאכאלס וויי געטוהן צו הערן ווי מען באשמיצט רבי שלום מרדכי.

אזוי ווי דו זאגסט! קיינער, יא קיינער, קומערט זיך נישט מיט קיינע שווערע ארבייטער, אדער קינדער, אדער ארימע, אדער אימיגראנטן, אדער פאליסלייט, אדער קויל ארבייטער, אדער שווארצע, אדער (להדיל) אידן, וכו' וכו'. אלעס איז בלויז איין זאך: פאליטיק! סקאורן פאליטיקל פאוינטס. זע האאא.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:04 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:אינטערעסאנט קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט.

היינט איז פארגעקומען א אומפרעצעדענטע געעשעניש ביי די הירינג, ווען דעמאקראטישע סענעטאר קארי באקער פון ניו דזשירסי האט געמאלדן בשעת'ן הירינג, אז ער גייט פארעפענטליכן דאקומענטן פון קעווענא וואס זענען קלאסיפיצירד אלס 'קאמיטי קאנפידענשאל', דהיינו עס טאר נישט ווערן פארענפענטליכט.
ווען די רעפאבליקאנער טשעירמאן האט אים געסטראשעט אז מען קען אים צוליב דעם ארויסווארפן פון די סענאט, לויט די סענאט רולס, האט באקער געזאגט 'ברינג איט אן', ער דערשרעקט זיך נישט און ער גייט עס ממילא פארענטפענטליכן, און אלע אנדערע דעמאקראטן אויפן קאמיטע האבן זיך צוגעשטעלט צו באקער, אז זיי זענען אויך גרייט עס צו פארעפענטליכן.

קארי באקער האט מקיים פסק געווען, און עס יעצט פארענטפענטליכט די דאקומענטן!

נא וועלכע קלעסיפייד אינפארמעשין שטייט דארט ?


מיינסט מן הסתם צו פרעגן וועלכע אינפארמעישאן שטייט דארט אז סהאט געברויכט צו זיין קלאסיפייד?

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:05 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:חחח איז רייט! בוקער לויפט פאר פרעזידענט 2020 און מאכט דאס גענאר פונעם עולם...

אינטערעסאנט, פארוואס האט מען אים געסטראשעט צו ווארפן פון סענאט אויב ער געט עס ארויס ?

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:11 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:חחח איז רייט! בוקער לויפט פאר פרעזידענט 2020 און מאכט דאס גענאר פונעם עולם...

אינטערעסאנט, פארוואס האט מען אים געסטראשעט צו ווארפן פון סענאט אויב ער געט עס ארויס ?

מ'האט אים געזאגט אזוי זענען די רולס ווען איינער פארלעצט און געט ארויס קליספייד אינפארמאציע
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:13 pm

א נייער האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:חחח איז רייט! בוקער לויפט פאר פרעזידענט 2020 און מאכט דאס גענאר פונעם עולם...

אינטערעסאנט, פארוואס האט מען אים געסטראשעט צו ווארפן פון סענאט אויב ער געט עס ארויס ?

מ'האט אים געזאגט אזוי זענען די רולס ווען איינער פארלעצט און געט ארויס קליספייד אינפארמאציע

דאס איז דאך אבער שוין נישט געווען קלאסיפייד, לויט ווי דו זאגסט?
און פארוואס טאקע איז עס במציאות נישט געווען פאבליק ביז באקער האט עס ריליעסד?

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:15 pm

אז די טשערמאן וויל עס נישט ארויס געבן מעג ער עס נישט ארויס געבן
און אז ער געט עס יא ארויס פארלעצט ער די רולס
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:25 pm

דעמאקראטן שטעלן שארפע אפאזיציע צו קאוואנאו נאמינאציע

היינט איז דער דריטער טאג פון די פארהערן פאר ברעט קאוואנאו, וועמען פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט אלס ריכטער צום העכסטן געריכט, און די דעמאקראטן זאגט אז פרישע אימעילס וועלכע די קאמיטע האט איבערגעקוקט טוט אים דיסקוואליפצירן פאר דעם פאזיציע.

אין א גאר אומגעווענליכע שריט האט סענאטאר קארי בוקער פון ניו זשערזי פארלעצט די רעגולאציעס און פארעפנטליכט אן אימעיל וואס איז געווען באצייכנט אלס קלאסיפיצירט פאר די פאבליק, זאגנדיג אז ער איז גרייט צו נעמען אויף זיך די קאנסעקווענצן פון פארלעצן דעם געזעץ, וואס נעמט מעגליך אריין ווערן אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אלס סענאטאר.

די אימעילס זענען א טייל פון צענדליגע טויזנטער אימעילס וואס אן אדוואקאט פאר די בוש אדמינסטראציע האט באצייכנט אלס סענסיטיוו, אבער די דעמאקראטישע סענאטארן זאגן אז עס האט נישט קיין לעגאלע האפט און דער פאבליק האט א רעכט צו וויסן דעם רעקארד פון קאוואנאו פאר ער ווערט באשטעטיגט.

עס האנדלט זיך הויפטזעכליך פון קארעספאדענץ וואס ער האט געהאט אין לויף פון זיין דינסט אלס באאמטער אין די בוש אדמיניסטראציע, אן אדוואקאט פאר די בוש אדמיניסטראציע האט איבערגעגעבן 400,000 דאקומענטן, פון וועלכע 147,000 זענען באצייכנט געווארן אלס געהיים, און אויסער דעם האט די טראמפ אדמיניסטראציע באצייכנט 100,000 אלס קלאסיפיצירטע אינפארמאציע.

די אימעילס וועלכע בוקער האט ארויסגעגעבן צייגן אז ער האט אויסגעדריקט פארדרוס אויף געוויסע געזעצן וועלכע פארגיטיגן אפריקאנער אמעריקאנער, און אויך איבער אנדערע פארשידענע קאנטראווערסיאלע אנלעגנהייטן איבער וועלכע ער ווערט אויסגעפרעגט דורכאויס דעם באשטעטיגונג פראצעס.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:35 pm

וועלכע סענעטאר רעדט יעצט?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:37 pm

שכל'דיג האט געשריבן:דעמאקראטן שטעלן שארפע אפאזיציע צו קאוואנאו נאמינאציע

דאס איז די באטטאם ליין.

דאס איז די העדליין וואס דעמאקראטן האבן געוואלט זייער באזע זאל זעהן איבעראל, ובזה יצא ידי חובתם.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:43 pm

און לשה״ק הייסט עס ׳דם תבוסה׳
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:09 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:חחח איז רייט! בוקער לויפט פאר פרעזידענט 2020 און מאכט דאס גענאר פונעם עולם...

אינטערעסאנט, פארוואס האט מען אים געסטראשעט צו ווארפן פון סענאט אויב ער געט עס ארויס ?



ער האט נישט געזאגט וואס ער גייט ליעקן, ער האט געזאגט קלעסיפייד אינפאו...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, yid101, איגערקע, אלי' מקוה יוד, אלמוני, בר דעת, ווייסע זאקן, כאפצעם, רבי משה, שמש און 47 געסט