אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מאי 19, 2019 5:26 pm

Rocket explodes near U.S. Embassy in Baghdad

A rocket crashed Sunday in the Iraqi capital's heavily fortified Green Zone, landing less than a mile from the sprawling U.S. Embassy, an Iraqi military spokesman said.

The apparent attack in central Baghdad, which Iraq's state-run news agency said did not cause casualties, came amid heightened tensions across the Persian Gulf after the White House ordered warships and bombers to the region earlier this month. U.S. officials cited an alleged, unexplained threat from Iran. The U.S. also has ordered nonessential staff out of its diplomatic posts in Iraq.

Associated Press reporters on the east side of the Tigris River, opposite the Green Zone, heard an explosion, after which sirens sounded briefly in Baghdad.

Iraqi military spokesman Brig. Gen. Yahya Rasoul said a Katyusha rocket fell near the statue of the Unknown Soldier, less than a mile from the U.S. Embassy. He said the military was investigating the cause but that the rocket was believed to have been fired from east Baghdad. The area is home to Iran-backed Shiite militias.

As tensions escalate between the U.S. and Iran, there have been concerns that Baghdad could get caught in the middle just as it’s on a path to recovery. The country hosts more than 5,000 U.S. troops and is home to powerful Iranian-backed militias, some of whom want those U.S. forces to leave.

American forces withdrew from Iraq in 2011 but returned in 2014 at the country’s invitation to help battle the Islamic State militant group after it seized vast areas in the north and west of Iraq, including its second-largest city, Mosul. A U.S.-led coalition provided crucial air support as Iraqi forces regrouped and drove Islamic State out in a costly three-year campaign. Iranian-backed militias fought alongside U.S.-backed Iraqi troops against militants, gaining outsized influence and power.

Now, amid an escalating conflict between the U.S. and Iran, Iraq is vulnerable to being caught up in the power play. An attack targeting U.S. interests in Iraq would be detrimental to the country's recent efforts to recover and reclaim its status in the Arab world.

On May 8, U.S. Secretary of State Mike Pompeo made a previously unannounced trip to the Iraqi capital following the abrupt cancellation of a visit to Germany. He told Iraqi intelligence that the United States had been picking up intelligence that Iran was threatening American interests in the Middle East, although he offered no details, according to two Iraqi officials.

A few days later, as U.S.-Iranian tensions continued to rise, the State Department ordered all nonessential, non-emergency government staff to leave Iraq.

Employees of energy giant ExxonMobil also have begun evacuating from an oil field in the southern Iraqi province of Basra.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג מאי 19, 2019 5:33 pm

איינער זאל אריין קומען אויף אידיש
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 19, 2019 5:49 pm

ראקעט קראכט נעבן יו. עס. אמבאסאדע
א ראקעט האט געקראכט זונטאג אין די איראקע'ס קאפיטאל הויעך באשיצטע גרינע זאנע, ווייניגער פון א מייל פון די שפרילנדע אמעריקאנע אמבאסאדע.

די אטאקע אין סענטראל באגדאד, וואס האט נישט געקאסט קיין לעבן, איז געקומען נאך אנגעצויגנע טעג אינ'ם ראיאן וואס אמעריקע האט געשיקט אסאך מלחמה שיפן דארט.
בעסעקלי מ'זאגט (מ'ווייסט) איראן האט עס געטוען.
און מ'האט מורא אז באגדאד קען זין א וויקטאם פונ'ם מלחמה נאכדעם וואס עס האט סיי אמעריקאנער און איראנער סאלדאטן.



אגב, Google translate מעג שוין אריינקומען מיט א קלארע אידיש, פרובירט עס צו טראנזילירן, נישט געשטימט קיין איין ווארט.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » זונטאג מאי 19, 2019 5:51 pm

דאס ווייסט שוין אויף מאכט!
ארויס צוטוויטן א סטראשע צו די איראנער רעגירונג, ווארשיינדליך בעת ווען ער זיצט אויף זיין גאלדענעם בית הכבוד..
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג מאי 19, 2019 6:18 pm

@ וואס טוט זיך

"אגב, Google translate מעג שוין אריינקומען מיט א קלארע אידיש, פרובירט עס צו טראנזילירן, נישט געשטימט קיין איין ווארט"

עס איז דא ערגעץ אויף גוגל ווי מען קען איבער קוקן זאצען און שרייבן פארעכטונגען, איך פלעג עס אסאך מאל טוהן, אבער זייער מעין סורס פון אידיש איז נישט קיין היימישע אידיש.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 19, 2019 6:24 pm

עס קומט נישט דווקא אריין היימישע אידיש
למשל fortified- פארטיפייד כמעט אלע ווערטער זענען אזוי געווען.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 21, 2019 2:55 pm

די מאכטפולע לעבאנעזער טעראר ארגאניזאציע כיזבאלא האט לאנגע יארן געבליעט א דאנק די קעש און אנדערע שטיצע וואס זי האט באקומען פון איראן, וואס דאס האט זי אויסגעגעבן צו בענעפיטירן אירע מיטגלידער און פארטיילן סאציאלע געלטער פאר אירע שטיצער – אויסער פינאנצירן מיליטערישע אפעראציעס און וואפנס.

אצינד מיט פרישע שטייפע אמעריקאנער סאנקציעס, איז געווארן ביטער שווער פאר איראן אנצוגיין מיט דער שטיצע פאר כיזבאלא, און א "וואשינגטאן פאוסט" באריכט דעקט אויף אז כיזבאלא פלאגט זיך צוליב דעם געפערליך.

איד דעילי
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך מאי 22, 2019 12:13 pm

.

שׁעמעדיגער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מאי 22, 2019 12:14 pm

א. טראכטער האט געשריבן:.

He sent 1 big aircraft carier
?what else

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 22, 2019 12:20 pm

די מלחמה האט זיך ב"ה נאך נישט אנגעפאנגען (עס האלט ביים אויס פלאצען עהני טאג), אבער דער פאליטישע מלחמה דא אין אמעריקע (בנוגע טראמפ און זיין צוגאנג) האט זיך שוין אנגעהויבען אין גרויסען.

די דעמאקראטען באווארנען זיך אויף ביידע וועגען (און רעדען פון ביידע זייטען פון זייער מויל), אויב עס געלונגט צו נעמען קרעדיט, און אויב ח"ו נישט צו בלעימען טראמפ אין ווילד האנדלען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 22, 2019 3:18 pm

SPUSMN האט געשריבן:די מלחמה האט זיך ב"ה נאך נישט אנגעפאנגען (עס האלט ביים אויס פלאצען עהני טאג), אבער דער פאליטישע מלחמה דא אין אמעריקע (בנוגע טראמפ און זיין צוגאנג) האט זיך שוין אנגעהויבען אין גרויסען.

די דעמאקראטען באווארנען זיך אויף ביידע וועגען (און רעדען פון ביידע זייטען פון זייער מויל), אויב עס געלונגט צו נעמען קרעדיט, און אויב ח"ו נישט צו בלעימען טראמפ אין ווילד האנדלען.

איך האלט נישט אז עס האלט ביים אויספלאצן עני דעי, חוץ אויב עס געשעהט א מיס-קאלקולעישן ערגעצוואו אינדערצווישן.
אגב, הערשל פריעדמאן האט א שיינע אנאליז איבער די נושא, אויף 1-1-8 אויף קו"מ.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 22, 2019 4:11 pm

וואס מיינט א מיס-קאלקולעישן? די דעמעקראטען זענע ביזי מיט מיס-קאלקולעישען ווי דאס איז דער מעיק-אול ענד דא-אול. האט מען אמאל געהערט אזא שפראך? זענען אלע מלחמות זייט בריאת העולם געווען מיס-קאלקולעישאן'ס? אוודאי יא; פאר דער לוזינג סייד! (ווי נאפאליען האט געזאגט: א מלחמה וואס איך גיי געווינען איז א מצוה אנצוהייבען, און א מלחמה וואס איך גיי פארלירען איז א עבירה אנצוהייבען; אבער ווי נעמט מען די שכל צו וויסען וועליכע מלחמה איך גיי געווינען און וועליכע איך גיי פארלירען)

מיס-קאלקולעישען איז דער בוגי-מען דא.

(ואגב, אז דער שונא זאל מיס-קאלקולעיטען (עוורי סטעפ אוו דע וועי) איז איינע פון די תכסוסי מלחמה, אבער נאר א טאקטיק, נישט בעצם דער "סיבה" פון מלחמה. סאו אפשר וויל מען גאר א מיס-קאלקולעישען...)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:46 am

אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער ''דזשאן באלטין'' האט היינט געזאגט אז ס'איז כמעט זיכער אז איראן האט דורך געפירט די אטאקע'ס אויף אויל שיפן אין די וואסערן פון די אראבישע עמיראטן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:46 am

דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוהאני האט נעכטן געזאגט, אז געשפרעכן מיט אמעריקע זענען א שטארקע מעגליכקייט, אבער נאר אויב אמעריקע וועט אראפנעמען די פרישע סאנקציעס וואס זענען לעצטנס ארויפגעשטעלט געווארן.

רוכאני'ס קאמענטארן זענען געקומען געציילטע טעג נאכדעם וואס מען האט געהערט פון פרעזידענט טראמפ ווייכערע קאמענטארן איבער איראן, ווען ער האט געזאגט אז ער זוכט נישט רעזשים טויש און אז ער איז גרייט צו מאכן א דיעל מיט איראן איבער זייערע נוקלעארע וואפנס.

איד דעילי
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:34 pm

עס הייסט אז שטילע געשפרעכען (אזעליכע געשפרעכען וואס יעדען צד קען אפלייקענען) גייט אן. איראן שפירט זיך קארנערד (זיי שרייען ווי איינער וואס איז קארנערד - ווי א קאץ אין א זאק), און דער פרעזידענט קען יעצט עפארדען צו גיין א ביסל ווייכער. אולי וועט איראן צוריק בעקען נאכען זעהן אז זי שטייט אלעס צו פארלירען; די רעזיעם מיט דער רעוועלושען אויך, און די ענדע פון די שיאיטישע חלום.

און נארט קאריע איז א סייד שאו. אויב ברעכט מען איראן האט מען שוין אין די האנט נארט קאריע אויך. נארט קאריע איז קליין פאטעטאוס קעגען איראן; כינע מיט רוסלאנד זענען נישט גרייט אויס צו שטרעקען די האלז פאר זיי, משא"כ איראן וואס זיי בעקען דיפלאמאטיש און פיזיש זייער שטארק און העלפען זיי סירקומווענטען די סאנקציעס צו האבען א פאר טאלער צו סורווייווען און איבערלעבען דער בייזע טראמפ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:25 am

וואס גייט פאר מיט שיף וואס ברענט איינער קען אריין קומען מיט אינפא.
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:16 pm

שקר האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט שיף וואס ברענט איינער קען אריין קומען מיט אינפא.

היינט זענען ווידעראמאל צוויי אויל טאנקיר שיפן – מיט טראנספארטן פון סאודי אראביע קיין יאפאן און אנדערע לענדער - אטאקירט געווארן אינעם פערסישן גאלף נעבן איראן, א חודש נאכדעם וואס פיר טאנקיר שיפן זענען געשעדיגט געווארן אינעם זעלבן ראיאן. אבער דאסמאל איז די אטאקע געווען ערנסטער און די שיפן זענען ארויף אין פלאמען.

קיין שום רעגירונג אדער גרופע האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט סיי פאר די היינטיגע אטאקע און סיי פאר די אטאקע פאריגע חודש, אבער דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט געזאגט אז עס איז ״כמעט זיכער״ אז איראן שטייט דערונטער.

די איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן אין תימן האבן דורכגעפירט ענליכע אטאקעס אויף אויל איינריכטוגנען אין סאודי אראביע, אבער עס איז נישטא קיין באווייזן אז זיי שטייען אונטער די אטאקע, פארט אבער האט א סאודיער ווארטזאגער געזאגט אז די אטאקע איז די אקט פון א ״רעגירונג-געשטיצטע״ טעראר גרופע, אבער האט נישט קלאר דערמאנט איראן.

איראן לייקנט סיי וועלכע פארבינדונג צו די אטאקעס, און דער איראנער אויסערן מיניסטער האט אנגעדייטעט איבער א מעגליכע קאנספיראציע אז די אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דורך אזעלכע וועלכע האבן אן אינטערעס צו אנזייען א קריזיס, אבער האט נישט אנגעגעבן קיין ספעציפישע לאנד אדער גרופע אויף וועמען ער לייגט דעם פארדאכט.

די אינצידענט ברענגען אן אינטערנאציאנאלע זארג אז דאס קען פירן צו א פולשטענדיגע קריג צווישן סאודי אראביע און איראן, און קומט אין די זעלבע צייט וואס דער יאפאנער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי געפונט זיך אין איראן ארבעט שווער צו בארואיגן די געמיטער און ברענגען א שטילשטאנד.

jp
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4045
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:18 pm

א וויכטיגע פוינט איז אז איינס פון די שיפן וואס זענען היינט אטאקירט געווארן געהערט צו יאפאן.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:04 pm

Think and Thank האט געשריבן:א וויכטיגע פוינט איז אז איינס פון די שיפן וואס זענען היינט אטאקירט געווארן געהערט צו יאפאן.

דאס איז שוין טאקע א חוצפה. יאפאן'ס אבעי איז דאך יעצט געווען אין איראן פאר א באזוך.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 14, 2019 2:04 pm

דער ׳סענטראל קאמענד׳ אפטיילונג פונעם אמעריקאנער מיליטער – וואס פארפיגט אויף די אקטיוויטעטן אינעם מיטל מזרח – האט ארויסגעגעבן א ווידעאו אין וועלכע אן איראנער מיליטערישע שיפל דערנענטערט זיך צו א טאנקיר שיף און נעמט אוועק אן איינגעפלאנצטע מינע.

די מיליטער זאגט אז דאס איז א באווייז אז איראן איז געשטאנען אונטער די אטאקע, און זיי האבן אוועקגענומען דעם אומאויפגעריסענע מינע כדי נישט צו איבערלאזן קיין שפורן. און אז דאס איז א באווייז אז איראן שטייט אונטער די נעכטיגע אטאקעס אויף צוויי אויל טאנקיר שיפן אינעם פערסישן גאלף.

פרעזידענט טראמפ האט – אין אן אינטערוויו היינט אינדערפרי – געזאגט אז דער ווידעאו איז א קלארע באווייז אז איראן איז געשטאנען אונטער די נעכטיגע אטאקע, און האט אנגערופן איראן א ״לאנד פון טעראר״ און צוגעלייגט אז זיי זענען ״אין גרויסע צרות״.

א ווארטזאגער פאר די מיליטער האט געזאגט אז אמעריקע באטראכט וויאזוי צו פארשטערקערן אירע פאטראל קרעפטן אינעם פערסישן גאלף צו באשיצן דעם וואסער וועג פון טעראר, און די אמעריקאנער נעיווי האט שוין ארויסגעשיקט פרישע אנטי-סומבארין פאטראל שיפן אין ליכט פון דעם אינצידענט.

איראן האלט זיך ביי אירס, און לייקענט קאטעגאריש אז זי זאל האבן געשטאנען אונטער די אטאקע, און די יאפאנעזער פירמע וועלכע אפערירט דעם טאנקיר שיף האט אויך אויסגעדריקט סקעפטיציזם איבער דעם ווידעאו זאגנדיג אז זייער אפשאצונג איז אז דער שיף איז אטאקירט געווארן פון א פליעדיגע אביעקט און נישט צוגעטשעפעטע מינעס.

jp
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 17, 2019 11:51 am

ענגלאנד האט נעכטן געזאגט אז זיי שטיצן אמעריקע'ס אויספיר, אז איראן איז פאראנטווארטליך פאר די סאבאטאזש אטאקעס אויף די צוויי טאנקער שיפן פאריגע ענדע וואך.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יוני 17, 2019 12:45 pm

קען איינער ברענגען די ווידיאו וואס די מיליטער האט ארויסגעגעבן?

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג יוני 17, 2019 1:29 pm

פארוואס איז אמעריקע פארמישט דערין? עס איז געווען אן אמעריקאנער שיף וואס מען האט אטאקירט?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 17, 2019 4:14 pm

דער נוקלעארער אגענטור אינעם איראנער רעזשים האט היינט מאנטאג צום ערשטן מאל געמאלדן אז זי שאקלט זיך אפ פון אירע פארפליכטונגען וואס זי האט זיך אונטערגענומען אינעם אפמאך וואס זי האט אונטערגעשריבן אין 2015 מיט אמעריקע און נאך פינף גרויסמאכן, און זי וועט פאראויסגיין מיט איר נוקלעארן פראגראם און דאס בארייכערן אוראניום אויף א שטאפל וואס ערמעגליכט די אנטוויקלונג פון נוקלעארעא וואפן, און זי וועט דאס שוין טון אין די קומענדיגע צען טאג.

דער מעלדונג ווערט געזען ווי א ווארנונג צו די אייראפעאישע לענדער וואס פרובירן צו האלטן איראן צום אפמאך אז זיי מוזן איר העלפן מיט איר שווערע עקאנאמישע צושטאנד וואס איז פארארגערט געווארן צוליב די באנייטע אמעריקאנער סאנקציעס.

JP
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 17, 2019 4:15 pm

אן אמעריקאנער באאמטער האט געזאגט פאר די פרעסע אז אין די שטונדן בעפאר די אטאקע אויף צוויי אויל טאנקירן אינעם פערסישן גאלף האט אן איראנער שיף פרובירט צו אראפקראכן אן אמעריקאנער פאטראל דראון וואס האט געשוועבט אין די אומגעגענט וואו די אטאקע איז פארגעקומען.

דער אנטי-עירקרעפט מיסיל האט אבער פארפאסט דעם ציל און געלאנדעט אין וואסער.

דער באאמטער זאגט אז דער דראון האט באאבאכט איראנער שיפן וועלכע האבן זיך געפונען נאנט צו די אויל טאנקירן אויף א פארדעכטיגטע אופן, אבער ווי עס שיינט האט דער דראון נישט אויפגעכאפט דעם אטאקע זעלבסט.

די אויפדעקונג ווארפט א ליכט פארוואס אמעריקאנער באאמטע האבן באלד באשולדיגט איראן אין די אטאקע.

JP
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 37 געסט