אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:12 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איראן האט ארויסגעגעבן א ווידיאו ווי זיי שיסן אראפ די דראון
https://www.dropbox.com/s/vgi414x6io2ll ... e.mp4?dl=0

לפי עשירות דעתי נראה אז איראן וויל אינטערציפן דעם טראמפל וויסנדיג אז אמעריקע זיכט נישט קיין מלחמות יעצט (אויב ער ווייסט טאקע אויף זיכער... גיי ווייס וויזוי ער זאל קענען וויסן פאר זיכער...). אדער איז ער געווען זייער איינגעצויגן די לעצטע שטיק צייט און יעצט האט ער שוין געקראכט אויף אלע פראנטן. ס'איז אים עס גראדע געלונגן (וויזוי ס'קוקט יעצט אויס) טראמפ זיצט און שיסט זיינע מעסידזשעס ס'סאונד נישט אז ער גייט אריין גיין אין מלחמה יעצט. מסתם גייט אים אמעריקע געבן אזא געזונטן שטויס פון אינטן [אוווווווו...טש] אז איראן וועט באסטן אלל דע וועי... מיר ווארטן מיט שפאנונג הער פרעזידענט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:37 pm

טראמפ גלייכט נישט די שנעלקע פון איראן קומט ער מיט א באבע תירוץ אז ס'געווען א טעות.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:44 pm

א מלחמה פון אמעריקע מיט איראן וועט זיין א קאטאסטראפע. (וועלאדימיר פוטין)
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:49 pm

ווען ס'געשעהט אונטער אבאמא איז ער א טשעמבערלין א שוואכלונג,אין די זעלבע מיט נארט קאריע, ווען ס'זאל זיך אפשפילן אונטער אבאמא, וואלט יעדער ביזי געווען,וואסערע טשיקן אבאמא איז, סאם האו אונטער טראמפ טראץ אלע הילכיגע דורכפעלער, איז ער פארבליבן א מעכטיגע היראו.
#דאפעלטע סטאנדארטן
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:55 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:ווען ס'געשעהט אונטער אבאמא איז ער א טשעמבערלין א שוואכלונג,אין די זעלבע מיט נארט קאריע, ווען ס'זאל זיך אפשפילן אונטער אבאמא, וואלט יעדער ביזי געווען,וואסערע טשיקן אבאמא איז, סאם האו אונטער טראמפ טראץ אלע הילכיגע דורכפעלער, איז ער פארבליבן א מעכטיגע היראו.
#דאפעלטע סטאנדארטן

מעכטיג און שטארק איז ער. אבער פאני און טשיקאוו איז ער אויך. ס'איז נישט קיין סתירה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:59 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:ווען ס'געשעהט אונטער אבאמא איז ער א טשעמבערלין א שוואכלונג,אין די זעלבע מיט נארט קאריע, ווען ס'זאל זיך אפשפילן אונטער אבאמא, וואלט יעדער ביזי געווען,וואסערע טשיקן אבאמא איז, סאם האו אונטער טראמפ טראץ אלע הילכיגע דורכפעלער, איז ער פארבליבן א מעכטיגע היראו.
#דאפעלטע סטאנדארטן

האב געדולד
עפעס קומט

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:12 pm

http://www.hebrewbooks.org/shas.aspx?me ... format=pdf
עיין תוד׳׳ה משכא, -אין לנו השגה בדבריהם הקדושים- פשוט צו טראכטן מיט א העכערן בליק ׳׳אלעס ווערט געפירט מיט א פינקטליכקייט פון אויבן׳׳! למען התיקון השלם און צום גרויסן התגלות כבוד שמים.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:34 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:ווען ס'געשעהט אונטער אבאמא איז ער א טשעמבערלין א שוואכלונג,אין די זעלבע מיט נארט קאריע, ווען ס'זאל זיך אפשפילן אונטער אבאמא, וואלט יעדער ביזי געווען,וואסערע טשיקן אבאמא איז, סאם האו אונטער טראמפ טראץ אלע הילכיגע דורכפעלער, איז ער פארבליבן א מעכטיגע היראו.
#דאפעלטע סטאנדארטן

האב געדולד
עפעס קומט

האסט עני ריזען וואס מאכט דיר טראכטן אזוי?

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:ווען ס'געשעהט אונטער אבאמא איז ער א טשעמבערלין א שוואכלונג,אין די זעלבע מיט נארט קאריע, ווען ס'זאל זיך אפשפילן אונטער אבאמא, וואלט יעדער ביזי געווען,וואסערע טשיקן אבאמא איז, סאם האו אונטער טראמפ טראץ אלע הילכיגע דורכפעלער, איז ער פארבליבן א מעכטיגע היראו.
#דאפעלטע סטאנדארטן

האב געדולד
עפעס קומט

האסט עני ריזען וואס מאכט דיר טראכטן אזוי?

טראמפ איז היינט פרעזידענט
די צייטן פון סטראשנען אין גארנישט טוהן האט זיך גענדיגט
Jan 20 2017
אפשר נישט וואס דו טראכסט קומט
אבער עפעס גייט קומען אנלעס איראן געבט זיך אינטער פארדעים

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יוני 20, 2019 7:10 pm

מלחמה אדער דירעקטע אטאקע איז ניט קיין גריגע וועג ארויס דא
די גרינגסטע וועג ארויס איז אז טעהעראן זאל מיסטריעז... פארלירן זייער עלעקטריק פאר 3 טעג און מ'זאל שפעקילירן... אז מסתם איז עס א נקמה פון אמעריקא

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 20, 2019 7:19 pm

:lol:
עולם האמת האט געשריבן:מלחמה אדער דירעקטע אטאקע איז ניט קיין גריגע וועג ארויס דא
די גרינגסטע וועג ארויס איז אז טעהעראן זאל מיסטריעז... פארלירן זייער עלעקטריק פאר 3 טעג און מ'זאל שפעקילירן... אז מסתם איז עס א נקמה פון אמעריקא
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:09 pm

הרב עולם האמת שליט"א - זייער גוט געזאגט.

היינט צו טאג גייען רוב זאכן אן שטילערהייט, מען שיקט אריין א וויירוס אין קאמפיוטער סיסטעם, מען שאנטאזשירט א פאוער פלענט אדער אנדערע וויכטיגע פעסילעטי, וכדומה וכדומה.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:15 pm

וואס איך בין זיכער, וואטעווער טראמפ גייט טוהן וועלן די זעלבע ניקס האלטן איז משוגע קלוג, און די זעלבע ניקס טויט משוגע.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:28 pm

איינער קען ארויפלייגן די קליפ וואס אמעריקא האט ארויסגעלייגט פון די דראון אטאקע?
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:31 pm

דממה דקה האט געשריבן:וואס איך בין זיכער, וואטעווער טראמפ גייט טוהן וועלן די זעלבע ניקס האלטן איז משוגע קלוג, און די זעלבע ניקס טויט משוגע.


אויב לאזט ער עס אדורך מיט גארנישט איז ער די שוואכלינג פונעם סענטרי, אפילו ער איז סטראטעגיש מיט זיין גארנישט טאן. אויב ריאגירט ער און ס׳ענדיגט זיך מיט דעם איז ער א געווינער.

אויב פארט עס חלילה אריין אין א מלחמה איז עס נישט זיין שילד, אבער זיין ביטערע דורכפאל.

מיין פרעדיקשן? ס׳גייט מסתמא זיין נייעס נאך ביפאר שבת.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:52 pm

דממה דקה האט געשריבן:וואס איך בין זיכער, וואטעווער טראמפ גייט טוהן וועלן די זעלבע ניקס האלטן איז משוגע קלוג, און די זעלבע ניקס טויט משוגע.

וואס פאלט אייך איין? אויב גייט ער רעאגירן, איז ער נישט משוגע און נישט קלוג נאר עס וועט ווייזן שטארקייט און פירערשאפט און אויב טוהט ער גארנישט איז ער א שוואכלינג.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:01 pm

די FAA האט ארויסגעשטעלט א פרי-ווארענונג אויף א מעגליע טאטאלע פארבאט פאר ציווילע קאמערציעאלע פליגער צו פליען העכער איראנער קאנטראלירטע הימלען, פערסישע גאלף און גאלף אוו תימן.

אלטס ריזאלטאט האבן עטליכע ליפטליניעס אפגערופן זייערע רייזעס אינעם ראיאן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די FAA האט ארויסגעשטעלט א פרי-ווארענונג אויף א מעגליע טאטאלע פארבאט פאר ציווילע קאמערציעאלע פליגער צו פליען העכער איראנער קאנטראלירטע הימלען, פערסישע גאלף און גאלף אוו תימן.

אלטס ריזאלטאט האבן עטליכע ליפטליניעס אפגערופן זייערע רייזעס אינעם ראיאן.

Wow.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:12 pm

ניו יארק טיימס

WASHINGTON — President Trump approved military strikes against Iran in retaliation for downing an American surveillance drone, but pulled back from launching them on Thursday night after a day of escalating tensions.

As late as 7 p.m. Thursday, military and diplomatic officials were expecting a strike, after intense discussions and debate at the White House among the president’s top national security officials and congressional leaders, according to multiple senior administration officials involved in or briefed on the deliberations.

Officials said the president had initially approved attacks on a handful of Iranian targets, like radar and missile batteries.

The operation was underway in its early stages when it was called off, a senior administration official said. Planes were in the air and ships were in position, but no missiles had been fired when word came to stand down, the official said.

It was not clear whether Mr. Trump simply changed his mind on the strikes or whether the administration altered course because of logistics or strategy. It was also not clear whether the attacks might still go forward.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

באריכט: טראמפ ציהט צוריק פון באשטעטיגטע אטאקע אויף איראן

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:15 pm

דער פערסטידשפול ניו יארק טיימס באריכטעט היינט דאנערשטאג נאכט, אז היינט דורכן טאג האט פרעזידענט טראמפ באשטעטיגט א נקמה אקציע אויף איראן פארן אראפשיסן דער אמעריקאנער פיילאטלאזער שפיאנאזש פליגער, אבער יעצט דאנערשטאג ביינאכט האט טראמפ צוריקגעצויגן פון זיין באשטעטיגונג, נאך א טאג פון אנגעצויגענקייט אויף די לאגע.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:19 pm

:shock:
The operation was underway in its early stages when it was called off

Planes were in the air and ships were in position, but no missiles had been fired when word came to stand down, the official said.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:23 pm

עירלי סטעדזשעס אין די אפעראציע, נישט אין די פלאנירונגען.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:25 pm

אויב איז שוין געווען אמעריקאנע מיליטערישע פליגער אין די לופטן אלץ טייל פון א רעאקציע, ווי ווייט האט איראן שוין געהאלטן היינט?

איז דאס געווען א פראבע צו זעהן ווי ווייט איראן גייט?

האט זיך די טראמפ אדמינ. דערשראקן פון די שריט וואס איראן האט גענימען, (אויב)?

״פארשטייט זיך אויב די ניו יארק טייימס באריכט איז נישט פעיק ניוז״
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:30 pm

מאדנע וואדאגייטפאר.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:30 pm

פרעזידענט האט געשריבן:דער פערסטידשפול ניו יארק טיימס באריכטעט היינט דאנערשטאג נאכט, אז היינט דורכן טאג האט פרעזידענט טראמפ באשטעטיגט א נקמה אקציע אויף איראן פארן אראפשיסן דער אמעריקאנער פיילאטלאזער שפיאנאזש פליגער, אבער יעצט דאנערשטאג ביינאכט האט טראמפ צוריקגעצויגן פון זיין באשטעטיגונג, נאך א טאג פון אנגעצויגענקייט אויף די לאגע.

ווי גייט נאר די מעשה ? די ברכה פונעם רבי"ן... אין די טרעין האט זיך נישט איבערגעדרייט...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הויעך, לפנות בוקר, מה אנו, שטארקע חסיד און 56 געסט