אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 5:57 pm

טראמפ האט געטוויט א בילד פון די דוכגעפאלענע סאטעליט ארויסשיס. די בילד איז אויסנאם קלאר און האט יעדעם איבערראשט מיט איר קלארע דעטאל.

EDPFB_XWkAY6QWB.jpeg
EDPFB_XWkAY6QWB.jpeg (109.6 KiB) געזעהן 1875 מאל


סנבס באריכט אז די בילד איז געווען טייל פון א סעקיוריטי בריעפינג וועלכע דער פרעזידענט האט היינט באקומען, אויב קוקט מען גוט קען מען מעקן א ווייסע צייכן אינדערמיט וואס באדייט אז די טוויט איז א בילד פון א פיזישע בילד

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:00 pm

אהא. מדינות ישראל צושטערט איראנער ראקעטן און אמעריקע האט די קלארע בילדער דערפון......... נישט שלעכט.

די נייעס באלאנגט מער אין טשיקאוו....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

איראן שטעלט דעדליין פאר נוקלעארע דיעל

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:09 am

טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן דערקלערט, אז זי גיט פאר אייראפע נאך צוויי מאנאטן אויפצוקומען מיט א פלאן צו ראטעווען דעם נוקלעארן דיעל. איראן פארלאנגט אז די אייראפעאישע לענדער, אינאיינעם מיט כינע און רוסלאנד, מוזן צושטעלן פאר איראן פרישע פינאנציעלע הילף, צוליב וואס זי ווערט געפלאגט פון די נייע סאנקציעס וואס אמעריקע האט ארויפגעשטעלט ביים זיך ארויסציען פונעם דיעל מיט א יאר צוריק. פראנקרייך האט רעאגירט צו איראן'ס דעדליין, זאגנדיג אז זיי זענען גרייט צוצושטעלן 15 ביליאן דאלער הלוואות פאר די איראנער עקאנאמיע.

פון ד.ד.א

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:17 am

איראן האט באפרייט זיבן פון די פארכאפטע מאטראזן אויף דער בריטישער אויל-טאנקיר שיף וואס זי האט פארכאפט אנהייב יולי אינעם פערסישן גאלף.

איראן זאגט אז זי באפרייט זיבן פון די מאטראזן פאר הומאניטארישע סיבות, און די זיבן זענען ערלויבט צו פארלאזן דאס לאנד.

איראן האט נישט קאמענטירט אויף פראגעס ווען זי וועט גענצליך באפרייען די שיף.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

איראן וועט מעלדן פרישע נוקלעארע שריט

תגובהדורך א גולם » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 8:44 am

טעהראן – דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני זאגט, אז זיין רעגירונג'ס נוקלעארע ענערגיע אגענטור גייט שבת מעלדן א פרישן שריט וואס וועט זיין א ווייטערדיגע פארלעצונג פונעם נוקלעארן אפמאך. רוכאני זאגט אז היינט פרייטאג עקספייערט א דעדליין וואס ער האט געגעבן פאר אייראפעאישע לענדער צו ראטעווען דעם אפמאך, און טראץ וואס ער האט זיי די וואך געגעבן נאך צוויי מאנאטן אויפצוקומען מיט געדאנקען, וועט זיין רעגירונג מעלדן די פרישע נוקלעארע שריט, צו צייגן אז זיי מיינען זייער ערנסט אז זיי וועלן אוועקשפאצירן פונעם גאנצן אפמאך.

פון ד.ד.א

עיר ואם בישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 6:02 pm

תגובהדורך עיר ואם בישראל » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:39 pm

טראמפ גייט זיצן מיט פרעזידענט פון איראן?

פדיון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:39 pm

תגובהדורך פדיון » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:00 pm

פרישע אנגעצויגענקייט היינט נאך דרואן אטאקע

לעכטל
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:04 pm

האלט איינער אז ס'גייט אויסברעכן א קריג אמעריקה מיט איראן?!
וויפיל איז די טשענס?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:14 pm

גוג ומגוג?

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:17 pm

פדיון האט געשריבן:פרישע אנגעצויגענקייט היינט נאך דרואן אטאקע

קום אריין קלאר, וואס איז געשען היינט ?
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
שלמה מולכו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:20 pm

יש בו האט געשריבן:
פדיון האט געשריבן:פרישע אנגעצויגענקייט היינט נאך דרואן אטאקע

קום אריין קלאר, וואס איז געשען היינט ?
צוגעלייגטע
123.PNG
123.PNG (18.15 KiB) געזעהן 1032 מאל

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:24 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
פדיון האט געשריבן:פרישע אנגעצויגענקייט היינט נאך דרואן אטאקע

קום אריין קלאר, וואס איז געשען היינט ?

נישט געפערליך, כ׳האב געמיינט אז מ׳רעדט פון עפעס א גוטס,
מיין אפשאצונג איז אז אמעריקע גייט סך הכל טוען עפעס א קליינט מינדערוויכטיגע סימבאלישע נקמה,
אבער נישט קיין מיליטערישע אפעראציעס,

נישטא פארוואס,
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:01 pm

סאודי אראביע האט נישט קיין מיליטער?
אמעריקע מאן דכר שמיה?

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:11 pm

יש בו האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
פדיון האט געשריבן:פרישע אנגעצויגענקייט היינט נאך דרואן אטאקע

קום אריין קלאר, וואס איז געשען היינט ?

נישט געפערליך, כ׳האב געמיינט אז מ׳רעדט פון עפעס א גוטס,
מיין אפשאצונג איז אז אמעריקע גייט סך הכל טוען עפעס א קליינט מינדערוויכטיגע סימבאלישע נקמה,
אבער נישט קיין מיליטערישע אפעראציעס,

נישטא פארוואס,
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:35 pm

אמעריקע דארף נישט און וועט נישט גיין אין מלחמה מיט איראן, צוליב סאודי אראביע.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 7:32 am

וואשינגטאן – נעכטן האט פרעזידענט טראמפ געסטראשעט איראן, אז אמעריקע שטייט גרייט און באוואפנט, צו רעאגירן צו סיי וועלכע געפאר, נאכדעם וואס איראן האט דורכגעפירט די מאסיווע אטאקע אויף עטליכע סאודי אראביע אויל פעלדער.

טראמפ האט געזאגט אז ער זוכט צו פארמיידן מלחמה פאר יעדן פרייז, אבער זיינע קאמענטארן זענען אויפגענומען געווארן ווי אן ענליכע סטראשע פון עטליכע מאנאטן צוריק, ווען ער האט ערנסט געפלאנט אן אטאקע אויף איראן, צוליב אן אראפגעשאסענעם דראון.

טראמפ זאגט אז אמעריקע האט קראנטע באווייזן אז איראן איז געשטאנען אונטער דער אטאקע אויף די סאודיער אויל פעלדער, אריינגערעכנט אז די מיסילס זענען ארויסגעשאסן געווארן פון איראנער טעריטאריע, און ער זאגט אז מ'וועט רעפרעזענטירן די באווייזן פאר די סאודיער.

פ.ד.ד.א

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:02 pm

דער עולם שלאפט דא...

עס זעהט אויס ווי עס גייט קומען א ערענסטע קאנטער אטאקע אויף איראן

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

!!!!!!!

תגובהדורך אור » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:04 pm

WASHINGTON: BREAKING: US Secretary of State says Saudi oil attacks by Iran are an act of war

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:04 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:דער עולם שלאפט דא...

עס זעהט אויס ווי עס גייט קומען א ערענסטע קאנטער אטאקע אויף איראן

איך העל דיר זאגן, טראמפ האט אינז שוין איינמאל דיסעפוינטעט דער עולם דארף נישט נאך איינס... לאל

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:08 pm

אור האט געשריבן:WASHINGTON: BREAKING: US Secretary of State says Saudi oil attacks by Iran are an act of war

געדענקסט נאך וואס מען האט געשריבן נאכן אראפגעשאסענעם דראון??.............

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:09 pm

אהבת השם האט געשריבן:
אור האט געשריבן:WASHINGTON: BREAKING: US Secretary of State says Saudi oil attacks by Iran are an act of war

געדענקסט נאך וואס מען האט געשריבן נאכן אראפגעשאסענעם דראון??.............

NO WAR IS COMING

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:15 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:דער עולם שלאפט דא...

עס זעהט אויס ווי עס גייט קומען א ערענסטע קאנטער אטאקע אויף איראן

וואו זעט אויס?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:21 pm

א act of war, אבער נישט אנטקעגן אמעריקע, אנטקעגן סאודי אראביע.

ביי די דראון איז דאס געווען קעגן אמעריקע

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:24 pm

סאודי אראביע זאל ביטע מוחל זיין און זיך אננעמען פאר זעך אליין.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:25 pm

פ''וו הערט מען גארנישט פון סאודי, זיי קענען זיך נישט פארמעסטן מיט איראן?

האקט
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 19 געסט