TRUMP vs. GOOGLE

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:42 pm

יש ברירה רעדט אויך פון די זעלבע סברה, איך האב נישט קיין געדלד מאריך צו זיין ווי אזוי די אלגאריטמס ארבעטן.

מייקראסאפט האט געדארפט צומאכן זייער שמועסעדיגער "AI BOT" אינעם ערשטען טאג וואס זיי האבן עס ארויסגעלייגט, ווייל מענטשען האבן גערעדט צי עם ראסיסטיש איז ער גראד געווארן א ראסיסט.

א גוטע משל וואס קענסט זיך אליין איבערצייגן: סערטש גוגל פאר א קאמפיוטער, גיי אריין צי די ערשטע 2 לינקס וואס זיי געבן דיר.

דערנאך באזוך 5 בלאגס. כאטש 2 פון די פינעף בלאגס וועלן האבן אדווערטייזמענטס פון קאמפיוטערס!!! ווייל גוגל'ס אלגאריטם האט אויפגעפאסט אז דאס זיכסטו איצט.
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מיטוואך אוגוסט 29, 2018 11:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:46 pm

Think and Thank האט געשריבן:די טוויטער אלגאריטעם ארבעט נישט אזוי, ווייל עס ארבעט נישט אזוי. אלס איינער וואס נוצט עס אפט און נוצט אפט די סירטש, קען איך זאגן בברירות אז ווען דו סירטשסט פאר 'פיפעל' קומט נאר ארויף אקאונטס וואס האבן די גענויע סירטש ווארט אין די נאמען אדער בייאו.

נישט וואר.

גיי ארויף און טשעק עס אויס.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:47 pm

יעצט טרעף איך גראדע יא טראמפ דארט אויפ'ן ליסטע אבער מיט נאך אסאך וואס האבן נישט די ווארט היטלער אין זייער נאמען אדער בייאו.

אהה, פריער האב איך געקוקט ביי די סירטש. דארט גיבן זיי טאקע נאר נעמען פון "היטלער" דארט איז טראמפ נישט דא.

ביי פיעפל געבן זיי געווענליך מער וועריפייד אקאונטס. און קיין וועריפייד עקאונטס מיט די ווארט היטלער איז לכו' (כמעט) נישטא, במילא געבן זיי אנדערע סעגדשעסשינס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:51 pm

Think and Thank האט געשריבן:די טוויטער אלגאריטעם ארבעט נישט אזוי, ווייל עס ארבעט נישט אזוי. אלס איינער וואס נוצט עס אפט און נוצט אפט די סירטש, קען איך זאגן בברירות אז ווען דו סירטשסט פאר 'פיפעל' קומט נאר ארויף אקאונטס וואס האבן די גענויע סירטש ווארט אין די נאמען אדער בייאו.

אויב האבן אסאך מענטשען געסערטש און ארומגערעדט איבער א פארבינדינג צווישן טראמפ און היטלער, וועט די אלגאריטם איינזאפן אינפארמאציע אז די 2 זאכן האבן א שייכות.

ווי געזאגט מייקראסאפטס באט איז געווארן א ראסיסט זייענדיג אין פאבליק פאר עטליכע שעה
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:12 am

יש ברירה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פון די הילל...

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... H9&ampcf=1

דא האסטו פון די וואשינגטאן פאוסט...

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... NE&ampcf=1

פאר אלע וואס קענען נישט עפענען די לינק; דארט שטייט אז די טוויטער "ארבעטער" האבן א מער לינקע בייעס. נישט די קאמפעני פאליסי, וועלכע איז נישט בייעסד און ווערט נישט אפעקטירט פיריעד.

"We need to constantly show that we are not adding our own bias, which I fully admit is ... is more left-leaning," Dorsey says.

"But the real question behind the question is, are we doing something according to political ideology or viewpoints? And we are not. Period,"


דא שטייט אז דער טוויטער CEO איז מודה אז זיי האבן א לינקע בייעס, אבער ס'עפעקט נישט זייער פאלעסי! דאס "זאגט ער"...

סאו ער איז מודה אז זיי ליינען לינקס, שכל זאגט אז ווען א מענטש ליענט לינקס, און דו זעהסט אז זאכן ווערן געטוהן מיט א לינקע מיינדסעט, איזעס לינקס! שוין כמעט ווי " פיטער סטראוק" וואס האט געהאלפן ריינוואשן קלינטאן, געעפנט אינוועסטיגעישן אויף טראמפ, און קלאר געוואלט קלינטאן זאל געווינען און פיינט געהאט טראמפ... אבער ער האט געלאזט זיין בייעס אינדרויסן...

טענק יו ווערי מאטש

מען האט געפרעגט פראוו אויף די פאקטישע בייעס, וואס איינער האט געשריבן איז א אויפגעוויזענע זאך. האסטו געזאגט אז טוויטער האט מודה געווען דערין, און געברענגט צוויי לינקס וואס זאגט בכלל נישט דאס און אויב עפעס דאס פארקערטע.

מען איז צוריק צו "סברה זאגט".

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז קלאר געפראווד אז די טעק קאמפעניס שפילען זיך ארום מיט די נייעס לטובת די ליבעראלע וכו' און אויך אז זיי האלטען די עקסטרים רעכטע אויף א אנדערע סטענדערד ווי די עקסטרים לינקע
די שאלה איז נאר ווי ווייט עס גייט אויף דעם קען שוין זיין א מחלוקת

Source for the clear proof?



למשל טוויטער האט אפן מודה געווען...



אנטשולדיגט, כאב פארגעסן אז מ'לעבט היינט אין טראמפ'ס צייטן, זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט האבן זיך אסאך נארמאליטעטן געטוישט... למשל פיטער סטראוק האט קלאר געהאט בייעס, און ער האט געטוהן ראנג זאכן ביי די קלינטאן אינוועסטיגעישן און ביי די טראמפ אינוועסטיגעישן... אבער "ס'איז נישטא קיין פראףף אז בייעס האט גורם געווען ער זאלעס טוהן"...

עכ"פ אונטער נארמאלע אומשטענדן, ווער ס'האט מיטגעהאלטן די נייעס די לעצטע שטיק צייט אז טוויטער ווערט באשולדיגט אין צענזורירן קאנסערוועטיווס, ווען ס'קומט ארויס אזא נייעס הייסט עס מעידזשער! דער טוויטער CEO האט מודה געווען אז זיי זענען בייעסד! אבער ניין! סידעך טראמפ צייטן... האסט פראףף? כ'מיין, האסט געוואלט אז ער זאל ארויסקומען זאגן אז די קאמפאני איז קאראפטעד פון קאפ ביז פיס? אין פאקט, שרייבן ביידע אז ער " עדמיט"... לשטתך, צו וואס האט ער עדמיטעד? נאר אין די וועלט פון קאממאן סענס, ווען א וועבסייט שנייד פון רעכטע, און צום סוף שטעלצעך אויף די "CEO" און זאגט אז די טאפ חברה זענען בייעסד צו לינקס, הייסטעס מודה געווען!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:15 am

יש ברירה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דא איז די בייעס טשאַרט אויף וואס די גוגעל עלעגעישינס זענען באזירט

ס'נישט ווער ס'זאל לאכן.

אינפא ווארס איז מער לינק ווי די אטלאנטיק איז רעכט. פאקס ניוז איז כמעט ביים צענטער. די וואל סטריט זשורנאל איז אביסל אריין אין די לינקס....

חחח

יעצט זעה נאך עטליכע נעמען וועלכע זענען מער אין די לינקע זייט פונעם רעכטן קאלום.

די בלעיז
נעשנעל ריוויא
די פעדערעליסט
דראדזש רעפארט....


ווער זאגט דיר אז די טשארט האט עפעס מיט די עלעגישענס? דאס איז א טשארט וואס איינע פון די וועבסייט האבן געמאכט... כ'ווייס נישט די קראנקהייט דערפון, אבער ווען פאליטיפעקט און די וואשינגטאן פאוסט פעקט טשעקט האבן זיי זייער אייגענע רעאלעטי און פאקטן, איי געסס דער טשארט מאכער האצעך זיינע פאקטן אויף וואס ער בעיסד עס... אבער כ'זעה נישט פארוואס אויף דעם איז גע'בעיסד די גוגל קלעים...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:19 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שטיין האט געשריבן:מען רעד שוין וועגן מאכן רגלאציעס פאר גאגול

רעגולאציעס בעלאנגט פאר דעמאקראטן, ריכטיג?



ניין! פארקערט, די דעמעקראטן זענען קעגן געוויסע רעגולאציעס, א שטייגער ווי די קאנסטעטושן מיט די אמענדמענטס...

כ'מיין, איז דען אלע רעגולאציעס גלייך?

נישט ווייל כ'ווייס פון וואס די רעדע איז, כאניש געזעהן מ'זאל פארשלאגן רעגולאציעס.. ווען מ'רעדט פון רעגולאציעס קענעס מיינען אסאך זאכן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:36 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אנטשולדיגט, כאב פארגעסן אז מ'לעבט היינט אין טראמפ'ס צייטן, זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט האבן זיך אסאך נארמאליטעטן געטוישט... למשל פיטער סטראוק האט קלאר געהאט בייעס, און ער האט געטוהן ראנג זאכן ביי די קלינטאן אינוועסטיגעישן און ביי די טראמפ אינוועסטיגעישן... אבער "ס'איז נישטא קיין פראףף אז בייעס האט גורם געווען ער זאלעס טוהן"...

עכ"פ אונטער נארמאלע אומשטענדן, ווער ס'האט מיטגעהאלטן די נייעס די לעצטע שטיק צייט אז טוויטער ווערט באשולדיגט אין צענזורירן קאנסערוועטיווס, ווען ס'קומט ארויס אזא נייעס הייסט עס מעידזשער! דער טוויטער CEO האט מודה געווען אז זיי זענען בייעסד! אבער ניין! סידעך טראמפ צייטן... האסט פראףף? כ'מיין, האסט געוואלט אז ער זאל ארויסקומען זאגן אז די קאמפאני איז קאראפטעד פון קאפ ביז פיס? אין פאקט, שרייבן ביידע אז ער " עדמיט"... לשטתך, צו וואס האט ער עדמיטעד? נאר אין די וועלט פון קאממאן סענס, ווען א וועבסייט שנייד פון רעכטע, און צום סוף שטעלצעך אויף די "CEO" און זאגט אז די טאפ חברה זענען בייעסד צו לינקס, הייסטעס מודה געווען!

הייסטעס איידער דער סי אי או האט "מודה" געווען האסטו געהאט א ספק אז די טעק חברה פון טוויטער באזירט אין קאליפארניע... זענען מער לינק געשטימט. דאס איז די גרויסע הודאה.

אבער אלענפאלס ווען די שרייבסט ווען דאס וואלט איך גארנישט געזאגט. דיין תגובה האט מכלומר'שט געדארפט זיין פראף אז זיי טוען זיך פאקטיש באגיין מיט בייעס קעגן רעפאבליקאנער דעריבער האב איך פשוט געצייגט אז דאס איז נישט וואס די לינקס שרייבן.

וועגן די צווייטע תגובה. די פאקס ניוז באריכט וועלכע האט ווארשיינליך געטריגערט די טראמפ מעסידש איז געווען איבער א קאנסערוואטיווע פירמע וואס זאגט אז גוגעל באקריוודעט זיי און האבן דעריבער געמאכט אין אויספארשונג... באזירט אויף דעם טשארט.

און אײדער די פרעגסט, ניין כ'האב נישט קיין פראוו אז טראמפ'ס טוויט ארויס אין א גרינעם טאג האט עפעס מיט די פאקס באריכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:46 am

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די צייטונגען שרייבן אז ער האט "מודה געווען" ? וואס האטער עדמיטעד?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:50 am

גוטע פראגע. וואס איז דיין פוינט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:53 am

די פוינט איז אז נארמאל פארשטייט יעדער אז ס'איז געווען עלעגישענס, און ער האט עדמיטעד... לויט דיר דארף ווען שטיין אז ער האט עס געלייקענט! ער האט געזאגט סינישט אמת... נאר ווי געשריבן, ער האט מודה געווען אז זיי זענען בייעסד!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:58 am

ניין דאס איז נישט אמת נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען שרייבט עס איבער.

פון די הילל
"We need to constantly show that we are not adding our own bias, which I fully admit is ... is more left-leaning," Dorsey says.

"But the real question behind the question is, are we doing something according to political ideology or viewpoints? And we are not. Period," he added.


פון וואשינגטאן פאוסט קלאר אין די העדליין אזוי ווי דו זאגסט עס וואלט געדארפט שטיין
Twitter CEO Jack Dorsey admits ‘left-leaning’ bias but says it doesn’t influence company policy

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:02 am

בקיצור, מארגן גיי איך דיר דארפן פראוון אז דער איד איז פראו מהרי"י און דער בלאט פרא מהר"א...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:04 am

ניין, דאס ווייס איך. די צייטונגען זענען אפציעל ארויסגעבן פאר זייער פארטיי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:06 am

האסט פראףף?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:12 am

ניין כ'האב נישט צו די האנט. אבער כ'קען גרינג שאפן... זיי באהאלטן דאס נישט.

און יא איך וועל דיך געבן די ליין וואס דו זוכסט "איך דארף נישט קיין פראף דאס צו וויסן".

וועסטו זאגן אז דו דארפסט נישט קיין פראף פאר טוויטער. אקעי. אנדערע ברויכן יא ווייל טוויטער פאר די ליבעראלן איז נישט ווי די איד פאר מהר"יי

ראגעלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:20 am

אבער פאקס נוז פאר די קאנסעווערטיוון איז יא ווי דער בלאט פאר מהר"א....

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6757
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:36 am

גאגל האט שוין געטוישט די ראסל סענאט געביידע צו דזשאן מקעין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 10:12 am

הכל הבל האט געשריבן:גאגל האט שוין געטוישט די ראסל סענאט געביידע צו דזשאן מקעין

התגלה קלונם
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 11:58 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די צייטונגען שרייבן אז ער האט "מודה געווען" ? וואס האטער עדמיטעד?

גוט גוט, אויב וויל מען גוט ארויסהאבן א ענין ברויך מען קוקן ווי אזוי די צייטענגען ברענגען עס ארויס.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:01 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די צייטונגען שרייבן אז ער האט "מודה געווען" ? וואס האטער עדמיטעד?

גוט גוט, אויב וויל מען גוט ארויסהאבן א ענין ברויך מען קוקן ווי אזוי די צייטענגען ברענגען עס ארויס.

איך צי צוריק. מן הסתם האסטו זיך באצויגען צו דארסי אייגענע ווערטער וואס זאגט אז ער "אדמיט"
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:14 pm

ווען מען ווייסט סתם אז איינער איז בייעס, דארף מען פרוף אז ער טוט ״יא״ דיסקרימינירן.

אבער ווען מען זעט אז איינער טוט מאדנע זאכן לטובת איין זייט, למשל שטרויזאק אין די קלינטאן קעיס און טוויטער מיט די קאנסערוואטיוון, און מען ווייסט אויך אז יענער איז בייעס, דאן דארף מען פרוף אז די צוויי זאכן האבן ״נישט״ קיין שייכות, ופשוט.

אידן איך בעט אייך... אביסל קאמען סענס, פליז!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:19 pm

א גרופע פון פעיסבוק ארבעטער וואס האלט שוין ביי איבער הונדערט, האבן זיך צוזאם גענומען צו מאכן א גערידער איבער די קאמפעניס איינזייטיגקייט קעגן קאנסערוואטיווע מיינונגען
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:03 pm

טראמפ ברענגט נאך פון בנו (מ"מ?) אז ביי אלע יארן פון אבאמא אין די נאכט פון די סטעיט אוו די יוניאן איז געווען א לייוו לינק קלאר אויף די האום פעידש פון גוגל. ביי טראמפס לעצטע 2 סטעיט אוו די יוניאן (2017-18) איז עס נישט געווען.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:53 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:טראמפ ברענגט נאך פון בנו (מ"מ?) אז ביי אלע יארן פון אבאמא אין די נאכט פון די סטעיט אוו די יוניאן איז געווען א לייוו לינק קלאר אויף די האום פעידש פון גוגל. ביי טראמפס לעצטע 2 סטעיט אוו די יוניאן (2017-18) איז עס נישט געווען.

https://drive.google.com/file/d/1smcFWE ... sp=sharing


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט