נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:05 am


אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:57 am

געזען געווארן אין קרית יואל
צוגעלייגטע
20190227_115141-810x1118.jpg
20190227_115141-810x1118.jpg (232.07 KiB) געזעהן 3214 מאל

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:31 pm

Builder האט געשריבן:געזען געווארן אין קרית יואל

רבוש"ע די וויין קען חרוב גיין אין די פרעסטן, זאג איהם ער זאל עס אריינלייגען אין שטוב אונטער רום טעמפעראטור...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

עס וועט זיין גיט
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:08 pm

איך זע אז מען לייגט טעוועלך ארים יחזקאל בראךסלאט
אז עס איז א פרייוועט פראבטעטי אין מען האט ציגעשטעלט שארטקאטס אין דער זייט
די מעשה איז אז ער האט טאקע געמאכט א שארטקאט אבער מענטשן פלעגן דורך האקן שיף פין אינמיטען די בארג ביז מעזביש
אדער צי די ישיבה יעצט האט ער געמאכט א געיט
אין עס איז אויףגעריסען לייגט ער סיינס
שוין וועט מען אים נישט קענען סאין אויבמען גליש מיך אויס דארט

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:42 pm

ווי איינער פון די חשוב'ע חברים האט שוין געשריבן, האט יחזקאל געשיקט א מודעה אויף די פאסט יארן צוריק, פאר אלע תושבי ק"י, און ער האט בייגעלייגט א צעטל פון הרב מאנדל שליט"א אין ק"י, אז ער לאזט טאקע נוצן זיין לאט, אבער עס קען נישט ווערן קיין מיצר שהחזיקו בו רבים, און ער קען עס צושפארן סיי ווען ער וויל, ודי בזה.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:56 pm

Builder האט געשריבן:געזען געווארן אין קרית יואל

קוקט אויס ווי דארט קען מען קויפן וויין אין די סאדע מאשין

עס וועט זיין גיט
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:21 pm

שואלכענין האט געשריבן:ווי איינער פון די חשוב'ע חברים האט שוין געשריבן, האט יחזקאל געשיקט א מודעה אויף די פאסט יארן צוריק, פאר אלע תושבי ק"י, און ער האט בייגעלייגט א צעטל פון הרב מאנדל שליט"א אין ק"י, אז ער לאזט טאקע נוצן זיין לאט, אבער עס קען נישט ווערן קיין מיצר שהחזיקו בו רבים, און ער קען עס צושפארן סיי ווען ער וויל, ודי בזה.

אויב אזוי איז ער גערעכט
אבער מען דארף נישט מוחה זיין יעדע 3 יאר?
עפשר איז עס לשון הרע שוין וועלן מיר עם מיזען איבערבעטן

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:01 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:געזען געווארן אין קרית יואל

רבוש"ע די וויין קען חרוב גיין אין די פרעסטן, זאג איהם ער זאל עס אריינלייגען אין שטוב אונטער רום טעמפעראטור...

מן יאמר אז עס איז פיל?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך פאברואר 27, 2019 6:14 pm

(מ'קען אפשר טוישן די קעפל פון דעם אשכול צו "נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק"? די טייטל-בוים מאכט מיך נערוועז, אדער פאלם-טרי אדער גארנישט...)
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 27, 2019 7:14 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ווי איינער פון די חשוב'ע חברים האט שוין געשריבן, האט יחזקאל געשיקט א מודעה אויף די פאסט יארן צוריק, פאר אלע תושבי ק"י, און ער האט בייגעלייגט א צעטל פון הרב מאנדל שליט"א אין ק"י, אז ער לאזט טאקע נוצן זיין לאט, אבער עס קען נישט ווערן קיין מיצר שהחזיקו בו רבים, און ער קען עס צושפארן סיי ווען ער וויל, ודי בזה.

אויב אזוי איז ער גערעכט
אבער מען דארף נישט מוחה זיין יעדע 3 יאר?
עפשר איז עס לשון הרע שוין וועלן מיר עם מיזען איבערבעטן


מחאה יעדע דריי יאר דארף מען אויב יענער טענה׳ט עס איז זיינס.
דא איז כולי עלמא מודה לגבי בעלות און אזוי אויך א תנאי אז דער השתמשות איז נאר א צייטווייליגע רשות אויף ווילאנג ער לאזט.
אויב טענהט איינער אז עס איז מיצר של רבים נעמט ער ארויס דעם ערשטן צעטל פון זיין תנאי (אויב עס איז דא)

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:52 pm

ממה נפשך האט געשריבן:(מ'קען אפשר טוישן די קעפל פון דעם אשכול צו "נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק"? די טייטל-בוים מאכט מיך נערוועז, אדער פאלם-טרי אדער גארנישט...)

מצטרף

מפארגיסט אומשולדיג אידיש בלוט איטליכע מאל סווערט געזען.. קרעדיט @אסדר

ערענסט גערעדט, קריכט עס אביסל אויף די געהירן, ס'עפעס נישט אהער נישט אהין
. . . . . . .

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:55 pm

פאלט מיר איין, אז קומענדיגן פורים וועט מען אפשר נישט דארפן אויפהאלטן די פובליק סעפטי, ביי סאטמאר קאר. עיקרס, זייט עס זענען דארט געשטעלט געווארן קידוש צו מאכן....
. . . . . . .

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:35 pm

איינער ווייסט צו זאגן פון א שווערע עקסידענט וואס האט פאסירט דעם זונטאג מיט א 15 פעסינדזשער ווען צווישן מאנראו און מאנסי?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:29 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ווי איינער פון די חשוב'ע חברים האט שוין געשריבן, האט יחזקאל געשיקט א מודעה אויף די פאסט יארן צוריק, פאר אלע תושבי ק"י, און ער האט בייגעלייגט א צעטל פון הרב מאנדל שליט"א אין ק"י, אז ער לאזט טאקע נוצן זיין לאט, אבער עס קען נישט ווערן קיין מיצר שהחזיקו בו רבים, און ער קען עס צושפארן סיי ווען ער וויל, ודי בזה.

אויב אזוי איז ער גערעכט
אבער מען דארף נישט מוחה זיין יעדע 3 יאר?
עפשר איז עס לשון הרע שוין וועלן מיר עם מיזען איבערבעטן


מחאה יעדע דריי יאר דארף מען אויב יענער טענה׳ט עס איז זיינס.
דא איז כולי עלמא מודה לגבי בעלות און אזוי אויך א תנאי אז דער השתמשות איז נאר א צייטווייליגע רשות אויף ווילאנג ער לאזט.
אויב טענהט איינער אז עס איז מיצר של רבים נעמט ער ארויס דעם ערשטן צעטל פון זיין תנאי (אויב עס איז דא)


דענק מיר דעם בריוו פון ר' יחזקאל.

מיר ליגט יא עפעס אין קאפ אז מען דארף מאכן איינמאל א יאר א גילוי דעת פאר 3 מענטשן, איך געדענק א איד וואס פלעגט יעדן ערב ר"ה אויסקלאפן אין ביהמ"ד זאגן אז זיין שארטקאט איז נישט לצורך רבים.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:33 am

האט רב מאנדל אים זיכער געזאגט וויאזוי ער זאל עס טאן, אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן על פי הלכה.

monroe10950
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:08 am

אין אראנזש קאונטי, צאלט מען בערך 8 פראצענט סעילס טעקס. 4 דערפון גייט פאר די סטעיט, און רוב איבריגע גייט פאר די קאונטי.
די קאונטי גיט אראפ דערפון א פערטל פאר אלע מוניציפאליטעטן אין די קאונטי, די סיטיס באקומען דאס גרעסטע פארציע, און ביי די טאונ'ס און ווילעדזש'ס גייט עס לויט די פאפולאציע.

לעצטנס האט די קאונטי געטיילט די מוציא'ס, און צווישן אלע אנדערע רעגירונגען האט קרית יואל באקומען די סומע פון 235,000 מיט טשעינזש.
קרית יואל ווילעדזש האט אין 2018 געטיילט פעיראל פאר אירע איינגעשטעלטע אין א ס''ה פון קנאפע 2 און א האלב רעדלעך, וועט מען יעצט קענען גרינגער צאלן פעיראל מיט אלעס אנדערש, ווען מען האט באקומען נאך עפעס אפאר דאלער דא.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:42 pm

פיבערהאפטיגע הכנות צום גראנדיעזן 'יחדשהו' דינער פון מוסדות ויואל משה קרית יואל.
דער דינער וועט פארקומען אין ארמארי געביידע אין ניובורג, ניו יארק, א שטילע גלאטע 26 מינוט דרייוו פון קרית יואל.
די צוגרייטונגען זענען זייער העפטיג, און ס'קען זיין אז דער ארמארי וועט פון יעצט אנהויבן גענוצט צו ווערן פאר אלע גרעסערע דינער'ס אין ק''ק קרית יואל.
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 10:16 pm

monroe10950 האט געשריבן:אין אראנזש קאונטי, צאלט מען בערך 8 פראצענט סעילס טעקס. 4 דערפון גייט פאר די סטעיט, און רוב איבריגע גייט פאר די קאונטי.
די קאונטי גיט אראפ דערפון א פערטל פאר אלע מוניציפאליטעטן אין די קאונטי, די סיטיס באקומען דאס גרעסטע פארציע, און ביי די טאונ'ס און ווילעדזש'ס גייט עס לויט די פאפולאציע.


צילוב די סיבה האט מידעלטאון נישט געלאזט אז קר"י זאל ווערן א סיטי פאר די קומענדיגע 15 יאר און קר"י האט געמוזט אגריען דערצו וועלענדיג זייער הסכמה אין די קאנטי ביי די וואטס.

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 10:49 pm

דער שנירל איז שוין געזויבערט לכבוד שב"ק, ביטע איבערלאזן דאס פלאץ זויבער.

א דאנק
דער קוימען קערער

לאמיר פארשטיין
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

תגובהדורך לאמיר פארשטיין » מוצ"ש מארטש 02, 2019 10:56 pm

אהער און אהין האט געשריבן:פיבערהאפטיגע הכנות צום גראנדיעזן 'יחדשהו' דינער פון מוסדות ויואל משה קרית יואל.
דער דינער וועט פארקומען אין ארמארי געביידע אין ניובורג, ניו יארק, א שטילע גלאטע 26 מינוט דרייוו פון קרית יואל.
די צוגרייטונגען זענען זייער העפטיג, און ס'קען זיין אז דער ארמארי וועט פון יעצט אנהויבן גענוצט צו ווערן פאר אלע גרעסערע דינער'ס אין ק''ק קרית יואל.


איינער מיט אפדעטס אדער בילדער.?

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג מארטש 03, 2019 12:44 pm

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:פיבערהאפטיגע הכנות צום גראנדיעזן 'יחדשהו' דינער פון מוסדות ויואל משה קרית יואל.
דער דינער וועט פארקומען אין ארמארי געביידע אין ניובורג, ניו יארק, א שטילע גלאטע 26 מינוט דרייוו פון קרית יואל.
די צוגרייטונגען זענען זייער העפטיג, און ס'קען זיין אז דער ארמארי וועט פון יעצט אנהויבן גענוצט צו ווערן פאר אלע גרעסערע דינער'ס אין ק''ק קרית יואל.


איינער מיט אפדעטס אדער בילדער.?
צוגעלייגטע
IMG-20190303-WA0017.jpg
IMG-20190303-WA0017.jpg (138.21 KiB) געזעהן 1252 מאל

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג מארטש 03, 2019 12:45 pm

עטליכע פרטים וואס איך האב געהערט פון אן אינערליכן עסקן (נישט מיטגעהאלטן פערזענליך):

במשך די פארגאנגענע צוויי וואכן, האבן א קבוצה אינגעלייט עסקנים צאמגעשטעלט (הבטחות פון) בערך 70,000$, וואס איז נעט מער ווי די פריערדיגע יארן (דעמאלט איז נישט געווען דער מואוומענט צווישן די אינגעלייט, און די רובא דרובא פון די געלט איז פון פרישע געבערס).

במשך דעם שב"ק האט מען געליינט אין ויוא"מ אין די ספר תורה המיוחס לרביה"ק מצאנז בעל דברי חיים זצ"ל (ארויסגעברענגט ספעציעל פאר דעם), כדי דער עולם זאל פיהלן פאר א זכי' צו האבן אן עלי' און שנדר'ן גרויס געלט. ביי די עליות איז אריינגעקומען דעם סכום פון איבער א האלבע מעלאנע.

ביי די מסיבה מוצש"ק אין די ארמארי בילדינג איז געווען א גרעסערער עולם ווי געראכטן, כמעט נישט געווען וואו צו פארקן (טראץ די ריזיגע פארקינג לאטס דארט) און עס איז כמעט נישט געווען קיין ליידיגע זיצן אין דעם ריזיגן זאל. (איך ווייס נישט וויפיל פון די זאל איז געווען אויפגענוצט פאר זיצן, און וויאזוי עס איז געווען אויסגעשטעלט). עס איז אריינגעקומען גאר גרויסע סכומים, און עס הייסט אז די מסיבה איז אדורך מיט רעקארד-ברעכנדע הצלחה פאר די מוסדות.

נאך א גרויסע חילוק היי יאר פון פריער, אז די אלע הבטחות גייט מען אנהויבן ערנסט נאכגיין, נישט לאזן פארפאלן גיין אין גרויסן צוליב ווייניג מענטשן-עסקנים.

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » זונטאג מארטש 03, 2019 12:47 pm

19708.jpeg
19708.jpeg (323.73 KiB) געזעהן 1244 מאל
19706.jpeg
19706.jpeg (294.16 KiB) געזעהן 1244 מאל

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג מארטש 03, 2019 12:48 pm

צו הרב קוימענקערער שליט"א:

אויב באריכט מען די נייעס נארמאל, אן קיין אגענדע, און אן קיינע שטעכיגע באמערקונגען, איז עס לכאורה זייער פאסיג צו לאזן די באריכטן אינעם שנירל. (מען דארף נישט זיין איינזייטיג).

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג מארטש 03, 2019 1:05 pm

נאכגעהערט אז די נעכטיגע נאכט איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס הן בגוף והן בממון, עס איז יעדעם'ס האפענוג אז די נעכטיגע סוקסעס זאל טראגען די מוסדות ווייטער צו א שטארקע הצלחה בעתיד לרומם קרן התורה והחינוך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Google [Bot], גרינע בוים און 17 געסט