נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:52 pm

סארקאזי האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

און וואס איז ער געווען ביז יעצט. ער זיצט שוין דארט אפאר יאר אין בית הוראה.
סמיינט אז ער גייט פירען דאס בית מדרש אויף שבת?

עס מיינט אן אחראי אויפן בית המדרש און א תורה'דיגע פרעזענדליכקייט פאר די מתפללים ובפרט פאר די פרישע אינגעלייט וואס וואונען אינעם געגנט אין די נייע פריעקטן ארום.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:48 pm

לעמעלע האט געשריבן:זייט געווארענט!
ווער ס'פארט אמאל אראפ פון מאונטען צום 208 ספעציעל אין די ביזי שעות ווייסט אז ס'קען אמאל נעמען 10 מינוט זיך צו קענען איינדרייען צום 208, נאכדערצו אויב מען וויל מאכן א לינקס. (שוין העכסט צייט צו אינסטאלירן א טרעפיק לייט)

נאכן ווארטן אפאר מינוט אין די רייע זיך צו קענען איינדרייען וועט מען צימאל נישט מאכן א פול סטאפ ביי די סטאפ סיין אבער וועט מען אריינקאטן אין פראנט פון א קאר וואס קומט פונדערווייטענס ווייל מען וויל נישט ווארטן נאך 10 מינוט

פאר איר טוט דעיס מאכט נאר זיכער אז ס'איז נישט דא קיין פאליציי באהאלטן, זיי ווייסן גוט פון דעי שוואכקייט און לעצטענס זענען זיי געפערליך דארט, היינט איז געווען צוויי חברה איינער פאר רעכטס און איינער פאר לינקס, עס נעמט זיי בלויז אפאר מינוט (גראדע געווענדליך אפאר סעקונדעס, שוין בייגעוואונט עטליכע מאל) צו כאפן א קרבן

שקצים, אנשטאטס צו העלפן די טרעפיק פלאו און קאנטראלירן טרעפיק אז מ'זאל קענען מאכן דעם לינקס טיילן זיי טיקעטס,

בכלל זענען די בלאמינג גראוו דזשאנדארן שרעקליך אגרעסיוו ווי מ' גייט און שטייט טרעפט מען זיי באהאלטן אין די גלילות פון שטעטל
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:54 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:Breaking! Rabbiny Shlita was now at the house of HaNugid Boineh V’Meikim Oilumois Shel Torah Hrhc”h R’ Yisruel Goldberger in K”Y, Who’s donating fantastic amount to buy the Zchis “Shem HaBinyan” of the New Mega Beis Ruchel Building in Kiryas Yoel of over 100,000 Sq. Ft, will be named in his honor “Binyan Goldberger”, being the “Fourth” building for Kehiluseiny V’Mosdoiseiny in Kiryas Yoel carrying his name as Hantzucha Nitzchis for his astronomic donations! Ashreichu Yisruei”l!

בונה ומקים — כפשוטו וכמשמעו! הרבני הנגיד המפורסם הרה״ח ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי״וֹ פון קרית יואל ביים באגלייטן די מאסיווע בוי-ארבעט פונעם נייעם בנין הבית רחל האדיר אין קרית יואל, וואס ווערט אויפגעבויעט הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן בנין הבית רחל, און וועט אי״ה זיין דער פערטער מגדל אדיר פון קהלתינו ומוסדותינו אין קרית יואל צו טראגן זיין גאלדענעם נאמען ״בנין גאלדבערגער״ — אשריך ישרא״ל!

נעכטן איז פארגעקומען א ענגע מעמד הנחת אבן הפינה בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י
מיט די באטייליגונג פון משפחת גאלדבערגער און א געקליבענע צאל נגידים
די רבי שליט"א האט אריין געגאסן די אבן הפינה אין די אנגעגרייטע פרעימס פאר די פוטינג און דערנאך הרה"ח ר' ישראל מיט זיינע קינדער
דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט און א ריקוד
מעמד לחיים איז פארגעקומען אינעם שטוב פון ר' ישראל
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

ויסדו הבונים היכל לה׳ אלקי ישראל!

די מעכטיגע פונדאמענטן ווערן געגאסן דורך א ריזן ארבעטס קראפט ביים בנין האדיר החדש

בנין בית רחל - בנין גאלדבערגער - קרית יואל יצ״ו


וואס זעצט פאר אין א בליץ-שנעלקייט אונטער דער געטרייער באגלייטונג פון די חברי ועד קרן הבנין ״להקים״

מערקט דעם גיגאנטישן אויסגעגראבענעם שטח צוויי שטאק אראפ אין דער ערד צו אנטהאלטן די זעקס שטאקיגע פעסטונג פאר מוסדות סאטמאר בעיר עוז לנו קרית יואל רבתי.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
צוגעלייגטע
IMG-20190909-WA0006.jpg
IMG-20190909-WA0006.jpg (135.67 KiB) געזעהן 3060 מאל
IMG-20190909-WA0007.jpg
IMG-20190909-WA0007.jpg (135.28 KiB) געזעהן 3060 מאל
IMG-20190909-WA0008.jpg
IMG-20190909-WA0008.jpg (171.39 KiB) געזעהן 3060 מאל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:45 pm

יא יא באקומען 2 מאל טיקעטס דארט רשעים וואס זיי נאמען ווארטן 10 מינוט און איך האב געסטאפט אבער נישט 100 פראצענט האבן זיי מיר געגעבן א טיקעטס
zibala האט געשריבן:
לעמעלע האט געשריבן:זייט געווארענט!
ווער ס'פארט אמאל אראפ פון מאונטען צום 208 ספעציעל אין די ביזי שעות ווייסט אז ס'קען אמאל נעמען 10 מינוט זיך צו קענען איינדרייען צום 208, נאכדערצו אויב מען וויל מאכן א לינקס. (שוין העכסט צייט צו אינסטאלירן א טרעפיק לייט)

נאכן ווארטן אפאר מינוט אין די רייע זיך צו קענען איינדרייען וועט מען צימאל נישט מאכן א פול סטאפ ביי די סטאפ סיין אבער וועט מען אריינקאטן אין פראנט פון א קאר וואס קומט פונדערווייטענס ווייל מען וויל נישט ווארטן נאך 10 מינוט

פאר איר טוט דעיס מאכט נאר זיכער אז ס'איז נישט דא קיין פאליציי באהאלטן, זיי ווייסן גוט פון דעי שוואכקייט און לעצטענס זענען זיי געפערליך דארט, היינט איז געווען צוויי חברה איינער פאר רעכטס און איינער פאר לינקס, עס נעמט זיי בלויז אפאר מינוט (גראדע געווענדליך אפאר סעקונדעס, שוין בייגעוואונט עטליכע מאל) צו כאפן א קרבן

שקצים, אנשטאטס צו העלפן די טרעפיק פלאו און קאנטראלירן טרעפיק אז מ'זאל קענען מאכן דעם לינקס טיילן זיי טיקעטס,

בכלל זענען די בלאמינג גראוו דזשאנדארן שרעקליך אגרעסיוו ווי מ' גייט און שטייט טרעפט מען זיי באהאלטן אין די גלילות פון שטעטל
שויתי ה' לנגדי תמיד

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:57 pm

Wow kyshtiper is back lets give him a big welcome

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:21 pm

יאפ, אויך הערשט געכאפט א טיקעט פון זיי פארן אראפפארן א בארג צו שנעל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:08 am

אהער און אהין האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:After someone complained here weeks ago...
The village today put on ALL WAY signs on the STOP SIGNS

גאנץ מעגליך אז, די וויליטש'ס אפיס ליינט אייוועלט..... עטליסט באקומען זיי ווארשיינליך א אימעל מיט א לינק צו אינזער געדאנקן און הערות.
איך האב שוין געזען עטליכע איידיעס דא וואס איז שפעטער געווארן א מציאות

ביי א אנדערע פאל וואס מען האט דא גערעדט פון א אנדערע ארגאניזאציע, האב איך זיי געשיקט א לינק אהער , האבן זיי מיר געזאגט אז איך בין נישט די ערשטע צי שיקן די לינק

דאס שטערקסטע האט מען עס געזעהן ביים פראנטעיר אישו

אויפגעברויזטע איינוואווינער (וויילער) האבן אויסגעגעבן זייער כעס אין די אייוועלט ראמען, אויף די נאכגעלאזענקייט און הפקרותדיגע ווירטשאפט וואס די פראנטעיר פירמע שטעלט צו, מען האט געברויזט און געשאלטן, און מיט רעכט, אווף די שלאבערישע ארבעט פון פראנטעיר.

דער ווילעדזש האט דאס נישט גענומען שטיל, און אין דעם 'הקרי' אויסגאבע האבן באלד אנגעהויבן אפירקומען גוט געשריבענע אנאליזן פון הויעך-טעכניקער איבער די פראבלעמען. גאנצעטע בלעטער זענען געווארן געווידמעט איבער דעם פראבלעם, און פארשידענע עצות זענען פארגעשלאגן געווארן.

לעצטנס זעהט מען שוין באריכטן איבער אקטיווע ארבעט וואס ווערט געטאן אין דעם געביט, פאקטיש פאראויסצושטופן די בארימטע אפטומים פירמע אריינצוקומען און איבערנעמען די אינטערנעט ווירטשאפט אין קרית יואל.

איר קענט דאס נאכקוקן, זייט דער הקרי' האט אנגעהויבן אדרעסירן דעם פראבלעם, איז דער אשכול אויף אייוועלט פארשטילט געווארן.

די וויי געשריי האט געהאט א ווירקונג.


ווידעראמאל א וויי געשריי מיט א ווירקונג, דאסמאל אויף די טעקס רעקארדס.
אלע טעקס רעקארדס פון קרית יואל, זענען שוין פארהאנען אויפן געוועב, אויפן פאלגענדן לינק: https://egov.basgov.com/Palmtree/

און מחיל אל חיל, האפט מען אז אין דעם קאונטי לינק, זאל צוריקגעשטעלט ווערן די סעיל אינפארמעישאן און אונערשיפ.
כה לחי.
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:24 am

געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:36 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האב דורך געבלעטערט די נייעס איבער די פארלוירענע בחור פארגאנגענע וואך אין ווערמאנט, אריין געגאנגען צו אשכולות וואס רעדן דערפון, געזאמט די פיקטעשר'ס, געווען מיט דראמא פון אונהייב, אופגעלייגט ביים מעלדן אז דאס בחור איז לאקאטעט, געזען אין געהערט באריכטן אז חושבע ארגענעזאציעס זענען געווען אינוואלף דערמיט, געקיקט סטאטוס'ן, אבער איין וויכטיגע שטיקל אינפראמאציע פעלט, אין פארדעם האב איך מיך געזצט שרייבן די דאזיגע שירות.

מע הערט נישט אויף קל מבשר גארנישט לשבח פון חבירים אויף קרית יואל, מע ליינט נישט גארנישט אין אייוועלט איבער די ראלע פון חבירים אויף קרית יואל, אויף סאציאלע מידיע האט קיין איינער נישט דערמאנט לשבח פון זיי, אבער פאר וואס יא?

איך וועל אייך ענטפערן.

ווי ברייט באקאנט איז קרית יואל אוסגעשטאנען צו א ריזיגע שטאט פון 30,000 איינוואוינער בלי עין הרע, וואס מיט דעם קומט מיט א אחריות מטעם חבירים אויף קרית יואל צו זיין אוסגערישט מיט אלע מיטלען ווען אימער עס פאסירט אין וואס אימער סע פעלט אויס, דארפן מען קענען ריספאנדן שנעל אין אחריות'דיג מיט שטארקע פראפעשענעליזם לויטן סטאנדארט פון יארע די 19.

אין פארדעם האט די ארגענעזאציע חבירים דקרית יואל, די לעצטע פאר יאר אינוועסטירט שווערע טויזענטער דאלאר'ס, מיט פולע שעות פון טרעינינג, צענדליגע וואלענטירן, וואס זענען גרייט ווען אימער מע דארף זיי, אין ספעיעל איז דא א אופעציעלע איינהייט פון סערטש אין רעסקוי וואס זיי פארפיגן אויף די זוכענישן וואס סע פעלט זיך כסדר אויס אפילו אין וועלדער, וואס איז שוין די לעצטע פאר יאר אונטער געקומען פארשידענע געלעגענייטן צו העלפן א צווייטן בדרך כבוד א דאנק די טרענירוג.

איבער 20 חבירים מעמבער'ס זענען היי קוואלעפעצירט פאר די דאזיגע ארבעט צו זוכן אין וועלדער, אין דא קומט אריין די ארבעט פון חבירים אויף קרית יואל ביי די סערטש פארגאנגענע וואך אין ווערמאנט.

די קאל צו קרית יואל חבירים אז מע דארף הילף איז אריין געקומען ארום 10:00 אינדערפרי פון ראקלאנט חבירים, אז א בחור פעלט שוין פאר איבער א נאכט אין די טיפענישן פון די וועלדער אין די ווייטע בערגיגע ווערמאנט, חבירים דקרית יואל האט שוין 3:00 נאכמיטאג געהאט אין ווערמאנט ביי די קאמענט סענטער 9 געטרעינטע וואלענטירן גרייט אריין צו גיין אין וואלד מיט די ספעציעלע עקוויפמענט צו זוכן פאר די פארלוירענע בחור, וואס אין פאקט איז דאס געווען פון די איינציגסעטע ארגענעזאציע וואס האט געהאט אזא גרויסע מערהיייט פון "געטרעינטע" וואלענטירן גרייט פאר אזא מיסיע, אזוי ווייט אוועק פון זייער היים, נאך עפעס:

אין פאקט זענען געווען נאך 7 וואלענטירן פון קרית יואל חבירים אויף די ראוד צו העלפן מיו די סערטש, דאס מיינט אין טאטאל האט שוין חבירים פון קרית יואל געהאט ארויס געשיקט 16 היי געטרעינטע וואלענטירן קוואלעפעצירט פאר די דאזיגע ארבעט פון קריכן אויף וועלדער אין די ווייטע ווערמאנט פאר די איין סיבה צו העלפן טרעפן די פארלוירענע בחור.

וואס האט מיך געמאכט שרייבן די ארטיקל?.

צלוב וואס די בעל השרייבער האט אן ארבייטער וואס איז פון די חושבע וואלענטירן ביי חבירים אויף קרית יואל וואס איז געטרעינט פאר די דאזיגע סערטש'עס, אין ער איז געווען דארטן מיט די ערשטע שיפט פון 9 וואלענטירן שוין 2:30, אין 10:00 אינדערפרי קומט ער אריין אין אופיס מיך זאגן טייערע בעל הבית איך פאר אין 15 מינוט ארויס קיין ווערמאנט פאר א סערטש, אין איך בעט דיך זאג מיר נישט ניין...

איך בין געווארן שאק וויסענדיג אז ער איז א גוטע וואלענטיר, אבער פון איין מינוט צום צווייטן קיין ווערמאנט?, אופלאזן די ארבעט, וכו', וועסט אלעס איבער לאזן פאר א סערטש וואס די גייסט הערשטע אונקומען דארטן אין 4 שעה ארום, איך מיין סע מאכט נישיט קיין סך סענט'ס, אבער איך האב געפילט אז איך קען דא האבן א שייכות צום גאנצע אונדרייעניש דארטן, האב איך עם געזאגט פאר געזונטערהייט אין דא האסטו 2 מאה'ס ער זאל האבן פאר געז מיט עפעס עסן אופן וועג, אין ביז 15 מינוט פון ווען די קאל איז אריין געקומען, איז דער אינגערמאן שוין געזצן אין א ווען אופן וועג ארויס גראד פון די ארבעט, א וועג וואס נעמט פיר שעה פון קרית יואל קיין ווערמאנט צו העלפן א בחור וואס ער ווייסט נישט ווער סע איז!

ער איז הערשט צירוק געקומען דא 10:00 באנאכט דאס מיינט ער האט געהארגעט זיין טאג, מיט מיין טאג, אין עקשעלי די גאנצע ביזנעס האט עס געפילט, אין וואס מיך באדערט איז אז קיינער ווייסט אפילו נישט פון זיי, נישטא קיין פיקטשער'ס נישט קיין אינטערוואויס, אין נישט קיין סטאטוס'ס, קיינער געבט זיי נישט קיין קרעדיט, אין דאס איז מיט עכטע מסירות נפש. צו פארן פון איין מינוט צום צווייטן א וועג פון 4 שעה נישט וויסענדיג ווי לאנג זיי וועלן זיין דארטן, איך מיין נישט יעדער קען עס באווייזן.

עם א פרעג געטאן וואס איז פשט אז קיינער וווייסט נישט פון ענק צו זאגן, ווי נישט ווי געבט דאס אביסל חיות אין חיזוק ווען מע טוט עס אפרישיעטן, אבער ביי די פאל איז נישט געווען קיין איינער וואס האט דאס אפילו דערמאנט.

זאגט ער מיך אז מע איז אונגעקומען דארטן 2:30, מע האט זיך געמאכט גרייט אין באקומען פון די קאמענט פאסט א גאר שווערע וועג אריין אין וואלד ווי זיי האבן דאס געדארפט אוסאקערן זיכער צו מאכן אז דארט איז ער נישט, אין דאס איז געווען ארום די פלאץ ווי מע האט עם דא לעצטע מאל געטראפן, ביידע וועי דאס פלאץ ווי זיי האבן באקומען איז געווען צווישן בלאטע אין וואסער'ס, אין א טיפע בארג.

ביז זיי, איז נאך קיין איין גראפע נישט אריין אין וואלד, א חוץ די פארעסט רענדזשער'ס, זיי זענען געווען פון די ערשטע גרופע וואלענעטירן אריין צו גיין אין וואלד זוכן דאס בחור, אבער ממש בייים אריינגיין, איז געקומען א טעלעפאן קאלל פון די קאמענט וואס איז געווען א 40 מינוט אוועק פון ווי זיי האבן זיך געגרייט צו זוכן, אז מע האט שוין געמאכט קאנטעקט מיט די בחור אבער מע גייט הערשט אריין גיין אין וואלד עם צו נעמען נישט ווייניגער ווי א שעה, דאס מיינט אז זיי קענען זיך שוין אוסדרייען אין צירוק פארן, אדער צירוק קומען צו די קאמענט פאסט אין ווארטן צו טאנצן חסדי השם, הערט א מעשה.

זיי האבן זיך זאפארט אוסגעדרייט אין ציריק געדרייווט א וועג פון 4 שעה קיין קרית יואל, אין ביי די באקאנטע חסדי השם קליפ 3 שעה שפעטער ווי מע זעט א גרויסע חלק פון די וואלענטירן זעט מען זיי טאקע נישט אין מע ווייסט אפילו נישט אז זיי זענען דארטן געווען.

אין פארדעם שרייב איך די שירות דא נאכן זיין אזוי איבער גענימען דערפון פון די גרייטקייט יעדע ליאדע מינוט אין אפילו נישט באקומען קיין טראפ דעקונג ווען אין פאקט זענען זיי געווען פון די איינציגסטע רעדי וואלענטירן אין פין די ערשטע אריין צו גיין אין וואלד, אין איך האב פארגעסן עפעס, דארטן ווי מע האט זיי געשיקט זוכן איז געווען 40 מינוט אוועק פון די קאמענד סענטער אין ביי יענע עריע האט שטארק געדריזלט, דאס מיינט זיי זענען שוין אהיים געגאנען מיט נאסע קליידער.

אין דאס מאכט מיר שרייבן די ארטיקל, זאלן זיי ווערן אוסגערימט אין אוסגעלויבט וועגן סע קומט זיך זיי, זיי האבן אלע דערלייגט א טאג ארבעט, אין קיין פינטל קרעדיט באקומען זיי נישט פאר דעם, נישט קיין בילדער איז דא, אין נישט קיין אינטערוואויס, זיי האבן נישט קיין אופעציעלע שרייער, נישט קיין טוויטער ווי זיי קענען פאמפן זייער געוואלדיגע אופטיען, אין איך טו דאס לכבוד מיין ארבעטער וואס איך ווייסט אז די ליינסט אייוועלט, אין דיר קומט זיך קרעדיט פארן אלעס איבער לאזן פון איין מינוט צום צווייטן מיט אזא מסירת נפש.

אין זע הנאה צו האבן פון די ארטיקל, אין טו עס ווייזן פאר די אנדערע מסירת נפש וואלענטירן וואס זענען דארטן געווען מיט דיר, אין אלעס איבער געלאזט פון איין מינוט צום צווייטן, ענקער שכר איז גאר גרויס, אויף ענק קען מען זאגן, בלי תשלים גבול אן קיין קיין כבוד אן קיין אנטענשן, אן קיין פאבליסעטי, אלעס ווייל דאס באגרייף פון חסד האט דאס ריכטיגע אופטייש, אין דאס פונקט פייער פלאקערט ביי ענק ווען סע קומט צו העלפן א צווייטן.

קודאס קרית יואל חבירים!

מיט שעצונג פאר דיך מיין ארבייטער_____________,

הצלחה רבה

בארואיגט-אייך אויף אייוועלט


דאס אהער געברענגט לטובת זייער קאמפיין היינט נאכט אין קרן.

אויב איר קענט א וואלענטיר, גייט צו צי עם, בעט עם זיין קארטל ווי ער לאדענט אייך, געבט דאס איבער ביים מסיבה, דאס וועט עם געבן בענעפיט'ס, סע קומט פאר זיי בענעפיט'ס...

מיטגעהאלטן מוצאי שבת ווי זיי זענען ביזי מיט א רעדל איבער א שעה נאך 2:00..

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:11 pm

אהער און אהין האט געשריבן:https://egov.basgov.com/Palmtree/

https://egov.basgov.com/villageofkiryasjoel/

https://egov.basgov.com/KiryasJoelSchool/

יישר כח פארן ארויפברענגען
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:14 pm

אהער און אהין האט געשריבן:ווידעראמאל א וויי געשריי מיט א ווירקונג, דאסמאל אויף די טעקס רעקארדס.
אלע טעקס רעקארדס פון קרית יואל, זענען שוין פארהאנען אויפן געוועב, אויפן פאלגענדן לינק: https://egov.basgov.com/Palmtree/

און מחיל אל חיל, האפט מען אז אין דעם קאונטי לינק, זאל צוריקגעשטעלט ווערן די סעיל אינפארמעישאן און אונערשיפ.
כה לחי.

גלייב איך שווער אז דאס איז געקומען וועגן אונזער געשריי, מער מסתבר ווייל נאכן ווערן א טאון ווערן אסאך זאכן דארט מער סטאבעליזירט

באלד וועט מען נאך זאגן אז די קאונטי האט עס אויך פאראכטען צוליב דיין געשריי...
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:10 pm

[quote="אהער און אהין"]https://egov.basgov.com/Palmtree/
די פאלם טרי וועבסייט האב איך שוין געזען אין January
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

KJ LIACH
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:34 pm

תגובהדורך KJ LIACH » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:14 pm


אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:03 am

קרייסלער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:סקול טעקס איז היי יאר ווייטער געפאלן, עס האלט שוין מיט ארום 20% ביליגער ווי דער הויכפונקט פון 5 יאר צוריק. אויף מיין הויז האב איך שוין געסעיווד בס"ה איבער א טויזנטער.
אלעס צום פארדאנקען די גוטע פינאנציעלע מענעדזשמענט. כה לחי.

און די פארמערטע שטייער צאלער וואס קאסטן נישט קיין איין גראצער פאר די סקול דיסטריקט


וואס הייסט?

פשטות זענען דאך דא מער הוצאות ווען עס איז דא א גרעסערע באפעלקערונג.

---

אה סארי, געטראפן דעם הסבר אפאר תגובות דערנאך, ישר כח סארקאזי פארן געבן די ענטפער פאר די שאלה.

סארקאזי האט געשריבן:הא לן והא להו.
מרעדט שוין היינט נישט מיט קיין מוחות. מרעדט מיט פארטייען. די מיינונג פון די פארטייען זענען די מיינונג פון די נומערן אין די פארטייען.
אן עם נבון וחכם געווארען ציגעל און ליים פאר א פארטיי
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

Mister
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:40 am

זעה איך צום ערשטען מאל איז דאָ אַ סיין ביים 32 אַריין צו נינינגער ראוד װאס שטייט "קרית יואל"

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:43 am

אחת ואחת האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ווידעראמאל א וויי געשריי מיט א ווירקונג, דאסמאל אויף די טעקס רעקארדס.
אלע טעקס רעקארדס פון קרית יואל, זענען שוין פארהאנען אויפן געוועב, אויפן פאלגענדן לינק: https://egov.basgov.com/Palmtree/

און מחיל אל חיל, האפט מען אז אין דעם קאונטי לינק, זאל צוריקגעשטעלט ווערן די סעיל אינפארמעישאן און אונערשיפ.
כה לחי.

גלייב איך שווער אז דאס איז געקומען וועגן אונזער געשריי, מער מסתבר ווייל נאכן ווערן א טאון ווערן אסאך זאכן דארט מער סטאבעליזירט

באלד וועט מען נאך זאגן אז די קאונטי האט עס אויך פאראכטען צוליב דיין געשריי...

ס'האט מיטן ווילעדזש, נישט מיט די קאונטי.
*
גענוג געווען מיט דאס אלעס.
ווייסט עמיצער וואס איז נייעס אין שטעטל?
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:43 am

Mister האט געשריבן:זעה איך צום ערשטען מאל איז דאָ אַ סיין ביים 32 אַריין צו נינינגער ראוד װאס שטייט "קרית יואל"

עיין באשכול

ראוט 32 און רוט 17 [I86] וואודבערי איבערבוי
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

Mister
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:57 am

אחת ואחת האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:זעה איך צום ערשטען מאל איז דאָ אַ סיין ביים 32 אַריין צו נינינגער ראוד װאס שטייט "קרית יואל"

עיין באשכול

ראוט 32 און רוט 17 [I86] וואודבערי איבערבוי



האב איך געהערט אמאל פון אײנע פון די אײנגעשטעלטע אז מװיל בדוקא נישט אַרויפשרײבן אויף די סײנס קרית יואל װײל סקען ציברענגען אימגעװאונטשענע געסט, קיקט אויס אז צוליב די קאָנסטראקשען פעלט דאס יא אויס.

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:58 am

unnamed.jpg
unnamed.jpg (140.89 KiB) געזעהן 833 מאל

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:40 am

Screenshot_20190912-093842_Gallery.jpg
Screenshot_20190912-093842_Gallery.jpg (356.83 KiB) געזעהן 748 מאל
סעפטי

1)אנקעגן איבער 139 עקירס די ברידזש הויז, איז דא א בוים וואס גייט 1 טאג אראפפאלן, עס איז אינגאנצן אויפגעגעסן אינטען עס האלט זיך אויף ניסים,

2)ביי די ישיבה גדולה אויף בארדיטשעוו די אמאליגע בהמ ד בנין הישיבה היינט סניף הר"ר דוד שלמה עקשטיין שליט"א ביי די אריינגאנג און די זייט איז דא א ציגעלנע וואנט וואס האלט אפ זאמט פון אראפפאלן, די ציגעלנע וואנט איז שטארק שיף מען מיז עס פארעכטן ווי פריער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:22 am

לייטער האט געשריבן:
Screenshot_20190912-093842_Gallery.jpg
סעפטי

2)ביי די ישיבה גדולה אויף בארדיטשעוו די אמאליגע בהמ ד בנין הישיבה היינט סניף הר"ר דוד שלמה עקשטיין שליט"א ביי די אריינגאנג און די זייט איז דא א ציגעלנע וואנט וואס האלט אפ זאמט פון אראפפאלן, די ציגעלנע וואנט איז שטארק שיף מען מיז עס פארעכטן ווי פריער

די זאמד האלט איצטערט אפ די ציגל פון אראפפאלען...
בוי זיך זעלבסט

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:10 pm

לייטער האט געשריבן:
Screenshot_20190912-093842_Gallery.jpg
סעפטי

1)אנקעגן איבער 139 עקירס די ברידזש הויז, איז דא א בוים וואס גייט 1 טאג אראפפאלן, עס איז אינגאנצן אויפגעגעסן אינטען עס האלט זיך אויף ניסים,

2)ביי די ישיבה גדולה אויף בארדיטשעוו די אמאליגע בהמ ד בנין הישיבה היינט סניף הר"ר דוד שלמה עקשטיין שליט"א ביי די אריינגאנג און די זייט איז דא א ציגעלנע וואנט וואס האלט אפ זאמט פון אראפפאלן, די ציגעלנע וואנט איז שטארק שיף מען מיז עס פארעכטן ווי פריער


פראבלעם נומער 1, הייב אן נעמען א צווייטע וועג.
פראבלעם נומער 2. קאלל זלמן לייב אינדיג...

א פרייליך אידל
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 10:47 am

תגובהדורך א פרייליך אידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:27 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
Screenshot_20190912-093842_Gallery.jpg
סעפטי

פראבלעם נומער 2. קאלל זלמן לייב אינדיג...


איך בין נישט באקאנט...

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:30 pm

אויך מיר א וואנט דארט...
די רעדסט מסתמא פון די שטיקל וואס איז ארגינעל געמאכט צו פלאנצן דערין

קוקט שוין אויס אזוי א שיינע פאר יאר...
איי איי,-וועלט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:40 pm

ס'שוין פארשריבן אין די נאטיץ ביכעלע..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איגערקע, אלעקסיי דער דריטער, באגלייבט, בת היענה, וויכטיג מאכער, מאן דהו אמר, מה ידידות, פארשטייסט? און 67 געסט