א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:16 am

טערקישע פראקורארן עפענען אויספארשונג אין אנגעבליכע פראבלעמען אין די פארלאפענע מוניציפאלע וואלן

פיועל טראנספארט ארבעטער אין טוניזיע לאזן זיך ארויס אויף א דריי טאג סטרייק צו פארלאנגען פארשפראכענע געהאלט העכערונגען

אונגארן'ס פרעימיער מיניסטער געלאדנט דורך טראמפ פאר א זיצונג אויף מאי 13 למספרם

די סענאט שטימט איצט אויף דריי דיסטריקט ריכטער און וועט דערנאך מעגליך באטראכטן א ביל אפצושלאגן א וועטא פונעם פרעזידענט איבער די ראלע פון אמעריקע אין די קריג אין תימן

ספיקער פעלאסי: וויליאם באר האט ליגן געזאגט צו קאנגרעס

די ניו יארק טיימס באריכט איבער אינפארמאציע וואס רודי דזשוליאני האט ערהאלטן פון אוקריינע באאמטע און ער האט עס דערנאך דיסקוסירט מיטן פרעזידענט און ביידע ווילן אז די יוסטיץ דעפארטמענט זאל אריינקוקן דערין
די אינפארמאציע האט געדארפט ווערן גענוצט אפצושלאגן די מולער באריכט און גלייכצייטיג צו שעדיגן דזשאו ביידען
אנגעבליך האט ביידען געשטופט אוקריינע אויפצוזאגן אן ארטיגע פראקוראר וועלכע האט געפארשט א פירמע וועלכע פלעגט באצאלן פאר האנטער ביידען א זוהן פון דזשאו ביידען
די אנגעבליכע סקאנדאל הויבט זיך אן ווען אבאמא האט געשטעלט דזשאו ביידען אלץ זיין שליח זיך אפצוגעבן מיט די אוקריינע קריזיס אין די צייט פון די רעוואלוציע און מאכט אריבערגאנג פון יאנוקאוויטש צו פאראשענקא און ביידען האט טאקע אין יענע צייט באזוכט קיעוו עטליכע מאל און געווארן גאר טעטיג אין די ארטיגע פאליטיק
אין די זעלבע צייט האט א נאטורליכע גאז פירמע אויפגענומען אלץ באורד מעמבער אן אמעריקאנער בירגער וועלכע האט קיינמאל פריער נישט געהאט קיין ערפארונג אין דעם פעלד אדער בכלל מיט אוקריינע געזעצן
יענעם'ס נאמען איז געווען האנטער ביידען א זוהן פון דזשאו ביידען (פון זיין ערשטע פרוי)
אין זומער פון 2015 למספרם האבן אוקריינע באאמטע אויפגעכאפט אז האנטער שיקט רעגולער אריבער פאנדס פון זיין פארדינסטן אלץ באורד מעמבער צו זיין אייגענע פירמע אין די פאראייניגטע שטאטן
די פאנדס זענען געווארן געשיקט אין פארעם פון באצאלונגען פון 166 טויזנט א מאנאט פאר קאנסאלטונג פון די אמעריקאנע פירמע
די באצאלונגען זענען געלאפן פון מאי 2014 למספרם ביז דעצעמבער 2015 למספרם
די אוקריינע רעגירונג איז געקומען דערויף נאכן פארשן די פירמע פאר אנדערע קארופציע נאך וואס די פירמע איז צו ערשט געפירט דורך א קאבינעט מעמבער פון די יאנוקאוויטש רעגירונג און יענער האט באשטעטיגט אלע פערמיטן און לייסענס פארלאנגען וואס האט זיך אויסגעפעלט פאר צוקונפטיגע גרוב ארבעט
זיי האבן געוואלט אויספרעגן האנטער ביידען און זעהן אויב די געלט וועלכע ער באקומט איז נישט מיטן חשבון צו באאיינפלוסן זיין טאטע דזשאו ווי אזוי אמעריקע זאל זיך באאציען צו אוקריינע
דאן איז דזשאו ביידען אריינגעקומען אין בילד און געבעטן פון פאראשענקא אויפצוזאגן דעם הויפט פראקוראר אבער פאראשענקא האט זיך אנטזאגט דערפון און אים געהאלטן פאר די נאכפאלגענדע מאנאטן אפילו נאך וואס די אמעריקאנע אמבאסאדער האט עטליכע מאל פארלאנגט אז מען זאל אים אויפזאגן
אין מערץ פון 2016 למספר האט ביידען געסטראשעט פאראשענקא אז אויב ער זאגט נישט אוף דעם פראקוראר וועט אמעריקע צוריקציען פון אן איין ביליאן דאלער לאון גאראנטי פאר אוקריינע און דאס האט שוין געבראכן פאראשענקא וועלכע האט אויפזאגט דעם פראקוראר
דערנאך איז די קעיס ארויס פון יענע פראקורארס אפיס אריבער צו א באאמטע (וועלכע האט מודה געווען אויף א טעיפ אז ער האט געליעקט שמוץ אויף מענעפארט) וועלכע האט פארשלאסן די אויספארשונג
גראדע איז אין 2015 למספרם ערשינען אן ארטיקל אין די ניו יארק טיימס וועלכע האט אנגעדייטעט אז א ביידען קאנדידאטור קען ווערן געשטערט און קומען אין שאטן פון זיין זוהנ'ס אקטיוויטעטן אין אוקריינע און מאנכע שפעקולירן אז דאס איז געקומען פון די הילערי קלינטאן לאגער וועמענס לעצטע זאך אויפן אגענדע האט זיך אויסגעפעלט א דזשאו ביידען אין דעמאלטיגע פריימערי
שפעטער האט ביידען אפן זיך אויפגעטוהן פאר דיפלאמאטן (אויף טעיפ) אז זיין סטראשע האט ארויסגעפירט דעם אלטן פראקוראר
איצט האט די נייע פראקוראר געזאגט אז ביז די טעיפ האט ער נישט געוואוסט דערוועגן און נאכן הערן ווגען דעם האט ער באשלאסן צוריק צו עפענען די אויספארשונג
די אוקריינע פראקורארן האבן פארלאנגט פון די אנעריקאנע אמבאסאדא אין קיעוו צו קענען קומען קיין אמעריקע מיט די באוויזן אין די קעיס אבער די אלע פארלאנגען זענען געווארן צוריקגעוויזן
און די וואך האט טראמפ געזאגט אז ער וויל אז אטוירני דזשענעראל באר זאל אריינגעקומען אין בילד



היינט אינדערפרי האט די הויז יורידישע קאמיטע געעפנט די באר פארהער מיט באר אפוועזנד
נאך א קורצע רעדע פון דזשערי נאדלער און דאג קאלינס האט נאדלער געשלאסן די זיצונג און ווען מעט געץ האט פרובירט צו זאגן עפעס האט מען פארלאשן זיין מיקראפאן
דערנאך האבן זיך די דעמאקראטן ארויסגעלאזט אויף א פרעסע קאנפרענץ ווי זיי האבן גאר שארף אראפגעריסן באר מיט גאר ווילדע און קאמישע רעטאריק
שילע דזשעקסאן לי האט אינעם זעלבן אטעם געזאגאט אז די איינציגסטע אפציע פארבליבן איז צו האלטן באר אין קאנטעמפט אבער געזאגט אז זיי וועלן באקעמפן באר (האיך יתקיימו שניהם?!)
טעד ליו האט געזאגט אז באר איז איצט איינע פון די מערסט געפארפולע פארשוינען אין וואשינגטאן
א צווייטער האט עס גערופן א טונקעלע טאג פאר אמעריקא
און אן אנדערע קאנגרעספרוי האט עס באצייכנט ווי אן אטאקע אויף אמעריקע דורך אירע פיינט פון אינווייניג
איין קאנגרעסמאן האט דערקלערט אז טשיקען באר איז געווארן טראמפס פיקסער

נאך א שטיינדעלע אין וועג איז געווארן באזייטיגט פון טשאק שומערס טרוים ארויסצושטויסן טעקסאס סענאטאר דזשאן קארנין
שומער האט רעקרוטירט פרוי העגער צו לויפן אקעגן קארנין אבער העגער שטייט אויס א פריימערי פון עטליכע קאנדידאטן שוין דערקלערט און אנדערע וועלכע טראכטן נאך אריינצושפרונגען
איינע פון די פאטענציאלע נעמען איז געווען דזשוליאן קאסטראס צווילינג ברודער וועלכע סערווירט איצט אין קאנגרעס אובער האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג און קארנין'ס קאמפיין האט אראפגעריסן שומערס דרוק אויף אזא פראמינענטע היספאנישע פיגור אים ארויסצויאגן פונעם פארמעסט
דערווייל האט שומער און קארטעז מעסטא פארפעלט צו רעקרוטירן שטארקע קאנדידאטן אין א רייע דעצידירנדע שטאטן אבער שטארק מצליח געווען אין אריזאנא און טעקסאס סיי מיט גוטע קאנדידאטן און סיי מיטן באזייטיגן ערנסטע פריימערי קריגערייען

סענאטאר קרעמער זאגט אז מולערס בריוו צו באר מאכט אים נערוועז און ער גלייכט נישט דאס וואס מולער האט געשפירט א געברויך עס צו טוהן בלויז ווייל זיינע געפילן זענען געווארן געטראפן..

דזשוליאן קאסטרא רופט צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ און אטוירני דזשענעראל באר

סענאטארן היראנא, בוקער און קריס ווען האלען רופן באר צו רעזיגנירן

סענאטאר קריס בלומענטאל רופט באר זיך צו רעקיוזן צו סיי וועלכע אויספארשונג אויפן ווייסן הויז אדער פרעזידענט טראמפ

בערני סאנדערס זאגט אז ביידענס וויליגקייט איינצושטעלן א פובליק אפציע פאר העלט קעיר גייט וויט נישט גענוג ווייט און וועט זיין זייער קאסטבאר און נישט דעקן גענוג מענטשן

דזשאו ביידען האט נעכטן געזאגט אין אייאווע אז ער פארשטייט נישט פארוואס ער איז געווארן א ציהל פון טראמפס טוויטער אקאונט אבער עס קוקט אים אויס אז עס וועט נאך אנהאלטן אויף א וויילע..

נאכפאלגענדיג די נעכטיגע אויפטריט אין סענאט פון אטוירני דזשענעראל באר זענען מעסיגע דעמאקראטישע סענאטארן געווארן אנגעפרעגט איבער ווי אוזי עס האט זיי באאיינדרוקט
סענאטאר דאג דזשאונס פון אלאבאמא זאגט אז ער האט פארלוירן א טאן פון קאנפידענץ און אז ער צווייטע מחשבות איבער זיין שטימע אים צו באשטעטיגן אלץ אטוירני דזשענעראל
סענאטאר דזשאו מענשין פון וועסט ווירדזשיניע זאגט אז ער האט געהערט אסאך פראבלעמאטישע אינפארמאציע און איז שטארק באזארגט איבער די מולער בריוו און וויל הערן דירעקט פון אים
די דריטע דעמאקראט אים צו שטיצן ביי זיין נאמינאציע איז געווען סענאטארשע קירסטען סינעמא פון אריזאנא און זי וויל איצט א מיטינג מיט באר צו הערן איבער די אויסטוישן צווישן אים און מולער

מאנטאנא גאווערנאר סטיוו בולאק און קאלאראדא סענאטאר מייקל בענעט טאנצן אריין אינעם דעמאקראטישן פרעזידענטליכע פריימערי
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:32 pm, פאראכטן געווארן 11 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:51 am

יישר כח הבל פאר דיינע קלארע באריכטן

היכי תמצא אז דיינע הבלים זאלן זיין אזוי געשמאק?
Mr President We're tiered of winning so much

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:14 am

מיר האבן געאפדעיט די היינטיגע באריכט איבער די ביידען סקאנדאל און עס קען זיין אינטערסאנט אפילו פאר די וועלכע האבן עס געליינט אינדערפרי נאכאמאל צו באזוכן די באריכט וועלכע האט איצט פיל מער אינפארמאציע

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:26 am

הכל הבל האט געשריבן:מיר האבן געאפדעיט די היינטיגע באריכט איבער די ביידען סקאנדאל און עס קען זיין אינטערסאנט אפילו פאר די וועלכע האבן עס געליינט אינדערפרי נאכאמאל צו באזוכן די באריכט וועלכע האט איצט פיל מער אינפארמאציע

זייער אינטערעסאנט.

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:38 am

מוירעדיג יישר כח

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:41 am

הכל הבל האט געשריבן:מיר האבן געאפדעיט די היינטיגע באריכט איבער די ביידען סקאנדאל און עס קען זיין אינטערסאנט אפילו פאר די וועלכע האבן עס געליינט אינדערפרי נאכאמאל צו באזוכן די באריכט וועלכע האט איצט פיל מער אינפארמאציע



א ריזיגע דאנק

איך הער שוין די לעצטע פאר טעג איבער די רעקארדירונג פון ביידען, דאס אז טראמפ ראשע קומט דא אריין האב איך נישט געוויסט.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:45 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מיר האבן געאפדעיט די היינטיגע באריכט איבער די ביידען סקאנדאל און עס קען זיין אינטערסאנט אפילו פאר די וועלכע האבן עס געליינט אינדערפרי נאכאמאל צו באזוכן די באריכט וועלכע האט איצט פיל מער אינפארמאציע



א ריזיגע דאנק

איך הער שוין די לעצטע פאר טעג איבער די רעקארדירונג פון ביידען, דאס אז טראמפ ראשע קומט דא אריין האב איך נישט געוויסט.

איך האב נישט געהעריג געדעקט די אוקריינע נייעס אנטבאלאנגט די קאלושזען אויספארשונג זינט עס איז שוין היבש עלטערע נייעס און איז מער באקאנט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט געבעטן און פארארבעט מיט אוקריינע שמוץ אויף פאול מענעפארט צו בויען די טראמפ רוסלאנד קעיס

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:05 pm

פאליק האט געשריבן:יישר כח הבל פאר דיינע קלארע באריכטן

היכי תמצא אז דיינע הבלים זאלן זיין אזוי געשמאק?

יישר כח רב פאליק!
עס איז אנגענעם צו הערן פון אייך

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:13 pm

אידישע מוח האט געשריבן:מוירעדיג יישר כח

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:
איין קאנגרעסמאן האט דערקלערט אז טשיקען באר איז געווארן טראמפס פיקסער



דא האט איר א בילד פון טשיקן באר ביים פארהער

סארא מין לצנות.....
fb64bce972f243178ec26eab98f25cf5.jpg
fb64bce972f243178ec26eab98f25cf5.jpg (33.89 KiB) געזעהן 1601 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:31 pm

פאליק האט געשריבן:יישר כח הבל פאר דיינע קלארע באריכטן

היכי תמצא אז דיינע הבלים זאלן זיין אזוי געשמאק?


קיקט ווער סאיז געקימען עסען פון די פיינע קאקאש קעיק??? הא נאך פסח האר איר זיך אויך פארגליסט א פיינע שטיקל קאקאאש.... מיר בענקען נאך אייך.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » פרייטאג מאי 03, 2019 8:45 am

ישר כח גדול!!
ביידען'ס מעשה איז פיינע נייעס!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מאי 03, 2019 12:27 pm

שכוח הכל!
יעצט געליינט, א חידוש אז אפי' נעכטיגע קאקאש זאל נאך אלץ זיין געשמאק...!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג מאי 03, 2019 2:33 pm

נו א שליסל קאקאש אפשר?

יישר כח הכל הבל פאר דיין שטענדיגע מיה אונז צי באריכטן די נייעסער.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 05, 2019 12:20 pm

זונטאג קדושים




ווענעזועלעס מאדורא באשטעטיגט אז 7 סאלדאטן זענען אומגעקומען אין אן העליקאפטער קראך

פוטין האט ביים זיין געשפרעך מיט טראמפ באצייכנט די רוסלאנד אויספארשונג אלץ עפעס וואס האט אין אנהויב אויסגעקוקט ווי א בארג אבער אין די ענדע שטעלט זיך עס ארויס אלץ פשוט'ע מייזל

פאמפעיא איז געווארן געפרעגט איבער טראמפס קאמענטארן אז פוטין זוכט נישט צו ווערן פארמישט אין ווענעזועלע און האט רעאגירט אז ער האט נישט געזעהן די פולע קאנטעקסט פון די ציטאט פונעם פרעזידענט
ווען קריס וואלעס האט אים געפרעגט פארוואס טראמפ האט נישט אויפגעברענגט עלעקשאן מעדלינג אין זיין געשפרעך מיט פוטין האט פאפעיא געזאגט אז טיילמאל זענען געשפרעכן נישט גענוג לאנג איינצושליסן יעדע איינציגע אישו

טראמפס חודש'ליכע צופרידנהייט ציפערן לויט גאלאפ איז ביי 46%
די העכסטע זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס

דעם דינסטאג וועט עף בי איי דירעקטאר אויפטרעטן פארנט פון די סענאט אפראפריעישאנס סובקאמיטע צו דיסקוסירן דעם פרעזידענטס בודזשעט פארלאנג און אירע פריאריטעטן פאר זיין אגענטור

דעם דאנערשטאג וועט די סענאט שטימען אויף די נאמינאציע פון דזשעפרי ראזען אלץ דעפיוטי אטוירני דזשענעראל
די אפשטימונג קומט אויס צוויי טאג בעפאר ראד ראזנסטיין טוט אפיציעל פארלאזן די דעפארטמענט

די סענאט וועט די וואך אויך שטימען אויף די נאמינאציעס פון ריכטער דזשאסעף ביענקא און ריכטער מייקל פארק צום 2'טן סירקוט קאורט טראץ די קעגנערשאפט פון זייערע היימשטאט סענאטארן שומער און דזשיליברענד
אויב די נאמינירטע ווערן ביידע באשטעטיגט וועט די באשטעטיגטע סירקוט ריכטער צאל גרייכן 39
און די סך הכל באשטעטיגטע ריכטער 104 זינט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס

סענאטאר מייק ענזי פון ווייאמינג גייט רעטייערן נאך די 2020 למספרם וואלן
ער איז 75 יאר אלט און איז די פארזיצער פון די בודזשעט קאמיטע
ענזי איז נישט א סענאטאר וועלכע פלעגט זוכן איבריגע פובליסיטי און ווערט מערסטנס געזען שפאצירן אין סענאט מיטן קאפ אראפ זייענדיג פארנומען צו ליינען
ביי איין פאל האט א רעפארטער אמאל פרובירט צו ציען זיין אויפמערקזאמקייט און אנטוויקלען א געשפרעך פרעגנדיג הויך: סענאטר ענזי ווי אזוי שפירט איר זיך?
דער סענאטאר האט אים לייכט אפגע'פטר'ט זאגנדיג : גאנץ פיין, ביז איצט...

די ליבעראלע גרופע "פארלאנג יוסטיץ" האט געגעבן אן F צייכן פאר סענאטאר מייקל בענעט וועלכע לויפט פאר פרעזידענט איבער זיין שטיצע פאר טייל טראמפ יורידישע נאמינירטע
בענעט שיסט צוריק אז ער גיבט פאר די ארגאנאזאציע אן F צייכן פאר זייער איבערגעטריבענע קעגנערשאפט צו די ריכטער גארסוטש נאמינאציע וועלכע האט געגעבן א לייכטע אויסרייד פאר מעקאנעל צו טוישן די רעגולאציעס וועלכע פארלאנגען שטיצע פון 60 סענאטארן (בענעט האט געשטימט אקעגן גארסוטש אבער אקעגן אנהאלטן די פיליבאסטער אקעגן זיין אפשטימונג)
בענעט זאגט אז ווען מען זאל ווען זיין מער איינגעהאלטן ביי גארסוטש וואלט מען געהאט פיל בעסערע שאנסן צו פירן אן עפעקטיווע קאמף אקעגן קעווענאו ווייל די פובליק וואלט געהאט צוטרוי אז דעמאקראטן באקעמפן נישט סיי וועלכע ריכטער אויסוואל פון טראמפ
ער האט זיי אויך באשולדיגט פארן פירן צו עלימינירן די פיליבאסטער פאר אפעלט ריכטער צוריק אין 2013 למספרם און פארן אטאקירן דעמאקראטן וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג מיט זייער אגענדע
בענעט זאגט אויך אויף די ען בי סי זונטאג פראגראם אז וויליאם באר דארף רעזיגנירן
איבער די גוטע עקאנאמישע צושטאנד אין לאנד זאגט בענעט אז אבאמא האט געשאפן אזא גוטע עקאנאמיע אז אפילו אזא איינער ווי דאנאלד טראמפ האט נישט געקענט באווייזן עס חרוב צו מאכן..

בערני סאנדערס האט נעכטן אין אייאווע געזאגט אז אויב ער וואלט געווען אין קאנגרעס וואלט ער געשטימט צו האלטן ביל באר אין קאנטעמפט
סענדערס האט דארט אויך געהאט א שמועס מיט איינע פון די באטייליגטע ביים טאון האל איבער העלט קעיר
יענער האט זיך אפגערעדט אז אבאמאקעיר האט נישט עכט אויסגעהאלפן זיין פרוי וועלכע האט געדארפטצוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג און זיי האבן נאכאלץ געדארפט צאלן 18 טויזנט דאלער אין מעדיצינישע בילס
סאנדערס האט זיך צוגעכאפט ווי צו א געבראטנס און געפרעגט אויב ער וואלט געוואלט אז מעדיקעיר זאל דעקן זיין פרוי
אבער יענער האט גענטפערט "ניין"

סענאטארשע העריס רופט פאר אינספעקטאר דזשענעראל אויספארשונג צו זעהן אויב די ווייסע הויז האט אומאויסגעהאלטן פארארדנט די יוסטיץ דעפארטמענט צו עפענען אויספארשונגען

23 פון 64 פון פלארידאס דעמאקראטישע געזעצגעבער האבן אינדארסירט דזשאו ביידען פאר פרעזידענט

דזשאו ביידען האט געזאגט ביי א פאנדרעיזער אז ער פלאנט נישט צו קאנקורירן מיטן פרעזידענט אינעם ניק נאמען שפיל אבער האט ביים זעלבן אוונט באצייכנט טראמפ אלץ א קלאון

דזשאו ביידען האט נעכטן באזוכט און קאמפיינט אין סאוט קאראליינע

קירסטען דזשיליברענד וועט אפהאלטן א פאקס נייעס טאון האל און יוני 2 למספרם

קארי בוקער איז היינט געווען אויף די סי ען ען זונטאג פראגראם זאגנדיג אז ער שטיצט מעדיקעיר פאר אלע אבער אז ער אויך א פראגמאטיסט און מיר גייען נישט צונעמען העלט אינשורענס פלענער פון 150 מיליאן אמעריקאנער און מיר גייען דאס מוזן טוהן אויף אן אויסגערעכנטע און פארזיכטיגע צוגאנג

ער איז אויך געווארן געצימבלט איבער זיין רעקארד פון שטיצע פאר טשארטער שולעס
בוקער: אלץ א געוועזענע טשיעף עקזעקוטיוו טוסטו אנדעקן לעזונגען וועלכע ארבעטן
און גוט דגעפירטע טשארטער שולעס זענען געווען טייל פון אונזער גרעסערע לעזונג צו פארזיכערן א גוטע ערציאונג פאר אלע קינדער און איך שטטי דערבייאון וועל פארזעצן אזוי צו טוהן ווען מען האט פארגעלייגט פאר בוקער די גוטע עקאנאמישע ציפערן האט ער געזאגט אז אמעריקאנער מוטשען זיך און אז געהאלט איז צי נידריג

א מערקווירדיגע מאמענט איז געווען ווען מינוטן נאך זיין שמועס מיט בוקער ווי מען האט צווישן אנדערן באהאנדלט גאן שיסערייען אין אמעריקע האט סי ען ען'ס דזשעיק טעפער געדארפט באריכטן איבער א פרשיע שיסעריי וועלכע האט איבערגעלאזט צוויי פארוואונדעטע

ענדרו יענג האט שוין געשפענדעט אויף פעיסבוק און גוגל רעקלאמעס מער ווי בוקער באטידזשעדזש און דזשיליברענד אינזלי און דאלעני
ער איז טאקע אריינגעקומען אין די פארמעסט פריער אבער האט ערשט אנגעהויבן ספענדן אינמיטן פעברואר למספרם

בעטא ארורק וועט זיין צוריק אין ניו העמפשיר צום דריטן מאל פון מאי 9 ביז 11 למספרם

עליזאבעט ווארען האט פרייטאג צונאכטס קאמפיינט אין אייאווע
ווארען פארמאגט שוין נאציאנאל א שטאב פון אריבער 200 איינגעשטעלטע

דזשאן היקענלופער: פעדעראלע רעגירונגס איבערנעמען העלט קעיר און גאראנטירן פאר אלעמען דזשאבס זענען געוויס גרויסע געדאנקען אבער זענען נאכאלץ נישט קיין גוטע געדאנקען
ער זאגט אז מען דארף ראטעווען אמעריקעס קאפיטאליסטישע סיסטעם אבער נישט אדאפטירן סאציאליזם
און אז טראץ וואס אמעריקע גייט דורך ערנסטע פראבלעמען איז סאציאליזם נישט די ענטפער

עימי קלאובאשאר וויקלט אויף 100 ביליאן דאלער פלאן צו באקעמפן איפיאד אדיקשאנס און פריאריטאזירן מענטל העלט

טעד קרוז שאצט פאר אז די עווענטועלע דעמאקראטישע קאנדידאט וועט זיין אדער העריס אדער ארורק אדער ווארען אדער סאנדערס

אין פארזעצונג צו די ביידען געשיכטע וועלכע איז דא געווארן געלופטערט לעצטע וואך
רודי דזשוליאני האט דיסקוסירט די טעמע מערערע מאל מיט די ארויסגעווארפענע פראקוראר און מיט די איצטיגע פראקוראר וועלכע האט באזוכט אין ניו יארק
דזשוליאני אנערקענט אז ער האט עס איבערגעשמועסט מיטן פרעזידענט ביי מערערע געלעגנהייטן אבער זאגט אז די גאנצע וועג ווי אזוי ער איז ארויפגעקומען דערויף איז געווען אומדירעקט
אין זיין מיסיע נאכצוגיין די שאפונג פון די קאלוזשען סקאנדאל מיט רוסלאנד האט ער נאכגפאלגט אירע ווארצלען קיין אוקריינע ווען עס איז געווארן באקאנט איבער ארטיגע באאמטע וועלכע האבן געארבעט האנט ביי האנט מיט די פריערדיגע אדמיניסטראציע
דורכאויס יענע געיעג נאך אינפארמאציע ווען דזשוליאני האט גערעדט מיט די אוקריינער איז ער אויך געוואר געווארן איבער די ביידען אישו און ער זאגט אז טראץ וואס מען קען עס נישט דורכלאזן אומאויסגעפארשט דארף מען אבער זיין גאר איינגעהאלטן און זיך נישט איילן צו ארויסרוקן סיי וועלכע באשולדיגונגס פינגער צי פרי ווייל דאס וואלט באדייט אז מען באגייט די זעלבע גרייז וואס דעמאקראטן זענען באגאנגען מיט די רוסלאנד קאלוזשען אויספארשונג
די נייע אוקריינע פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט שוין געזאגט אז ער וועט ערזעצן די הויפט פראקוראר (א געווענליכע און אפיציעל אומפארבינדעטע ערשיינונג וועלכע פאסירט ביי די אנהויב פון א נייע אדמינסטראציע) און עס איז אומקלאר אויב ער וועט פארארדענען דעם נייעם פראקוראר צו פארזצען די לעצטנס פון פריש געעפנטע אויספארשונג אין די פירמע אדער ער וועט ברענגן אן אפשטעל דערצו

אין ווייסן הויז איז איצט הימל און ערד און מעט בעווין
די גאנצע אפאראטוס איז איינגעשפאנט און אויף א מיסיע צו אפראטעווען קענטאקי פון זיך גליטשן בלוי
מעט בעווין האט אין 2014 למספרם געפירט א ביטערע פארמעסט מיט סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל און די באציאונגען צווישן די צוויי זענען געבליבן גדעשפאנט פאר א וויילע
אין 2016 למספרם איז בעווין צוריקגעקומען און דאסמאל געלאפן פאר גאווערנאר און געזיגט און גיך געווארן א ציהל פון דעמאקראטן וועם ער רעגט גאר שטאטרק אויף מיט זיינע פאליסיס
היי יאר לויפט ער פאר ווידערוויילונג און די לאגע צווישן אים און מעקאנעל איז שוין גאר אנדערש ווי אמאל
מעקאנעל איז גרייט אנצובאטן סיי וועלכע הילף נויטיג אז די רעפובליקאנער זאלן אנהאלטן דעם גאווערנאר שטוהל און זייער מאמענטום אין די סטעיט בכלל נעמענדיג אין באטראכט אז ער וועט עס קענען נוצן קומענדיגע יאר ווען ער זעלבסט וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג
די ווייסע הויז איז אויך גאר שטארק באזארגט איבער די פארמעסט און האט עס געשטעלט אויף קאוד 1 אלץ שטארקע פריאריטעט
בעווין איז לעצטנס אן אפטער גאסט אין ווייסן הויז און זיין אנוועזנהייט איז שוין געווארן א וויצלנדיגע טעמע דארט
זינט יונואר 2018 למספרם האט ער שויין באזוכט די ווייסע הויז 10 מאל און דעם שבת איז בעווין ארויס מיט א טראמפ טיעם צוגעשטעלט רעקלאמע און פרייטאג האט וויצע פרעזידענט פענס האט פרייטאג אנגעפירט מיט א פאנדרעיזער אין שטיצע פון בעווין
אריבער ביי די דעמאקראטן קומט פאר א פריימערי וועלכע איז געווען היבש איינגעהאלטן ביז איצט מיט ענדי באשאר די סטעיט אטוירני דזשענעראל און זוהן פונעם געוועזענעם גאווערנאר אין שפיץ און עדעם העדעלען א ביזנעסמאן וועלכע איז געווען די אודיטאר אין קענטאקי דערנאך און ראקי פרובירט זיך אויך אריינצובאקומען און אויפשטייגן אינעם פארמעסט און ביי די פארלאפענע צווייטע דעבאטע האבן טאקע אלע קאנצעטרירט זייער קריטיק הויפטזעכטליך אויפן רעפובליקאנער אמטירנדער גאווערנאר מעט בעווין
אבער קומענדיג נענטער צו די פריימערי וואל טאג פארשטייט העדעלען אז מען מוז שוין אויסטוהן די זיידענע הענטשוך און א סופערפעק אין זיין שטיצע האט געלופטערט א רעקלאמע וועלכע פארבינדט באשאר צו א שוחד סקאנדאל
3 דעמאקראטישע קאונטי פארזיצער האבן דערנאך אויסגעלייגט א סטעיטמענט צו פארדאמען די נעגאטיווע אטאקעס אויף באשאר

ווען א רעפארטער האט דאנערשטאג געפרעגט פון לינדזי גרעהעם איבער די מור נאמינאציע צום פעדעראלן רעזערוו באורד האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט ווי עס האלט איצט
די ענטפער איז שוין געווען א האלבע שטונדע נאך טראמפס טוויטער מעסעדזש אז מור ציהט ארויס זיין נאמען
דער רעפארטער האט אויפגעקלערט גרעהעם אז עס איז שוין דערנאך
גרעהעם האט מיט חשד זיך געוואונדערט און געפרעגט "ער האט טאקע?!"
האט דער רעפארטער אים געפרעגט צו ער האט טאקע נישט געוואוסט אז עס קומט
גרעהעם האט געענטפערט אז ער האט געטראכט אז עס קומט אבער איך האב גארנישט געוואלט זאגן

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג מאי 05, 2019 12:47 pm

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג קדושים

איבער די גוטע עקאנאמישע צושטאנד אין לאנד זאגט בענעט אז אבאמא האט געשאפן אזא גוטע עקאנאמיע אז אפילו אזא איינער ווי דאנאלד טראמפ האט נישט געקענט באווייזן עס חרוב צו מאכן..

;l;p- ;l;p- ;l;p-


שכח הבל פאר די באריכטן!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 05, 2019 12:51 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג קדושים

איבער די גוטע עקאנאמישע צושטאנד אין לאנד זאגט בענעט אז אבאמא האט געשאפן אזא גוטע עקאנאמיע אז אפילו אזא איינער ווי דאנאלד טראמפ האט נישט געקענט באווייזן עס חרוב צו מאכן..

;l;p- ;l;p- ;l;p-


שכח הבל פאר די באריכטן!


יישר!
אייער הנאה איז מיין הנאה

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג מאי 05, 2019 1:40 pm

עכט דארף מען יעדן טאג אפאר מאל א טאג זיך באדאנקען פאר הכל הבל פאר זיינע טעגליכע זאכליכע אינטערסאנטע צייטליכע רעפארטאזשן נאר הזמן יכלו והם לא יכלו אבער יעצט נאכן הערליך באשרייבן די כמעט אומוויסנעדע פרשה פון דזשאו ביידען מיט אוקריינע דארף מען אויסרופן הויעך יאריך ימים על ממלכתו מזאל מיר אינאיינעם קענען עסן די קאקאש קעיק עד ביאת הגואל בב''א
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג מאי 05, 2019 1:44 pm

נאך אזא היליכיגן דאנק פונעם פרעזידענט אליין, וואס קען איך שוין דען צולייגן?

יישר כח הכל הבל איט'ס גרעיטלי עפרישיעטעט!

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג מאי 05, 2019 2:10 pm

א ריזן דאנק פאר אייערע טעגליכע באריכטן.

--
אגב, בין איך יעצט מקיים דעם 'בשעה שיש ... מונחים לפניך':
הכל הבל האט געשריבן:...ווען פארנט פון אייך שמייכלט א טשאקלאד רינעדיגע קוכן ...

0505191353b1.png
0505191353b1.png (342.39 KiB) געזעהן 961 מאל
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 05, 2019 11:46 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג קדושים

איבער די גוטע עקאנאמישע צושטאנד אין לאנד זאגט בענעט אז אבאמא האט געשאפן אזא גוטע עקאנאמיע אז אפילו אזא איינער ווי דאנאלד טראמפ האט נישט געקענט באווייזן עס חרוב צו מאכן..

;l;p- ;l;p- ;l;p-


שכח הבל פאר די באריכטן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 06, 2019 11:30 am

מאנטאג קדושים





אמעריקע שיקט אן עירקרעפט קעריער צום מיטל מזרח צו שיקן א מעסעדזש פאר איראן

די כינעזע דעלעגאציע וועלכע טרעפט זיך מיט טראמפס האנדלס פארשטייער נעמט אריין איבער 100 מענטשן און ווערט געזעהן ווי די לעצטע פאזע פון א פראצעדור איידער מען קען באשטימען א סאמיט צווישן פרעזידענטן טראמפ און שי דזשינפינג

קאנגרעס איז היינט נישט אין סעסיע און וועט זיין מארגן צוריק צו לעגיסלאטיווע ארבעט
אויף די אגענדע די וואך זענען בילס צו באהאנדלען באציאונגען מיט טייוואן, בראודבענד צוטריט, העלטקעיר וועיווערס און דיזעסטער הילף

די הויז יורידישע קאמיטע וועט זיך טרעפן מיטוואך אום 10 אזייגער אינדערפרי צו שטימען צו האלטן אטוירני דזשענעראל באר אין קאנטעמפט צוליב וואס ער האט איגנארירט אן אולטימאטום צוצושטעלן ביז היינט 9 אזייגער אינדערפרי די פולע אומצענזורירטע מולער באריכט

היינט וועט די סענאט פאראויסרוקן די נאמינאציע פון ריכטער דזשאסעף ביאנקא פון ניו יארק צום 2'טן סירקוט ווי נעכטן באריכטעט און דער ענדגילטיגע אפשטימונג איז ווייטער געפלאנט אויף מארגן דינסטאג

ווייסע הויז שטאב הויפט מיק מולוועיני זאגט אז ער פלאנט נישט אנצופילן די קאמיוניקאציע דירעקטאר פאזיציע וועלכע איז ליידיג געווארן ווען ביל שיין איז ארויס

פיטע באטידזשעדזש האט זיך נעכטן געטראפן מיטן געוועזענעם פרעזידענט דזשימי קארטער

פיטע באטידזשעדזש האט נעכטן ארויסגעלייגט זיינע פלענער פאר קרימיאלע יוסטיץ רעפארם רופנדיג צו ענדיגן טויט שטראף אין אמעריקע, רעפארמירן די סענטענסינג געזעץ און לעגאליזירן מאריוואנא און צוריקדרייען שולד אורטיילן אויף די פארברעך

פיטע באטידזשעדזש הויבט אן אויפבויען א קאמפיין אינפראסטרוקטור אין ניו העמפשיר
מייקל קעראסא, 40 יאר אלט, איז א קאמפיין וועטעראן וועלכע האט צווישן אנדערן געעארבט פאר בערני סאנדערס אין 2016 למספרם און ער איז געווען זיין הויפט קאמפיין דירעקטאר אין די קאליפארניע פריימערי פארמעסט
ביי א געוויסע פונקט האט די סאנדערס קאמפיין אים ארויסגערוקט און ערזעצט מיט די קאמפיין דיקרעקטאר פון אייאווע צוליב א מיינונגס פארשינדהייט וואס אז אנטשטאנען ווען קעראסא האט געוואלט אויסגעבן מער געלט אויף צו שטיצן וואלונטירןת דידזשיטאל אינציאטיוון און פעלד ארגאנאזירונג ווי איידער שפענדן אויף קאסטבארע טראדיציאנאלע טעלעוויזיע רעקלאמעס
קעראסא וועט איצט זיין סטעיט דירעקטאר פון די באטידזשעדזש ניו העמפשיר קאמפיין אפאראטוס
קאול ריעל וועלכע איז א מעמבער אין די ניו העמפשיר סטעיט הויז וועט דינען אלץ אוטריעטש קאארדינעיטאר
און קעווין דאנאהאו וועט סערווירן אלץ קאמיוניקאציע דירעקטאר

קארי בוקער איז ארויס מיט א נייע פלאן צו באקעמפן גאן שיסערייען וועלכע וועט פארלאנגען פאר יעדע גאן
אייגנטימער צו באזיצן א לייסענס דערפאר מיט די פעדעראלע רעגירונג
די פלאן וועט פארבאטן אסאולט רייפלס און באגרעניצן די מעגליכקייט צו קויפן האנט ביקסן צו נישט מער ווי איינס פער מאנאט

דזשאן דעלאני פלאנט צו באזוכן ניו העמפשיר צום 7'טע מאל

קאמאלא העריס: ווען נישט די אנגייענדע פארזוכן צו אונטערדרוקן וויילער רעכטן וואלט סטעיסי עיברעמס געווען גאווערנאר אין דזשארדזשיע און ענדרו גילאם אין פלארידא

קאמאלא העריס האט נעכטן ביי אן אויפטריט געמאכט איר קעיס פארוואס וויילער זאלן איר בעפארצוגן איבער דזשאו ביידען
העריס האט ארויסגעברענגט אז אין די צייט וואס מען רעדט אזויפיל פון וועלכע א קאנדידאט עס האט די בעסטע שאנס צו באזיגן טראמפ פארגעסט מען אז אפריקאנע אמעריקאנע וויילער וועלן שפילן אן ערנסטע ראלע אין סטעיטס ווי מישיגען וויסקאנסין און פענסילוועניע ווי די אלגעמיינע פארמעסט קען אראפקומען גאר נאנט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 06, 2019 1:44 pm

שכוח הבל!
יעצט פארשטיי איך שוין... מיט הונדערט מענטשן ביי די נעגאשיעשנס קען מען אין ערגעץ נישט אנקומען...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21723
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2019 1:55 pm

איך האב ניטאמאל געדענקט אז אזא אשכול עקזיסטירט... נייס ווארק הכל הבל!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 06, 2019 2:21 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב ניטאמאל געדענקט אז אזא אשכול עקזיסטירט... נייס ווארק הכל הבל!

פון ווען הונגערסטו שוין נעבעך?..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, serious, מה ידידות, ממה נפשך, משמש, פּינטער, פינחס און 47 געסט