א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך האלץ האקער » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:14 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כח איך האב נישט קיין ווערטער צו עס ארויסברענגן!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:03 am

מאנטאג אחרי קדושים



א וואשינגטאן פאוסט קאלומניסט האט צוריק אין 2017 למספרם אויפגעדעקט אז דער דאן נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ האט אין שפעט 2016 למספרם אפגעהאלטן געשפרעכן מיטן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיסליעק אין א צייט ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט געארבעט צו סאנקציאנירן רוסלאנד צוליב אירע שריט זיך צו מישן אין די אמעריקאנע וואלן און לויטן שרייבער האט עס געקענט זיין א פארלעצונג צו די לאגען אקט
א מאנאט דערויף האט פלין רעזיגנירט נאכן נישט זיין אויפריכטיג מיט וויצע פרעזידענט מייק פענס איבער זיינע געשפרעכן מיט קיסליעק און עווענטועל האט פלין זיך מודה געווען אין ליגן זאגן פאר אויספארשער איבער די אינהאלט פון זיינע געשפרעכן אבער א צייט שפעטער האט ער צוריקגעצויגן פון זיין פלי און געבעטן פון א ריכטער צו קענען זיך ווידער דערקלערן אומשולדיג
נאך וואס דער ריכטער האט אפגעווארפן די פארלאנג האט פלין'ס אדוואקאט סידני פאועל אנגעהויבן פארפירן אז די פראקורארן האלטן צוריק פון ארויסגעבן וויכטיגע דאקומענטן וועלכע קענען בייהילפיג זיין פאר איר קליענט און זיין קעיס און נאך די אינטערווענץ פון אטוירני דזשענעראל ביל באר און א יו עס אטורני פון מיזורי געשטעלט דורך באר צו פארשן די פלין אויספארשונג האבן פלין'ס גרופע באקומען צוטריט צו די דאקומענטן און האבן עס פרייטאג צוגעשיקט צום געריכט
און לויט באריכטן ווערט דארט געשילדערט אן אפמאך אונטער וועלכע די פראקורארן פארשפרעכן פאר פלין אז מיסברויכן באגאנגען דורך זיין זוהן וועלן ווערן פארקוקט אויב פלין איז זיך מודה אין וואס זיי ווילן און די דאקומענטן צייגן אז די אגענטן וועלכע האבן געפארשט פלין האבן נישט נאכגעפאלגט די סטאנדארט פראצעדורן
*
אין א באזונדערע אנטוויקלונג איבער די פלין אויספארשונג ווייסט די ניו יארק טיימס צו פארציילן אז יו עס אטוירני דזשאן דורהעם זעצט פאר זיין ברייטערע אויספארשונג איבער די רוסלאנד אויספארונג און ארומיגע אספעקטן און אז דורהעם פארשט אויך נעגאטיווע ליעקס פון רעגירונג באאמטע צו די מידיא אין די ערשטע טעג פון די טראמפ אדמינסטראציע און פרעגט אויס אנגעגעבענע קוועלער וועלכע האבן בייגעשטייערט צו נייעס ארטיקלען און אויפדעקונגען וועלכע האבן פאראורזאכט כאאס אינערהאלב די אדמינסטראציע און געהאלפן פירן צו די רוסלאנד אויספארשונג
דורהעם אנטזאגט זיך צו דיסקוסירן זיינע געפינסן אבער אטוירני דזשענעראל באר האט קורצליך קאמענטירט אז דורהעם האט אידענטיפיצירט באזארגענדע פראבלעמען און אנגעדייטעט אז טייל רעזולטאטן וועלן מעגליך געמאכט ווערן פובליק נאך בעפאר די קומענדיגע וואלן
שוין צוריק אין 2019 למספרם האט דורהעם אנגעהויבן פארשן די אויבנדערמאנטע פאוסט ארטיקל איבער מייקל פלין
*
א טעקסאס טריביון אנקעטע שטעלט די פארמעסט ביי טראמפ 49% צו ביידען 44% אין די סטעיט
צווישן וויסע וויילער איז טראמפ פאראויס מיט 26% ווען צווישן אפריקאנע אמעריקאנע וויילער איז ביידען פאראויס מיט 58% און צווישן היספאנישע וויילער איז ביידען פאראויס מיט 10%
*
קאנגרעס ספיקער פעלוסי קומט ארויס אינדארסירן דזשאו ביידען פאר פרעזידענט
*
הויז פראגרעסיוו קאקוס קא טשעיר דזשעיפעל וועלכע איז געווען פירנדע מיטגליד אין די סאנדערס פאר פרעזידענט קאמפיין קומט ארויס אינדארסירן דזשאו ביידען
*

ספיקער פעלאוסי איז געפרעגט געווארן אויב עס איז געווען א גרייז פון דעמאקראטן צו שטיצן די לעצטע וואשינגטאן הילף פעקל טראץ וואס זיי האבן נישט באקומען זייער פארלאנגטע 150 ביליאן דאלער הילף פעקל פאר סטעיטס און לאקאלע רעגירונגען
פעלאוסי איז געווארן פרעזענטירט מיט א ווידעא אין וועלכע ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא באשולדיגט דעמאקראטן פארן אקצעפטירן א הילף פעקל אן הילף פאר די סטעיטס
פעלאוסי: בארואיג דיך(קאומא), מיר וועלן האבן סטעיט און לאקאל און מיר וועלן דאס האבן אין א באדייטפולע וועג (אין די קומענדיגע הילף פעקל)
שפעטער האט זי געזאגט אז זי האט גרויס רעספעקט פארן גאווערנאר פון ניו יארק און אזוי אויך פאר איר אייגענע גאווערנאר און זי פארשטייט זייער אומגעדולד און אז דאס וועט טאקע פארזיכערן אז די הילף זאל זיין נאך גרעסער ווי פריער געקלערט
*
איבער א פרישע הילף פעקל און אירע שאנסן האט זיך אנטוויקלט א שטיקל ברודער געפעכט צווישן סענאט רעפובליקאנער און די ווייסע הויז ווען סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט פאריגע וואך געגאסן קאלט וואסער אויףדי געדאנק פון דורכפירן פרישע רעטונג בילס זאגנדיג אז אפעטיט לויפט אויס אין זיין קאקוס פון נאך מער אויפשוועלן די ריזיגע דעפעציטן און אז מען זאל צו ערשט גיבן א שאנס פאר די ביז איצטיגע פעקלעך צו אויפטוהן דאס זייעריגע
די ווייסע הויז איז נישט איבריג צופרידן און פרעזידענט טראמפ איז ווייט נישט נייגעריג אז שטיינער זאלן געליגט ווערן אין וועג צו צוקונפטיגע פרישע ספענדינג בילס אויף אינפראסטרוקטור און נאך וועלכע קען העלפן אויפלעבן די עקאנאמיע
לויט נאנטע צו מעקאנעל איז עס עכט מער א מי בראש געראנגל זינט סענאט רעפובליקאנער שפורן זיך אויסגעשפילט פון די לעצטע רונדעס פארהאנדלונגען צווישן סטיוו מענוטשין און שומער און פעלאוסי און אז די די געשפרעכן שיינען צו זיין געמיינזאמע סטראטעגיע ווי איידער שווער אויסגעקעמפטע אומפארטייאישע דערגרייכונגען און אז די אינטערסען פון סענאט רעפובליקאנער ווערט אזוי ארום געשטעלט און א זייט און די סענאטארן ווילן אז אנשטאט זאל מען מיט זיי פארהאנדלען און אז קאנגרעס זאל זיין די פיפטע ראד אין וואגן
*
די דעבאטע אויב די פעדעראלע רעגירונג זאל אויסשטרעקן א האנט צו העלפן סטעיט און לאקאלע רעגירונגען געניסט גראדע צווישן שטיצע צווישן טייל רעפובליקאנער
סענאטארן סוזען קאלינס פון מעין, ראב פארטמאן פון אהייא און ביל קעסידי פון ליוזיאנא שטיצן אלע אזא פארשלאג
פון די אנדערע זייט שרייט פלארידא סענאטאר ריק סקאט אז פאנדן סטעיטס איז אן אומרעכט אקעגן די פלארידא שטייער צאהלער
וועלכע גיבן זיך אן עצה און ארבעטן שווער צו דעקן זייערע סטעיט בודזשעטן און דאן קומען ניו יארק, אילינאי, קאליפארניע און אנדערע סטעיטס און מיר דארפן זיי ארויסבעילן
סענאטאר מעקאנעל האט גאר געזאגט אז סטעיט וועלכע מוטשען זיך האבן די אפציע פון באנקראט
*
סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער זעצט פאר מיט זיינע רעגלמעסיגע זונטאג פרעסע קאנפרענצן אין ניו יארק טראץ די ווירוס עפידעמיע און האט קלארגעשטעלט אז די לאבי איז גענוג גרויס זיך צו קענען האלטן אפגעזונדערט פון אנדערע און אז ער טראגט א מאסק אויף זיין געזיכט און אז הענט סאניטייזאר מאטריאל איז צוגעשטעלט
*
צווישן די באפרייטע פון טורמע צוליב די ווירוס עפידעמיע ציילט זיך מייקל אוואנאטי
*
מיט א צייט צוריק האט די טראמפ אדמיניסטראציע באשטימט שטרענגערע טעסטס אויף גרין קארד אפליקאנטן צו פארזיכערן אז זיי וועלן נישט פאלן אלץ פינאנציעלע לאסט צו די רעגירונג
אן אנקלאגע אקעגן די טויש איז געווארן אריינגעטראגן אבער די סופרים קאורט האט דאן געגעבן די גרינע ליכט פאר די אדמינסטראציע פאראויסצוגיין מיט די נייע פאליסי
אצינד האט א לעגאלע גרופע פון ניו יארק ווידער אפעלירט צום סופרים קאורט צו בלאיקרן די נייע פאליסי אין ליכט פון די ווירוס עפידעמיע אבער די סופרים קאורט האט עס ווידעראמאל אפגעווארפן און עס איז נישט געווען קיין איין אפיציעלע ריכטער צו שרייבן א אקעגן מיינונג
די געריכט האט טאקע אפגעווארפן די פארלאנג פאר א צייטווייליגע בלאקאדע אבער אנגעדייטעט אז זי וואלט נישט ערלויבט א קלאגע צו ווערן אריינגעטראגן אין דיסטריקט געריכט און דורכגיין די געווענליכע פראצעדור
*
די סופרים קאורט האט היינט פארארדנט ביידע זייטן אין די קעיס איבער די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס אריינצושיקן זייעע שטעלונגען איבער די פראגע צי עס איז בכלל אין יורידישע יוריסדיקציע צו אורטיילן אין די קעיס
עס איז נישט קלאר וויפיל ריכטער עס זוכן ערקלערונגען דערויף אבער עס קען אנדייטן אז אמוויניגסטנס איין אדער גאר מערערע ריכטער קענען קומען צום אויספיר אז די פראגע איז נישט פאר די געריכטן אריינצורעדן
*
אין 2008 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט 4-5 אז אינדיווידועלן פארמאגן די רעכט צו באזיצן ביקסן אין שטוב פאר זעלבסט פארטיידיגונג
כדי צו באקומען די דעצידירנדע שטימע פוטן ריכטער קענעדי האט ריכטער סקאליא געמוזט אריינלייגן א פאראגראף אין זיין געשריבענעם אורטייל וועלכע באגרעניצט שטארק די אפטייטש פון יענעם פסק
ריכטער סקאליא שרייבט אז גארנישט אין די אורטייל זאל שטעלן אונטער פראגע צייכן אויף לאנגיעריגע פארבאטן אויף קרימינאלן אדער מענטאל אומסטאבילע אדער געזעצן וועלכע פארבאטן צו טראגן געווער אין געוויסע סענסיטיווע זאנעס א שטייגער ווי ארום שולעס אדער רעגירונג געביידעס אדער געזעצן וועלכע רעגולירן די פראצעדור פון פארקויפן ביקסן
זינט יענע אורטייל האבן נידריגע געריכטן איבערן לאנד באשטעטיגט אומצאליגע סטעיט און לאקאלע גאן קאנטראל געזעצן וועלכע זענען עווענטועל געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט צו הערן אויב יענע ספעציפישע געזעץ איז קאנסטיטוציאל אבער אנשטאט אקצעפטירן די קעיסעס וועלכע וואלט בלויז געברענגט אן ענדלאזע שטראם פון פרישע ענליכע קעיסעס און ריכטער קענעדי וואלט געמוזט שוקל זיין יעדע פון זיי באזונדער האט די געריכט איינפאך צוריקגעוויזן די אלע קעיסעס און זינט דאן האט מען נישט געהערט פונעם געריכט איבער די צווייטע אמענדמענט
נאך אזוי שפעט ווי לעצטע יאר האט די געריכט אפגעזאגט אזא קעיס אבער ריכטער טאמאס האט געשריבן א מעמא זיך אפצורעדן דערויף שרייבנדיג אז די געריכט פארנאכלעסיגט אירע פליכטן צו באשוצן די צווייטע אמענדמענט וועלכע איז געווארן די אומבאליבטע טייל פון די קאנסטיטוציע צו די געריכט און אז די רעכט איז געווארן די יתום פון די געריכט און די נידריגע געריכטן האבן פארשטאנען דעם מעסעדזש און זיי נוצן עס גוט אויס
אלעס האט זיך אבער איצט געטוישט מיט ריכטער קעווענאו וועלכע איז א שטארקע פארטיידיגער פון די צווייטע אמענדמענט און די קאנסערוואטיווע פליגל האט איצט א מער קלארע פאראייניגטע פראנט אויף די אישו
צום אלעם ערשט האט די געריכט אקצעפטירט א קעיס איבער ניו יארק סיטי גאן קאנטראל געזעצן אבער לויט עקספערטן איז עס בלויז די טראפ פון א קראן וועלכע וועט פארזעצן צו שטראמען און די קומענדיגע יארן צו באפעסטיגן און מעגליך גאר אויסברייטערן די רעכטן אונטער די צוויייטע אמענדמענט
ניו יארק סיטי ערלויבט פאר איינוואוינער מיט ספעציעלע פערמיטן צו האלטן ביקסן אין שטוב און עס נעמען צו 7 ספעציעל דעזיגנירטע שיסן זאנעס אבער פארבאט ארויסצונענען די ביקסן צו סיי וועלכע אנדערע לאקאציע אריינגערעכנט אויב מען האט א צווייטע הויז אדער צו שיסן זאנעס אינדרויסן פון די סיטי אפילו אויב די ביקסן זענען לער און פארשפארט אין א ספעציעלע שיידל אפגעזונדערט פון די אמוניציע זאפאס
דריי ניו יארק סיטי רעזידענטן אינאיינעם מיט די ניו יארק סיטי רייפל אסאסיאציע האבן געקלאגט די סיטי און פארלוירן אין פעדעראלן געריכט אין מאנהעטען
שפעטער האבן זיי אויך פארלוירן די אפעלאט אינעם צווייטן סירקוט ווי אלע דריי ריכטער האבן עס ארויסגעווארפן
די קלעגער טענה'ן אז אויב זיי ווערן ערלויבט צו באזיצן די ביקסן פאר זעלבסט שוץ דאן פארוואס זענען זיי נישט ערלויבט זיך צו באשוצן ווען זיי גייען צו זייערע צווייטע היימען אדער ספעציעל דעזיגנירטע שיסן ערטער אינדרויסן פון די סיטי?!
די פארטיידיגער זאגן אבער אז ווען די פאליציי געפונט געווער ביי אפגעשטעלטע וועלן זיי ווערן אפגע'פטר'ט מיט אן אויסרייד אז מען איז אונטערוועגנס צו א שיסן זאנע אינדרויסן פון די סיטי און מען קען עס נישט באשטעטיגן ווייל בלויז די ספעציעלע זאנעס אין די סיטי האלטן קלארע רעקארדס פון ווער עס קומט און ווען מען קומט
די ארגומענטן אין סופרים קאורט זענען געווען געסקעדזשועלט אויפן איצטיגן טערמין און קומענדיג נענטער דערצו האט די סיטי אנגעהויבן אנערקענען אז נישט בלויז טוען זיי אויסשטיין א מעגליכע נידערלאגע אין געריכט נאר זיי טוען ריזיקירן אז די געלעגנהייט פאר א פינף קאנסערוואטיווע מאיאריטעט מיט קעווענאו אנשטאט קענעדי וועט ווערן אויסגענוצט ביזן מאקסימום און אויסברייטערן די ביז איצטיגע אפטייטש פון די צווייטע אמענדמענט אויף ווייטער ווי קענעדי איז געווען גרייט צו גיין און ניו יארק סיטי טוט דערמיט אריינלייגן אין ריזיקע מער מעסיגע פארבאטן אין פארשידענע שטעט איבערן לאנד
די סיטי האט דעריבער אונטערגענומען א רייע שריט אראפצוקריכן פונעם לייטער און צו ערשט פארלאנגט פונעם סופרים קאורט אז צוליב טעכנישע לעגאלע אנטוויקלונגען אינעם קעיס זאל די קעיס ווערן אפגעלייגט אויף ביז מערערע קעיסעס איבער גאן קאנטראל וועלכע אנטוויקלען זיך נאך אין די נידריגע געריכטן ווערן אנטשידן און ערשט דאן זאל די העכסטע געריכט אויסהער די עטליכע קעיסעס אויפאמאל דערווייל קוקט נישט אויס ווי די ביטע גייט ערגעץ
גאנץ לעצטנס האט די סיטי באשלאסן צו ווייזן אז זיי זענען גרייט צו פארוואסערן די געזעץ מיטן מעלדן א רייע טוישונגען אריינגערעכנט אז זיי וועלן זיך ווענדן צו די איינוואוינער און צו ערשט הערן זייער מיינונג איבער די געזעץ און עס נעמען אין באטראכט
צום לעצט האבן זיי געבעטן פון די געריכט אז זיי דארפן מער צייט צו שרייבן זייער ארגומענט אבער דאן האט אן אנטשלאסענע געריכט געמאלדן אז זיי ווארפן אפ די פארלאנג און אז די סיטי זאל זיין גרייט צו די באשטימטע צייט מיט זייער פארטיידיגונג
איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געשריבן אז די טוישונגען צום געזעץ זענען דערווייל צופרידנשטעלנד און צוריקגעשיקט די זייטיגע שלאכטן איבער די קעיס צו די נידריגע געריכטן
די אנטוויקלונג באדייט אז די געריכט האט באשלאסן אז ניו יארק האט גענוג געטוהן צו פארזיכערן אז זייער געזעץ זאל נישט זיין די ערשטע אין לאנגע יארן איבער וועלכע די העכסטע געריכט זאל אורטיילן איבער די מעריטס פון א צווייטע אמענדמענט קעיס און זייערע שריט צו פארוואסערן זייער געזעץ האט זיך אויסגעצאלט
די אורטייל איז נישט געווארן אונטערגעשריבן אפיציעל דורך קיינע פון די ריכטער אבער מען פארשטייט אז עס איז געווען די ליבעראלן מיט די אנשליס פון ריכטער ראבערטס
ריכטער קעווענאו האט געשריבן אן איגענע מיינונג אין וועלכע ער שטימט איין מיט די באלשוס פונעם געריכט אז ניו יארק'ס קעיס איז צופאלן גענוג שטארק אז מען דארף נישט איצט באהאנדלען די מעריטס פון די ארגינעלע געזעץ אבער שרייבט יא אז מערערע סטעיטס איבערן לאנד זוכן דורכצופירן אומקאנסטיטוציאנאלע געזעצן אקעגן די צווייטע אמענדמענט און אז מערערע אנקלאגעס פארמען זיך איצט ארום זיי און אז די געריכט זאל אקצעפטירן די פאסיגע קעיסעס און די נאנטע צוקונפט
די אנדערע ריכטער וועלכע האט זיך געלאזט הערן איז געווען ריכטער אליטא וועלכע האט געשריבן א לענגערע און שארפע קעגן מיינונג שרייבנדיג אז ניו יארק'ס קעיס וואלט יא געברויכט ווערן באהאנדלט און געאורטיילט און ריכטער טאמאס און גאררסוטש זענעןדערין געווען אנגעשלאסן ברויזנדיג אז די געריכט איז געווארן מאניפולירט דורך ניו יארק'ס שטיק

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 27, 2020 3:24 pm

א מין לץ דער, פלארידע שטייער צאלער...

ווען איז געווען די לעצטע מאל פלארידע שטייער צאלער האבן געשיקט קיין וואשינגטאן מער ווי עס איז צוריק געגאנגען קיין פלארידע?

פלארידע'ס עקאנאמיע איז בלויז עטליכע אין די זעכציג פראצענט פון די ניו יארק עקאנאמיע, טראץ פלארידע האט א גרעסערע באפעלקערונג.

IMG_20200427_170510.jpg
ניו יארק געבט נעט די מערסטע פון אלע סטעיטס.
IMG_20200427_170510.jpg (199.63 KiB) געזעהן 1501 מאל

IMG_20200427_170527.jpg
פלארידע נעמט נעט די פיפט מערסטע, מערקט ווי מעקאנעל'ס קענטאקי נעמט די מערסטע חוץ ווירדזשיניע און מערילענד וואו גרויסע חלקים פון די פעדעראלע רעגירונג געפינט נאטורליך נעבן וואשינגטאן.
IMG_20200427_170527.jpg (175.62 KiB) געזעהן 1501 מאל
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג אפריל 27, 2020 6:24 pm

יישר כח @הבל!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:03 am

דינסטאג אחרי קדושים



איבער סענאט קאנטראל נאך די וואלן
מיטש מעקאנעל: עס איז א שווערע קאמף, מיר האבן נישט קיין שלאס דערויף, און זיי אויך נישט
עס גייט זיין א קאמף ביזן ענדע
*
טשאק שומער וויל אז ווען די סענאט קערט זיך צוריק צו די ארבעט קומענדיגע וואך זאל מען איינפעדימען איבערזיכט פארהערן איבער אמעריקא'ס אומגרייטקייט מיט טעסטינג און צו דערגיין פארוואס טייל אין די קליינע ביזנעס אסאסיאציע'ס פעיטשעק באשיצונג פראגראם האבן פריאריטאזירט אפליקאציעס פון זייערע גרעסערע און רייכערע קליענטן
*
מעקאנעל פון זיין זייט האט זיך זיינע פלענער אויפן ווען סענאט קומט צוריק קומענדיגע מאנטאג
אויסער באשטעטיגן פרישע נאמינאציעס האט מעקאנעל אנגעדייטעט אז ער ער וועט מעגליך זוכן דורכצופירן א רייע בילס צו באשוצן העלט קעיר ארבעטער און ביזנעסער פון לאוסוטס ווען זיין ווידערעפענען אפעראציע
*
מעקאנעל זאגט אויך אז עס וועט פילייכט זיין א פרישע סטעיט און לאקאל פאנדינג ביל (זעהט אויס א פעלאוסי האט געוואוסט וואס זי רעדט ווען זי האט רעאגירט צו קריטיק פון גאווערנאר קאומא און עס קוקט אויס ווי זי האט דאן ערהאלטן א פארזיכערונג אז עוד חזון למועד מיטן סטעיט און לאקאלע פאנדינג ביל)
מעקאנעל לייגט אבער צו אז בעפאר מיר הויבן אן שיקן פרישע געלט צו סטעיט און לאקאליטעטן וויל איך פארזיכערן אז מיר באשוצן די וועלכע מיר האבן שוין געשאנקן הילף (זיך באציענדיג צו ביזנעסער און העלט קעיר ארבעטער ווי פריער דערמאנט)
*
טראץ וואס עס זעהט אויס מער און מער אז מען גרייט זיך צו פארהאנדלען איבער הילף געלטער פאר סטעיטס איז נישט קלאר איבער ווי אזוי אזא פראדוקט וועט אויסזעהן און אויף וואס פונקטליך רעפובליקאנער וועלן איינגיין
מענוטשין האט איצט געזאגט אז עס גייט אויף קיין פאל נישט זיין א בעילאוט פון די סטעיטס
מעקאנעל האט נעכטן געזאגט אז מיר קענען נישט ווערן פארקירעוועט דורך פון פאראויס באשלאסענע פארטייאישע וואונטשן אדער רופן איבערצומאכן יארן פון אומפאראנטווארטליכע באשלוסן וועלכע זענען גענצליך אומפארבונדן מיט די איצטיגע עפידעמיע
*
סענאטארשע עליזאבעט ווארען און קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע קארטעז האבן זיך פאראייניגט פארצולייגן א פרישע ביל וועלכע זאל איינפרירן נייע מערדזשערס פון גרויסע פירמעס זייענדיג באזארגט אז גרויסע ביזנעסער וועלן זיך צוזאמשמעלצן און אונטערברענגען קלענערע ביזנעסער וועלכע זענען שוין אזוי אויך אין געפאר
*
רעפובליקאנע סענאט פירער זענען געפרעגט געווארן איבער די נייע ווייסע הויז איינפיר צו שניידן די טעגליכע פרעסע רעפעראטן איבער די ווירוס מיט טראמפ ביים שטענדער און האבן פרובירט צו מוטיגן די געדאנק אבער שווער געארבעט עס צו טוהן דעליקאט און סענסיטיוו עס זאל נישט ווערן פארשטאנען אלץ טשעפע צו טראמפ טראץ וואס נישט אלע האבן געהאט די זעלבע סוקסעס מיטן גיין צווישן די טראפן
סענאטאר דזשאן טון האט עס געזאגט מער גראב: גיב די מיקראפאן פאר די עקספערטן
סענאטאר מיטש מעקאנעל מיט מער פארזיכטיגקייט: פילייכט א גוטע געדאנק
*
אין אהייא קומען הינט פאר פריימערי וואלן דורך די פאסט און צווישן אנדערע שטימט מען אין די דעמאקראטישע פריימערי אין אהייא'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו די 4 טערמיניגער קאנגרעספרוי דזשויס ביעטי פארמעסט זיך מיט מארגען הארפער
אויך איז דא א דעמאקראטישע פריימערי אין די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו עס פארמעסטן זיך ניקי פאסטער און קעיט שראודער און דער/די געוואונער וועט זיך פארמעסטן אקעגן דעם 12 טערמיניגן רעפובליקאנער סטיוו שאבאט דעם קומענדיגן הערבסט
*
די עקטינג אפיס אף מענעדזשמענט און בודזשעט דירעקטאר ראסעל וואוט האט נעכטן געשיקט א פארלאנגטע מעמא צו פעדעראלע אגענטורן וועלכע הויבן אן טראנזישאן פלאנירונג אין פאל פרעזידענט טראמפ באקומט נישט קיין צווייטע טערמין
די ערשטע מיטינג צווישן די אפיס און מענעדזשמענט און בודזשעט מיט די דזשענעראל סערוויסעס אדמינסטראציע איז געווארן באשטימט אויף מאי 27 למספרם
*
די פירער אינעם טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין ברויזן אויף א מעמא וועלכע די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע האט ארויסגעשיקט פאר איר מעמבערס מיט אנווייזונגען און אינטרוקציעס ווי אזוי צו אדרעסירן פראגן איבער די איצטיגע עפידעמיע
צווישן די דירעקציעס ציילן זיך אזעלכע וועלכע רופן אומדירעקט אז מען זאל עטוואס אפווייכן פון פולשטענדינג פארטיידיגן די טראמפ צוגאנג און אזא סלאגאן ווי אז "איך וואלט געוואלט אז אלע זאלן האבן רעאגירט פריער, אריינגערעכנט די ערוועלטע באאמטע, די וועלט געזונט ארגאנאזאציע און די סי די סי"
די טראמפ קאמפיין פירער, אריינגערעכנט פארסקעל, סטעפין, דזשאסטין קלארק, קאר, און מארטאו זענען אלע געווען גאר בייז דערויף און פארהאנדלט דורכאויס דעם וויקענד ווי אזוי צו רעאגירן דערצו און עווענטועל באשלאסן זיך צו פארבונדן דירעקט מיט די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע
אין לויף פון די טעלעקאנפרענץ מיטן קאמיטע עקזעקוטיוו דירעקטאר קעווין מעקלאלין האט קלארק קלארגעשטעלט אז סיי וועלכע רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט וועלכע פאלגט אויס די אנווייזונגען זאל נישט ערווארטן קיין אקטיווע שטיצע אין זייערע ווידערערוויילונג קאמפיינען
מעקלאלין האט געזאגט אז די שפראך גענוצט אין די געשפרעך איז זייער צינדעריש און האט זיך פארטיידיגט אז די מעמא האט קיינמאל נישט געמטויגט קאנדידאטן נישט צו פארטיידיגן די טראמפ רעאקציע צום ווירוס
*
א פרישע יו עס עי טודעי/ סאפאלק נאציאנאלע אנקעטע:
ביידען 50% טראמפ 40%

איבער זיך קימערן מיט מענטשן ווי מיר:
ביידען 57% טראמפ 39%

איבער אויפריכטיג און צוטרויבאר:
ביידען 47% טראמפ 31%

איבער שטארקקייט אלץ פירער:
טראמפ 45% ביידען 43%

*
וואס זאגן די פאטענציאלע דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט קאנדידאטן?
מישיגען גאווערנאר פרוי וויטמער: איך וויס פשוט דאס אז עס איז נישט א זיץ אויף וועלכע דו לויפסט
סטעיסי עיברעמס: איך וואלט געגעבן אלעס אין מיר צו געוואונען א פארמעסט אלץ א וויצע פרעזידענט אויסוואל ווערנדיג אויסגעקליב דורך סיי וועם
*
סופרים קאורט ריכטערין עילענע קעיגען דארף אנגעהויבן פון היינט זיין מער פארזיכטיג נישט איבערצוכאפן די ווירוס ווערנדיג היינט זעכציג יאר אלט
*
ראמעג פעסטענערס איז א פירמע וועלכע ערצייגט מאגנעטישע קנעפלען צו גענוצט צו פארמאכן טייסטערס און קלענערע האנט באגאזשן און אנדערע לעדערנע פראדוקטן
אין 2002 למספרם איז ראמעג אריין אין אן אפמאך מיט פאסיל דעזיינס וועלכע טוט פראדוצירן, מארקעטן און דיסטריביוטן האנט באגאזשן און דאס גלייכן און איז איינגעגאנגען צו נוצן די ראמעג קנעפלעך אין אירע פראדוקטן און טאקע געקויפט צענדליגער טויזנטער שטיק אין לויף פון די יארן ביז 2008 למספרם
אום 2010 למספרם איז ראמעג אויפגעקומען אז געוויסע פאסיל האנט באגאזשן פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן אנטהאלטן נאכגעמאכטע קנעפלעך טראגנדיג די ראמעג מארק
ראמעג האט באשלאסן אנצוקלאגן פאסיל פאר פעטענט און טרעידמארק פארלעצונגען זאגנדיג אז פאסיל האט בייזוויליג גענוצט די ראמעג מארק אן ערלויבעניש
א דזשורי האט געפונען אז פאסיל האט טאקע פארלעצט די ראמעג טרעדמארק און פעטענט אבער גלייכצייטיג אויסגעפירט אז קיין איינע פון די פארלעצונגען זענען נישט געווען בייזוויליג
טראץ וואס די פארלעצונג איז נישט געווען בייזוויליג האט אבער די דזשורי געזאגט אז פאסיל האט אפערירט זייערע אקטיוויטעטן מיט אומפאראנטווארטליכקייט און פארנאכלעסיגט זייער פליכט צו פארזיכערן אז ראמעג'ס רעכטן ווערן נישט פארלעצט
און דעריבער באפוילן פאר פאסיל צו באצאלן איבער ניינציג טויזנט דאלער צו פארזיכערן אז פאסיל פארדינט נישט פון אומ'יושר'דיגע פראפיטן אויפן חשבון פון ראמעג און צוגאב צו 6.7 מיליאן דאלער צו שיקן א מעסעדזש וועלכע זאל אפשרעקן פירמעס אינעם צוקונפט פון פארלעצן טרעידמארק געזעצן
פאסיל האט זיך ארויפגעכאפט אויף די געפונס פון די דזשורי אז די פארלעצוג איז נישט געווען בייזוויליג און אפעלירט די געלט שטראף צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן די שטראפן שרייבנדיג אז בלויז באווייזן פון בייזוויליגע פארלעצוגען טוט קוואלאפיצירן פארגיטיגונג פארן באטראפענעם
ראמעג האט זיך דאן געוואנדן צום סירקוט קאורט וועלכע האט ווידערהאלט די דיסטריקט געריכט באשלוס
ראמעג האט דאן פרובירט איר לעצטע אויסוועג אפעלירנדיג די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט עס צו ערשט צוריקגעשיקט צום סירקוט קאורט נאכאמאל אריינצוקוקן דערין אבער די די סירקוט האט זיך געהאלטן ביי דאס זייעריגע אין אום יונואר 14 למספרם האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
דאנערשטאג האט די געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון ראמעג
ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגן געריכט אז מען קען קלאגן איבער טרעידמארק פארלעצונגען אפילו עס איז געווען אומבייזוויליג
ריכטער אליטא האט גראדע יא געשריבן א באזונדערע אורטייל ווי ער ברענגט ארויס אז מען דארף יא אין באטראכט נעמען אויב עס איז געווען בייזוויליג אבער בלויז אלץ נאך א פאקטאר און נישט אלץ די איינציגסטע זאך ווען מען באשליסט אויב מען קען קלאגן ער ברענגט ארויס אז ווען עס קומט צו באשליסן אויב אין וויפיל מען באשטראפט פארלעצער מעג מען אין באטראכט נעמען אויב יענער האט עס געטוהן בייזוויליג אדער נישט נאר אז די בייזוויליג פאקטאר איז נישט די אבסאלוטע פראגע און מען קען פאראויסברענגן באקלאגענישן אויך אן דעם
גראדע שרייבט גארסוטש אין זיין אורטייל אויך אז מען קען געוויס אונטערשיידן צווישן א בייזוויליגע פארלעצונג און א בלויזע אומשולדיגע גרייז ווען עס קומט צו באשטימען די גרויס פון פארגיטיגונג אבער איז שארפער ווי די אליטא אורטייל מיטן ארויסברענגן אז לויט די שפראך אינעם געזעץ קען מען קלאר קלאגן אפילו פאר א פארלעצונג וועלכע איז נישט געווען בייזיוויליג
אין די גארסוטש אורטייל זענען אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, טאמאס, גינזבורג און קעווענאו
אין די אליטא אורטייל זענען אנגעשלאסן ריכטער ברייער און קעיגען
ריכטערין סאטאמאיאר איז אויך איינשטימיג מיט די אורטיילן אין אלגעמיין נאר האט געשריבן א באזונדערע אורטייל ווייל לויט איר איז דא אסאך פארווע סיטואציעס און גרויע ליניעס פון גענצליכע אומשולדיגקייט ביז קלארע בייזוויליגקייט און זי וויל קלארשטעלן אז אפילו עס פארלאנגט זיך נישט קלארע בייזוויליגקייט צו קלאגן דארף מען פארט אפטיילן צווישן גענצליך אומשולדיגע אינצידענטן און מער מילדערע פארנאכלעסיגקייטן ביז קלארע פארלעצונגען

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:29 am

א גרויסן יישר כח פאר די טעגליכע באריכטןַ עס איז זייער ציענדיג.

נ.ב.
אויב איז שייך צו מאכן א אנצייכענונג ביי די געריכט באריכט אורטייל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:41 am

צוקער וואסער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די טעגליכע באריכטןַ עס איז זייער ציענדיג.

נ.ב.
אויב איז שייך צו מאכן א אנצייכענונג ביי די געריכט באריכט אורטייל.

יישר פאר די פידבעק
איך ווייס אז אין די איצטיגע טעג ציהט די אשכול א קלענערע צאהל ליינער און עס קומט אויך אן שווערער אבער מען פרובירט אנצהאלטן ווען נאר מעגליך צוליב וואס פאר טייל פון די וועלכע האבן יא צייט דערצו איז עס זיי נאך וויכטיגער ווי סיי ווען און פאר זיי איז די סערוויס ווי די קאקאש טראק..
איז דעריבער שטארק אפרישיעטעד די פידבעק פון די וועלכע ליינען יא צו וויסן אז מען שרייבט נישט צו די לופט

איבער די געריכט ארטיקל איז א לייכטע סימן צו געדענקן אז עס ווערט אלץ אריינגעשטעלט די אונטערשטע נאך אלע איבריגע נייעסלעך
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 28, 2020 11:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שקר » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:44 am

ישר כח הרב הבל
יעצט קען מען גיין ארבעטען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

ערמון
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:19 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ערמון » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:55 am

יישר־כוח בין זיך מחיה דערמיט!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:27 pm

יישר כח @הבל. דא איז מיין פלאץ ווי איך קום זיך אויסליפטערן פון די אלע שרעקעדיגע נייעסן אין ליינען וועלטליכע נייעס. קיפ איט אפ!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:47 am

מיטוואך אחרי קדושים







פרעזידענט טראמפ האט אדרעסירט די קומענדיגע רונדע פארהאנדלונגען איבער א הילף פעקל פאר ווירוס באטראפענע סטעיטס
טראמפ זאגט אז ער איז נישט דערביי צו שיקן ביליאנען דאלארן צו פאררעכטן די שלעכטע מענעדזשמענט פון די לעצטע 25 יאר אין א רייע ליבעראלע סטעיטס ווי צום ביישפיל זענען רעפובליקאנער דערקעגן געפלאגטע סטעיט פענסיע פאנדס
רעפובליקאנער ווילן איינשטעלן באגרעניצונגען אז די פעדעראלע פאנדינג פאר סטעיטס וועט בלויז קענען גענוצט ווערן צו דעקן פינאנציעלע לעכער געשאפן אין דירעקטע רעזולטאט פונעם ווירוס וווי איידער ארויסבעילן צוזאמגעבראכענע פענסיע פאנדס וועמענ'ס פינאנציעלע צושטאנד איז שוין געגאנגען געבראכן לאנג בעפאר די ווירוס אויסברוך און רעפובליקאנער שרייען אז מאגל אין קוראזש און פארנאכלעסיגונג צו רעפארמירן די פענסיע פאנדס דארף נישט ווערן געענטפערט מיט פעדעראלע אינטערווענץ און פאנדינג
ספיקער פעלאוסי האט שוין אויף דעם צוריקגעשאסן זאגנדיג אז אין א צייט ווען סטעיט גייען געבראכן צוליב די נאציאנאלע אויסברוך זאל וואשינגטאן צושטעלן די נויטיגע הילף אן פארשרייבן א גענויע פרעסקריפציע פאר די סטעיט און זיי איינטיילן ווי אזוי עס צו פארנוצן
טראמפ זאגט אז ווען עס קומט צו הילף דירעקט פארבונדן צו די ווירוס אויסברוך קען מען יא פארהאנדלען אבער אז זיין אדמיניסטראציע וועט שטעלן אירע פארלאנגען צוגלייך און פארלאנגען טוישן אין די סענקטשיוערי פאליסי אין די סטעיטס וועלכע ווילן הילף
אויסער דעם וויל די אדמינסטראציע פארלאנגען פעיראל שטייער שניטן אין אויסטויש פאר סטעיט הילף און לויט א ווייסע הויז עקאנאמישע ראטגעבער קוקט די אדמיניסטראציע אויך אריין אין די געדאנק פון אויסטיילן פרישע טשעקלעך פאר מיליאנען אמעריקאנער צום צוויייטן מאל
ספיקער פעלאוסי פון איר זייט פארלאנגט 500 ביליאן דאלער פאר סטעיט און צוגאב פון נאך אן אומבאשטימטע גרויסע סומע פאר לאקאלע רעגירונגען און מינוציפאליטעטן
פעלאוסי וויל אויך ארום 200 ביליאן דאלער פאר מעדיקעיד און באטראכט צו פארלאנגען א גאראנטירטע אינקאם פאנד פאר א טייל אמעריקאנער א שטייגער ווי דאס וואס ענדרו יענג האט געשטופט אין זיין דורכגעפאלענע פרעזידענט קאמפיין
מיטש מעקאנעל פון זיין זייט האט פארן צווייטן טאג נאכאנאנד געהאמערט מיט זיין פארלאנג אז סיי וועלכע ביל וועט מוזן ארייננעמען מער שוץ פאר העלט קעיר ארבעטער און קליינע ביזנעס אייגנטומער אקעגן אנקלאגעס
ער ברענגט ארויס אז מיט אזויפיל פרישע צוימונגען דורך סטעיט און לאקלאע רעגירונגען אין ליכט פון די ווירוס ציטערן ארבעטסגעבער צוריקצועפענען אויס זארג פון ווערן באהאגלט פון א באראזש פון אנקלאגעס און מען מוז זיי פארזיכערן אז זיי וועלן קענען צוריק עפענען אפעראציע געהעריג
מעקאנעל האט קלארגעשטעלט אז די באדינג איז א רויטע ליניע און אז קיין ביל וועט נישט אריבערגיין אין סענאט אן דעם
שומער און פעלאוסי האבן דערווייל אפגעווארפן אזא געדאנק
*
שטיצער פון בערני סאנדערס עפענען סופערפעק צו שטיצן דזשאו ביידען און אים שטופן אנצונעמען א מער לינקע אגענדע
*
אין אהייא'ס זעכצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אהרן גאדפריי געוואנען די דעמאקראטישע פריימערי און וועט איצט לויפן אקעגן דעם ערשט טערמיניגן רעפובליקאנער ענטאני גאנזאלעז וועלכע האט געוואנען די צפון צענטראל אהייא זיץ אן 2018 למספרם מיט 56.7%
*
אין אהייא'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דזשאיס ביעטי באזיגט מארגען הארפער אין די דעמאקראטישע פריימערי מיט 68% צו 32%
די געוואונס איז געזעהן געווארן ווי א שטארקע זיג פאר די עסטאבלישמענט און פאר די אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס אנטקעגן די מער ליבעראלע ווינט
*
אין אהייא'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דער געוועזענער נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע פארזיצער סטיוו סטיווערס געוואונען די רעפובליקאנע פריימערי און וועט איצט לויפן אקעגן דעם דעמאקראטישן פריימערי געוואונער יואל ניוביי
סטיווערס האט געוואונען ווידערערוויילונג צוויי יאר צוריק מיט 58.3%
*
קוועיסי מעפיום האט נעכטן געוואונען די ספעציעלע עלעקשאן אין מערידלענד'ס זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צו ערפילן די זיץ פונעם פארשטארבענעם קאנגרעסמאן קאמינגס
*
דזשאו ביידען האט נעכטן אפגעהאלטן א ווידעא טאון האול מיט הילערי קלינטאן און זיך פארגינען א לייכטע דרימל אינדערמיט
ביידען האט פארמאכט זיינע אויגן פאר ארום 15 סעקונדן
*
בערני סאנדערס האט קריטיקירט די ביידען פלאן צו סובסידיזירן 100% פון א רייע העלט קעיר פלענער אין לויף פון די ווירוס
סאנדערס האט נישט דערמאנט ביידען ביים נאמען אבער באצייכנט די פלאן אלץ קאסטבאר און אומאפעקטיוו און אז עס וועט בלויז אנשטאפן אינשורער פראפיטן
סאנדערס רופט אז מען זאל אנשטאט פארזיכערן אז מעדיקעיר דעקט פארלאנגטע קעיר
*
ענדרו יענג קלאגט ניו יארק'ס באורד אף עלעקשאנס פארן אפרופן די פרעזידענט פריימערי
*
פריש פארעפנטליכטע דאקומענטן וועלכע די מולער גרופע האט גענוצט צו באקומען ארעסט ווארענס אויף ראדזשער סטאון צייגט קאמיוניקאציע צווישן סטאון און אסאנדזש אין אנהויב 2017 למספרם און וועלכע סטאון פארשפרעכט פאר אסאנדזש אז ער וועט אראפברענגן די פולע הויז אף קארדס אויב וועט די יוסטיץ דעפארטמענט זיך נעמען איבער אסאנדזש
סטאון האט צוגעלייגט אז ער ארבעט אין די העכסטע ראנגען פון די רעגירונג איבער דעם
*
נעכטן האט די פולע די סי סירקוט קאורט אויסגעהערט ארגומענטן איו די דאן מעקגהען קעיס
די פולע באנק האט איבערגעהערט א קעיס וועלכע א דריי פאנעל פון ריכטער האבן אויסגעהערט מיט צוויי מאנאטן צוריק
אין די אפעלאט זוכט קאנגרעס איבערצודרייען די דריי ריכטער פאנעל באשלוס וועלכע בונדט די הענט פון קאנגרעס איבערזיכט אויף די טראמפ פינאנציעלע דאקומענטן
אין לויף פון די ארגומענטן האט אויסגעקוקט אז די אדמיניסטראציע פארמאגט ווייניג פריינט אינעם די סי סירקוט ווען אפילו ריכטער גריפיט וועלכע איז געזיצן אויפן דריי ריכטער פאנעל און דאן געאורטיילט אין שטימע פון די יוסטיץ דעפארטמענט אקעגן קאנגרעס האט דאסמאל באשולדיגט די אדמינסטראציע אין נישט רעספעקטירן דרויסנדיגע איבערזיכט
*
סופרים קאורט ריכטער אליטא האט גערופן פאר א רעאקציע צו א פענדינג אפליקאציע וועלכע בעהט פונעם געריכט צו בלאקירן פענסילוועניע דעמאקראטישע גאווערנאר'ס סטעיט שאטדאון ארדער
*
אנדרע בארטאן איז א דזשאמעיקא אפשטאמיגער און האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן אום 1989 למספרם אונטער די B-2 באזוכער וויזא פראגראם
דריי יאר שפעטער איז ער געווארן א געזעצליכע פערמענאנטע רעזידענט אין 1996 למספרם, עטליכע מאנאטן איידער עס איז געווארן זיבן יאר זינט ער האט באטראטן דעם אמעריקאנע באדן איז ער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אין דריי פעלאניס (ווילדע איבערפאל, ערשטע גראד קרימינאלע שעדיגן פראפערטי און די באזיץ פון געווער אין די צייט פון דורכפירן א פעלאני)
אין יאר 2007 און 2008 למספרם איז ער געווארן אנגעקלאגט און באשולדיגט אין פארלעצן סטעיט געזעצן פון די סטעיט דזשארדזשיע דורכן פארמאגן אומלעגאלע געווירצן אין זיין באזיץ און דאן איז נתמלא סאתו ווען די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איז זאט געווארן פון אים און האט אים געשיקט א נאטיץ שרייבנדיג אז זיי ווילן אים אהיימשיקן
בארטאן האט אנערקענט צוויי פארברעכנס באגאנגען אבער געלייקנט אנדערע צוויי און פארלאנגט אפצורופן די רימאוועל ארדער זינט ער איז א לעגאלע רעזידענט אין לאנד
דער אימיגראציע ריכטער האט אקצעפטירט זיין הודאה אויף די צוויי פארברעכנס און די רעגירונג האט עווענטועל צוריקגעצויגן פון זייער קאמף איבער די אנדערע צוויי קלאגעס
בארטאן האט דאן געפיילט אן אפליקאציע אפצורופן זיין רימאוועל ארדער אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט דעם אטוירני דזשענעראל עס צו טוהן אויב דער לעגאלע רעזידענט האט שוין געוואוינט אין לאנד פאר זיבן יאר
די רעגירונג האט אבער גע'טענה'ט אז די פריווילעגיע פון אפרופן א רימאוועל ארדער נאכן וואוינען אין לאנד זיבן יאר איז בלויז אויב מען האט געוואוינט און מען איז נישט באגאנגען קיין פארברעכן דורכאויס די זיבן יאר אפשניט, אויב אבער פארברעכן ווערן באגאנגען דאן ווערט די ציילונג פון זיבן יאר אפגעהאקט און די פארברעכן וועלכע בארטאן איז באגאנגען אין 1996 למספרם איז אויסגעקומען פונקט מיט עטליכע מאנאטן איידער עס איז געווארן זיבן יאר פון זיין אימיגרירן קיין אמעריקא
בארטאן פון זיין זייט האט אבער געשריגן אז די פארשריפט פון נישט קענען אפרופן דעפארטאציע אין פאל פון א פארברעכן אין לויף פון די זיבן יאר איז בלויז גילטיג אין פאל וואס דער אימיגראנט זוכט דאן צו באקומען לעגאלע רעזידענץ אין לאנד און דאן לויטעט די אויבנדערמאנטע פארשריפט אז די פארברעכן באגאנגען איידער די ענדע פון די שמיטה טוט דעקוואלאפיצירן די פארלאנג פאר לעגאלע רעזידענץ און דערקלערן דעם אימיגראנט אלץ אומאקצעפטירט אין לאנד און אויטאמאטיש אוועקנעמען די רעכט פון די אטוירני דזשענעראל אפצוהאלטן דעפארטאציע ארדערס
אבער אין פאל וואס דער אימיגראנט איז שוין א לעגאלע רעזידענט איז דאך נישט שייך צו זאגן אז די באגאנגענע פארברעך זאל דערקלערן דעם אימיגראנט "אומאקצעפטירט אין לאנד" וועלכע באדייט אז די אפליקאציע פאר לעגאלע רעזידענץ ווערט אפגעווארפן ווייל דער אימיגראנט אין אונזער פאל איז דאך שוין א לעגאלע רעזידענט און מען קען נישט אפווארפן זיין רעכט (פאר לעגאלע רעזידענץ) אין די צייט וואס ער פארלאנגט עס אפילו נישט צו באקומען (זינט ער האט זיך שוין פארזיכערט דערמיט פון בעפאר) און איינמאל ער קען שוין נישט ווערן דערקלערט אלץ אומאקצעפטירט איז מער נישט דא די באגרעניצונג אויף אפהאלטן זיין דעפארטאציע און דער אטוירני דזשענעראל קען יא פארארדענען אים צו האלטן אין לאנד
די אימיגראציע ריכטער האט אבער געגעבן רעכט פאר די רעגירונג און דערנאך האט אן אפעלאט באורד פון אימיגראציע ריכטער עס ווידערהאלט שרייבנדיג אז די איינפאכע שפראך אין די געזעץ שרייבט ארויס גאנץ קלאר אז די פארשריפט אפצושטעלן די זיבן יאר פעריאד איז נישט אנגעוואנדן אויב דער אימיגראנט זוכט צו באקומען לעגאלע רעזידענץ (קען אבער זיין אז עס מיינט לרבות אויב ער זוכט נישט קיין לעגאלע רעזידענץ בכלל אבער אויב האט ער עס געזוכט און שוין באקומען איז מען יא נתמעט און אזוי ווי בארטאן שרייט)
דערנאך איז די קעיס אנגעקומען צו די עלפטע סירקוט קאורט וועלכע האט ווידער באשטעטיגט די רעגירונג פאזיציע און ארויסגעברענגט אז די צווייטע, דריטע, און פיפטע קרייז געריכטן האבן אלע אויך אזוי געאורטיילט אין אנדערע קעיסעס און אז בלויז די ניינטע סירקוט קאורט האט יא גענומען די סארט פאזיציע וועעלכע בארטאן ארגומענטירט
פאריאר דעצמעבער דעם פערטן למספרם האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס צו באשליסן וועלכע קרייז געריכט איז גערעכט


די אורטייל:
פארלאפענעם דאנערשטאג האט די געריכט געאורטיילט 5-4 אין שטיצע פון די מערהייט סירקוטס און אז די ניינטע סירוקט איז נישט גערעכט און דער אטוירני דזשענעראל קען נישט אפהאלטן די דעפארטאציע ארדער
ריכטער קעווענאו האט געשריבן די אורטייל אין דערין האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, טאמאס, אליטא, און גארסוטש
ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן די קעגן אורטייל און דערין זענען אנגעשלאסן ריכטער ברייער, גינזבורג און קעיגען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אפריל 29, 2020 12:07 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:38 am

הבל, די ביסט דער בעסטער שרייבער אויף איי וועלט וואס שטעלט זיך צו וואס דער עולם בעט!

גיי אן.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך אפריל 29, 2020 12:00 pm

@הבל איך האב נישט קיין ווערטער צי דאנקן,
אינטרעסאנט אז די ניינטע קארט איז אלס באקאנט צו זיין לינקע אקטיוויסטן. אין דא ווערט עס נאכאמאל באשטעטיגט!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 29, 2020 2:17 pm

יישר כחכם!

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:20 pm

געשמאקע קאקש
הגם א טייל אינגרידענס זענען נאך פון פאר פסח די אנפאנג מעשה פון אלע קאורט קעיסעס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

פארשעי חסיד
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פארשעי חסיד » מיטוואך אפריל 29, 2020 4:15 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:הבל, די ביסט דער בעסטער שרייבער אויף איי וועלט וואס שטעלט זיך צו וואס דער עולם בעט!

גיי אן.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Yes_or_no » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 7:54 am

יישר כחכם הבל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:20 am

דאנערשטאג אחרי קדושים





די ארבעט מיטן פלאנירן און פאקטיש אויך בויען די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקא און מעקסיקא זעצט פאר אין פולסטן שוואונג טראץ די אנגייענדע ווירוס עפידעמיע
צווישן קאנגרעס באשטעטיגטע געלט און געלט פון די טרעזורי און פארטיידיגונג דעפארטמענט האט פרעזידענט טראמפ שוין אויפגעטריבן 15 ביליאן דאלער פאר דעם צוועק און וועט מיט די געלט קענען העכערן די צאל מייל געדעקט מיט גרעניץ ווענט
בעפאר פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס איז א טאטאל פון 654 מייל געווען געדעקט ווען 300 דערפון איז געווען גרעניצן אפצושטעלן אפילו מענטשן פון אריבערגיין צופיס און 354 בלויז צו בלאקירן קארס פון אריבערפארן
אצינד מיט די נייע טראמפ פרראיעקטן אונטערוועגנס וועט די מיילן געדעקט ארויפגיין צו 945 און ווען פון דעם זענען 731 איינפאך צו פאררעכטן אלטע רואינירטע צוימען
די נייע פראיעקט איז דעזיגנירט ארויפצוציען 30 פיס הויכע ווענט מיט 6 אינטשיגע שטאנגען ווען צווישן יעדע צוויי שטאנגען איז דא ליידיג 4 אינטשעס וועלכע גיבט גענוג פלאץ פאר קלענערע סארט באשעפענישן זיך ווייטער ארומצודרייען פראנק און פריי צווישן די צוויי לענדער אבער צוריקהאלטן מענטשן פון זיך אריבערשמוגלען
עס קומט אבער איצט די נייעס אז ביי איינע פון די פריאקטן ווועלכע דעקט א שטרעקע צווישן קאליפארניע און טעקסאס און האט געדארפט דעקן 177 מייל וועט למעשה בלויז געבויעט ווערן 155 דערפון זינט די קאסטן פון יענע פראיעקט איז איבערגמאכט געווארן און מען האט אנערקענט אז אין יענע ראיאן וועט עס קאסטן מער פער מייל און דעריבער טרעפן זיך די פלאנירער מיט 22 מייל אין דעפיציט
*
פרעזידענט טראמפ וועלכע פארמאגט אן האטעל אין לאס וועגאס האט געפרעגט דעמאקראטישע נעוואדע גאווערנאר סטיוו סיסאלעק אויב ער האט שוין געפאסט א באשלוס ווען צו עפענען זיין סטעיט און די האטעל אינדוסטריע
*
אין א פריוואטע טעלעפאן קאל מיט אקטיוויסטן האט דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו (ר) געפארבט א גאר שווארצע בילד איבער רעפובליקאנע שאנסן אין 2020 למספרם זאגנדיג אז דעמאקראטן קענען געוואנען אין דזשארדזשיע און פליפן די סענאט און געשילדערט מיט טונקעלע פארבן ווי אזוי דעמאקראטישע קאנטראל וואלט אויסגעקוקט
*
ווי געמאלדן אז עס קומט האט טאקע דזשאו ביידען אוועקגעשטעלט א קאמיטע פון פיר אליאירטע וועלכע זאלן אויפקומען מיט פאסיגע וויצע פרעזידענט קאנדידאט אויסוואלן
די פיר נעמען זענען דער געוועזענער קאנעטיקוט סענאטאר קריס דאד, קאנגרעספרוי ליסא ראטשעסטער פון זיין היימשטאט דעלעוועיר, לאס אנדזשעלעס בירגערמייסטער עריק גארסעטי און זיינס א געהליף אין די סענאט און שפעטער אין ווייסן הויז סינטיע האוגען וועלכע ארבעט איצט ביי עפל
אויסער די פיר נעמען זענען באב בויער, דאנא רעמאס און ליסא מאנעקא געשטעלט געווארן אנצופירן וועטינג גרופעס
*
דזשאו ביידען און בערני סאנדערס האבן זיך פארגליכו איבער די דעלעגאטן פארטיילונג
לויטן אפמאך וועט סאנדערס פארלירן הונדערטער דעלעגאטן צו ביידען צוליב די די אלאקאציע פארשריפטן אבער די ביידען קאמפיין איז איינגעגאנגען צו שטעלן אויפצונעמען סאנדערס שטיצער
*
א פרישע סומאטוכע נעמט ארום דעם ביידען קאמפיין ווען ער דארף זיך ספראווען מיט א סקאנדאל אין וועלכע עימיצער באשולדיגט אים מיט אומפאסיגע אויפפירונג
לויט די באשולדיגונג ארויסגערוקט צוריק אין מערץ למספרם גייט די געשיכטע צוריק צו 1993 למספרם ווען יענע האט געארבעט אין די ביידען סענאט אפיס
און פארשידענע ליבעראלע רעכטן גרופעס האבן דיסקוסירט ווי אזוי זיך אומצוגיין די אישו
זיי האבן עווענטועל באשלאסן צו דרעפן א בריוו אין וועלכע זיי לויבן ביידען אין אלגעמיין און איבער זיין א פאן טרעגער פאר ב'עוולט'ע מענטשן אבער רופן אים זייער קלאר צו אדרעסירן די באשולדיגונג
זסיי האבן זיכער געמאכט אז די ביידען צירקל ווערט באקאנט מיט די פלאן צו פארעפנטליכן אזא בריוו און געהאפט און געשיקט רמזים אז ביידען זאל פארשטיין דעם וואונק און אויסנוצן די געלעגנהייט עס צו באהאנדלען בדרך כבוד דורך ארויסקומען צו ערשט מיט קלארע צופרידנשטעלנדע סטעיטמענט און אין אזא פאל וועלן זיי נישט ארויסקומען מיטן בריוו
די לינקע גרפועס זענען אבער געווארן אנטוישט ווען עס איז דורך איין וואך און נאך א וואך און די ביידען גרופע האט זיי איגנארירט און מען האט נישט געהערט גארנישט אויסער אין איין אל ווען ביידען האט רעאגירט צו די נייעס זאגנדיג אז יענע זאל קענען מאכן איר קעיס און אנגעדייטעט אז די געשיכטע איז פאלש
זינט דאן איז שוין ארויסגעקומען נאך צוויי מענטשן צו באשטעטיגן די פארהייט פון אמוויניגסטנס טייל פון די געשיכטע אבער ביידען'ס מענטשן האבן ארומגעשיקט טאלקינג פוינטס צ אליאירטע אפצולייקענען אלעס און אויך געשריבן אז א ניו יארק טיימס אויספארשונג איז געקומען צום אויספיר אז די די באשולדיונג האט נישט קיין גרונדן
אצינד איז די ניו יארק טיימס ארויסגעקומען שרייבן אז עס איז נישט וואר און אז זייער אויספארונג איז נישט געקומען צו קיין באשלוס איין וועג אדער די אנדערע און צוגעלייגט אז עטליכע שטונדן נאך די ביידען טאלקינג פוינטס מעמא האט די קאמפיין צוריקגעצויגן פון זייער טיימס באהויפטונג זינט די קאמפיין האט געטוישט סטראטעגיע איבער די אישו
*
נאך וואס דער טראמפ קאמפיין פירער האט לויט באריכטן געכאפט פון טראמפ לעצטע פרייטאג איבער אומגונסטיגע אנקעטע ציפערן און עס הייסט אז טראמפ האט אים גאר געסטראשעט צו קלאגן איז פארסקעיל געווען אינעם ווייסן הויז דעם דינסטאג פאר א געשפרעך מיטן פרעזידענט און עס הייסט אז די צוויי האבן זיך פארגליכן
לויט באריכטן גרייט זיך די קאמפיין "צו נעמען" איבער ביידען'ס ביינער און די קאמפיין וועט אצינד לופטערן איר סאמע ערשטע גרויסע ווידערערוויילונג קאמפיין רעקלאמע בליץ
די בליץ וועט זיין צוטיילט אין צוויי פאזעס ווען צו ערשט וועט ווערן פאזיטיוו ארויסגעהויבן טראמפ'ס פירערשאפט אינען איצטיגן קריזיס און דערנאך וועט קומען אן אנטי ביידען רעקלאמע
*
דער רעפובליקאנער קאנגרעס קאנדידאט לעסי דזשאנסאן האט אויפגעטריבן איבער א מיליאן דאלער אין די בלויע פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפנדיג אקעגן דעמאקראט אילהאן אומאר
*
אין די דזשארדזשיע דעמאקראטישע סענאט פריימערי האט דזשעי דזשאנסאן דער געוועזענער אבאמא היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אינדארסירט טעריסא טאמלינסאן צום סענאט
*
די געוועזענע קאליפארניע קאנגרעספרוי וועלכע האט קעטי היל וועלכע האט געפליפט א זיץ צו בלוי און רעזיגנירט אינעם ערשטן טערמין האט אוועקגעשטעלט אירס א נייע פעק אריינצוגיסן 200 טויזנט דאלער אין שטיצע פארן דעמאקראטישן קאנדידאט זאגנדיג אז זי וויל נישט אז היסטאריע זאל פארציילן אז זי האט געפארבט א זיץ בלויז עס צו פארלירן קורצליך דערנאך
*
די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע רעזערווירט 30 מיליאן דאלער פאר די הערבסט טעלעוויזיע און דזשיזשיטאל רעקלאמעס
6.4 מיליאן פאר אריזאנא
7.3 מיליאן פאר אייאווע
5.2 מיליאן פאר מאנטאנא
11.7 פאר צפון קאראליינע
זאכן קענען זיך טוישן אבער דערווייל קיינע פאנדן פאר אלאבאמא, קאלאראדא, מעין אדער מישיגען
די רעפובליקאנע סענאט קאמפיין האט שוין בעפאר רעזערווירט פאנדינג קיין אריזאנא, קאלאראדא, אייאווע, מעין, מישיגען, מאנאטאנא, און צפון קאראליינע
*
ספיקער פעלאוסי האט נעכטן צום צווייטן מאל גרייזיג אנגערופן דעם רעפובליקאנער קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי אלץ מיטש מעקארטי נאכן מאכן דעם זעלבן גרייז לעצטע וואך
*
ווייטערדיגע רעפארטאזש אין די אנגייענדע פרשת מייקל פלין:

ערשט לעצטע וואך האט די נייע אדוואקאטן גרופע וועלכע פארטרעט פלין אין שפיץ פון סידני פאועל ערהאלטן און אריינגעשיקט צום געריכט דאקומענטן אנדעקט דורך א גרופע אטוירניס געשטעלט דורך אטוירני דזשענעראל באר צו גריבלען אין די ארנטליכקייט פון די אויספארשונג אויף פלין
באר'ס גרופע האט אריינגענומען יו עס אטוירני פון סעינט לואיס מיזורי דזשעף דזשענסען וועלכע ארבעט זייט ביי זייט מיט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל דזשעפרי ראזען און פראקורארן פון באר'ס אפיס
לויט פאועל טוען די דאקומענטן ריינוואשן פילן און זי האט עס צוגעשיקט פארזיגלט צום געריכט
דעם דינסטאג איז אבער געקומען פרישע נייעס ווען די געוועזענע לעגאלע גרופע צו פארטיידיגן פלין האט זיי איבערגעגעבן פרישע דאקומענטן וועלכע זיי האבן "מיסטריעז" פארזעהן ביז איצט
ארגינעל ווען פלין האט געטוישט פארטיידיגונג צוריק אין יולי 2019 למספרם האט ריכטער עמעט סאליוואן פארארדנט די ארויסגייענדע גרופע איבערצוגעבן אלעס וואס זיי פארמאגן אין באזיץ צו די נייע משמורה אונטער א דראאונג פון ווערן פארהערט פארנט פונעם די סי עטיקס קאונסיל
די פירמע האט דאן טאקע צוגעשטעלט וואס זי האט באצייכנט אלץ א בארג מיט דאקומענטן פון פאועל'ס גרופע
האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז זיי האבן נישט איבערגעגעבן אלעס צו יענע צייט ווען אנהויב אפריל האט זיך די פירמע ערוועקט און איינגעמאלדן די געריכט אז זיי האבן אנדעקט אימעילס און האנט געשריבענע נאטיצן וועלכע זענען ארויסגעבליבן פון די מיליאנען דאקומענטן ארגינעל פארלאנגט שוין די געריכט און זיך אנטשולדיגט אז עס איז געווען צוליב טעכנישע אישוס און אנגעדייטעט אז עס קען נאך אפירקומען פרישע דאקומענטן וואס זיי האבן נאכנישט באוויזן צו פראדוצירן און צושטעלן
אצינד האט פאועל געמאלדן אז זי איז ממש געכאפט אין סורפרייז ווען די אלטע פארטיידיגונג גרופע האט איר איבערגעגעבן פרישע 6800 דאקומענטן וועלכע נעמט אריין אימעילס, נאטיצן ביכער, האנט געשריבענע נאטיצן, טעקסט און וואויס מעסעדזשעס
די ערקלערונג פון די גרופע איז געווען אז זיי האבן נישט באמערקט די דאקומענטן ביז איצט צוליב אן אומבייזוויליגע מיסקאמיוניקאציע וועלכע נעמט אריין די פירמע'ס אינפארמאציע טעכנאלאגיע פערסאנעל וועלכע האבן זיי ארויסגעהאלפן ביים זאמעלן דאקומענטן ארום די פלין קעיס און זיי אין טייל פעלער אומריכטיג געהייסן סוירטשן אין די פירמע'ס אימעיל אקאונט ורכן אריינקלאפן די ווערטער ווערטער "יונייטעד סטעיטס ווערסאס ראפיקיאן" ווי איידער נאכזוכן א ברייטערע אויסוואל פון ווערטער זוכעריי וועלכע וואלט זיי גלייך צוגעפירט צו מער דאקומענטן
די ראפיקיאן איז פלין'ס געוועזענע ביזנעס שותף און געווארן אנגעקלאגט מיט צוויי קרימינאלע קאונטס וועלכע האט אריינגערעכנט קאנספיראציע צו ארבעטן אלץ אגענט פאר אן אויסלענדישע רעגירונג און זוכן פאר אימעילס בלויז דורכ'ן אריינקלאפן זיין קעיס איז לויט די פירמע פאראנטווארטליך דערפאר
דער ראפיקיאן איז גראדע געווארן ריינגעוואשן ווען די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז די פראקורארן האט נישט צוגעשטעלט צופרידנשטעלנדע באווייזן
*
די סופרים קאורט האט געמאלדן די סיסטעם ווי אזוי די מונדליכע ארגומענטן וועלן צוגיין איינמאל זיי פאנגען אן הערן קעיסעס טעלעפאניש קומענדיגע וואך
אנדערש ווי געווענליך ווען סיי וועלכע ריכטער קען אריינפרעגן סיי ווען אימער ואין מוקדם ומאוחר וועט דאס מאל ווערן איינגעשטעלט אז ריכטער שטעלן זייערע פראגן אין א רייע לויט סיניאריטעט
*
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געליטן אן אומגעראכטענע נידערלאגע אינעם זעקסטן קרייז געריכט ווען איין איינשטימיגע פאנעל פון דריי ריכטער האבן אנטזאגט זייער ביטע צוריקצוהאלטן דאס פובליצירן א ליסטע פון 837 ארעסטאנטן געשאצט צו זיין אין ריזיקע פון די איצטיגע ווירוס אוין די עלקטאן טורמע אין אהייא
*
א פאנעל אויפן צענטן סירקוט פעדעראלן געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פון א דיסטריקט ריכטערין אז א פארלאנג צו איבערצייגן בירגערשאפט צו קענען זיין רעגיסטרירט אין די קענסאס וויילער רעגיסטראציע סיסטעם איז אומקאנסטיטוציאנאל
די אפעלאט געריכט באזירט אין סאלק לעיק סיטי האט געאורטיילט איבער א געזעץ וועלכע קענסאס האט איינגעשטעלט צוריק אין 2013 למספרם מיט די אונטערשפירט פון דאן גאווערנאר סעם בראונבעק אבער געווארן בלאקירט מיט צוויי יאר צוריק דורך א ריכטערין פון אריינגיין אין אפעקט
קענסאס האט געמאכט דע ארגומענט אז איר ציהל מיטן באשטעטיגן דעם געזעץ איז צו פארמיידן וויילער פעלשעריי אבער די געעריכט האט אין אן 84 זייטן אורטייל געפונען אז די זארג איבער פעלשן שטימען איז נישט אזוי שטארק אז עס זאל בארעכטיגן ארויפצושטעלן אזא לאסט אויף איינוואוינער צו קענען שטימען און אז עס זענען נישט געפונען געווארן קיין באווייזן אז די סטעיט עלעקשאן סיסטעם איז ערנסט באדראעט פון וואל פעלשעריי און אז מערסטנס 67 מענטשן אן קיין בירגערשאפט האבן זיך רעגיסטרירט אדער פרובירט צו רעגיסטרירן אין קענסאס אין די לעצטע 19 יאר און אז די אדמיניסטראטיווע איבערזיכט האט געהאט די נויטיגע מיטלען צו איר דיספאזיציע צו אידענטיפיצירן מערסטנס אויב נישט אלע פון אט די וועלכע ערשיינען אויף די ליסטע אבער פארמאגן נישט קיין בירגערשאפט
די געזעץ איז שטארק געשטופט געווארן דורכ'ן פריערדיגן סעקרעטערי אף סטעיט קריס קאבאך און סיין נאכפאלגער סקאט שוואב וועלכע האט עס געשטיצט זייענדיג און די לעגיסלאטור האט רעאגירט צו די אורטייל אז ער גייט עס איבערקוקן און זיך באראטן מיט די סטעיט אטוירני דזשענעראל איבער ווי אזוי פאראויסצוגיין
אויף דערווייל אפעקטירט נישט די אורטייל אלע סטעיטס ארויס פון די געריכט'ס יוריסדיקציע מיט שטרענגע וואל רעגיסטראציע געזעצן צוליב וואס קענסאס איז געווען אויסנאמליך מיט איר שארפקייט אבער אויב די קלעגער ארגומענט איז געווען סוקסעספול וועט עס גאנץ זיכער ווערן איבערגענוצט לענגאויס אמעריקא
וואו די איצטיגע אורטייל איז יא בינדענד יא אינדרויסן פון די קענסאס גרעניצן זענען סטעיטס אונטער די יוריסדיקציע פון די צענטע קרייז געריכט ווי אקלאהאומא, ניו מעקסיקא, קאלאראדא, ווייאמינג, און יוטא אין צוגאב פון טיילן פון די יעלסטאון נאציאנאלע פארק ווועמענס שטרעקעס ציען זיך אריין קיין מאנאטאנא און איידעהאו וועלכע וועלן נישט קענען איינשטעלן אזעלכע קענסאס סטיל געזעצן
די דריי ריכטער אויפן פאנעל זענען געווען ריכטערין מערי בעק בריסקאוע אמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, ריכטער מאנראו מקעי נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער און ריכטער דזשעראומע האלמעס נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער



א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:35 am

טענקס @הכל הבל.

איין הערה.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:35 am

יישר כח @הבל פאר די פרישע קאקאש,
פאר די וואס האבן נישט קיין שמעק אין טעם צוליב די וויירוס, די קאקאש אעז אויסערגעווענטליך גוט!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:38 am

צל עובר האט געשריבן:איין הערה
Since announcing for president, @JoeBiden has been:

Falsely been called a racist
Falsely said to have dementia
Had his family unfairly attacked
Falsely accused of - assault

In his prior 44 years of service, NONE of this ever came up.

Don't fall for the ruse folks. https://t.co/7Hd2oxZyl7

די פיהר סטעיטמענטס. דאס איז פאלש, נישט די באשולדיגונגן,
אגב. פארוואס פאלט נישט איין פאר די לינקע ניק'ס דא. צו טראכטן די זעלבע וועג אויף טראמפ?
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:41 am

צל עובר האט געשריבן:איין הערה
Since announcing for president, @JoeBiden has been:

Falsely been called a racist
Falsely said to have dementia
Had his family unfairly attacked
Falsely accused of - assault

In his prior 44 years of service, NONE of this ever came up.

Don't fall for the ruse folks. https://t.co/7Hd2oxZyl7

להעיר על ההערה

באשולדיגט מיט ראסיזם דורך די ארכי רעפובליקאנער בוקער און העריס

און עכט איז נישט רעלעוואנט אויב עס איז וואר
עס איז מער א פראגע פון וויפיל עס וועלן עס קויפן און אויב עס קען אים שעדיגן אין די וואלן

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:42 am

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איין הערה
Since announcing for president, @JoeBiden has been:

Falsely been called a racist
Falsely said to have dementia
Had his family unfairly attacked
Falsely accused of - assault

In his prior 44 years of service, NONE of this ever came up.

Don't fall for the ruse folks. https://t.co/7Hd2oxZyl7

להעיר על ההערה

באשולדיגט מיט ראסיזם דורך די ארכי רעפובליקאנער בוקער און העריס

און עכט איז נישט רעלעוואנט אויב עס איז וואר
עס איז מער א פראגע פון וויפיל עס וועלן עס קויפן און אויב עס קען אים שעדיגן אין די וואלן

הבל גוט געזאגט. מען דארף ארויסברענגן די פוינט איינמאל אין נאכאמאל!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 5:05 pm

פרעזידענט טראמפ זאגט אז מייקל פלין וואלט פילייכט קוואליפיצירט צוריק אריינצוקומען אין זיין אדמינסטראציע און וואלט באטראכט אזא געדאנק
ער זאגט אויף זיך אז ער איז נישט קיין ריכטער אבער פארמאגט אנדערע סארט מאכטן..
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אפריל 30, 2020 5:07 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 5:06 pm

Wow!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט