א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג מאי 28, 2019 6:09 pm

יישר כוח.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 28, 2019 6:11 pm

יישר פאר אלע!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2613
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג מאי 28, 2019 7:10 pm

יישר כח פאר די געשמאקע נייעס באריכט.

וואס זענען די שאנסן אז דער צאר וועט באקומען די פאזיציע?

וואס איז פשט אז א געזעץ אין קאנגרעס קען ווערן אראפגעשטימט מיט בלויז איין שטימע?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג מאי 28, 2019 7:54 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:וואס איז פשט אז א געזעץ אין קאנגרעס קען ווערן אראפגעשטימט מיט בלויז איין שטימע?


ווי געשריבן אין אנדערע אשכול, עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מ'שטימט פאר א געזעץ, איינס: די פשוטע 'ראלל קאלל וואט' וואו מען פרעגט יעדע קאנגרעסמאן עקסטער יא אדער ניין, וואס דאס טוט מען נארמאל.

צווייטע וועג: מ'פרעגט אויס הויעך אויב איינער איז אנטקעגן, אויב נישט פעסט עס, אבער אויב איינער זאגט ניין פאלט די גאנצע זאך דורך, דאס טוט מען געווענליך ביי א אומפארטייאישער ביל װאס מ'וויל נישט דארפן אדורכגיין די גאנצע דעבאטע וואס מ'דארף ביי א 'ראלל קאלל', סא ס'נישט אז איינער צושטערט עס, און דא ביי די הילפס פעקעזש האט מען געטוען די צווייטע אפציע, ווייל די גאנצע קאנגרעס איז אויף וואקאציע, סא ס'נישט אז איין קאנגרעסמאן צושטערט עס, ער מאכט פשוט מ'זאל דארפן מאכן א געהערט וואט, און ס'איז זייער נארמאל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2613
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג מאי 28, 2019 8:01 pm

Got it.

Thanks

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מאי 28, 2019 8:31 pm

יישר כח הבל פאר די געשמאקע טעגליכע באריכטן

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » דינסטאג מאי 28, 2019 8:55 pm

מצב כללי האט געשריבן:יישר כח הבל פאר די געשמאקע טעגליכע באריכטן

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך מאי 29, 2019 7:37 am

ישר כח! הכל הבל! שטארק הנאה יעדן טאג.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 29, 2019 10:45 am

מיטוואך בחוקותי





סירישע אקטיוויסטן און רעטונגס איינהייטן באריכטן אז 14 זענען אומגעקומען דורכאויס רעגירונג באמבאדירונגען אינמיטן העלן טאג אין די לעצטע רעבעלן פעסטונג און צפון מערב פון לאנד
*
כינע באשולדיגט אמעריקא אין אביוזן א וועלט האנדלס ארגאנאזאציע נאציאנאלע זיכערהייט אויסנאם ביים זיך נעמען איבער די האוועאי פירמע
*
האנג קאנג מאכט אוועק אמעריקאנע ווארענונגען אז זי קען אויסשטיין שטראפן אויב זי טוט ביזנעס מיט אן אויל טאנקער וועלכע האט אנגעבליך פארלעצט די סאנקציעס אויף איראן
*
אמעריקא האט געסטראשעט מיט שטראפן דייטשלאנד, ענדלאנד און פראנקרייך איבער א מעכאניזם געשאפן איבערצוקלוגן און צו באשוצן זייערע ביזנעסער פון די אמעריקאנע סאנקציעס פארן האנדלען מיט איראן
*
זעקס פראנצויזישע בירגער וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין אייסיס זענען געווארן פאראורטיילט צום טויט אין אן איראקער געריכט
*
יוסטיץ דעפארטמענט: ראבערט מולער וועט מאכן א סטעיטמענט היינט אום 11 אזייגער איבער די אויספארשונג פון רוסלאנד'ס זיך מישן די פרעזידענטליכע וואלן
מולער וועט נישט נעמען קיין פראגן נאך זיין סטעיטמענט
די ווייסע הויז איז נעכטן געווארן איינגעמאלדן וועגן די היינטיגע מעלדונג
*
ווען פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען דזשאן באלטאן איז עס געקומען אין טייל צוליב וואס שעלדאן עדעלסאן האט אים שטארק געמוטיגט עס צו טוהן
לעצטנס האט טראמפ אבער געפרעגט עדעלסאן ווי אזוי ער באטראכט די ארבעט וואס באלטאן טוט
עס מוז נישט מיינען אז באלטאן גייט מארגן פליען אבער עס קען אנדייטן אז דער פרעזידענט הויבט צוביסלעך אן מיד ווערן פון אים
*
באלטאן אליינס איז געווארן געפרעגט איבער באריכטן איבער מיינונגס דיפערענצן צווישן אים אין טראמפ און ער האט עס פרובירט אוועקצומאכן זאגנדיג: איך בין נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער און נישט נאציאנאלע זיכערהייט באשליסער"
*
מיטש מעקאנעל האט געטוישט זיין שטעלונג פון 2016 למספרם און געזאגט אז אויב זאל ליידיג ווערן א סופרים קאורט זיץ אין יאר 2020 למספרם וועט ער אבסאלוטלי ערלויבן צו באשטעטיגן א נאמינירטע ערזאץ
ער ערקלערט אבער אז אנדערש ווי אין 2016 למספרם איז איצט די ווייסע הויז און די סענאט ביים זעלבן פארטיי דעריבער איז עס נישט קיין פראבלעם
*
מארק שארט וועלכע איז דער שטאב הויפט פן וויצע פרעזידענט פענס מעלדט אז עס זענען שוין דא גענוג דעמאקראטישע שטימען אין קאנגרעס וועלכע וועט פארזיכערן אז די USMCA זאל אריבערגיין אויב זאל מען עס אויפברענגן פאר אן אפשטימונג אבער איצט דארף מען צוקומען צו די גענאדע פון ספיקער פעלאסי וועלכע באשליסט אויב מען זאל עס ארויפברענגן
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע האט פארשטייפט די באדינגונגען וועלכע קאנדידאטן וועלן דארפן נאכקומען צו קענען אנטייל נעמען אין די גריטע און פערטע דעבאטע
קאנדידאטן וועלן דארפן ערהאלטן ביישטייערונגען פון 130 טויזנט מענטשן צושפרייט אין 20 שטאטן און אנציען אמווייניגסטנס 2% אין 4 סטעיט אדער נאציאנאלע אנקעטעס
*
דזשאו ביידען טוט דערווייל קאמפיינען אויף פיל א שוואכערע פארנעם ווי די איבריגע קאנדידאטן און שפענדעט מער צייט אויף פאנדרעיזינג
נעכטן האט ער יא אויפגעטרעטן אין טעקסאס ווי ער האט אויפגעוויקלט זיין פלאן פאר עדיוקעישן אבער האט באזוכט די סטעיט הויפטזעכטליך אנטייל צו נעמען ביי א פאנדרעיזער אין יוסטאן טעקסאס
ביידען האט געזאגט אין יוסטאן אז אמעריקא איז היינט ווייניגער צוטיילט אויף די אישוס ווי ווען עס איז געווען אין זיינע יארן אין סענאט
*
דעם קומענדיגן שבת וועט ביידען זיין דער גאסט רעדנער ביי די יערליכע יומען רייטס קאמפיין דינער אין קאלאמבוס אהייא
*
דזשאו ביידען וועט אפהאלטן א גרויסע פאנדרעיזער קומענדיגע מאנאט למספרם אין ניו יארק סיטי מיט די באטייליגונג פון גאווערנאר ענדרו קאומא און צווישן די האוסטס רעכנט זיך א ביליאנער העדזש פאנד מענעדזשער וועלכע וועט ברענגן אהין א רייע ריעל עסטעיט מאגנאטן
א צווייטער האוסט איז דער געוועזענער רעפובליקאנער ניו יארקער סענאטאר אלפאנסא דימאטא וועלכע איז היינט א לאביאיסט
*
אויך בעטא ארורק פלאנירט א פאנדרעיזער אין די סיטי אויף קומענדיגן למספרם חודש און צווישן די האוסטס ציילן זיך געלאגלי וועלכע האט סערווירט אויף פרעזידענט אבאמא'ס עקאנאמישע עדווייזערי באורד און דעיוויד עדלמאן וועלכע האט סערווירט אלץ אמעריקאנע אמבאסאדאר קיין סינגאפור אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע און דאן שולמאן וועלכע איז די הויפט עקזעקוטיוו פון פעי פאל
*
בעטא ארורק וויקלט אויף א ברייטע פלאן איבער אימיגראציע
*
מייקל בענעט האט נעכטן קאמפיינט אין ניו העמפשיר און זעצט היינט פאר ארומצורייזן לענגאויס די ערשטע פריימערי סטעיט
*
בערני סאנדערס האט נעכטן קאמפיינט ביי א גאר ענטוזיאסטישע אוידענץ אין מאנטשעסטער ניו העמפשיר
*
בערני סאנדערס האט שטילערהייט געלאזט אין גאנג א באצאלטע מידיא קאמפיין אין א רייע דרום קאראליינע צייטונגען וועלכע ציהלן אפריקאנער אמעריקאנער
*
עימי קלאובאשאר האט נעכטן קאמפיינט אין סאנטא מאניקא קאליפארניע
*
קאמאלא העריס איז נעכטן געווארן געפרעגט אויב מען זאל אימפיטשן טראמפ און אויב זי וואלט געקלאגט טראמפ נאכן פארלאזן אפיס
העריס:עס איז קיין פראגע אז די באווייזן שטיצן אן אנקלאגע (פון אבסטראשען) און איבער דיין צוויטע פראגע, אבסאלוטלי
*
ביל דעבלאזיא'ס צופרידנהייט ראטע אין ניו העמפשיר איז -9% און אין סאוט קאראליינע -11%
*
דזשעי אינסלי וועלכע לויפט פאר פרעזידענט האט אינדארסירט די פריימערי קעגנערין פון דאן ליפינסקי וועלכע איז אן אמטירנדער דעמאקראטישע קאנגרעסמאן און זייער מעסיג און אנטי רציחה
אינסלי גייט דערמיט אקעגן די וואונטש פון די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע
*
א פרישע אנקעטע פון ניו העמפשיר האט די פאלגענדע רעזולטאטן
ביידען 33%
סאנדערס 12%
ווארען 11%

אין א צוויי שפיצן פארמעסט צווישן ביידען און סאנדערס איז עס
ביידען 66%
סאנדערס 22%
*
די זעלבע אנקעטע אין צפון קאראליינע האט די פאלגענדע רעזולטאטן
ביידען 37%
סאנדערס 10%
ווארען 8%

אין א צוויי שפיצן פארמעסט צווישן ביידען און סאנדערס
ביידען 70%
סאנדערס 15%
*
א פרישע נאציאנאלע מארנינג קאונסאלט אנקעטע פון היינט אינדערפרי:

ביידען 38%
סאנדערס 20%
ווארען 9%
באטידזשעדזש 7%
העריס 7%
ארורק 4%
בוקער 3%
אלע אנדערע אונטער 1%
*
נעכטן האט מישיגען רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש אפגעהאלטן א שטורמישע טאון האל אין גרענד רעפידס ווי א פול געפאקטע צימער האט אים אפגעווארט און וויילער פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געטעלט זייערע פראגן אנגעהויבן פון אמאש פארעהרער וועלכע האבן געבלאטן שילדן מיט די ווערטער "א דאנק פאר דיין קוראזש" ביז פייערדיגע טראמפ שטיצער אנגעטוהן מיט די פולע טראמפ קאמפיין טראגע
אמאש זאגט אז עס איז אויסגעהאלטן פאר פעלאסי זיך פאראויסצורוקן מיט אן אימפיטשמענט פארהער און אז זי איז באזארגט מיט אירע מעמבערס אין ענגע פארמעסטן און צו באשוצן איר מאיאריטעט און זי וויל עס האבן ביידע וועגן
א פרוי מיט א מעגא היטל האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פארן קאנגרעסמאן ווי אנטוישט זי איז מיט אים
אין אנהויב האבן זיך געהערט עטליכע צווישנרופן אבער דאן האט נאכגעפאלגט לייכטע אפלאדיסמענטן
אמאש בעהט די פארזאמלטע זיך צו פארהאלטן רעספעקטפול
זי איז קענטיג געווען איבערראשט פון די פולע שטיצע פארן קאנגרעסמאן אינעם צימער און געזאגט: איך גלויב אז דא אין דעם צימער איז פארהאן מער שטיצער פאר דיר ווי פארן פרעזידענט אבער איך בין נישט זיכער אז דאס איז די בילד איבערן לאנד
אמאש האט געצווייפלט אויב קעווין מעקארטי וועם ער באצייכנט אלץ דער אזויגערופענע רעפובליקאנע פירער אין קאנגרעס האט בכלל דורכגעליינט די מולער באריכט זאגנדיג אז ער האט עס געוויס נישט גורכגעליינט און אזעלכע פירער האבן מיר היינט
א צווייטע פרוי וועלכע האט אין די פארגאנגנהייט געארבעט פאר די אמאש קאמפיין האט אראפגעריסן דעם קאנגרעסמאן זאגנדיג אז ער פארטרעט נישט די ווילן פון די איינוואוינער אין זיין דיסטריקט און איז פאליטיש מאטיווירט
ווען איינער פון די אוידיענץ האט אים געפרעגט ווי אזוי ער קען אראפרייסן טראמפ האט אמאש רעאגירט אז טראמפ ברענגט זיך אליינס אראפ ווען ער רופט מענטשן מיט פארשעמנדע צונעמען און ער צימבלט פשוט דעם פרעזידענט אויף פאליסי שטעלונגען
די פארזאמלונג האט געברויכט צו אנגיין פאר איין שטונדע אבער האט זיך געצויגן פאר דאפלט די צייט
איין פרוי האט אים באשריגן און באשולדיגט פארן פארשווענדן די לעצטע צוויי יאר און נישט טוהן זיין ארבעט און צווישן אנדערן פארקוקן אויף די פייסא אפליקאציע מיסברויכן
אמאש האט רעאגירט אז זיין ארבעט איז צו באשוצן די קאנסטיטוציע
ווען איינער האט אים געפרעגט צו ער איז נישט באזארגט פאר זיינע ווידערערוויילונג שאנסן האט ער געזאגט: איך האלט נישט אז איך מעג פארקוקן אויף מיינע פרינציפן מיטן ציהל צו בלייבן ביי די מאכט, ווייל אויב יא , דאן פארוואס בין איך בכלל דא?!
איך קען נישט קוקן מיינע קינדער אין די אויגן און זאגן אז איך בין א פאראנטווארטליכע פערזאן אויב נעם איך דעם ריכטונג
ווען איינער האט פרובירט צו פארשטיין פארוואס ער דערקלערט זיך נישט אלץ אינדעפענדענט און לויפן אויף אזא טיקעט האט אמאש אנערקענט אז די סטעיט געזעץ סיסטעם מאכט עס גאר שווער דורכצופירן
ווען מען האט אים געפרעגט אויב ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אלץ ליבערטעריען האט ער געזאגט אז ער וויל עס נישט אויסשליסן און אויב וואלט ער עס אויסגעשלאסן וואלט די איצטיגע פארזאמלונג נישט געווען די צייט און פלאץ דאס צו טוהן
אן אנדערע באטייליגטער האט דראמאטיש אנעהויבן זיין פראגע זאגנדיג: איך האב א טרוים פון ווערן פארשריגן דורך אלע מענשטן דא אין צימער
ער האט זיך פארגעשטעלט אלץ איינער וועלכע האט געשטימט צוויי מאל פאר פרעזידענט אבאמא און דערווייל איינמאל פאר פרעזידענט טראמפ..
א צווייטער אנוועזנדער האט זיך אונטערגעברומט אז דאס איז צוליב בערני..
*
אין אלאבאמא גרייט זיך ראי מור אריינצושפרונגען אין די סענאט פריימערי און די רעפובליקאנע פירערשאט זענען גאר נערוועז דערוועגן
דאנאלד טראמפ דזשוניאר האט געווארנט אז ראי מור זאל בעסער ארויסשטיין פון די פארמעסט זאגנדיג אז ער איז די איינציגסטע קאנדידאט וועלכע קען פארלירן צום דעמאקראטישן סענאטאר דעג דזשאונס
און היינט אינדערפרי האט שוין טראמפ אליינס געהאמערט אקעגן די געדאנק פון א מור קאנדידאטור
לויט א רעפובליקאנע פאנדרעיזער אין אלאבאמא האלט פרעזידענט טראמפ אן אויג אויף פוטבאל קאוטש טאמי טאבערוויל און אים מעגליך רעקרוטירן לויפן
די אומווילן פון טראמפ צו שטיצן ברעדלי בירנע וועלכע האט שוין געמאלדן אז ער לויפט קען זיך נעמען פון בירנע'ס בעטן דעם פרעזידענט זיך ארויסצוציען פונעם פארמעסט דורכאויס די שווערסטע צייט פונעם 2016 למספרם פארמעסט ווען עס זענען ארויסגערינען פארשעמנדע טעיפס פון טראמפ
*
פאלגענד איז א באריכט וואס מיר האבן געשריבן אין פעברואר למספרם:
דזשעים העריסאן איז אן אפריקאנע אמעריקאנער און דער פארזיצער פון די סאוט קאראליינע דעמאקראטישע פארטיי
ער האלט אפ זיצונגען היינט און מארגן מיט סטעיט דעמאקראטן און לויט קוועלער קען מען ערנסט ערווארטן אז ער וועט אינגיכן מעלדן זיין קאנדידאטור זיך צו פארמעסטן מיט סענאטאר לינדזי גרעהעם
עד כאן פון יענע באריכט
וואו קומט עס היינט אריין?
העריסאן מעלדט היינט אז ער נעכמט אפיציעל אונטער דעם פארמעסט
*
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן גרעג גיענפארט פון מאנטאנא וועלכע איז געווארן באקאנט מיט עטליכע יאר צוריק פארן אנפאלן א רעפארטער פלאנט אריינצושפרונגען אינעם גאווערנאר פארמעסט איבערצונעמען דעם אמטירנדען דעמאקראט סטיוו בולאק וועלכע לויפט פאר פרעזידענט
גיענפארט איז גרייט אריינצוגיסן עטליכי מיליאן דאלער אינעם פארמעסט פון זיין אייגערע טאש
*
אין קענטאקי טוט היינט די "אמעריקאנער פאר שפע" גרופע וועלכע איז פינאנצירט דורך די קאטש ברודער אינדארסירן גאווערנאר מעט בעווין אין אן אפ עד
*
מיטש מעקאנעל'ס סופערפעק גיסט אריין 150 טויזנט דאלער אין מאנטאנא צו אטאקירן סטיוו בולאק
וועסטו וועלן פרעגן, הלמאי, ער לויפט דאך נישט פאר סענאט נאר פאר פרעזידענט?!
די ענטפער איז אז זיי ווילן פארקראכן די אפעטיט פון סיי וועלכע פרעזידענט קנאדידאט זיך ארויסצוציען גענוג פרי צו קענען אונטערנעמען א סענאט קאמפיין
*
אין גוטע נייעס פאר רעפובליקאנער צייגט אן אנקעטע אז דער רעפובליקאנער קאנגרעס קאנדידאט בישאפ וועלכע לויפט אין די ספעציעלע עלעקשאן אין צפון קאראליינע'ס ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט מיט 4% פאראויס פונעם דעמאקראט מקרעדי
בישאפ איז ביי 46% און מקרעדי איז ביי 42%
אין 2018 למספרם האט דער רעפובליקאנער העריס קוים געוואונען אין א פארמעסט און זיין זיג איז געקומען אונטער צווייפל ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז וואל שווינדלערייען זענען פארגעקומען
טראמפס צופרידנהייט אין די דיסטריקט איז ביי 55% און אין 2016 למספרם האט טראמפ דארט אנגעצויגן 54% פון די שטימען
אין די דזשענעריק בעלאט איז דער רעפובליקאנער פאראויס אין די דיסטריקט פאראויס מיט 11%
*
קאנעטיקוט איז געווארן די זיבעטע סטעיט איינצושטעלן א 15 דאלער פאר שטונדע מינימום וועידזש
עס איז שוין די פערטע טעיט אזוי צו טוהן אינעם היי יעריגן למספרם יאר
*
מעין ווערט די עלפטע סטעיט צו באשטעטיגן באצאלטע אורלויב פאר געזונטהייט אורזאכן
*
די קאליפארניע געזעץ פארלאנגט שוין צו באצאלן טיילווייזע וועידזשעס פארן פעלן פון די ארבעט צוליב געזונטהייט אורזאכן אבער פארלאפענע דאנערשטאג האט די ארטיגע אסעמבלי באשטעטיגט א געזעץ וועלכע פארלאנגט צו באצאלן פולע וועידזשעס ביים זיין אפוועזנד פון די ארבעט פאר די אויבנדערמאנטע סיבות
*
מיט די נעכטיגע נייעס ארויס פון סופרים קאורט איבער טיילן פון אינדיאנא'ס אנטי רציחה חוק דארף מען האלטן קאפ אז באזונדערע אפעלאטן שפילן זיך אפ אויף באזונדערע טיילן פונעם געזעץ וועלכע מיר האבן נעכטן נישט ערווענט און דאס נעמט אריין די טייל וועלכע פארלאנגט צו ווארטן א געוויסע צייט אפשניט איידער א רציחה קען ווערן אויסגעפירט
געוויסע האבן ערווארטעט אז נאך די נעכטיגע אורטייל וועלן זיך די ריכטער זאפארט נעמען צו די אנדערע טייל אבער אין פאקט האט די געריכט נישט אריינגעשטעלט די קעיס אין די ליסטע פון קעיסעס וועלכע זיי פלאנען צו דיסקוסירן דעם פרייטאג ביי זייער פריוואטע קאנפרענץ זיצונג און דעריבער קוקט אויס אז די פעטיציע דערוועגן קען וווערן אויפגעהאלטן און באטראכט צוזאמען מיט די ליוזיאנא שפיטאל פריווילעגיע אפעלאט ערשט שפטער אין הערבסט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מאי 29, 2019 11:04 am

הערליכע באריכט, ישר כח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 29, 2019 12:16 pm

שכוח הבל!
אזויפיל אין איין טאג? WOW!!!
נאכדערצו אינמיטן די מוללער סומאטעכע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 29, 2019 1:38 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הבל!
אזויפיל אין איין טאג? WOW!!!
נאכדערצו אינמיטן די מוללער סומאטעכע...




א הארציגן אפעטיט!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מיטוואך מאי 29, 2019 1:49 pm

יישר כח הבל פאר די געשמאקע טעגליכע באריכטן

שטילער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך מאי 29, 2019 2:52 pm

ישר כח הבל!!!

א ספעציעלע דאנק פאר די לייוו אפדעיטס פון די היינטיגע פּרעס קאנפערענץ!!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 29, 2019 6:31 pm

א דאנק.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך מאי 29, 2019 8:54 pm

Thanks!

אברהם אבינו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

הבל !!!!!!

תגובהדורך אברהם אבינו » מיטוואך מאי 29, 2019 11:14 pm

הבל דיינע באריכטען פאסען פאר א באצאלטע שרייבער! יישר כח פארען עס צושטעלן בחינם!!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:32 am

דאנערשטאג בחוקותי





אין ליוזיאנא האט די לעגיסלאטור באשטעטיגט אן אנטי רציחה ביל מיט 79-23 און דער דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע לויפט היי יאר פאר ווידערערוויילונג איז גרייט עס אונטערצושרייבן
*

גאווערנאר נארוואס אונטערגעשריבן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:42 am

איין קליינע נייעסל ארויסגעבליבן

א פעדעראלע סובפינע איז געווארן ארויסגעשיקט צו פארלאנגען רעקארדס איבער ענדרו גילאם און זיין קאמפיין פאר גאווערנאר אין פלארידא

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:50 am

שכוח פאר די באריכט, האסט נישט געשריבן וואס די סופרים קארט האט געפסקנט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:56 am

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בחוקותי




כינע האט געלייגט נייע אימפארטן פון אמעריקאנע סאי בונדלעך אויף האלד
*
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן א געשפרעך מיטן טערקישן פרעזידענט ערדואן און היינט איז אן ארעסטאנט פארהאלטן אין טערקיי געווארן אויסגעליפערט קיין אמעריקא
פרעזידענט טראמפ האט זיך באדאנקט פאר ערדואן
*
קאטאר גרייט זיך צו שיקן איר העכסט ראנגיקע דעלעגאט קיין ריאד זינט די שטרייט האט אויסגעברעכן צווישן סאודיע אראביע און איר אליאנץ מיט קאטאר
*
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט מעגליך זיך טרעפן מיט די ברעקזיט שטיצער ניידזשעל פאראדזש און באריס דזשאנסאן דורכאויס זיין באזוך קיין ענגלאנד
*
דער קאנאדישע פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא פלאנט אויפצוברענגן די אישו וואס ער באצייכנט אלץ אמעריקא'ס ריקצוג אינעם קאמף צו באשוצן פרויען רעכטן ווען ער טרעפט זיץ מיט וויצע פרעזידענט פענס
*
די אמעריקאנע עקאנאמיע האט איז טאקע געוואקסן אויף 3.1 % ראטע אינעם ערשטן למספרם קווארטאל אבער עקאנאמיסטן שאצן פאר א באדייטנדע פארלאנגזאמונג פארן צווייטן למספרם קווארטאל
*
ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס איז מארק מארגען גלייך געווארען פארשיקט פון זיין פאזיציע אלץ דירעקטאר פון די קאסטומס און בארדער אגענטור
מיט א וואך צוויי צוריק האט טראמפ אים צוריק אריינגעברענגט און ער וועט איצט ארבעטן אונטער זיינע אויבערהארן וועלכע האבן אים אפיציעל געווארפן און זיך מוזן מיט זיי דורכקומען
די וועלכע קענען מארגען זענען איבערראשט ווי שטארק ער האט געטוישט זיין רעטאריק אזש ווען מען הערט אים איצט אויפטרעטן אויף פאקס קען מען זיך נישט פארשטעלן אז דער האט אמאל געארבעט פאר די אבאמא אדמיניסטראציע
אויסער דעם גייט זיך מארגען איצט דארפן מיט די עף בי איי ווען די צוויי אגענטורן ראנגלען זיך אפט צווישן זיך איבער פארשידענע מאכטן וועלכע ביידע האלטן אז עס פאלט אונטער זייער יוריסדיקציע זיך אפצוגעבן דערמיט
*
די טראמפ אדמיניסטראציע שיקט א נאטיץ צום ניינטן סירקוט אז זי וועט זוכן צו אפעלירן די סטעי פון א ריכטער אין אוקלענד קאליפארניע צו בויען די גרעניץ וואנט
*
קעגנער פון די פארגעשלאגענע סיטיזאן פראגע אין די צענזוס האבן אריינגעשיקט צום סופרים קאורט א פרישע פיילניג פון אנגעבליכע באווייזן אז די אינציאטיוו צוצולייגן די פראגע איז פאליטיש מאטיווירט
די פיילינג אנדעקט אז א רעפובליקאנע עקספערט אויף גערימענדערינג האט געשריבן אין 2015 למספרם אין א שטודיע אז מצצולייגן אזא פראגע צוןם צענזוס וועט ערלויבן רעפובליקאנער צו רעדיסטריקטן מאפעס נאכמער צו זייער בענעפיט ווי ביז איצט
*
נאך א פרישע אורטייל לעצטנס פון די פערטע סירקוט איבער דאקא האט די טראמפ אדמיניסטראציע ווידער אפעלירט צום סופרים קאורט צו נעמען שריט איבער די טעמע
דאס קומט נאך מאנאטן וועלכע די סופרים קאורט האט געדרוקט די MUTE קנעפל אויף די דאקא קעיס און זיי אנטזאגן זיך אפילו פון קלארשטעלן אויב זיי ווילן אריינקוקן דערין אדער נישט
*
אין קאנגרעס גייט מען היינט פרובירן א דריטע מאל אריבערצושטופן די דיזעסטער הילף פעקל מיט אן איינשטימיגע אפשטימונג
די אפשטימונג איז געסקעדזשועלט אויף 4:30 און מען וועט דארפן ווארטן צו זעהו אויב אויך דאסמאל וועט עס ווערן פיליבאסטערט דורך אן איינצלנע רעפובליקאנער
*
טענעסי סענאטאר לאמאר אלעקסאנדער וועלכע גייט רעטייערן אין קורצן איז נעכטן אריבער אן אפעראציע און לויט די דאקטוירים איז עס געווען סוקסעספול און דער סענאטאר איז ערווארטעט זיך אומצוקערן אין סענאט קורץ נאך די ענדע פון די איצטיגע סענאט אורלויב אויסצודינען די פארבליבענע חדשים פונעם איצטיגן טערמין
*
געוועזענער רעפובליקאנער סענאטאר טעד קאקרען פון מיסיסיפי איז אפגעשטארבען
*
אין ליוזיאנא האט די לעגיסלאטור באשטעטיגט אן אנטי רציחה ביל מיט 79-23 און דער דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע לויפט היי יאר פאר ווידערערוויילונג איז גרייט עס אונטערצושרייבן
*
אין קענטאקי פלאנט דער אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנאר צו שפילן דעם טראמפ קאמפיין בוך אין זיין פארמסעט אקעגן דעמאקראט ענדי באשאר וועם ער פלאנט צו פארבן אלץ א אומאקצעפטירבארע אידעאלאגיש עקסטרעמע אלטערנאטיוו
בעווין איז שטארק אומפאפולער און ער געניסט פון א בלויז 60% צופרידנהייט ראטע צווישן רעפובליקאנער און עס בליבט איבער צו זעהן אויב פרעזידענט טראמפ וועט באווייזן אים ארויפצושלעפן א פרישע 30% אינערהאלב די אייגענע באזע
*
נעכטן האבן מיר באריכטעט אז קאנגרעסמאן גרעג גיענפארט גרייט זיך צו לויפן פאר גאווערנאר אין מאנטאנא
שפעטער איז געקומען די נייעס אז דער אטוירני דזשענעראל פון די סטעיט טים פאקס איז צופרידן פון די אנטוויקלונג און גרייט צו שטיצן זיין קאנדידאטור
*
אין אייאווע'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דעיוו לאובסעק (ד) אינדארסירט ריטא הארט וועלכע איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין 2018 למספרם
לאובסעק שטיצט אז הארט זאל אים ערזעצן אין א דיסטריקט וועלכע האט געוועלט פאר אבאמא און פאר טראמפ
*
אין דזשארדזשיע פלאנט סטעיט סענאטאר אנטערמאן (ר) וועלכע איז דער שרייבער פון די אנטי רציחה ביל וועלכע איז לעצטנס געווארן באשטעטיגט אונטערצונעמען א קאמפיין פאר קאנגרעס
און ערפילן די זיץ אין דיסטריקט 7 אין די אטלאנטא סובארבען ראיאן וועלכע ווערט ליידיג דורך די רעטייערמענט פונעם איצטיגן קאנגרעסמאן ראב וואדעל (ר)
*
אין דרום קאראליינע'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אין 2018 למספרם געוואונען דזשאסעף קאנינגהעם ארויסשטויסנדיג דעם אמטירנדע רעפובליקאנע קאנגרעסמאן אין א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 14%
איצט הערט מען פון קוועלער אז די רעפובליקאנע סטעיט געזעצגעבער נענסי מעיס טוט גאר ערנסט באטראכטן צו לויפן אקעגן קאנינגהעם
*
די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע טוט אפיציעל אינדארסירן דזשעימס העריסאן צו לויפן אקעגן סענאטאר לינדזי גרעהעם
*
פון אלאבאמא הערט מען אז ראי מור צוקראצט זיך גאנץ ווייניג פון טראמפס קעגנערשאפט צו זיין מעגליכע סענאט פארמעסט
מור זאגט אז דער פרעזידענט קאנטראלירט נישט ווער עס שטימט פאר די סענאט זיץ אין אלאבאמא
דער נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע פארזיצער סענאטאר טאד יאנג פון אינדיאנא האט געהאט טעלעפאנירט פרעזידענט טראמפ פריער אין חודש ארויסברענגענדיג די ריזיקע פון א מור קאנדידאטור און די וויכטיגקייט אז די פארטיי זאל זיין פאראייניגט און אויפן זעלסבן בלאט אין באצוג צו די פארמעסט
*
דעמאקראטן וועלכע ווילן שטארק זעהן קריס סונונו אינדרויסן פון די גאווערנאר פאלאץ אין ניו העמפשיר מוטשען זיך מיט זיין שטארקע פאפולאריטעט
זיי פלאנען איצט אונטערצונעמען א קאמפיין אים צוצובינדן צו טראמפ און אראפמאלן אלץ א טראמפ מענטש
*
קארי בוקער רעדט ארויס אקעגן די קריים ביל וועכלכע דזשאו ביידען האט געהאלפן אריבערפירן אין די 90'ס למספרם עס באצייכענענדיג אלץ געמיין און א שאנדע
*
בערני סאנדערס קאמפיין נעמט אויף וויליאם בעטאסאן אלץ קאמפיין מענעדזשער אין ניו העמפשיר
בעטאסאן פלעגט ארבעטן פאר סענאטארשע מעגי העסאן
באזונדער האט די קאמפיין אויפגענומען מא בעקסלי אלץ קאמפיין פאליטישע אוטריעטש קאארדינעיטאר
בעקסלי איז א פראמינענטע תועבה אקטיוויסט אין די סטעיט
*
קירסטען דזשיליברענד ערהאלט איר ערשטע ניו העמפשיר אינדארסירונג ווען סטעיט רעפרעזענטאט סוזען פארד קומט ארויס זאגנדיג אז דזשיליברענדד וועט אלץ קעמפן פאר די איגנארירטע
*
עימי קלאובאשאר, פיטע באטידזשעדזש און קירסטען דזשיליברענד וועלן אנטייל נעמען ביי די דעמאקראטישע פארטיי'ס תועבה פאנדרעיזינג אוונט קומענדיגע מאנאט למספרם אין ניו יארק סיטי
*
קאמאלא העריס קערט זיך צוריק אויפצוטרייבן שטיצע אין איר היים סטעיט קאליפארניע וועלכע שטימט דאסמאל פריער און וועט שפילן א שטארקערע ראלע אין די פריימערי
די קאליפארניע אסעמבלי פארמאגט 80 מעמבערס און 61 פון זיי זענען דעמאקראטן
33 פון זיי האבן שוין אינדארסירט העריס פאר פרעזידענט
*
העריס האט נעכטן אפגעהאלטן דריי באזונדערע אויפטריטן אין דרום קאראליינע וועלכע איז גאר וויכטיג פאר איר אנצוציען שטארק
אלע דריי זענען פארגעקומען אין צימערן אן קיין זיצן און די ענערגיע און ענטוזיאזם האט זיך שטארק געשפירט אין די אטמאספערע
*
דזשאו ביידען פלאנט אפצוהאלטן 2 פאנדרעיזערס אין באסטאן אום יוני 5 למספרם
*
דזשוליאן קאסטרא וועט ערשיינען צו א פאקס נייעס טאון האל דעבאטע
*
דזשאן דעלאני שיקט א בריוו צו די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע אין וועלכע ער רופט פאר מער דורכזיכטיגקייט פון די פראצעדור און אירע מאטיוון ביים שטעלן די פארלאנגען צו קוואליפיצירן פאר א דעבאטע סלאט
*
ביי א גרויסע פארמעסט אין אלאסאקא האבן זיך פארזאמלט ארום 10 טויזנט צוקוקער און צווישן זיי האט זיך געציילט א מאן מיטן נאמען ראבערט בארטלעט
א פארבייגייענדער סטעיט טרופער האט באמארקט בארטלעט אינדרוסן פון זיין אויטא מיט א קעסטל ביר און בארטלעט האט אויסגעקוקט צו זיין היבש אנגעטרונקען
טרופער ניוועס האט באפוילן פאר בארטלעט אריינצושטעלן די קעסטל אינעם קאר אבער יענער האט זיך געמאכט ווי ער זעהט אים ניטאמאל
זינט עס איז לעגאל צו האלטן די שאכטל אינדרויסן און צוליב קיינע באווייזן אויף קרימינאלע אקטיוויטעטן האט ניוועס פארגעזעצט זיין רוטינע פאטראל זיך דערווייטערנדיג פון בארטלעט
א וויילע שפעטער האט א צווייטע אפיציר ברוס וועיט זיך אנגעשטויסן אין א יונגע מאן וועלכע האט אויסגעזעהן צו זיין א יוגנטליכער וועלכע איז נאכנישט ערלויבט צו טרינקען
מיטאמאל איז בארטלעט ערישנען און זיך דערנענטערט צו די צוויי זאגנדיג פארן יוגנטליכער אז ער דארף נישט אויספאלגן די פאליצייאישע אנווייזונגען און באפוילן דעם אפיציר זיך אפצולאזן פון זיין קרבן
נאך א שטיקל קאנפראנטאציע האט וועיט פיזיש אוועקגערוקט בארטלעט פון דארט און אלץ רעזולטאט איז בארטלעט בלויז געווארן מער אגרעסיוו
הערנדיג פון די געפעכט איז טרופער ניוועס שנעל געקומען צו הילף און געהאלפן אפיציר וועיט ארעסטירן בארטלעט אויף קלאגעס פון ווילדע אויפפירונג און זיך נישט לאזן ארעסטירן
עווענטועל איז מען נישט פאראויסגעגאנגען מיט די קלאגעס אצוליב פינאנציעלע אורזאכן און בארטלעט איז געווארן באפרייט נאך עטליכע שטונדן
בארטלעט איז געלאפן אין געריכט מיט א קלאגע אז מען האט אים אומבארעכטיגט ארעסטירט און ער האט באזונדער גע'טענה'ט אז די ארעסט איז געקומען צוליב נקמה פארן איגנארירן ניוועס ביים ערשטן אינצידענט ווען ער האט אים געהיסן אריינשטעלן די ביר אין די קאר
לויט בארטלעט האט ניוועס זיך גערייצט מיט אים בשעת'ן קייטלען זאגנדיג: "איצט וואלסטו זיך שוין געוואונטשן צו רעדן מיט מיר"
נאכן איבערקוקן די באדי קעמארע וועלכע ניוועס האט געטראגן און האבן טיילווייז רעקארדירט דעם אינצידענט הערט מען נישט פון אים אזא סטעיטמענט און די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן אלע קלאגעס פון בארטלעט שרייבנדיג אז די פאליציי האט געהאט די נויטיגע סיבות צו פארדעכטיגן בארטלעט און אויספירן אן ארעסט און צוליב דעם קען נישט בארטלעט פאראויסגיין מיט א טענה פון נקמה ארעסט
בארטלעט האט עס אפעלירט צום ניינטן סירקוט קאורט וועלכע איז געקומען צום אויספיר אז אפילו אויב עס איז געווען א פארשטענדליכע סיבה פארן ארעסטירן בארטלעט קען נאך אלץ בארטלעט אריינגעבן א נקמה ארעסט קלאגע באזירט אויפן סטעיטמענט וועלכע דער פאליציאנט האט אנגעבליך געמאכט אין די צייט פונעם ארעסט צוליב זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן וועלכע זענען געווארן פארלעצט
די עלפטע סירקוט האט אין אן ענליכע קעיס געשריבן אז איינמאל די פאליציי קומט נאך די סטאנדארט פון האבן די פארלאנגטע אורזאכן צו ארעסטירן א מענטש קען נישט יענער קומען מיט א טענה פון נקמה ארעסט אפילו ווען עס איז קלאר אז די פאליציי קען טאקע האבן מעגליכע נגיעות און נקמה אינטערעסן
אייערנעכטן דינסטאג האט די סופרים קאורט געאורטיילט אויף די פראגע מיט 8-1 אקעגן בארטלעט
ריכטער ראבערטס האט געשריבן די הויפט אורטייל ווערנדיג געשטיצט פון ריכטער ברייער, אליטא, קעיגען, און קעווענאו
ריכטער טאמאס, גארסוטש און גינזבורג האט געשטיצט טייל פון די אורטייל אבער זיך קעגנגעשטעלט אויף טייל דערפון
ריכטערין סאטאמאיאר האט זיך פולשטענדיג קעגנגעשטעלט צו די אורטייל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:57 am

שוין פארראכטן יישר כח פארן אויפמערקן!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:58 am

עס איז גוט צו זעהן אז מען ליינט עס טאקע געהעריג אדורך..

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:37 pm

יישר כח.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 30, 2019 1:04 pm

איך ליין עס יעדן טאג מיט אפעטיט, א ספעציעלן דאנק פארן האלטן אפדעיטעד איבער די פילצאליגע פרעזידענט קאמפיינס!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, א מוח, איך הער נישט, אלעקסיי דער דריטער, זזה, טשעירמאן, ר' יעקל, שכל טוב און 52 געסט