א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אור
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג יוני 17, 2019 3:28 pm

זייער קלאר און געשמאק!!

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג יוני 17, 2019 3:37 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:הבל, מאסיוו!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 17, 2019 3:45 pm

יישר כח באמת פאר יעדן איינעם!

אייער פידבעק מיינט גאר אסאך!

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג יוני 17, 2019 4:06 pm

;l;p-
Volunteer האט געשריבן:א גרויסן יישר כח, דיין ארבעט איז זייער דשורנאליסטיש מיר האבן זייער הנאה אין מיר קוקען כסדר ארויס אויף דיין טעגליכע באריכט

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג יוני 17, 2019 4:22 pm

א גרויסן שכח אייך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג יוני 17, 2019 5:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:פאלגענד איז א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות)
טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס
געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע
דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס
געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט
אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט
ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט
אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע קען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס
סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט
די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט
די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען באשטימט אויף דעצעמבער 5 2018 למספרם אבער.. פרעזידענט בוש דער ערשטער איז יענע צייט געשטארבן און דער קאורט האט עס געמוזט אפשטופן מיט א טאג צוליב די ספעציעלע קלאג טאג
שווער צו וויסן ווי אזוי זיי וועלן אורטיילן
זיי האבן געשיינט צו זיין נערוועז צו איבערדרייען אן 170 יעריגע דאקטרינע אבער אנערקענט די זארגן וועלכע אקאדעמיקער און יוריסטן דרוקן אויס איבער די אפעקט פון די פאליסי
שווער צו וויסן אבער אויב אויב זיי דרייען עס איבער וועט עס זיין ממש אן ערדציטערניש אבער ערדציטערנישן פאסירן דא און דארט
איז, האף פאר רעפארם צו דורכצוברעכן די בלאקאדא אבער גרייט זיך פאר שטאטוטסקווא איבערצולעבן
די מונדליכע ארגומענטן זענען געווען היבש אינטערסאנט
ביי איין פונקט האט איינע פון די ריכטער געזאגט אז דורכליינענדיג די קלעגער ארגומענטן איז ער געווארן שטארק איבערצייגט אז זיי זענען גאר שטארק און ער האט ווי איינגעשטימט דערמיט
די געריכט זאל האט פארפעלט אן אטעם הערנדיג אזוי קלאר די ריכטונג א ריכטער איז גענויגט צו נעמען
דאן.. האט דער ריכטער צוגעלייגט אזליינענדיג נאכדעם די אנדערע זייטס ארגומענטן האט ער געזעהן אז זיי זענען פונקט אזוי שטארק..
און די פארזאמלטע האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער
די רעגירונג האט א סטראטעגיע מיט וועלכע זיי פרובירן צו איבערצייגן אויך די ליבעראלע ריכטער אויף זייער זייט
זיי ברענגן ארויס אז אויב די געריכט פארבאט די פעדעראלע רעגירונג צו ברענגן קלאגעס קעגן סטעיט אנגקלאגטע דאן וועט עס אונטערמינעווען די מעגליכקייט פון פארטיידיגן סיוויל רייטס
אין די פארגאנגענהייט זענען א רייע שטאטן געווען זייער אומסימפאטיש צו סיוויל רייטס און די פעדעראלע רעגירונג האט עס שטרענג פארסירט
איצט, אויב אזא אטמאספערע זאל זיך איבערשפילן אין לאנד און סטעיטס וועלן נישט ערנסט באשטראפן סיוויל רייטס פארלעצער ווועט די רעגירונג זיין געבונדן פון אנקלאגן דעם פארלעצער זינט די סטעיט האט אים שוין באשטראפט הגם בלויז מיט א לייכטע שטראף
אן אנדערע ארגומענט וועלכע א ריכטער האט געצימבלט געמבלס אדוואקאט אז רעפארמירן דעם סיסטעם וועט פירן צו א כאפצעם צושטאנד אין וועלכע די סטעיט און פעדעראלע רעגירונג וועלן זיך פארמעסטן אין די שטונדן נאך א פארברעך ווער עס קען באווייזן שנעלער צוזאמצושטעלן א דזשורי און ברענגן קלאגעס און דאדורך פארכאפן מאכט אויף די קעיס אונטער די אייגענע יוריסדוקציע צו פארמיידן די קלאגעס פון די אנדערע רעגירונגס פליגל
היינט אינדערפרי האט דער סופרים קאורט ענדליך געאורטיילט אין די קעיס און יא געלאזט אין פלאץ די ערלויבעניש פאר די רעגירונג צו קלאגן צוויי מאל אויפן זעלבן פארברעך
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטער אליטא און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ראבערטס, טאמאס, ברייער, סאטאמאיאר, קעיגען און קעווענאו
טאמאס האט געשריבן אן אייגענע געמישטע מיינונג שרייבנדיג אז די געריכט זאל נאכלאזן פון די אבסעסיע זיך צו האלטן צו פריערדיגע פרעצעדענט און זיי זאלן זיך באפרייען פון די יאך ארויפגעלייגט אויף זיי דורך אורטיילן פון פריערדיגע געריכטן
גיזנבורג און גארסוטש האבן ביידע געשריבן באזונדערע קעגן אורטיילן


א גרויסן יישר כח.
עס טוט מיר זייער לייד דעם אורטייל אז מען קען קלאגן א מענטש צוויי מאל. עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין וויאזוי מען קען בארעכטיגן אזא זאך, ווייל אויב נישט, וועט העטעך פעטעך ארויסקומען אנדערע פראבלעמען. וואסא מין מאסע איז דאס!!?? מען רעדט דאך דא פון א פראקטעצירונג וואס איז בפשטות קלאר אין קעגענזאץ צום קאנסטעטושן. איז ווייל עס גייט - פון אויספאלגן די קאנסטעטושן - ארויס קומען פארשידענע אנדערע מעגליכע שוועריקייטן, קען מען פשוט אינארירן די קאנסטעטושן? אז דו האסט א פראבלעם, דאן מאך נייע געזעצן, גיב דיר אן עיצה וויאזוי עס זאל נישט פאסירן די פראבלעם פון וואס די האסט מורא. אפילו לו יצייר אז עס איז נישט ממש אין קעגענזאץ מיט די קאנסטעטושן, וויאזוי בארעכטיגט מען אזא אפענע אומרעכט קעגן א מענטש? אפשר זאל אויך די סיטי און די קאונטי קענען עקסטער קלאגן דעם זעלבן מענטש פאר די זעלבע עבירה?

(בדרך אגב, איז דאס די זעלבע מעשה מיט די לענד ראווער? אדער יענץ איז אן אנדערע מעשה ?)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 17, 2019 5:35 pm

איצל פיצל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
(בדרך אגב, איז דאס די זעלבע מעשה מיט די לענד ראווער? אדער יענץ איז אן אנדערע מעשה ?)


ניין, די לענדראווער איז געווען צוליב איבערגעטריבענע שטראפן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 17, 2019 5:48 pm

אגב
גארסוטש איז אנדערש ווי די אנדערע קאנסערוואטיוון און א מאיאריטעט ליבעראלן ארויסגעקומען דערקעגן

גארסוטש שיילט זיך ארויס צו זיין א טיפ וועלכע שטעלט פאר אן אנדערע סארט קאנסערוואטיוו ווי זיינע קאלעגן הויפטזעכטליך קעווענאו
די אנדערע ריכטער זענען שטארק אקאדעמיש און מיט אן אונטערגרונד און עליטע סארט ערציאונג ווי מען איז ביז לעצטנס געווען שטרענג אויף פארברעכן און זיך ווינציג געקימערט מיט די רעכטן פון אינדיווידועלן
ווידערום גארסוטש איז א מער פאלקסישער סארט וועלכע איז גאר קאנסערוואטיוו ווען עס קומט צו אפלערנען די געזעץ אקוראט אזוי ווי עס שטייט אן קיין חכמות אבער אין א פאל ווי די פראגע איז לאו דוקא איבער ווי אזוי אויסצוטיייטשן די געשריבענע ווארט, א בישפיל איז די איצטיגע קעיס ווי די סטאטוסקווא איז א דאקטרינע און נישט קיין קאנסטיטוציע פראגע, איז גארסוטש גאר שטארק גענויגט זיך אנצונעמען פארן קליינעם איינפאכן מענטשעלע
ער האט שוין אויך געווארפן די קאנסערוואטיוון איבערן דראנג און געשאנקן פאר די ליבעראלן א 5-4 זיג גאנץ פרי נאכן ארויפקומען אויפן באנק און געאורטיילט אין שטיצע פון אימיגראנטן אקעגן די רעגירונג
די איינציגסטע פלאץ ווי גארסוטש איז יא גענויגט אקעגן דעם מאכטלאזן איז ווען אויף די אנדערע זייט איז ביזנעס אבער ווען די עס איז די רעגירונג האט גארסוטש קנאפע אינטערעסע צו בעפארצוגן די רעגירונג אויסער ווען עס רירט אןו די קאנסטיטוציע אדער איז אין קעגנזאץ צו א קלארע געזעץ
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יוני 18, 2019 9:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג יוני 17, 2019 6:10 pm

@הכל הבל, אוי שוין איך אייער מגיד שיעור אויב ער איז אנגעקומען איין טאג נישט גוט פארגעקוקט.. אזא קלארע מהלל המחשבה, צום שטוינען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יוני 17, 2019 6:17 pm

הכל הבל, וואלט געווען שייך צו שרייבן דא אייערע פאליטישע אנעליזן. מיר קוקן שטארק ארויס אויף דעים.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג יוני 17, 2019 10:02 pm

מה השמש הזה מאפיל ומאיר... כך הבל הזה גייט אן מיט א געשמאק טאג איין טאג אויס....
עס איז צו באוואונדערן וויאזוי ער באווייזט דאס! אבער מיר זענען זיך מחי' פון פריש מיט יעדן אזא באריכט, המחדש בטובו בכל יום תמיד....

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג יוני 17, 2019 10:41 pm

Thank you!!!

היינט איז מיך עס עקסטער שטארק צונצגעקומען ווי כ'האב נישט געזען קיין נייעס אגאנצן טאג.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יוני 17, 2019 11:43 pm

ערשט יעצט זיך פארגינען אביסל טשיז קעיק, אופס... קאקאש קעיק!
שכוח הכל! אזוי קלאר און שארף ארויסצושרייבן די געריכט קעיסעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג יוני 18, 2019 11:29 am

איך בין הינגעריג
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 18, 2019 11:36 am

דינסטאג בהעלותך





די ווייסע הויז האט באשלאסן נישט צו לאדענען קיין איזראעלי פארשטייער צום עקאנאמישן קאנפרענץ אין באכרעין
*
ענגלאנד האט געשלאסן א 1.6 ביליאן דאלער סעטלמענט מיט אן איראנע באנק הארט איידער א מעגליך קאסבארע און פארשעמנדע פראצעס האט זיך געדארפט אנהויבן נאך קלאגעס וועלכע די באנק האט אריינגעטראגן איבער שאדן פון א האנדלס פארבאט
*
די דייטשע קאנצלערין אנגעלא מערקעל האט זיך שטארק געטרייסלט דורכאויס א צערעמאניע און האט געצויגן נייגער איבער איר געזונט צושטאנד אבער זי זאגט איצט אז עס איז געקומען פון פשוט'ע אויסטרוקענונג און אז איר געזונט צושטאנד איז גאר גוט
*
אין אנדערע דייטשלאנד נייעס פלאנט מען אין בערלין איינצופרירן רענטאל פרייזן אין רעאקציע צו א פובליק אויפברויז איבער די וואקסנדע מאנגל אין צוגענגליכע האוזינג
*
הונדערטער טויזנטער דאקטוירים אין אינדיע האבן זיך ארויסגעלזט אויף א מאסיווע סטרייק צו פארלאנגען בעסערע זיכערהייט באדינגונגען ביי די ארבעט
*
אין אנדערע אינדיאנע נייעס איז דאס לאנד ערווארטעט איבערצושטייגן כינע מיטן גרעסטן לאנדס באפעלקערונג ביז יאר 2027 למספרם
די כינעזע פאפולאציע איז ערווארטעט צו שרינקען מיט 375 מיליאן ביז יארע 2100 למספרם
*
א מאכטפולע ערדציטערניש האט געטרייסלט צפון מערב יאפאן און באאמטע האבן ארויסגעלייגט א צונאמי ווארענונג אויף ביז 3.3 פיס הויכע כוואליעס
*
אין שוועדן פלאנט מען צו בויען א שאסיי וועלכע וועט רעטשארדזשן די עלעקטאראנישע אויטאס וועלכע רייזן אויף איר
*
סופערמארקעטס לענגאויס טיילאנד און וויעטנאם האבן אונטערגענומען א נייעם אינציאטיוו צו ראטעווען די וועלט פון קלימאטן טויש און אנגעהויבן נוצן באנאנא בלעטער איינצופאקן די פראקדוטן וועלכע זייערע קונדן קויפן איין אנשטאט פלאסטישע זעקלעך
באנאנא ביימער וואקסט בשפע אינעם ראיאן און די בלעטער זענען שטארק און גרויס און אקטיוויסטן האבן באשלאסן אז עס קען זיין א גוטער אלטערנאטיוו צו די שאפינג בעגס
די איינפיר איז געווארן פאפולער און ווערט שוין אויך אדאפטירט אין די דערנעבנדיגע פיליפינען
*
די ניו יארק באזירטע ריזן פארמאסיוטיקאל נעץ פייזער איז איינגעגאנגען מו שפענדן נאנט צו 11 ביליאן דאלער אויף א פירמע וועלכע ארבעט אויף א מעטאד צו באהאנדלען פאציענטן מיט יענע מעשה ל"ע אן קימא טעראפי
*
די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן פון אוועקשטעלן טעמפארערי געריכטן לענגאויס די גרעניץ מיט מעקסיקא צו פארשטארקערן איר פאליסי פון האלטן טייל אזיל רעכט אפליקאנטן אויף די מעקסיקאנער זייט פונעם גרעניץ אין לויף פון די געריכט פראצעדורן
*
רויע דאטא פון די קאסטומס באאמטע צייט א טראסק אין פארזוכן פון פאמילעס זיך אריינצושווערצן אומלעגאל קיין אמעריקא אין די לעצטערע וואכן
*
אלאסקא סענאטארשע מורקאוסקי האט אראפגעריסן סענאטאר מארק ווארנער'ס פארזוך דורכצופירן א ביל צו פארלאנגען איינצומעלדן פאר די עף בי איי ווען מען באקומט אינפארמאציע פון אויסלענדישע רעגירונגען
מורקאוסי זאגט אז ווארנער זוכט בלויז אויפצוהייצן די פאליטישע סענטימענטן
מען האט איר געפרעגט אויב מעקאנעל זאל ארויפלאזן אויפן פלאר א ביל איבער עלעקשאן זיכערהייט און מורקאוסקי האט סקעפטיש געענטפערט "איך פארשטיי נישט פונקט פארוואס מיר דארפן דאס אזא ביל"
*
קאנגרעס ספיקער פעלאסי האט אויסגעדרוקט אומגעדולד מיט די אדמיניסטראציע'ס פאסיווע ראלע אין האלטן קאנגרעס אינפארמירט איבער די פרישע טרופן וואס די פענטאגאן פלאנט צו שיקן צום מיטל מזרח און באצייכנט די פלאן אלץ מעגליך אומפאראנטווארטליך און אלץ איינס וועלכע וועט בלויז מער פארערגערן די אנגעצויגענע לאגע
*
סענאטאר מעקאנעל האט אבער איצט געמאלדן אויפן סענאט פלאר אז די אדמיניסטראציע איז צייטלך אין אינפארמירן מעמבערס אויף קעפיטאל היל איבער די אנטוויקלונגען און נעכטן איז פארגעקומען א שטאב בריעפינג
אויך וועט א סטעיט דעפארטמענט באאמטע גיבן א רעפעראט היינט פאר סענאט רעפובליקאנער ביי די וועכנטליכע מיטאג און עס וועט נאכפאלגן מיט קלאסיפייד באיכטן פאר וויכטיגע קאמיטעען דורכאויס די וואך
*
די סענאט יורידישע קאנסטיטוציע האלט הינט אפ איר ערשטע פארהער איבער די פלאן צו ארויפשטעלן טוירם לימיטס אויף קאנגרעסלייט
די פארשלאג איז פון סענאטאר קרוז און די היינטיגע עדות איז דער געוועזענער סענאטאר דזשים דעמינט
*
פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפיציעל אנהויבן זיין ווידערערוויילונג קאמפיין ביי א מאסיווע ראלי אין ארלענדא פלארידא אין די גיגאנטישע אמוועי צענטער וועלכע נעמט אריין פינף און צוואנציג טויזנט מענטשן
טויזנטער האלטן זיך שוין אויף אין די געגנט און פולע ביידעלעך פארפלייצן די גאסן אין וועלכע מענטשן שלאפן איבער
גאר אסאך שלאפן איבער אין זייערע אויטאס פון וועלכע הונדערטער זענען פארקירט לענגאויס סאוט דיוויזשאן עוועניו אויף די מערב זייט פונעם צענטער
איצט אינדערפרי שלענגלען זיך שוין גאר לאנגע ליניעס אריינצוגיין אין די מוזיקאלישע ארקעסטרא ווארעמט אן די זאל ארענע ווי עס הערשט א פייערליכע פארטי סארט אטמאספערע
פרעזידענט טראמפ זעלבסט וועט פארלאזן די ווייסע הויז ערשט נא 4 אזייגער נאכמיטאג
פראטעסטירער פעלן אויך נישט, און מאסיווע קאנטער ראליס קאכן זיך שוין אויפן ארט און א ריזיגג טראמפ באלאן וועט אנטפאנגען דעם פרעזידענט אויפן זעלבן פארנעם ווי ביי זיין באזוך אין לאנדאן
פלארידא ווערט ווי נאטורליך א גאר שטארקע ציהל פונקט פון ביידע פארטייען און פאר פארשטענדליכע סיבות
פרעזידענט אבאמא האט געוואונען די סטעיט ביידע מאל און טראץ וואס טראמפ האט געוואונען די סטעיט איז עס נישט ווייל די דעמאקראטן זענען דארט געשרינקען
פארקערט אפילו נאכן אריינרעכענען די שטייגנדע פאפולאציע אין די סטעיט האט נאך אלץ הילערי קלינטאן אנגעצויגן פיל מער שטימען ווי אבאמא אין 2008 למספרם אדער 2012 למספרם
די וועג ווי אזוי טראמפ האט דאך איבערגעיאגט קלינטאן אין די סטעיט איז פשוט געווען ווען די רעפובליקאנער האבן באוויזן ארויסצוברענגן מאנסטערישע פרעצעדענטלאזע טוירנאוטס אין 2016 למספרם אין רעפובליקאנער געגנטער א שטייגער ווי אין די פענהענדל און נאך
א פאסיגע ביישפיל איז די קאונטי פון וואו גאווערנאר ריק סקאט קומט און דארט איז ארויסגעקומען 90% וואל בארעכטיגטע צו שטימען
אויך אין 2018 למספרם האבן די רעפובליקאנער באוויזן אנצוהאלטן די גאווערנאר זיץ און פארכאפן א סענאט זיץ נאכן באווייזן דעם זעלבן קונץ און איצט וועלן זיי דארפן איבערשפילן דעם שפיל א דריטע מאל
די קאמפיין האט איינגעשפאנט א מולטי אפאראטיוון מאבאליזאציע און פרובירט צו קומען אין קאנטאקט מיט ווי מער באטייליגטע און ארויסנאשן זייער אינפארמאציע צו קענען שטיין אין ווייטערדיגע פארבינדונג אין לויף פונעם קאמפיין
די וועלכע באקומען טיקעטס אריינצוגיין אין זאל מוזן צושטעלן א פונקציאנירנדע סעלפאן נומער און אימעיל אדרעס
*
אין 2002 למספרם איז עימיצער אויפגעקומען מיט די געדאנק פון אהערשטעלן פאליטישע קנאפרענצן
די באדייט דערפון איז א אנליין גרופעס וואו מענטשן מיט ענליכע פאליטישע אינטערעסן/מיינונגען פארשטענדיגן זיך און ארגאנאזירן א זיצונג ווי די אחים לדעה קומען זיך צוזאם לומר לאחיו חזק און טוען מיטטילן געדאנקען און זעהן וואס מען קען אויפטוהן אינעם אקטיוויזם געביט און העלפן די קאמפיין/אונטערנעמונג פאראויסגיין
די איינפאל איז געווען שטארק פאפולער דורכאויס די האוערד דיען פרעזידענטליכע קאמפיין פאר פרעזידענט אין 2004 למספרם
איצט מעלדט די רעפובליקאנע נאציאנעל קאמיטע אז די טראמפ שטיצער האבן שוין באויזן צו ארגאנאזירן 700 אזעלכע אוונטן
די נומער איז גאר א גרויסע ווען מען באטראכט וואספארא סארט וויילער קלאס די רעפובליקאנער זענען אלץ געווען ווען די יונגע אקטיוויזם און ענערגיע איז נישט געווען זייער ספעציאליטעט אבער אצינד ווען די טראמפ פיבער האט אינפעסטירט די פארטיי הויבן זאכן יא אן צו ווערן מער לעבעדיג אין דעם געביט
אבער ווען מען קוקט אין קאנטראסט צו די דעמאקראטישע רעקארדס איז נאך אלץ די דערגרייכונג גאר בלייך אקעגן די ציפערן פון די ליבעראלע אקטיוויסטן
פאר צוויי מאנאטן צוריק האבן די בערני סאנדערס שטיצער געהאלטן ביי 5000! אזעלכע היימיעי צוזאמקנופטן
*
ווי שוין באריכטעט דא פלאנט די קאטש נעטווארק צו נעמען א מער פארווע ראלע ביי די קומענדיגע וואלן און שטיצן קאנדידאטן לויט זייערע שטעלונגען און נישט אזוי שטארק אויף פארטיי בלינדשאפט
ד נעטווארק פירערשאפט האט אפילו אפן געלאזט די מעגליכקייט פון שטיצן מעסיגע דעמאקראטן אויב עס שטימט מיט זייער אגענדע
היינט אינדערפרי איז געקומען די נייעס אז אין קאלאראדא קענען די רעפובליקאנער אפאטעמען ווען די נעטווארק וועט זיך יא פולשטענדיג שטעלן אונטער די קאנדידאטור פון סענאטאר קארי גארדנער וועלכע לויפט פאר א צווייטן טערמין און ווערט באצייכנט אלץ דער שווערסטער זיץ וועלכע רעפובליקאנער וועלן דארפן פארטיידיגן
*
דעמאקראטן קעמפן שוין עטליכע יאר מיט פרעזידענט טראמפ אבער די אנגעווייטאגטע געפילן איבער די פריערדיגע ברידער שטרייט ביי די לעצטע דעמאקראטישע פריימערי איז נאך רוי און הייקל
טאם פערעז וועלכע איז דער פארזיצער פון שי נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע ווערט אבזערווירט גאר שטארק מיט א פארגרעסערונג פריזם דורך פארטיי שישקעס אויף טריט און שריט וועלנדיג זעהן אויב זיין פירערשאפט וועט זיין בעסער ווי דער פריערדיגע סיסטעם וועלכע האט לויט פולע בעפארצוגט קלינטאן אקעגן סענדערס מיט די סופער דעלעגאטן צוגאנג און נאך
סענאטאר דיק דורבין דרוקט זיך אויס אז עס שטעלט זיך ארויס צו זיין די שרעקעדיגסטע חלום וואס פערעז האט נאר אמאל געקענט פאראויסזעהן
*
דורכאויס די דעמאקראטישע דעבאטע נאכט וועט פרעזידענט טראמפ ארויסשיקן פולע טוויטער מעסעדזשעס
*
גאווערנאר בולאק וועלכע האט פארפעלט צו קוואלאפיצירן פאר די ערשטע דעבאטע וועט אפהאלטן טעלעוויזירטע טאון האלס אין אייאווע און אין ניו העמפשיר ביידע דעבאטע נעכט
*
דזשאו ביידען זאגט אז ער האט שוין אויפגעטריבן 19.8 מיליאן דאלער זינט ער האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט
טאקע?, אקעי, נישט ממש, ער האט ביי א פאנדרעיזינג אוונט אין ניו יארק געזאגט אז ער האט שוין באקומען ביישטייערונגען פון 360 טויזנט וויילער און די עוורידזש ביישטייערונג איז געווען 55 דאלער
אויב מען רעכנט אויס 360 טויזנט מאל 55 איז עס 19.8 מיליאן
*
ביי די נעכטיגע ביידען פאנדרעיזינג האט זיך באטייליגט דער ביליאנער דזשאן קאסטימאטידיס וועכלע איז אין 2013 למספרם געלאפן פאר מעיאר אויפן רעפובליקאנע טיקעט
קאסטימאטידיס האט שוין אין 2017 למספרם בייגעשטייערט די מאקסימום ערלויבטע 5000 דאלער פארן טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין
*
קאמאלא העריס האט איינגעהאנדלט א פרישע אינדארסירונג פונדערהיים ווען קאנגרעסמאן דזשים קאסטע איז ארויסגעקומען מיט זיין שטיצע פאר א העריס פרעזידענטשאפט
*
עימי קלאובאשאר ווערט די ערשטע קאנדידאט ארויסצולייגן א פולע סקעדזשועל פלאן איבער די אקטיוויטעטן אין איר ווייסע הויז פאר די ערשטע הונדערט טעג אריין אין איר פרעזידענטשאפט
די פלאן רופט דורכצופירן אלעס אינאיינעם 137 אינציאטיוון
*
פיטע באטידזשעדזש האט אין אפריל למספרם אויפגעטריבן 7 מיליאן דאלער
*
עליזאבעט ווארען פלאנט צו עפענען פרישע פיר אפיסעס אין ניו העמפשיר אין די קומענדיגע וואכן
*
עליזאבעט ווארען האט ארויסגעלייגט א פאקטישע לעגיסלאציע פארשלאג צו עסטאבלירן א יוניווערסעל טשיילדקעיר סיסטעם לענגאויס אמעריקא
*
עריק סוואלוואל האט אפגערופן א געפלאנטע אויפטריט אויף היינט אין ניו העמפשיר און זיין קאמפיין גיבט אן אז עס איז צוליב פלייט סקעדזשועלינג פראבלעמען
*
קארי בוקער ערהאלט די אינדארסירונגען פון סטעיט געזעצגעבער דזשעניפער קאנפרעסט און עימי ניעלסאן אין אייאווע
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע באשטעטיגט אז אין ליכט פון די נייע אנקעטע רעזולטאטן טוט גאווערנאר בולאק קוואליפיצירן אנטיילצונעמען ביי די צווייטע רונדע דעבאטעס
*
די ליבעראלע מאוו אן ארגאנאזאציע האט פארבעהטן אירע מעמבערס אפצוגעבן זייער שטימע אין זייער פרישע פריימערי שטרוי אנקעטע און עמן וועט דארפן ווארטן צו זעהן ווי אזוי די פעלד האט זיך געטוישט זינט זייער לעצטע אנקעטע אין דעצעמבער למספרם
צו יענע צייט זענען די רעזולטאטן געווען:

ארורק 15.6%
ביידען 15.0%
סאנדערס 13.2%
העריס 10.0%
ווארען 6.4%
קלאובאשאר 2.8%
בוקער 2.6%

*
נעכטן איז פארגעקומען א פארום ווי מערערע פרעזידענט קאנדידאטן אריינגערעכנט דזשאו ביידען האבן אנטייל גענומען און אויפגעטרעטן
ביידען האט זיך בארימט אז ווען דאג דזשאונס איז געלאפן אין אלאבאמא צום סענאט איז ער געווען דער איינציגסטער פערזאן וועם מען האט אראפגערופן צו קאמפיינען פאר דזשאונס פארשטייענדיג אז ביידען קען אפעלירן אויך צו וויילער אין דרום
ער האט צוגעלייגט אז אויך אנדערע האבן דארט קאמפיינט אבער ער איז געווען דער איינציגסטער וועלכע איז נישט א מאן פון קאליר (ווייל בוקער האט אויך קאמפיינט פאר דזשאונס)
ביידען האט אויך פארשפראכן צו געוואונען אין דזשארדזשיע, אין ביידע קאראליינעס, פלארידא, און אין טעקסאס
איין פראמינענטע טראמפ אקטיוויסט האט רעאגירט אויף די רעטאריק אז דזשאו ביידען קען נאך גאנץ מעגליך זיצן ביי זיך אין סאלאן דורכאויס די אלגעמיינע וואלן..
מייקל בענעט האט דארט געזאגט: איך גלויב נישט אז מיר דארפן זיין אזוי ציניש ווי מיטש מעקאנעל איז, אבער ווען פאר א גוט יאר גייען מיר ווערן אזוי סטראטעגיש ווי ער איז?!
עליאזאבעט ווארען האט גערופן צו שניידן די מיליטערישע בודזשעט פון איר איצטיגע ארויס פון פראפארציע גרויס
*
די פייערלעשער אין יוניאן אין אייאווע גייט זיך צוזאמקומען די וואך צו באשליסן אויב/וועמען צו אינדארסירן אין די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט
די נאציאנאלע פייערלעשער יוניאן איז געווען פון די ערשטע צו ווארפן זייער שטיצע צו ביידען אבער די אייאווע פיליאלע האט דערווייל נישט געמאלדן גארנישט און מען וועט הערן מער שפעטער אין וואך
*
נעכטן האבן מיר באריכטעט אז קאל קאנינגהעם האט געמאלדן אז ער לויפט צום סענאט אקעגן צופן קאראליינע סענאטאר טאם טיליס
שטייענדיג בלויז איין טאג שפעטער האט עריק מאנספיעלד וועלכע איז אויך א געוועזענע סטעיט סענאטאר געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דעם זיץ
*
ווען א וויץ געלונגט איינמאל וועלן די וויצלער פרובירן א צווייטע מאל
די גרופע וועלכע האט אנגאזשירט קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע קארטעז אונטערצונעמען איר געוואגטע פארמעסט האט איצט רעקרוטירט אן אפריקאנע אמעריקאנע שולע פרינציפאל דזשאמאל באומאן צו לויפן אקעגן דעם מאכטפולן קאנגרעסמאן פון די בראנקס עליאט ענגל
*
די ספיקער פון די רעפרעזענטאטן הויז אין מעין,שרה גידעאן (ר) פלאנט א פארמעסט אקעגן סענאטארשע סוזען קאלינס (ר)
*
א מאן איז געווארן ארעסטירט אין קענעדי לופטפעלד ווערנדיג געפאקט טויבהאנטיג ביים אריינשווערצן 34 לעבעדיגע טויבן
יעדע טויב איז געווען פארפאקט באזונדער אין פלאסטישע האר קוירלערס
*
ברייען ניוטאן האט געארבעט פאר די פארקער דרילינג מענעדזשמענט סערוויסעס פירמע אויף א גראבן פלאטפארמע ביים ים ברעג פון פון סאנטא בארבארא קאליפארניע
זיינע שיפטס פלעגן געדויערן 14 טעג און ער פלעגט ארבעטן 12 שטונדן פער טאג
לויט ניוטאן פלעגט ער אראפציפן פון 15 ביז 30 מינוט אן עס אפיציעל באריכטן ווייל די פירמע האט נישט צוגעשטעלט די פארלאנגטע 30 מינוט אפרוה פער יעדע 5 שעה ווי עס איז פארלאנגט דורך די קאליפארניע געזעץ
נאך וואס פארקער האט אים אויפגעזאגט האט ער אריינגעטראגן אן אנקלאגע אינעם סטעיט געריכט פאר וועידזש און ארבעט שטונדן פארלעצונגען לויט די קאליפארניע געזעץ
פארקער האט זיך אבער געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט צו פארלאנגען אז די קעיס זאל ווערן אריבערגעפירט אונטער פעדעראלע יוריסדוקציע און זיי זאלן אויסהערן די קלאגע
די דיסטריקט געריכט האט אקצעפטירט זיין פארלאנג שרייבנדיג אז לויט די געזעץ האט ניוטאן געארבעט אויף א פראיעקט אויף באדן אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע (א רייע וואסערן און בארטנס באלאנגען פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר די סטעיטס אין וועמענס גרעניצן זיי געפונען זיך) און דעריבער איז ניוטאן באשוצט בלויז אונטער די ארבעט סטאנדארטן און רעכטן פון די פעדעראלע רעגירונג און קאליפארניע קען נישט אריינרעדן און רעגולירן זיינע ארבעטס אומשטענדן
די דיסטריקט געריכט האט גראדע אויך געהאט אנערקענט אז די פעדעראלע געזעץ וועלכע באשוצט ארבעטער שרייבט קלאר ארויס אז סטעיטס קענען צולייגן זייערע אייגענע באשיצונגען אבער זיי האלטן אז דאס איז בלויז אינערהאלב טעריטאריע וועלכע באלאנגט פאר די סטעיט
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום 9'טן סירקוט און זיי האבן איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכטס מיינונג און געזאגט אז דאס וואס די סטעיט מעג נישט אריינרעדן איז בלויז ווען זייערע געזעצן זענען א סתירה און זענען חולק מיט די פעדעראלע געזעצן אבער אויב זיי זענען מוסיף דערויף דאן איז כל המרבה הרי זה משובח
דהיינו און אונזער פאל איז עס נישט א דירעקטע קאנפליקט פןון די פעדעראלע געזעץ און סטעיט געזעץ
עס איז בלויז אז די פעדעראלע געזעץ באשוצט דעם ארבעטער אויף א מינימאלע פארנעם און די סטעיט לייגט צו א פרישע שיכט פון באשיצונג און די סטעיט מעג אזאנס טוהן אפילו אויף באדן וואס ווערט אפערירט דורך די פעדעראלע רעגירונג
פאריגע וואך מאנטאג האט די געריכט געאורטיילט אז די 9'טע קרייז געריכט איז נישט גערעכט
ריכטער טאמאס האט געשריבן די אורטייל וועלכע איז געווען איינשטימיג מיט אלע איבריגע ריכטער אז די סטעיט קען נישט אריינרעדן אין פראגן אויף די טעריטאריע

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יוני 18, 2019 11:58 am

יישר כח, א שיינעם דאנק

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג יוני 18, 2019 12:08 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהעלותך

די סענאט יורידישע קאנסטיטוציע האלט הינט אפ איר ערשטע פארהער איבער די פלאן צו ארויפשטעלן טוירם לימיטס אויף קאנגרעסלייט
די פארשלאג איז פון סענאטאר קרוז און די היינטיגע עדות איז דער געוועזענער סענאטאר דזשים דעמינט
*

פון וויפיל יאר רעדט מען אז עס זאל זיין טוירם לימיטס?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 18, 2019 12:10 pm

א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהעלותך

די סענאט יורידישע קאנסטיטוציע האלט הינט אפ איר ערשטע פארהער איבער די פלאן צו ארויפשטעלן טוירם לימיטס אויף קאנגרעסלייט
די פארשלאג איז פון סענאטאר קרוז און די היינטיגע עדות איז דער געוועזענער סענאטאר דזשים דעמינט
*

פון וויפיל יאר רעדט מען אז עס זאל זיין טוירם לימיטס?

סענאטארן צוויי טערמינען פון 6 יאר
קאנגרעסלייט דריי טערמינען פון 2 יאר

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג יוני 18, 2019 12:21 pm

Thanks havl
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 18, 2019 12:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהעלותך






ביי די נעכטיגע ביידען פאנדרעיזינג האט זיך באטייליגט דער ביליאנער דזשאן קאסטימאטידיס וועכלע איז אין 2013 למספרם געלאפן פאר מעיאר אויפן רעפובליקאנע טיקעט
קאסטימאטידיס האט שוין אין 2017 למספרם בייגעשטייערט די מאקסימום ערלויבטע 5000 דאלער פארן טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין
*

ביידען האט געבעטן פון קאסטימאטידיס ער זאל אים העלפן מיט פאנדרעיזינג אבער דער לעצטער האט געזאגט לא מיט אן אלף

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יוני 18, 2019 1:30 pm

ש'כח הבל,

איך גלייך דיין רעפארטאדש אויף פאליטיקס, ס'קומט מיט ספעציעלע ספייס.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג יוני 18, 2019 1:48 pm

א גרויסן ישר כח הבל!

#טויבהאנטיג :lol:

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג יוני 18, 2019 1:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהעלותך

די סענאט יורידישע קאנסטיטוציע האלט הינט אפ איר ערשטע פארהער איבער די פלאן צו ארויפשטעלן טוירם לימיטס אויף קאנגרעסלייט
די פארשלאג איז פון סענאטאר קרוז און די היינטיגע עדות איז דער געוועזענער סענאטאר דזשים דעמינט
*

פון וויפיל יאר רעדט מען אז עס זאל זיין טוירם לימיטס?

סענאטארן צוויי טערמינען פון 6 יאר
קאנגרעסלייט דריי טערמינען פון 2 יאר


לויט ווי איך פארשטיי, קען דאס צוברענגען פרישע קאפוויי פאר ביידע פארטייען, אז א קאנגרעסמאן וועט נאך 6 יאהר נישט האבן וואס צו לויפן נאכאמאל, וועט ער דאך דארפן זיכן עפעס אנדערש, וועט זיין צוזאמען מיט אלע עלטערע סענאטארען צענדליגע וואס לויפן פאר פריזידענט אמט.

דער יעצטיגע דעמאקראטישער געלויף וועט זיין א פורים שפיל, צו וואס וועט אויסקוקען ווען דער געזעץ גייט אריין און קראפט.

קען מען דאס ווען צולאזן?


נ. ב.

אז איך שרייב שוין, מיז איך ארויס ברענגען מיינע דאנק געפילן פאר דער שרייבער מיט'ן ה הידועה, הכל הבל.

דאס איז דער ערשטער אשכול וואס איך ליין בדרך כלל יעדן טאג, אבער איך האלט מיר איין פון באדאנקען דא אויפן אשכול, ווייל יעדער מאל איינער באדאנקט לויף איך שנעל קוקען וואס האט שוין אונזער טייערע הכל צוגעלייגט צום טעגליכער נייעס, און ע"פ רוב איז עס נישט מער ווי איינער טוט זיך ארויסגעבן זיינער געפילן פאר'ן הויכגעשעצטע שרייבער.
וויל איך נישט אז מיין פערזענליכע געפילן פון דאנקשאפט זאל דארפן שטערן אלע וואס באלעקען זיך מיט דער אשכול, ממילא האלט איך מיר צוריק פון דאנקען.
יעצט אז איך דארף שוין עפעס פרעגן, לייג איך שוין צו מיינע דאנק געפילן.

האפ איך עס וועט זיך גענוג ארויסברענגען, ס'זאל זיין גענוג באדאנקט ביז איך וועל האבן נאך א שאלה אדער הערה אויף זיינער באשרייבן.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יוני 18, 2019 2:47 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפיציעל אנהויבן זיין ווידערערוויילונג קאמפיין ביי א מאסיווע ראלי אין ארלענדא פלארידא אין די גיגאנטישע אמוועי צענטער וועלכע נעמט אריין פינף און צוואנציג טויזנט מענטשן
טויזנטער האלטן זיך שוין אויף אין די געגנט און פולע ביידעלעך פארפלייצן די גאסן אין וועלכע מענטשן שלאפן איבער
גאר אסאך שלאפן איבער אין זייערע אויטאס פון וועלכע הונדערטער זענען פארקירט לענגאויס סאוט דיוויזשאן עוועניו אויף די מערב זייט פונעם צענטער
איצט אינדערפרי שלענגלען זיך שוין גאר לאנגע ליניעס אריינצוגיין אין די מוזיקאלישע ארקעסטרא ווארעמט אן די זאל ארענע ווי עס הערשט א פייערליכע פארטי סארט אטמאספערע
פרעזידענט טראמפ זעלבסט וועט פארלאזן די ווייסע הויז ערשט נא 4 אזייגער נאכמיטאג



מיט אזאלכע ראליס געווינט ער ריעלעקשאן

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג יוני 18, 2019 3:10 pm

ישר כח גדול!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”