א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 3:34 pm

יישר כח הבל. הנאה געהאט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:00 pm

זיך ממש מחיה געווען.

א ריזיגן דאנק פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 7:20 pm

זייער שיין און געשמאק.

יישר כח.

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:20 pm

יעצט געהאט א טשענס צו ליינען. פיין זאט געווארן.

ישר כח הבל!!!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:34 pm

זייער הנאה געהאט פונעם באריכט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:39 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:זיך ממש מחיה געווען.

א ריזיגן דאנק פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:38 am

מיטוואך ראה



אינדאניזיע רוקט איר הויפטשטאט פון דזשאקארטא אוועק צו די אינזל בארנעא
*
די ענגלישע קעניגן האט באשטעטיגט די פארלאנג פון פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן צו סוספענדירן די פארלאמענט
פאר אמווייניגסטנס א מאנאט צו אפשטעלן די פארזוכן פון פארלאמענט מיטגלידער וועלכע זוכן דורכצופירן א ביל צו פארבאטן דאס איינשטעלן ברעקזיט אן קיין געהעריגע אפמאך מיט די אייראפעאישע פאראיין קומענדיגע אקטאבער 31 למספרם
דאס סוספענדירן פון די פארלאמענט באדייט אז דורכאויס די געסקעדזשועלטע פארטיי קאנפרענץ סעזאן און די ערווארטעטע רעדע פונעם קעניגן אום אקטאבער 14 וועט די פארלאמענט נישט זיין אין סעסיע
פארלאמענט מיטגלידער וועלן זיך אומקערן אום סעפטעמבער 3 למספרם אבער וועלן ווארשיינליך ווערן ווידעראמאל סוספענדירט די נאכפאלגנדע וואך און דאן זיך צוריקקערן אום אקטאבער 14 למספרם
*
וואשינגטאן גרייט זיך צו עפענען א ליניע פון דירעקטע געשפרעכן מיט די איראנע געשטיצע האוטי רעבעלן וועלכע קעמפן אין תימן אין א פארזוך צו ברענגן אן ענדע צו די פיר יעריגע פארצויגענע קריג אינעם ראיאן
די פלאן לויטעט אז מען וועט צוזאמברענגן האוטי פארשטייער מיט די סאודיער אין אמאן און אמעריקא האפט צו קענען פארמיטעלן צווישן די צוויי קריגערישע צדדים פאר א פייער אפשטעל
*
פארטיידיגונג סעקרעטאר מארק עספער און דזשוינט טשיעפס אף סטעף גענעראל דזשאסעף דאנפארד וועלן היינט אום 1:30 אפהאלטן ביים פענטאגאן זייער ערשטע געמיינזאמע פרעסע קאנפרענץ זינט עספער איז געווארן איינגעשוואוירן
*
אויסערן סעקרעטארר מייק פאמפעיא טרעפט זיך היינט פאר געשפרעגן מיט סאודי אראביע'ס דעפיוטי פארטיידיגונג מיניסטאר קאליד בין סאלמאן
*
אטוירני דזשענעראל וויליאם באר האט באשטעלט זיין יערליכע האלידעי פארטי פאר זיין פאמיליע ווי 200 מענטשן וועלן זיך באטייליגן פארצוקומען אין די טראמפ האטעל אין וואשינגטאן די סי
די פארזאמלונג וועט פארקומען אום דעצעמבער 8 למספרם און די פרייז וואס די פארטי וועט אפקאסטן איז דרייסיג טויזנט דאלער
באר באצאלט די קאסטן פון זיין אייגענע טאש און האט זעלבסט אויסגעוועלט די טראמפ האטעל אבער נאר נאכן פרובירן צו באשטעלן די ווילראד און מעיפלאוער האטעלן אבער זיי זענען שוין געווען פארנומען
*
די פרוי פון דזשעראד קושנער וועט אפרייזן קיין קאלאמביע, ארגענטינא און פאראגוויי אויף א באזוך פון סעפטעמבער 3-6 למספרם
*
סענאטאר מארקא רוביא לויבט אויס די די געדאנק פון ברענגן די קומענדיגע G-7 סאמיט קיין דארעל פלארידא און דרוקט בלויז אויס לייכטע זארג איבער די טראפיק אין די געגנט
ער מאכט אוועק די פאטענציאלע קאנפליקט אף אינטערעסט פון וועלכע פרעזידענט טראמפ קען פארדינען זאגנדיג אז אזעלכע צוזאמקונפטן קאסטן געווענליך אפ מער ווי זיי ברענגן אריין
*
איבער די מעגליכקייט פון לאדענען פוטין צום סאמיט זאגט רוביא אז מען קען נישט איגנארירן רוסלאנד אדער אויפהערן האנדדלען מיט זיי אבער מען דארף האלטן אפענע אויגן
ער זעהט נישט קיין ראציאנאלע ערקלערונג פארוואס פונקט איצט צוריק אנצושליסן רוסלאנד זינט קיין איינע פון זייערע אויפפירונגען וועלכע האבן געפירט זיי אויסצושליסן דערפון האט זיך דערווייל נישט געטוישט
(איך האב נישט געהערט ראנד פאול רעאגירן דערצו אבער איך גלויב אז ער וואלט גערן אויסגעדרייט דעם זעלבן ארגומענט צו זיין בענעפיט אויף פארקערט און אנגעוויזן אז די שטראף שטעלט זיך ארויס צו זיין אומווירקזאם)
*
סענאטאר מייק לי פלאנט צו זיין קומעדיגע וואך אין רוסלאנד
זיין וויזא אפליקאציע איז דערווייל נאכנישט געווארן באשטעטיגט אדער אפגעווארפן
סענאטארן דזשאנסאן און מורפי האבן אויף איינגעגעבן אפליקאציעס אבער זייערע וויזאס זענען שוין געווארן צוריקגעוויזן)
*
פרעזידענט טראמפ האט איצט אפיציעל נאמינירט א זוהן פונעם פארשטארבענעם סופרים קאורט ריכטער סקאליא צו ערזעצן לעיבאר סעקרעטאר אלעקס אקאסטע
ער האט געארבעט אין די רעיגען אדמיניסטראציע אלץ געהילף צום ערציאונגס סעקרעטאר און אין די ערשטע בוש אדמיניסטראציע האט ער געארבעט פאר אטוירני דזשענעראל באר
דורכאויס די היציגע בוש/גאור פרעזידענט געראנגל האט זיין פירמע פארטרעטן די בוש לאגער פארנט פונעם סופרים קאורט (און זיין טאטע איז געווען א דעצידירנדע שטימע צו מאכן בוש פאר פרעזידענט..)
דערנאך האט ער געארבעט אלץ סאליסיטאר דזשענעראל פאר די לעיבאר דעפארטמענט אונטער בוש דער צווייטער ווען דער לעצטער האט אים געשטעלט אויף די פאזיציע ווען קאנגרעס איז געווען אויף ריסעס ווייל דעמאקראטן האבן אים באקעמפט מיט די באשולדיגונג אז ער איז פיינטליך אקעגן ארבעטער און איז אויף די זייט פון קארפארעיט אמעריקא
דערנאך האט ער זיך אומגעקערט צום פריוואטן סעקטאר און האט רעפרעזענטירט א קעיס אין געריכט אין וועלכע וואלמארט האט סוקסעספול באקעמפט א סטעיט געזעץ פון מערילענד אונטער וועלכע גרויסע פירמעס מיט 10 טויזנט ארבעטער און העכער וואלטן געוען געצוואונגען צו ווידמען אמווייניגסטנס 8% פון זייער פעיראל אויף ארבעטער העלטקעיר
ווען פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער גייט נאמינירן סקאליא איז שוין שומער ארויסגעקומען קריטיקירן די אויסוואל זאגנדיג אז טראמפ האט פארפאסט א געלעגנהייט צו נאמינירן א קעמפער פאר ארבעטער ווי צום ביישפיל א יוניאן מעמבער צו זיין אמעריקא'ס קומענדיגע לעיבאר סעקרעטאר
ער זאגט אז אנשטאט האט טראמפ אויסגעקליבן איינעם וועלכע האט איבערצייגט אלעמען אז ער שטעלט קארפארעיט אינטערעסן איבער ארבעטער רעכטן
*
פרעזידענט טראמפ האט אין 2016 למספרם אנגעצויגן 44% אין אנקעטעס אין מישיגען אבער אין די וואל נאכט האט ער אנגעצויגן דארט 47% פון די פאפולערע שטימען
א פרישע אנקעטע ערשינען אין די סטעיט צייגט אז ער וואלט איצט באקומען 44% אויב ער זאל לויפן אקעגן בערני סאנדערס און 43% אויב זאל ער זיך פארמעסטן אקעגן עליזאבעט ווארען אדער קאמאלא העריס און 41% אויב זאל ער קאנקורירן מיט דזשאו ביידען
*
ניקי העילי האט געשאפן א דרויסנדיגע גרופע וועלכע באזארגט טייל רעפובליקאנע פירער איבער אירע מאטיוון און באאומרואיגט זיי אויב אירע פאנדרעיזינג אקטיוויטעטן וועלן נישט שאפן קיין קאנפליקטן און קאנקורענט פאר ביישטייערונגען אינעם בעפארשטייענדן וואל סעזאן
*
רעפובליקאנע סענאטאר דזשאני אייזעקסאהן פון דזשארדזשיע גייט רעטייערן ענדע 2019 למספרם
די אנדערע סענאטאר פון די סטעיט איז דעיוויד פערדו און רעפובליקאנער זענען שוין באזארגט אז זיי וועלן דארפן אויסגעבן געלט צו פארטיידיגן יענעם זיץ טראץ וואס די שטארקסטע פאטענציאלע קאנדידאט וואס די דעמאקראטן וואלטן געקענט האבן ווואלט געווען סטעיסי עיברעמס און זי האט אויסגעשלאסן אזא פארמעסט איצט מיט די אייזעקסאהן רעטייערמענט איז א פרישע זיץ אפן און עס איז מעגליך אז עיברעמס וועט באזליסן אז אן אפענע זיץ גיבט איר א לייכטערע שאנס (הגם איר גאווערנאר פארלוסט איז אויך געווען איבער אן אפענע זיץ) ספעציעל אויב זאלן זיך רעפובליקאנער מוטשען צו רעקרוטירן א שטארקן קאנדידאט
דערווייל האט א ווארטזאגער פאר עיברעמס קלארגעשטעלט אז די אייזעקסאן מעלדונג גייט נישט טוישן די באשלוס פון עיברעמס נישט צו לויפן צום סענאט
*
דזשעראד שעלטאן האט אפיציעל געלאזט אין גאנג א "דרעפט סארא האקעבי סאנדערס פאר ארקענסאו" קאמפיין מיטן ציהל צו לייגן דרוק אז זי זאל לויפן פאר גאווערנאר אין 2022 למספרם
*
פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א ראלי אין צפון קאראליינע אום סעפטעמבער 9 למספרם איין נאכט בעפאר וויילער גייען ארויס צו די שטים בודקעס אין די ספעציעלע פארמעסט פאר קאנגרעס אין די ניינטע דיסטריקט צווישן דעמאקראט דאן מקרעדי און רעפובליקאנער דאן בישאפ
דער פרעזידענט קען זיין א הילף פאר בישאפ נאך וואס ער האט געוואונען דעם דיסטריקט אין 2016 למספרם מיט 12%
די באזוך וועט קומען נאך באזונדערע אויפטריטן אין די דיסטריקט דורך וויצע פרעזידענט פענס און דאנאלד טראמפ דזשוניאר און קומט נאך וואס אינערליכע אנקעטעס ווייזן אויף א נאנטע פארמעסט
שני דאן"ס המכחישים זה את זה יבא דא"ן השלישי ויכריע ביניהם
*
נעכטן איז אין מיסיסיפי געווארן אפגעהאלטן די ראנאף פארמעסט פאר די רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי צווישן ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס און סטעיט סופרים קאורט הויפט ריכטער וואלער און ריוועס האט געוואונען גייעניג צו א פארמעסט מיטן דעמאקראט דזשים הוד
*
א דעמאקראטישע באצאלטע אנקעטע אין קענטאקי צייגט אז אטוירני דזשענעראל ענדי באשאר (ד) וואלט באזיגט דעם אמטירנדע גאווערנאר מעט בעווין (ר) מיט 48%-39%
דער ליבערטעריען דזשאן היקס וואלט באקומען 5% און 4% זענען אומבאשלאסן
*
אין די ליוזיאנא רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי פלאנט קארל ראוו זיך אריבערצוכאפן צו די סטעיט און פאנדרעיזן פאר קאנגרעסמאן ראלף עיברעהעם
*
אין די פריימערי פארמעסט ביי די דעמאקראטן אין קאלאראדא האט מייק דזשאנסאן וועלכע לויפט צום סענאט ארויסגעשטעלט א מעמא וועלכע צייט אז דזשאן היקענלופער איז נישט שטארקער אקעגן דעם רעפובליקאנעם אמטירנדע סענאטאר קארי גארדנער
מער ווי א דעמאקראט בלי שם וואלט אנגעצויגן אקעגן גארדנער
*
אין די קאלאראדא פריימערי פארמעסט האט דער געוועזענער סענאטאר קען סאלאזאר וועלכע האט אויך סערווירט אלץ אינטעריאר סעקרעטאר אונטער פרעזידענט אבאמא האט אינדארסירט דזשאן היקענלופער צום סענאט
*
אין קענסאס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז ערווארטעט אז דער אמטירנדער ערשט טערמיניגער רעפובליקאנע קאנגרעסמאן וואטקינס וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער ער קען אויסשטיין אן ערנסטע פארמעסט נאך וואס ער האט אין 2018 למספרם גאר שמאל באזיגט דעם דעמאקראט פאול דעיוויס מיט 47.6 צו 46.8
דאסמאל איז די דעמאקראטישע קאנדידאט עיבי האדזשסאן וועלכע איז א געוועזענע רעדע שרייבער פארן געזונטהייט סעקרעטארשע אונטער פרעזידענט אבאמא קעטלין סעבעליוס
דער געוועזענער קענסאס רעפובליקאנער גאווערנאר דזשעף קאליער איז אזוי נערוועז איבער די דעמאקראטישע שאנסן אויפצופיקן דעם זיץ אז ער האט עפנטליך גערופן סטעיט טרעזשוראר דזשעיק לאטורנער וועלכע זוכט צו לויפן אין די סענאט פריימערי אז ער זאל איבערלאזן זיינע סענאט טרוימען און אריינטאנצן אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס זינט ער גלויבט אז וואטקינס קען נישט געוואונען ווידערערוויילונג
*
קאנדידאטן וועלכע לויפן פאר פעדעראלע אפיס האבן שוין אינאיינעם אויפגעטריבן 807 מיליאן דאלער
*
דזשאו ביידען איז ארויס מיט א פרישע רעקלאמע אין אייאווע מיט קעפל "פערזענליך" וועלכע גייט אדורך די געשיכטע פון זיין פאמיליע און רופט צו פארשטארקערן אבאמאקעיר
*
ביל ראסא, די דעפיוטי קאמיוניקאציע דיקרעקטאר פארן ביידען קאמפיין איז א חתן געווארן
*
דזשאו ביידען האט פארעפנטליכט א פרישע ליסטע פון אייאווע אינדארסירער פאר זיין קאמפיין
*
ברעידי אינדוסטריעס איז אן אלומינום פאבריצירער פירמע באזירט אין קענטאקי וועלכע פלאנט צו בויען א 1.7 ביליאן אלומינום פאבריק אין מזרח קענטאקי
צו קענען פינאצירן אזא מאסיווע פראיעקט האט זיך אויסגעפעלט צו געוואונען די הערצער פון ערנסטע אינוועסטירער מיט שיפע טאשן
די פירמע האט באוויזן צו איבערצייגן די סטעיט צו אינוועסטירן אינעם פראיעקט 15 מיליאן דאלער און פון דארט איז שוין אלעס געגאנגען לייכטער ווען מערערע זענען איינגעגאנגען אריינצוגיסן געלט דערין אריינגערעכנט א רוסישע אלומינום פירמע
א צייטונג אין קענטאקי האט פארלאנגט אז די סטעיט זאל פארעפנטליכן די נעמען פון די אינוועסטירער פון שעירהאלדערס אינעם פירמע אבער די סטעיט קאבינעט פאר עקאנאמישע דעוועלאפמענט האט זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן די רעקארדס אנצייגנדיג אויף עקזעמפשאן'ס אין די סטעיט געזעץ
די סטעיט אטוירני דזשענעראל ענדי באשאר (ד) וועלכע לויפט היי יאר פאר גאווערנאר אקעגן בעווין האט פארארדנט אז די רעקארדס זאלן יא וועראן פובליצירט אבער די עקאנאמישע קאבענעט האט עס פרובירט צו בלאקירן דורכן זיך ווענדן צום סטעיט געריכט
די נידריגע געריכטן האבן געאורטיילט אז די סטעיט קען נישט אפהאלטן די אינפארמאציע פון ווערן פובליצירט ווייל די שטייער צאלער האבן א רעכט צו וויסן ווער עס זענען די אינוועסטירער אין אן אונטערנעמונג אין וועלכע די סטעיט גיסט אריין געלט
די סטעיט אין שפיץ פון גאווערנאר מעט בעווין (ר) האט עס אפעלירט צום סטעיט סופרים קאורט אבער די געריכט האט עס די וואך אפגעווארפן לאזנדיג אין פלאץ די אורטייל פון די נידריגע געריכטן
*
אין טעקסאס איז א סטעיט סופרים קאורט בענקל געווארן ליידיג ווען דזשעף בראון איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און באשטעטיגט דורכן סענאט צו דינען אויפן פעדעראלן געריכט
גאווערנאר גרעג אבאט האט אויסגענוצט די איצטיגע אורלויב סעסיע פון די סטעיט סענאט און באשטימט די געוועזענע יוסטא אפעלאט קאורט ריכטער דזשעין בלענד צו ערזעצן בראון
בלענד איז איינע פון די רעפובליקאנע קאנדידאטן וועלכע האבן פארלוירן זייערע פארמעסטן אין די פארלאפענע מידטוירמס
און איז איצט געווארן באשטימט צו העכסטן געריכט אין די סטעיט
אנשטאט דארפן דורכגיין די געווענליכע באשטעטיגונג פראצעדור אין סטעיט סענאט וועט זי איצט גראד ארויפגיין אויפן באנק און וועט זיך דארפן שטעלן פאר די וויילער אין 2020 למספרם אויסצודינען די פולע טערמין פון ריכטער בראון וועלכע לויפט ביז 2024 למספרם
ריכטער בלענד האט געזאגט נאך איר פארלוסט אין 2018 למספרם אז יענע וואל יאר איז נישט געווען גוט פאר רעפובליקאנער אנלייגנדיג טייל פון די שולד אויף די אפציע וועלכע האט ערלויבט וויילער צו שטימען מיט איין סעלעקציע אויף אלע קאנדידאטן אויף פארטיי ליניעס און אלץ רעזולטאט איז געווען גאר לייכט פאר וויילער וועלכע האבן גענויגט יענע יאר צו שטימען אקעגן רעפובליקאנער אין אלגעמיין צו אויסוועלן די אפציע און מיט איין קנעפל אראפשטימען אלע רעפובליקאנער
אין די קומענדיג וואלן וועט שוין נישט זיין אזא אפציע אויפן שטים בעלאט נאך וואס די רעפובליקאנער געפירטע לעגיסלאטור האט באשטעטיגט אז וויילער וועלן מוזן שטימען אויף יעדע אמט באזונדער גיבנדיג מער שאנסן אז דעמאקראטיש גענויגטע וויילער וועלן שטימען פאר געוויסע רעפובליקאנע קאנדידאטן וועלכע זענען זיי מער צום הארצן אדער בכלל אויסלאזן צו שטימען פאר יענע פאזיציעס
גאווערנאר אבאט האט שוין באשטימט עטליכע קאנדידאטן צו סערווירן אויפן סטעיט געריכט סיסטעם נאך זייער פארלוסט אין 2018 למספרם און איז שוין די דריטע ריכטער וועלכע ער רוקט ארויף אויפן סופרים קאורט
*
די ניינטע קרייז געריכט האט פאריאר אין סעפטעמעבער למספרם געאורטיילט אז סיטי רעגירונגען קענען נישט אנקלאגן היימלאזע פארן שלאפן אין די גאס אויב זיי האבן נישט קיין אנדערע דאך איבען קאפ ווייל זיי צו באשטראפן פארלעצט די אכטע אמענדמענט
די קעיס האט זיך אנגעהויבן ווען די סיטי באיס אין איידעהאו האט אינפארסירט א געזעץ אירע צו פארבאטן צו איבערשלאפן אין אירע גאסן און איז געקלאגט געווארן אין געריכט און דער מעיאר ווארנט אז אויב די אורטייל בלייבט שטיין וועלן אמעריקאנע שטעט זיך נישט קענען ספראווען מיט א שטייגנדע היומאנאטערישע קריזיס אויף די גאסן
די ניינטע סירקוט קאורט איז די גרעסטע קרייז געריכט איבערלן לאנד און אין אורטייל טוט דירעקט אפעקטירן איידעהאו,קאליפארניע, ארעגאן, וואשינגטאן, מאנטאנא, נעוואדע האווייאי און אלאסקא
די באיס סיטי האט זיך דעריבער געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן בעטנדיג אז זי זאל אננעמען די קעיס אנווייזנדיג אז די ניינטע סירקוט אורטייל איז אין קאנפליקט מיט פולע נידריגע געריכטן און באזונדער האבן די ערשטע, פערטע און זיבעטע סירקוט קאורטס שוין אנידערגעשטימט אזעלכע אורטיילן או אז די אורטייל טוט פארקריפלען די מעגליכקייט פון מער ווי 1600 מוניציפאליטעטן אונטערגעווארפן אונטער זייער יוריסדיקציע צו קענען היטן אויף די געזונטהייט און זיכערהייט צושטאנד פון זייערע געמיינדעס
*
סופרים קאורט ריכטער קעיגען האט פאראדנט פאר די פיר גרופעס וועלכע קלאגן די טראמפ אדמיניסטראציע פאליסי טויש צו באגרעניצן אזיל רעכט אפליקאציעס אז זיי זאלן אריינשיקן זייער אפענטפער צו די רעגירונג שטעלונג וועלכע אפעלירט די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט וועלכע האט בלאקירט די טויש אין קאליפארניע און אין אריזאנא אויף סעפטעמבער 4 למספרם 3 אזייגער נאכמיטאג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אור
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:58 am

ישר כח הבל'דל פארן מהנה זיין

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:12 pm

דער לעבט אויף א פארום לייק נאובאדי עלס!

טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:24 pm

@הבל, דיינע דעטאלירטע נייעס זענען עפעס משהו משהו... א ריזיגן שכח..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:30 pm

וועלקאם בעק ראביי הכל!!!

א געשמאק צו לעזן אייערע שורות! ספעציעל מיט אזעלכע קלארע דעטאלן פון די געריכט קעיסעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:31 pm

גא"מ צו אלע פיר קאמענטס!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:שני דאן"ס המכחישים זה את זה יבא דא"ן השלישי ויכריע ביניהם
*

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:18 pm

גרעיטלי עפרישיעטעד הבל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:43 pm

יישר פאר די אלע גוטע ווערטער!

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:19 pm

א ריזיגן שכח!!

וווואאאאףףףף איז דעס גיט געווען... זאפטיג....!!

הבל איז די בעסט!!!

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:22 pm

איצל פיצל האט געשריבן:גרעיטלי עפרישיעטעד הבל.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:48 pm

זייער געשמאק צו ליינען

יישר כח

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:31 am

Wow א פיינע אויטשוכע פונעם טאג... יישר כח הבל!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:39 am

איצל פיצל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@הבל, דיינע דעטאלירטע נייעס זענען עפעס משהו משהו... א ריזיגן שכח..

ישר כח הבל'דל פארן מהנה זיין

וועלקאם בעק ראביי הכל!!! א געשמאק צו לעזן אייערע שורות! ספעציעל מיט אזעלכע קלארע דעטאלן פון די געריכט קעיסעס.
גרעיטלי עפרישיעטעד הבל.


גא"מ, וע"ז ב"א החתום, ה' ראה תשע"ט, פה אייוועלט נ"י.

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 1:40 am

גא"מ צו אלע קאמענטס!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:34 am

זונטאג שופטים




לעבאנעזע מיליטאנטן האבן געשאסן אנטי טאנק מיסילס אין ריכטונג פון אן איזראעלי באזע און לויט די איזראעלי מיליטער האבן טייל פון זיי געטראפן אין ציהל
*
אויטאריטעטן אין האנג קאנג האבן געדארפט פארשליסן אן עקספרעס באן ליניע וועלכע פירט פון די הויפטשטאט אריין צום לופטפעלד נאך וואס פראטעסטירער האבן זיך אנגעהויבן גרופירן ביים לופטפעלד און האבן געשעדיגט א באן סטאנציע אין א באנייטע פארזוך צו אקופירן די לופטפעלד היינט זונטאג נאכמיטאג
*
פראנקרייך באטראכט פלאן ארויפצושטעלן א שטייער אויף אלע פלייטס וועלכע פליען ארויס פון לאנד און נוצן די געלט אינוועסטירן אין ענווייראמענט פריינטליכע פובליק טראנספארט פראיעקטן
*
דער פויבסט איז געבליבן שטעקן אין אן עלעוועיטאר אינעם וואטיקאן פאר פינף און צוואנציג מינוט דארפנדיג ווערן ארויסגעראטעוועט דורך פייערלעשער
*
א געוועזענע קאנאדישע פרעמיער מיניסטער האט געדארפט פארמעקן א מעסעדזש אין וועלכע זי באציהט זיך צו די שטורעם סיסטעם וועלכע איז ערווארטעט אנצופאלן פלארידא
זי האט אויסגעדרוקט האפענונגען אז די שטורעם וועט אנפאלן אויף פרעזידענט טראמפ'ס מאר א לאגא רעזארט אין פאלם ביעטש
א טאג דערויף האט זי ערקלערט אז זי האלט אז עס וועט צייגן פאר טראמפ אז קלימאטן טויש איז עכט
עווענטועל האט זי געדארפט פארמעקן די ארגינעלע מעסעדזש
*
פרעזידענט טראמפ קערט זיך אום איצט אינדערפרי פון קעמפ דעיוויד קיין וואשינגטאן
ער וועט פארלאזן די ווייסע הויז מיטאג צייט אנטייל צונעמען ביי א בריעפינג דורך פימא באאמטע איבער די ערווארטעטע האריקעין און וועט זיך דערנאך אומקערן צום ווייסן הויז
*
קאנגרעס איז אויף אורלויב אבער געזעצגעבער ערשיינען אויף די זונטאג מידיא פראגראמען און זענען אויסגעשטעלט צו פראגן איבער זייער גרייטקייט אויף שטרענגערע גאן געזעצן
בעטא ארורק ערשיינט היינט אויף סי בי עס און סי ען ען קומענדיג פון א על פאסא ווי די שרעקליכע שיסעריי האט לעצטנס פאסירט און שטייעינדיג איין טאג נאך א פרישע מאסן שיסעריי אין זיין היימסטעיט טעקסאס
*
אויף ען בי סי קומט ארויף פלארידא'ס רעפובליקאנע סענאטאר ריק סקאט וועם טשאק טאד צימבלט פרעגנדיג אויב עס זענען פארהאן צופיל ביקסן אין אמעריקא
סקאט רעאגירט אז ער שטיצט די צווייטע אמענדמענט אבער וויל לייגן געוויכט אוועקצונעמען וואן פון מענטאל פראבלעמאטישע מענטשן
*
פעט טומי איז פענסילוועניע'ס רעפובליקאנע פרא גאן קאנטראל סענאטאר וועלכע איז פארמישט אין געזעץ פארשלאגן אויפן טיש זאגט היינט אויף עי בי סי אז ער קען נישט גאראנטירן ווי אזוי די פארהאנדלונגען וועלן זיך ענדיגן או איז אומזיכער איבער די ריכטונג פון די געשפרעכן
ער זאגט אז דערווייל האט פרעזידענט טראמפ נישט אינדארסירט א ספעציפישע ביל
*
אין ערווארטונג פון מעגליכע גאן געזעצן רעפארמירונג אין סענאט טוען גאן קאנטראל גרופעס דערווייל ספענדן מער געלט ווי די נאציאנאלע רייפל אסאסיאציע צו לאביאירן און אויסאיבן דרוק אויף סענאטארן
*
צוויי טראמפ סופערפעקס גרייטן זיך צו ווערן מער אקטיוו און אריינגיסן געלט אין פלארידא, דזשארדזשיע, צפון קאראליינע, פענסילוועניע, אהייא און מישיגען
*
וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישע סענאטאר וועלכע האט קוים אנגעהויבן זיין פרישן טערמין איז שוין געווארן גענוצט אין אן אנקעטע וועלכע האט אויסגעפרעגט וויילער צו זיי וואלטן אים בעפארצוגט איבערן אמטירנדע גאווערנאר דזשים דזשאסטיס אויב זאל ער באשליסן צו לויפן פאר גאווערנאר
דזשאסטיס איז א געוועזענע דעמאקראט וועלכע איז אריבער צו די רעפובליקאנער און לויט די אנקעטע וואלט ער באקומען בלויז 39% צו 49% פאר מענשין וועלכע איז שוין אמאל געווען גאווערנאר אין די סטעיט
נאך 12% האבן נאכנישט באשלאסן און מען ערווארט א באשלוס פון מענשין ביז סעפטעמבער למספרם
*
ניק עיערס וועלכע פלעגט ארבעטן פאר פרעזידענט טראמפ און איז פון דזשארדזשיע האט אויסגעשלאסן זיין נאמען פון ווערן אויסגעקליבן ערפילן די זיץ פון סענאטאר אייזעקסאהן
מען ווערט איצט צו זעהן וועם גאווערנאר קעמפ וועט אויסקלויבן פאר דעם זיץ
*
דעמאקראטישע ראדיו האוסט פון קענטאקי מעט דזשאונס בטראכט אריינצושפרונגען אין די פריימערי פארמעסט צו קענען לויפן אקעגן מיטש מעקאנעל צום סענאט
ער זאגט אז ער אנערקענט אז ער וואלט געהאט א שווערע פעלד אבער ער איז מער גענויגט היינט ווי נעכטן יא צו לויפן
מעקאנעל'ס קאמפיין האט רעאגירט אז מען זאל זיי האלטן אינפארמירט ווען דזשאונס פעקלט זיך אפ פון די פריימערי
*
רעפובליקאנע נעגל ווערן נערוועז געביסן אין ניו יארק'ס רויטסטע דיסטריקט ווי דער אמטירנדער קאנגרעסמאן קריס קאלינס איז געווארן אנגעקלאגט מיט א צייט צוריק איבער אינסיידער טרעידינג און די פארטיי פארכט זיך אז די זיבן און צוואנציגסטע דיסטריקט קען זיין אין געפאר פון גיין בלוי טראץ וואס קאלינס האט באוויזן אנצוהאלטן זיין זיץ ביי די פארלאפענע מידטוירם איז די נייעס ארום זיין קעיס שוין פיל אפטער געווארן באריכטעט און עס שטעלט אים נישט אין גאר א גונסטיגע ליכט
זיין סטאטוס ווערט בלויז נאכמער אפגעשוואכט מיט דעם וואס דריי רעפובליקאנער האבן זיך שוין געיאוועט אריינצוטאנצן אין א פריימערי פארמעסט און זיי זאגן אז זיי לויפן אפגעזעהן וואס דער פיר טערמיניגער קאלינס באשליסט איבער זיין צוקונפט
*
אהייא איז געווארן אויסגעקליבן אלץ די סטעיט וואו די פערטע דעמאקראטישע פריימערי דעבאטע וועט ווערן אפגעהאלטן
*
אויפברויז הערשט צווישן דעמאקראטישע אקטיוויסטן נאך וואס די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע איילט זיך ארויסצוקומען מיט פריימערי אינדארסירונגען פרי אין די פארמעסט ספעציעל אין קאלאראדא וואו זיי האבן אינדארסירט דזשאן היקענלופער
*
קערען קארטער פעטערסאן אן אפריקאנע אמעריקאנע סטעיט סענאטאר פון ליוזיאנא און איז די פארזיצער פון די סטעיט דעמאקראטישע פארטיי און פארטרעט שוין די פיפטע סטעיט סענאט דיסטריקט זינט 2010 למספרם
אלען בארנע האט באשלאסן צו לויפן אין א דעמאקראטישע פריימערי ארויסצושוטויסן פעטערסאן פון איר זיץ אבער די געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט לויפן צוליב וואס די ער האט נישט ריכטיג אויסגעפולט די פאפירן ביים אריינגעבן זיין קאנדידאטור ווען ביי א טייל פון די פארום וועלכע קאנדידאטן מוזן אונטערשרייבן האט א נאטערי וועלכע האט געטוהן די ארבעט פאר אים אונטערגעשריבן אנשטאט בארנע זעלבסט
בארנע פארציילט אז ער איז געווען אין די אפיס פון די דיסטריקט קאורט אויסצופולן זיינע פאפירן האט ער זיי ארגינעל אליינס אויסגעשטעלט און אונטערגעשריבן און ווען זיין נאטערי איז ערשינען האצוצולייגן זיין אונטערשריפט האט אן איינגעשטעלט אין די קלוירק'ס ביורא צו ערשט איבערגעקוקט די אפליקאציע און געזאגט אז בארנע האט אויסגעשריבן זיין נאמען אנדערש ווי עס איז אין אין די וואוטער רעקארד און ער מוז צוליב דעם אויספולן א פרישע אפליקאציע פונדאסניי
נאכן אויספולן דעם דאקומענט האט דער אפיס איינגעשטעלטע אנגעוויזן פארן נאטערי אונטערצושרייבן (אנשטאט בארנע) און אזוי האט יענער געטוהן
ווען פעטערסאן איז אויפגעקומען מיט די פראבלעם אז בארנע זעלבסט האט נישט אונטערגעשריבן די לעצטע אפליקאציע האט בארנע אנגעוויזן אז אלעס האט זיך אנגעהויבן צוליב די אומקאמפאטענץ מצד די קלוירק אפיס איינגעשטעלטע וועלכע האט געהייסן אויסשטעלן א פרישע בויגן טראץ וואס לעגאל מוז די נאמען אויפן שטים צעטל נישט זיין אקוראט די זעלבע ווי די וועלכע פיגורירט אין די וואוטער רעקארד
די פריימערי איז געווען געסקעדזשועלט פארצוקמען אום אקטאבער למספרם און בארנע האט אפעלירט די דיסטריקט געריכט אורטייל צום סטעיט אפעלאט געריכט וועלכע האט מיט 5-4 ווידער באשטעטיגט אז ער קען נישט לויפן אבער בארנע האט פרובירט א דריטע מאל זיך ווענדנדיג צום סטעיט סופרים קאורט און דארט האט ער געהאט די לעצטע לאך (אויסער אויב ער וועט פארלירן די וואלן..) ווען די העכסטע געריכט אין די סטעיט האט פארארדנט אז זיין נאמען זאל יא ערשיינען אויפן שטים בעלאט און פעטערסאן וועט צום ערשטן מאל אין איר סענאט קאריערע אויסשטיין א פריימערי פארמעסט
די געריכט האט געשריבן אז די קלוירק אפיס וואלט געדארפט אקצעפטירן די ארגינעלע אפליקאציע וועלכע האט יא פארמאגט בארנע'ס אונטערשירפט טראץ וואס עס איז געווען אויסגעשריבן אנדערש ווי דיין נאמען אויף די וויילער רעקארד

*
אונטער די אריזאנא סטעיט געזעץ וועט -אין פאל וואס א סופרים קאורט זיץ ווערט ליידיג- דער גאווערנאר דארפן אויסקלויבן א נייע ריכטער פון א ליסטע קאנדידאטן צוזאמגעשטעלט דורך די אריזאנא קאמיסיע פאר אפעלאט ריכטער אפוינטמענטס
די ליסטע פון 5 קאנדידאטן וועלכע די קאמיסיע האט צוגעשטעלט האט געציילט דריי רעפובליקאנער און צוויי דעמאקראטן און איז באשטאנען פון דריי איצטיגע אפעלאט ריכטער אין ריכטער פון א נידריגערע געריכט און איין אדוואקאט מיטן נאמען ביל מאנטגאמרי
דער מאנטגאמרי איז די אטוירני פאר מעריסקאפע קאונטי און איז בארימט אלץ אויסגעשפראכן אקעגן חוקי תועבה און האט שוין אין די פארגאנגענהייט איגנארירט א סטעיט געזעץ צוצושטעלן אדאפטירונג סערוויסעס פאר מתועבים טראץ די אנווייזונגען פון א פעדעראלע ריכטער און האט לאביאירט ביים לעגיסלאטור צו טוישן די סטעיט געזעץ אבער דער רעפובליקאנער גאווערנאר דוסי האט עווענטועל וועטאאירט די לעגיסלאטור ביל וועלכע מאנטגאמרי האט געשטיצט
מאנטגאמרי האט שוין אין מערץ למספרם ביי איינע פון די פריערדיגע געלעגנהייטן ווען א ריכטער האט רעטייערט אריינגעשיקט זיין נאמען צום קאמיסיע אז זיי זאלן אין באטראכט נעמען אים ארויפצושטעלן אויף די ליסטע וועלכע זיי שיקן צום גאווערנאר אבער די קאמיסיע האט אין יענע צייט נישט אריינגעלייגט זיין נאמען אין די ליסטע צוליב זארג איבער זיין אויפפירונג אין אפיס און אויך צוליב א מאנגל אין ערפארונג אויפן באנק
עווענטועל האט גאווערנאר דאג דוסי עווענטועל אויסגעקליבן דזשעימס ביען וועלכע איז געווען בעפאר אן אפעלאט ריכטער און מיט דעם ארויפגערוקט זיין פערטע ריכטער אויפן באנק וועלכע פארמאגט זיבן ריכטער פירנדיג צו דעם אז א מאיאריטעט ריכטער אויפן העכסטן באנק אין די סטעיט זענען זיינע נאמינירטע
אין די צייט וואס דער אויבנדערמאנטער זיץ איז געווארן ליידיג איז די קאמיסיע וועלכע שטעלט צוזאם א קאנדידאטן ליסטע באשטאנען פון פופצן מיטגלידער און אנגעפירט דורכן איצטיגן הויפט סופרים קאורט ריכטער סקאט באלעס און האט אריינגענומען זיבן רעפובליקאנער דריי דעמאקראטן און פיר רעגיסטרירטע אינדעפענדענטס
וועט איר געוויס פרעגן אז מיט זיבן, דריי און נאך פיר האלט מען דאך ביי פערצן?
אה, איז אזוי, דער פארזיצער פון די קאמיסיע דער אויבנדערמאנטער הויפט ריכטער וועלכע איז טעכניש רעגיסטרירט אין קיין פארטיי אבער ער איז דער איינציגסטער אויפן סופרים קאורט וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך א דעמאקראטישע גאווערנאר און ער איז דער פופצנטער
אצינד האט דאס מזל נאכאמאל צוגעשפילט פאר גאווערנאר דוסי און א פרישע זיץ איז געווארן אפן און דאסמאל איז די זיץ וועלכע ווערט ליידיג גאר א באדייטנדע נעמליך ווייל עס רעדט זיך פון די הויפט ריכטער וועלכע איז געווען דער לעצטער אויפן באנק וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך א דעמאקראט ווען דער געוועזענע גאווערנאר נאפאליטאנא האט אים אריינגעשטעלט אויפן פאזיציע
דער אויסבנדערמאנטער מאנטגאמרי האט ווידערמאל איינגעגעבן זיין נאמען צום קאמיסיע אז מען זאל אים אריינשטעלן אין די קורצע ליסטע (נעמענדיג אין באטראכט אז דאסמאל איז דער ביז איצטיגער הויפט ריכטער שוין מער נישט אין שפיץ פון די קאמיסיע און ער וועט נישט האבן קיין ווארט און בשליסן די ליסטע פון קאנדידאטן וועלכע וועלן צושטעלן אן ערזאץ אויף זיין אייגענע זיץ און דעריבער האפט מאנטגאמרי אז זיינע שאנסן זענען דאסמאל בעסער) און מען ווארט צו זעהן אויב עס וועט פאסירן און דאן וועם דער גאווערנאר אויסקלייבן פון די ליסטע און אהין אריינשטעלן
אן אויסנאמליכע קאמפיין ווערט געפירט דורך אקטיוויסטן צו אוסצואיבן שטארקע דרוק אז דער גאווערנאר זאל נישט אריינשטעלן מאנטגאמרי צוליב זיין רעקארד פון ביטערליך קעמפן אקעגן קרימינאלע יוסטיץ און סענטענסינג רעפארם
אפגעזעהן וועם דוסי וועט ארויפשטעלן אויפן באנק וועט עס זיין זיין זיין פיפטע נאמינאציע אויף א זיבן מאן באנק און אפילו די אנדערע צוויי זענען אויך ריכטער וועלכע זענען געווארן באשטעטיגט דורכן פריערדיגע רעפובליקאנע גאווערנאר ברוער
*
קענטאקי דעמאקראטישע אטוירני דזשענעראל ענדי באשאר וועלכע לויפט איצט פאר גאווערנאר אקעגן דעם אמטירנדע רעפובליקאנע גאווערנאר מעט בעווין האט אויסגעהאמערט א קאנטראקט מיט א פריוואטע אדוואקאטן פירמע וועלכע זאלן אים ארויסהעלפן אינעם קאמף אקעגן די פארמאסיוטיקעל אינדוסטריע אין באצוג צו די אפיאיד עפידעמיע
א געראנגל האט זיך אנגעהויבן נאך וואס באשאר האט אויפגענומען די דרויסנדיגע לעגאלע פירמע אים ארויסצוהעלפן פארפאלגן די פארמאסיוטיקאל ריזן און זיי האבן טאקע געשפילט אן ערנסטע ראלע אין צוגרייטן ניין קעיסעס וועלכע זענען איצט פענדינג
די פינאנץ און אדמיניסטראציע קאבינעט האט צו ערשט פארלאנגט עטליכגע פארענדערונגען אינעם קאנטראקט וועלכע באשאר האט צוגעשטעלט אבער אפילו נאכדעם איז די רעגירונג קאנטראקט איבערזיכט קאמיטע נאכאלץ געווען אומצופרידן וועלנדיג באגרעניצן די סומעס וויפיל די סטעיט מעג באצאהלן פאר די דרויסנדיגע פירמע און זיי האבן צוליב דעם אפגעווארפן די קאנטראקט
די קאנטראקט האט געלויטעט אז די דרויסנדיגע פירמע וועלן באקומען צוואנציג פראצענט פון די ערשטע צעהן מיליאן דאלער וועלכע די רעגירונג ואלט אריינגעשארט פון די שטראפן וועלכע די געריכטן וואלטן ארויפגעשטעלט אויף די פארמא פירמעס
פון די נאכפאלגענדע פינף מיליאן דאלער וואלטן זיי באקומען פופצן פראצענט און פון די נאכפאלגענדע פינף מיליאן דאלער וואלטן זיי באקומען צעהן פראצענט און אויב די רעיגרונג וואלט באוויזן איינצוקאסירן איבער 20 מיליאן דאלער וואלטן זיי באקומען פינף פראצענט אויף די געלט העכער צוואנציג מיליאן
און צוגאב וואלטן זיי באקומען באצאלט פאר זייערע אויסגאבן אין לויף פון די פראצעסן
נאכפאלגנדיג די באשלוס פון די קאמיטע אינערהאלב די לעגיסלאטור האט טאקע די פינאנץ סעקרעטאר פון די בעווין אדמיניסטראציע אפיציעל אפגערופן דעם באשאר אויסגעהאמערטע קאנטראקט
טראץ וואס פאריאר האט סטעיט סירקוט ריכטער פיליפ שעפארד געארוטיילט אז באשאר דארף נישט דעם גאווערנאר'ס צושטימנג אונטערצושרייבן קאנטראקטן ווייל דעם גאווערנאר'ס עקזעקוטיווע אויטאריטעט באדייט נישט אז עס איז אין זיין יוריסדוקציע צו מיקרא מענעדזשן און דיקטירן די טאג טעגליכע פונקציעס פון די אפיס פונעם אטוירני דזשענעראל און עס איז נישט אין זיינע הענט צו באשליסן איבער לעגאלע סטראטעגיע און טאקטיקן פון די אפיס איבער וועלכע עס רעגירט די אטוירני דזשענעראל וועלכע איז זעלבסט ערוועלט דורך די וויילער און רעפרעזענטירט די גאנצע סטעיט (אנדערש ווי דער פעדעראלע אטוירני דזשענעראל וועלכע ווערט נאמינירט דורכן פרעזידענט)
זעלבספארשטענדליך אז באשאר וועלכע פארמעסט זיך איצט אויג צו אויג מיט בעווין האט אים שארף אראפגעריסן זאגנדיג אז ער שטעלט זיך אויף די זייט פון די פארמאסיוטיקאל אינדוסטריע און באשאר האט זיך געוואנדן צום סטעיט סופרים קאורט
בעווין האט רעאגירט צוריקשיסנדיג אז באשאר האט געהאנדלט אומפאראנטווארטליך מיטן דורכפירן א אומדיסציפלינירטע קאנטראקט אויפן חשבון פון די שטייערצאלער און אויך באשולדיגט אז באשאר האט אויפגענומען יענע ספעציפישע לעגאלע פירמע ווייל זיי האבן בייגעשטייערט צו זיין קאמפיין
די סטעיט סופרים קאורט האט אין אן איינשטימיגע אורטייל פארגאנגענע דאנערשטאג געגעבן רעכט פארן גאווערנאר שרייבנדיג אז ער פארמאגט די אויטאריטעט צו עלימינירן קאנטראקטן וועלכע דער אטוירני דזשענעראל האט אונטערגעשריבן און די געריכט האט מיט דעם אפגעווארפן די אורטייל פון ריכטער שעפארד שרייהנדיג אז דער אטוירני דזשענעראל איז אויסגעשטעלט צו איבערזיכט פון די לעגיסלאטור קאמיטע און זייער רעקאמענדאציע אפצורופן דעם קאנטראקט און די באשוס פון פינאנץ סעקרעטאר לענדראם אזוי צו טוהן איז געווען ראציאנאל
בלויז איין ריכטער האט טיילווייז אפגענויגט פון די מאיאריטעט אורטייל שרייבנדיג אז זי אנערקענט די פליכט פון קאמיטעען צו האבן איבערזיכט אויף די קאנטראקטן אבער האט יא אויסגעדרוקט זארג ווי אזוי אזא גרונטליכע איבערזיכט קען אראפשטימען צופיל קאנטראקטן אינעם צוקונפט טראץ וואס עס איז באמת נויטיג און אין די אינטערעסן פונעם סטעיט ווען עס קומט צו אזעלכע ערנסטע אישוס א שטייגער ווי די איצטיגע פאל פון באקעפן אפיאידס
בעווין האט געשאלט מיט זיין זיג זאגנדיג אז אויב באשאר'ס אפיס איז אומקאמפענטענט אליינס צו באקעמפן די פארמא ריזן און מוזן צוקומען צו דרויסנדיגע הילף דארף עס אבער זיין לעגאל און קען נישט באשטיין פון לויזע אפמאכן מיט רייכע פריינט און קאמפיין ביישטייערער אויפן חשבון פון די קענטאקי שטייער צאהלער
*
ווען די פאמיליע פון ווילי אוועידא פון קאליפארניע האבן ערהאלטן מעסעדזשעס פון אים איבער זיינע מעגליכע זעלבסטמארד פלענער האבן זיי אלארמירט די פאליציי דערוועגן
ווען די פאליציי זענען ערשינען אויפן סצענע האבן שוין אוועידא'ס פריינט באוויזן צו קאנטראלירן דעם פארשוין און אים אנטוואפענען און ער האט איבערגעלאזט א האנט ביקס און צוויי רייפלס אין א גאראדזש און זיך פרייוויליג איבערגעגעבן פאר די אפיצירן וועלכע האבן אים געקייטלט
טראץ וואס די פאליציי האט נישט געהאט קיין ערנסטע אורזאך צו קלערן אז עימיצער געפונט זיך אין זיין היים אדער איז אין געפאר און נישט האבנדיג קיין געריכט ווארענט האבן זיי זיך אהין אריינבאקומען פאכענדיג מיט ביקסן מיטן ציהל צו פארזיכערן דאס ארט
אז מען זוכט טרעפט מען און א מאריוואנא גערוך האט אנטפאנגען די צוויי אפיצירן שוין ביים שוועל און עווענטועל האבן זיי דערווישט פארשידענע סארט ביקסן און אנדערע פארדעכטיגטע מאטריאל אריינגערעכנט אומלעגאלע געווירצן
אוועידא האט פרובירט צו באקעמפן די באווייזן געפונען אין געריכט מיט די ארגומענט אז זיי זענען אנדעקט געווארן דורכאויס אן אומאויסגעהאלטענע אונטערזוכונג אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן און עווענטועל האט ער זיך דערקלערט שולדיג און געווארן צוגעטיילט אכצן מאנאטן פראבעישאן
די טענה פון די רעגירונג איז געווען אז מיט ארום צוואנציג יאר צוריק האט די סטעיט סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון אן אזוי גערופענע געמיינדע באשיצונג אויסנאם שרייבנדיג אז אין אומשטענדן נאנט צו אן עמורדזשענסי זענען אויטאריטעטן בארעכטיגט אריינצוגיין אין הייזער אן געריכטליכע ערלויבעניש און דאס מעג גענוצט ווערן צום ביישפיל ווען איינער געפונט זיך מעגליך אינווייניג און דארף צוקומען צו הילף אדער ווען פראפערטי איז אין געפאר פון געשעדיגט ווערן
יענע אורטייל איז געווען אן ערנסטע טויש פון די ביז דאן אנגענומענע אפטייטש פון די פערטע אמענדמענט וועלכע איז אפגעלערנט געווארן צו בארעכטיגן אזאנע איבערפעלער בלויז אין עכטע עמורדזשענסי צושטאנדן ווען די צייט ענג און פארלאנגט צו נעמען שריט נאך איידער מען קען זיך ווענדן צו א ריכטער פאר ערלויבעניש
אין פאקט זיצט נישט יענע אורטייל אויף קיין עכטע גרונדן ווייל פון די זיבן פאנעל ריכטער האבן בלויז דריי אויסגעברייטערט די ערלויבעניש אויך פאר נאנט צו עמורדזשענסי פעלער און אנדערע דריי זענען מיטגעגאנגען אין יענע קעיס דערמיט ווייל זיי האבן געהאלטן אז אין יענע ספעציפישע פאל האט זיך עס געהאנדלט פון אן עכטע עמורדזשענסי און א זיבעטע ריכטער איז געווען אומאיינשטימיג מיט די מאיאריטעט אורטייל דעריבער איז מעגליך אז פיר פון די זיבן וואלטן נישט ערלויבט אזא סוירטש אין נישט עמורדזשענסי פעלער און לעגאל האט יענע אורטייל נישט געשפאן קיין בינדנדע פרעצעדענט
אין די איצטיגע פאל מיט אוועידא האבן פאליציי נישט געהאט קיין עכטע וארזאך צו דעלקערן די סיטואציע אן עמורדזשענסי זינט איידער זיי האבן אינוואדירט זיין היים איז ער שוין געווען געבונדן אין קייטלען און קיינע שאסן זענען נישט געווארן באריכטעט בעפאר און קיינער האט נישט געזאגט פאר די פאליציי אז אוועידא האט געהאט געסטראשעט צו שעדיגן סיי וועם אויסער זיך זעלבסט
טראץ דעם אלעם האבן די נידריגע געריכטן געאורטיילט אז די סוירטש איז געיווען אויסגעהאלטן און זיך באצויגן צו די אורטייל פון יארן צוריק אבער אוועידא מיט די הילף פון די ACLU האבן אפעלירט די פסק צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט אצינד איינשטימיג ארויסגעווארפן יענע דאקטרינע וועלכע האט געשפאן א לופהאול אין די פערטע אמענדמענט און געשריבן אז בלויז עכטע עמורדזשענסי צושטאנדן וועלן פון איצט און ווייטער בארעכטיגן אונטערזוכונגען אן געריכט ערלויבעניש
*
מיקי פאולק וואוינט אין אלאבאמא און אפיצירן זענען ערשינען ביי זיין היים אים צו סערווירן מיט געריכט דאקומענטן איבער א קלאגע אז ער האדעוועט אן אטאקע וועווערקע (וואס טייל רופן מאוקאש) אבער ער האט אויסגעמיטן פון באגעגענען די באאמטע
די שפיל איז געקומען צו אן ענדע ווען באאמטע וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט האבן אים געפאקט ארומפליען אויף א גערויבטע מאטארביציקל אוןן אים דאן ארעסטירט
נאכפאלגענדיג זיין ארעסט האט מען אונטערזוכט זיין היים און דארט געפונען די מאוקאש און לויט די באשולדיגונג פלעגט פאולק שפייזן זיין באשעפעניש מיט א געוויסע דראג וועלכע האט אים געמאכט אגרעסיוו
פארלאפענע וואך דינסטאג איז פאולק ערשינען פארנט פון א ריכטער פאר זיין ערשטע געריכט פראצעס
עד מתי יהי' זה לנו למאוקא"ש
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:42 am

Thanks vary nice! and Clear!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:30 pm

הערליך!!!
פיר דעטאלירטע ארטיקלן/ געריכט קעיסעס.
א הערצליכע יישר כוח פארן אונז אזוי מהנה זיין! נאכדערצו אין א זונטאג ווען די וועלטל איז מער פארשלאפן...


ביידעוועי
הכל הבל האט געשריבן:אהייא איז געווארן אויסגעקליבן אלץ די סטעיט וואו די פערטע דעמאקראטישע פריימערי וועט ווערן אפגעהאלטן
*
איהר מיינט צו זאגן די פערטע פריימערי דעבאטע.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:41 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:הערליך!!!
פיר דעטאלירטע ארטיקלן/ געריכט קעיסעס.
א הערצליכע יישר כוח פארן אונז אזוי מהנה זיין! נאכדערצו אין א זונטאג ווען די וועלטל איז מער פארשלאפן...


ביידעוועי
הכל הבל האט געשריבן:אהייא איז געווארן אויסגעקליבן אלץ די סטעיט וואו די פערטע דעמאקראטישע פריימערי וועט ווערן אפגעהאלטן
*
איהר מיינט צו זאגן די פערטע פריימערי דעבאטע.

שוין פארראכטן יישר כח פאר די פידבעק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, אזוי וויל איך, יוד אלף, מי הוא זה און 64 געסט