תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:03 am
דאנערשטאג שופטים
ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן אנטפאנגט דעם אמעריקאנעם וויצע פרעזידענט מייק פענס וועלכע איז איצט אין אויסלאנד אויף א באזוך
*
האנג קאנג'ס פירער זאגט אז כינע רעספעקטירט און שטיצט איר באשלוס צוריקצוציען פון די פלאן דורכצופירן א ביל וועלכע וואלט געהאלפן אויסליפערן באשולדיגטע קיין כינע און אנדערע לענדער
דערווייל איז עס די איינציגסטע פון פינף פארלאנגען דורך די פראטעסטירער צו ווערן נאכגעגעבן
די אנדערע פיר זאכן וואס פראטעסטירער האבן געוואלט איז אז ראליס זאלן מער נישט באצייכנט ווערן אלץ ראיאטן, מען זאל באפרייען אלע דעמאנסטרירער, די שאפונג פון א זעלבסטשטענדיגע אויספארשונג אריינצוקוקן אין פאליציי ברוטאליטעט, און די רעכט פון האנג קאנג איינוואוינער צו קליייבן זייער אייגענע פירער
*
א טאליבאנע קאר באמבע האט אויפגעריסן אין קאבול אפגאניסטאן נעבן די אמעריקאנע אמבאסאדא קאמפלעקס ברענגענדיג אמווייניגסטנס דריי פאטאליטעטן און ארום דרייסיג פארוואונדעטע
אן אמעריקאנע איינגעשטעלטע און א רומענישע זעלנער זענען שוין געוואןר אידענטיפיצירט צווישן די אומגעקומענע
*
פון כינע הערט מען אז זייערע פארשטייער וועלן באזוכן אמעריקא אום אקטאבער למספרם פארצוזעצן די האנדל פארהאנדלונגען
דער כינעזער וויצע פרעמיער האט אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט סטיוו מענוטשין או ראבערט לייטהייזער געמאלדן זיין גרייטקייט צו קומען באזוכן קיין וואשינגטאן פאר ווייטערדיגע דיסקוסיעס און ערנסטע צוגרייטונגען פאר די געשפרעכן וועלן ווערן אויסגעארבעט אינמיטן סעפטעמבער למספרם אויסצוארבעטן די דעטאלן פונעם באזוך
אין רעאקציע פון די נייעס האבן זיך סטאקס שטארק געהויבן אין אזיע היינט אינדערפרי
*
פיליפינער אויטאריטעטן האבן ארעסטירט אן אמעריקאנע פרוי ווערנדיג געכאפט זיך ארויסשמוגלען פון לאנד מיט א זעקס טאג אלט קינד אין א זעקל
*
א נייע שטודיע פון די פארטיידיגונג דעפארטמענט ברענגט אומגינסטיגע נייעס איבער די געזונט און לעבנסשטייגער פון אמעריקאנע זעלנער
טראץ וואס די נעיווי האט עלימינירט געפרעגלטע עסן און צוקערדיגע געטראנקן אויף אירע שיפן און געעפנט אירע איבונגען צענטערן אויך אין די נאכט שטונדן טוען מאטראזן פארזעצן צוצונעמען וואג
*
פרעזידענט טראמפ וועט זיך היינט טרעפן אין די אוועל אפיס מיט מערי בארא וועלכע איז די פארזיצערין און הויפט עקזעקוטיוו פון דזשענעראל מאטארס
*
מיט ראמני און מייק לי זענען יוטא'ס צוויי סענאטארן און ביידע האבן קריטיקירט די באשלוס פון די טראמפ אדמיניסטראציע צו רוקן פארטיידיגונג באשטימטע פאנדן צו העלפן בויען די גרעניץ וואנט מיט מעקסיקא זינט 54 מיליאן דאלער דערפון וואלט געגאנגען פאר פארטיידיגונג פראיעקטן געבויעט אין יוטא און וואלט געשפאן דזשאבס אין די סטעיט
*
די קאנגרעס יורידישע קאמיטע שיקט סובפינעס צו די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איבער דאקומענטן פארבונדן צו די אנגעבליכע פארזיכערונגען פון פרעזידענט טראמפ צו פארדאנירן אימיגראציע באאמטע
*
דזשים סענסענברענער, רעפובליקאנער פון וויסקאנסין וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג נאכן סערווירן דארט פאר איבער 40 יאר
זיין דיסטריקט הייסט פארזיכערט רויט, און ער האט אין 2018 למספרם געוואונען אקעגן דעם דעמאקראט מיט 62% צו 38%
*
סוזען דעיוויס, דעמאקראט פון קאליפארניע וועלכע איז שוין אין איר צענטע טערמין אין קאנגרעס גייט רעטייערן פון אפיס
איר דיסטריקט הייסט פארזיכערט בלוי, און זי האט אין 2018 למספרם געוואונען אקעגן דעם רעפובליקאנער מיט 69.07% צו 30.93
א רייע דעמאקראטן האבן זיך שוין געמאלדן צו לויפן פאר דעם זיץ
*
אין קאליפארניע'ס 36'סטע דיסטריקט האט דעמאקראט ראול רויז געוואונען ווידערערוויילונג אין 2018 למספרם מיט אן אויבערהאנט פון 59!
דאס טוט אבער נישט אפהאלטן א געוועזענער סענאט קאנדידאט ערין קרוז צו לויפן אויף די רעפובליקאנע זייט טראץ די שוואכע שאנסן פאר סוקסעס
דאס איז אבער נישט די אינטערסאנטע נייעס וועלכע האט געצויגן אויפמערקזאמקייט איבעא דעם פארמעסט
די מאדנע נייעס איז גאר איבער א פרישע קאנדידאט וועלכע איז ארינגעטנצן אינעם פארמעסט אויף די רעפובליקאנע זייט און טאקע איבער יענעמס נאמען
דער פרישטער רעפובליקאנער צו מעלדן א קאמפיין פאר דעם זיץ הייסט ראול רויז!
יא, איר זענט נישט צומישט ראול רויז (ר) האפט צו לויפן אקעגן ראול רויז (ד) און האט אין די אפיציעלע קאמפיין עפענונג מעלדונג גערופן וויילער צו שטימען פאר די "ריכטיגע" ראול רויז פאר קאנגרעס
*
מיר האבן שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק אז יוטא גאווערנאר גערי הערבערט גייט נישט לויפן פאר א דריטע טערמין און האט שוין אינדארסירט זיין ליוטענאנט ספענסער קאקס וועלכע האט שוין דערקלערט זיין קאנדידאטור און א ביזנעסמאן דזשעף בורנינגהעם האט שוין אויך געמאלדן
זינט דאן האט שוין דער געוועזענער יוטא גאווערנאר דזשאן האנטסמאן וועלכע איז איצט אמעריקא'ס אמבאסאדאר קיין רוסלאנד געמאלדן אז ער גייט אויפגעבן זיין איצטיגע פאזיציע און עס איז געווען היבשע שפעקולאציעס אז אויך ער וועט זוכן צוריקצונעמען זיין אלטע זיץ
איצט הערט מען אז גאווערנאר הערבערט'ס גאווערנאר קאמפיין האט אריבערגערוקט פוציג טויזנט דאלער פון זייער קאסע פאר די קאקס קאמפיין און באזונדער וועט הערבערט ספאנסארן א פאנדרעיזער פאר זיין ליוטענאנט קומענדיגע וואך
*
מען האט שוין עטליכע טאג נאך די מעלדונג פון דזשארדזשיע רעפובליקאנע סענאטאר דזשאני אייזעקסאהן אז ער גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין און דערווייל הערט מען נישט צופיל איבער אקטיוויטעטן צו ערפילן זיין זיץ סיי פון די רעפובליקאנע לאגער וועלכע דארף איצט געפונען א פאסיגע ערזאץ וועם גאווערנאר קעמפ זאל קענען אריינשטעלן און סיי פון דעמאקראטן וועלכע וועלן זוכן צו לויפן ווען דער קעמפ אויסוואל וועט זיך אין קורצן דארפן שטעלן פאר די וויילער
אבער אונטער די קוליסן קומט פאר גאר העפטיגע באראטונגען שוין פון נאך איידער אייזעקסאהן האט אפיציעל געמאלדן זיין רעטייערמענט און צענדליגער אינטערוויוס זענען שוין געווארן אדורכגעפירט מאר פון די קעמפ אדמיניסטראציע הערט מען גאר ווינציג אדרעסירן די נייעס צוליב וואס זייער פובליק פרעזענטאציע איז איצט פולשטענדיג קאנצעטרירט ארום די האריקעין וועלכע בוזשעוועט אינעם ראיאן און פילייכט זוכן זיי נישט איצט צו ווערן באשולדיגט אין פאליטישע אקטיוויטעט
איינע פון די נעמען וועלכע צירקולירן איז קעיסי קעיגל וועלכע איז דזשארדזשיע'ס געוועזענע ליוטענאנט גאווערנאר אוןו אנדערע ברענגן אויף קאנגרעסמאן דאג קאלינס און געוויסע רעדן איבער קאנגרעסמאן טאם גרעווס אדער קאנגרעסמאן דרו פערגאסאן
מען רעדט אויך איבער ליוטענאנט גאווערנאר געאך דאנקען, געוועזענע קאנגרעסמאן קערען הענדל און סטעיט סענאטאר בארט דזשאונס וועלכע קען אריינגיסן אייגן געלט פון זיין םאמילע םאטראליום ביזנעס אין די פארמעסט
דזשאונס איז געווען איינע פון די ערשטע אין זיין סטעיט צו אינדארסירן טראמפ פאר פרעזידענט
נאך א נאמען וועלכע קען ערשיינען אויף די קורצע ליסטע אויב קעמפ וויל גיין מיט א קאנדידאט וועלכע קען בעסער אפעלירן צו סובארבן וויילער איז איז א געוועזענע רעפובליקאנע סטעיט לעגיסלאטור מעמבער און טראמפ נאמינירטער אטוירני בידזשעי פעק
אטוירני דזשענעראל קריס קאר וועלכע איז געווען בעפאר א הויפט געהילף צו סענאטאר אייזעקסאהן האט אויסגעשלאסן זיין נאמען
אויף די דעמאקראטישע זייט הערט מען אויך איבער מעגליכע נעמען א שטייגער ווי קאנגרעס מיטגליד לוסי מעבעטוועלכע האט געמאכט גאן קאנטראל אלץ איר פלאטפארמע און דאדורך איבערגעדרייט א סובארבען דיסטריקט אויף בלוי לעצטע יאר און איז געווארן די פארטיי'ס גרעסטע סוקסעס אין 2018 למספרם אין די סטעיט
זי רעדט שוין אפן איבער א מעגליכע סענאט קאמפיין אבער פארטיי פירער פרובירן איר דערווייל אפצוקילן דערפון גלויבנדיג אז איר בלייבן אין קנאגרעס וועט פארשטארקערן איר נאמען און העלפן אנהאלטן איר זיץ נאך וואס מען איז באזארגט אז די רעפובליקאנע באזיגטע קערען הענדל קען נאך באשליסן נאכאמאל צו לויפן צוריקצונעמען איר זיץ (קען גאר זיין אז קעמפ וועט אויסוועלן הענדל וועט עס בארואיגן דעמאקראטישע פירער און גיבן די גרינע ליכט פאר מעקבעט צו לויפן אלץ דעמאקראט און די צוויי ווען זיך פונדאסניי פארמעסטן אבער דאסמאל אויף א סענאט זיץ ווי איידער אויף א קאנגרעס זיץ..)
אנדערע נעמען קענען זיין מישעל נאן וועלכע האט פארלוירן צו סענאטארק דעיוויד פערדו ביי זיין פאריגן און ערטן סענאט פארמעסט אדער דזשעיסאן קארטער וועלכע האט אינעם זעלבן יאר פארלוירן די גאווערנאר פארמעסט צו די רעפובליקאנער
אפגעזעהן וועם גאווערנאר קעמפ באשליסט צו שטעלן צום סענאט וועט יענער אויסשטיין א פארמעסט אין 2020 למספרם וואס אפילו אויב רעפובליקאנער וועלן געוואונען קען אבער דער רעפובליקאנער געוואנער מעגליך אנציען אונטער 50% וואס באדייט אז ער דארף דורכגיין א ראנאף
*
רעפובליקאנער זענען שטארק נערוועז אז זיי קענען ליידן פון די זעלבע דורכפאל וועלכע דעמאקראטן האבן געהאט נאך די מידטוירמס אין 2010 למספרם ווען די רעפובליקאנער האבן דאמינירט די רעדיסטריקטינג אויף א גאר שטארקע פארנעם אויף סטעיט און לאקאלע שטאפלען
פארשידענע מאכטפולע גרופעס אנטוויקלען זיך געציהלט צו העלפן דעמאקראטן אויף א סטעיט שטאפל אין וויכטיגע בעטלגראונד סטעיטס וועלכע קען זייי בייהילפיג זיין דערנאך איבערצושרייבן די סטעיט מאפעס לויט זייער געשמאק
איין אזא גרופע איז אונטר די פירערשאפט פון פרעזידענט אבאמא און זיין געוועזענע אטוירני דזשענערל עריק האלדער וועלכע וועט זיך פארלייגן אויף ווירדזשיניע וועלכע גייט אפהאלטן איר סטעיט לעגיסלאטיווע וואלן דעם הערבסט און דעמאקראטן פלאנען אריינצוגיסן דארטן צענדליגער מיליאנען דאלארן און לאקאלע פארמעסטן און דאס קומט שוין נאך וואס רעפובליקאנער האבן דארט געליטן ערנסטע פארלוסטן ביי די פארלאפענע מידטוירמס
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט אריינגעגאסן פרישע 500 טויזנט דאלער און צפון קאראליינע'ס ניינטע קאנגרעסיאנאלע פארמעסט אין שטיצע פון זייער קאנדידאט דאן בישאפ
דערווייל האבן שוין רעפובליקאנע געווידמעט פאר דעם פארמעסט 3.1 מיליאן דאלער
דער דעמאקראט מקרעדי אליין האט שוין אויסגעגעבן 4.7 מיליאן דאלער און די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמפיין קאמיטע האט רעזערווירט אריינצוגיסן דארט 1.2 מיליאן דאלער
*
קאמאלא העריס האט נעכטן געזאגט ביי די סי ען ען קלימאטן טויש טאון האול אז זי איז גרייט צו עלימינירן די פיליבאסטער צו קענען דורכפירן די גרין נייע דיעל
*
עליזאבעט ווארען האט גערופן ביי די סי ען ען קלימאטן טויש טאון האול אז אמעריקאנע זאלן זיך אנהויבן אפגעוואוינען פוןן זיין אנגעוויזן אויף נוקלאערע פאוער
*
בערני סאנדערס האט געלייגט דרוק אויף מעסיגע דעמאקראטן זיך צוצושטעלן צום רוף פארבאטן היידעראליק פרעקטשורינג
*
דזשאו ביידען האט געלייגט געוויכט צו רעדן איבער זיין רעקארד אין די אבאמא אדמיניסטראציע וועלכע האט איבערצייגט אנדערע לענדער זיך צוצושטעלן און ארבעטן אינאיינעם איבער קלימאטן טויש
*
נאכפאלגענדג די נעכטיגע טאון האול איבער קלימאטן טויש מעלדט סי ען ען אז זיי וועלן זיין אנגעשלאסן אין א פרישע טאון הטאול איבער חוקי תועבה וואו זיי וועלן אויספרעגן אלע פרעזידענט קאנדידאטן איבער זייערע שטעלונגען אויף די טעמע
די טאון האול וועט פארקומען קומענדיגע למספרם מאנאט
*
פיטע באטידזשעדזש גייט אפהאלטן קאמפיין באזוכן קומענדיגע וואך אין וואשינגטאן די סי און דערנאך צוויי אוונטן אין די דערנעבנדיגע ווירדזשיניע ווי איינע פון די פאנדרעיזער וועט ווערן אהערגעשטעלט דורך א זוהן פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט על גאור
*
דער געוועזענער נעוואדע סענאטאר און סענאט פירער הערי ריעד האט קלארגעשטעלט אז ער גייט נישט מאכן קיין אינדארסירונג אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי בעפאר די נעוואדע קאוקוסען זענען פאריבער
*
אין יוני 2018 למספרם האט די אמעריקאנע סופרים קאורט אין אן היסטארישן אורטייל געווארפן איבערן דראנג אן איין און פערציג יעריגע פרעצעדענט און געשריבן אז רעגירונג ארבעטער וועלכע זענען אומאיינשטימיג מיט די יוניאן קערפערשאפטן וועלכע טוען זיי פארטרעטן מוזן נישט צאלן די יערליכע דיוס פאר די יוניאן
אצינד האבן א גרופע סטעיט ארבעטער אין מערילענד זיך געוואנדן צו א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין באלטימאר אין א קלאגע אקעגן די זייער יוניאן פארן זיי רעכענען געלט די אלע יארן ביז די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און גייט אקעגן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן
די גרופע פארשטייט אז עס איז דא א גרעניץ אויף ווילאנג צוריק זיי קענען פרובירן צו רעכנען די יוניאן ווייל עס זענען דא סטעטשו אף לימיטעישאנס אבער אויף די צייט אפשניט פון סעפטעמבער 2016 למספרם ביז יוני 2018 למספרם ווען די יוניאן האט זיי געמוזט אויפהערן רעכענען ווילן זיי צוריק דאס געלט
קלארצושטעלן, האנדלט זיך עס פון אזלעכע וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג מיט די ווירדן/פאליסיס פון די יוניאן און זענען אין פאקט נישט געווען קיין אנגעשלאסענע מעמבערס אבער זענען נאכאלץ געווארן געצוואונגען צו צאלן די אלע יארן
די אדוואקאטן וועלכע פארטרעטן זיי זאגן אז די ביילייפיגע אפצאהל פון אן ארבעטער איז געווען 400 דאלער א יאר וועלכע זיי האבן געמוזט צאלן כדי נישט צו פארלירן זייערע פאזיציעס
די הויפט קלעגער איז גערי מאטאס, א טורמע איינגעשטעלטער וועלכע טענה'ט אז ער איז קיינאמל נישט געווען א מעמבער אבער ער האט אריינגעצאלט איבער צוויי טויזנט דאלער זינט 2011 למספרם
*
מיט עטליכע טאג צוריק האב מיר ברייט באשריבן די אריזאנא סופרים קאורט פאליטיק און די מעגליכקייט אז גאווערנאר דוסי וועט שטעלן ביל מאנטגאמרי אויפן סטעיט סופרים קאורט
נעכטן מיטוואך איז געקומען די נייעס אז דוסי האט טאקע נאמינירט מאנטגאמרי פאר די פאזיציע
*
א ריכטער האט געפונען אלץ אומקאנסטיטוציאנאל די פראקטיצירונג פון האלטן נעמען וועלכע קענען זיין פארדעכטיגט אויף טערארזים אויף א ספעציעלע טעראריזם וואטש ליסטע
דיסטריקט ריכטער ענטאני טרענדזשא פון מזרח ווירדזשיניע האט געאורטיילט אין שטיצע פון 23 מוסולמענער אמעריקאנערוועלכע האבן געקלאגט די רעגירונג נאכן ווערן איינגעשלאסן אין די טעראריסט סקרינינג דאטא בעיס
ריכטער טרענדזשא זאגט אז ערשיינען אויף די ליסטע באגרעניצט דיינע רעכטן צו פליען און נאך אן דורכגיין א געריכטליכע פראצעדור צו פארשטיין פארוואס יענער ווערט פארבאטן אנצוגיין געהעריג מיטן לעבן
די איצטיגע וואטש ליסטע איז שוין אן איבערגעמאכטע ווערסיע פון די ארגינעלע נאו פליי ליסטע וועלכע איז שוין מיט עטליכע יאר צוריק געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל דורך א ריכטער אין ארעגאן און יענע ליסטע האט גענצליך פארבאטן פאר די פארדעכטיגטע צו פליען
*
אין א בוך וועלכע וועט זיין אויף די פאליצעס אום סעפטעמבער 10 למספרם שילדערט סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש זיינע געפילן פון די צייט פון זיין נאמינאציע און די צוטיילטע פאליטישע אטמאספערע אין לאנד
ער ברענגט ארויס אז מיט צעהן יאר בעפאר איז ער געווארן נאמינירט צום צענטן סירקוט קאורט אן קיין אפאזיציע פון קיין איינציגע סענאטאר ווען ביידע סענאטארן אין זיין סטעיט, א דעמאקראט און א רעפובליקאנער האבן ביידע געשטיצט זיין אויסוואל און די פארהער איבער אים האט געדויערט קארגע פופצן מינוט
אין קאנטראסט איז ער דאסמאל אריבער א מאנאטן לאנגע פראצעדור און געשטוינט איבער די פראגן וועלכע האבן אים באפאלן און די שפראך מיט וועלכע זיי זענען געפרעגט געווארן
ער איז געווען גאר אומבאועעם ווען מענטשן האבן זיך געוואונדערט אויב אין לויף פון קאירערע אלץ ריכטער האט ער געגליכן איין גרופע מענטשן און נישט געגליכן אן אנדערע גרופע
ער זאגט אז כדי צו קענען איבערצייגן זייער טענה האבן די מענטשן אויסגעוועלט א קיעס אין וועלכע איך האב געאורטיילט אקעגן א מענטש פון איין סארט גרופע און עס גענוצט צו פארבן א בליד ווי איך זאל ווען זיין אומסימפאטיש צו יענע גרופע איגנארירנדיג די פאקט אז אין צאללאזע קעיסעס האב איך געקענט אורטיילן אין שטיצע פון ארגומענטן פון מענטשן וועלכע באלאנגען אין די זעלבע גרופע
אויך האט אים געמאכט שמייכלען ווען פילע האבן זיך געשוואוירן מיט זיכערקייט אז ער גייט זיכער שטימען אקעגן געוויסע אורטיילן וועלכע זיי זענען נישט איינשטימיג און אנדערע זענען איבערצייגט אז ער וועט שטמיען אין שטציע פון געזעצן וועלכע זיי גלייכן
ער זאגט אז ער איז עווענטועל געקומען צום אויספיר אז עס זענען דא אסאך מענטשן וועלכע גלויבן אז ריכטער זענען פאליטיקאנטן וועלכע מאכן פארשפרעכונגען און קאמפיינען דערויף און זיי פרובירן עס דערנאך אויסצופירן
די מענטשן זעען די אויפגאבע פון א ריכטער ווייניגער צו אורטילן לויטן געזעץ און נאכפאלגן די ריכטונג אוואו די פאקטן פירן און מער איבער "העלפן" איין גרופע אדער "אפשטעלן" א געוויסע פאליסי אן עס באזארגט אים ווייל אפילו א ריכטער שטעלט אמאל פערזענליכע געפיל איבער זיין גלויבן אינעם געזעץ איז עס אבער פיל מער געפארפול ווען די איינדרוק איבער די פליכטן פון ריכטער ווערט איינגעגעסן און אדאפטירט צו זיין ענליך צו פאליטיקאנטן
ער איז נערוועז טראכטנדיג אז די ציווילע פארשטאנד איבער די ראלע פון א ריכטער און געזעץ און די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין איינקלאנג מיט די קאנסטיטוציע גליטשט זיך ארויס פון די האנט
ער שרייבט אויך איבער די נויט פאר א ריכטער צו הערן כאטש אזויפיל וויפיל מען רעדט צו לערנען אליין כאטש אזויפיל וויפיל מען וויל אויסלערנען אנדערע, צו טאלערירן און נישט נאר ערווארטן טאלעראנץ פון אנדערע