א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:07 pm

איך לערן זיך יעדעס מאל דא פרישע זאכן, אזוי אינמיטן בייסן די קאקאש.
א שיינעם דאנק!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
טראמפ20
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 3:49 pm
לאקאציע: אין די מעכטיגע גרויסע ווייסע הויז

תגובהדורך טראמפ20 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:11 pm

לייק
די איינציגסטע סיבה צו וואטען פאר א דעמאקראט איז צוליב איר זענט אפגעמיטשעט פון געווינען (טראמפ)

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:15 pm

אלע שרייען אינאיינעם: יישר כח הבל!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:20 pm

אנבעליוועבל. יישר כח עגעין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:24 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אלע שרייען אינאיינעם: יישר כח הבל!

איך שריי גערן מיט, אבער פארוואס דעי קאליר ווען עס קען זיין אן אנדערע?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:52 pm

הכל, זיי נישט ברוגז, אבער דו שרייבסט שטותים...


אמממ... כ'רעד ווען דו שרייבסט אז ס'אינטערעסירט נישט קיינעם! האסט נישט קיין מושג ווי כ'בין מיך מחי' מיט דיינע קריספי קלארע באריכטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:53 pm

ביידעוועי, דו ביסט פון די KKK חברה? קורצע קריספי קלארע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:55 pm

א גרויס יישר כח פאר אלע פידבעק!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:56 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביידעוועי, דו ביסט פון די KKK חברה? קורצע קריספי קלארע...

ס'רעדסטו?! איך בין סאך ארגער איך בין גאר פון די ארכי KKKK

האסט אויסגעלאזט איין K פאר KOKOSH

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:58 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:ווא ווי...
לעצטענסט דעליווערט ער פיינע קאקאש....
שכוח!!!

שקויעך פאר דיר און פאר אלע רעאגירער נעכטן!
איך האב מיך נישט אפגערעדט אויף קיינעם און נישט געמיינט צו פארלאנגען א טעגליכע אפצאהל אין פארעם פון א דאנק
איך האב בלויז ארויסגעברענגט אז אמאל פלעגט קומען אסאך מער פידבעק וועלכע האט געצייגט ברייטערע סארט אינטערעסע פון מער ליינער
אויך איצט איז נאך דא א שיינע צאל קליקס אין דעם אשכול אויף א טעגליכע פארנעם אבער ווייניגער ווי אין די פארגאנגענהייט און דאן פלעגט די פידבעק שאפן א פארבינדונג צווישן די שרייבער און די ליינער ווען מען האט דא און דארט באקומען קאמענטארן אויף א געוויסע ניייעסל אדער ארטיקל גיבנדיג די שאנס פארן שרייבער צו דערשפירן וואס דער עולם גלייכט מער און וואס ווייניגער, וועלכע שרייבן סטיל אפעלירט בעסער און וועלכע ווינציגער און אין אלגעמיין שפירן אז די ארטיקלען זענען גענוג אינטערסאנט

יישר כח נאכאמאל

אין די גוטע צייטן ווען ס'פלעגט זיין מידי יום ביומו האבן לכו' מער מענטשן באזוכט דא ווייל ס'איז אריין אין דעילי רוטין. ווען ס'איז געווארן מער אן ארעי, קומען ווייניגער מענטשן אריין ווייל מ'ווייסט נישט אויב פונקט היינט איז די מזל'דיגע טאג.
אזוי צו אזוי.. איז עס א זעלטענהייט פון א געשמאקע נייעס באריכט וואס איז זעלטן צו טרעפן סיי די כמות אין בעיקר די איכות ווי אזוי ס'ווערט אראפגעלייגט יעדע זאך מיט א אויסטערלישע געשמאקע שפראך אין א גרויסע דאזע סאוס
האלט אן דיין ארבעט! ווייל קיינער קען דעס נישט.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:41 pm

זייער שיין און קלאר, ספעציעל גלייך אייך די נייעס וועג די קעיס'ס אין סיפרים קאורט, גיי אן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:54 pm

יישר כוח!

כ'ווייס נישט וויאזוי דו קענסט האלטן קאפ ארום די אלע פארמעסטן איבערן לאנד, פלאס אראפלייגן אזוי שיין די אלע קאורט קעיסעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:01 pm

פיין געווען!!

ישר כח הבל!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

*
איינע פון די מערסט דראמאטישע רעזולטאטן אין די וואל נאכט פון די פארלאפענע מידטוירמס ווען אנאליסטן האבן פארשטאנען אס דאס באדייט א גאר שטארקאע נאכט פאר דעמאקראטן איז געווען ווען מעקס ראס האט געוואונען אין ניו יארקס 11'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
רעפובליקאנער האפן שטארק צוריקצוכאפן דעם זיץ ביי די קומעדיגע וואלן און א רייע קאנדידאטן זענען ערווארטעט זיך צו פארמעסטן פאר דעם זיץ אריינגערעכנט א מעגליכע פרישע פרואוו פון דעם געוועזענם קאנגרעסמאן מייקל גרים
אבער נעכטן האט ניו יארקער קאנגרעסמאן פיטער קינג אינדארסירט אסעמבלי פרוי ניקאלע מאליאטאקיס וועלכע האט שוין דערקלערט איר קאנדידאטור פאר דעם זיץ
*


מייקל גרים גייט באשליסן ביז ענדע סעפטעמבער למספרם אויב ער לויפט פאר דעם זיץ

היי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 31, 2017 10:58 pm

תגובהדורך היי » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:53 pm

ישר כח הבל! קלאר און געשמאק!
אגב, 105באשטעטיגטע טראמפ דיסטריקט ריכטער איז טאקע א גרויסע סכום אבער עס איז נאך דא 114 vacancies צו ערפילען

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:08 am

מאנטאג כי תבא




די יו ען רופט פאר קלאגעס אין די וועלט געריכט אקעגן מאיאנמאר'ס מאכטפולע מיליטער פאר איר ראלע אין אונטערדרוקונגען און ברוטאלע פארפאלגונגען אקעגן עטנישע מינאריטעטן אריינגערעכנט די רוהינגא מוסולמענער אין לאנד
*
דער וויצע פרעזידענט פאר די פארלאמענט אנגעלעגנהייטן אין איראן האט געמאלדן אז גאר אין קורצן וועלן פרויען ערלויבט ווערן אריינצוקומען אין סטאדיומס איבערן לאנד מיטצוהאלטן געוויסע סארט ספארט שפילן
*
אין אלדזשעריע האט די צייטווייליגע פאררופן פרעזידענטליכע וואלן אויף קומענדיגן דעצעמבער 12 למספרם
*
ברייען מקמארמעק איז דער שטאב הויפט צו ענערגיע סעקרעטאר ריק פערי וועט פארלאזן זיין פאזיציע און אנשטאט אריבערגיין ארבעטן צו די אפיס פון בודזשעט מענעדזשמענט אלץ געהילף דירעקטאר איבער ענערגיע ,נאטורליכע אוצרות און פארש ארבעט *
מיט צוויי וואכן צו גיין ביז די סעפטעמבער 30 למספרם פאנדינג דעדליין גייט קאנגרעס די וואך שטימען אויף א קורץ טערמיניגע פארלענגערונג פון די איצטיגע בודזשעט
*
די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע האט געשיקט א סובפינע צו דזשאסעף מעקווייער וועלכע איז די עקטינג שפיאנאזש שעף ארויסצוגעבן דאקומענטן פון א באקלאגעניש דורך א וויסלבלויער
מעקווייער פייפט זיך אויס אויף די סובפינע און לויט די קאמיטע פארזיצער עדעם שיף ווערט ער באפוילן דורך העכערע אויטאריטעטן נישט צו קאאפערירן דערוועגן מיט זיין קאמיטע צוליב וואס די אינפארמאציע איז באשוצט אונטער ספעציעלע פריווילעגיע
שיף זאגט אז מעקווייער וועט מוזן ערשיינען פאר א פארהער פארנט פון זיין קאמיטע שפעטער אין וואך אויב ער שיקט נישט די פארלאנגטע דאקומענטן
*
סענאטארן וועלן די וואך זיין פארנומען צו באשטעטיגן פרעזידענט טראמפ'ס נאמינאציעס צום סטעיט דעפארטמענט און צו די טרעזשורי
*
היינט נאכמיטאג אום 5:30 וועט מען שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון דעטרויט קאנסטרוקציע קאמפאני עקזעקוטיוו און רעפובליקאנע ביישטייערער דזשאן רעקאלטא צו זיין פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן
*
מארגן דינסטאג וועלן די צוויי קאנגרעסלייט וועלכע זענען לעצטע וואך געווארן ערוועלט אין צפון קאראליינע ווערן איינגעשוואוירן און מיט דעם וועלן אלע קאנגרעס 435 זיצן זיין געדעקט מיט 235 דעמאקראטן, 199 רעפובליקאנער און איין אינדעפענדענט (דזשאסטין אמאש)
*
דאנערשטאג וועט א סענאט קאמיטע אפהאלטן א פארהער אויף עגיוענע סקאליא (א זוהן פונעם פארשטארבענעם סופרים קאורט ריכטער) צו סערווירן אלץ טראמפ'ס צווייטע לעיבאר סעקרעטאר ערזעצנדיג אלעקס אקאסטא
*
אין די צייט וואס דער געוועזענער קאליפארניע קאנגרעסמאן דעראל אייסא באטראכט די געדאנק פון זיך אנשליסן אין די פרימערי אקעגן קאנגרעסמאן דאנקען האנטער גייט ער זיין קומענדיגן דאנערשטאג אין סענאט ווען ער גייט ווערן פארהערט דורך די סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע וועלכע זוכט צו באשטעטיגן זיין נאמינאציע צום סערווירן אלץ אמעריקאנע האנדל און דעוועלאפמענט אגענטור דירעקטאר
ער איז שוין געווארן נאמינירט צו די פאזיציע צוריק אין סעפטעמבער 2018 למספרם אבער נאכנישט געווארן באשטעטיגט
*
סענאטאר מיט ראמני זאגט אז לויט די איצטיגע אומשטענדן פלאנט ער נישט צו מאכן סיי וועלכע פרעזידענטליכע אינדארסירונג סיי אין די פריימערי און סיי אין די אלגעמיינע וואלן
*
עימי קלאובאשאר איבער די קאמענטארן פון דזשוליאן קאסטרא איבער דזשאו ביידענ'ס זכרון: איך האב געטראכט אז עס איז נישט געווען שיין, זייער פערזענליך און אומנויטיג
*
פיטע באטידזשעדזש זאגט אז די קאמענטארן פון בעטא ארורק איבער אוועקנעמען מיליטערישע סטיל געווער פון אמעריקאנער שפילט אריין אין די הענט פון רעפובליקאנער
*
פארזיצער פון די אייאווע דעמאקראטישע שטיינוואנט קאקאוס קייל פעטערסאן וועלכע האט ארגינעל געהאט אינדארסירט קירסטען דזשיליברענד איז איצט ארויסגעקומען אינדארסירן קארי בוקער פאר פרעזידענט
*
בערני סאנדערס ערזעצט זיין ניו העמפשיר סטעטיט דירעקטאר דזשאו קאיאזא מיט שענאן דזשעקסאן
*
לויט א באריכט זענען א רייע גרויסע ביישטייערער אין פינאנצירער פון דעמאקראטישע קאמפיינס געזיצן אויף שפילקעס און געהאלטן אן אויג אויף קאמאלא העריס דורכאויס די פארלאפענע דעבאטע האפנדיג אז זי וועט זיך אהערשטעלן גענוג שטארק אז זיי זאלן זיין באקוועם זיך צו שטעלן פולשטענדיג אונטער איר קאנדידאטור אבער אין די ענדע זענען זיי געווען אנטוישט פון וואס זיי האבן געזעהן
*
עליזאבעט ווארען שלאגט פאר צו בויען א וואנט.. פון געזעצן וועלכע זאל אפטיילן צווישן לאביאיסטן און זייער איינפלוס און געזעצגעבער וועלכע שטימען אויף געזעצן ווערנדיג געטריבן פון פריוואטע אינטערעסן גרופעס
*
ביליאנער און אינציאטאר פיטער טיעל (גרונדער פון פעי פאל) און קאנסערוואטיווע מידיא קאמענטאטארין ען קאלטער גייען די וואך שטיין אין שפיץ פון א פאנדרעיזער אין ניו יארק סיטי פאר קריס קאבאך צו קענען לויפן אין די קענסאס סענאט פריימערי
*
אין ניו דזשערסי'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דער קארעאנער אפשטאמיגער ענדי קים ארויסגעשטויסן דעם רעפובליקאנער צוויי טערמיניגער טאם מעקארטור ביי די פארלאפענע מידטוירמס
אין די נאכט פון די וואלן איז די פארמעסט געווען צי נאנט צו דערקלערן א געוואונער אבער א נאכט שפעטער נאכן אפציילן די עבסענטי בעלאטס אין בורלינגטאן קאונטי וואו א מאיאריטעט פון די איינווואוינער אינעם דיסטריקט געפונען זיך איז קלאר געווארן אז קים מאכט עס און עווענטועל נאך אכט טאג האט מעקארטור אויפגעגעבן די פארמעסט פארלירנדיג מיט אונטער 4000 און עטוואס מער ווי 1%
דערווייל האט קיין איין רעפובליקאנער נישט געמאלדן צו לויפן אקעגן קים אבער די ליסטע פון מעגליכע קאנדידאטן איז לאנג און רעכנט אויך אריין א מעגליכע פרישע מעקארטור קאמפיין
אינע פון די נעמען וועלכע האט אצינד געעפנט אן עקספלאראטארי קאמיטע איז קעיט גיבס וועלכע איז א געוועזענע פריהאלדער (דאס איז ווי אזוי עס ווערט גערופן א קאונטי לעגיסלאטור מעמבער אין ניו דזשערסי)
*
פאלגענד פון אונזערס א באריכט מיט א צייט צוריק:
טעקסאס סענאטאר קרוז האט געהאט געשיקט א בריוו אונטערגעשריבן דורך צוואנציג רעפובליקאנע סענאטארן צו טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין בעטנדיג אז מען זאל אויסגלייכן די קאפיטאל געינס שטייער אינדעקס מיט איצטיגע די אינפלאציע ראטע א שריט וועלכע וועט אראפברענגן די שטייער אויף די פארדינסטן פון ריעל עסטעיט, סטאקס אדער באנדס און וועט מוטיגן אינוועסטירונגען און אינאוואציע זינט אינוועסטירער וועלן צאלן ווייניגער שטייערן ביים פארקויפן עסעטס
די סענאטארן באקלאגן זיך אז אין די צייט וואס אנדערע שטייער פראוויזיעס ווי צום ביישפיל די אינדיווידועלע שטייער ווערט אויסגעגליכן יעדע יאר לויט די אינפלאציע שטאפלען איז אבער די קאפיטאל פארדינסטן שטייער ארויסגעבליבן דערפון
די סענאטארן האבן געהאט געשריבן אז מענטושין קען איינשטעלן די טויש אויף די אייגענע האנט אלץ רעגולאציע אן אריינמישן קאנגרעס דערין טראץ וואס פריערדיגע אדמיניסטראציעס זענען געקומען צום אויספיר אז מען קען עס נישט דורכפירן אן קאנגרעס
מענוטשין איז ביז היינט געווען היבש אומגרייט עס צו טוהן טראץ וואס אנדערע עקאנאמישע ראטגעבער אין די אדמיניסטראציע שטופן עס שטארק אריינגערעכנט לערי קאדלאו וועלכע איז א לענגיעריגע טשאמפיאן פאר אזא געדאנק
מענוטשין האט געזאגט מיט עטליכע טאג צוריק אז קיין שום באשלוס איז דערווייל נישט געמאכט געווארן אויף די פראגע און אז די פאליסי איז באטראכט געווארן און ווערט ווייטער באטראכט
לויט א געוויסע קאנסערוואטיווע לאביאיסט איז מענוטשין געווען ביי די מיינונג אז צו ערשט דארף קומען שטארקע רופן און שטיצע פון רעפובליקאנער אויף קעפיטאל היל (א שטייגער ווי די איצטיגע בריוו) אז די ווייסע הויז זאל זיין גרייט און האבן אפעטיט צו נעמען די אומגעווענליכע שריט פון אן פרעזידענטליכע עקזעקוטיוו ארדער צו פאראדענען די טרעזשורי דעפארטמענט צו טוישן די רעגולאציע און אדרעסירן שטייער פראגען וועלכע ווערן געווענליך דורכגעפירט דורך קאנגרעס
פון די אנדערע זייט טוען דעמאקראטישע סעאטארן ווארענען קעגן אזא שריט ווען נאנט צו צוויי צענדליג סענאטארן אין שפיץ פון אהייא סענאטאר שעראד בראון האבן געשיקט זייער בריוו צו מענוטשין שרייבנדיג אז ער זאל שופלאדירן די געדאנק און צווייפלען אין די אויטאריטעט וואס די אדמיניסטראציע קען האבן איבער דעם
ביז אהער פון אונזערס א באריכט צו יענע צייט
אצינד האט די מענוטשין באשלאסן אפיציעל אוועקצולייגן די געדאנק אין א זייט אויף דערווייל און ער האט באקומען א בריוו פון סעענאטאר מיט ראמני וועלכע לויבט אויס פרעזידענט טראמפ'ס באשלוס אויף די פראגע
ראמני שרייבט אז נישט בלויז וואלט אזא טויש ערוועקט צווייפלען און פראגן איבער די קאנסטיטוציאנאלע און לעגאלע רעכט עס צו טוהן נאר עס וואלט הויפטזעכטליך בענעפיטירט רייכע אינוועסטירער און נישט אדרעסירט די געברויכן פון אמעריקאנע ארבעטער
*
די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט א יערליכע איינפיר צו באעהרן אירע איינגעשטעלטע וועלכע האב זיך ספעציעל אויסגעצייכנט אינעם פארלאפענעם יאר
געווענליך ווערט די עהרע אפגעגעבן פאר באאמטע וועלכע האבן געארבעט אויף ערנסטע און קאמפליצירטע קעיסעס וועלכע ברענגט סוקסעספולע קלאגעס
אטוירני דזשענעראל באר האט אבער באשלאסן דאסמאל צו שענקן די פרעסטיזשפולע אויסצייכעננוג פאר די גרופע אדוואקאטן אין די דעפארטמענט וועלכע האבן געארבעט פאראויסצורוקן די ברעט קעווענאו נאמניאציע לויט אן אינערליכע אימעיל וועלכע איז געווארן ארומגעשיקט צו יוסטיץ דעפארטמענט שטאב פארלאפענע פרייטאג
*
די סופרים קאורט האט דעם וויקענד געמאלדן אז זיי באשטימען דעצעמבער 2 למספרם אלץ דיטאג וואס זיי גייען אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די היסטארישע צווייטע אמענדמענט קעיס פון ניו יארק
ניו יארק סיטי האט אדורכגעפירט א געזעץ וועלכע באגרעניצט שטארק די רעכט פון לייסענסד דאן אייגנטומער צו טראגן געווער אינדרויסן פון שטוב און נאכן איינזעהן אז די ניי געשאפענע קאנסערוואטיווע מאיאריטעט שארפט זעך די ציין אויסצוהערן די קעיס נאך צען יאר וואס די געריכט האט נישט אויסגעהערט קיין צווייטע אמענדמענט קעיסעס האט די סיטי שנעל פארואסערט די ערשטע ווערסיע פונעם באשטעטיגטן געזעץ אז עס זאל נישט זיין אזוי אגרעסיוו און געבעטן די געריכט זיך אפצולאזן פון די קעיס זינט עס איז שוין נישט אזוי קאנטערווערסיאל
די ריכטער וועלן אקטאבער 1 למספרם זיך צוזאמקומען און באטראכטן די פארלאנג פון די סיטי צו לאזן די קעיס לויפן אבער דערווייל האבן זיי באשטימט אנהויב דעצעמבער למספרם אויסצוהערן די קעיס אין פאל זיי באשליסן אום אקטאבער למספרם נישט ארויסצולאזן די קעיס פון די האנט
*
דאקטאר הענס קלינגעמאן האט צוריק אין 2001 למספרם געפיילט פאר א פעטענט אפליקאציע אויף אן ערפינדונג ווי אזוי צו היילן די ביטערע מחלה ל"ע דורכן נוצן נאטורליכע צעלן צו אטאקירן די קרענק
נאכן איבערגיין די אפליקאציע האט דער עקזעמינאר באשלאסן אז די קעיס קוואליפיצירט נישט פאר א פעטענט
די פעטענט טרייעל און שפעטער די אפעלאט באורד האבן ווידערהאלט די זעלבע באשלוס און ארויסגעוארפן די אפליקאציע
ווען די אפעלאט באורד באשטעטיגט אזא באשלוס פון אן אקזעמינאר פארבלייבט צוויי אפציעס פארן אפליקאנט
אדער קען מען זיך ווענדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אדער קען מען נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן קרייז געריכט
קלינגעמאן האט אנגעהויבן אינעם דיסטריקט געריכט אבער פארלוירן די קעיס און שפעטער אנגעוואוירן אויך אין די סירקוט קאורט
דא האט ער זיך געכאפט אז נישט בלויז איז זיין פעטענט אפליקאציע געווארן ארויסגעווארפן נאר דער פארזוך עס צו באקומען איז געקומען מיט א טייערע פרייז
די פעטענט און טרעידמארק אפיס האט גע'טענה'ט פארן געריכט אז קלינגעמאן זאל זיי באצאלן די קאסטן פון ארום 80 טויזנט דאלער פאר זייערע אדוואקאטן און צוגאב פון 33 טויזנט דאלער פאר עדות עקספערטן
לויט די געזעץ ווערן אפליקאנטן אויפגעפאדערט צו דעקן "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" וואס עס קאסט פאר די אפיס צו באשוצן און פארטיידיגן די באשלוס פון די באורד אפגעזעהן ווי אזוי די געריכט אורטיילט איבער די אפליקאציע קוואליפיקאציע זעלבסט
ביז היינט פלעגט די געזעץ ווערן פארטייטשט אז עס רעכנט אריין קאסטן ווי טראוועל, פרינטינג און עקספערט עדות'שאפט
די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די אויבנדערמאנטע ליניע אז עס איז באגרעניצט צו שטייגערליכע אויסגאבן אבער ווען עס קומט צו אדוואקאטן קאסטן דארף נישט דער אפליקאנט דעקן וואס אדוואקאטן האבן גערעכנט פון די רעגירונג גייענדיג מיטן אנגענומענע דאקטרינע אז יעדער צאהלט זיין אייגענע אדוואקאטן אפגעזעהן די אויסגאנג אין געריכט אויסער אין פאל וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אז איין זייט זאל דעקן די אדוואקאטן קאסטן פון ביידע זייטן
שפעטער האט די קרייז געריכט געאורטיילט די זעלבע אז קלינגעמאן דארף נישט דעקן די קאסטן פון די רעגירונג אדוואקאטן
די סופרים קאורט וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם איבער די פראגע אויב די קאנגרעס אויסדרוק פון "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" רעכנט אריין אדוואקטן קאסטן

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:17 am

שכוח הרב ;l;p- ;l;p-
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:40 am

יישר כח
הק' יישר כח

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:55 am

שכוח הכל דיין ארבעט איז אויסטערליש געשעצט.
אפשר וואלט געווען א געדאנק צו לייגן די טעגליכע באריכט אויף א PDF צו קענען פרינטען אין ליינען ווען סאיז דא איבעריג צייט.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:43 pm

א ריזיגן דאנק!

זיך באלעקט די פינגערס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 1:21 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א ריזיגן דאנק!

זיך באלעקט די פינגערס

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:45 pm

יישר @הבל
א געשמאק צע ליינען
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

דבר החרדים מירושלים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:08 pm

איך האב נישט קיין כוח צו יעדעס מאל אריין LOGIN צו זאגן שכויח
דאס מאל האב איך גענומען די מיה
טענקס++

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:25 pm

כ'מיין אז איך מוז אריינטשעקן אין א ריהעב... סיז ממש געווארן אן עדיקשן... איך ריפרעש יעדן טאג אפאר מאל ביז איך זעה א פרישע רעפטל...

טענקס הכל!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:57 pm

א ריזיגן יישר כוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”