א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 1:29 pm

Thank you!

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 4:20 pm

Thanks a million for this daily report

נקדימון
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:25 pm

הבל. קריסטאל קלאר!

---
גראדע דער רעפאבליקאנער גאוו' הייסט ריספאני נישט ריספאן.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:32 pm

טענקס!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 7:53 pm

נקדימון האט געשריבן:הבל. קריסטאל קלאר!

---
גראדע דער רעפאבליקאנער גאוו' הייסט ריספאני נישט ריספאן.

טראמפ רופט אים ריספאני אנדערע פאליטיקאנטן רופן אים ריספאן
כעל מוזן אויסקלארן מיט זיין פאמיליע

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:50 am

יישר כח הבל פאר די גאנצע וואך סאיז א מחי נאכן ליינען לעקט מען אפ די פינגערס פון די רינעדעיגע סחורה אין צירוק צי די ארבעט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:48 am

מאנטאג חיי שרה







קאנגרעס שטימט היינט אויף עטליכע פינאנציעלע סערוויסעס בילס אריינגערעכנט צו רעאויטיאריזירן די טעראריזם געפאר אינשורענס פראגראם פאר נאך זיבן יאר
*
סענאט שטימט היינט פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון פלארידא סופרים קאורט ריכטער ראבערט לאק צו סערווירן אויפן עלפטן סירקוט קאורט אף אפיעלס
*
די סענאט היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט שטימט היינט אויף די נאמינאציע פון פיטער געינאר דער עקטינג פימא אדמיניסטראטאר צו ווערן דער פערמענאנטער דירעקטאר פון די אגענטור
*
אין אייאווע זעצט די די רעפובליקאנע גאווערנאר קים רעינאלדס פאר צו שטופן אז די 2020 למספרם לעגיסלאטיווע סעסיע זאל ארויפברענגן די אישו פון געוועזענע ארעסטאנטן און לויזער מאכן די באגרעניצונג אויף זייער רעכט צו שטימען נאך וואס די סטעיט סענאט האט געצעגערט היי יאר עס צו אדרעסירן
*
ווי באריכטעט ווערן אין צפון קאראליינע די קאנגרעסיאנאלע מאפעס איבערגעשריבן אין ליכט פון א געריכט אורטייל און די רעפובליקאנע געזעצגעבער וועלכע זענען אין גרעסטן געפאר צו דערלייגן זייער זיץ זענען דאן בישאפ פון די ניינטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע האט קוים געוואונען נאך א שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט און שטארקע געוואונס מיט וועלכע טראמפ האט זיך אויפגעטוהן און גענומען קרעדיט
אזוי אויך זענען דזשארדזש האלדינג אין די צווייטע, מארק וואלקער פון די זעקסטע און טעד באד פון די דרייצנטע דיסטריקטן אין געפאר
אצינד האט די סטעיט לעגיסלאטור באשטעטיגט די נייע מאפעס און מען רענכט אז לויט דעם ועלן רעפובליקאנער פארמאגן אכט און דעמאקראטן פינף קאנגרעסלייט
די נייע מאפע וועט טאקע זייער מעגליך גיין אויפן חשבון פון רעפובליקאנע קאנגרעסלייט דזשארדזש האלדינג און מאקק וואלקער וועלכע קענען זיך טרעפן ארבעטסלאז צוליב די טויש אין זייער דיסטריקט אויסשטעל
אבער די קאפוויי פאר רעפובליקאנער איז נאכנישט פאריבער ווייל דעמאקראטן זענען נאכאלץ נישט צופרידן און גייען קלאגן אויך די פרישע מאפעס אין געריכט און באזונדער וויל נישט וואלקער אויסשליסן די געדאנק פון לויפן אין א פריימערי אקעגן אן אנדערע אמטירנדע רעפובליקאנע קאגערסמאן אין די סטעיט
*
"יונייטעד ווי ווין" וועלכע איז א נייע סופערפעק אין שטיצע פון קארי בוקער גייט אויסגעבן א מילאן דאלער אויף דידזשיטאל רעקלאמעס דעם מאנאט למספרם געציהלט צוצושלעפן קלייינע ביישטייערער צו הלעפן בוקער נאכקומען די פארלאנגען פון די פארטיי קאמיטע צו קוואלאפיצירן פאר די דעבאטע
*
אסאך האבן אויסגעדרוקט וואנער ווי אזוי דעמאקראטן פלאנען אדורכצושטופן א רייע אמביציעזע פאליסי געדאנקן און א שמאל צוטיילטע סענאט אויב זאלן זיי אקופירן די ווייסע הויז קומענדיגע למספרם יאר
עליזאבעט ווארען האט אויפגעברענגט די געדאנק אז מען קען מעגליך אמווייניגסטנס צולייגן די אפציע פון א מעדיקעיר פאן דורל רעקאנסיליעשאן וועלכע פארלאנגט א בלויזע מאיאריטעט
געוויס וועט אזאנס בלויז קענען צושטאנד קומען מיט א דעמאקראטישע סענאט און עס וועט אויך נישט זיין אזוי לייכט אבער עס איז כאטש מער רעאליסטיש ווי צו איבערצייגן סענאטארן ווי סינעמא, מענשין און טעסטער צו שטיצן צו עלימינירן די פליבאסטער און דערנאך באשטעטיגן מעדיקעיר פאר אלע
*
די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע ווינטער מיטינג וועט פארקומען אום יונואר 22-24 למספרם אין דארעל פלארידא
*
די אייאווע סטעיט סופרים קאורט באשטייט פון זיבן ריכטער פון וועלכע צוויי זענען געווארן נאמינירט דורך דעמאקראטישע גאווערנארס און פינף דורך רעפובליקאנע
דער איצטיגער הויפט ריכטער מארק קאדי איז גראדע געשטעלט געווארן דורכן פריערדיגן רעפובליקאנע גאווערנאר טערי ברענסטעד אבער איז געווארן בארימט מיט א רייע ליבעראלע אורטיילן אויפן באנק
קאדי איז געווען דער שרייבער פונעם אורטייל צו מאכן אייאווע די דריטע סטעיט אין לאנד צו לעגאליזירן או אנערקענען תועבה (די אורטייל איז גראדע געוואר געשטיצט דורכן פולן באנק) און ד געדירבן א 5-2 אורטייל צו פסל'ן א אנטי רציחה געזעץ
דעם פארלאפענעם וויקענד איז אבער קאדי פלוצלינג אפגעשטארבן גיבנדיג א שאנס פארן רעפובליקאנעם גאווערנאר אריינצושטעלן אפרישן ריכטער וועלכע איז מעגליך מער רעכט גענויגט אויף זיין פאזיציע
*

אט איז א קעיס וועלכע איז ווי באריכטעט געווארן אויפגעברענגט און באהאנדלט לעצטע וואך אינעם סופרים קאורט
צו ערשט וועלן מיר ווידער אראפברענגן די דעטאלן פונעם קעיס און דערנאך די אפדעיטס ווי אזוי די מונדליכע ארגומענטן האבן זיך אויסגעשפילט
ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק איז אונטער די אייגנטומערשאפט א פירמע וועלכע באלאנגט פאר בייראן אלען וועלכע איז אן אפריקאנער אמעריקאנער אקטיאר
זיין פירמע האט געקלאגט קאמקעסט, א טעלעקאמיוניקאציע ריז פאר איר באשלוס נישט צו לופטערן זייער פראגראם קאנאלן און באשולדיגט אז די באשלוס איז באזירט אמווייניגסטנס טיילווייז אויף ראסע אנטזאגנדיג צו ערלויבן פאר די איינציגסטע מולטי קאנאל מידיא פירמע אין אמעריקא אונטער די אויסשליסליכע אייגנטומערשאפט פון אן אפריקאנער אמעריקאנער צו באנוצן אירע ליניעס
אויך עטליכע אנדערע גרויסע מידיא דיסטריביוטאר ווי טשארטער קאמיוניקאציע, טיים ווארנער קעיבל, דירעקט טעלעוויזיע, און עי טי & טי האבן אויך אין יענע צייט אפגעווארפן קאנטראקט פארשלאגן מיט די ענטערטעימענט סטודיא'ס נעטווארק
די דיסטריקט קאורט האט אבער אפגעווארפן די טענה און די קעיס האאט גאלאפירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די נעטווארק באזירט אויף זייערס אן אורטייל אין אן ענליכע קעיס
די פראגע קומט אראפ אויב די געזעץ צו פארבאטן א געמיש דיסקרימינאציע און אנדערע פאקטאן ווען עס קומט צו טוהן ביזנעס
די ראסע געזעץ ביים טוהן ביזנעס שרייבט אז מענטשן פון יעדע ראסע דארפן געניסן פון אייניגע צוטריט מעגליכקייטן צו אלע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן
אבער די ציווילע רעכטן געזעץ וועלכע אדרעסירט אומשטענדן פון ארבעטער פארלאנגט פון ארבעסטגעבער נישט צו פארלעצן ארבעטער רעכטן באזירט אויף ראסע אפילו אויב די באציאונג איז אויך צוליב אנדערע אורזאכן און ראסע איז בלויז איינע פון די פאקטארן
דהיינו, אויב אן ארבעסגעבער זאגט אויף אן ארבעטער צוליב עטליכע אורזאכן אבער איינע פון זיי איז אויך ראסע איז עס א פראבלעם אפילו אויב ער וואלט יענעם אויפגעזאגט קומענדיג פון אן אנדערע ראסע
די קלארע פארבאט אויף טיילווייזע ראסע דיסקרימינאציע איז אבער נאר ארויסגעשריבן ווען עס האנדלט זיך פון באציאונגען צווישן ארבעסגעבער און זייערע ארבעטער
ווען עס קומט צו אנדערע סארט ביזנעס אקטיוויטעטן שטייט בלויז א פארבאט צו האנדלען און האבן ביזנעס מיט איין ראסע און נישט מיט אן צווייטע ראסע צוליב די ראסע פאקטאר
בלייבט אומקלאר אויב אויך אין אזעלכע פעלער ווי צום ביישפיל ווע עס קומט ארויסצוגעבן קאנטראקטן קען מען באשולדיגן א פירמע אין בעפארצוגן איין קליענט איבער די צווייטע פאר רעלעוואנטע אורזאכן אויב ראסע שפילט "אויך" א ראלע
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז די פראזע אין די ציווילע רעכטן אקט איז אויך מחייב רעגולערע ביזנעס אקטיוויטעטן און טוט אדאפטירן יענע מאסנאמען אין פאל פון אפזאגן ביזנעס קאנטראקטן
עד כאן די באריכט איבער די קעיס, אצינד א בליק איבער די אנטוויקלונגען אין געריכט
נאך א שטונדע פון פארהערן האט אויסגעקוקט אז די געריכט איז גרייט צו אורטיילן אקעגן די ניינטע קרייז געריכט אורטייל אבער עס איז געווען ווייניגער קלאר וועלכע סטאנדארט די געריכט וואלט אריינגעשטעלט אין פלאץ אנשטאט וועלכע זאל אוועקשטעלן די גרונדן פאר ראסע באשולדיגונגען קעיסעס צו קענען פאראויסגיין און צוליב דעם קען זיין אז אפילו אויב די געריכט זאל אנידערשטימען די שטעלונג פון די ניינטע סירקוט קאורט וועט אבער זייער אייגענע סטאנדארט ווען צו ערלויבן ראסע קלאגעס מעגליך ווייטער ערלויבן און זיין גענוג פאר בייראן צו קענען פאראויסגיין מיט זיין ראסע קלאגע אקעגן קאמקעסט
מען האט נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו הערן פון ריכטערין גינזבורג וועלכע איז געווען אפוועזנד צוליב די פלו אבער פון די אנדערע אכט ריכטער האט מען געהערט היבש שוואכע שטיצע פאר די ניינטע סיקרוט קאורט שטעלונג
צום ביישפיל האט ריכטערין קעיגען געפרעגט פון ערווין קעמערינסקי וועלכע האט פארטרעטן בייראן אויב ער האלט נישט אז די ניינטע קרייז געריכט אורטייל דארף ווערן צוריקגעדרייט
ריכטער גארסוטש האט ענליך געפרעגט אויב ער האלט נישט אז די ניינטע קרייז געריכט איז געווען גרייזיג אין זייער אורטייל
קעמערינסקי אליין האט אויך פארשטאנען אז די ניינטע קרייז געריכט האט געגעבן פיל מער פאר זיין קליענט וויפיל די ספרים קאורט וועט גרייט זיין נאכצוגעבן
די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז מיט די בלויזע באווייז אז ראסע איז געווען א מאטיווירנדע פאקטאר אין זי באשלוס פון קאמקעסט קענען ריכטער ענדגילטיג אורטיילן אין שטימע פון בייראן און דאס איז וואס האט געברענגט קעיגען צו שטופן קעמערענסקי צו אנערקענען פאר אומריכטיג ווייל אפילו קעמערענסקי האט נישט געבעטן אזויפיל פונעם געריכט
קעמערענסקי האט באלאנסירט זיין פארלאנג בעטנדיג פון די ריכטער אז די באווייז אז ראסע האט אויך געשפילט א שטארקע ראלע אין א באשלוס זאל זיין גענוג בלויז אז די קעיס זאל קענען פאראויסגיין אבער ער אנערקענט אז עווענטועל איז עס נישט מעגליך נישט גענוג און בייראן וועט דארפן איבערצייגן אז ראסע איז געווען אזא שטארקע פאקטאר אז ווען נישט ראסע וואלט די באשלוס געווען אנדערש
קאמקעסט האט פארפירט אז אן אזא באווייז קען די קעיס ניטאמאל פאראויסגיין, די ניינטע קרייז געריכט האט געשריבן אז בייראן קען אפילו געוועןנען אן דעם און קעמערענסקי האט געבעטן אז עס זאל כאטש זיין גענוג צו לאזן די קעיס מארשירן ווייטער אנערקענענדיג אז צו געוואנען וועט בייראן דארפן ברענגן מער באווייז אז ראסע האט אין פאקט געשלעפט דעם צינגל אפצוזאגן זיין קליענט
עטליכע ריכטער האבן אבער איוסגעדרוקט סקעפטיציזם מיט די קעמערענסקי צוגאנג
ריכטער גארסוטש האט זיך אויסגעדרוקט אז עס וואלט געווען אומגעווענליך פאר די געריכט צו ערלויבן פארשידנארטיגע לעגאלע סטאנדארטן דורכאויס פארשידענע פאזעס פון די זעלבע קעיס (דהיינו, אז אויב ראסע האט געשפילט א ראלע זאל עס לאזן די קעיס פאראויסגיין טראץ וואס צו געוואנען די קעיס איז עס נישט גענוג)
ריכטער אליטא האט אויך געפרעגט אויב א קעיס זאל ערויבט ווערן צו קענען פאראויסגיין טראץ וואס עס שיינט סייווי צו מארשירן אין ריכטונג פון דורכפאל
הויפט ריכטער ראבערטס האט גערעדט צווישן די טראפן באצייכענענדיג די צוויי סארט סטאנדארטן און די געדאנק צו ערלויבן איינס דערפון בלויז צו קענען פאראויסרוקן די קעיס אלץ טיילווייז אקאדעמיש אבער האט דערנאך צוגעלייגט אז עס איז שווער צו איגנארירן די פאקט אז ראסע האט געשפילט א ראלע אמווייניגסטנס אין די פראצעדור און עס דאס איז אן ערנסטע באשולדיגונג אפילו אויב מען קען נישט איבערצייגן אז דאס האט אויסשליסליך געפירט צום ענדגילטיגן באשלוס
די ריכטערין האבן זיך באמת ארומגעמוטשעט אויפצוקומען מיט א ריכטיגע סטאנדארט און ריכטער קעיגען האט ברייט ארומגערעדט איבער דעם זאגנדיג אז פון איין זייט ווילן מיר נישט אז מענטשן זאלן קענען געציהלט ווערן דורך גרנדלאזע באשולדיגונגען אבער פון די אנדערע זייט דארף עס זיין די געריכטן וועלכע באשליסן אויב א קעיס קען פאראויסגיין איידער מען טרעפט הארטע באווייזן און נאך איידער די קלעגער קען וויסן אלצדינג וואס איז דער אנגעקלאגטער האט געטראכט ביים מאכן זיין באשלוס
בקיצור, שיין ארויסגעברענגט די פראבעלם אבער וואס איז די לעזונג? אה, קעיגען האט פארגעזעצט מיטן זאגן אז זי קלערט אז די ריכטיגע צוגאנג דארף זיין אז מען דארף לאזן די קעיס פאראויסגיין אזוי לאנג ווי די קלעגער שטעלן צו צופרידנשטעלנדע באווייזן וועלכע צייגן אז ראסע איז געווען פארמישט אין די ענדגילטיגע באשלוס פונעם באשולדיגטן
קלאר? כ'מיין אז נישט עכט
ריכטער ברייער האט אויך געשטוצט אזא שטעלונג זאגנדיג אז אויב דער קלעגער שטעלט צו באווייז אז ראסע האט געפירט אז מען זאל אפזאגן בייראן וועם אינטערסירט אויב זיי זאגן אז עס איז בלויז געווען א מאטיווירנדע פאקטאר אדער מער פון דעם?
ריכטער קעווענאו איז אויך מיטגעגאנגען מיט דעם ווינט זאגנדיג אז עס איז נישט די שטייגער ארויסצושליידערן ראסע קעיסעס אזוי לייכט און נאך איידער די קעיס ווערט באהאנדלט בלויז ווייל דער אנגעקלאגטער וויל אזוי
ער האט ארויסגעברענגט אז צו קענען פאראויסגיין מיט א קלאגע דארף מען נישט אבן אזלעכע שטארקע באווייזן און אפילו אויב די ניינטע קרייז געריכט שטעלונג ווערט ארויסגעווארפן קען נאך די קלאגע פון בייראן בלייבן שטארק אליטא האט צוגעלייגט אז אפילו אויב עס זאל זיך יא אויספעלן גאנץ שטארקע באווייזן פון בייראן אונטערצושטיצן די קלאגע וואלט עס די בייראן באשולדיגונג מעגליך צוגעשטעלט
אין קורצן, פון די ריכטער קאמענטארן האט אויסגעקוקט אז זיי מוטשען זיך אויפצוקומען מיט א קלארע סטאנדארט, אוןאז די ניינטע קרייז געריכט שטעלונג האט שאנסן צו ווערן ארויסגעווארפן אבער בייראן און זיין פירמע האט בעסערע שאנסן צו ווערן ערלויבט פאראויסצוגיין

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:59 am

הערליכע באריכט(ן)

שכח!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:09 pm

ישר כח
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:56 pm

זייער הנאה געהאט!

ישר כח הבל!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 5:53 pm

די 2 רעפאבליקאנער פון נארט קארעליינע זענען יעצט סעיף דעמאקראטישע זיצן.

די יעצטיגע אכט פינעף מאפע איז אויך א דזשערימענדער, הגם ווייט בעסער ווי די ביז יעצטיגע 10 3 מאפע, נישט בלויז ווייל די דעמאקראטן זענען כמעט האלב נארט קארעליינע, סוי בדרך כלל וואלט געדארפט זיין 6 פון 13 דעמאקראטן (נישט אלעמאל, ווייל טיילמאל זענען די מענטשן נאטירליך אויסגעשטעלט ווי א דזשערימענדער.) נאר אויך צוטיילט די מאפע אין 2 א דעמאקראטישע געגענט, סענדהילס, וואס וואלט געקענט האבן א אייגענע דיסטריקט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 6:58 pm

מעיזשער טענקס!
Good to see it coming.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:57 pm

א דאנק - געלייענט און הנאה געהאט
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:12 am

הערליך.

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:06 pm

???

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:06 pm

הבל האט אונז ארויפגעלייגט אויף דייעט
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:09 pm

הבל מיר ווארטן אויף אייער באריכט.

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:12 pm

קוקט אויס הבל האט אויפגעהערט מאכן קאקאש, ער איז ביזי טוישען צו פאנקעס,
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

פאלעסיידס
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:17 pm

ישר כח הבל, כהאב מיך געדארפט איינשרייבען דיך צי באדאנקען, כהאלט שוין מיט דא א שטיק צייט.

אויב איך מעג אריינווארפען מיינע צוויי יורא'ס

ווי איך זע איז א גרויסע חלק געווידמעט פאר קארט קעיס'ס מסתמה איז דא א גרויסע פידבעק אויף דעם , אבער כוואלט געקענט באשטיין אויב די קענסט מער לייגען פרעזידענטליכע נייעס ווייל די לעצטע פאר יאר איז כמעט נישט דא ווי מקען זען נארמאלע נייעס פון אים קורץ אין שארף אזוי ווי די באשרייבסט אים, איך גלייב אפי' אין "די צייטונג" קען איך עס מער נישט זען אזוי צי די זאך ווי דא, איך האב נישט אויף מינוט עפעס א ריכטיגע משל אבער סאיז געווען עטליכע מיטונגען מיט אסאך לענדער ווי קאנאדא/לאטיין אמעריקע וועגען ווענוזועלע. אדער דאמעסטיק קרישקלעך וואס אונטער בוש קלינטאן רעיגען וואלט עס געווען נייעס, וכו'.

אויך אויב וואלסט געקענט לייגען מער דגוש אויף וועלטליכע נייעס וואס קאכט זיך יעצט וואס גייט לכאורה האבען א אפעקט אויף די וועלט מאפע ביז אפאר יאר, אין אפשר גאר היבש טוישען די וועלט . ווי למשל די פראנט אין אוקריינע, האנג קאנג פראטעסטען אין לבנון, איראן, פראטעסטען קעגען די איראנע עמבעסי אין איראק, די נוקעלארע אויפרייס אין רוסלאנד וכו'

אגב איך בין נישט געווען אזוי פון אנפאנג איך זע אז נאר די שטרענגסט זיך אן אריינציקומען יעדע שטיק צייט מיט א באריכט אין דער עולם נישט, איז דעס אזוי לכתחילה אזוי אויסגעשטעלט?, איז מען פלעין פויל? , אדער די ציבור האט מורא אז זיי האבען נישט דיין רעסעפי פון קאקאש קעיק.. טרייט מען ניטאמאל אין סהאט זיך אזוי אויסגעשטעלט?

מעין הפתיחה, א ריזיגע ישר כח אין איך האף אז פידבעק איז איטליעסט אזוי גוט ווי א פלעינע שכח.

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:22 pm

הבל, כ׳האלט אין איין פארלירן וואג...

וואס וועט זיין ??

אוי די קאקאש!!!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 10:34 am

נישטא קיין אפדעיט?

איי געסס הכל איז ביזי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 10:37 am

מ'בעט דער עולם זאל זיך אנרופן ווארעם, כדי אונז זאל צוריקבאקומען די טעגליכע באריכטן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 10:58 am

יישר כח פאר די אלע וועלכע דרוקן אויס ערווארטונג אויף ווייטערדיגע באריכטן

מען איז געווארן פארנומען מיט מער ארבעט ווי געווענליך אין די לעצטע טעג און האפנטליך וועט מען אינגיכן צוריקקומען מיט די באריכטן אי"ה

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:58 pm

הרב הבל אפשר און חאגע איז דא צייט?

מיר הונגערן שוין באלד 2 וואכען

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:41 am

זונטאג ויצא







פרעזידענט טראמפ פלאנט אנטיילצונעמען מאנטאג ביי די נאטא סאמיט אין לאנדאן און ווערנדיג געפרעגט איבער די טראמפ איינפלוס אין די וואלן האט פרעמיער מיניסטער דזשאנסאן געזאגט אז ער וויל נישט אז טראמפ זאל זיך מישן אין די וואלן
*
די נייע רעגירונג אין באליוויע איז גענויגט צו זיין פיל מער פריינטליך צו די מערב וועלט און האט שוין פארשפראכן אנצוהויבן ארבעטן אויף נאנטע און ווארימע באציאונגען מיט די איזראעליס אין די נאנטע צוקונפט
*
איטאליע ווערט די ערשטע לאנד צו פארלאנגען פון שולעס צו גיבן לעקציעס איבער קלימאטן טויש
*
דזשארדזש קאנוועי האט קאטעגאריש אפגעלייקנט די מעגליכקייט אז ער און זיין פרוי קעליאן שטייען אונטער די נייע בוך פון אויפדעקונגען אינערהאלב די טראמפ ווייסע הויז ווירטשאפט
*
עלף מענטשן זענען פארוואנדעט געווארן אין א שיסעריי אין ניו ארליענס און צוויי זענען קריטיש
פאליציי האט פארהאלטן א מעגליכע פארדעכטיגטער פאר אויספארשונג אבער דערווייל נישט דורכגעפירט קיין עמטליכע ארעסטן
*
קאנגרעס וועט די וואך שטימען אויף די ענדגילטיגע ווערסיע פון א ביל וועלכע זוכט צו בלאקירן אומגעוואונטשענע ראבא קאלס
קאנגרעסלייט האבן שוין געהאט געשטימט אויף א פריערדיגע ווערסיע צוריק אום יולי למספרם אבער עס איז געווען אנדערש ווי די ווערסיע וועלכע די סענאט האט באשטעטיגט מיט 97-1 אום מאי למספרם און די וואך וועלן קאנגרעס מיטגלידער שטימען אויף אן איבערגעמאכטע ווערסיע
*
קאנגרעס וועט אויך שטימען דיע וואך אויף א רעזאלוציע צו רופן פאר א צווי שטאטן לעזונג אין די מיטל מזרח קאנפליקט
*
אויף שפעטער אין די למספרם מאנאט פלאנט די קאנגרעס פירערשאפט ארויפצוברענגן אפשטימונגען אויף א פרעקריפשאן דראג פרייזן, וואוטינג רעכטן, און אויף די 2020 למספרם בודזשעט וועלכע דארף נאך ווערן אויסגעהאמערט
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע האט געמאלדן די צאל פלעדזשד דעלעגאטן וועלכע וועלן האבן א ווארט אין די פראצעדור אויסצוקלויבן א נאמיני פאר פרעזידענט
עסוועלן זיין 3979 פלעדזשד דעלעגאטן וועלכע באדייט אז א קאנדידאט וועט שארפן האבן אמווייניגסטנס 1991 פון די דעלעגאטן זיך צו פארזיכערן מיט די נאמינאציע ביים ערשטן בעלאט ציילונג
*
מען גרייט זיך שוין צו די דעצעמבער למספרם דעמאקראטישע פרעזידענטליכע דעבאטע און פארלאפענע מיטוואך זענען געמאלדן געווארן אז די מאדערעיטאר וועלן זיין טים אלבערטע פון פאליטיקא און דזשודי וואדראף, אמאנא נאוואז, יאמיכא אלקינדאר פון פי בי עס
*
דזשוליאן קאסטרא האט דערווייל אריינבאקומען 7500 אינדיווידועלע ביישטייערונגען און איז היבש אונטערשטעליג פון די נויטיגע 200000
*
דזשאו ביידען זאגט אז ער האלט אן זיין אויבערהאנט אין די נאציאנאלע אנקעטעס אבער אנערקענט אז פיט בוטידזשעדזש איז זייער שטארק אין אייאווע און אז ער איז א צוציענדע קאנדידאט אבער אפעלירט צו וויילער צו שטימען פאר א קאנדידאט וועלכע קען באזיגן פרעזידענט טראמפ
ביידען גרייט זיך פאר אן אכט טאג באזוך אין אייאווע צוריקצכאפן פארלוירענע טעריטאריע אין די אנקעטעס און זיין קאמפיין באס איז געווארן באצירט מיט א נייע סלאגאן "קיין מאלארקי"
מאלארקי איז א טערמין וואס ווערט גענוצט צו באצייכענען נארישקייטן און זינלאזע געדאנקן און פאליטישע אנאליסטן ברענגון ארויס אז די סלאגאן זעלבסט איז היבש מאלארקיש צו נוצן זינט די אויסדרוק איז עפעס וןעלכע פלעגט ווערן באנוצט מיט לאנגע יארן צוריק און היינטיגע יונגע וויילער וועלן ניטאמאל וויסן איר באדייט
די פרישע פאל איז בלויז נאך איין ווי די ביידען קאמפיין שיינט צו אפעלירן צו די מער עלטערע וויילער אין א סטעיט ווי די קאנדידאטן דארפן עכט אריבערגעוואונען די יונגערע וויילער וועלכע האבן געשאנקן א זיג פאר פרעזידענט אבאמא אין די פריימערי פארמעסט אין 2008 למספרם
*
אויך קאמאלא העריס מעלדט אז זי וועט זיך צוריקקערן קיין אייאווע און דארט פארברענגן פאר עטליכע טעג איצט אנהויב אינעם למספרם מאנאט
*
קעלי מעלענבאכער איז געווען די סטעיט דירעקטאר פארן קאמאלא העריס קאמפיין אבער האט רעזיגנירט דעם וויקענד שרייבנדיג אז די קאמפיין שטאב ווערן זייער שלעכט באהאנדלט און אז די קאמפיין האט נישט קיין שום פלאן ווי אזוי צו געוואונען אוןאז די אינערליכע צושטאנד איז כאאטיש
מעלענבאכער שרייבט אז דאס קומט טראץ וואס זי גלויבט ווייטער אז העריס פאר זיך וואלט געווען די שטארקסטע קאנדידאט אקעגן טראמפ
קורצליך נאך איר מעלדונג איז מעלענבאכער געווארן אויפגענומען דורך די מייקל בלומבערג קאמפיין פאר פרעזידענט
טולסי גאבארד האט דאנערשטאג געמאלדן אז זי האט שוין אויפגעטריבן די פארלאנגטע צאל פון 200000 ביישטייערער און וועט איצט האבן ביז דעצעמבער 12 למספרם אנצוציען די נויטיגע 4% און אין אדער מער אנקעטעס וועלכע וועלן איר קוואלאפיצירן
צו קענען זיין ביי די דעבאטע
*
די ניו יארק טיימס שרייבט אז צוויי דריטל פון סווינג סטעיט וויילער וועלכע האבן געשטימט אין 2016 למספרם פאר טראמפ און דערנאך פאר א דעמאקראט אין 2018 למספרם זאגן אז זיי פלאנען צו שטימען פאר טראמפ אין 2020 למספרם
*
אין די צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין מיזורי האט זיך די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע שטארק געמוטשעט צו איבערצייגן א פאסיגע קאנדידאט צו לויפן אקעגן די אמטירנדע קאנגרעספרוי ען וואגנער
זיי האבן שווער געארבעט צו באיינפלוסן סטעיט סענאטארשע דזשיל שאפ אונטערצונעמען די פארמעסט און נאך לאנג צעגערן איז שאפ ענדליך איינגעגאנגען אונטערצונעמען אזא קאמפיין
שאפ וועט דארפן באזיגן וואגנער וועלכע האט צום ערשטן מאל געוואונען מיט א 23% אויבערהאנט אין 2012 למספרם באקומענדיג 60% פון די שטימען
ביי איר ערשטע ווידערערוויילונג פארמעסט האט זי באקומען 64% איבער פון די שטימען
און אין די נאכפאלגענדע פארמעסטאיז עס אראפ צו 58% אין ביי די פארלאפענע מידטוירמס האט זי געוואונען גאר שמאל באקומענדיג בלויז 51.2% צו 47.2% פארן דעמאקראט
אצינד האפן דעמאקראטן אז שאפ וועט באווייזן וואונדער אין דעם דיסטריקט נאכדעם וואס זי האט באוויזן אין 2014 למספרם צו פארכאפן די סענאט זיץ וועלכע זי האלט איצט פון רעפובליקאנער הענט און האט שטארקע פאנדרעיזינג פעאיגקייטן
*
ניו יארק קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיא קארטעז האט אויפגעטריבן אינעם דריטן למספרם קווארטאל דאס מערסטע געלט פון סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגליד
קארטעז האט אריינגעשארט 1.42 מיליאן דאלער און מערסטנס דערפון פון ביישטייערונגען פון אונטער 200 דאלער
די ריזיגע ציפער איז מער ווי די צוויי קאנגרעס מעמבערס אונטער איר וועלכע זענען ספיקער נענסי פעלאסי און קאנגרעסמאן עדעם שיף וועלכע האבן אויפגעטריבן 1.26 מיליאן און 1.145 מיליאן
איר שטארקע סוקסעס קומט פון ביישטייערונגען נאציאנאל ווען ווינציגער ווי 1% פון די ביישטייערונגען זענען געקומען פון איר אייגענע דיסטריקט
אויף די רעפובליקאנע זייט זענען יא געווען עטליכע קאנגרעסלייט וועלכע האבן איבערגעשטיגן די קארטעז רעקארד ווען קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס האט אויפגעטריבן 2.45 מיליאן דאלער און קאנגרעסמאן נונעז האט אריינגעשארט 2.6 מיליאן
הויז מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי האט אויפגעטריבן 1.6 מיליאן
*
אילהאן אומאר גרייט זיך צו לויפן פאר ווידערערוויילונג אין די פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין מינעסאטא און פינף רעפובליקאנער האבן שוין געמאלדן זייער קאנדידאטור צו לויפן אקעגן די קאנטערווערסיאלע קאנגרעספרוי אין א שטארק דעמאקראטישע דסטריקט
איינע פון די קאנדידאטן איז א יונגע פרוי דענילע סטעלא וועלכע האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש אז ליכט פון די לעצטע באריכט איבער אומאר'ס פארבינדונגען מיט טערקיי דארף זי ווערן פראצעסירט און נאכן געפונען שולדיג דארף זי ווערן געהאנגען
טוויטער האט פערמענאנט סוספענדירט ביידע אקאונטס פארבונדן צו סטעלא'ס קאמפיין
די רעפובליקאנע פריימערי איז געסקעדזשועלט צו ווערן אפגעהאלטן אום אוגוסט 11 למספרם
*
אין די לעצטערע מאנאטן איז געווארן באריכטעט מערערע מאל איבער די אפוועזנהייט פון די קאטש נעטווארק וועלכע איז רעלאטיוו שטיל אין די איצטיגע טראמפ עפאכע אין קאנטראסט פון זייער ערנסטע ראלע צו שטיצן פאליטישע קאמפיינס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט
אבער אצינד קומען באריכטן אז די נעטווארק קומט צוריק אויף א באדייטנדע פארנעם און וועלן אונטערשטיצן די קאמפיינס פון רעפובליקאנע סענאטארן וועלכע לויפן פאר ווידערערוויילונג און זענען אין ריזיקע פון פארלירן זייערע זיצן
די סענאטארן מוטשען זיך דערווייל צו אפעלירן צו די ברייטע באזע פון ענטוזיאסטישע טראמפ שטיצער וועלכע ביישטייערן קלענערע סומעס צום טראמפ קאמפיין און די סענאטארן זענען דעריבער אנגעוואנדן אויף גרעסערע ביישטייערונגען וועלכע די קאטש נעטווארק קען ערגענצן
*
איין ביישפיל פון אזא סענאטאר איז רעפובליקאנער סענאטאר טאם טיליספון צפון קאראליינע וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג און האט שוין אויפגעטריבן 7.3 מיליאן דאלער און בלויז 4% דערפון איז געקומען פון קליינע ביישטייערונגען וועלכע באדייט אז ער מוז טרעפן נייע קוועלער פון גרויסע ביישטייערונגען אויב ער וויל ווייטער אנהאלטן זיין פאנדרעיזינג שוואונג
*
דער געוועזענער אלאסקא סענאטאר מארק בעגיטש גייט אפהאלטן קומענ'דיגע מאנאט א פאנדרעיזער פאר על גראס וועלכע לויפט אלץ אינדעפענדענט אקעגן דעם אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטאר דאן סאליוואן
*
די אפעלאט אינעם סופרים קאורט איבער ניו יארק סטעיטס פארלאנג צו באקומען צוטריט צו טראמפס פינאנציעלע דאקומענטן וועט ווערן באהאנדלט דורך די ריכטער ביי זייער פריוואטע וועכנטליכע קאנפרענץ אום דעצעמבער 13 למספרם און נייעס דערוועגן קען קומען שפעטער אין יענעם פרייטאג אדער א מאנטאג דערויף
*
די מונדליכע ארגומענטן אין די ליוזיאנא חוקי רציחה קעיס איז געווארן באשטימט אויף מערץ 3 למספרם
*
לויט א באריכט האט פרעזידענט טראמפ זיך אויסגעדרוקט צו זיינע געהילפן אין די צייט ווען זיין לעגאלע ראטגעבער גרופע האט צוגעלייגט ברעט קעווענאו צו די ליסטע פון פאטענציאלע סופרים קאורט קאנדידאטן" פארוואס האט איר מיר נישט פון פריער פארציילט איבער די שיינע זאכן וואס קעווענאו האט אין די פארגאנגענהייט געזאגט איבער די עקזעקוטיוו מאכט?!
*
מארגן מאנטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן א היי פראפיל גאן קעיס
פאלגענד איז א באריכט דערוועגן באשריבן א צייט צוריק:

אין 2008 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט 4-5 אז אינדיווידועלן פארמאגן די רעכט צו באזיצן ביקסן אין שטוב פאר זעלבסט פארטיידיגונג
כדי צו באקומען די דעצידירנדע שטימע פוטן ריכטער קענעדי האט ריכטער סקאליא געמוזט אריינלייגן א פאראגראף אין זיין געשריבענעם אורטייל וועלכע באגרעניצט שטארק די אפטייטש פון יענעם פסק
ריכטער סקאליא שרייבט אז גארנישט אין די אורטייל זאל שטעלן אונטער פראגע צייכן אויף לאנגיעריגע פארבאטן אויף קרימינאלן אדער מענטאל אומסטאבילע אדער געזעצן וועלכע פארבאטן צו טראגן געווער אין געוויסע סענסיטיווע זאנעס א שטייגער ווי ארום שולעס אדער רעגירונג געביידעס אדער געזעצן וועלכע רעגולירן די פראצעדור פון פארקויפן ביקסן
זינט יענע אורטייל האבן נידריגע געריכטן איבערן לאנד באשטעטיגט אומצאליגע סטעיט און לאקאלע גאן קאנטראל געזעצן וועלכע זענען עווענטועל געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט צו הערן אויב יענע ספעציפישע געזעץ איז קאנסטיטוציאל אבער אנשטאט אקצעפטירן די קעיסעס וועלכע וואלט בלויז געברענגט אן ענדלאזע שטראם פון פרישע ענליכע קעיסעס און ריכטער קענעדי וואלט געמוזט שוקל זיין יעדע פון זיי באזונדער האט די געריכט איינפאך צוריקגעוויזן די אלע קעיסעס און זינט דאן האט מען נישט געהערט פונעם געריכט איבער די צווייטע אמענדמענט
נאך אזוי שפעט ווי לעצטע יאר האט די געריכט אפגעזאגט אזא קעיס אבער ריכטער טאמאס האט געשריבן א מעמא זיך אפצורעדן דערויף שרייבנדיג אז די געריכט פארנאכלעסיגט אירע פליכטן צו באשוצן די צווייטע אמענדמענט וועלכע איז געווארן די אומבאליבטע טייל פון די קאנסטיטוציע צו די געריכט און אז די רעכט איז געווארן די יתום פון די געריכט און די נידריגע געריכטן האבן פארשטאנען דעם מעסעדזש און זיי נוצן עס גוט אויס
אלעס האט זיך אבער איצט געטוישט מיט ריכטער קעווענאו וועלכע איז א שטארקע פארטיידיגער פון די צווייטע אמענדמענט און די קאנסערוואטיווע פליגל האט איצט א מער קלארע פאראייניגטע פראנט אויף די אישו
צום אלעם ערשט האט די געריכט אקצעפטירט א קעיס איבער ניו יארק סיטי גאן קאנטראל געזעצן אבער לויט עקספערטן איז עס בלויז די טראפ פון א קראן וועלכע וועט פארזעצן צו שטראמען און די קומענדיגע יארן צו באפעסטיגן און מעגליך גאר אויסברייטערן די רעכטן אונטער די צוויייטע אמענדמענט
ניו יארק סיטי ערלויבט פאר איינוואוינער מיט ספעציעלע פערמיטן צו האלטן ביקסן אין שטוב און עס נעמען צו 7 ספעציעל דעזיגנירטע שיסן זאנעס אבער פארבאט ארויסצונענען די ביקסן צו סיי וועלכע אנדערע לאקאציע אריינגערעכנט אויב מען האט א צווייטע הויז אדער צו שיסן זאנעס אינדרויסן פון די סיטי אפילו אויב די ביקסן זענען לער און פארשפארט אין א ספעציעלע שיידל אפגעזונדערט פון די אמוניציע זאפאס
דריי ניו יארק סיטי רעזידענטן אינאיינעם מיט די ניו יארק סיטי רייפל אסאסיאציע האבן געקלאגט די סיטי און פארלוירן אין פעדעראלן געריכט אין מאנהעטען
שפעטער האבן זיי אויך פארלוירן די אפעלאט אינעם צווייטן סירקוט ווי אלע דריי ריכטער האבן עס ארויסגעווארפן
די קלעגער טענה'ן אז אויב זיי ווערן ערלויבט צו באזיצן די ביקסן פאר זעלבסט שוץ דאן פארוואס זענען זיי נישט ערלויבט זיך צו באשוצן ווען זיי גייען צו זייערע צווייטע היימען אדער ספעציעל דעזיגנירטע שיסן ערטער אינדרויסן פון די סיטי?!
די פארטיידיגער זאגן אבער אז ווען די פאליציי געפונט געווער ביי אפגעשטעלטע וועלן זיי ווערן אפגע'פטר'ט מיט אן אויסרייד אז מען איז אונטערוועגנס צו א שיסן זאנע אינדרויסן פון די סיטי און מען קען עס נישט באשטעטיגן ווייל בלויז די ספעציעלע זאנעס אין די סיטי האלטן קלארע רעקארס פון ווער עס קומט און ווען מען קומט
די ארגומענטן וועלן ערשט ווערן אויסגעהערט אינעם קומענדיגן טערמין און די אורטייל קען מעגליך ערשט קומען אזוי שפעט ווי אין 2020 למספרם
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dinrap, mmm, zugurnish, אץ קוצץ, וואנאוויטשער, טראכט א מינוט, טשיינע רב, טשעירמאן, יוסף פריעדמאן, ימות המשיח, קארפענטער און 73 געסט