א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 3:59 pm

איך מאך מיר רעדי מיט מיין סלייס קאקאש
אפס סארי רעפטל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:00 pm

די היינטיגע נייעס באריכט איז געספאנסארט לכבודו פון ידידינו החשוב אונזער געטרייע קאלעגע וועלכע גיבט זיך אוועק פון זיין טייער צייט מהנה צו זיין אזויפיל אידן כבוד הרב צל עובר לרגל עלותו על כס שר חמשת אלפים


פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס ערווארטעט אונטערצושרייבן ארדער וועלכע וועט שיקן ארום 800 זעלנער צום אמעריקאנער גרעניץ מיט מעקסיקא

יורידישע קאמיטע פארזיצער סענאטאר טשאק גרעסלי רעקאמענדירט יוסטיץ דעפארטמענט אריינצוקוקן אין באשולדיגונגען פון פאלשע סטעיטמענטס צו קאנגרעס דורך איינע פון די וועלכע האבן ארויסגערוקט באשולדיגונגען אקעגן ריכטער קעווענאו און יענעמס אדוואקאט מייקל אווענאטי

פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין די הערץ צענטער אין פארט מייערס
פלארידא אום אקטאבער 31 למספרם
עס וועט זיין דעם פרעזידענטס 37'טע באזוך אין די סטעיט

יורידישע קאמיטע פארזיצער סענאטאר טשאק גרעסלי פון אייאווע טוט אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון די אייאווע גאווערנאר פארמעסט וועלכע ווערט איצט געהאלטן דורך א רעפובליקאנער דורך ארויסברענגן אז ער איז שוין 85 יאר אנדייטדיג אז ער וועט מעגליך נישט קענען אויסדינען זיין פולע טערמין און אויב די דעמאקראטן באווייזן איבערצונעמען די גאווערנאר שטוהל וועט א דעמאקראטישע גאווערנאר קענען שטעלן זיין אויסוואל צו ערזעצן גרעסלי פארכאפנדיג א סענאט זיץ אן קיין שאס

די סטעיט סופרים קאורט אין פלארידא האט נארוואס געאורטיילט אז די וויקטימס רעכטן איז אויסגעהאלטן לויט ווי אזוי זי איז אצינד אויסגערעכנט אויפן בעלאט צו שטימען

פלארידא גאווערנאר און סענאט קאנדידאט ריק סקאט שרייבט אויס פון זיין אייגענע טאש א פרישע 7.5 מיליאן דאלער טשעק צו זיין קאמפיין

געוועזענער פלארידא גאווערנאר דזשעב בוש איז היינט אקטיוו און וועט זיין טייל פון א קאנפרענץ קאל ארויסצוהעלפן רעפובליקאנע קאנדידאטן אין טעקסאס

נארט דעקאטע סענאטארשע הייטקעמפ וועלכע איז א גאר שווערע פארמעסט פאר ווידערערוויילונג דארף זיך איצט ספראווען מיט פרישע אומגינסטיגע פובליסיטי נאך וואס א צווייטע וועלט קריג וועטעראן איז ארויסגעקומען מיט קריטיק פארוואס א רעקלאמע פון איר קאמפיין האט אים פארגעשטעלט אן זיין ערלויבעניש
די פאליטישע אומקאפאטענץ איז געקומען צו א קלימאקס ווען א שטאב מיטגליד אינעם קאמפיין האט צוריקגעשאסן און אראפגעריסן דעם וועטעראן

פרישע אנקעטע גיבט א 7% אויבערהאנט פארן אמטירנדע דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מישיגען
סטעבענאו 49%
דזשעימס 42%
די זעלבע אנקעטע האט געהאט סטעבענאו פאראויס מיט 23% לעצטע מאנאט
מערקווירדיג אז די ציפערן קומען פון אן אינערליכע אנקעטע פאר די דעמאקראטן און זענען גאר ענליך צו די אינערליכע אנקעטע פארן דזשעימס קאמפיין עטליכע טאג צוריק און עס קומט אין די צייט וואס א רעפובליקאנער אנקעטע האט גאר לעצטנס געוויזן אז דזשעימס איז פיל מער אונטערשטעליג

לויט אן אנקעטע אין די קאנקורירנדע קאליפארניע קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן געניסן רעפובליקאנער פון א 49-44 אויבערהאנט אין די דשענעריק בעלאט

א פרישע אנקעטע צווישן וויילער העכער 50 יאר גיבט או 1% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין נעוואדע
העלער 44%
ראזען 43%

פרישע SRA אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 46%
סקאט 45%

פרישע SRA אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
דסענטיס 48%
גילאם 45%
די זעלבע אנקעטע האט געהאט גילאם פאראויס מיט 1% לעצטע מאנאט

א פרישע אינערליכע אנקעטע פארן דסענטיס קאמפיין גיבט אים אן 1% אויבערהאנט איבער דעם דעמאקראט ענדרו גילאם אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא

פרישע ען בי סי אנקעטע אינעם דזשארדזשיע גאווערנאר רעיס
קעמפ 46%
עיברעמס 45%
מעץ 4%
צוויי שפיציגע פארמעסט
קעמפ 49%
עיברעמס 47%

אין טענעסי האבן שוין געשטימט אין פערסאן 96,000 מענטשן
די ציפער איז מער ווי אלע אין פערסאן וואוטס דורכאויס די גאנצע ערלי וואוטינג פעריאד אין 2014 למספרם און ערלי וואוטינג גייט נאך אנגיין ביז נאוועמבער 1 למספרם!
אביסל אויסצוקילן די סורפרייזנדע טוירנאוט באדייט קען מען נעמען אין באטראכט איז אין 2014 למספרם האט טענעסי טאקע געהאט גאר א נידריגע טוירנאוט ראטע פון בלויז אין די נידריגע 30 פראצענט

מער ווי 716,000 וויילער האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימע אין נארט קאראליינע

אין קאלאראדא
האבן וויילער נעכטן 140,000 צוריקגעשיקט בעלאטס

אין אייאווע האט מען אנגעהויבן מיט 10 טאג שפעטער ווי אלע יאר
דעמאקראטן האבן שוין צוריקגעשיקט 103,000 בעלאטס אין פארגלייך צו 105,000 אין 2014 למספרם אזא צייט (א שטיקל באגריף אין הויכע טוירנאוט ווען אין איין טאג האבן זיי אנגעצויגן כמעט די נומער פון א צען טאג אפשניט!)
רעפובליקאנער האבן בלויז צוריקגעשיקט 80,000 בעלאטס אין פארגלייך צו 105,000 אין 2014 למספרם אזא צייט

מינעסאטע ווערט די דריטע סטעיט (נאך טענעסי און דעלעוועיר) ווי די ציפערן דערווייל זענען שוין איבערגעשטיגן די ציפערן פון די דאנצע ערלי וואוטינג פעריאד אין 2014 למספרם!
אין פאקט איז עס געווען טיילווייז ערווארטעט פאר מינעסאטע וועלכע האט נאך 2014 למספרם געטוישט די געזעץ צו ערלויבן עבסענטי בעלאטס פאר סיי וועם אפילו אן קיין אנגעגעבענע אורזאך פארוואס נישט צו קומען שטימען אין פערסאן
און געוויסע מינעסאטע קאונטיס זענען שוין די ציפערן אויף א ראטע ענליך צו ווי די ציפערן זענען געווען אין 2016 למספרם צו די איצטיגע צייט!

אין נעוואדע האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
11,154 דעמאקראטן
15,026 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
82,639 דעמאקראטן
75,373 רעפובליקאנער

אין פלארידא האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
526,375 דעמאקראטן
582,490 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
168,548 דעמאקראטן
165,601 רעפובליקאנער

מער ווי 11 מיליאן וויילער האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימע נאציאנאל

פאלגענד זענען רעזולטאטן פון אן ען בי סי באריכט איבער ערלי וואוטינג

מאנטאנא
רעפובליקאנער48%
דעמאקראטן 29%
אריזאנא

רעפובליקאנער44%
דעמאקראטן 33%

פלארידא
רעפובליקאנער44%
דעמאקראטן 38%

דזשארדזשיע
רעפובליקאנער52%
דעמאקראטן 43%

אינדיאנא
רעפובליקאנער51%
דעמאקראטן 38%



רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט אין אריזאנא מארטא מקסעלי ווערט אויפגענומען ביי א פארזאמלונג דורך די רעפובליקאנער אידישע קאמיטע אין א שוהל
דער רעדנער האט אויסגעלויבט טראמפ פארן רוקן די אמבאסאדא קיין ירושלים צו די הילכיגע אפלאדיסמענטן פון די פארזאמלטע
אריבער צום באקעמפן די איראן דיעל האט אויך נאכגעפאלגט לענגערע קלאטשערייען
דאן האט ער דערמאנט די שטייער רעפארם און א שניידנדע שטילקייט האט באנומען די פארזאמלטע און נאך א וויילע האט איינער אנגעהויבן קלאפן

סופרים קאורט ריכטערין קעיגען האט אויפגעטרעטן ביי א פארזאמלונג צו רעדן איבער אישוס און געדאנקן צווישן אנדערן איז זי געפרעגט געווארן אויב אין רעזולטאט פון איר פראמינענטע ראלע סערווירנדיג אויפן העכסטן געריכט דערקענען איר אלע סיי ווען אימער זי שפאצירט אין פובליק האט זי פארציילט ביי איין פאל האט א גרויססע אנהענגער אירע איר באגעגנט אין א רעסטוראנט און איז צוגעקומען צו איר זאגנדיג עס איז מיר א עהרע אייך צו באגעגענען ריכטערין גינזבורג.. (יענע האט ניטאמאל געכאפט אז עס איז קעיגען)

ענטאני סקאראמוטשי: דער פרעזידענט איז א אראנדזשע הייסע טאבע און ער גייט איבעלאזן צייכנס אויף זיינע 2020 למספרם אפאנענטן
טראמפ האט זיין טוויטער אקאונט און ער גייט זיי אריינקריכן אין זייערע קעפ און זיי אטאקירן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:49 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:09 pm

טענקס הכל
נאדיר א קענדי
וועלעכע דארפסטו נעם נאר איין

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:11 pm

א קענדי נאך א פיינע הייסע קאווע און פרישע רינעדיגע קאקאש???
נע....
נעמט אוועק די גוטע טעם...

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:11 pm

פששש
שקועיך
די מעלאנא געפעלט מיר סמערסטע

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:12 pm

WOW וואס פאר א כבוד די גרעסטע כיבוד מסמא וואס מען קעו געבן דא אין אונזער וועלט.

איך האב נישט קיין ווערטער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:34 pm

הבל ;l;p-
צוגעלייגטע
Broadcast-01.jpg
Broadcast-01.jpg (228.77 KiB) געזעהן 2688 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:42 pm

@הלשון, זיס.

@הכל הבל, אייערע רעפארטן זענען זייער אפרישיעטעט, געשמאק און צו די פוינט.

@צל עובר, מזל טוב.

אלע דריי ניק נעמען, זענען טיפע מוסר רייד נוקב ויורד..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:42 pm

וואדאטוצעך!!
כזאגדער!!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:50 pm

הכל הבל האט געשריבן:געוועזענער פלארידא גאווערנאר דזשעב בוש איז היינט אקטיוו און וועט זיין טייל פון א קאנפרענץ קאל ארויסצוהעלפן רעפובליקאנע קאנדידאטן אין טעקסאס


אפשר וועט נאך טראמפ אים אויכט טוישן זיין נאמען ווי ער האט געטיהן די וואך מיט קרוז
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 6:05 pm

הבל יו מעיד מיי דעי!
נישט אנגעקומען זיך צו ארומקוקן היינט אויף אייוועלט, אבער דא האב איך אלע עכטע נייעס אויף א גאלדענעם טאץ נאכדערצו מיט א שטיקל קאקאש קעיק און מילך צו דער זייט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 5:16 am

הכל הבל א גרויסען דאנק
נאך א טאג ארבעט גיין צו דעם אשכול קען נישט זיין בעסער זכות הרבים תלו בך. כה לחי
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 2:05 am

הכל הבל ארבעט נישט זונטיג?
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 10:12 am

אויף די אנפראגע פון פילע :
יומא קמא לא אמר ולא מידי
מיט האפענונג אויף פארשטענדעניש

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 12:26 pm

הכל הבל גיי פאר א נעים טשענש, הכל זהב,

שכוח, קיעפ איט קאמיניג, יו אר די בעסט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:00 pm

א קעפל אין וואשינגטאן פאוסט:
Many Orthodox Jews had their phones off during the Sabbath. Then they learned of a massacre

פרעזידענט טראמפ אין די ערשטע פרוי וועלן מארגן באזוכן פיטסבורג

די דייטשע קאנצלערין אנגלע מערקעל וועט נישט זוכן א פרישן טערמין און פארלאזן פאליטיק און 2021 למספרם

דזשוליאן אסאנזש: עקוואדאר וויל ענדיגן מיין אזיל רעכט און מיר אויסליפערן קיין אמעריקא

די טראמפ אדמיניסטראציע גרייט צו פרישע טאריפס אויף כינע וועלכע וועלן אריינגיין אין קראפט אנהויב דעצעמבער למספרם אין פאל די געשפרעכן צווישן טראמפ אין דער כינעזער פירער ביי די G20 סאמיט פארפעלן צו דערגרייכן פארשטענדעניש אויף די אישו
די דעצעמבער דאטום קען שווער באטרעפן כינע זינט עס קומט אויס פונקט אין די צייט פון די נייע יאר למספרם אין כינע

פרישע פארדעכטיגטע פעקל אדרעסירט צו סי ען ען אנדעקט ביי אטלאנטא פאסט אפיס

אין די פאליטישע וועלט איז מען פארנומען מיט די בעפארשטייענדע מידטוירמס און אינצווישן מיט די באמבע פעקל שיקער און די שחיטה אין פיטסבורג אבער אין ווייסן הויז זיצט מען אויף שפילקעס איבער די קאראוואן וועלכע דערנענטערט זיך מיט יעדן פארבייגייענדן טאג צום אמעריקאנעם גרעניץ
ווי נעכטן באריכטעט אויף אייוועלט פלאנט פרעזידענט טראמפ צו געבן א גרויסע רעדע ערגעץ די וואך איבער אימיגראציע און מען הערט אז די קאראוואן וועט זיין די צענטער פונקט אויף וועלכע די רעדע וועט זיין געווידמעט
מען הערט אז צווישן די ווייניג פראקטישע אפציעס אויפן טיש ציילט זיך א פלאן טאטאל אפצושפארן די גרעניץ
די פלאן טראגט מיט זיך פיל פראבלעמען אריינגערעכנט גרויסע עקאנאמישע שאדנס מיט יעדן טאג וואס די גרעניץ איז פארשפארט און טראנספארטן וועלכע שלענגלען זיך אריבער קומען צו אן אפשטעל
די אדמיניסטראציע קוקט אריין אין די מעגליכקייט צו דערקלערן די צושטאנד אלץ נאציאנאלע זיכערהייט דראאונג און דאדורך זיך ארויסדרייען פון אויפנעמען פלטים וועלכע פארלאנגען אזיל רעכט אנגעבליך אנטלויפנדיג פון זייערע היימלענדער ווי זיי שפירן אז זייער לעבן איז אין געפאר
די פלאן גייט אין איינקלאנג מיט די זעלבע רעכט וועלכע די אדמיניסטראציע האט זיך רעזערווירט ביי די טראוועל פארבאט באשטעטיגט דורך די סופרים קאורט אלץ אויסגעהאלטן
די אדמיניסטראציע קען אבער אויסשטיין לעגאלע אנקלאגעס מיט די טענה אז די קאראוואן באשטייט פון ציווילע בירגער וועלכע שטעלן קיינעם נישט אין געפאר און די אדמינסטראציע וועט דארפן איבערצייגן די געריכט אז אריינלאזן די קאראוואן וועט עפענען דעם וועג פאר א פלוס פון ענדלאזע קאראוואנען וועלכע אמעריקא קען נישט דערהייבן און פראבלעמאטישע פארשוינען קענען זיך מיטכאפן דערמיט
אדמניסטראציע באאמטע הייבן ארויס דעם פאקט אז די פלטים האבן באקומען א פארשלאג פון די מעקסיקאנער באאמטע צו באקומען שעלטערס שולעס און דזשאבס אין מעקסיקא און האבן עס צוריקגעוויזן וואס באדייט אז זיי זענען שוין נישט בארעכטיגט לעגאל צו פארלאנגען קיין אזיל רעכט זינט זיי האבן די אפציע צו פארבלייבן אין מעקסיקא באשוצט פון געפארן

היינט אום 4 אזייגער וועלן באאמטע פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און פון די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ ווי זיי וועלן רעדן איבער די טרופן וועלכע ווערן געשיקט צום גרעניץ

דיסטריקט ריכטער פורמאן וועלכע פארפיגט אויפן צענזוס/סטיזאן פראצעס האט אנטזאגט נאכצוגעבן פארלאנג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט פאר א סטעי
זאגט אז עס קען אפעקטירן די אורטייל פון זיין אין צייט און האט גאר שארף ארונטערגעריסן די אדוואקאטן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט
די קלאגע איז נישט איבער צווינגען ווילבאר ראס צו ערקלערן די מאטיוון פונעם טויש וועלכע די סופרים קאורט האט דערווייל בלאקירט נאר איז איבערן לעגאליטעט פון אריינשטעלן די סיטיזאן פראגע אינעם צענזוס גופא

פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך אויסגעפרעגט נעאמי רעא וועלכע איז די אדמיניסטראטאר און פארפיגט אויף די אפיס אף אינפארמעישאן אף רעגולאטארי אפעירס (אן אפיס וועלכע האט איבערזיכט איבער אויספירן פאליסיס און רעגולאציעס און ארבעט פארן עקזעקוטיוון פליגל) מיטן ציהל איר צו נאמינירן צום די סי סירקוט קאורט צו ערזעצן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן דורך ריכטער ברעט קעווענאו
עס איז די סאמע ערשטע פאל אין וועלכע טראמפ פרעגט אויס א קאנדידאט וועלכע ווערט נישט נאמינירט צום סופרים קאורט
די די סי קאורט איז די געריכט אונטער וועמענס יוריסדיקציע סיי וועלכע געראנגל צווישן טראמפ און מולער ווי סובפינעס און נאך וועט פאלן

טראמפס לעגאלע גרופע האט שוין געענדיגט אויספילן זייער שריפטליכע ענטפערס אויף די פראגן צוגעשיקט דורך מולער
די גרופע זאגט אבער אז זיי וועלן נישט צוריקשיקן זייערע ענטפערס בעפאר די וואלן און דאן אויך בלויז אויב זיי באווייזן צו גרייכן א ברייטערע אפמאך מיט מולער איבער די מונדליכע אויספרעג איבער וועלכע מען איז זיך נאכנישט דורכגעקומען

לויט געריכט דאקומענטן טוט די גרענד דזשורי אין די מייקל קאהען קעיס אויך אריינקוקן און נאכגיין אנדערע וועם די פראקורארן האבן דערווייל נישט אנגעמאלדן אז זיי קענען זיין א ציהל און אינטערעסע אינעם אויספארשונג
די דאקומענטן טוען נישט דערמאנען קיין נעמען פון די באטרעפנדע

א שטארק נאכגעפאלגטע פראצעס איבער אפירמאטיוו עקשאן איז אין אירע לעצטע פאזעס
אפירמאטיוו עקשאן איז געזעץ דורכגעפירט מיט יארן צוריק ווען סיוויל רייטס באוועגונגען האבן נאך געבליעט און מען האט געוואלט פארזיכערן אז מינאריטעטן ווערן נישט דיסקרימינירט און צוליב דעם געשאפן א סיסטעם אונטער וועלכע קערפערשאפטן ווי יונירוועזיטעטן און נאך טוען אפערירן ווי מיט קוואטעס זיך צוריקהאלטנדיג פון אויפנעמען אדער העכערן אין ראנג באזירט אויף טאלאנט און צייכענונגען ווי לאנג די באשטימטע צאל מינאריטעטן באקומען נישט א פון פאראויס באשטימטע טייל פראפארציאנאל
מיט א צייט צוריק האט דער העכסטער געריכט אין אן אורטייל וועלכע איז איז באצייכנט געווארן אלץ פון די קאנטערווערסיאלסטע אין מאדערנע היסטאריע געשריבן אז טייל פון אפירמאטיוו עקשאן איז שוין נישט גילטיג צוליב ווואס ראסע באציאונגען איז שוין נישט אין א קריזיס שטאפל ווי מיט יארן צוריק און מינאריטעטן זענען שוין היינט פיל בעסער רעפרעזענטירט ווי אין די פארגאנגנהייט
אצינד האט זיך געשאפן א פרישע אפירמאטיוו עקשאן קעיס און פון צוויי מינאריטעטן גרופעס צווישן זיך
א גרופע וועלכע פארטרעט אזיאנער אמעריקאנער סטודענטן באשולדיגט די פרעסטיזשפולע הארווארד יוניווערסיטעט פארן זיך באנוצן מיט אפירמאטיוו עקשאן צו בעפארצוגן אפריקאנער אמעריקאנער און לאטינאס אויף זייער חשבון
אין די 1978 למספרם האט דער סופרים קאורט דאן באשטעטיגט אפירמאטיוו עקשאן אין קעמפוסעס און ארויסגעהויבן הארווארדס צוגאנג וועלכע נעמט אין באטראכט פארשידענע פאקטארן ווי ראסע אקאדעמישע דערגרייכונג פאמיליע בעקגראונד און פערזענליכע כאראקטער
די איצטיגע קעיס האלט שוין אין די לעצטע וואך און דיסטריקט ריכטער עליסאן באראוס האט ערלויבט פאר א גרופע סטודענטן וועלכע זענען אין שטיצע אנצוהאלטן די איצטיגע הארוואד פאליסי אויפצוטרטען אין געריכט
די ריכטער האט אויך געשריבן אז די אדוואקאטן וועלכע וועלן אויספרעגן די סטודענטן זאלן האבן נישט מער ווי 5 יאר פראפעסיאנאלע ערפארונג ווייל ער וויל שענקן פאר אינגערע אדוואקאטן א געלעגנהייט צו געניסן פון טרייעל עקספיריענס
ביידע זייטן און אויך די ריכטער זעלבסט האבן אלע אנערקענט אז דער קעיס וועט עווענטועל אנקומען צום סופרים קאורט
אין 2016 למספרם האט דער זעלבער וועלכע שטייט אין שפיץ פון די איצטיגע קלאגע אנגעפירט אן ענליכע אונטערנעמונג פארטרעטנדיג א ווייסע סטודענט מיט ענליכע באקלאגענישו קעגן א טעקסאס יונירוועסיטעט און דער סופרים קאורט האט דאן ארויסגעווארפן די קלאגע איןא 5-4 אורטייל אין וועלכע ריכטער קענעדי האט געאורטיילט מיט די ליבעראלן
אצינד אז ריכטער קעווענאו האט ערזעצט ריכטער קענעדי קען די נייע אויסשטעל אויפן באנק פירן צו אנדערע רעזולטאטן

אין אן אפשטימונג פון 5-2 האט די אריזאנא סופרים קאורט פארבאטן אן אינציאטיוו צו העכערן שטייער און נוצן די געלט צו אינוועסטירן אין ערציאונג פון ערשיינען אויפן בעלאט
אקטיוויסטן האבן אריינגעגעבן א פארלאנג ארויפצושטעלן אויך די בעלאטס פראפאזיציע נומער 207 און געהאפט דערמיט אז עס וועט ארויסטרייבן ליבעראלע וויילער צו די שטים בודקעס אבער די געריכט האט עס אנידערגעשטימט אנגעבליך צוליב וואס די שפראך פון די פארשלאג איז געווען אומקלאר און וואלט צומישט וויילער
א שטיקל סקאנדאל האט זי אנטוויקלט ווען די קאמפיין פון אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי האט פארגעשאצט אז די אורטייל וועט זיין 5-2 אבער די קאמפיין האט עס אוועקגעמאכט באשולדיגונגען פון קאלאברירן מיטן יורידישן פליגל און ערקלעט אז זיי האבן בלויז מיטגעטיילט מיט דזשורנאליסן קלאנגען וועלכע האבן צירקולירט און ווי עס שיינט האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין די ווארהייט

לעצטע וואך איז געווען באריכטעט איבער א מאסיווע קעש פלוס אריין צו די הייטקעמפ קאמפיין זינט איר ניין שטימע אויף ריכטער קעווענאו
נאך א טיפערע אריינבליק שטעלט זיך ארויס אז בלויז 1% פון די געלט קומט פון נארט דעקאטע

פלארידא פלארידא פלארידא
יא יא, עס איז פייער און פלארידא אינעם ווייסן הויז פאליטישע מלחמה צימער
טראמפ און זיין אדמיניסטראציע פארשטייען גאר גאר גוט ווי גורל'דיג די אויסגאנג אין די סטעיט וועט זיין און זענען אויסן צו טוהן אלסדינג אראפצושלעפן דעם ווואגשאהל צו די רויטע זייט
די טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט פלארידא אלץ די סאמע העכסטע פריאריטעט אנערקענעדיג אז א גילאם זיג וועט שטארק קאמפליצירן טראמפס ווידערערוויילונג אויסזיכטן
צווישן אנדערן ווערן געפלאנט צוויי פרעזידענטליכע באזוכן, פילע מעסעדזשעס ארויסגעשיקט אויף טוויטער פון טראמפ, מעגליך ראבאקאולס, קאבינעט מעמבערס וועלן פליען צו די סטעיט
די שוין אזוי אויך נאנטע פארבינדונג צווישן דסענטיס און טראמפ ווערט נאר שטארקער און מייק שיעלדס וועלכע איז נאנט אליאירט מיט די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין האט זיך אנגעשלאסן אינעם דסענטיס קאמפיין

פרעזידענט טראמפ וועט האבן א פארנומענע ראלי סקעדזשועל די וואך באזוכנדיג 8 שטאטן איבערן לאנד
מיזורי (טראמפ וועט דארט זיין אום נאוועמבער 1 למספרם, די פערטע באזוך אין די סטעיט זינט ער האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט) וועסט ווירדזשיניע (נאוועמבער 2 למספרם) מאנטאנא אינדיאנא אהייא דזשארדזשיע טענעסי אין פלארידא (פלארידא וועט באקומען 2 באזוכן)
צווייטע פון צוויי בעפארשטייענדע טראמפ ראליס וועט געסקעדזשועלט אויף נאוועמבער 3 למספרם

אין מיסיסיפי קומט פאר א דריי שפיציגע פארמעסט ווי עס לויפן דער אמטירנדער רעפובליקאנער סענאטאר וויקער אקעגן דעמאקראט עספי (אפריקאנער אמעריקאנער) און דער קאנסערוואטיווער קריס מקדעניעלס וועלכע האט שטארק ארויסגעקוקט אויף א טראמפ אינדארסירונג אבער עס נישט באקומען נאך וואס די עסטאבלישמענט האט אים איבערצייגט עס נישט צו טוהן
די פארמעסט קען גיין צו א ראן אף אןויב קיינער ציהט נישט אן די נויטיגע פראצענט
נאך וואס ראדיא טאלק שאו האסט מארק לעווין האט פאריגע וואך וואך אינדארסירט מקדעניעל קומט איצט אריין די נייעס אז דער קאנסערוואטיווער מעגא דאנאר ראבערט מערסער האט אויסגעשטעלט א האלב מיליאן דאלערדיגע טשעקל פאר מקדעניעלס

אינדעפענדענט קאנדידאט פאר מעין גאווערנאר ציהט זיך ארויס פונעם פארמעסט און אינדארסירט דעם דעמאקראט אטוירני דזשענעראל דזשענעט מילס

מייקל בלומבערג גיסט אריין 900 טויזנט דאלער אין דזשארדזשיעס 7'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין א פארמעסט אין וועלכער דער אמטירנדער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ראב וואדעל האט נאכנישט געלופטערט קיין איינציגע טעלעוויזיע רעקלאמע אבער דעמאקראטישע אינערליכע אנקעטעס ווייזן אויף א שמאלע פארמעסט

אין דיטרויט מישיגען ווי די מאיאריטעט באפעלקערונג זענען אפריקאנער אמעריקאנער איז טוירנאוט אין 2016 למספרם געווען מיט 41,000 שטימען אדער 14% ווייניגער ווי אין 2012 למספרם
צושרייבנדיג אט די פאקטאר צו טראמפס געווינס אין די סטעיט האבן דעמאקראטן אריינגעברענגט דעם געוועזענעם פרעזידענט אבאמא צו קאמפיינען אויפצוהייטערן די געמיינדע ארויסצוקומען שטימען
לויט א צאל אנקעטעס זענען דעמאקראטן פאראויס סיי אין די גאווערנאר פארמעסט אין סיי אין די סענאטא פארמעסט אבער די פארמעסט טוט זיך באדייטנד פארשמעלערן
עס קען זיין אינטערסאנט צו ציען א שטריך צום 2016 למספרם קאמפיין און זעהן ווי אזוי בלויז א דורכפאל טוט לערנען מענטשן ווי אזוי צו זיין געווארנט אינעם צוקונפט
אין 2016 למספרם האט געהייסן אז דעמאקראטן האבן פארנאכלעסיגט מידוועסט שטאטן הויפטזעכטליך וויסקאנסין אין מישיגען וועלכע האט פילייכט בייגעשטייערט צו זייער פארלוסט און צו די זעלבע צייט האטבן די רעפובליקאנער יא שטארק קאמפיינט אין אט די שטאטן
אצינד טוט זיך היסטאריע איבערשפילן נאר קאפויער, מען זעהט קלאר אז די דעמאקראטן ווילן נישט נעמען קיין שאנסן און ברענגן אראפ זייערע קאנאנען צו פארזיכערן א זיג אין שטאטן וועלכע פלעגן טראדיציאנאל שטימען בלוי אין די לעצטערע יארן ווען די זעלבע צייט איז דער טראמפ מאשין דערווייל נישט קעגנגעקומען די רוף פונעם מישיגען רעפובליקאנער קאנדידאט דזשיעמס וועלכע איז ביז לעצטנס כמעט נישט געווען אויף די מידיא כוואליעס און האט לעצטנס אנגעהויבן מער צו בויען זיין נאמען אנערקענונג און פארשמעלערט די פארמעסט
דזשעימס אייסערט זיך אז ער קען אין די לעצטע טעג פונעם קאמפיין איבערראשן די פאליטישע וועלט און מיט די ריכטיגע שטיצע פון די פארטיי גאר געוואונען דעם פארמעסט
אבער ווי געזאגט האט ער נאכנישט באוויזן צו איבערצוגיין די פארטיי מאשין צו גלויבן אין זיינע שאנסן און וועלן אינוועסטירן קריטישע קאמפיין פאנדן אין צייט אויף טראמפס סקעדזשועל פאר א ראלי

סענאטאר גרעהעם אויפן קאמפיין שטראז: סענאטארשע מקעסקיל איז נישט געווען דארט, זי איז געזיצן פאסיוו ביי די זייט אין די צייט וואס די מאב האט זיך פארמירט, געשטימט ניין, און אנטרינען

עריק האלדער וועט היינט קאמפיינען מיט פלארידא דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדרו גילאם אין דרום פלארידא

געוועזענע וויצע פרעזידענט ביידען וועט קאמפיינען מארגן דינסטאג פאר דעמאקראטן אין אייאווע

יוטא סענאטאר מייק לי טוט היינט ארומרייזן מיט סענאטאר טעד קרוז אויף זיין קאמפיין באס און ערשיינט ביי 3 באזונדערע אפשטעלן לענגאויס די סטעיט

דעמאקראטן נוצן ביידען דארט ווי זיי קענען נישט נוצן אבאמא
געוועזענע וויצע פרעזידענט ביידען וועט מיטוואך קאמפיינען אין מיזורי פאר סענאטארשע מקעסקיל און דאנערשטאג אין נארט דעקאטע פאר סענאטארשע הייטקעמפ

רעפובליקאנער אינערליכע אנקעטעס פון לעצטע וואך צייגן קרעמער פאראויס מיט 11% איבער אמטירנדע דעמאקראטישע סענאטארשע הייטקעמפ אין נארט דעקאטע

סענאטאר טעד קרוז זאגט אז ער איז זייער צופרידן פון די ערלי וואוטינג נומערן

פאליטישע זאך קענער אין אריזאנא האבן שוין לאנג אוועקגעמאכט די מעגליכקייט פון א מאסיווע טוירנאוט צווישן אינגע וויילער אין די סטעיט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם און לויט אנאליזן אין די דאטא טוט די ערלי וואוטינג באשטעטיגן זייער מיינונג

די עדיטאריעל באורד פון די סטאר לעדזשער אין ניו דזשערסי רופט אירע ליינער "עס אראפצושלינגען און שטימען פאר דעמאקראטישע סענאטאר מענענדעז"

א פרישע רעימינגטאן אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדע דעמאקראט אינעם מיזורי סענאט פארמעסט
האולי 49%
מקעסקיל 45%
די זעלבע אנקעטע האט געהאט א וואך צוריק האולי פאראויס מיט 1%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין ניו דזשערסי
מענענדעז 47%
יוגען 42%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט א 9% אויבערהאנט פארן אמטירנדע דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מישיגען
סטעבענאו 52%
דזשעימס 43%

א פרישע קוויניפיעק אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טעקסאס
קרוז 51%
ארורק 46%

אין וועסט ווירדזשיניע האט מען מיטוואך שוין אנגעהויבן שטימען

מאריאן קאונטי (אינדיאנאפאליס) די גרעסטע קאונטי אין אינדיאנא עבסענטי בעלאטס שוין איבערגעשטיגן 2016 למספרם

17.7 שוין געשטימט נאציאנאל

אין מערילענד איז פרייטאג געווען די ערשטע טאג צו שטימען פרי און עס האבן געשטימט איבער דאפלט פון וויפיל עס האבן געשטימט אינעם ערשטן טאג אין 2014 למספרם
דערווייל האבן שוין 82,253 געשטימט אין מערילענד

ביז פרייטאג אינדערפרי האבן אין פלארידא געהאט געשטימט 94 טויזנט אין די יארגאנג 18-29
אין 2014 למספרם האבן 9% פון די זעלבע וויילער גרופע געשטימט אינעם וואל טאג, 5% ערלי אין פערסאן, 12% געשטימט ביי מעיל, 73% האבן נישט געשטימט אדער זענען ניטאמאל געווען רעגיסטרירט

אין קאנטראסט האבן 1.1 מיליאן וויילער אין די יארגאנג פון איבער 65 שוין געשטימט
אין 2014 למספרם האבן 12% פון די זעלבע וויילער גרופע געשטימט אינעם וואל טאג, 18% ערלי אין פערסאן, 48% געשטימט ביי מעיל, 22% האבן נישט געשטימט אדער זענען ניטאמאל געווען רעגיסטרירט

זינט נאוועמבער 2016 למספרם האבן זיך איבער א מיליאן פלארידא איינוואוינער רעגיסטרירט צו קענען שטימען
112 טויזנט פון זיי האבן שוין היי יאר געשטימט

אין נעוואדע האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
17,529 דעמאקראטן
22,049 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
138,682 דעמאקראטן
122,810 רעפובליקאנער

אין פלארידא האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
661,539 דעמאקראטן
725,309 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
441,889 דעמאקראטן
433,585 רעפובליקאנער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:18 pm

שקויעך ר' הכל
האסטו מיר געזאגט אז די וואדערמעלאן איז די זאך
האמער געשאפט אפאר שטיק
נאדער
123.jpg
123.jpg (24.15 KiB) געזעהן 2172 מאל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:30 pm

דאנקע שעהן

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:53 pm

קענדי'ס האט געשריבן:שקויעך ר' הכל


פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:08 pm

.
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (44.69 KiB) געזעהן 2094 מאל

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 4:11 pm

העללאו ס'איז שוין 4:10
איר האט שוין אפשר געריקט די זייגער

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 4:14 pm

קענדי'ס האט געשריבן:העללאו ס'איז שוין 4:10
איר האט שוין אפשר געריקט די זייגער

שוין נישט געשריבן פון
מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:47 pm
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 4:17 pm

משה11 האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:העללאו ס'איז שוין 4:10
איר האט שוין אפשר געריקט די זייגער

שוין נישט געשריבן פון
מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:47 pm

ער איז געהעריג דא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 4:46 pm

וואס איז מיט א"י נייעס?
בחירות וכדו'?
כשמ"ו כן הוא

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:23 am

א גוט מארגן און שלום וברכה אהובים וידידים

אנטשולדיגט פאר די נעכטיגע אפוועזנהייט
איך בין נישט געווען דאהי נאר עלי אורח
גראדע געווען מחובר און אריינגעלאגט אבער נישט געהאט קיין אידישע קיבאורד מיט מיר

מיט האפענונג אויף פארשטענדעניש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, ואיני יודע מה, ווייס פרעזידענט, לעכטל, פרעג נישט און 37 געסט