א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג מאי 06, 2019 3:02 pm

וואס איז די עפעקט פון האלטן אן אטוירני דזשענעראל אין קאנטעמפט?
סימבאליש?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 06, 2019 4:02 pm

יא

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 07, 2019 11:19 am

דינסטאג קדושים

אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא רופט אפ א געסקעדזשועלטע זיצונג מיטן דייטשע פירער מערקעל אנגעבליך צוליב דרינגענדע אישוס וועלכע ציען איין זיין סקעדזשועל

אין קאנגרעס שטימט מען היינט אין די רולס קאמיטע פאר דיידליינס איבער די 17.2 ביליאן דאלער דיזעסטער הילף פעקל און אויך פאר א ביל צו בלאקירן די טראמפ אדמיניסטראציע פון שענקן וועיווערס פאר סטעיטס צו דעקן געוויסע העלט קעיר באהאנדלונגען
ביידע בילס וועלן דערנאך ווערן דעבאטירט און באקומען אן אפשטימונג שפעטער אין וואך אויפן קאנגרעס פלאר

די סענאט יורידישע קאמיטע האלט היינט אפ א פארהער איבער די ראלע וועלכע אינטעלעקטואלע פראפערטי שפילט אין די פרייזן פון פרעסקריפשאן דראגס

ניו יארקע אטוירני דזשענראל פרוי דזשעימס פיילט א לאוסוט אקעגן די טרעזשורי דעפארטמענט און די איי אר עס פארן נישט צושטעלן פארלאנגטע אינפארמאציע

עף בי איי דירעקטאר זאגט אין סענאט אז ער וואלט זיך נישט באנוצט מיט די טערמין שפיאנאזש וועלכע באר האט גענוצט צו באצייכענען די אגענטורס נאכפאלגן די טראמפ קאמפיין אבער יעדער האט זיך זיין וועג איבער וועלכע פראזן צו נוצן אבער איך גלויב אז די אגענטור איז פארמישט אין אויספארשונג אקטיוויטעטן און טייל פון די אקטיוויטעטן רעכנט אריין סורוועיליענס

רעי זאגט אויך אז ער און באר זענען אין גוטע און נאנטע פארבינדונג איבער די טעמע און אז ער איז בייהילפיג צום אטוירני דזשענעראל
מיט זיין איבערזיכט אויך די טראמפ רוסלאנד אויספארשונג
שאהין האט אויך געפרעגט פון ריע אויב ער האט סיי וועלכע באווייז איבער אומלעגאלע שפיאנאזש אין די 2016 למספרם קאמפיין אויף וועלכע רעי האט געזאגט אז ער גלייבט נישט אז ער פערזענליך האט סיי וועלכע באווייז

מיטש מעקאנעל האט פריער אויפ סענאט פלאר געזאגט אז טראמפ אויספארשונגען זענען פארביי און מען דארף זיך רוקן פאראויס
מען האט דערנאך געפרעגט סענאטאר טיליס אויב ער וויל נאך הערן פון מולער און ער האט געענטפערט אז נישט און אז ער איז איינשטימיג מיט מעקאנעל

פרעזידענט טראמפ האלט היינט אפ א זיצונג אין די אוועל אפיס מיט פלארידא גאווערנאר ראן דסענטיס און קאנגרעסמאן מעט געץ
ארום 3 אזייגער וועט טראמפ זיצן מיט סענאטארן צו רעדן איבער אימיגראציע

אין קענטאקי ווערט די דעמאקראטיישע פריימערי היציגער ווען דער געוועזענע סטעיט אודיטאר עדעם העדעלען לייגט ארויס זיין 5'טע טעלעוויזיע רעקלאמע
די רעקלאמע טוט צום ערשטן מאל דירעקט אטאקירן דעם פראנט ראנער סטעיט אטוירני דזשענעראל ענדי באשאר

די געפעכט צווישן די ליבעראלע יוסטיץ גרופע און סענאטאר מייקל בענעט זעצט פאר
די גרופע האט ארויסגעלייגט טעלעוויזיע און דידזשיטאל רעקלאמעס אין ניו העמפשיר אקעגן בענעט

דזשעימס קאומי פלעגט ווי באקאנט נעמען נאטיצן פון היי פראפיל וויכטיכע געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ
די איינפיר צו דאקומענטירן געעשענישן איז אבער געווען ברייטער ווי די עטליכע שמועסן מיטן פרעזידענט און ער פלעגט אויך פארצייכענען און א ספעציעלע דזשורנאל זיינע אייגענע סענסיטיווע שפיאנאזש באשלוסן אריינגערעכנט אידענטיפיצירן די קאוד נעמען פון שפיאנען און זעלבסטפארשטענדליך אז די אינהאלט פון יענע דזשורנאל איז פארבליבן א געהיימעניס
א פארלאנג איז געווארן אריינגעטראגן אין געריכט צו פארעפנטליכן די מעמוארן און די ארגינעלע געריכט דאטום ווען די עף בי איי האט געדארפט פיילן זייער רעאקציע איז געווען אפריל 15 למספרם אבער עס איז געווארן אפגעשטופט אויך היינט מאי 7 למספרם

די דעדליין פאר דאן מקגעהן איבערצוגעבן פאר קאנגרעס דאקומענטן בשייכות צו אבסטראקשען איז געווען היינט אינדערפרי
דערווייל איז אומבאקאנט אויב ער האט עס איסערגעגעבן אדער נישט

קאנגרעספרוי סינדי עקסנע פון האט אין 2018 למספרם ארויסגעשטויסן דעם רעפובלליקאנעם דעיוויד יאנג פון אייאוועס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
נעכטן האט יאנג געמאלדן אז ער גיייט ווידעראמאל לויפן פאר דעם זיץ אין 2020 למספרם און פרובירן עס צוריק צו פארכאפן

סטיוו בענאן לויבט טראמפ פארן זיך נישט לאזן פון כינע אין די האנדל געשפרעכן זאגנדיג אז אויב טראמפ וואלט ווען געגאנגען מיט כינע איצטיגע פארשלאג וואלט ער געווארן אטאקירט דורך שומער פון לינקס און קרוז און רוביא פון רעכטס

דעמאקראטישע קאנגרעס פירער טוען אקטיוו מוטיגן זייערע מעמבערס צו ערשיינען אויך פאקס נייעס און אזוי ארום אפעלירן צו א ברייטערע אוידיענץ פון וויילער

קאמאלא העריס האט נאך א קאמפיין אויפטריט אין דיטרויט געזאגט אז מען דארף ארויסווארפן די גאנצע טראמפ שטייער רעפארם
אירע געהילפן האבן שפעטער אויפגעקלערט אז זי מיינט צו זאגן אז מען דארף עס דערנאך ערזעצן מיט די ליפט אקט וועלכע איז א 3 טריליאן שטייער שניט פאר נידריגע און מיטל קלאס פארדינער

סענאטאר מייק לי האט פריער אראפגעריסן די אמעריקאנע עקספארט אימפארט באנק צי וועלכע די טראמפ אדמיניסטראציע האט נאמינירט עטליכע וועלכע ווארטן צו ווערן די ואך באשטעטיגט אין סענאט
לי זאגט אז עס איז אין אונזערע בעסטע אינטערעסן פטור צו ווערן פון די קראני באנק און אז די סענאט זאל נישט אויספילן די באורד און עס לאזן ליידיג און פארקריפלט

נאך די נעכטיגע טאג געענדיגט אין מינוס טעריטאריע טוט די סטאק מארקעט פארזעצן צו פאלן היינט נאך טראמפס טאריף מעלדונג

די סופרים קאורט האט צום 9'טן מאל אפגעשטופט די דאטום ווען זיי דארפן ענטפערן אויב זיי אקצעפטירן די קעיס פון די רעכטן בריות משונות סטודענטן זיך צו באנוצן מיט פריוואטע צימערן אין שולע לויט זייער באגער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 07, 2019 12:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג מאי 07, 2019 11:50 am

אזוי הינגעריג געווען ישר כח ר @הבל
לעצט פאראכטן דורך שקר אום דינסטאג מאי 07, 2019 2:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג מאי 07, 2019 11:57 am

שכח הבל פאר די נייעס.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 07, 2019 12:09 pm

איין ציטאט איז געקומען שוין נאכן שיקן די היינטיגע אויפלאגע צום דרוק

ספיקער פעלאסי זאגט אז טראמפ שטופט זיי דורכצופירן אימפיטשמענט

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מאי 07, 2019 12:26 pm

וועל עפרישיעיטעד @הבל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מאי 07, 2019 1:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:איין ציטאט איז געקומען שוין נאכן שיקן די היינטיגע אויפלאגע צום דרוק

ספיקער פעלאסי זאגט אז טראמפ שטופט זיי דורכצופירן אימפיטשמענט

וואס טוט טראמפ ?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 07, 2019 1:08 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איין ציטאט איז געקומען שוין נאכן שיקן די היינטיגע אויפלאגע צום דרוק

ספיקער פעלאסי זאגט אז טראמפ שטופט זיי דורכצופירן אימפיטשמענט

וואס טוט טראמפ ?

זי האט זיך באצויגן צו דאס וואס די ווייסע הויז בלאקירט צוצושטעלן פאר קאנגרעס דאקומענטן

זי באצייכנט עס אלץ אימפיטשעבל אפפענס

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מאי 07, 2019 1:53 pm

סאו לשיטתה וואלט מען געדארפט אימפיטשען אבאמא?
כהער.
We believe in facts, not truth

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג מאי 07, 2019 4:12 pm

@הכל הבל. וואספארא אינפארמעישן פארלאנגט פרוי דזשעימס פון ניו יארק, פון אי איי ער עס און די טרעזשערי?

יישר כח.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מאי 07, 2019 4:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג קדושים

די דעדליין פאר דאן מקגעהן איבערצוגעבן פאר קאנגרעס דאקומענטן בשייכות צו אבסטראקשען איז געווען היינט אינדערפרי
דערווייל איז אומבאקאנט אויב ער האט עס איסערגעגעבן אדער נישט

יעצט ווערט באריכטעט אז די ווייסע הויז האט געשיקט א בריוו צו מקגעהן ווארענען אז ער זאל נישט ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע פאר קאנגרעס צוליב עקזעקיוטיוו פרעוויליגיע

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 07, 2019 4:22 pm

איצל פיצל האט געשריבן:@הכל הבל. וואספארא אינפארמעישן פארלאנגט פרוי דזשעימס פון ניו יארק, פון אי איי ער עס און די טרעזשערי?

יישר כח.

זי וויל אינפארמאציע איבער די שריט פון די דעפארטמענט וועלכע רעדוצירט טייל פון די פארלאנגען אויף ביישטייערונגען פון טעקס עקזעמפט גרופעס צו פארעפנטליכן אינפארמאציע איבער זיך

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 07, 2019 4:29 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג קדושים

די דעדליין פאר דאן מקגעהן איבערצוגעבן פאר קאנגרעס דאקומענטן בשייכות צו אבסטראקשען איז געווען היינט אינדערפרי
דערווייל איז אומבאקאנט אויב ער האט עס איסערגעגעבן אדער נישט

יעצט ווערט באריכטעט אז די ווייסע הויז האט געשיקט א בריוו צו מקגעהן ווארענען אז ער זאל נישט ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע פאר קאנגרעס צוליב עקזעקיוטיוו פרעוויליגיע

די נייעס איז פון פארמיטאג און די ווייסע הויז האט דערווייל נאכנישט אפיציעל געקלעימט דערויף עקזעקוטיווע פריוויליגיע נאר דערווייל פארארדנט מקגהען עס נישט צוצושטעלן ווייל זיי וועלן מעגליך קלעימען עקזעקוטיווע פריוויליגיע
קעגנער פונעם פרעזידענט טענה'ן אז דער פרעזידענט קען לעגאל האבן א פראבלעם צו קלעימען עקזעקוטיווע פריווילעגיע אויף מקגהען'ס רעדן צו די קאמיטע (נישט קלאר אויב עס נעמט אויך אריין דאס צושטעלן די דאקומענטן ווייל עס קען זיך ווענדן אויב פאר מולער האט ער עס יא אהינגעגעבן) ווייל איינמאל דער פרעזידענט האט אים ערלויבט צו רעדן צו מולער און מיטיילן די אינפארמאציע מיט אים האט ער אויפגעגעבן אויף די רעכט און קען שוין נישט באגרעניצן פאר וועם ער מעג עס זאגן און פאר וועם נישט
איין לעגאלע אנאליסט האט אויסגעבארגט א פראזע וועלכע איז געווען פאפולער ביי די ניקסאן סקאנדאל ווען מען האט פרובירט נאכצולויפן אינפארמאציע און עס צוריקכאפן פון רינען ווייטער זאגנדיג: די קענסט נישט צוריקלייגן די ציין פאסטע אינעם באטל (די סארט מאטריאל איז עפעס וואס איינמאל עס איז ארויסגעקוועטשט קענסטו עס נישט צוריק אריינלייגן אינעם האלטער)

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מאי 07, 2019 4:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:

כעל דיר זאגן דעם אמת.. איך האב עס געהערט אויף קול מבשר און טאמער איז עס נישט אקוראט דעמאלט דארפן זיי אפשר הייערן הבל זאל צוגרייטן די באריכטן..

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 07, 2019 4:44 pm

יאפ נישט בלויז די נייעס קוואל וועם דו האסט ציטירט
מערערע האבן נאכגעברענגט די נייעס אויפן זעלבן וועג אבער ווי געזאגט איז עס ווי איך האב פריער געשריבן נאכנישט געווארן אפיציעל געקלעימט

דבר החרדים מירושלים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » דינסטאג מאי 07, 2019 5:05 pm

קוק אהער דער @הכל הבל פירט וואשינגטאן.
ניטאמאל פעלאסי ווייסט אזוי גוט וואס גייט דארט פאר
זיכער נישט עני אנדערער קאנגרעסמאן אדער סענאטאר
שכויח הבל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 07, 2019 5:16 pm

כ'קום נישט אן אייביג צו באדאנקן
אבער מיר ליינען עס אדורך יעדן טאג ווי מיר שעפן הנאה פון די קורצע פולע איבערבליק פון די טאג.
א ריזן דאנק...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דינסטאג מאי 07, 2019 6:21 pm

eller האט געשריבן:כ'קום נישט אן אייביג צו באדאנקן
אבער מיר ליינען עס אדורך יעדן טאג ווי מיר שעפן הנאה פון די קורצע פולע איבערבליק פון די טאג.
א ריזן דאנק...

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מאי 07, 2019 10:42 pm

טענקס הבל פאר דיין געשמאקע רעפארטאזש

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 08, 2019 10:35 am

מיטוואך קדושים

גייענדיג צום דרוק: די ווייסע הויז גיבט איבער אז פרעזידענט טראמפ האט פארמאל געקלעימט עקזעקוטיווע פריווילעגיע
*
ענגלאנד פרעמיער מיניסאטארשע פרוי מעי זיצט איצט מיט דער אמעריקאנער אויסערן מיניסטאר מייק פאמפעיא צו באהאנדלען ברעקזיט און די איראן נוקלעארע דיעל
*
צוויי הויך שולע סטודענטן האבן פאטאל דערשאסן אן אנדערע סטודענט און פארוואונדעט אכט אנדערע אין א טשארטער שולער אין קאלאראדא
*
אטוירני דזשענעראל באר דראעט צו בעטן פונעם ווייסן הויז צו קלעימען עקזעקוטיווע פריווילעגיע איבער די פארלאנג פון דעמאקראטן צו זעהן די פולע מולער באריכט אויב זאלן זיי אים האלטן אין קאנטעמפט
*
דזשערי נאדלער ווארנט אז אויב מקגעהןקומט נישט אויפטרעטן וועלן זיי אים האלטן אין קאנטעמפט אויסער אויב די ווייסע הויז פארשאפט א געריכט ארדער אז ער מוז נישט ערשיינען
*
דזשערי נאדלער זאגט אז ער איז נישט אזוי אפטימיסטיש אז מולער וועט אויפטרעטן פארנט פון זיין קאמיטע און אז טראמפ קען פרובירן צו בלאקירן אזא אויפטריט
*
די קאנגרעס יורידישע קאמיטע שטימט היינט צו האלטן אטוירני דזשענעראל באר אין קאנטעמפט אף קאנגרעס פארן נישט צושטעלן די פולע מולער באריכט פארלאנגט דורך די קאמיטע דורך א סובפינע
*
די סענאט יורידישע גרעניץ זיכערהייט און אימיגראציע סובקאמיטע האלט היינט אפ א הירינג איבער די היומאנאטערשיע קריזיס ביים דרום גרעניץ מיט מעקסיקא
*
די סענאט אפראפריעשאנס פארטיידיגונג סובקאמיטע פארהערן היינט עקטינג פארטיידיגונג סעקרעטאר פעטריק שאנאהאן און טשיעף אפ סטעף פארזיצער גענעראל דזשאסעף דאנפארד איבער דעם פרעזידענטס פענטאגאן בודזשעט פארלאנג
*
די סענאט שטימט איצט אינדערפרי צו באשטעטיגן ריכטער דזשאסעף ביאנקא צום 2'טן סירקוט קאורט און דערנאך איבער 3 נאמינאציעס צום עקספארט אימפארט באנק
*
די טראמפ אדמיניסטראציע מעלדט אז דראג פירמעס וועלן אין קורצן מוזן פארעפנטליכן פרייזן פון זייערע מעדיצינען אין זייערע טעלעוויזיע רעקלאמעס
*
פענס האט ביי די נעכטיגע מיטאג מיט רעפובליקאנע סענאטארן דיסקוסירט אינפראסטרוקטור
די פראגע פון ווי אזוי עס צו דעקן איז נישט ארויפגעקומען אין די געשפרעך
*
דזשאן קעלי איבער אויב די פרעזידענטס פאמיליעס ארבעט אין ווייסן הויז האט געמאכט זיין ארבעט קאמפליצירט: עס איז געווס געווען אן איינפלוס מיט וועלכע מען האט זיך געדארפט ספראוען אבער איך מיין נישט די ערשטע פרוי וועלכע איז א וואונדערליכע פערזאן
*
טראמפ האט נעכטן ביי א זיצונג מיט עטליכע קאנסערוואטיווע סענאטארן דיסקוסירט אימיגראציע און לויט סענאטאר קעווין קרעמער ועכלע איז געווען אנוועזנד האט מען גערעדט איבער רעפארמירן פערמענאנטע לעגאלע אימיגראציע און טראמפ איז געווען קאנצעטרירט איבער געדאנקען וועלכע זענען רעאליסטיש און קענען ווערן דורכגעפירט
סענאטאר קארנין זאגט אבער אזאן אימיגראציע אפמאך איז ווארשיינליך טויט ביים אנהויב אונטער טראמפ ווייל מיר קענען קיינמאל נישט איבערקומען די פיניש ליין און סענאטאר דורביין זאגט אויך אז עס איז נישטא קיין אנדייטונג אז דאסמאל איז אנדערש
טאם קאטאן האט געזאגט נאך די זיצונג אז עס איז געווען אסאך געדאנקען איבער וואס אלע אנוועזנדע (קיין איין דעמאקראט) זענען געווען אינשטימיג ווי איבערצוארבעטן די גרין קראד סיסטעם צו זיין מער מעריט באזירט
די טעמפארערי געסט ארבעטער פראגראם וועלכע צוטיילט שטארק די רעפובליקאנע קאוקוס איז נישט געווארן אויפגעברענגט
*
שומער זאגט אין אן אינטערוויו אז עס איז טראמפ וועט ווארשיינליך נישט איינגיין אויף פארלאנגען פון דעמאקראטן איינצושליסן ארבעטער באשיצונגען און ריינע ענערגיע אין אן אינפראסטרוקטור ביל און אמעריקאנער וועלן זיך איבערצייגן אז אויך אויף די טעמע איז טראמפ א בלויזע פראוד אזוי אויף אנדערע זאכן
*
בערני סאנדערס איז געווען די איינציגסטע וועלכע שטימט געווענליך מיט דעמאקראטן אבער האט נעכטן געשטימט מיט א דרופע קאנסערוואטיוון נישט צו באשטעטיגן ריעד צום עקספארט אימפארט באנקווען עס איז געקומען צו די נאמינאציע פון באקאוס איז שוין געווען א האנדפול מיט דעמאקראטן צו שטימען אקעגן אים
*
קאמאלא העריס איז געפרעגט געווארן איבער די סטעיטמענט פון ספיקער פעלאסי אז טראמפ פרובירט מיט זיינע שריט צו שטופן דעמאקראטן אין ריכטונג פון אימפיטשמענט
העריס: איך ווייס נישט וואס ער פרובירט צו טוהן, אפן גערעדט, איך ווייס נישט
*
דזשאו ביידען קאמפיינט אין נעוואדע וואו ער אטאקירט טראמפס פאמיליע צוטיילונג פאליסי און דאס דעפארטירן דרימערס אוןן וועטעראנען
*
די נאציאנאלע יוניאן פון העלטקעיר ארבעטער פלאנען צו פראטעסטירן אקעגן דזשאו ביידען ביי א פאנדרעיזער היינט אין די היים פון א קעיזער באורד מעמבער
די יוניאן איז פארמישט אין א ביטערע קאמף מיט קעיזער און האבן געוואלט אז ביידען זאל אפרפן די פאנדרעיזינג אוונט
*
פיטע באטידזשעדזש איז געווען אין ארענדזשבורג סאוט קאראליינע אין א טאון וועמענס באפעלקערונג איז מער פון דריי פערטל אפריקאנע אמעריקאנע
די אוידיענץ איז באשטאנען פון מיינסטנס ווייסע און דער קאנדידאט האט אפנהארציג קלארשעטעלט אז נישט זיי זענען געווען די ציהל פון די היינטיגע קאמפיין רייזע..
*
פיטע באטידזשעדזש ווערט שטארק געשטיצט דורך א רייע מעגא דאנארס פון סיליקאן וואלי וועלכע האבן געשטיצט די קלינטאן און אבאמא קאמפיינס
עס רעכנט אריין אזעלכע ריזן ווי מארק זוקערבערג
*
עליזאבעט ווארען וויקלט אויף איר פלאן צו באקעמפן איפיאד אדיקשאן אין צוגרייטונג צו אירע באזוכן צו וועסט ווירדזשיניע און אהייא
די פלאן וועט אויסגעבן 100 ביליאן דאלער אין די קומענדיגע 10 יאר און וועט ווערן געדעקט דורך די נייע שטייער אויף די רייכע
*
קאנגרעסמאן דאן ליפינסקי פון אילינאי וועלכע ווערט באצייכנט אלץ איינע פון די מערסט קאנסערוואטיווע דעמאקראטן האט צורקיגעשאסן און אראפגעריסן פרא חוקי רציחה גרופעס פארן אינדארסירן זיין פריימערי קעגנערין מאריא ניימאן זאגנדיג אז זי פירט א טיי פארטיי סטיל קאמפיין נאר פון לינקס
*
דערווייל הייסט עס העכסט אומערווארטעט אז רעפובליקאנער זאלן צוריק פארכאפן קאנטראל פון קאנגרעס ביי די קומענדיגע וואלן און עס קען מעגליך אוזי פארבלייבן אבער אנאליסטן זאגן אז מען קען דערווייל נישט אויסרעכענען די אומשטענדן פון דעם קומענדיגן וואל סעזאן
די סטראטעגיסטן צייגן אן אז צוריק אין 2018 למספרם האבן די רעפובליקאנער געדארפט אנהאלטן א רייע זיצן פון אמטירנדע קאנגרעסלייט ווען אקעגן זיי זענען געלאפן פרויען קאנדידאטן און די פריע באריכטן צייגן אן אז די רעפובליקאנער האבן גרויס סוקסעס צו רעקרוטירן היי יאר פיל מער דרויסנדיגע פרויען קאנדידאטן צוריק ארויסצושטויסן די דעמאקראטן
אויך צייגט מען אן אויף די פאקט אז דעמאקראטן פארמאגן אציט א באקוועמע מאיאריטעט צוליב זייער אסאך זיצן אין רויטע דיסטריקטס וועלכע ווערן אציט געהאלטן דורך דעמאקראטן און מיט טראמפ אויפן בעלאט קען עס זיין שווער אנצוהאלטן

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך מאי 08, 2019 11:13 am

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך קדושים

*
אטוירני דזשענעראל באר דראעט צו בעטן פונעם ווייסן הויז צו קלעימען עקזעקוטיווע פריווילעגיע איבער די פארלאנג פון דעמאקראטן צו זעהן די פולע מולער באריכט אויב זאלן זיי אים האלטן אין קאנטעמפט
*
דזשערי נאדלער ווארנט אז אויב מקגעהן קומט נישט אויפטרעטן וועלן זיי אים האלטן אין קאנטעמפט אויסער אויב די ווייסע הויז פארשאפט א געריכט ארדער אז ער מוז נישט ערשיינען
*

אויב קלעימט די ווייסע הויז עקזעקוטיווע פריווילעגיע אדער עס איז דא געריכט ארדער קענען די דעמקראטען נישט האלטן אין קאטעמפט ?

אגב די אחד עשר כוכביא (איבער טאפלט) איז זייער א גיטע עצה.

הק' יישר כח

אווער נייט קוגעל
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מיטוואך מאי 08, 2019 11:19 am

א גרויסן שכח הרב הבל!
ש'טיי מיר אזוי פין די זייט און מ'קוק מיר זיך אזוי צו מיט גרויס הנאה טאג נאך טאג!
קיפ איט אפ!!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 08, 2019 11:19 am

[/quote]
אויב קלעימט די ווייסע הויז עקזעקוטיווע פריווילעגיע אדער עס איז דא געריכט ארדער קענען די דעמקראטען נישט האלטן אין קאטעמפט ?

זיי קענען יא און פלאנען עס באלד צו טוהן

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך מאי 08, 2019 11:19 am

שכח הבל פאר די באריכטן.

שפירטצעך דא ווי א רואיגע אינזעל צווישן די שטורעמישע טענה'רייען אין די אנדערע נייעס אשכולות...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, Lion, אזאמעשה, וואס פארשטיי איך? און 28 געסט