א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 08, 2019 11:25 am

טראנספארט האט געשריבן:שכח הבל פאר די באריכטן.

שפירטצעך דא ווי א רואיגע אינזעל צווישן די שטורעמישע טענה'רייען אין די אנדערע נייעס אשכולות...

שקויעך און וועלקאם צו קאקאש איילאנד..
די מולער באריכט אשכול איז גראדע אויך געווארן אוועקגעשטעלט צוליב די זעלבע סיבה און נעכטן דורכן טאג האב איך פרובירט צו באריכטן דארט ווען עס זענען געווען אנטוויקלונגען אבער אנשטאט די דעבאטירער זאלן זיך א פיצינקע רעכענען דערמיט און אראפלאדענען זייערע געפילן אין די עלטערע מולער אשכול דעזיגנירט פאר די דאזיגע צוועק איז יענע אשכול אויך געווארן פארשמירט
נו, וואס קען איך טוהן.
שפעטער בין איך אריבער צו די קאנגרעס און סענאט אשכול טרעפנדיג דארט עטוואס מער רואיגקייט
בלייבט צו האפן אויף מער פארשטענדעניש פון אונזערע גוטע ידידים

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך מאי 08, 2019 11:47 am

הכל הבל האט געשריבן:
טראנספארט האט געשריבן:שכח הבל פאר די באריכטן.

שפירטצעך דא ווי א רואיגע אינזעל צווישן די שטורעמישע טענה'רייען אין די אנדערע נייעס אשכולות...

שקויעך און וועלקאם צו קאקאש איילאנד..
די מולער באריכט אשכול איז גראדע אויך געווארן אוועקגעשטעלט צוליב די זעלבע סיבה און נעכטן דורכן טאג האב איך פרובירט צו באריכטן דארט ווען עס זענען געווען אנטוויקלונגען אבער אנשטאט די דעבאטירער זאלן זיך א פיצינקע רעכענען דערמיט און אראפלאדענען זייערע געפילן אין די עלטערע מולער אשכול דעזיגנירט פאר די דאזיגע צוועק איז יענע אשכול אויך געווארן פארשמירט
נו, וואס קען איך טוהן.
שפעטער בין איך אריבער צו די קאנגרעס און סענאט אשכול טרעפנדיג דארט עטוואס מער רואיגקייט
בלייבט צו האפן אויף מער פארשטענדעניש פון אונזערע גוטע ידידים

טאקע דערפאר איז שוין העכסט צייט צו עפענען א אייגענע "הכל הבל נייעס אשכול"
הרב הבל איך טו דיר נישט צופיל באדאנקען דא אבער דיין ארבעט איז הערליך שכרך הרבה מאוד
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 08, 2019 11:15 pm

פליזזזזז, דעס דארף עכט זיין ריזיג bold, וואס קען מען אבער טוען, אונז זאגן א קליינע לויב צום כל יכול ביי מגן אברהם וועגן די נישטא גענוג, חס ושלום חלילה חלילה קאמפעירן א בשר ודם צום אייבערשטן, אבער אז איך העל מיך נעמען שרייבן וואס מ'דארף עכט יעצט העט די סערווער קראכן... אבער אז מ'וועט נישט האבן קיין ברירה...

בארויגטס אייך, ס'איז זיכער די סטרייק וואס ער האט באשלאסן צו מאכן, און אויב נישט @הכל
ווער דארף יעצט מאכן דעם סטרייק

יעמוד, יעמוד, יעמוד את כל הקהל הקדש הזה ואמר, שכח, שכח, שכח, שכח לניק "הכל הבל" פאר אלע רעפארטאזשן נייעס וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'.

@הכל אויב איינע פון מיינע תגובות האט אייך געמאכט
עגמת נפש האף איך איר זענט מוחל בלב שלם, און דאנט ווארי מ'העט זיך זען ביים קומענדיגן רעפאאטאזש, היינט העל איך אנדערש ווי גיווענליך, גיין קויפן דעם קאקאש קעיק היינט און נישט מארגן צופרי, יא יא מ'העל מיר עסן נאכאמאל ביים קומענדיגן, האפנטליך ביאת גואל צדק במהרה בימנו.

הק' וואס טוט זיך
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 08, 2019 11:32 pm

שכוח הכל!
די שטערנדליך נאך יעדע נייעס איז גאר א גוטע איידיע!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך מאי 08, 2019 11:41 pm

פאראינטערעסירט האט געשריבן:שכוח הכל!
די שטערנדליך נאך יעדע נייעס איז גאר א גוטע איידיע!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:30 am

רבותי עס קען נישט גיין אזוי אינזער טעגליכע קאקאש איז געווארען געסטאפט צוליב איין איינציגער וואס פארגינט נישט
לאמיר ארויס גיין מיט א פעטישען זיך צי בעטען ביי @ הבל זאל צרוק קומען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:38 am

גייט זיין קאקאש היינט ?

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:40 am

ניין מיר האבן אים פארלוירען צוליב קנאה
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:47 am

וואו האט ער געשריבן אז ער גייט.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:54 am

איך האב נעכטען בייקומען א אישי
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:13 pm

דאנערשטאג קדושים





צפון קארעא האט פריער ארויסגעשאסן א פרישע רונדע פון מיסילס אין זייער צווייטע טעסט אין ווינציגער ווי א וואך

*
איבער די קאנטעמפט אפשטימונג אויף די קאנגרעס פלאר זאגט פעלאסי אז מען ווייסט נאכנישט ווען עס וועט פאסירן ווייל עס קען מעגליך פארקומען א באזונדערע קאנטעמפט אפשטימונג (מענושין?) און מען וועט עס מעגליך מאכן אויף איינמאל

*
סענאטאר בלומענטאהל: טראמפ דזשוניאר דארף גיין אין טורמע אויב ער קאאפערירט נישט מיט די סענט סובפינע
אבער סענאטארן קארנין און גרעהעם דרוקן ביידע אויס סימפאטיע מיט דאן דזשוניאר און פארשטענדעניש אויב ער איגנארירט עס

*
דזשערי נאדלער זאגט אז אויב עס וועט זיך אויפעלן צו סובפינען מולער וועט מען דאס טוהן

*
סענאטאר גרעהעם וועלכע האט געשריבן א בריוו צו מולער זעהן צו ער וויל אפווענדן וואס באר האט געזאגט אדער צו ער וויל אויפטרעטן פארנט פון זיין קאמיטע זאגט איצט אז ער האט קיינמאל נישט צוריקגעהערט פון מולער און ער וועט נישט לאדענען צולער אויב ער טראגט זיך נישט אליין אן צו קומען

*
מיזורי סענאטאר דזשאש האולי פלאנט אויפצוברענגן א ביל אקעגן קענדי קראש און אנדערע אנליין שפילן וועלכע טוען לויט אים זיין שעדליך פאר אינגע קינדער וועלכע טוען זיך באנוצן מיט די שפילן וועלכע זענען אויסגעשטעלט פאר ערוואקסענע

*
מיט 79 צו 17 האט די סענאט באשטעטיגט קימבערלי ריעד צו סערווירן אלץ פרעזידענט פון די עקספארט אימפארט באנק ביז יונואר 20 2021 למספרם
16 רעפובליקאנער האבן געשטימט אקעגן די נאמינאציע
בעראסא, בלעקבוירן, בראון, קרוז, דעינס, גרעסלי, האולי, אינהאף, קענעדי, לענקפארד, לי, רוביא, סעס, שעלבי, טומי, און יאנג
בערני סאנדערס האט אויך געשטימט ניין

*
אויך ספענסער בעקאוס (מיט 72-22) און יודית פרייער (מיט 77-19)זענען געווארן באשטעטיגט צו זיין מעמבערס פון די באנק אויף ביז יונואר 2023 למספרם

*
סענאטאר אייזעקסאן האט זיך געוואנדן צו די VA, FDA, און צו די עף בי איי אמווינגסטנס אכט מאל אין באצוג צו זיין פריינט און ביישטייערער פארקער פעטיט וועלכע איז די CEO פון מימדעקס וועלכע איז פארבינדן צו פעדעראלע אויספארשונגען

*
טראץ וואס מען האט געהערט מיט עטליכע וואכן צוריק אז ניו העמפשיר גאווערנאר קריס סונונו פלאנט נישט צו לויפן צום סענאט ארויסצושטויסן דעמאקראטישע סענאטארשע שאהין זענען די עפטימיסטישע ערווארטונגען פון סענאט ראפובליקאנער באנייט געווארן ווען סונונו איז נעכטן ארומגעלאפן אויף א רייע נאציאנאלע טעלעוויזיע שאוס וועלכע קען אנדייטן און זיין א מעגליכע צייכן אז ער האט נאך מעגליך יא אין פלאן צו לויפן

*
דער געוועזענע קאלאראדא הויז מאיאריטעט פירער אליסא מאדאן האט זיך אנגעשלאסן אין די סטעיט דעמאקראטישע פריימערי צו לויפן צום סענאט
דער זיגער אין יענע פארמעסט וועט זיך דערנאך פארמעסטן מיטן רעפובליקאנער אמטירנדער סענאטאר קארי גארדנער

*
די טראמפ סופערפעק האט געשטעט פאר זייער ציהל אויפצוטרייבן 300 מיליאן דאלער
צו פארשטיין וואס אזא ציפער באדייט איז גוט צו געדענקן אז קלינטאן'ס סופערפעק האט אויפגעטריבן 192 מיליאן
לינדא מעקמעהען וועלכע איז אריינגעקומען צו שטיין אין שפיץ פון דגי פעק האט שוין גענומען די לייצעס אין די הענט און טרעפט זיך שוין מיט ביישטייערער
דערווייל אבער איז נאכנישט געהעריג אויסגעארבעט די ראלע פון ניק עיערס וועלכע מאכט אומארמאל טעלעפאן קאולס צו שנארן פאר געלט פאר די פעק
די פעק האט שוין א קלארע בלופרינט פלאן און וועט קאנצעטרירן ספענדינג אין 6 סווינג שטאטן

*
עימי קלאובאשאר איז נעכטן געווען אויף פאקס און ברעט בעיער האט איר אויסגעפרעגט איבער א רייע טעמעס און זי האט געענטפערט היבש מעסיג און געמאסטן
ווען ער האט איר געפרעגט אויב באר דארף גיין אין טורמע האט סי בלויז געזאגט אז ער דארף קומען צו קאנגרעס

*
ווארען זאגט אין אן אינטערוויו אז ווען זי איז נעכטן ערשינען אין סענאט האט זי בכלל נישט געפלאנט צו רופן פאר טראמפס אימפיטשמענט
זי זאגט אז עס איז געווען מעקאנעלס רעדע אין וועלכע ער האט דעקלערט אז סליק מסכת מולער וועלכע האט איר אויפגעברויזט און זי האט געמוזט רעאגירן מיט פייער אז די קעיס איז ווייט פון פאריבער

*
קארי בוקער האט אויפגענומען צוויי פרישע געהילפן אויף הויכע קאמפיין פאזיציעס אין ניו העמפשיר אויסברייטערנדיג זיין ניו העמפשיר קאמפיין שטאב צו 13
דעני אהאלארען וועט דינען אלץ ניו העמפשיר פאליטישע דירעקטאר און דאנאלד סטאקעס וועט סערווירן אלץ דעפיוטי פאליטישע דירעקטאר

*
עליזאבעט ווארען וועט באזוכן ניו העמפשיר צום 10'טן מאל אין די טעג פון מאי 18-19 למספרם

*
בעטא ארורק האט אריינגעכאפט א פעטע פישל ווען דזשעף בערמאן איז איינגעגאנגן זיך אנצושליסן איןז יין קאמפיין
בערמאן איז א מייסטער סטראטעגיסט ווען עס קומט צו די סיסטעם פון דעלעגאטן און האט געדינט אויף אבאמאס ערשטע פרעזידענטליכע קאמפיין

*
אצינד א שטיקעלע אריינבליק אין די פרעזידענט קאמפיין פון קאליפארניע סענאטארשע קאמאלא העריס
העריס איז פון די ערשטע מינוט געווען א קאנדידאט וועמענס שאנסן קיינער האט נישט אינגאנצן אוועקגעמאכט צו אמווייניגסטנס קענען שטארק קאנקורירן אין די דעמאקראטישע פריימערי
העריס איז שוין היינט א פראמינענטע סענאטאר וועלכע זוכט אאיצט צו מאכן היסטאריע צו ווערן די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע פרוי אנצוקומען צום ווייסן הויז
פון די ערשטע מינוט האט איר קאמפיין פארשטאנען אז איינע פון אירע שטארקייטן איז איר ערפארונג אלץ געוועזענע פראקורארין און האבן עס באנוצט פון אנהויב זיכער מאכנדיג אז אירע רעדעס נעמען אריין אזעלכע אויסדרוקן ווי אמת און יוסטיץ פאר וועלכע זי וועט אלץ קעמפן און דאס האט געדארפט אונטערשטרייכן אז זי וועט זיין א דרייסטע קעמפער פאר פובליק רעכטן
העריס האט טאקע פון אנפאנג באוויזן סוקסעס אויף מערערע פראנטן פון צוזאמשלעפן א מאסיווע באטייליגונג ביי איר קאנדידאטור מעלדונג אין אוקלענד קאליפארניע ביזן אריינקומען דער צווייט העכסטער אויפן פאנדרעיזינג געביט ביז מערץ למספרם
אבער מיט די צייט זענען מער און מער קאנדידאטן אריינגעשפרונגען אינעפ פארמעסט און פארגרעסערט די קאנקורענץ און מיט דעם די דרוק אויף קאנדידאטן אנצוהאלטן די פארפליכטונג פון וויילער צו פארבלייבן טריי אין די באזע
העריס האט אנגעהויבן ערנסט שפירן דעם אפעקט אין די אנקעטעס און אלעס אין די זעלבע צייט וואס מיינונגס פארשידנהייטן האבן זיך פארשטארקט אינערהאלב איר קאמפיין
פון איין זייט איז מאיא העריס א שוועסטער פון קאמאלא שטארק אנגאזשירט אינעם קאמפיין און פון די ערשטע מינוט האט זי געשטופט איר שוועסטער זיכער צו מאכן אז זי ווערט די פאן טרעגער פון ליבעראלן איבערן לאנד פארשטייענדיג אז אין די פריימערי זענען זיי די וויכטיגסטע באזע צו וועם מען מוז זיך צושטעלן
און זי האט אינסטרוקטירט איר שוועסטער ווייניגער זיך צו באנעמען מיט טראמפ און מער אפעלירן צו די לינקע אויף עכטע זאכן וואס איז אין זייער אינטערעסע ווי פאליסי פארשפרעכונגען
מען האט טאקע געהערט און אומדירעקטע מעסעדזש אז זי וועט זיין א שטייפע פירער וועלכע וועט קעמפן פארן אמת און דאס האט געדארפט זיין אויף יוצא צו זיין מיטן פארבן טראמפ אלץ ליגנער אבער אויסער שעם האט זי בעיקר זיך קאנצעטרירט אויף פאליסי איינגעלעגנהייטן
פון די אנדערע זייט טוען אן ערנסטע טייל פון אירע געהילפן באצייכענען די גוטע שאנסן וואס העריס האט צו מצליח זיין, די פאקט אז זי איז נישט שטארק מעסיג אבער אויך נישט שטארק לינק און א צייט וואס מען דארף סיי אפילערן צו די לינקע עלעמענט און סיי קענען קאמיוניקירן מיט מער אמעריקאנער איז זי די פאסיגסטע אויסוואל פאר דעמאקראטן
די געהילפן מיט די מיינונג באשטייען פון א גרופע פון דריי, עיס סמיט, שאן קלעג און דעיוויד בינדער
זיי האבן דורכגעפירט א רייע אנקעטעס אין פריע שטאטן וי אויך אין סופער טוסדעי שטאטן און זיי האבן פארגעלייגט פאר די וויילער די נעגאטיווע (פון א ליבעראלע שטאנדפונקט) טיילן פון איר רעקארד און עס האט קנאפ געשעדיגט אירע שאנסן אין די אויגן פון די וויילער און דעריבער זענען די ראטגעבער ביי די מיינונג אז זי זאל זיך נישט בייגן צו פארלאנגן פון אקטיוויסטן
די ראטגעבער האט שטארק פארדראסן ווען העריס האט געשיינט צופיל נאכצוגעבן פאר די לינקע און איר קלארגעשטעלט אז נישט יעדע איינציגע רוף פון ליבעראלע גרופעס מוז ווערן געענטפערט פונקטליך ווי זיי ערווארטן
ווען העריס האט צום ביישפיל געמאכט קאמענטארן איבער עלימינירן די פריוואטע העלט קעיר אינדוסטריע אדער איבער נישט וועלן אויסשליסן די מעגליכקייט פון לאזן קרימינאלן שטימען האבן זיי זיכער געמאכט אז די סטעיטמענטס ווערן מאדיפיצירט
איר קאמפיין האט געהאט צוגעגרייט א סעריע קאמפיין אויפטריטן אין וועלכע זי זאל ארויסהייבן פרייע האנדל פאליסי און דערמיט וואלט זי געשאפן א קלארע קאנטראסט צווישן איר און בערני סאנדערס אבער איר אייגענע אינסטינקטן פון פארזיכטיגקייט מיט וועלכע זי איז באקאנט האט געברענגט דערצו אז נישט זייענדיג קלאר וועלכע ריכטונג צו נעמען זענען די רעדעס פארבליבן שטויבן אין שופלאד
אצינד, מיט אירע פארהאנקערטע אנקעטע ציפערן, און די פאפולאריטעט פון דעם איצטיגן פראנט ראנער דזשאו ביידען איז העריס געקומען צו די אנערקענונג אז וויילער זוכן א קאנדידאט וועלכע וועט זיך קענען פארמעסטן מיט טראמפ און אנדערש ווי עס איז געווען ביז איצט אנגענומען און אפגעלערנט פון די 20187 למספרם קאמפיין אז די קלוגסטע איז צו זיין קאנצעטרירט אויף פאליסי און איגנארירן טראמפ האט העריס געזעהן אז ביידענס רעדעס זענען שטארק געווידמעט אויף אראפצורייסן טראמפ (הגם, דאס איז ווייל אויף פאליסי האט ער א גרעסערע פראבלעם פון איר צוםפיל צו רעדן צו דעמאקראטישן אוידיענץ און גראדע האט ער אויך פיל גערעדט איבער פאליסי) האט העריס געמאכט א באשלוס צו טוישן די קאמפיין צוגאנג און טאקע קאפירן די דאזיגע צוגאנג
די באשלוס איז געקומען און צוגאב צו די מאמענטן ווען העריס האט געצימבלט אטוירני דזשענעראל באר אין סענאט ביי זיין פארהער און די אפקלאנג ביי דעמאקראטן איז געווען שטארק ווען אירע פראגן פון באר זענען געווארן געזעהן ארום 5 מיליאן מאל און האט שטארק באאיינפלוסט העריס אז עס לוינט איר יא צו ריכטן איר פייער אקעגן דעם פרעזידענט און עס קען איר גוט שטיין אין די אויגן פון די וויילער
העריס האט טאקע קאפיטאליזירט די מאמענט און נאכגעפאלגט מיט א רייע אינטערוויוס אין וועלכע זי האט שארף אראפגעריסן טראמפ און באר
ביי איין פאל האט זי געזאגט אז אנשטאט טראמפ זאל מאכן דאס לאנד גרעיט האט ער עס געמאכט העיט
טראץ וואס די נייע סטראטעגיע גיבט אביסל לופט צום אטעמען פאר העריס וועלכע דארף נישט אזויפיל רעדן פון פאליסי און באשליסן ווי מעסיג אדער לינק צו גיין טוט אבער די דרוק פון די לינקע נישט נאכלאזן
איר שוועסטער מאיא וועלכע איז א געוועזענע עקזעקוטיוו פון די ACLU האט שטארקע באציאונגען מיט די לינקע אקטיוויסטן און פרובירט שטארק אנצוהאלטן זייער שטיצע פאר איר שוועסטערס קאנדידאטור און בארואיגן זייערע זארגן
ביי איין פאל האט זי געמוזט אנרופן א שטאב אדוואקאט אין די ACLU וועלכע איז א ברי' משונה נאך וואס יענר האט פובליצירט א נעגאטיווע אפ-עד אקעגן העריס פאר איר רעקארד אויף די טעמע אין די צייט וואס זי האט סערווירט אלץ קאליפארניע אטוירני דזשענעראל
אנהויב אפריל האט מאיא אויך ארגאנאזירט א זיצונג צווישן קרימינאלע יוסטיץ רעפארם גרופעס מיט איר שוועסטער דעם סענאטאר זיכער צו מאכן אז מען איז אויפן זעלבן בלאט

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:17 pm

הכל א גרויסען דאנק נישטא קיין ווערטער דיך צו באדאנקען פארן ברענגן די באריכט.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:28 pm

טענקס הבל
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:29 pm

הבל האסט מיר געראטעוועט מיין טאג אלעס איז שוין געפארן קרום ווייל איך האב געמיינט אז היינט קומט נישט
ישר כח
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שטילער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:31 pm

הבל א ריזיגן שכח פאר דיינע קלארע אין באטאמטע באריכטן, סאיז א נחת עס צו ליינען! קיעפ איט קאמינג.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:34 pm

שטילער האט געשריבן:הבל א ריזיגן שכח פאר דיינע קלארע אין באטאמטע באריכטן, סאיז א נחת עס צו ליינען! קיעפ איט קאמינג.

אוועטאר
mmn
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:26 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:הבל א ריזיגן שכח פאר דיינע קלארע אין באטאמטע באריכטן, סאיז א נחת עס צו ליינען! קיעפ איט קאמינג.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:59 pm

הבל א גרויסן שכויח פאר די פרישע ווארע!
אגב ס'קוקט מיר אויס אז די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געפאלן נאר א דאנק דעם וואס די אלע 25 פרעזידענטליכע קאמפעינס הייערן אזויפיל חברה...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פינחס
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:02 pm

שטילער האט געשריבן:הבל א ריזיגן שכח פאר דיינע קלארע אין באטאמטע באריכטן, סאיז א נחת עס צו ליינען! קיעפ איט קאמינג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:02 pm

שקר האט געשריבן:רבותי עס קען נישט גיין אזוי אינזער טעגליכע קאקאש איז געווארען געסטאפט צוליב איין איינציגער וואס פארגינט נישט
לאמיר ארויס גיין מיט א פעטישען זיך צי בעטען ביי @ הבל זאל צרוק קומען

:lol: :lol: :oops:

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:02 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:הבל א גרויסן שכויח פאר די פרישע ווארע!
אגב ס'קוקט מיר אויס אז די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געפאלן נאר א דאנק דעם וואס די אלע 25 פרעזידענטליכע קאמפעינס הייערן אזויפיל חברה...

:lol: ;l;p-

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:04 pm

שמערלער האט געשריבן:הכל א גרויסען דאנק נישטא קיין ווערטער דיך צו באדאנקען פארן ברענגן די באריכט.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:10 pm

גוט גוט

אויב אזוי קען מען ערווארטן אז עס זאל נאך היבש פאלן ביזן וואל טאג

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער די עכטע קאקאש איז היינט געווען נישט אזוי טשאקלידי, אבער ביים דעס ליינען איז געווען ונהפוך הוא.


תודה רבה
Thank you
谢谢
tak skal du have
dank je
Je vous remercie
Danke dir
köszönöm
grazie
gratias tibi
Dziękuję Ci
благодарю вас
gracias

לכבוד אייך און מיט א ספעציעלער שפראך וואס לשבוחך מאכט איר אייביג זיכער נאר צו שרייבן אין דעם
'א דאנק"
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום דאנארשטאג מאי 09, 2019 7:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:56 pm

א גרויסן יישר כח פון טיפן הארצן פאר אייך הרב הכל הכל.

נאך א טאג ארבעט איז עס מוראדיג געשמאק צי קומן ליינען דא און דורך פארן די נייעס מעט אעז קלארקייט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, אין כל חדש, יש ברירה, פינחס, קאקאש קעיק מיט מילך, קהל עדתינו און 46 געסט