א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג מאי 17, 2019 12:41 am

shimon7323 האט געשריבן:יישר כח, הכל הבל

איצטע אנגעקומן צי ליינען די היינטיגע באריכט.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג מאי 17, 2019 1:06 am

זיך מחי' געווען גיימער שלאפן. א גוטע נאכט. א גרויסן יישר כח.
(הכל, מיר פארשטייען נאך אלץ נישט וויאזוי די מאכסט עס..)

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג מאי 17, 2019 1:19 am

שטילער האט געשריבן:א גרויסן שכח הבל! סאיז א פלעשזער צו ליינען דיינע ארטיקלען!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג מאי 17, 2019 11:27 am

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג אמור
(ברייער טוט גאנץ קלאר אנדייטן אז די קאנסערוואטיוון אויפן געריכט האפן אז זיי זאלן אין די נאנטע צוקונפט האבן די געלעגנהייט איבערצודרייען די סופרים קאורט פרעצעדענט צו לעגאליזירן חוקי רציחה)
*

קודם א ריזן דאנק פאר דיין טעגליכע הערליכע באריכט.
קום ביטע אריין מער קלאר, וואס ווילן די קאנסערוואטיוון ? וואס איז יעצט די געזעץ לגבי רציחה און צו וואס ווילן זיי עס טוישן.
קענסט מיר ענטרפערן אין אישי אויב ס'פעלט אויס
דאנק נאכאמאל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 17, 2019 11:31 am

eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג אמור
(ברייער טוט גאנץ קלאר אנדייטן אז די קאנסערוואטיוון אויפן געריכט האפן אז זיי זאלן אין די נאנטע צוקונפט האבן די געלעגנהייט איבערצודרייען די סופרים קאורט פרעצעדענט צו לעגאליזירן חוקי רציחה)
*

קודם א ריזן דאנק פאר דיין טעגליכע הערליכע באריכט.
קום ביטע אריין מער קלאר, וואס ווילן די קאנסערוואטיוון ? וואס איז יעצט די געזעץ לגבי רציחה און צו וואס ווילן זיי עס טוישן.
קענסט מיר ענטרפערן אין אישי אויב ס'פעלט אויס
דאנק נאכאמאל

זייער פשוט, די סופרים קארט האט אפאר צענדליגע יאר צוריק לעגאליזירט רציחה, און די קאנסערוואטיוון ווילן עס שוין לאנג טוישן, ווייל ווי באקאנט זענען זיי זייער שטארק אנטקעגן רציחה/פראו לייף.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 19, 2019 12:03 pm

זונטאג בהר



אין אוסטראליע האט נעכטן דער אמטירנדער פרעמיער מיניסטאר סקאט מאריסאן אפגעהאלטן אן איבערראשנדער וויערערוויילונג זיג רייטנדיג אויף א פאפוליסטישע מעסעדזש באזיגנדיג די מעסעדזש פון די לעיבאר פארטיי וועלכע האט קאמפיינט איבער קלימאטן טויש און אינקאם אומגלייכקייט
*
עקסטרעם רעכטע פארטייען אין שפאניע, פראנקרייך און בעלגיע רעקרוטירן גאר יונגע קאנדידאטן מיטן האפענונג בעסער צו אפעלירן צו יונגערע וויילער
*
שווייצע וויילער באשטעטיגן שטרענגערע גאן געזעצן נאכפאלגענדיג די טויטליכע אטאקעס אין פראנקרייך בעלגיע דייטשלאנד און אין ענגלאנד
*
16 פארוואונדעט ווען א ראוד זייט באמבע רייסט אויף נעבן די פיראמידן אין עגיפטן
*
די פירער פון קאנגרעס און סענאט, פעלאסי, מעקאנעל, שומער און מעקארטי זענען איינגעגאנגען איינצופעדימען די געשפרעכן איבער פארהאנדלונגען פאר א צוויי יעריגע אפמאך אראפצונעמען בודזשעט באגרעניצונגען
די גרופע פון 4 וועלן זיך די וואך טרעפן מיט ווייסע הויז באאמטע
*
פרעזידענט טראמפ האט ביי זיין פאנדרעיזער פארלאפענע דאנערשטאג אין ניו יארק סיטי אויפגעטריבן איבער 5 מיליאן דאלער און אינאיינעם מיט די געלט וועלכע ער האט אויפגעטריבן פריער אין וואך ביי זיין פאנדרעיזער אין ניו ארליענס אין ליוזיאנא האט ער אויפגעטריבן 9 מיליאן פארן וואך
*
א פעדעראלע ריכטער האט צום ערשטן מאל אויפגעדעקט אז פיליקס סעטער,א רוס וועלכע האט אנגעפירט מיט די ריעל עסטעיט פארהאנדלונגען פון טראמפ אין 2016 למספרם איבער די געפלאנטע מאסקווע טראמפ טאוער איז מיט יארן צוריק געווען דער אינפארמאנט וועלכע האט ארויסגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג די טעלעפאן נומער פון אסאמא בין לאדען
*
מייקל פלין האט דורכאויס זיין קאאפעראציע פעריאד מיט מולער געשיקט א טעקסט מעסעדזש צום רעפובליקאנער פלארידא קאנגרעסמאן און טראמפ פריינט בעטנדיג אז מען זאל אנהאלטן די דרוק
*
ווען מען האט געפרעגט פרעזידענט טראמפ איבער שטאב הויפט מיק מולוועיני וועלכע האט אוועקגעמאכט די שאנסן פון אן אפמאך אויף אינפראסטרוקטור האט ער רעאגירט: אויב האט ער עס געזאגט האט ער נישט קיין רעכט אזוי צו זאגן, ער האט מיר געזאגט אז ער האט עס נישט געזאגט, און עס נישט געמיינט
מולוועיני האט געהאט געזאגט אז די איבערגעמאכטע נאפטא אפמאך האט בעסערע שאנסן אריבערוגיין ווי די אינפראסטרוקטור ביל
*
א פרישע אויפשאקלונג האט געדארפט פאסירן אינערהאלב די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אויף די גוטהייסונג פון סטיווען מילער אבער איז געווארן אפגעהאלטן נאך וואס עקטינג סעקרעטאר קעווין מעקלינען האט געסטראשעט אז ער וועט רעזיגנירן אויב ער באקומט נישט מער קאנטראל איבער זיין אגענטור און קאמיוניקאציע פארבעסערט זיך נישט
*
א רעגירונג אודיט צייגט אז האוזינג סעקרעטאר בען קארסאן האט פארלעצט די געזעץ מיטן אומאויטאריזירט מיסברויכן 40 טויזנט דאלער פאר מעבל
*
סענאטאר רענד פאול האט ארויסגעהויבן דאס וואס דער אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין דייטשלאנד ריטשארד גראנעל האט אונטערגענומען א מיסיע צו שניידן קאסטן פון זיין אמבאסאדא אויסגאבן און פאול רימט די אונטערנעמונג רופנדיג פאר אנדערע אמבאסאדארן נאכצופאלדן דעם ביישפיל און זיך רעכענען מיט די רעגירונג דעפיציט
*
די וואך מיטוואך וועט טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין ווערן אויסגעפרעגט דורך די קאנגרעס פינאנציעלע סערוויסעס קאמיטע
א פאנעל פון 60 (!)מעמבערס וועלן קענען שטעלן פראגן
34 דעמאקראטן און 26 רעפובליקאנער
*
סענאטאר גרעסלי טוט דערווייל בלאקירן די נאמינאציע פון דעיוויד סעטערפיעלד צו ווערן אמבאסאדאר קיין טערקיי
נעכטן האט דזשאו ביידען אפגעהאלטן א ראלי אין פענסילוועניע צו אפיציעל לאזן זיין קאמפיין אין גאנג
די ראלי האט באקומען די נויטיגע אויפמערקזאמקייט פון די זיכערהייט באאמטע ווי אן ערנסטע קאנדידאט און רוקזעקלעך , שירעמס און היימיש פאבריצירטע טעוועלעך זענען געווען פארבאטן און צוגאב צו פולע ראודבלאקס אונטערוועגנס
ביי די ביידען ראלי אין פילאדעלפיע האבן זיך באטייליגט א געשאצטע 6 טויזנט
צו שטעלן די צאל אין פערספעקטיוואון אין פארגלייך צו די קאמפיין עפענונג ראליס פון אנדערע קאנדידאטן:
העריס אין אוקלענד 22 טויזנט
סאנדערס אין ברוקלין 14 טויזנט
קלאובאשאר אין מינעאפאליס 9 טויזנט
באטידזשעדזש אין סאוט בענד 6 טויזנט
היקענלופער אין דענווער 5 טויזנט
בוקער אין נוארק 4 טויזנט
ווארען אין לארענס 3 טויזנט
קאסטרא אין סאן אנטאניא 3 טויזנט
ארורק אין על פאסא צווישן טויזנט און צוויי טויזנט
*
פיטע באטידזשעדזש איז געווארן געפרעגט איבער קאפיטאליזם
פאלגענד איז זיין ענטפער:
דענמארק האט מער עקאנאמישע מאביליטי ווי אמעריקא
וואס איז די דיפערענץ צווישן דענמארק אין ווענעזועלא?
לויט רעפובליקאנער זענען ביידע סאציאליסטישע לענדערדי דיפערענץ איז דעמאקראטיע
*

ווירדזשיניע גאווערנאר פעירפעקס וועלכע איז אריבער א סקאנדאל מיט א צייט צוריק איבער ראסיזם האלט זיך דערווייל אפ פון באשטעטיגן אויב ער פלאנט צו זוכן ווידערערוויילונג
*
מער ציפערן פון די פאקס אנקעטע פון לעצטע דאנערשטאג:
ווער וועט בעסער באשוצן אמעריקע פון כינע?
טראמפ 38%
ביידען 42%
ווי אזוי טוען די טאריפס ווירקן די עקאנאמיע?
בעסער 34%
ערגער 45%
*
מיט א צייט צוריק איז דא געווארן באריכטעט אז סענאטאר שעלבי האט געזאגט אז די פארהאנדלונגען איבער א דיזעסטער הילף פעקל פאר שטאטן וועלכע זענען געווארן באטראפן מיט נאטורליכע קאטאסראפעס איז געווארן נאכמער קאמפליצירט זינט די אדמיניסטראציע האט אריינגעווארפן א פלאקען מיטן אויפברענגן אז זיי ווילן מעגליך אריינשטופן אינעם ביל געלט צו פאנדן די אקטיוויטעטן ביים גרעניץ
צו יענע צייט האבן מיר זיך דא הויך געוואונדערט פארוואס דאס איז א פראבלעם און עס ענדערש באצייכנט ווי א פאסיגע לייזונג אונטער וואס די אדמיניסטראציע טרעט אפ פון איר שטאנדהאפטיגע פארלאנג נישט צו גיבן מער פאנדינג פאר פארטא ריקא אין אויסטויש פאר געלט פאר גרעניץ אקטיוויטעטן
איצט הערט מען אז געזעצגעבער באטראכטן טאקע אזא געדאנק און שעלבי זאגט גאר אז דעמאקראטן שיינען צו זיין פאזיטיוו דערוועגן
*
א פארזוך אראפצונעמען א פארבאט אויף פעדעראלע קאמפיינס צו אקצעפטירן קאמפיין ביישטייערונגען פון אויסלענדער איז דערווייל דורכגעפאלן וווען די קלעגער האבן געבעטן די 9'טע סירקוט צו זאגן אז קאנגרעס קען נישט פארבאטן אזא זאך אויף פעדעראלע קאמפיינס אבער די געריכט האט געאורטיילט אז קאנגרעס קען עס פארבאט גענוי ווי די פארבאט אויף סטעיט און לאקאלע קאמפיינס
*
די אייאווע סופרים קאורט האט געאורטיילט אקעגן פובליק יוניאנס און צו לאזן אין פלאץ די רעפובליקאנע קאלעקטיוו בארגענינג טוישן
*
מיט ראמני וויל נישט זאגן אויב ער וועט אינדארסירן פרעזידענט טראמפ פאר אט צווייטע טערמין
*
מישיגען רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש זאגט אז טראמפ איז באגאנגען פארלעצונגען וועלכע קוואליפיצירן פאר אימפיטשמענט
טראץ וואס אמאש איז קיינמאל געווען קיין טראמפ רעפובליקאנער האט ער נישט געצויגן צו שטארקע אויפמערקזאמקייט פון ווייסן הויז אויסער א קורצע אויסטויש מיט טראמפס סאציאלע מידיא עקספערט אין אנהויב פון די אדמיניסטראציע און אמאש האט ליייכט פארמיטן סיי וועלכע פריימערי צו ווערן ערנסט אבער מיט די איצטיגע אנטוויקלונג קען זיך עס זייער מעגליך טוישן און אמאש קען זיך דערזעהן מיט א פריימערי קעגנער וועןלכע וועט גענסין פון טראמפס שטיצע און וועט שטעלן די רעפובליקאנע פארטיי פירערשאפט אויף פראבע מיט לאיאליטעט צו טראמפ אדער צו אמטירנדע מעמבערס
סענאטאר ראמני זאגט היינט איבער די אמאש נייעס אז ער האלט אנדערש ווי אים אבער די אמאש קאמענטארן זענען קוראזשפול טראץ וואס ראמני זעלבסט האלט אז עס זענען נישט פארהאן די פולע עלעמענטן פאר אן אבסטראשען קעיס
ריק סענטארום שפילט אראפ די אמאש שטעלונג אלץ נישט קיין איבערראשונג צוליב זיינע ליבערטעריען נייגונג און פארגלייכט אים צו סענאטאר רענד פאול וועלכע קען זיך אין געוויסע פעלער אנשליסן מיט דעמאקראטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג מאי 19, 2019 1:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג מאי 19, 2019 12:35 pm

זייער קלאר, יישר כח.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 19, 2019 1:06 pm

א דאנק "הכל הבל"
for everything
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 19, 2019 1:07 pm

שכוח הבל!

ס'איז ווירקליך דא מענטשן וואס האלטן אז ביידען גייט בעסער באשיצן אמעריקע פון טשיינע ווי טראמפ???
#אנטי_טראמפ_בלינדקייט.

גראדע האט דזשאסטין אמאש געצויגן אויפמערקזאמקייט ביי די לעצטע קאנגרעס ביל צו דיסאפראוון די נאציאנאלע עמערזשענסי דעקלעראציע, זייענדיג דער ערשטער רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן צו שטיצן די רעזולוציע.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג מאי 19, 2019 1:08 pm

א גרויסע ישר כח @הבל
אשריך
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג מאי 19, 2019 1:15 pm

הערליך שיין און קלאר.

יישר כח, קיפ איט אפ

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 19, 2019 1:19 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הבל!

ס'איז ווירקליך דא מענטשן וואס האלטן אז ביידען גייט בעסער באשיצן אמעריקע פון טשיינע ווי טראמפ???
#אנטי_טראמפ_בלינדקייט.


גראדע האט דזשאסטין אמאש געצויגן אויפמערקזאמקייט ביי די לעצטע קאנגרעס ביל צו דיסאפראוון די נאציאנאלע עמערזשענסי דעקלעראציע, זייענדיג דער ערשטער רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן צו שטיצן די רעזולוציע.

און ווער זאגט אז מ'דארף פארשטיין ס'דא מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי דיך???
#פרא טראמפערס היפאקראטיע
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 19, 2019 1:30 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הבל!

ס'איז ווירקליך דא מענטשן וואס האלטן אז ביידען גייט בעסער באשיצן אמעריקע פון טשיינע ווי טראמפ???
#אנטי_טראמפ_בלינדקייט.


גראדע האט דזשאסטין אמאש געצויגן אויפמערקזאמקייט ביי די לעצטע קאנגרעס ביל צו דיסאפראוון די נאציאנאלע עמערזשענסי דעקלעראציע, זייענדיג דער ערשטער רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן צו שטיצן די רעזולוציע.

און ווער זאגט אז מ'דארף פארשטיין ס'דא מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי דיך???
#פרא טראמפערס היפאקראטיע

כ'האב נישט יעצט קיין כוח צו אריינגיין אין א וויכוח מיט אייך, סוי כ'גיי נאר איינמאל מסביר זיין מיינע ווערטער, און אויב איהר זענט נישט צופרידן דערפון דעמאלטס יהי רצון כאילו לא אמרתי כלום..

ווען ביידען וואלט ווען געזאגט אז ער גייט אויף א געוויסע וועג שטעלן טשיינע אין פלאץ קען מען דן זיין ווער ס'גייט טוהן מער צו באשיצן אמעריקע פון טשיינע.
אבער אז ביידען טענה'ט גאר אז טשיינע איז בכלל נישט קיין פראבלעם פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע דעמאלטס פארוואס זאל איינער א חוץ א נעווער טראמפ'ער זאגן אז ער גייט גאר "בעסער" באשיצן אמעריקע פון די טשייניזע גניבות און מאניפאלאציעס??
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 20, 2019 10:34 am

מאנטאג בהר

די פארד פירמע וועט שניידן 7000 דזשאבס גלאבאל ביז די ענדע פון אוגוסט למספרם אלץ טייל פון איר 11
ביליאן דאלער פלאן איבערצוארבעטן איר ביזנעס סטרוקטור
*
א באריכט האט געפונען אז די געזונט אפטיילונג פון די יו ען האט געשפענדעט 192 מיליאן דאלער אויף טראוועל אויסגאבן אין 2018 למספרם
*
מען האט געפרעגט פרעזידענט טראמפ איבער א באריכט אז אמעריקא האט דורכגעפירט א סייבער אטאקע אויף רוסלאנד אין די צייט פון די מידטוירמס
טראמפ: איך וואלט דיר עס ענדערש נישט געזאגט אבער דו קענסט גלויבן אז דאס האט פאסירט און עס איז געווען דורכאויס מיין אדמיניסטראציע
*
סענאט אויסערן אנגעלעגנהייט קאמיטע ווערט רעפערירט דורך באאמטע פון די נאציאנאלע שפיאנאזש ביורא איבער די פארזוכן פאר פרידן אין אפגאניסטאן
*
די סענאט וועט היינט און 5:30 שטימען אויף די נאמינאציע פון דניא-ל קאלינס צו סערווירן אלץ ריכטער אויף די 9'טע סירקוט קאורט
ער וועלט געווען די 41'סטע סירקוט ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
*
קאנגרעס שטימט היינט אויף א רייע אויסערן פאליסי בילס אריינגערעכנט צו פארשטארקערן וואל זיכערהייט און צושטעלן אינטערנעט און אנטוויקלנדע לענדער
*
קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע וועט היינט אום 5 אזייגער שטימען צו פארעפנטליכן די טראנסקריפטן פון די פארהערן אויף מייקל קאהען
*
פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין מאנטאראסוויל פענסילוועניע
די ראלי קומט פאר אין די 12'טע דיסטריקט אין וועלכע וויילער וועלן שטימען מארגן דינסטאג אין א ספעציעלע עלעקשאן צו ערזעצן די רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טאם מארינא וועלכע האט רעזיגנירט פארלאפענע יונואר למספרם
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט אין אפריל למספרם אויפגעטריבן 7.85 מיליאן דאלער
*
סענאטארשע קאמאלא העריס קומט היינט ארויס מיט א פארשלאג איבער שליסן די ראטע וואס מען צאלט מער פאר מענער ארבעטער ווי פאר פרויען
זי וויל האלטן קארפארעישאנס פאראנטווארטליך דערפאר און אוועקשטעלן א סיסטעם וועלכע וועט באשטראפן די וועלכע פארלעצן עס
די פלאן לויטעט אז ביזנעסער מיט 100 ארבעטער און מער וועלן דארפן ערהאלטן א ספעציעלע גלייכע באצאלונג סערטיפיקאט און ווערן באשטראפט מיט 1% פון די פארדינסטן פאר יעדע 1% וואס מען צאלט מער פאר מענער ווי פאר פרויען
*
סענאטארשע העריס האט נעכטן אפגעהאלטן גאר אן ענטוזיאסטישע ראלי ווי די באטייליגונג ווערט געשאצט צו זיין די גרעסטע זינט איר קאמפיין מעלדונג אין אוקלענד קאליפארניע
די מאסן האבן איבערגעריסן מיט אפלאדיסמענטן גאר אפט און די ראלי איז געווארן באצייכנט אלץ גאר ענערגיש
*
א פרישע אנקעטע פון אייאווע שטעלט ביידען ביי 24%
סאנדערס ביי 24%
באטידזשעדזש ביי 14%
ווארען ביי 12%
העריס ביי 10%
און ארורק ביי 5%
*
אין אייאווע האט עדי מאורא געמאלדן זיין קאנדידאטור צו לויפן אקעגן די אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארשע דזשאני ערנסט ווערנדיג די ערשטע מער באקאנטע קאנדידאט זיך צו פארמעסטן אקעגן ערנסט
מאורא איז געווען א קנאדידאט פאר אייאווע'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און איצט צופרי ווען ער טאנצט אריין אינעם פעלד באקומט ער שוין די אינדארסירונגען פון צוויי סטעיט געזעצגעבער
*
מישיגען סטעיט געזעצגעבער דזשים לאוער מעלדט אז ער וועט לויפן אקעגן די אנטי טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש
*
הערי ריעד: עס איז א שאנדע אז סטיוו בולאק לויפט נישט צום סענאט אין מאנטאנא און אז בעטא ארורק וועלכע איז מיר געקומען באזוכן אין מיין היים לויפט נישט צום סענאט
*
די סופרים קאורט האט היינט אום 9:30 צופרי ארויסגעגעבן ארדערס אבער קיינע אפדעיטס אין די היי פראפיל קעיסעס ווי חוקי תועבה אדער רציחה
די קומענדיגע דאטום ווען מען קען ערווארטן ארדערס איז אין מאי 28 למספרם
אום 10 אזייגער איז די געריכט ארויסגעקומען מיט אירע אורטיילן
ריכטער גארסוטש האט געשטימט מיט די 4 ליבעראלן אין א קעיס אנטבאלאנגט רעכטן צו פאנגן אין ווייאמינג

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג מאי 20, 2019 11:30 am

ישר כח @הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 20, 2019 11:41 am

שכוח הבל!

העריס הייבט מיר צו מאכן אביסל נערוועז... זי קומט ארויס יעדן צווייטן טאג מיט נאך א פלאן...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 20, 2019 11:42 am

א דאנק, די אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט מיט אלע ברכות.



הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר


*
מישיגען סטעיט געזעצגעבער דזשים לאוער מעלדט אז ער וועט לויפן אקעגן די אנטי טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש
*

אלס א פריימערי קעגנער, ניין?

אויב יא, וואלט איך פארגעשלאגן עס צו שרייבן.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג מאי 20, 2019 11:44 am

אזויווי עס איז מער ווי די שיעור פון על המחיה, וועט מען זאגן פאר הכל הבל א שכוח פארן זיין א זן את "העולם" כולו בטובו.
הק' יישר כח

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 20, 2019 11:49 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:א דאנק, די אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט מיט אלע ברכות.



הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר


*
מישיגען סטעיט געזעצגעבער דזשים לאוער מעלדט אז ער וועט לויפן אקעגן די אנטי טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש
*

אלס א פריימערי קעגנער, ניין?

אויב יא, וואלט איך פארגעשלאגן עס צו שרייבן.

יא ער האט באקומען א פריימערי קעגנער,
און דער קעגנער איז א שטארקע פרא טראמפ רעפאבליקאנער.

ער זאגט אז ער האט לכתחילה געפלאנט צו מעלדן זיין קאנדידאטור מער נענטער צו יולי 4, אבער מיט די נעכטיגע טוויט פון אמאש האט ער זיך געפעדערט און שוין יעצט אנאנסירט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 20, 2019 11:59 am

יא, א פריימערי קעגנער וועלכע האט שוין געטוישט זיין פראפיל אויף פעיסבוק צו א בילד אין וועלכע מען זעהט אים שטיין פארנט פון א טראמפ 2020 למספרם טאוול

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 20, 2019 12:00 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הבל!

העריס הייבט מיר צו מאכן אביסל נערוועז... זי קומט ארויס יעדן צווייטן טאג מיט נאך א פלאן...

ווארען איז פיל מער פארגעשריטן אין דעם הינזיכט

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 20, 2019 12:02 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:א דאנק, די אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט מיט אלע ברכות.



הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר


*
מישיגען סטעיט געזעצגעבער דזשים לאוער מעלדט אז ער וועט לויפן אקעגן די אנטי טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש
*

אלס א פריימערי קעגנער, ניין?

אויב יא, וואלט איך פארגעשלאגן עס צו שרייבן.

יא ער האט באקומען א פריימערי קעגנער,
און דער קעגנער איז א שטארקע פרא טראמפ רעפאבליקאנער.

ער זאגט אז ער האט לכתחילה געפלאנט צו מעלדן זיין קאנדידאטור מער נענטער צו יולי 4, אבער מיט די נעכטיגע טוויט פון אמאש האט ער זיך געפעדערט און שוין יעצט אנאנסירט.

האף איך די קעגנער העט זיך כאטשיג באנוצן מיט זיינע עכטע נעמען, "לוזער" און "לייכטוואג"........
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מאנטאג מאי 20, 2019 12:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר

פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין מאנטאראסוויל פענסילוועניע
די ראלי קומט פאר אין די 12'טע דיסטריקט אין וועלכע וויילער וועלן שטימען מארגן דינסטאג אין א ספעציעלע עלעקשאן צו ערזעצן די רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טאם מארינא וועלכע האט רעזיגנירט פארלאפענע יונואר למספרם
*

וויפיל אזייגער ? טאמער ממעג פרעגן דא

און נאכאמאל א גרויסע יישר כח פאר די צייטליכע טעגליכע באריכטן

ווי עס זאגט @potus
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מאנטאג מאי 20, 2019 12:37 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר

די פארד פירמע וועט שניידן 7000 דזשאבס גלאבאל ביז די ענדע פון אוגוסט למספרם אלץ טייל פון איר 11
ביליאן דאלער פלאן איבערצוארבעטן איר ביזנעס סטרוקטור
*
א באריכט האט געפונען אז די געזונט אפטיילונג פון די יו ען האט געשפענדעט 192 מיליאן דאלער אויף טראוועל אויסגאבן אין 2018 למספרם
*
מען האט געפרעגט פרעזידענט טראמפ איבער א באריכט אז אמעריקא האט דורכגעפירט א סייבער אטאקע אויף רוסלאנד אין די צייט פון די מידטוירמס
טראמפ: איך וואלט דיר עס ענדערש נישט געזאגט אבער דו קענסט גלויבן אז דאס האט פאסירט און עס איז געווען דורכאויס מיין אדמיניסטראציע
*
סענאט אויסערן אנגעלעגנהייט קאמיטע ווערט רעפערירט דורך באאמטע פון די נאציאנאלע שפיאנאזש ביורא איבער די פארזוכן פאר פרידן אין אפגאניסטאן
*
די סענאט וועט היינט און 5:30 שטימען אויף די נאמינאציע פון דניא-ל קאלינס צו סערווירן אלץ ריכטער אויף די 9'טע סירקוט קאורט
ער וועלט געווען די 41'סטע סירקוט ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
*
קאנגרעס שטימט היינט אויף א רייע אויסערן פאליסי בילס אריינגערעכנט צו פארשטארקערן וואל זיכערהייט און צושטעלן אינטערנעט און אנטוויקלנדע לענדער
*
קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע וועט היינט אום 5 אזייגער שטימען צו פארעפנטליכן די טראנסקריפטן פון די פארהערן אויף מייקל קאהען
*
פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין מאנטאראסוויל פענסילוועניע
די ראלי קומט פאר אין די 12'טע דיסטריקט אין וועלכע וויילער וועלן שטימען מארגן דינסטאג אין א ספעציעלע עלעקשאן צו ערזעצן די רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טאם מארינא וועלכע האט רעזיגנירט פארלאפענע יונואר למספרם
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט אין אפריל למספרם אויפגעטריבן 7.85 מיליאן דאלער
*
סענאטארשע קאמאלא העריס קומט היינט ארויס מיט א פארשלאג איבער שליסן די ראטע וואס מען צאלט מער פאר מענער ארבעטער ווי פאר פרויען
זי וויל האלטן קארפארעישאנס פאראנטווארטליך דערפאר און אוועקשטעלן א סיסטעם וועלכע וועט באשטראפן די וועלכע פארלעצן עס
די פלאן לויטעט אז ביזנעסער מיט 100 ארבעטער און מער וועלן דארפן ערהאלטן א ספעציעלע גלייכע באצאלונג סערטיפיקאט און ווערן באשטראפט מיט 1% פון די פארדינסטן פאר יעדע 1% וואס מען צאלט מער פאר מענער ווי פאר פרויען
*
סענאטארשע העריס האט נעכטן אפגעהאלטן גאר אן ענטוזיאסטישע ראלי ווי די באטייליגונג ווערט געשאצט צו זיין די גרעסטע זינט איר קאמפיין מעלדונג אין אוקלענד קאליפארניע
די מאסן האבן איבערגעריסן מיט אפלאדיסמענטן גאר אפט און די ראלי איז געווארן באצייכנט אלץ גאר ענערגיש
*
א פרישע אנקעטע פון אייאווע שטעלט ביידען ביי 24%
סאנדערס ביי 24%
באטידזשעדזש ביי 14%
ווארען ביי 12%
העריס ביי 10%
און ארורק ביי 5%
*
אין אייאווע האט עדי מאורא געמאלדן זיין קאנדידאטור צו לויפן אקעגן די אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארשע דזשאני ערנסט ווערנדיג די ערשטע מער באקאנטע קאנדידאט זיך צו פארמעסטן אקעגן ערנסט
מאורא איז געווען א קנאדידאט פאר אייאווע'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און איצט צופרי ווען ער טאנצט אריין אינעם פעלד באקומט ער שוין די אינדארסירונגען פון צוויי סטעיט געזעצגעבער
*
מישיגען סטעיט געזעצגעבער דזשים לאוער מעלדט אז ער וועט לויפן אקעגן די אנטי טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש
*
הערי ריעד: עס איז א שאנדע אז סטיוו בולאק לויפט נישט צום סענאט אין מאנטאנא און אז בעטא ארורק וועלכע איז מיר געקומען באזוכן אין מיין היים לויפט נישט צום סענאט
*
די סופרים קאורט האט היינט אום 9:30 צופרי ארויסגעגעבן ארדערס אבער קיינע אפדעיטס אין די היי פראפיל קעיסעס ווי חוקי תועבה אדער רציחה
די קומענדיגע דאטום ווען מען קען ערווארטן ארדערס איז אין מאי 28 למספרם
אום 10 אזייגער איז די געריכט ארויסגעקומען מיט אירע אורטיילן
ריכטער גארסוטש האט געשטימט מיט די 4 ליבעראלן אין א קעיס אנטבאלאנגט רעכטן צו פאנגן אין ווייאמינג
שכ'ח

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 20, 2019 12:43 pm

Potus האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר

פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין מאנטאראסוויל פענסילוועניע
די ראלי קומט פאר אין די 12'טע דיסטריקט אין וועלכע וויילער וועלן שטימען מארגן דינסטאג אין א ספעציעלע עלעקשאן צו ערזעצן די רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טאם מארינא וועלכע האט רעזיגנירט פארלאפענע יונואר למספרם
*

וויפיל אזייגער ? טאמער ממעג פרעגן דא

און נאכאמאל א גרויסע יישר כח פאר די צייטליכע טעגליכע באריכטן

ווי עס זאגט @potus

7 אין אוונט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”