א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג מאי 20, 2019 1:09 pm

געלעזט די לעצטע 3 טעג, גאר אינטערסאנט מיט א רייכע שפראך, ש'כח
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

שטילער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג מאי 20, 2019 1:57 pm

א דאנק הבל!

ביסט מיר מחיה יעדן טאג!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 20, 2019 5:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר

פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן א קאמפיין ראלי אין מאנטאראסוויל פענסילוועניע
די ראלי קומט פאר אין די 12'טע דיסטריקט אין וועלכע וויילער וועלן שטימען מארגן דינסטאג אין א ספעציעלע עלעקשאן צו ערזעצן די רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טאם מארינא וועלכע האט רעזיגנירט פארלאפענע יונואר למספרם
*

וויפיל אזייגער ? טאמער ממעג פרעגן דא

און נאכאמאל א גרויסע יישר כח פאר די צייטליכע טעגליכע באריכטן

ווי עס זאגט @potus

7 אין אוונט

איך קען דיר נישט גאראנטירן אז דער פרעזידענט וועט זיין פונקטליך אין צייט ווייל מאמענטאל איז ער נאך אין וואשינגטאן

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג מאי 20, 2019 6:32 pm

נישט דא קיין ווערטער ,

הכל הבל וואס דו טוסט פאר אונז שלא על מנת לקבל פרס, איז אומבאשרייבליך. (מען דארף א הכל הבל עס צי קענען באשרייבן).

יישר כח און אלע זיסע ברכות זאלן חל זיין אויף דיין קאפ.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 21, 2019 9:44 am

דינסטאג בהר





500 מילאן וויילער פון 28 לענדער ערווארטעט אפצוגעבן זייער שטימע די וואך אין די אייראפעאישע פארלאמענט וואלן
*
יאפאן פארלאנגט פון דרום קארעא צו עפענען פארהאנדלונגען קאמפענצאסיע פאר איר ראלע אין צוואנגס ארבעט אויף אירע בירגער דורכאויס קריגערייען און געפעכטן מיט יארן צוריק, דרום האט רעאגירט אז זיי וועלן פארזיכטיג אריינקוקן איןדי פארלאנג
*
אינדאניזיע פרעזידענט קומט ארויס געוואונער פון די וואלן וועלכע זענען געווארן אפגעהאלטן לעצטע חודש
*
שוועדן פלאנט אויפצובויען א שאסיי וועלכע וועט קענען רעטשארדזשען קארס וועלכע פארן איבער איר
*
מעקאנעל זאגט אז מען וועט באשטעטיגן די דיזעסטער רעליף פעקל נאך די וואך און שומער זאגט אז פארטא ריקא איז מסודר און אלע זענען מער ווייניגער איינשטימיג דערויף און מען פרובירט זיך איצט צו פאראייניגן איבער אן אפמאך אויף די בארדער פאנדן
*
די סענאט האט נעכטן פאראויסגערוקט מיט 51-43 די נאמינאציע פון דניא-ל קאלינס צום 9'טן סירקוט קאורט
די אפשטימונג איז געווען באזירט אויף פארטייאישע ליניעס און 6 סענאטארן זענען געווען אפוועזנד אריינגערעכנט בוקער,דזשיליברענד און סאנדערס
די ענדגילטיגע אפשטימונג איז געסקעדזשועלט אויף מארגן מיטוואך
*
קאנגרעס און סענאט באקומען היינט באזונדערע רעפעראטן איבער איראן פון אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא און עקטינג פארטיידידונג סעקרעטאר פעטריק שאנאהאן
*
האוזינג סעקרעטאר בען קארסאן וועט היינט קומען צו א פארהער צום קאנגרעס פינאנציעלע סערוויסעס איבערזיכט קאמיטע וועלכע ווערט געפירט דורך קאנגרעספרוי מעקסין וואטערס
מען קען ערווארטן אז קארסאן וועט ווערן געגרילט איבער די לעצטיגע אינספעקטאר דזשענעראל באריכט וועלכע האט באשטעטיגט פינאנציעלע מיסברויכן אין די אפיס פון קארסאן
*
ביי א זיצונג נעכטן נאכמיטאג אין די אפיס פון ספיקער פעלאסי האבן עטליכע קאנגרעס מעמבער וועלכע זיצן אויפן יורידישן קאמיטע געדרוקט אז מען זאל אנהויבן אימפיטשמענט פראצעדורן אריינגערעכנט דזשעימי ראסקין, דעיוויד סיסיליני דזשאו נעגוס
אויך קאנגרעסמאן סטיוו קאהען האט געצימבלט פעלאסי פארוואס זי וויל נישט מיטגיין מיט די אימפיטשמענט באוועגונג
קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס פון ברוקלין האט אויסגעדרוקט זיין מיינונג אקעגן אימפיטשמענט
ספיקער פעלאסי האט געלאזט אלעמעןאויסדרוקן זייערע מיינונגען און אין די ענדע האט זי פארגעלייגט איר אויסקוק פארוואס מען זאל זיך אפהאלטן פון אימפיטשמענט
*
נעכטן האט די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע געשטימט צו פארעפנטליכן די פארהערן פון מייקל קאהען און דערין זעהט מען אז קאהען האט געזאגט פאר קאנגרעס אז וען ער האט דיסקוסירט מיט דזשיע סעקולא די פארדאן אישו האט קאהען געפרעגט "און וואס איז מיט מיר?" אויף וואס סעקולא האט רעאגירט: "דער פרעזידענט גלייכט דיר און דו וועסט זיין פיין , דאס גייט נישט אין ערגעץ"
אין א צייכן אז רעפובליקאנער זענען היבש נערוועז איבער זייערע שאנסן ארויסצושטויסן דעם ערשט טערמיניגער דעמאקראטישע גאווערנאר אין ליוזיאנא דזשן בעל עדווארדס הערט מען אז לעצטע וואך ווען די פרעזידענט האט באזוכט די סטעיט האט ער געמוטשעט קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס אז ער זאל אריינשפרונגען אינעם פארמעסט
*
ווען מען האט געצימבלט אטוירני דזשענעראל באר צו ער איז נישט א טראמפ לאיאליסט האט ער געזאגט אז: איך האב געשפירט אז די פארשריפטן זענען געווארן געטוישט וויי צו טוהן טראמפ און איך האט געטראכט אז דאס שעדיגט די פרעזידענטשאפט פארן לענגערן טערמין
*
קאנגרעס פרידאם קאוקוס האט זיך אפגעהאלטן נעכטן פון ארויסשטימען קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש פון די גרופע אבער דזשים דזשארדען האט געזאגט אז יעדע איינציגסטע מעמבער איז שארף אומאיינשטימיג מיט די פאזיציע וואס אמאש האט גענומען
*
היינט קומט פאר א ספעציעלע עלעקשאן אין פענסילוועניע'ס 12'טע דיסטריקט צו ערזעצן ארויסגייענדע קאנגרעסמאן טאם מארינא
סטעיט געזעצגעבער פרעד קעלער (ר) וועט זיך פארמעסטן מיט פען סטעיט פראפעסאר מארק פרידנבערג (ד)
*
רעטייערטע ארמיי בריגאדיר גענעראל דאנאלד בולדאק באטראכט גאר ערנסט אונטערצונעמען א פארמעסט ארויסצושטויסן ניו העמפשיר דעמאקראטישע סענאטארשע שאהין
*
טראץ די נעכטיגע אנקעטע פון אייאווע האט געהאט ווארען אויפן 4'טן ארט זאגן אבער די אנקעטע נעמער אז אז ווען עס קומט צו מער דעטאלירטע פראגן שטעלן איר די קאוקוס גייער גאר הויך און אפטמאל אויפן העכסטן ארט
וויילער גיבן איר הויכע ראטעס ווען מען פרעגט אויב מען איז ענטוזיאסטיש איבער א קאנדידאט און ווער עס איז קלוג און שטייף
*
די זעלבע אנקעטע וועלכע האט נעכטן געשטעלט ביידען און סאנדערס גלייך אויף גלייך אין אייאווע האט אויך גענומען אן אנקעטע נאציאנאל און דארט איז ביידען פארואיס פון סאנדערס מיט 10% וועלכע איז אויך שוואכער ווי פאר ביידען ווי אנדערע אנקעטעס צייגן דערווייל
*
ווי באריכטעט איז טאקע דורכגעפאלן די דעמאקראטישע פרואוו צו איבערצייגן ריטא הארט צו לויפן צום סענאט אקעגן אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט אבער זי האט זיי כאטש נאכגעגעבן אז זי איז גרייט צו לויפן פאר קאנגרעס איבערצונעמען די זיץ פון די צווייטע דיסטריקט וועלכע גייט ליידיג ווערן מיט די רעטייערמענט פונעם אמטירנדע רעפובליקאנע קאנגרעסמאן
די מעלדונג איז הארט לויפט האט אנטמוטיגט רעפובליקאנער פון לויפן פאר דעם זיץ וואוסנדיג די פארמעסט קען זיין א שווערע און אויסער איין מעיאר האט נאך קיינער דערווייל נישט געמאלדן אפיציעל און נעכטן האט באבי קויפמאן וועלכע איז א סטעיט רעפרעזענטאט און וואלט געקענט זיין אן ערנסטע קאנקורענט פאר הארט געמאלדן אז ער וועט נישט זוכן צו לוין פאר דעם זיץ
*
נעבראסקע רעפובליקאנער סענאטאר בען סעס וועט לויט קוועלער לויפן פאר ווידערערוויילונג
די נייעס קומט נאך קלאנגען אז ער וועט מעגליך פארלאזן די סענאט אנצופירן די יוניווערסיטי אף נעבראסקע אבער לויט זיינע געהילפן טוען זיי דערווייל צוגרייטן זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און ער וועט מאכן אן אפיציעלע מעלדונג נאכן דיסקוסירן אלע אפציעס מיט זיין פאמילע
*
אין די סי באטראכט די לאקאלע קאונסיל איינצושטעלן א פילאט פראגראם צו שענקן די רעכט פאר א געקליבענע צאל איינוואוינער צו טיילן פארקינג טיקעטס
*
א פעדעראלע ריכטער וועט היינט אויפנעמען אן אנקלאגע אקעגן די מיסיסיפי אנטי רציחה געזעץ
ריכטער ריוועס (נישט אויסמישן מיטן רעפובליקאנער ליוטענאנט גאווערנאר פון די סטעיט וועלכע לויפט איצט פאר גאווערנאר) האט אין א רעדע פארלאפענע אפריל למספרם קריטיקירט טראמפס אטאקירן ריכטער
*

די סופרים קאורט האט נעכטן אפגעווארפן א ביטע אריינצוקוקן אין די אורטייל פון די 9'טע סירקוט וועלכע האט ארויסגעווארפן א פארזוך צו ערלויבן ביזנעסער צו און קארפארעיט אינסטיטוציעס צו ביישטייערן געלט דירעקט צו פאליטישע קאנדידאטן
*
לויט די מיליטערישע דאקטרינע קענען אקטיווע מעמעבערס נישט קלאגן די רעגירונג אויף סיי וועלכע שעדיגונגען אדער אפילו פארנאכלעסיגטע מעדעצינישע באהאנדלונגען דורכאויס די צייט פון מיליטערישע דינסט
אין 2014 למספרם האט פאסירט א טראגישע פאל ווען א 33 יעריגע מיליטערישע קראנקן שוועסטער וועלכע האט געארבעט אין די קינדפעטארין אפטיילונג פונעם שפיטאל האט אליין געגעבן געבורט צו א מיידעלע אבער אין געציילטע שטונדן איז זי זעלבסט אויסגעגאנגען אין שפיטאל און לויט די פאמיליע איז עס געקומען צוליב די פארנאכלעסיגונג פון די שפיטאל שטאב און דאקטוירים
די פאמיליע האט אצינד געזוכט צו רעפארמירן די אנגענומענע דאקטרינע אז מען זאלן יא קענען קלאגן די מיליטער און באקומען אנטשעדיגונג אין פאל פון מעדיצינישע פארנאכלעסיגונג
נעכטן מאנטאג האט אבער די סופרים קאורט זיך אנטזאגט צו אקצעפטירן די קעיס
ריכטערין גינזבורג געשריבן אז זי פערזענליך איז געווען אין שטיצע פון יא אקצעפטירן די קעיס און ריכטער אויך ריכטער טאמאס האט געשריבן אז מערערע האבן שוין פרובירט צו ארויסצוקוועטשן פונעם געריכט אויסנאם ערלויבענישן מיטן ארגומענט אז זייערע קעיסעס איז נישט אראפגעבונדן צו די אלגעמיינע דאקטרינע אבער אין זיין מיינונג וועט עס זיין א שטענדיגע פראבלעם אזוי לאנג ווי מען וועט נישט פרובירן ער פאר זיך האלט אויך ווי גינזבורג אז מען דארף רעפארמירן די עקזיסטירנדע דאקטרינע
מיט ארום 30 יאר צוריק איז געווען א פראבע אין געריכט צוריקצודרייען די דאקטרינע און דאן האט די סופרים קאורט געאורטיילט מיט 5-4 עס אנצוהאלטן אבער ריכטער סקאליא האט געשריבן דערקעגן
קאנגרעס האט שוין געהאט באטראכט צו רעפארמירן די דאקטרינע אבער דערווייל איז גארנישט געווארן דערפון
אין אפריל למספרם האט דער קאליפארניע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דזשעק ספייער פארגעשלאגן א ביל צו ערלויבן מיליטערלייט צו קלאגן פאר מעדיצינישע פארנאכלעסיגונג און שוין געשיקט די פארשלאג צום קאנגרעס יורידישע קאמיטע
איצט ווענדט זיך די פאמיליע צו קאנגרעס זיי צו שטופן צו אדאפטירן רעפארם צו דעם געזעץ
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 21, 2019 10:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג מאי 21, 2019 10:02 am

א שיינעם דאנק

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג מאי 21, 2019 10:04 am

שכוח הרב.
;l;p- עס איז פיינע נייעס.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מאי 21, 2019 10:23 am

יישר כח האט געשריבן:א שיינעם דאנק

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מאי 21, 2019 10:38 am

צוקער וואסער האט געשריבן:
יישר כח האט געשריבן:א שיינעם דאנק
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מאי 21, 2019 10:50 am

פיינע נייעס .

א גרויסע דאנק אייך.


וואס איז פעלאסיס סיבה אויף נישט אימפיטשמענט?

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג מאי 21, 2019 10:54 am

ישר כוח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שטילער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:41 pm

א דאנק הבל!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מאי 21, 2019 12:59 pm

ש'כח, שיינע ארבעט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג מאי 21, 2019 1:10 pm

הערליכע ארבעט הבל, יישר כח!

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מאי 21, 2019 1:18 pm

shimon7323 האט געשריבן:פיינע נייעס .

א גרויסע דאנק אייך.


וואס איז פעלאסיס סיבה אויף נישט אימפיטשמענט?

ווייל ס'האט נישט קיין שאנסען אין סענאט, אין עס גייט נאר העלפען פאר טראמפ.
We believe in facts, not truth

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 22, 2019 10:59 am

הכל הבל, מיר קוקן ארויס אויף אייער באריכט!!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מאי 22, 2019 11:00 am

כלל ישראל ווארט מיט שפאנוג
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 22, 2019 11:22 am

מיטוואך בהר



שטיצער פון א קאנדידאט וועלכע האט פארלוירן אין די אינדאניזיע וואלן זענען געווען פארמישט אין געשלעגן מיט די פאליציי וועלכע האט זיך געדארפט באנוצן מיט טרערן גאז , וואסער קאנאנען און גומי בולעטס
נאך וואס די פראטעסטירער האבן געווארפן שטיינער און אונטערגעצינדן קארס
*
דאנאלד טראמפ דזשוניאר שרייבן א בוך איבער פאליטיק און זיין פאטערס באוועגונג וועלכע וועט ערשיינען ענדע פונעם למספרם יאר
*
עס ווערט באקאנט אז פרעזידענט טראמפ האט זיך געדארפט באטייליגן ביי א פארברענג אין קעמפ דעיוויד מיט קאנגרעס פירער צו רעדן איבער די 2020 למספרם וואלן פארלאפענעם שבת אבער עס איז אין די ענדע געווארן אפגערופן
*
ריכטער אין די מיסיסיפי אנטי רציחה געזעץ קעיס שיינט שטארק סקעפטיש איבער די ביל
*
נאכפאלגענדיג אז מעלדונג פון וואלמארט אז פרייזן קענען ארויפגיין אין ליכט פון די טאריפס האט סטיוו מענוטשין אפגעהאלטן א געשפרעך דערוועגן מיט די פירמעס הויפט עקזעקוטיוו
*
א זעלבסשטענדיגע געזעץ פירמע האט פארענדיגט אן איבערזיכט איבער די ראסיסטישע בילד פון ווירדזשיניע דעמאקראטישע גאווערנאר ראלף נארטהעם ערשינען אין א סטודענטן שולע בוך
די אויספארשער שרייבן אז זיי קענען נישט קומען צו קיין אומצוויידייטיגע אויספיר אז דער גאווערנאר איז טאקע דער פערזאן וועלכע ווערט געזעהן אינעם בילד
*
עדעם שיף רופט אפ אויף דערווייל די זיצונג אין וועלכע די קאמיטע וואלט היינט געדארפט באטראכטן מיטלען צו אינפארסירן זייערע סובפינע אויף אטוירני דזשענעראל באר
די אנטוויקלונג קומט נאך וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט באוויליגט צוצושטעלן די טיילן פון די מולער באריכט וועלכע זענען צענזוריריט צוליב קאנטער שפיאנאזש אורזאכן
*
די אפציעס פארן געוועזענעם ראדזשער סטאון געהילף שרימפן נאך וואס דער ריכטער אין די קעיס ווארפט אפ א פארלאנג פאר א סטעי אין די גרענד דזשורי סובפינע קאמף
טראץ פארמערטע דרוק פון הויכראנגיקע קאנגרעסלייט איז ספיקער פעלאסי דערווייל אומוויליג צו נעמען דעם אימפיטשמענט שטראז
פעלאסי האט ווידערהאלט איר שטעלונג היינט אינדערפרי ביי א זיצונג מיט קאלעגע דעמאקראטן איבער די אנגייענדע אויספארשונגען אויף די טראמפ אדמיניסטראציע
לויט קוועלער איז נאדלער געווען די מערסטע אגרעסיוו און ווילד פארפירט אז מען מוז אננעמען יעדע מעגליכע מיטל אין זייער דיספאזיציע און קאמינגס האט געזאגט אז מען מוז זיך רעכענען מיט די מעליכע פאליטישע קאנסקווענצן דערפון
*
אין בעפארברייטונג צו די היינטיגע זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ מיט ספיקער פעלאסי און סענאט מינאריטעט פירער שומער איבער אינפראסטרוקטור האט טראמפ נעכטן געשריבן א בריוו צו די צוויי דעמאקראטישע פירער אז ער וויל אז קאנגרעס זאל צו ערשט באשטעטיגן די USMCA אפמאך איידער מען נעמט זיך צו אינפראסטרוקטור
דער פרעזידענט האט באזונדער אונטערגעשטראכן עטליכע פון זיינע שליסל פריאריטעטן אין א מעגליכע אינפראסטרוקטור פלאן
*
די קאנגרעס בודזשעט קאמיטע וועט היינט אפהאלטן א פארהער איבער די מעדיקעיר פאר אלע פארשלאג אבער די ביל האט זיך אנגעטוישן אין טורבאלאנסן ווען זי שטייט אויס קעגנערשאפט פון די פירערשאפט ווי אויך שוועריקייטן צו טרעפן פרישע קא ספאנסארס און עס ווערט נישט ערווארטעט גיכע לעגיסלאטיווע שריט טראץ די היינטיגע פארהער
*
סענאטאר טון זאגט אז די דיזעסטער הילף ביל פארהאנדלונגען קען זיך פארציען אויף ביז פרייטאג
*
טראץ וואס דעמאקראטישע סענאטאר טים קעין פון ווירדזשיניע איז ארויסגעקומען שטארק שטיצן מיטש מעקאנעל אויפן סענאט פלאר אין זיין פארזוך צו העכערן די יארגאנג ווען מען קען קויפן טאבאקא פראדוקטן צו 21 (און קענטאקי און ווירדזשיניע זענען ביידע סטעיט מיט ווי די טאבאקא אינדוסטריע איז שטארק)
הערט מען איצט פון דעמאקראטישע סענאטארן ברייען שאץ און דיק דורבין אז זיי זענען דערקעגן צוליב וואס דאס וועט אונטערמינעווען אנדערע אנטי טאבאקא פארשלאגן א שטייגער ווי רעגולאציעס אויף א סטעיט לעוועל אויף פלעיווארד טאבאקא פראדוקטן
*
טראמפ פאולסטער דזשאן מעקלאלין האט זיך ארויסגעצויגן פון אן אונטערנעמונג צו זיכער מאכן אז דער צפון קאראליינע רעפובליקאנע סענאטאר טאם טיליסי ווערט באזיגט
די אנטוויקלונג קומט נאך היציגע פארהאנדלונגע ווען די מיסיע האט געדראעט צו שאפן די ערשטע שפאלט אין די באציאונגען און הארמאנישע צוזאמענארבעט פון די טראפ קאמפיין און די סענאט רעפובליקאנע קאמפיין ארעם
*
סטעיסי עיברעמס: איך גלויב אין לויפן פאר עפעס, און איך גיי אויסגעפונען פאר וועכלע זיץ איך וויל לויפן אין קורצן
*
נעכטן איז ווי באריכטעט פארגעקומען די פריימערי פארמעסן אין קענטאקי פאר א רייע סטעיטווייד זיצן און די מערסטע האט מען געקוקט אויפן גאווערנאר פארמעסט
צוליב די נידריגע טוירנאוט האט מען געוואוסט אז איבערראשונגען קענען פאסירן אבער פארט איז געווען ערווארטעט אז ענדי באשאר וועט געוואונען די דעמאקראטישע נאמינאציע
אין די ערשטע שטונדן האט מען געזעהן אז עדקינס וועלכע איז אנטי רציחה קומט אריין גאר שטארק און היבש איבער די ערווארטונגען אבער מיר האבן דורכאויס די אוונט אנגעוויזן אז די באשאר שטארקייט וועט קומען פון די גרויסע סיטיס הופיפטזעכטליך די צוויי גרויסע שטעט לעקסינגטאן און לואיסוויל און דעריבער איז די פארשטענדליכע עדקינס שטארקייט פון די רורעל געגנטער וועלכע קומען אריין פריער נישט גענוג אויף צו ערנסט באזארגן באשאר
עווענטועל האט טאקע באשאר געוואונען אין די פארמעסט וועלכע האט געהאט דריי הויפט קאנדידאטן
אויף די רעפובליקאנע זייט איז געלאפן דער אמטירנדער שטארק אומפאפולערער רעפובליקאנער גאווערנאר מעט בעווין אקעגן ראבערט גאפארט
עס איז אנגענומען אז דעמאקראטן קוקן שוין פון לאנג ארויס ארויסצושטויסן בעווין אין די אלגעמיינע וואלן און זיי האבן געהאלטן אז די שאנסון דערפאר איז גאר גרויס
אבער טראץ דעם האבן מערערע עקספערטן געווארנט אז מען זאל נישט איבערטרייבן די ערווארטונגען ווייל טראץ זיין הויכע אומפאפולעריטעט איז די דעמגראפישע אויסשטעל אין די סטעיט און די רעזולטאטן פון די 2016 למספרם וואלן אן אנדייטונג אז בעווין קען זייער מעגליך יא געוואונען ווידערערוויילונג אין א סטעיט וואס שטיצט שטארק טראמפ וועלכע וועט קאמפיינען פאר בעווין
דעריבער איז איינע פון די זאכן אויף וועלכע מען האט ארויסגעקוקט צו באקומען א פריע אנדייטונג געווען די נעכטיגע רעפובליקאנע פריימערי
מען ווייסט אז טייל פון זיין נידריגע ראטע קומט גאר פון רעפובליקאנער זעלבסט און מען האט דעריבער ערוואטעט אז בעווין זאל אריינקומען ביי בלויז 60% און עקספערטן האבן געווארנט אז נידריגער ווי דעם וועט זיין א שלעכטע צייכן פארן גאווערנאר
אין די ענדע איז בעווין אריינגעקומען ביי א נישטיגע 51% און עקספערטן זענען אויף מיט די בעווין דורכפאל
גאפארטס הויפט שטארקייט איז געקומען פון רורעל געגנטער אין דרום מזרח פון די סטעיט וואו ער איז אין טייל קאונטיס אריינגעקומען מיט אן אויבערהאנט פון איבער 40% איבער בעווין
די איינציגסטע בעסערע נייעס פאר די בעווין קאמפיין איז די געוואונס פון באשאר אויף די דעמאקראטישע זייט ווייל לויט מאנכע איז באשאר די בעסטע פון די דריי הויפט דעמאקראטן מיט וועם בעווין וואלט געוואלט קאנקורירן אין די אלגעמיינע וואלן
בעווין האט שוין נעכטן נאכט איינגעשטימט אויף א דעבאטע מיט באשאר און פארלאנגט אז עס זאל אויך פארקומען א ליוטענאנט גאווערנאר דעבאטע
אין די פארמעסט פאר אטוירני דזשענעראל האט סטאמבא געוואונען די דעמאקראטישע נאמינאציע און אויף די רעפובליקאנע זייט איז אריינגקומען דניא-ל קעמאראן וועלכע איז א געוועזענעע אטוירני פאר מיטש מעקאנעל
די אטוירני דזשענעראל זיץ ווערט איצט געהאלטן דורך ענדי באשאר וועלכע וועט איצט לויפן פאר גאווערנאר און אויב זאל קעמאראן סוקסעסירן וועט ער ווערן די ערשטע רעפובליקאנע אטוירני דזשענעראל אין די סטעיט אין די לעצטע 70 יאר
*
קאמאלא העריס ערהאלט איר ערשטע אינדארסירונג פון אן אייאווע ערוועלטע באאמטע קארעלוויל סיטי קאונסילפרוי מעגהען פאסטער
*
בעטא ארורק האט נעכטן אפגעהאלטן א סי ען ען טאונהאל אוונט און די ערשטע פראגע פון דאנא באש איז געווען איבער זיין פובליק אפשערן צערעמאניע איבער וואס ארורק האט ערקלערט אז ער האט געזוכט אויסצונוצן זיין פלאטפארמע ארויסצוהייבן על פאסא און אירע איינוואוינער און גענוצט אלץ ביישפיל דעם בארבער
צווישן אנדערן האט ער אויך געטוישט זיין שטעלונג איבער אימפיטשמענט נאכדעם וואס ער האט געטוישט זיין שטעלונג איבער אימפיטשמענט
פאריאר האט ארורק געשטיצט אימפיטשמענט אבער שפעטער האט ער גדעזאגט ביי אן אויפטריט אין אייאווע אז ער איז נישט דערפאר און וויל ליבערשט אויסווארטן די וואלן
אצינד ביי די סי ען ען טאונהאל זאגט ער אז עס וואלט דעווען א טעות צו ווארטן ביז די קומענדיגע וואלן און מען דארף יא אימפיטשן דעם פרעזידענט
*
קירסטען דזשיליברענד לייגט ארויס א פארשלאג וואס זי רופט די פאמיליע ביל אף רייטס און פארשפרעכט עס דורכצופירן אין די ערשטע 100 טעג פון איר פרעזידענטשאפט
*
פרעזידענט טראמפס ווידערערוויילונג קאמפיין האט געהאט געשפענדעט אויף פעיסבוק רעקלאמעס פיל מער ווי סיי וועלכע פון זיינע מעגליכע דעמאקראטישע קעגנער אנהויב פונעם למספרם יאר
זיינע רעקלאמעס אויף פעיסבוק האבן איבערגעשטיגן אלע קעגנער אינאיינעם, הגם ווען מען האט גערעכנט מער טראדיציאנאלע רעקלאמעס זענען אלע דעמאקראטן אינאיינעם געווען פאראויס פון טראמפ

אבער מיט די וואוקס פונעם דעמאקראטישן קנאדידאטן פעלד האבן זיך זאכן געטוישט און דזשאו ביידען האט אנגעהויבן אריינפאמפען הונדערטער טויזנטער אין אזעלכע רעקלאמעס איבערשטייגנדיג די טראמפ קאמפיין אין דעם געביט פאר דריי פון די לעצטע פיר וואכן

א דעמאקראטישע סטראטעגיסט האט ארויסגעהויבן די שטילע אבער ווירקזאמע פעיסבוק קאמפיין ווען אין די צייט וואס דעמאקראטן אמפערן זיך צווישן זיך פאר די זעלבע וויילער באזע טוט טראמפ אויסברייטערן זיין אפיעל צו מערערע אמעריקאנער אינדדרויסן פון זיין באזע
מערסטנס פון די פעיסבוק רעקלאמעס ציהלן עלטערע אמעריקאנער הויפטזעכטליך פרויען העכער די 55 יארגאנג
עלטערע וויילער איז א קריטישע באזע פאר טראמפ ווייל די עלטערע האבן אים געשאנקן זיין זיג אין 2016 למספרם אבער פרויען האבן זיך יא היבש פארקירעוועט ביי די פארלאפענע מידטוירמס און די עלטערע פרויען קענען אצינד זיין קריטיש צוריקצוגעוואונען
דעיוויד פארסקעל פירט היינט די טראמפ קאמפיין און שלאגט קאפיטאל מיט די טאקטיק וואס ער האט סוקסעפול גענוצט צוריק אין 2016 למספרם ווען ער איז דאן געווען ער דידזשיטאל דירעקטאר פונעם קאמפיין
נאכן שטוינענדן וואל אויסגאנג ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז האט פארסקעל ערקלערט אין מערערע אינטערוויוס ווי שטארק די קאמפיין האט אינוועסטירט אין די פעיסבוק רעקלאמעס זאגנדיג אז מיט די סארט רעקלאמעסזענען זיי אנגעקומען צו וויילער וועלכע דו וואלסט קיינמאל געגרייכט מיט טראדיציאנאלע טעלעוויזיע רעקלטאמעס
די קאמפיין האט זיך באנוצט מיט צענדליגער טויזנטער מיטלען אפגרעידס און פארשידענע ערליי רעקלאמעס וועלכע האט זיך רעגלמעסיג געטוישט באזירט אויפן אויפכאפן וואס ספעציפישע וויילער גליכן
זיי זענען אריינגעקראכן אפילו אין אזלעכע פיצינקע דעטאלן אנדעקנדיג אז געוויסע מענטשן גלייכן צו ביישטייערן דורכן דרוקן א גרינע קנעפל און אנדערע דייקא א רויטע
ווען טייל גלייכן צו זעהן די ווארט "דאונעיט" בעפארצוגן אנדערע צו זעהן די אויסדרוק "קאנטריביוט"
איצט זאגט די טראמפ קאמפיין אז די סארט קאמפיןן צוגאנג וועט אננעמען א פרישן טאן און וועט ווערן אויסגענוצט אויך אויף אנדערע אנליין פלאטפארמעס
די קאמפיין איז געקומען צום אויספיר אז די וויילער וועלכע זיי זוכן צו ציהלן פארברענגן היבש צייט דורכן טאג צו באקומען אינפארמאציע אויף יוטוב
די קאמפיין פלאנט אויסצוגעבן דאסמאל הונדערטער מיליאנען אויף די שטיק און פלאנט צו דעזיגנירן טייל פון די רעקלאמעס אין א וועג אז דער ליינער זאל זיך פארבינדן און מיטטיילן זיינע קנאטאקט אינפארמאציע און דאדורך אויסברייטערן די שוין אזוי אויך מאסיווע ליסטע פון שטיצער און אנדערע זענען אויסגעשטעלט פאר בלויזע ביישטייערונגען און פואוון צו פארקויפן טראמפ קאמפיין קליידונג און ארטיקלען
א קאמפיין סטראטעגיסט ערלקערט אז די פעיסבוק רעקלאמעס טוט גאר שטארק פארגרעסערן זייער אימעיל ליסטע וועלכע טוט אלץ רעזולטאט הייבן פאנדרעיזינג
זיי ברענגן ארויס איין ביישפיל וועלכע איז טראמפס געבורטסטאג
טראמפ ווערט 73 יאר קומענדיגע מאנאט און די קאמפיין האט געלאזט אין גאנג א רייע מיט מעגליכקייטן בעטנדיג מענטשן אונטערצושרייבן א געבורטסטאג וואונטש קארטל פארן פרעזידענט ווי אויך האבון זיי זיך באנוצט מיט דעם פאריגע מאנאט ווען די ערשטע פרוי האט געפייערט איר געבורטסטאג
פארסקעל ערלערט אז די אלע מיטלען טוען זיי אנקניפן קאנטאקט מיט נייע וויילער און סיי אויפפרישן פארבינדונג מיט אלטע וויילער דורכן זיי פריש עראינערן מיט גוטע מעמוארן און זיי אנווארימען אויפן קומענדיגן וואל סעזאן
ער קוקט ארויס צו שאפן קאנטאקט אינפארמאציע אויף 40-50 אגער גאר 60 מיליאן מענטשן וועלככע באטרעפט די טאטאל פון מער וויניגער אלע וויילער וועלכע קענען עווענטועל שטימען פאר טראמפ
באזונדערע רעקלאמס ווערן אויסגעטעלט אויף די פארשינדענע אישוס ווי טייל זענען איבער אימיגראציע אנדערע זענען איבער סאציאליזם און אויך לויפן רעקלאמעס איבער די וויטש האנט טעמע
ערסטער שיקן זיי רעקלאמעס איבער די דערגרייכונכ פון קרימינאלע יוסטיץ רעפארם ביל און היספאנשי רעדנדע רעקלאמעס איבער די צושטאנד אין ווענעזועלע
זעלבספארשטענדליך אז די רעקלאמעס ווערן אויסגערעכנט וועלכע סארט זאל אנקומען צו וועלכע אדרעס
*

פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א צייט צוריק און מיר וועלן צו ערשט ציטירן יענע באריכט און אין די ענדע אויספירן מיט די אורטייל וואס די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן די וואך מאנטאג

אום 2009 למספרם האט די געריכט געאורטיילט איבער די וועיט אקעגן לעווין קעיס
וועיט איז א דראג מעניופעקטורער וועלכע האט פאבריצירט א געוויסע מאטריאל גענוצט אין איינשפריצונגען
לעווין האט געקלאגט די פירמע פארן פארפעלן צו ארויסשרייבן אויפן לעיבל אז די פראדוקט קען האבן ערנסטע זייטן ווירקונגען וועלכע האט אין פאקט געפירט צו די פארלוסט פון איר האנט ל"ע
וועיט האט גע'טענה'ט אז זי האט געהאט פארלאנגט פון די עף די עי צו באשטעטיגן א טויש אינעם לעיבל וועלכע זאל אנטהאלטן די נויטיגע ווארענונגען אבער די אגענטור האט שפעטער באשטעטיגט די ארגינעלע לעיבל איגנארירנדיג די רעקאמענדאציע צוצולייגן די ווארענונג און דעריבער קען מען זיי נישט האלטן פאראנטווארטליך פארן פארפעלן צו ווארענען ווי עס איז פארלאנגט דורך די סטעיט אף ווערמאנט געזעץ צוליב וואס זיי זענען געווען געבינדן צו די פעדעראלע עף די עי רעגולאציעס וועלכע פארלאנגען צו ערשט זייער באשטעטיגונג אויף א טויש
די ווערמאנט סופרים קאורט האט געאורטיילט אין שטיצע פון לעווין און שפעטער האט די סופרים קאורט
אין א 6-3 אורטייל אויך געאורטיילט לטובת די אנקלעגער און אליטא סקאליא און ראבערטס זענען געווען אין די מינאריטעט
די מאיאריטעט האט אנגעצייגט אז טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן דארפן לעיבל טוישונגען באשטעטיגט ווערן דורך די עף די עי איז אבער יא ערלויבט אין געוויסע פעלער פאר פירמעס צו פארשטארקערן ריזיקע ווארענונגען נאך איידער זי ערהאלט די באשטעטיגונג אויפן טויש און די טענה אז די פראדוקט איז עף די עי באשטעטיגט טוט נישט באשוצן פירמעס פון קלאגעס אז זיי האבן פארפעלט נאכצוקומען סטעיט רעגולאציעס צו מעלדן די ריזיקע
די געריכט האט אבער גלייכצייטיג צוגעלייגט אז אין פאל די אגענטור וואלט קלאר פארבאטן צו מאכן דעם פארלאנגטן טויש וואלט דאן די פירמע געהאט א גוטע טענה אז זיי זענען צווישן האמער און נאגל נישט קענענדיג נאכקומען די סטעיט פארלאנג צוליב וואס זיי מוזן זיין און איינקלאנג מיט די פעדעראלע אנווייזונגען

די געריכט האט אנערקענט אז אין פאל א פעדעראלע אגענטור לייגט ארויס אפיציעלע פארשריפטן נישט זיך צו רעכענען מיט סטעיט רעגולאציעס זינט עס שטערט פאר די פעדעראלע רעגירונגס פארשריפטן דאן האט די פעדעראלע רעגירונג די אויבערהאנט אבער אין דעם פאל איז נישטא קיין אפיציעלע רעגולאציע פון די עף די עי זיך נישט צו רעכענען מיט סטעיט רעגולאציעס הגם א סטעיטמענט איז יא פארהאן אין וועלכע די אגענטור באקלאגט זיך אז די פילע סטעיט רעגולאציעס שטערט פאר זייער סיסטעם פון קאנטראלירן די זיכערהייט פון דראג און עסנווארג
ריכטער ברייער שרייבט קלאר אינעם אורטייל אז אין פאל די עף די עי זאל ווען באשליסן ארויסצולייגן א נייע רעגולאציע וועלכע פארבאט צו קלאגן פירמעס וועלכע פארקויפן פראדוקטן
באשטעטיגט דורך די פעדעראלע רעגירונג צוליב וואס מען איז נישט נאכגעקומען פארמערטע סטעיט רעגולאציעס וואלט אזא רעגולאציע געווען אויסגעהאלטן
ריכטער טאמאס וועלכע האט גראדע זיך אנגעשלאסן אינעם מאיאריטעט האט געשריבן א באזונדערע מיינונג ווי אין די קעיס נעמט ער די מאיאריטעט שטעלונג אבער דינגט זיך מיט די לעצטע הוספה זאגנדיג אז די שפראך גענוצט אינעם מאיאריטעט אורטייל גייט צו ווייט איבער וויפיל די א פעדעראלע אגענטור קען אריינרעדן און צונישט מאכן סטעיט רעגולאציעס אפילו אויב די אגענטור האט נישט עכט די באשטעטיגונג און מאכט דערויף לויטן געזעץ באשטעטיגט אין קאנגרעס
ווי פריער געשריבן זענען ריכטער ראבערטס סקאליא און אליטא געווען אין די מינאריטעט

אצינד שטייט פארן געריכט א נייע קעיס אין וועלכע די פאסעמעקס פירמע ווערט אויך אנגעקלאגט פארן נישט אדרעסירן ריזיקע ווארענונגען אויפן לעיבל אין דעם פאל טענה'ט די פירמע אז זיי האבן פארלאנגט פון די עף די עי עס צו קענען טוישן אבער נאך לאנגע צעגערונגען האט די אגענטור איינפאך צוריקגעוויזן די טויש
די דיסטריקט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די פירמע אבער שפעטער האט די דריטע סירקוט קאורט עס צוריקגעדרייט געבנדיג די געלעגנהייט פארן קלעגער צו שיקן די פראגע צו א דזשורי וועלכע זאל אריינקוקן אין די פאקטן און זעהן צו די עף די עי האט טאקע נישט געגלויבט אז די ווארענונגען זענען נויטיג אדער גאר צוליב וואס די ווארענונג נוסח פארגעשלאגן דורך די פירמע איז צו מינימאל פארפירנדיג קאנסומער איבער די ריכטיגע ערנסטקייט פון די מעגליכע ווירקונגען
לויט די געריכט האט די פירמע נישט צוגעשטעלט גענוג קלארע באווייזן אז די אורזאך פארן צוריקווייזן די פארלאנג איז געווען ווייל די אגענטור האט נישט איינגעזעהן אין די ערנסטקייט פון די ריזיקע
די פירמע האט אבער אפעלירט די פארארדענונג צום סופרים קאורט

עס קען זיין ריזיקאליש פאראויסצושאצן די אויסגאנג אינעם איצטיגן קעיס זינט ריכטער סקאליא סוטער סטיווענס און קענעדי וועלכע האבן אלע אנטייל גענומען אין די מאיאריטעט אורטייל אינעם פריערדיגן קעיס זענען שוין נישט אויפן באנק און זינט דאן זענען צוגעקומען ריכטער קעיגען גארסוטש סאטאמיאר און קעווענאו
אויך האט זיך ריכטער אליטא אויסגעשלאסן פונעם איצטיגן קעיס וועלכע באדייט אז בלויז 8 ריכטער וועלן קענען אורטיילן דערויף
עקספערטן טוען אבער פרובירן צו שאצן און שפעקולירן אז ריכטער טאמאס ראבערטס קעווענאו און גארסוטש וועלן ווארשיינליך שטימען לטובת די פירמע און זאגן אז מען קען זיך אפילו רישן אז אויך ריכטער קעיגען און גינזבורג אדער ברייער (אדער גאר ביידע) זאלן אויך נעמען דעם זעלבן שטעלונג
אויב זאל זיך טאקע ארויסשטעלן אז אלע 4 קאנסערוואטיוון זאלן שטימען לטובת די פירמע מיט אמווייניגסטנס נאך איין ליבעראלע ריכטער וועט עס פארמיידן די געריכט פון זיך טיילן 4-4 וואס אין א ספליט וואלט די אורטייל פון די דריטע סירקוט געבליבן אין קראפט אקעגן די פירמע
דעם קומענדיגן מאנטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

אצינד צום אורטייל:
די וואך מאנטאג האט די געריכט געאורטיילט ווי שאצונג וועלכע מיר האבן געברענגט פון עקספערטן אז די פירמע האט רעכט און קען נישט ווערן געקלאגט און דעריבער שיקן זיי צוריק די קעיס צום דריטן סירקוט וועלכע האט גע'טענה'ט אז די אורזאך צוליב וואס די עף די עי האט נישט באשטעטיגט די ווארענונג וואס די פירמע האט רעקאמענדירט איז גאר צוליב וואס די ווארענונג איז צי בלאס און טוט פארפירן קאנסומער

די סופרים קאורט זאגט אז די דריטע סירקוט זאל פון פריש אריינקוקן דערין און אויב זיי שפירן אז די אויבנדערמאנטע אורזאך איז ריכטיג און דעריבער ווילן זיי ערלויבן צו קלאגן די פירמע דארפן די ריכטער זעלבסט זיך באפאסן מיט אזא באשלוס און נישט עס שיקן צו קיין דזשורי וועלכע האט נישט וואס אריינצורעדן דערין
איצט דארף די דריטע סירקוט אליין באהאנדלען די פראגע און אויב איינע פון די צוויי זייטן וועלן דאן זיין אומצופרידן פונעם באשלוס קען עס מעגליך ווידער אנקומען צום סופרים קאורט

ווי ארויסגעברענגט האט ריכטער ברייער וועלכע איז געווען אויף די זייט פון קלעגער ביים פריערדיגן קעיס
האט געשריבן אן אומאיינשטימיגע מיינונג צו יענע צייט קלאר געשריבן אז לויט זיין אייגענע מיינונג וועט א קלארע פארארדענונג פון די פעדעראלע רעגירונג נישט צו שרייבן עפעס אויפן לעיבעל זיין שטארקער פון די סטעיט פארלאנג יא צו שרייבן און מען האט טאקע זיך אויף דעם פארלאזט ביים ברענגן די שאצונג אז דאסמאל -ווען די עף די עי האט טאקע זיך קלאר אנטזאגט פון באשטעטיגן דעם טויש אויפן לעיבעל- וועט ריכטער ברייער מעגליך זיך אנשליסן מיט די קאנסערוואטיוון און שטיצן די פירמע
וכן הוה, און ריכטער ברייער איז גאר די שרייבער פונעם איצטיגן אורטייל און ריכטער טאמאס, גארסוטש, גינזבורג סאטאמיאר און קעיגען האבן זיך אנגעשלאסן
אליטא וועלכע האט נישט אקטיוו אנטייל גענומען אינעם קעיס האט אויך ארויסגעגעבן א באזונדערע אורטייל שטיצנדיג די אינהאלט פון ריכטער ברייערס אורטייל אבער מיט אביסל אן אנדערע שפראך אין ריכטער ראבערטס און קעווענעאו האבן זיך דערין אנגעשלאסן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך מאי 22, 2019 2:29 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מאי 22, 2019 11:28 am

א גרויסע ישר כח @הבל טאקע געהאט אויף וואס צי ווארטען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שׁעמעדיגער
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מאי 22, 2019 11:38 am

הבל האמיר שוין געמיינט ביזט און מירון

א דאנק!!!!!!!!!

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » מיטוואך מאי 22, 2019 11:41 am

Thank you
music helps your mood

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך מאי 22, 2019 11:52 am

הבל איז מעכטיג! Wow

האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט וויפיל קאפ אין מוח צייט גייט אריין און די באריכטן?! א הארציגן דאנקע מיסטער הבל!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 22, 2019 12:02 pm

יישר כחכם!!
איך בין נייגעריג אויב די פארלאנג אויף אזעלכע זארט גרונטליכע און דעטאלירטע קעיסעס איז אינטערסאנט פאר גענוג ליינער אז עס זאל זיין ווערט

אווער נייט קוגעל
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מיטוואך מאי 22, 2019 12:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כחכם!!
איך בין נייגעריג אויב די פארלאנג אויף אזעלכע זארט גרונטליכע און דעטאלירטע קעיסעס איז אינטערסאנט פאר גענוג ליינער אז עס זאל זיין ווערט


גאר אינטרעסאנט!
איך וואלט נאר געראטן צו עפענען א פרישען "אשכול" פאר די געריכט קעיסעס באריכטן און אפדעיט'ס

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך מאי 22, 2019 12:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כחכם!!
איך בין נייגעריג אויב די פארלאנג אויף אזעלכע זארט גרונטליכע און דעטאלירטע קעיסעס איז אינטערסאנט פאר גענוג ליינער אז עס זאל זיין ווערט



Sure!!!
מען דארף נאר מאכן די צייט פאר דעם.. אפשר זאל מען צוטיילן די קאקאש אין דריי תגובות? אז מען זאל עס קענען ליינען צוביסלעך..


א גרויסן דאנק פאר דיין געוואלדיקע ארבעט טאג איין טאג אויס!!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”