בלאט 39 פון 80

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 12:35 pm
דורך ר' זעקל
אווער נייט קוגעל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כחכם!!
איך בין נייגעריג אויב די פארלאנג אויף אזעלכע זארט גרונטליכע און דעטאלירטע קעיסעס איז אינטערסאנט פאר גענוג ליינער אז עס זאל זיין ווערט


גאר אינטרעסאנט!
איך וואלט נאר געראטן צו עפענען א פרישען "אשכול" פאר די געריכט קעיסעס באריכטן און אפדעיט'ס

100% גערעכט סאיז זייער איטרעסאנט באט נישט אייביג האט מען כוח פאר עס מען דארף צולייגען מער קאפ פאר עס
סאו עס וואלט געווען א גוטע עצה צי מאכען א עקסטרע אשכול פאר די קארט קעיסעס.
אין אז איך האב שוין יא די מייק קען איך נישט אויסלאזען זיך צו באדאנקען פאר אונזער טייערע הבל פין ווען מען האט ג'עפענט די אשכול האב איך מסתמא נאכנישט פארפאסט
קיין איין שטיקעל קאקאש סאיז עפעס אויסערגעווענליך א גרויסע ישר שכוח הרב הבל.

נב. איך פערזענליך גלייך די מערסטע די דעקונג פין די 2020 אילעקשענס.

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 1:54 pm
דורך שטילער
וואאףףף!! דעס איז זאפטיגע קאקאש... די טשאקלעט רינט פיין!!

איך האב זייער הנאה פון די לאנגע אין דעטאלירטע באריכטן!

ישר כח הבל!!!!!

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 1:59 pm
דורך ענדע צדיק!
אנבעליוועבל. ייש״כ הבל!

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 4:57 pm
דורך mmn
הכל הבל האט געשריבן:יישר כחכם!!
איך בין נייגעריג אויב די פארלאנג אויף אזעלכע זארט גרונטליכע און דעטאלירטע קעיסעס איז אינטערסאנט פאר גענוג ליינער אז עס זאל זיין ווערט

i enjoy it please keep up

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 5:18 pm
דורך איש האשכולות
ש'כח

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 5:25 pm
דורך אזוי צו אזוי
ישר כח הבל, מיר זענען זיך מחי' מיט אייערע באריכטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 6:00 pm
דורך געוואלדיג
אוי, הבל איך מוז שוין זאגן,
יעדעס מאל עס הייבט אן טאגן,
איך האב א געלעגנהייט צום קאמפיוטער יאגן,
אן אוצר טוהען מיר פארמאגן,
@הכל הבל, זיין ניק טוהט ער טראגן,
יעדן טאג א פרישע וואגן,
פילע נייעס פון די פיס ביזן קראגן,

זאל די זכות זיין אויף איהם להגן.

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 6:43 pm
דורך shimon7323
Wow!!!!

מורא'דיג ציענדיג און געשמאַק

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 6:57 pm
דורך וואס טוט זיך
דער איז פשוט......
אנבליוועבעל.
א גרויסן דאנק.

איך זעה האסט נישט באריכטעט די פענסעלוועניע פארמעסט, ?
דו באריכסט גענוג, איך וויל פשוט וויסן צו ס'האט א סיבה?

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 7:12 pm
דורך האלץ האקער
שטילער האט געשריבן:וואאףףף!! דעס איז זאפטיגע קאקאש... די טשאקלעט רינט פיין!!

איך האב זייער הנאה פון די לאנגע אין דעטאלירטע באריכטן!

ישר כח הבל!!!!!

;a-1; ;a-1;

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:09 am
דורך שקר
ווי איז די קאקאש היינט איך בין שוין הינגעריג

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:28 am
דורך חוח בין השושנים
שקר האט געשריבן:ווי איז די קאקאש היינט איך בין שוין הינגעריג

ל"ג בעומר עסט מען אין שול.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:12 pm
דורך maybeeynot
אין רוב שולן טאר מען נישט האבן די קאקאש

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:26 pm
דורך mmn
לכבוד מורינו רבי הבל שליט"א
וויסן זאלסט איר אז די קאקאש באריכטן זענען מיך מציל פון שמירת עינים ביטול זמן און ביטול תורה און גניבה (פון מיין בעה"ב ) זינט איך קוק דא באקום איך די מיינס אן דארפן זיכן.. איך וואלט ווען אולי געצאלט פאר אזאנס, איר דארפט אנהייבן שיקן אויף אימייל און לייגן עדס, איך בין זיכער איר וועט האבן א ליסטע פון דא ביז קאנארסי! שכוח וכה לחי

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 10:07 am
דורך הכל הבל
זונטאג בחוקותי





מאלאווי איז א לענדל אין דרום מזרח אפריקע און האט אפגעהאלטן פרעזידענטליכע וואלן אבער די געריכט האט איצט אויפן פארלאנג פון די אפאזיציע פארטיי בלאקירט די וואל קאמיסיע ארויסצושטעלן די רעזולטאטן נאך באקלאגענישן איבער שווינדל און וואל פעלשערייען
*
מארשירער אין האנג קאנג צייכענען אפ 30 יאר זינט די כינעזער טויטליכע פאגראם אויף פרא דעמאקראטישע פראטעסטירער אין טיאנאנמאן סקווער
*
אין קאטאר גרייט מען זיך צו די עקאנאמישע קאנפרענץ וואס די אמעריקאנער האבן געמאלדן אלץ ערשטע פאזע פון זייער לענגערע שלום פלאן צו לעזן די איזראעלי פאלעסטינער קאנפליקט
כאמאס און כיזבאלא האבן ביידע גערופן צו באיאקיטירן די צוזאמקום אבער קאטאר האט געמאלדן אז זיי וועלן אנטייל נעמען גיבנדיג לעגיטימאציע וועלכע די פארשטעלונג קען נויטיג נוצן פון א לאנד וועלכע האט מער אנגעשטרענגטע באציאונגען מיט די סאודיער אליאנץ פון לענדער
*
אין א פארזוך צו רייניגן איר לופט פלאנט אמסטערדאם צו פארבאטן אלע סארט דיזעל און פעטראליום ענדזשין קארס אויף ביז 2030 למספרם (פונקט א יאר איידער די אלעקסאנדריע קארטעז וועלט צוזאמפאל)
*
באסטוואנא איז א לענדל אין דרום אפריקא און די היים צו א געשאצטע 130 טויזנט עלעפאנטן
די ארטיגע פירערשאפט האט אראפגענומען א פארבאט צו פאנגן עלעפאנטן
*
קוועלער באריכטן איבער א ערנסטע ריס צווישן אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא און נאציאנאלע סעקיוריטי ראטגעבער דזשאן באלטאן
די צוויי אמפערן זיך איבער איראן ווי באלטאן איז פול מער שפארבעריש און פאמפעיא זוכט צו ארבעטן מער סטראטעגיש און אויסגערעכנט
באזונדער הערשט א אומצוטרוי איבער צפון קארעא ווען באלטאן האט פריוואט געשיקט א ליסטע מיט פראגן צו די סי איי עי איבער די זייער שפיאנאזש אויף צפון קארעא אונטער די רוקן פון פאמפיעא וועלכע איז די הויפט דיפלאמאט אין די פארהאנדלונגען מיט זיי
*
פרעזידענט טראמפ טרעט אריין אין א זומער פול מיט טראוועל אקטיוויטעטן אויפן סקעדזשועל מיט ארום 80 שעה ווען ער וועט זיך אויפהאלטן אינעם עיר פארס 1 אין די לופט רוימען אין אויסלאנד און פון ערפארונג איז טראמפ היבש אומגעדולדיג צו אזעלכע פלי מיסיעס און די שטאב באצאלט א פרייז ביים דארפן פארזיכערן דעם פרעזידענטס רואיגקייט
איין באאמטע שילדערט א פאל ווען א שטאב מיטגליד האט זייענדיג אויסגעמוטשעט זיך אראפגעלייגט פאר א דרימל פון עטליכע שטונדן אויף ביז די פליגער האט געזאלט לאנדן אבער דער פרעזידענט האט געשיקט א געהילף יענען ערוועקן צו דיסקוסירן א געוויסע טעמע זאגנדיג אז יענער זאל נישט שלאפן איצט
*
נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אין א ספעציעלע מעמא אז ער טוט דעקלאסיפיצירן אלע געהיימניסן אין וועלכע אטוירני דזשענעראל באר וועט ווילן אריינקוקן און פארארדנט אלע באטרעפנדע אגענטורן צו פולשטענדיג קאאפערירן זאגט דען קאוטס דער דירעקטאר פון די נאציאנאלע שפיאנאזש ביורא אז ער איז קאנפידענט אז דער אטוירני דזשענעראל וועט ארבעטן צוזאמען מיט די שפיאנאזש געמיינדע צו באשוצן שטארק סענסיטיווע קלאסיפייד אינפארמאציע וואס אויב עס זאל ווערן פארעפנטליכט וועט עס שטעלן אונזער נאציאנאלע זיכערהייט אין ריזיקע
*
די סיטיזאנס און אימיגראציע סערוויסעס אגענטור פארזיצער פראנסיס סיסנע ווערט שוין פאר לאנגע וואכן געציהלט דורך ווייסע הויז ראטגעבער סטיווען מילער
פרייטאג איז ענדליך געלונגען פאר מילער דאס זייניגע און אין אן אימעיל שרייבט סיסנע אז אויפן פארלאנג פונעם פרעזידענט רעזיגנירט ער פון פאזיציע
סיסנע איז שטארק געשטיצט געווארן דורך סענאטאר טשאק גרעסלי און אנדערע אויף קעפיטאל היל
נאכפאלגענדיג די נייעס מיט די סיסנע רעזיגנאציע האט נישט לאנג גענומען קלאר צו ווערן ווער עס וועט אים ערזעצן און עס איז געמאלדן געווארן אז קען קוטשינעלי וועט איבערנעמען די פאזיציע נאך וואס פריער אין וואך איז שוין געווארן געמאלדן אז ער גייט באקומען א הויכע פאסטן
*
א דריי ריכטער פאנעל וועט אויסהערן די אפעלאט איבער די דיסטריקט ריכטער אורטייל צו ארויסגעבן טראמפס פינאנציעלע רעקארדס אום יולי 12 למספרם
די דריי ריכטער זענען פאטריסיע מילעט נאמינירט דורך אבאמא, דעיוויד טאטעל נאמינירט דורך קלינטאן און נעאמי רעא נאמינירט דורך טראמפ
*
פרייטאג האט פרעזידענט טראמפ געפיילט פאר אן אפיעל אויף די אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער אין ניו יארק וועלכע האט געשאנקען די גרינע ליכט פאר דויטשע באנק און קעפיטאל 1 צו קאאפערירן מיט א קאנגרעסיאנאלע סובפינע
*
דעם שבת האט די טראמפ אדמיניסטראציע געוואלט אנהויבן בוי אקטיוויטעטן אין טעקסאס און אין אריזאנא פארן גרעניץ וואנט אבער א פעדעראלער ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא האט עס צייטווייליג בלאקירט
*
אום יולי 9 למספרם וועט די 5'טע סירקוט געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס
*
פרייטאג האט די סופרים קאורט געלייגט א סטעי אויף סטעיט אורטיילן פון אהייא און מישיגען וועלכע האבן פארארדנט איבערצושרייבן קאנגרעסיאנאלע מאפעס צוליב וואס זיי זענען געשריבן געווארן מיט צופיל פארטייאישע אינטערעסן
עס קומט אין די צייט וואס מען ערווארט אן אורטייל אויף די זעלבע פראגע פון ווירדזשיניע און נארט קאראליינע ארויסצוקומען אום יוני למספרם
עס קען מעגליך אנדייטן אז די געריכט גרייט זיך צו אורטיילן אז די סארט פראקטיצירונג פון פאליטישע מאפעס איז לעגאל אויסגעהאלטן
קיין איין ריכטער האט נישט געשריבן א קעגן מיינונג צו די איצטיגע סטעי
*
א פעדעראלע ריכטער האט פרייטאג בלאקירט די מיסיסיפי אנטי רציחה געזעך פון אריינגיין אין קראפט
*
אין די זעלבע צייט האט די ACLU אריינגעטראגן קלאגעס אקעגן די אלאבאמא אנטי רציחה געזעץ
*
א רוסיש געבוירענע בריטישע שפיאנאזש עקספערט קלאגט אן אין געריכט די געוועזענע עף בי איי אינפארמאנט סטיווען האלפער און צוגאב צו א רייע אמעריקאנע נייעס אגענטורן פארן פיטערן א פאלשע געשיכטע אז זי האט געזוכט אריינצונארן מייקל פלין אין א פאסטקע דורך זיך באפריינדן מיט אים אויף א פערזענליכע פארנעם און דאדורך ארויסנאשן פון אים אינפארמאציע צו שיקן דערנאך צו די רוסישע שפיאנאזש
די באשולדיגונג איז צו יענע צייט ניטאמאל געווארן פובליצירט דורך אלע נייעס קוועלער
*
דאנערשטאג האבן פראקורארן געברענגט קלאגעס אקעגן א געוועזענע שיקאגא באנקיר וועלכע האט געארבעט אויפן טראמפ 2016 למספרם קאמפיין
לויט די קלאגעס האט ער פארזיכערט הלוואות אין די ווערט פון16 מיליאן פאר מענעפארט אין אויסטויש צו באקומען די פאזיציע אויפן קאמפיין
ווען מענעפארט האט אנגעהויבן ארבעטן אים אריינצוברענגן האט ער צווישן אנדערן געישקט מעסעדזשעס פאר קושנער וועלכע האט רעאגירט אין א קורצע מעסעדזש : "בין דערביי"
די קלאגע איז געווארן געברענגט דורך די סאודערן דיסטריקט אין ניו יארק און איר הויפט פראקוראר דזשעפרי בערמאן געשטעלט דורך טראמפ איז נישט געווען פארמישט אין די קעיס ווייל ער האט זיך רעקיוזד דערפון אזוי ווי ער האט געטוהן ביי די מייקל קאהען קעיס
אין די ערשטע שטונדן נאך די ארעסט האט די אפיס געזאגט אז די איצטיגע ארעסט איז נישט איינע פון די 14 ריפוירעלס וועלכע מולער האט איבערגעלאזט פאר די יוסטיץ דעפארטמענט צו באהאנדלען און האט דעריבער געשאפן דעם איינדרוק אז עס איז א לעצטערע אנטוויקלונג וועלכע איז ניאטמאל געווען ארגינעל אויף מולער'ס ראדאר
שפעטער אבער האט מען נאכאמאל אנגעפרעגט די ווארטזאגער פאר די אפיס און דאן האט ער געזאגט אז זי קען נישט זאגן מיט א קלארקייט אויב די איצטיגע אנקלאגע איז איינע פון די 14 אדער נישט
*
פארלאפענע דאנערשטאג האט די סענאט געשטימט אויף די דיזעסטער הילף פעקל און עס באשטעטיגט מיט 85-8 און געשיקט צום פרעזידענט וועלכע האט עס אונטערגעשריבן
די סענאטארן צו שטימען דערקעגן זענען אלע געווען רעפובליקאנער:
בלעקבוירן, בראון, קרעפא, לי, מקסעלי, פאול, ריש, און ראמני
ראמני האט ערקלערט זיין שטימע זאגנדיג אז די ביל איז אנגעפולט מיט אומפארבינדעטע פראיעקטן און אז קאנגרעס זאל דיסקוסירן א בודזשעט מיט מער פאראנטווארטליכקייט ווי איידער דורכיאגן ביליאן דאלער ספענדינג בילס אין די לעצטע מינוט אן געהעריגע דעבאטע
מקסעלי האט זיך פארשטיין געגעבן זאגנדיג אז טייל פאליטיקאנטן פרובירן צו איגנארירן די אימיגראציע קריזיס וועלכע איז גאר אן ערנסטע אין אריזאנא און סיי וועלכע פארזוך צו פאנדן הילף מוז אייננעמען אויך די גרעניץ קריזיס
*
רעפובליקאנע סענאטאר דזשאני אייזעקסאן: איך בין טיף באזארגט אז דער פרעזידענט האט פארלוירן זיין קאנצעטראציע און איך בין זייער דער פאר אונזער לאנד\נישט אז ער טוט עפעס אומריכטיג נאר מיר באגייען זיך אומריכטיג מיט אישוס וועלכע דארפן נישט צו זיין פאליטיש
*
פארלאפענע דאנערשטאג האט בן זיך די טארנעידא סירענעס צופיפן אויף קעפיטאל היל טרייבנדיג אלעמען צו די שעלטערס
מערקווירדיג איז געווען אז סענאטארן האבן געהאלטן אינמיטן שטימען אויף די דיזעסטער הילף ביל
*
רענד פאול איז געווען די איינציגסטע סענאטאר צו שטימען אקעגן די ביל צו באקעמפן ראובא קאלס
די ביל איז אריבער מיט 97-1
*
די סענאט איז געגאנגען אויף אורלויב אויף ביז יוני 3 למספרם
סענאטאר דזשאן האווען פון צפון דעקאטע וועט פארבלייבן אין סענאט אויף ביז מאנטאג אנצופירן מיט די אזויגערופענע פרא פארמע סעסיע
*
א נייע ארדער פון פרעזידענט טראמפ וועט ערלויבן פאר שעלטערס פאר היימלאזע נישט צו אקצעפטירן בריות משונות
*
פרעזידענט טראמפ פלאנט צו ערלויבן אדאפטירונג אגענטורן אפצוזאגן בריות משונות עלטערן
*
די גאווערנאר און אנדערע סטעיט באאמטע אין טענעסי האבן געלייגט דרוק אויפן סטעיט הויז ספיקער (ר) צוליב קאנטערווערסיאלע קאמענטארן און עס האט נישט לאנג גענומען ביז א רעזיגנאציע איז נאכגעקומען
*
די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע פארזיצער טשערי באסטאס איז געווען געסקעדזשועלט אפצוהאלטן א פאנדרעיזינג פארן מעסיגסטן דעמאקראטישן קאנגרעסמאן דאן ליפינסקי פון אילינאי וועכע איז אנטי רציחה און שטייט אויס א פריימערי פון א לינקע פרוי
די באטייליגונג פון באסטאס איז אבער געווארן אפגערופן נאך אומגעהויערע דרוק פון ליבעראלע גרופעס
*
יוטא סענאטאר מייק לי אינדארסירט סטעיט געזעצגעבער ארנאלד מודי אין די אלאבאמא רעפובליקאנע סענאט פריימערי
*
די מאכטפולע דעוואס פאמיליע אין מישיגען מעלדט אז זי ענדיגט מיט איר לאנגיעריגע שטיצע פאר קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש
*
קלאב פאר וואוקס איז א מאכטפולע קאנסערוועטיווע גרופע וועלכע פלעגט אין די פארגאנגענהייט זיין פארמישט ארויסצושטויסן אמטירנדע רעפובליקאנער אין פריימערי פארמעסטן אריינצוברענגן קאנסערוואטיוון אויף זייער ארט אבער די גרופע איז נישט געווען איבריג אקטיוו אין דעם הינזיכט אין די לעצטע עטליכע יארן
אצינד גרייטן זיי זיך צו ווערן פארמישט אין די פריימערי אונטערנעמונג אקעגן נארט קאראליינע סענאטאר טאם טיליס און די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע איז אויסער זיך און ווארנט די טראמפ קאמפיין אז סיי וועלכע ווייטערדיגע כאאס אין די סטעיט עס קען ערנסט באדראען טראמפ און די רעפובליקאנער שאנסן אין 2020 למספרם
קלאב פאר וואוקס זוכט צו רעקרוטירן קאנגרעסמאן מארק וואלקער צו לויפן אקעגן טיליס און דערווייל האט וואלקער נישט קאמענטירט אויף די באריכטן אבער איינער האט באמערקט אז זייין וועבזייטל ארבעט נישט אנגעבליך צוליב מעינטענענס און אפדעיטס וועלכע דארפן ווערן געמאלדן אין קורצן.. און די מעלדונג פירט אויס מיטן צייגן א לינק וואס פירט צו א ביישטייערונג פארום פארן קאנגרעסמאן..
די מעקאנעל לידערשיפ פעק איז שוין ארויס ארונטעררייסן די קלאב און וואלקער און פארטיידיגט טיליס און געווארנט אז זי וועט אפהאקן פארבינדונג מיט סיי ווער עס ארבעט צו טשעפען מיט סענאטאר טיליס אדער סיי וועלכע אנדערע אמטירנדע סענאטאר וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג
די מעקאנעל מיסיע ווערט געשטיצט דורך שעלדאן עדעלסאן
*
20 פראגרעסיוו גרופעס נעמען אונטער פרישן קאמפיין צו שטופן דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן צו פארשפרעכן גרויסע פענטאגאן שניטן
*
ניו העמפשיר'ס לעגיסלאטור האט געשטימט צו פארבאטן טויט שטראף און איבערגעשריבן גאווערנאר קריס סונונו'ס וועטא דערויף
*
אין מיזורי האט די גאווערנאר פרייטאג אונטערגעשריבן די נארוואס באשטעטיגטע אנטי רציחה ביל
*
ניו העמפשיר רעפובליקאנע פארטיי הויבט ענדליך אן צו זעהן עטוואס בעסערע פאנדרעיזינג סוקסעס אבער זיי זענען נאך אלץ גאר שטארק אונטערשטעליג פון די סטעיט דעמאקראטישע פארטיי קאסע
*
דזשאו ביידען וועט קאמפיינען אין ניו העמפשיר אום יוני 4 למספרם
*
מארגן מאנטאג איז מעמאריעל דעי אבער קאנדידאטן ערלויבן זיך נישט קיין אורלויב
פיטע פאטידזשעדזש, עריק סוואלוואל, דזשאן דעלאני און בערני סאנדערס וועלן אלע קאמפיינען אין ניו העמפשיר
*
באטידזשעדזש איז אויך געווען מיט צוויי טאג צוריק אין ניו העמפשיר וואו ער האט אומדירעקט פרובירט צו מאכן די קעיס פארוואס נישט צו גיין מיט ביידען זאגנדיג: טיילמאל וועלן מיר אויס צו גיין מיט איינער וועלכע איז ווייניגער אינספירירנד אבער מיר גלויבן אז יענער וועט זיין א ווייניגער ריזיקאלישע אויסוואל אבער עווענטועל ענדיגן מיר מיט א קאנדידאט וועלכע האט נישט קיין איינע פון די צוויי מעלות
*
בערני סאנדערס פלאגט זיך מיט זיינע אנקעטע ציפערן וועלכע צייגן נישט דערווייל קיין ערנסטע באוועגונג
זיין קאמפיין האט באשלאסן צוריקצוברענגן דעם קאמפיין צום סענאטארס היים סטעיט ווערמאנט וואו סאנדערס האט קאמפיינט שבת אין א פארזוך וואס ווערט באצייכנט ווי א שטיקל ריסעט פארן קאמפיין
*
רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט ביל וועלד האט אויך צוויי אויפטריטן געסקעזשועלט אויף מאנטאג אין ניו העמפשיר
*
מאנטאנא גאווערנאר אין פרעזידענט קאנדידאט סטיוו בולאק שטאפירט זיך אויס אין אייאווע מיט מער שטאב
גרייכנדיג צו 14 פול טיים אפאראטיוון
*
עימי קלאובאשאר האט נעכטן געפייערט איר געבוטסטאג ביי א גרויסע ראלי אין די מאין אייאווע ווי עטליכע 100 אין צאל האבן זיך באטייליגט און געזונגען אינאיינעם לידער אפצוצייכענען די מאמענט
קלאובאשאר האט פארציילט אז דורכאויס פרעזידענט טראמפס איינשווערונג איז זי געצזעצן נאבן דזשאן מקקעין און דער לעצטער האט געהאלטן און איין אויסרעכנען נעמען פון דיקטאטורן איבער די וועלט
די סענאטארשע האט ערקלערט אז מקקעיו האט בעסער ווי סיי ווער פארשטאנען וואספארא צוקונפט אונזער לאנד שטייט בעפאר
*
מייקל בענעט, ביל דעבלאזיא און סעט מאלטאן וועלן פילייכט נישט קוואליפיצירן צו אנטיילנעמען אין די ערשטע דעמאקראטישע פרעזידענטליכע דעבאטע
*
דזשעי אינסלי האט זיך פרייטאג פארזיכערט מיט א סלאט ביי די דעבאטעס
די נויטיגע אנקעטע ציפערן האט ער שוין געהאט דערגרייכט אבער איצט האט ער אויך אנגעיאגט די פארלאנגטע 65 טויזנט ביישטייערער
*
פארזיצער פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע טאם פערעז טוט אנדייטן אז די שפעטערע דעבאטעס (נישט אריינגערעכנט די ערשטע צווי אין יוני און אין יולי למספרם) וועלן מעגליך אנהאלטן א פרישע וועג ווי אזוי עס וועט באשלאסן ווערן ווער עס קען אנטייל נעמען
אין צוגאב צו אנקעטעס און פאנדרעיזינג ציפערן וועט מען מעגליך אויך אין באטראכט נעמען וויפיל באצאלטע שטאב א קאנדידאט פארמאגט
*
א באזונדערע פארשטענדעניש איז געווארן אויסגעארבעט צווישן די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע און ען בי סי וועלכע וועט אפהאלטן די ערשטע דעבאטע
זינט די דעבאטע וועט איינשליסן 20 קאנדידאטן וועלכע וועט ווערן צוטיילט דורכאויס צוויי באזונדערע נעכט איז געווארן א זארג אז צוליב וואס די היי פראפיל קאנדידאטן וועלן אנציען בעסער וועט אויסקומען אז די צווייטע נאכט דעבאטע וועט ווערן באטראכט ווי א קינדער דעבאטע ווען בלויז שוואכע קאנדידאטן וועלן דעבאטירן צווישן זיך
צו פארמיידן אזא ערשיינונג וועט מען אויסארבעטן אז מען וועט נעמען א צאל פון די שטארקסטע קאנדידאטן און זיי צוטיילן לויט א גורל ווען טייל וועלן זיין די ערשטע נאכט און די צווייטע טייל שטארקע קאנדידאטן וועלן זיין די צווייטע נאכט יוני 27 למספרם
אבער.. עס איז נאכאלץ מעגליך אז מער ווייניגער א מאיאריטעט פון די גרויסע נעמען וועלן יא אלע דעבאטירן אינאיינעם ווייל די קאמיטע רעכנט אויס די קאטעגאריע גרויסע נעמען באזירט אויף קאנדידאטן וועלכע ציען אן אזויפיל (אדער ווייניג) ווי 2%
*
סענאטארן ברייען שאץ, שעלדאן ווייטהאוז, און מארטין היינריך שרייבן א בריוו צו ען בי סי בעטנדיג אז מען זאל ביי די ערשטע דעבאטע ווידמען א באדייטנדע צייט אפשניט צו דיסקוסירן קלימאטן טויש

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 10:21 am
דורך שקר
Wow wow אזא גרויסע געשמאק שטיקעל ישר כח הבל

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 10:22 am
דורך שטאלצער יוד
...ועל הכלכלה האט די רבי געפסקנ'ט נישט צו זאגן.
שקויעח הבל.

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 1:17 pm
דורך הכל הבל
יישר פאר ענק ביידע!

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 1:43 pm
דורך געלעגער
א געשמאקע זונטאג באריכט. א מחי׳ אנצופאנגען די וואך מיט אזא קלארקייט

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 1:44 pm
דורך פאראינטערסירט
שכוח הכל! א דאפעלטע פארציע היינט.

דאס אז דער פארפוילטער מעקעין האט בשעת טראמפ'ס איינשווערונג איהם אויסגערעכנט צווישן די דיקטאטורן ווייזט ווי ווייט ער האט באמת פרובירט צו ארבעטן מיט טראמפ... אבער ששש.. מ'טאר נישט רעדן אויף טויטע...

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:08 pm
דורך שטילער
הבל איז נישט שילדיג געבליבן!

ס׳האטזעך געלוינט צו ווארטן.. דעס איז פיין זאפטיג!!

ישר כח הבל!

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 5:20 pm
דורך וואס טוט זיך
"א פרישע קאקאש, א רעפטל קאווע, און הייסע נייעס!

די "אלעס נארישקייטן בעקעריי" האט אונז נאכאמאל נישט אנטוישט!

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 6:00 pm
דורך איצל פיצל
יישר כח הכל הבל מיר זענען זיך באמת מחיה.

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 11:19 am
דורך שקר
איך בין הינגגרררייגגג

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 11:39 am
דורך הכל הבל
היינט איז מעמאריעל דעי ביי זיי און אלץ רעזולטאט איז נישטא צופיל נייעס