א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 27, 2019 11:40 am

אבער פטור בלא כלום אי אפשר וועט מען מוזן יוצא זיין מיט עטליכע קרישקעלעך

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 27, 2019 11:40 am

מאנטאג בחוקותי




פרעזידענט טראמפ: ספעיס מיסיעס קיין מארס און צו די לבנה וועלן זיך אנהויבן אין קורצן
*
צום ערשטן מאל אין היסטאריע האבן אויטאריטעטן געדארפט טראנספארירן א גרויסע צאל אימיגראנטן צו אנדערע לאקאלן צוליב די פלוס וועלכע מען האט נישט געקענט באהאנדלען
*
דעמאקראטן מוטשען זיך היי יאר צו רעקרוטירן פאסיגע סענאט קאנדידאטן אין א ריייע וויכטיגע שטאטן אבער אין קאלאדארג וועלכע ווערט באצייכנט אלץ איינ פון זייערע בעסטע שאנסן אויפצופיקן א זיץ ליידן זיי פון א פארקערטע פראבלעם, נעמליך צופיל קאנדידאטן אן דעם וואס איינער זאל זיין גענוג שטארקער פון די אנדערע און לויפן עכט פאראויס פונעם איבריגן פעלד
דערווייל איז די פריימערי א שטח הפקר אין די צייט וואס די פארטיי וואלט זיך געוואונטשן אז מען זאל שוין איצט האבן א אפשאצונג איבער דעם עווענטועלן קאנדידאט וועלכע זאל שוין קענען איינהאנדלען די נויטיגע באקאנטשאפט און באקומען צוטריט צו ביישטייערער אויף א פראנט ראנער פארנעם
*
א קאנסערוואטיווע וועבזייטל לייגט דרוק ארויסצובאקומען די די קאלעדזש ארכיוון פון דזשאו ביידען אבער די יוניווערסיטי אף דעלעווער וויל זיך נישט אראפבונדן עס ארויסצוגעבן בעפאר די וואלן
*
סענאטארשע דזשיליברענד און קלאובאשאר זענען ביידע ערשינען צו א קאמפיין צוזאמקום אינעם זעלבן אייאווע קאווע געשעפט און ביידע האבן זיך געפונען א באזונדערע ווינקל אוואו צו קאמפיינען
*
קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע קארטעז האט אראפגעריסן פאליטיקא פאר א בילד זייערע אין וועלכע מען זעהט בערני סאנדערס
קארטעז שרייבט: קען פאליטיקא ערקלערן צו אונז ווי אזוי ביימער פון געלט נעבן די איינציגסטע אידישע קאנדידאט פאר פרעזידענט און רעדן פון ווי ביליג אדער רייך ער איז, איז נישט אנטיסעמיטיש?! אדער לאזן זיי עס דורכגיין צוליב וואס ער איז א פראגרעסיווע פאליטיקאנט און זיי גלייכן אים נישט
*
קאנגרעספרוי קארטעז האט אנגעלייגט די טארנעידא פאריגן דאנערשטאג אין וואשינגטאן די סי אויף קלימאטן טויש אבער זי האט באקומען א טעלעפאנישע רוף פון א מעטאראלאדזשיסט וועלכע האט איר ערקלערט די דיפערענץ צווישן די וועטער און די קלימאט
*
פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א צייט צוריק און מיר וועלן צו ערשט ציטירן יענע באריכט און אין די ענדע אויספירן מיט די אורטייל וואס די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן לעצטע וואך מאנטאג

אינטעלעקטואלע פראפערטי איז א טערמין צו באצייכענען קריאטיווע אינציאטיוון וועלכע זענען בארעכטיגט צו ווערן באשוצט אונטער פאטענט, קאפירייט אדער טרעידמארק געזעצן
די ספעציעלע באשיצונגען ווערן צוגעטיילט דורך ספעציעל דעזיגנירטע אויטאריזירטע לייסענסארס וועלכע ערהאלטן די רעכטן ארויסצוגעבן די לעגאלע שטעמפל וועלכע באשוצט די געשאפענע געדאנקען פון ווערן קאפירט דורך אנדערע
וואס פאסירט אבער ווען דער לייסענסאר גייט באנקראט און ציהט צוריק פון די רעכטן וועלכע ער האט ארויסגעגעבן?
קאנגרעס האט באשוצט טייל באשיצונגען פון ווערן אפעקטירט דורך א בענקראפסי פון א לייסענסאר אבער דירעקט אויסגעשלאסן טרעידמארקס פון געניסן פונעם געזעץ
די געזעץ האט טאקע נישט אריינגענומען טרעידמארקס אינעם געזעץ אבער עס איז נישטא קיין געזעץ וועלכע זאגט קלאר אז לייסענסארס קענען אפרופן טרעידמארקס און דעריבער איז די פראגע געבליבן אפן פארן יורידישן פליגל צו באשליסן
די ארגומענטן גייען אויף ביידע זייטן, ווייל אויב לייסענסאר מוזן זיך האלטן צו טרעידמארק אפמאכן אפילו ביים פיילן באנקראט דאן טוט עס שעדיגן די ווערט פון די אייגנטום פונעם לייסענסאר
צו בעסער ערקלערן: ווען מען פיילט פאר באנקראט פאלט די אייגנטום פון די פירמע (אין אונזער פאל, איז עס די רעכט און אויטאריזאציע ארויסצוגעבן טרעידמארקס) צו אונטער א ספעציעל געשאפענע עסטעיט וועלכע ווערט די צייטווייליגע לעגאלע אייגנטומער פון אלעס וואס באלאנגט פארן באנקראטירטן
דעריבער, אויב אלע עקזיסטירנדע טרעידמארקס לייסענסעס און אפמאכן שוין צוגעטיילט פאר קונדן קענען נישט ווערן גערירט פון פלאץ דאן איז די גאנצע אייגנטום און רעכט וועלכע פאלט צו צום עסטעיט פיל ווייניגער ווערט
ווידעראום די קאנטער ארגומענט איז גאר אן איינפאכע אז אויב יעדעס מאל וואס א לייסענסאר גייט פייפן און עפנט א באנקראט פראצעדור גייען אלע ארויסגעגעבענע לייסענסעס קענען ווערן אפגערופן לייגט עס געפערליכע דרוק אויף פירמעס וועלכע קענען אויסשטיין די מעגליכקייט אז קאנקורענטן זאלן קאפירן זייערע ערפינדונגען
די זיבעטע סירקוט קאורט האט גענומען די זייט פון די לייסענסיס, דהיינו אז מענטשן וועלכע האבן ערהאלטן לייסענס און טרעידמארק באשיצונגען זאלן נישט ווערן אפעקטירט פון בענקראפסי פון לייסענסאר
אבער די ערשטע סירקוט קאורט האט גענומען די פארקערטע ריכטונג און יא ערלויבט אפצורופן טרעידמארקס אין פאל פון באנקראט
שטייענדיג צוריסן צווישן די סירקוט קאורטס איז די קעיס געפארן קיין וואשינגטאן ווי די סופרים קאורט האט עס אקצעפטירט און וועט מארגן מיטוואך אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קעיס
וואס איז צו ערווארטן פונעם סופרים קאורט?
שווער צו זאגן מיט א קלארקייט ווייל די קאורט קען מעגליך זיך ארויסדרייען פון בכלל אורטיילן אויף די פראגע זינט די לייסענסאר טענה'ן אז אינעם ספעציפישן פאל פונעם געפעכט וועלכע שטייט פארן געריכט איז די לייסענס אפמאך סייווי אפגערופן צוליב אנדערע אורזאכן נאך געוויסע תנאים אינעם אפמאך וועלכע זענען שוין געווארן געבראכן לאנג איידער די באנקראט פארזוך
דעריבער קען זיין אז די ריכטער וועלן זיך אפשאקלען פונעם איצטיגן קעיס זאגנדיג אינעם איצטיגן פאל איז די פראגע פון באנקראט אומרעלעוואנט און זיי וועלן אויסווארטן ביז ענליכע קעיסעס ואין וועלכע די באנקראט פראגע איז דעצידירנד ווען מאכן זייער וועג צום קאורט
אויב אבער די ריכטער וועלן זיין גרייט שוין איצט צו אורטיילן אויף די פונדאמענטאלע טעמע דאן איז אויך שווער צו שאצן קלאר די אויסגאנג אבער אויב מען דרוקט לעגאלע עקספערטן צו פארשאצן וועלכע אויסגאנג האט בעסערע שאנסן צייגן זיי אן אויפן פאקט אז די 5 קאנסערוואטיווע ריכטער וועלן געווענליך נישט זוכן צו שאפן פרישע געזעצן לכאן או לכאן און און דעריבער איז דא א באשיידענע שאנס אז זיי וועלן גיין מיטן ערשטן סירקוט אנצייגנדיג אז אויב וויל די רעגירונג באשוצן טרעידמארקס דאן זאל קאנגרעס שטימען אויף די פראגע
אויב דאס זאל פאסירן קען עס שווער ווירקן אויף מענשטן מיט טרעידמארקס, הגם, נישט אלע סארט טרעידמארקס און נישט אלע לייסענסאר פאלן אונטער די פראגע
עקספערטן גרייטן שוין צו רפואה למכה מיט ראטן טרעידמארק באזיצער ארויסצונעמען טרעימארקס ביי מערערע לייסענסאר און אזוי ארום זיין באשוצט אין פאל וואס איינע פון זיי פיילט פאר באנקראט געניסט מען נאך פון די לייסענס ערהאלטן ביי דורך די אנדערע לייסענסאר

אצינד צום אורטייל:
לעצטע וואך מאנטאג האט די געריכט געאורטיילט ווי די זיבעטע סירקוט קאורט ווען ריכטערין קעיגען האט געשריבן די אורטייל אז די לייסענס באזיצער פארלירן נישט זייערע רעכטן מיט די באנקראט פון די לייסענס אויטאריזירער
אין די אורטייל האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער סאטאמיאר, ברייער, גינזבורג, טאמאס, אליטא, קעווענאו און ראבערטס
ריכטער גארסוטש האט דערויף חולק געווען און געשריבן אן אומאיינשטימיגע מיינונג

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג מאי 27, 2019 12:00 pm

הבל האט אונז נישט פארלאזט!!

ישר כח !!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג מאי 27, 2019 12:59 pm

אה שכח הבל ממש געראטעוועט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » מאנטאג מאי 27, 2019 2:14 pm

שקר האט געשריבן:אה שכח הבל ממש געראטעוועט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 27, 2019 2:31 pm

אהה שכוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג מאי 27, 2019 3:09 pm

פיין געווען. יישר כח.
אינטרעסאנט אנצומערקן אז די עקספערטן זענען געווען "זייער אף" מיט זייער שאצונג בנוגע די אויסגאנג פון די טריעדמארק קעיס. אכט ריכטער איז א נומבער..

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 27, 2019 3:37 pm

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג בחוקותי

עימי קלאובאשאר האט נעכטן געפייערט איר געבורטסטאג ביי א גרויסע ראלי אין די מאין אייאווע ווי עטליכע 100 אין צאל האבן זיך באטייליגט און געזונגען אינאיינעם לידער אפצוצייכענען די מאמענט
קלאובאשאר האט פארציילט אז דורכאויס פרעזידענט טראמפס איינשווערונג איז זי געצזעצן נאבן דזשאן מקקעין און דער לעצטער האט געהאלטן און איין אויסרעכנען נעמען פון דיקטאטורן איבער די וועלט
די סענאטארשע האט ערקלערט אז מקעין האט בעסער ווי סיי ווער פארשטאנען וואספארא צוקונפט אונזער לאנד שטייט בעפאר

מקעין'ס טאכטער שרייבט איצט אין נאמען פון די גאנצע מקקעין פאמיליע אז קלאובאשאר זאל אזוי גוט זיין און רעספעקטירן די פאמיליע און און ארויסלאזן פאטער'ס לעגעסי און אנדענק אינדרויסן פון פרעזידענטליכע פאליטיק

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 27, 2019 3:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג בחוקותי

עימי קלאובאשאר האט נעכטן געפייערט איר געבורטסטאג ביי א גרויסע ראלי אין די מאין אייאווע ווי עטליכע 100 אין צאל האבן זיך באטייליגט און געזונגען אינאיינעם לידער אפצוצייכענען די מאמענט
קלאובאשאר האט פארציילט אז דורכאויס פרעזידענט טראמפס איינשווערונג איז זי געצזעצן נאבן דזשאן מקקעין און דער לעצטער האט געהאלטן און איין אויסרעכנען נעמען פון דיקטאטורן איבער די וועלט
די סענאטארשע האט ערקלערט אז מקעין האט בעסער ווי סיי ווער פארשטאנען וואספארא צוקונפט אונזער לאנד שטייט בעפאר

מקעין'ס טאכטער שרייבט איצט אין נאמען פון די גאנצע מקקעין פאמיליע אז קלאובאשאר זאל אזוי גוט זיין און רעספעקטירן די פאמיליע און און ארויסלאזן פאטער'ס לעגעסי און אנדענק אינדרויסן פון פרעזידענטליכע פאליטיק

פארפאלן, מעקעין האט זיך אליינס נישט רעספעקטירט, זאל מיסיס קלאובאשאר איהם רעספעקטירן???!

דער איז דאך געווען אזא בהמה! נאך איידער טראמפ איז אפי' געווארן פרעזידענט האט ער שוין באשולדיגט טראמפ אין זיין א דיקטאטור... און ער האט געחזר'ט די נעמען פון דיקטאטורן ווי למשל דאס איז עפעס א לחש אדער וואס...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 27, 2019 3:47 pm

די חידוש איז א די מקעין פאמיליע און איבערהויפט די טאכטער זענען שוין פון לאנג אויף מעסער שטעך מיט טראמפ און קלאובאשאר האט זיכער געקלערט אז עס ועט זיי זיכער נישט שטערן אזעלכע קאמענטארן אבער ווי עס שיינט איז עס יא געווען צופיל פאר זיי צו פארדייען

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג מאי 28, 2019 6:47 am

ישר כח גדול!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 28, 2019 11:39 am

דינסטאג בחוקותי






פוילן'ס פרעמיער מיניסטער גייט מעגליך אויפזאגן זיין פינאנץ מיניסטער און נעמען א מער פערזענליכע ראלע אין פירן יענע דעפארטמענט
*
מאלאזיע פלאנט צוריקצושיקן 3000 מעטריק טאן פון מיסט קיין אמעריקא,ענגלאנד, קאנאדא און אוסטראליע און אנדערע לענדער
*
די געוועזענע פרוי פונעם עמעזאן גרונדער דזשעף בעזאס וועט אויסטיילן האלב פון איר פארמעגן פאר וואוילטעטיגע צוועקן דורכאויס איר לעבן אדער אין איר צוואה
זי איז ווערט נאנט צו 37 ביליאן דאלער
די געדאנק ווערט געטריבן דורך ווארען באפעט אין אן אונטערנעמונג וועלכע ציהלט ארויסצובאקומען אזעלכע פארשפרעכונגען פון רייכע לייט און דזשעף בעזאס זעלבסט האט זיך אנטזאגט צו פארשפרעכן אזאנס
*
דזשעראד קושנער באזוכט מאראקא אין אנהויב פון זיין רייזע קיין מיטל מזרח צו פרעזענטירן זיין פלאן צו לעזן די ארטיגע קאנפליקט
*
דער געוועזענער פארטיידיגונג סעקרעטאר דזשיעמס מעטיס שרייבט א בוך אבער ער זאגט: איך בין אלטמאדיש און איך שרייב נישט איבער אמטירנדע פרעזידענטן, דעריבער די וועלכע זוכן פאר א "פארצייל אונז אלעס" וועלן זיין אנטוישט
*
פרעזידענט טראמפ הויבט אין איצטיגע טעג אן צו אויספרעגן פאטענציאלע קאנדידאטן וועלכע קענען מעגליך ערפילן די ליידיג געווארענע אמט פון ווייסע הויז לעגיסלאטיווע אפפעירס דירעקטאר
די פאזיציע איז נישט איין וועלכע פולע זוכן און שטאב הויפט מולוועיני פרובירט שטארק צו שטופן א פריינט וועלכע פלעגט ארבעטן אין זיין אפיס
*
מען רעדט שוין פאר א וויילע אז די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט צו שאפן א נייע אמט און שטעלן אן אפיציעלע צאר איבער אימיגראציע
מערערע נעמען פאר אזא פאזיציע זענען געקומען און געגאנגען און קען קוטשינעלי וועלכע האט אויך פיגורירט אויף די ליסטע האט שוין באקומען אן אנדערע הויכע פאסטן אינערהאלב די אימיגראציע דעפארטמענט
פון די נעמען וועלכע מען רעדט נאך אלץ ערשיינט קריס קאבאך ווייטער הויך אויף די ליסטע אבער ער האט קלארגעשטעלט אז ער שטעלט אראפ א רייע פון 10 באדינגונגען און פאדערונגען מען וועט מוזן נאכקומען איידער ער וועט אקצעפטירן די פארשלאג
*
קאבאך פארלאנגט ער וויל באקומען :
1) אן אפיס אין די ווייסע הויז וועסט ווינג
2) ער זאל אלץ קענען אריינשפאצירן אין אוועל אפיס צו יעדע צייט
3) טראגן דעם טיטל "געהילף צום פרעזידענט" (וואס באדייט אז ער וועט באקומען די העכסטע געהאלט וואס מעגליך)
4) א שטאב פון 7 (2 אטוירניס, 2 ריסוירטש אנאליסטן, 1 סקעדזשועלער,1 מידיא פארבינדונגס מאן און איין פערזענליכע געהילף)
5) א זיצונג מיטן פרעזידענט און די סעקרעטארן פון פארטיידיגונג, היימלאנד זיכערהייט, יוסטיץ, אגריקולטור, אינטעריאר, און קאמערץ אין וועלכע דער פרעזידענט באפעלט זיי אלע צו אויספאלגן אלע אנווייזונגען פונעם נייעם צאר אויסער אין פאל וואס דער פרעזידענט זעלבסט באפעלט אנדערש אין פאל פון א מיינונגס פארשינדנהייט)
6) צוטריט 24 שטונדן אין טאג צו א פריוואטע פליגער פון די פארטיידיגונג אדער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט ( צו קענען כסדר פליען און באזוכן גרעניץ פונקטן אמווייניגסטנס איינמאל א וואך און אין די וויקענדס אהיים קיין קענסאס)
7) גאראנטירטע וויקענד וואקאציעס פאר אים און זיין פאמיליע יעדע וואך אויסער אין פאל דער פרעזידענט דארף אים האבן ערגעץ אנדערש
8) א סעקיוריטי טיעם אויב ער וועט שפירן א נויט דערפאר און אן איבערזיכט וועט אים קוואליפיצירן דערפאר
9) ער וועט דארפן זיין די הויפט טעלעוויזיע ווארטזאגער איבער די אדמיניסטראציע פאליסי אויף אימיגראציע, און אז קאבינעט סעקרעטארן געשטעלט אויף טעמעס וועלכע זענען פארבונדן מיט אימיגראציע זאלן מוזן באריכטן און זיך באראטן מיט אים
10) א פארשפרעכונג אז שפעטסטנס נאוועמבער 1 למספרם וועט אים דער פרעזידענט נאמינירן צו סערווירן אלץ היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אויסער אויב ער אליין וועט וועלן פארזעצן צו דינען אלץ צאר

קאבאך איז געווען דער סעקרעטערי אף סטעיט אין קענסאס און אומסוקסעספול געלאפן אלץ געווארנאר אין 2018 למספרם
נאך די רעזיגנאעציע פון היימלאנד זיכערהייט סעקרעטארשע קירסטען ניעלסאן האט ער אפגעהאלטן א געפרעך מיטן פרעזידענט וועלכע האט אים געטראכט צו שטעלן אויפן ליידיג געווארענע פאזיציע אבער טראמפ האט אנערקענט אז די אויסזיכטן אים צו באשטעטיגן אין סענאט זענען בלאס און מען האט דעריבער ערווענט די צאר געדאנק וועלכע דארף נישט קיין סענאט אפשטימונג
ביים מיטינג האט קאבאך מיטגעברענגט א דעטאלירטע פלאן צו איינצוימען די פלוס פון אזיל רעכט פארלאנגער און געזאגט פאר טראמפ אז די איינציגסטע אויסזיכט פאר אים צו פארפולקאמען זיין מיסיע וועט זיין אויב ער וועט קענען ערשיינען ביים גרעניץ אומגעראכטן צו יעדע צייט
*
די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשניטן די רעגירונג שטודיעס וועלכע מעסטן די אנווארעמונג פונעם פלאנעט און א שריט וועלכע ווערט באצייכנט אלץ די מערסט ווייטגרייכנדע אטאקע אויף די פארזוך צו ראטעווען די וועלט פון קלימאטן טויש
עס רעדט זיך פון די אמעריקאנע דזשעאלאדזשיקל סורוועי וועמענס מאדעל פלעגט שאצן די אימפאקט פון קלימאטן טויש אויף די קומענדיגע הונדערט יאר
איצט האט דער דירעקטאר פן די אגענטור געמאלדן אז מען גייט אנהויבן שאצן אויף בלויז ביז 2040 למספרם (אויך שוין לאנג נאך די קארטעז וועלט צוזאמפאל) און קלימאטיסטן ברויזן דערויף
*
היינט אום זייגער 2 וועט קאנגרעס פרובירן צום צווייטן נאל דורכצופירן אן אפשטימונג אויף די דיזעסטער הילף פעקל וועלכע איז געווארן באשטעטיגט אין סענאט
מען וועט נאכאמאל פרובירן די אפשטימונג אין וועלכע אלע דארפן מסכים זיין און אויב איינער איז דערקעגן פאלט עס אדורך
פאריגע וואך האט מען שוין פרובירט און קאנגרעסמאן ראי וועלכע פלעגט אמאל ארבעטן פאר סענאטאר טעד קרוז האט זיך קעגנעשטעלט און קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען האט דערנאך געזאגט אז ער שטיצט די שריט פון ראי
*
די פולע קאנגרעס וועט זיך אבער ערשט אומקערן אין א וואך פון היינט ווען קאנגרעסלייט וועלן אנהויבן ארבעטן אויף די 2020 למספרם פעדעראלע ספענדינג בודזשעט און די סענאט וועט פארזעצן צו שטימען אויף א רייע עקזעקוטיווע און יורידישע נאמינאציעס אריינגערעכנט פארן סאושעל סעקיוריטי קאמישאנער אמט
*
קאלאראדא סענאטאר און פרעזידענט קאנדידאט מייקל בענעט איבער זיינע שאנסן זיך צו דעראבערן צו א סלאט אויפן דעבאטע פלאטפארמע: איך מיין אז מיר גייען גרייכן די אנקעטע מינימום און מיר ארבעטן שווער אנצוקומען צו די 65000 ביישטייערער, עס איז נישט לייכט
*
מאסאטשוסעטס סענאטארשע און פרעזידענט קאנדידאט עליזאבעט ווארען האט זונטאג אפגעהאלטן 4 באזונדערע אויפטריטן אין אייאווע
נעכטן מאנטאג האט זי ווייטער פארגעזעצט צו העפטיג קאמפיינען אין די ערשטע קאוקוס סטעיט און האט פאר א ארום 25 מינוט פארברענגט מיט שטאב און דזשורנאליסטן אין א ספעציעלע טארנעידא שעלטער צוליב די שווערע וועטער אין די ראיאן
*
א זארג הערשט אינערהאלב די טראמפ קאמפיין אז טוויטער קען צענזורירן אדער טשעפען מיט אקאונטס פונעם פרעזידענט אדער אנדערע הויכראנגיקע פיגורן
ברעד פארסקעיל דער קאמפיין מענעדזשער טוט דעריבער אריינקוקן אין א רייע אויסוואלן וועלכע זאל פארטרעטן טוויטער אין אזא פאל און איין אלטערנאטיוו אויף וועלכע מען האלט אן אויג אז "פארלער" וועכלע איז מער טראמפ פריינטליך
סענאטאר מייק לי איז אויך אויף פארלער
*
די טראמפ גרופע איז לויט באריכטן גרייט צו פארקוקן אויף רודי דזשוליאני'ס טעותים אין די פארגאנגנהייט און איז גרייט אקעגנצוקומען א ביטע פון דזשוליאני וועלע ווערט איצט 75 יאר אלט צו דינען אלץ א הויכראנגיקע קאמפיין מעסענדזשער וועלכע וועט זיין ווי די קאמפיין הונטל און ווערן גענוצט אויף אטאקאעס אקעגן טראמפס קעגנער
*
אויך קארי בוקער האט נעכטן קאמפיינט אין אייאווע ווען געזעצגעבער עימי ניעלסאן וועלכע האט אים אינדארסירט האט פארגעשטעלט דעם קאנדידאט פאר די עטליכע הונדערט באטיילגטע און זיך באדאנקט פאר בוקער'ס הילף פארן העלפן דעמאקראטן אין אייאווע ביי די 2018 למספרם וואלן
בוקער האט דערנאך אויפגעטרעטן און צווישן אנדערן פארגעשטעלט זיינס א הונדערט יעריגע מומע
בוקער
*
אונטער אן ארגינעלע אפמאך וואלט 1850 שאכטלען פון דזשאו ביידען'ס סענאט רעקארד געקענט ווערן פארעפנטליכט אין יונואר למספרם אבער לויט די איבערגעמאכטע אפמאך וועט עס נישט גיין פובליק בעפאר דעצעמבער 31 2019 למספרם וועלכע קומט אויס עטליכע וואכן בעפאר די אייאווע קאוקוסעס
*
מיזורי גייט ווערן די ערשטע סטעיט אין לאנד אן קיין איין איינציגע רציחה קליניק
*
סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויפצונעמען אפיעל און ערלויבט ביז איצטיגע פאליסי צו ערלויבן בריות משונות אין שולעס ווייטער צו נוצן פריוואטע צימערן לויט זייער באגער
*
סופרים קאורט זאגט אז די אינדיאנא געזעץ צו פארלאנגען קליניקס צו באערדיגן נרצחים איז אויסגעהאלטן און דערמיט אפגעווארפן די אורטייל פונעם זיבעטן סירקוט וועלכע האט געזאגט אז די געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן
די היינטיגע אורטייל איז א זיג פאר די אנטי רציחה באוועגונג ווייל עס וועט פירן צו העכערע קאסטן פאר רציחה פראצעדורן
די סופרים קאורט האט זיך אבער אנטזאגט אויפצונעמען די צווייטע טייל פונעם קעיס וועלכע וויל ערלויבן א פארבאט אויף רציחה באזירט אויף דיסעביליטי, ראסע, אדער צוליב אומצופרידנהייט מיט די מין באשערט פון אויבן
די אינדיאנא געזעץ פארבאט אזעלכע סארט רציחה אבער די זיבעטע סירקוט געריכט האט עס בלאקירט און די סטעיט האט עס אפעלירט צו סופרים קאורט האט עס נישט געוואלט אננעמען צוליב וואס די בלאקאדע אויפן געזעץ איז געקומען בלויז פון די זיבעטע סירקוט און די געריכט וויל נישט פארשווענדן צייט צו באטראכטן די געזעץ איידער מערערע געריכטן וועלן אורטיילן דערויף
און אנדערע ווערטער האט די געריכט נישט געזאגט אז די געזעץ איז יא אדגער נישט אויסגעהאלטן נאר אז צו די צייט איז נאכנישט רייף פאר זיי אריינצוקוקן דערין אבער אויף צייטווייליג איז עס א דערלייכטערונג פאר די פרא רציחה עלעמענט
*
איידער די ריכטער האבן היינט ארויסגעגעבן זייערע אורטיילן איז אטוירני דזשענעראל וויליאם באר געווארן פארגעשטעלט פאר די ריכטער
*
די סופרים קאורט האט היינט אקצעפטירט אויסצוהערן א קעיס וועלכע וועט באשליסן אויב פעדעראלע ריכטער קענען פארדענען אנטשעדיגונג פאר באטראפענע פון קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונגען באגאנגען דורך גרעניץ פאטראל אפיצירן וועלכע שיסן אריבער די גרעניץ
די קעיס באציהט איז געווארן אריינגעטראגן דורך עלטערן פון א מעקסיקאנער יוגנטליכער וועלכע קלאגט א געזעץ אינפארסירער אגענט וועלכע האט פאטאל דערשאסן זייער קינד פון אריבער די גרעניץ
*
געווענליך קומען בענעפיטן קלעימס אן צן אן אדמיניסטראטיווע ריכטער און דאן קען מען אפעלירן יענעמס באשלוס צו די אפעלאט קאונסיל
וואס טוט מען אבער אויב אויך דארטן טאפט מען א וואנט?
די געזעץ שרייבט אז אויב מען איז נישט צופרידן פון די ענדגילטיגע באשלוס דורכן סאושעל סעקיוריטי קאמישאנער קען מען זיך ווענדן צום פעדעראלן געריכט
די פראגע איז אבער אויב "ענדגילטיגע באשלוס" באדייט ווען די אגענטור ווארפט אפ די פארלאנג פאר בענעפיטן באזירט אויף די מעריטס פון די קלעים אדער נעמט אויך אריין א פאל ווען די קאונסיל ווארפט אפ די קלעים פארן נישט ווערן אריינגעגעבן צייטליך און די פראגע האט צוטיילט די סירקוט קאורטס
היינט האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אז עס הייסט יא א ענדגילטיגע באשלוס
*
אין וויסקאנסין האט דער געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר סקאט וואלקער געהאט באשטימט אין 2016 למספרם דעם קאנסערוואטיווער ריכטער דניא-ל קעלי אויסצפולן דעם פארבליבענעם טערמין פון דעוויד פראסער אויפן סטעיט סופרים קאורט
יענע טערמין ענדיגט זיך אין 2020 למספרם און קעלי מעלדט היינט אז ער גייט לויפן פאר א פולע 10 יעריגע טערמין
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 28, 2019 11:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מאי 28, 2019 11:50 am

טענק יאו.

זייער שיין און קלאר, איך האב הנאה פון דעם קאבאך. (אינטרעסאנט אז ער נעמט זיך נישט אויס אז מען וועט איהם נישט ווארפן דורך טוויטער)

שטילער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג מאי 28, 2019 11:52 am

הבל סאיז געווען ״דעלישעס״. ישר כח!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 28, 2019 11:52 am

דאס הייסט א רעפטל? וויזוי קוקט אויס א גאנצע לאופ?

ריזיג!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג מאי 28, 2019 12:05 pm

א גרויסן יישר כח

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בחוקותי


*
א זארג הערשט אינערהאלב די טראמפ קאמפיין אז טוויטער קען צענזורירן אדער טשעפען מיט אקאונטס פונעם פרעזידענט אדער אנדערע הויכראנגיקע פיגורן
ברעד פארסקעיל דער קאמפיין מענעדזשער טוט דעריבער אריינקוקן אין א רייע אויסוואלן וועלכע זאל פארטרעטן טוויטער אין אזא פאל און איין אלטערנאטיוו אויף וועלכע מען האלט אן אויג אז "פארלער" וועכלע איז מער טראמפ פריינטליך
סענאטאר מייק לי איז אויך אויף פארלער


וואס איז דאס "פארלער" ?
וויאזוי ארבעט עס ?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מאי 28, 2019 12:29 pm

שכוח הכל הבל!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג מאי 28, 2019 1:02 pm

ישר כוח
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

פינחס
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דינסטאג מאי 28, 2019 1:08 pm

Thank you very much

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג מאי 28, 2019 1:42 pm

הערליך געשמאק פשוט זיך מחי' געווען יישר כח.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 28, 2019 1:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בחוקותי

היינט אום זייגער 2 וועט קאנגרעס פרובירן צום צווייטן נאל דורכצופירן אן אפשטימונג אויף די דיזעסטער הילף פעקל וועלכע איז געווארן באשטעטיגט אין סענאט
מען וועט נאכאמאל פרובירן די אפשטימונג אין וועלכע אלע דארפן מסכים זיין און אויב איינער איז דערקעגן פאלט עס אדורך
פאריגע וואך האט מען שוין פרובירט און קאנגרעסמאן ראי וועלכע פלעגט אמאל ארבעטן פאר סענאטאר טעד קרוז האט זיך קעגנעשטעלט און קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען האט דערנאך געזאגט אז ער שטיצט די שריט פון ראי

עס איז נאכנישט זייגער 2 אבער אויף אייוועלט קען מען שוין באריכטן אז קאנגרעסמאן טאם מעסי פון קענטאקי גייט בלאקירן די היינטיגע אפשטימונג

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מאי 28, 2019 2:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בחוקותי

היינט אום זייגער 2 וועט קאנגרעס פרובירן צום צווייטן נאל דורכצופירן אן אפשטימונג אויף די דיזעסטער הילף פעקל וועלכע איז געווארן באשטעטיגט אין סענאט
מען וועט נאכאמאל פרובירן די אפשטימונג אין וועלכע אלע דארפן מסכים זיין און אויב איינער איז דערקעגן פאלט עס אדורך
פאריגע וואך האט מען שוין פרובירט און קאנגרעסמאן ראי וועלכע פלעגט אמאל ארבעטן פאר סענאטאר טעד קרוז האט זיך קעגנעשטעלט און קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען האט דערנאך געזאגט אז ער שטיצט די שריט פון ראי

עס איז נאכנישט זייגער 2 אבער אויף אייוועלט קען מען שוין באריכטן אז קאנגרעסמאן טאם מעסי פון קענטאקי גייט בלאקירן די היינטיגע אפשטימונג

פארוואס?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 28, 2019 2:10 pm

פאר די זעלבע סיבה פאר וועלכע ראי האט זיך קעגנגעשטעלט לעצטע וואך

רעפובליקאנער גלייכן נישט די געשוואלענע פעקל וועלכע אדרעסירט נישט גי גרעניץ קריזיס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 28, 2019 2:12 pm

עס איז ערווארטעט אדורכצוגיין ווען קאנגרעס קערט זיך צוריק קומענדיגע וואך

מען האט אבער פרובירט עס דורכצורוקן מיט א שנעלע פראצעדור וועלכע ערלויבט אזוי צו טוהן אפילו ווען קאנגרעס איז אויף אורלויב אבער אזא פראצעדור קען ווערן בלאקירט אפילו מיט איין איינציגן מעמבער בלאקאדא

עס האט טאקע נארוואס פאסירט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מאי 28, 2019 2:54 pm

shimon7323 האט געשריבן:טענק יאו.

זייער שיין און קלאר, איך האב הנאה פון דעם קאבאך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, אץ קוצץ, גרינע בוים, דוקטור, ידעתי, ירוושלמי22, מטעמים, מי יודע, משהלע, צפנת פענח, שואלכענין און 78 געסט