אמעריקא ציהט ארויס איהרע קרעפטן פון סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:55 pm

איך האב נישט דורכגעליינט געהעריג די תגובות פון דעם אשכול דעריבער טוט מיר פארצייען אויב מיין פראגע וועט איז שוין געווארן געפרעגט און מעגליך פארענטפערט
די אלע סענאטארן וועלכע זאגן קלאר אז אמעריקא דארף נישט און קען נישט פארבלייבן אויף אייביג אין סיריע און וואלט ביז עטליכע מאנאטן געדארפט זיין אינדרויסן (קארקער און נאך און נאך פילע וועלכע האבן אויך קלאר געזאגט היינט אז די אקציע גענצליך אויסצוראטן אייסיס פונעם ראיאן וואלט גענומען נאך אפאר חדשים) טוען אטאקירן די באשלוס זינט אמעריקא לאזט די קורדן אויפן וואסער
אצינד פרוביר איך צו פארשטיין ווי אזוי פונקטליך ווואלט מען אין עטליכע מאנאטן ארום געמעגט לאזן די קורדן אויפן וואסער?!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:21 pm

הכל הבל האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט געהעריג די תגובות פון דעם אשכול דעריבער טוט מיר פארצייען אויב מיין פראגע וועט איז שוין געווארן געפרעגט און מעגליך פארענטפערט
די אלע סענאטארן וועלכע זאגן קלאר אז אמעריקא דארף נישט און קען נישט פארבלייבן אויף אייביג אין סיריע און וואלט ביז עטליכע מאנאטן געדארפט זיין אינדרויסן (קארקער און נאך און נאך פילע וועלכע האבן אויך קלאר געזאגט היינט אז די אקציע גענצליך אויסצוראטן אייסיס פונעם ראיאן וואלט גענומען נאך אפאר חדשים) טוען אטאקירן די באשלוס זינט אמעריקא לאזט די קורדן אויפן וואסער
אצינד פרוביר איך צו פארשטיין ווי אזוי פונקטליך ווואלט מען אין עטליכע מאנאטן ארום געמעגט לאזן די קורדן אויפן וואסער?!

אייוועלט לעבן, איך האב דיר געפרעגט איין קשיא, זייט מוחל און ענטפערט מיר א תירוץ

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:40 pm

ווער איז אייוועלט?

איך מיין אז דו.

מיין פיצי מיינונג איז אז מען ברויך האבן א באזע אין סיריע, און אפיציעל דערקלערן אז עס איז קורדיסטאן, מען זאל בלייבן ווי לאנג עס פעלט זיך אויס, אפילו דעקעידס, ביז טערקיי טוישט קורס, פונקט ווי אמעריקע האט באזעס אין אייראפע און אזיע.

בד"וו, אונז ברויך מיר באריכטן אין מולער אשכול איבער די באהאלטענע קעיס, וואס ראבערטס האט געלייגט די סטעי אויף האלד.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:45 pm

צל עובר האט געשריבן:ווער איז אייוועלט?

איך מיין אז דו.

מיין פיצי מיינונג איז אז מען ברויך האבן א באזע אין סיריע, און אפיציעל דערקלערן אז עס איז קורדיסטאן, מען זאל בלייבן ווי לאנג עס פעלט זיך אויס, אפילו דעקעידס, ביז טערקיי טוישט קורס, פונקט ווי אמעריקע האט באזעס אין אייראפע און אזיע.


איך שעץ גאר שטארק אייער מיינונג אבער אבער מיין פראגע איז נישט געווען אייער פערזענליכע מיינונג
איך האב ניטאמאל געזאגט מיין מיינונג אין דעם ענין
מיין פראגע איז געווען זייער קלאר און באגרעניצט
איך זיך צו פארשטיין די שטעלונג פון א רייע סענאטארן וועלכע זאגן אז מען דארף נישט בלייבן דארט פאר מער פון נאך עטליכע מאנאטן
און בנשימה אחת רייסן זיי ארונטער די איצטיגע ריקצוג אין טייל צוליב וואס מען לאזט די קורדן אומבאשוצט

און איצט אין א פרישע רוף, איינער קען ערקלערן אזא שטעלונג?!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:47 pm

פארוואס טראכט איר אז די סענעטארן האבן דא פארטרעטער?

און אויב מעגליך, וועלכע סענאטארן פונקליך?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:50 pm

איך קען ארויסברענגן מיין פראגע אויף אן אנדער אופן

אויב א פאליטיקאנט האט נישט די קוראזש ארויסצוקומען זאגן אפן וואס צל זאגט אז מען דארף זיצן אין סיריע אויפן לענגערן טערמין (איך אינדארסיר נישט אזא געדאנק איצט אבער ווער עס האלט אז אזוי דארף מען טוהן דארף עס קענען זאגן קלאר) דאן ווי אזוי קענסטו אלץ אזא פאליטישע שוואכלינג איינטיילן א קאמאנדיר אין טשיף ווי אזוי צו פירן זיין מיליטער?!

אין מיינע אויגן איז עס זינלאזע היפאקריטיע

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:50 pm

באב קארקער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:52 pm

די נקודה איז אז ווער עס זאגט נישט קלאר אז זיין שטעלונג איזאז אמעריקא דארף זיצן אין סיריע פאר נאך גאר א לאנגע צייט זאל ביטע נישט שפילן די קורדן קארטל צו אטאקירן טראמפ

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:53 pm

איך געדענק נישט די איבריגע נעמען אויף די מינוט
אבער א לאנגע רייע פאליטיקאנטן האבן היינט געמאכט דעם קארקער אטאקע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:איך קען ארויסברענגן מיין פראגע אויף אן אנדער אופן

אויב א פאליטיקאנט האט נישט די קוראזש ארויסצוקומען זאגן אפן וואס צל זאגט אז מען דארף זיצן אין סיריע אויפן לענגערן טערמין (איך אינדארסיר נישט אזא געדאנק איצט אבער ווער עס האלט אז אזוי דארף מען טוהן דארף עס קענען זאגן קלאר) דאן ווי אזוי קענסטו אלץ אזא פאליטישע שוואכלינג איינטיילן א קאמאנדיר אין טשיף ווי אזוי צו פירן זיין מיליטער?!

אין מיינע אויגן איז עס זינלאזע היפאקריטיע

זיי זענען נישט די גענעראלן און דעריבער קענען זיי נישט געבן קיינע דאטומען. וואס זיי זאגן יא איז אז די גענעראלן ובראשם מאטיס זאגן אז מ'ברויך בלייבן דארף מען זיי פאלגן. פלעין ענד סימפל.

איך האב אן אנדערע קשיא. איז אייסיס שוין יא דעפיטעד אדער נישט?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:02 pm

דו זאגסט זייער א שטארקע טענה, אבער איך מיין אז היינטיגע צייטן איז דער עיקר שטארקע טאקינג פוינט'ס, און די קורדן זענען זייער א גוטע טאקינג פוינט.

לאמיר עס בעסער ארויסברענגן, די דעמאקרעטס, און קארקער, די אנדערע ווייסעך נאך נישט פון וועם דו רעדסט, זענען דא אראפצורייסן טראמפ, און די קורדן זענען א גוטע סטעיטמענט, וויל דער עולם האט סימפאטיע צו זיי, משא"כ רוביא און גרעהעם זענען דא צו זיין די וועלטס פאליציי, הגם איך ווייס נישט צו זיי האבן יעצט טאקע די גאטס קלאר צו זאגן אז זיי האלטן אז מען זאל בלייבן וויל לאנג מען ברויך, אבער איך בין זיכער אז זיי האלטן אזוי.

אבער בדוחק קען מען פארענטפערן אז די וועג ווי אזוי טראמפ געט אוועק עמטליך די קורדן פאר טערקיי, און איז מכבד עמטליך ערדוגען מסדר צו זיין אייסעס, וואס די קורדן זענען יעצט ווישן טערקיי מיט אייסעס, איז שוין א שטאפל ווייטער ווי ארויסגיין פון סיריע ווען אייסעס איז דעפיטעד, און בעצם האט מען געמאלטס די ברירה צו סטראשענען כאטש טערקיי אויב זיי גייען אריין, און טערקיי וועט נישט קענען שרייען דעמאלטס, אייסעס.

@כאפצעם האקט מיט א בעסערע תירוץ.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:די נקודה איז אז ווער עס זאגט נישט קלאר אז זיין שטעלונג איזאז אמעריקא דארף זיצן אין סיריע פאר נאך גאר א לאנגע צייט זאל ביטע נישט שפילן די קורדן קארטל צו אטאקירן טראמפ


אויף דעם איז די ענטפער, פארוואס נישט, דאס איז פאליטיק אין טראמפ ערע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 8:08 pm

איז איר זענט מודה אז עס איז נישט קיין עכטע טענה און בלויז א פאליטישע טאלקינג פוינט

זיצן צולייגער אין סענאט און ווי איר אליין זאגט האבן נישטאמאל די גאטס צו "זאגן" קלאר זייער שטעלונג און טראמפ דארף האבן גאטס צו האלטן אמעריקאנע זעלנער אין סיריע..

און לגבי כאפצעם
אויב די אמעריקאנע גענעראלן זענען פארהייליגט ביי די סענאטארן און האלטן אז מען דארף דארט זיצן פארן לאנגן טערמין זאלן זיי עס זאגן קלאר
און אויב די ארוזאך צוליב וועלכע די גענעראלן האבן נאך געוואלט בלייבן פארטיגן אויסראטן אייסיס האט עס מיט די קורדן נישט קיין שייכות

צל געפעלט נישט די וועג "ווי אזוי" מען האט האט אוועקגעגעבן די קורדן פאר די טערקן
איך הער אבער ווי זוי אנדערש וואלט מען עס געדארפט געבן?
סטראשענען אז אויב גייען זיי אריין אהין דעמאלטס טוט אמעריקא וואס?! אטאקירן די טערקן?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 8:25 pm

לייגן סאנקציעס, ווארפן פון נאטא, ETC.

איך רעד פון עכ"פ סטראשען מיט די זאכן, און סטראשענען גראדע קען טראמפ גוט, ער ברויך זאגן פייער & פיורי, און ער זאל טאקע סטראשענען מיט ארויסהעלפן די קורדן מיט עיר סטרייקס.

ווען טראמפ סטראשעט גלייבט מען שוין היינט, פון עקספיריענס.

צו מען זאל טאקע געבן עיר סאפורט ווענדט זיך שוין אין ווי אזוי די מצב וועט זיין, אבער עכט ברויך מען.

און דערווייל טוט ער פונקט די פארקערטע, "ערדואן האט צוגעזאגט אז ער וועט מסדר זיין אייסעס" וואס אינקלודעט אויס'שחט'ן די קורדן לעגיטים, זיי זענען צווישן טערקיי מיט אייסעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 23, 2018 8:29 pm

יא אר מיסינג ע פוינט. טראמפ שטיצט נישט די קורדן פראם די בעגענינגינג. ער האט געזיכט אייסיס אראפ, ס׳איז אראפ!? ארויס פון סיריע!

טערקיי גייט אטאקירן די קורדן? דעמאלטס גייט טאקע טראמפ סטראשענען. אבער אויף דעם חשבון האלטן סאלדאטן אין סיריע!?.. סארי, מ׳קעין איז טויט, טראמפ קימערט זיך שוין נישט מיט אים.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 8:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט געהעריג די תגובות פון דעם אשכול דעריבער טוט מיר פארצייען אויב מיין פראגע וועט איז שוין געווארן געפרעגט און מעגליך פארענטפערט
די אלע סענאטארן וועלכע זאגן קלאר אז אמעריקא דארף נישט און קען נישט פארבלייבן אויף אייביג אין סיריע און וואלט ביז עטליכע מאנאטן געדארפט זיין אינדרויסן (קארקער און נאך און נאך פילע וועלכע האבן אויך קלאר געזאגט היינט אז די אקציע גענצליך אויסצוראטן אייסיס פונעם ראיאן וואלט גענומען נאך אפאר חדשים) טוען אטאקירן די באשלוס זינט אמעריקא לאזט די קורדן אויפן וואסער
אצינד פרוביר איך צו פארשטיין ווי אזוי פונקטליך ווואלט מען אין עטליכע מאנאטן ארום געמעגט לאזן די קורדן אויפן וואסער?!

קודם וועלקאם בעק! ווי מיסט יור עבסענס!!

די פראבלעם לכאורה דא איז אז מ'האט נישט איינגעמאלדן די הויעך געשפריצטע סענעטארן פון פאראויס, זיי דארפן אפציעל אפראווען אדער דיסאפראווען די אמעריקאנער מיליטערישע אינטערווענץ אין אויסלאנד, ממילא זאגן זיי אז מ'האט געכאפט די גאולה פאר די צייט.
באב קארקער האט אן אדזשענדע צו אטאקירן טראמפ, זינט ער האט געמאלדן איבער א יאר צוריק אז ער גייט ריטייערן מאכט ער זיכער אז די רעפובליקאנער זאלן איהם נישט באוויינען, ער איז שוין אן אלטער צרה-לייט פאר די רעפובליקאנער בכלל.

מיט די קורדן האט אמעריקא גאנץ א קנאפע פראבלעם,
מ'האט זיי געהאלפן פייטן אסאד, בתנאי אז זיי פייטן אייסיס (אייסיל...), מ'האט זיך קיינמאל פארפליכטעט זיי צו געבן א לאנד, און ווי אויסגעשמועסט אינעם אנדערן אשכול, זענען ס"ה 5-6 פראצענט פון די גאנצע קורדישע באפעלקערונג קאנצענטריט אין סיריע!
פארגאנגענעם יאר איז געווען וואלן אין די קורדישע ראיאן אין איראק איבער זיך אפטיילן פון איראק, און אמעריקא איז דאן ארויס שארף קעגן די רעפערענדום, (דאכצעך אז דאס איז געקומען אויפן ראט פון די "נארמאלע גענעראלן") אויב א טובה פאר די קורדן זאלן זיי גרינדן קורדיסטאן אין איראק וואס פארמאגט באלד ארום 18 פראצענט פון די אלוועלטליכע קורדישע פאפולאציע.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג דעצמבער 23, 2018 8:57 pm

צל עובר האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז "בלייבן זיצן דארט" האט נישט קיין עקספייערעישאן דעיט.

אמעריקע דארף עפעס בלייבן ביי יענעם לעולם ועד?

פארואס זאל אמעריקע נישט האבן א קליינע אנוועזענהייט אין דע פאקטא קורדיסטאן פאר צענדליגער יאר?

אמעריקע האט שוין באזעס אין היינט פריינטליכע אייראפעישע לענדער זייט די קריג.

סיריע איז אבער נישט קיין פריינטליך לאנד און האלטן סאלדאטן דארט מיינט זיך קריגן מיט רוסלאנד, דערפאר האלט ער נישט אז ער דארף מאכן דארט א אמעריקאנע באזע אויך א אופן וואס גייט נאר שלעכט אויסקלאפן פאר אמעריקע, טראמפ זוכט נישט קיין מלחמות ער זוכט ענדערש אז עס זאל זיין רואיג, משא"כ אייראפע, איי וועגן די קורדן, איך האלט באמת נישט אז טראמפ גייט לאזן ערדואן אזוי אויסשחט'ן די קורדן אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 9:42 pm

אונטערשטע שורה
די אלע אויפריכטיגע סענאטארן וועלכע פארדאמען פאלשע נייעס און ליגן און היפאקריטיע זענען פונקט אזוי גרייט צו אטאקירן א פרעזידענטס מילטיערישע באשלוסן מיט אטאקעס פונקטן וועלכע זענען זינלאז לשיטתם
מען רעדט נישט דא פון פאליטישע קאמפיינס ווי קאנדידאטן פלעגן אלץ דרייען מיט די צונג
די איינציגסטע לימוד זכות פון צל איז אז זינט טראמפ פירט זיך אזוי אויף איז ועם עקש תתפתל און זיי האבן אדאפטירט דעם זעלבן מהלך

לאמיר אבער געדענקן אז פון היינט און ווייטער זענען די גלייכע סענאטארן שוין אויך קרום און גרייט צו מאכן אטאקע טאלקינג פוינטס וועלכע שטימט ניטאמאל מיט זייער אייגענע שטעלונג

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:30 pm

הכל הבל האט געשריבן:און לגבי כאפצעם
אויב די אמעריקאנע גענעראלן זענען פארהייליגט ביי די סענאטארן און האלטן אז מען דארף דארט זיצן פארן לאנגן טערמין זאלן זיי עס זאגן קלאר

ניין די גענעראלן זאגן נישט מ'זאל בלייבן דארט פאר לאנגע יארן, זיי זאגן יעצט איז די מתב נאכנישט רייף דערפאר.

די סענעטארן זאגן מ'דארף פאלגן די גענעראלן. ווילאנג בלייבן? דאס געהערט פאר זיי צו ענטפערן און נישט פאר אידיעלאגן ווי טראמפ און פאול.

נאך עפעס שווער?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:34 pm

און איך וועל נאכאמאל איבערפריגן הרב הבל, איז אייסיס געפארטיגט אדער נישט?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 11:44 pm

כאפצעם האט געשריבן:און איך וועל נאכאמאל איבערפריגן הרב הבל, איז אייסיס געפארטיגט אדער נישט?

דאס עקזעקטלי האט ער געפרעגט,
אויב אייסיס איז באזיגט, דעמאלטס פארוואס נישט יעצט אהיימנעמען די טרופס,
אויב נישט, וואס וועט זיין בעסער אין עטליכע חדשים.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:26 am

כאפצעם האט קענטיג נישט רואיג געליינט מיין ארגינעלע פראגע
מיין פראגע איז געווען אויב די סענאטארן האלטן אז מען דארף זיצן אין סיריע צו באשוצן די קורדן
אויב יא, דאן ווי אזוי זאגסטו אז מען דארף ארויסגיין ביז עטליכע מאנאטן איינמאל אייסיס איז עלימינירט? (לשונו של באב קארקער)
אויב נישט דאן ווי אזוי אטאקירסטו טראמפס באשלוס באזירט אויפן לאזן די קורדן אויפן וואסער?

בנוגע אויב אייסיס איז עלימינירט? איך בין נישט אויפן פראנט דריבער איז נישט שייך איך זאל וויסן
איך פארשטיי אבער פון די אנטוויקלונגען וועלכע ווערן באריכטעט אז זיי האבן געליטן טויט קלעפ אבער זענען נאכנישט פולקאם אויסעראטן

איך בין נישטא צו זאגן אז מען דארף ארויסגיין פון סיריע אדער צו מען זאל דארט בלייבן
איך האב בלויז געפרעגט איין זייער קלארע פראגע און לענ"ד האט כבוד הרב כאפצעם בכלל נישט גענטפערט דערויף

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:34 am

אין מײן פראגע איז אז מען איז דאך ארײן צי אויסצוראטן אייסיס װאס קימט דא קורדן אויפן וואסער ארײן אין די פיקטשער?
(כ׳װאס אפ׳ נישט אױב ס׳איז ליגאל צי ניצן סאלדאטן װאס זײער דיפלױמענט איז צי פײטן אײסיס צי טאהן עפעס אנדירש װי װאס זײער מישען איז)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:50 am

כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:און לגבי כאפצעם
אויב די אמעריקאנע גענעראלן זענען פארהייליגט ביי די סענאטארן און האלטן אז מען דארף דארט זיצן פארן לאנגן טערמין זאלן זיי עס זאגן קלאר

ניין די גענעראלן זאגן נישט מ'זאל בלייבן דארט פאר לאנגע יארן, זיי זאגן יעצט איז די מתב נאכנישט רייף דערפאר.

די סענעטארן זאגן מ'דארף פאלגן די גענעראלן. ווילאנג בלייבן? דאס געהערט פאר זיי צו ענטפערן און נישט פאר אידיעלאגן ווי טראמפ און פאול.

נאך עפעס שווער?

טראמפ האט זײ שױן געװאלט ארױסנעמען די ערשטע טאג װען ער איז ארײנגעקימען אין אמט אין נאר װעגען די גענעראלן האט ער עס אפגעשטיפט מיט אפאהר חודשים יעדעס מאהל װען ער האט נאכאמאהל זײ געװאלט ארױסנעמען אין יעדעס מאל װען די גענעראלן זענען אים געקימען בעטען אז ער זאל זײ לאזן פאר נאך למשל 90 טעג האבן זײ אים גערענטירט אז נאך די 90 טעג װעט אלעס זײן מסדר אין װעסט זײ קענען ארױסנעמען אזױ שטיפען זײ שױן דעם פרעזידענט 2 יאר מיט גארענטיס

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:03 am

@טשאדעלע באדעלע, @פעיק ניוז, טראמפ האט קלאר אפגעשמועסט מיט ערדוגאן אז ער וועט מסדר זיין אייסעס, זיי זענען די אנדערע זייט פון די קורדן ווי טערקיי.

מען קען עס זעהן אויף די מעפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט