די וואנט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:00 pm

און אויב איז טראמפ שילדיג איז וואס. מיינט שוין אז ער דארף אויף געבען ווייז מער וואס די פאולס זאגען לגבי וואס די פאלק האלט ווער סדארף נאךגעבען כהאב נאך נישט געזען אזא פאול
און דעס פארוואס טראמפ האט גענימען די שילד אויף זיך איז לכאורה געווען אן אויפמאך מיט מעקאנעל כדי קיינער זאל עס נישט אן לייגען אויף די פארטיי אין מען זעט טאקע און די פאולס אז א פיצעלע פארצענט באשילדיגען די ריפאבליקען פארטיי

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:08 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:טראמפ שרייבט דאס היינט:
Nancy and Cryin’ Chuck can end the Shutdown in 15 minutes. At this point it has become their, and the Democrats, fault!

נו זעמיר זיכער אז די אנקעטעס גייען זיך רוקן און די וואס באשולדיגן די געמאקראטן אינעם שאטדאון וועט זיך דאראסטיש ארויפרוקן און די וואס באשולדיגן דעם פרעזידענט וועט דראסטיש רעדוצירט ווערן
כ'האב דאך אליינס געליינט אויף איי וועלט אז די סיבה פארוואס אזויפיל באשולדיגן טראמפ איז ווייל טראמפ זאגט אויך עס איז זיין שולד
נו אז טראמפ זאגט יעצט אז מכאן ולהבא איז עס די שולד פון די דעמאקראטן וועלן דאך אלע טראמפ שטיצער אנהייבן לייגן די שולד אויף זיי
ונזכה ונחי'

דו האלטסט אונז עכט פאר אזעלכע בהמות אז ווייל טראמפ האט געזאגט אז ער איז שולדיג צוליב דעם האלטן אפי' טראמפ שטיצער אז ער איז שולדיג?

טראמפ איז שולדיג אינעם שאטדאון ווייל ער פארלאנגט עפעס און אז מען גיט אים עס נישט נאך האלט ער די גאווערמענט פארמאכט, יעצט, שומער און נענסי (און אויך טראמפ) זענען שולדיג פארוואס עס פארציהט זיך אזוי לאנג ווייל זיי זענען צוויי פארהארטעוועטע ניס, אהן קיין געהעריגע ריזען.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:28 pm

@פעיק ניוז, איך דיסעגרי, רוב חסידים וועלן נישט זאגן פאר א אנקעטע אז טראמפ איז שולדיג, פונקט ווי רוב מתנגדים וועלן נישט זאגן אז נישט אפילו אויב ער וואלט געווען אומשולדיג, סוי אז ער זאגט אז ער איז שולדיג מאכט עס אויס.

אויך דיסעגרי איך אז עס איז אן א געהעריגע ריזען, נענסי מיט טשאק זענען אריינגעוועלט געווארן נישט צו געבן די וואנט, און טראמפ איז אריינגעוועלט געווארן יא צו בויען א וואנט.

פארדעם זעהט מען ממש נישט קיין וועג ארויס, איך האלט אז א סטעיט אוו עמערדזשענסי איז נאך די בעסטע אפשן.

אדער לייגן די גאצע דרוק אויף מעקאנעל.

------------------

@אפשר פארקערט, איך האב שוין ערגעץ געזען די סברה און עס מאכט סענס.

מען זאגט אז די דעמאקראטן באנארישן זיך מיטן נישט מער באשולדיגן מעקאנעל, וואס פשטות - עכ"פ לענ"ד מיט נאך מענטשן אויך - איז ער די מערסטע שולדיג, און ער קען דאס ענדיגן אויב ער וויל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:35 pm

צל עובר האט געשריבן:מען זאגט אז די דעמאקראטן באנארישן זיך מיטן נישט מער באשולדיגן מעקאנעל, וואס פשטות - עכ"פ לענ"ד מיט נאך מענטשן אויך - איז ער די מערסטע שולדיג, און ער קען דאס ענדיגן אויב ער וויל.

קודם כל קען עס נישט קלעבן, יעדער בר דעת פארשטייט אז פונקט ווי נענסי פעלאוסי קען נישט בידים מאכן קאנגרעס וואוטן קעגן פרעזידענט אבאמא, קען נישט מעקאנעל גיין אזוי קעגן זיין פארטיי פירער.

צווייטענס, וואס איז די פאליטישע בענעפיט פון עס אנשמירן אויף מעקאנעל? ער זיצט דארט אין קענטאקי, בעת טראמפ שטייט אויס א נאציאנאלע ריעלעקשאן אין א יאר און טשעינדזש.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:41 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס די שאלה איז בכלל ווער איז שילדיג אין די שאטדאוון. לכאורה, רוב טראמפ שטיצער האלטן ער ער טיט ריכטיג ווילנאג מ'געט נישט קיין וואנט, 'איז דאך עס גאר זיין זכות.
איז בכלל געווען א שאלה ווער איז גערעכט מיט זיין שטעלונג איבער די וואנט-שאטדאון? איך קלער טראמפ וועלט אריין מיט שטארקע נאמבערס, ביי זיינע שטיצער.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:46 pm

צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, איך דיסעגרי, רוב חסידים וועלן נישט זאגן פאר א אנקעטע אז טראמפ איז שולדיג, פונקט ווי רוב מתנגדים וועלן נישט זאגן אז נישט אפילו אויב ער וואלט געווען אומשולדיג, סוי אז ער זאגט אז ער איז שולדיג מאכט עס אויס.

איך וואלט יא געזאגט. א טראמפיסט איז יעצט זייער פראוד צו זאגן: יעס! טראמפ איז שולדיג און ער זאל עס ווייטער טוהן.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:52 pm

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מען זאגט אז די דעמאקראטן באנארישן זיך מיטן נישט מער באשולדיגן מעקאנעל, וואס פשטות - עכ"פ לענ"ד מיט נאך מענטשן אויך - איז ער די מערסטע שולדיג, און ער קען דאס ענדיגן אויב ער וויל.

קודם כל קען עס נישט קלעבן, יעדער בר דעת פארשטייט אז פונקט ווי נענסי פעלאוסי קען נישט בידים מאכן קאנגרעס וואוטן קעגן פרעזידענט אבאמא, קען נישט מעקאנעל גיין אזוי קעגן זיין פארטיי פירער.

צווייטענס, וואס איז די פאליטישע בענעפיט פון עס אנשמירן אויף מעקאנעל? ער זיצט דארט אין קענטאקי, בעת טראמפ שטייט אויס א נאציאנאלע ריעלעקשאן אין א יאר און טשעינדזש.


מעקאנעל קען לפענ"ד צושטעלן די נויטיגע 20 רעפאבליקאנער אפילו צו ברעכן טראמפס וועטא, אבער די 13 וואס מען ברויך אז עס זאל דורכגיין קען ער אודאי און אודאי, עטליסט 5 חברה האבן שוין הויעך קאמפלעינט, און מעקאנעל קען גרינגערהייט שאפן נאך.

איך האלט אז די GOP סענעטארן, רוב פון זיי, וועלן אים נאך דאנקען.

די אויפטו פאר די דעמאקראטן וואלט געווען, קודם האבן זיי היפש קאנגרעסלייט אין סווינג דיסטריקטס, צווייטנס די קאנסט קיינמאל נישט וויסן וויאזוי עס וועט זיך ענדיגן. אבער דער עיקר איז אז עס איז אסאך א בעסערע סאך צו ברעכן טראמפס שאטדאן קעגן זיין ווילן, ווי דאס אז עס זאל נעמען נאך א וואך צוויי. די דעמידזש איז שוין דאן אויף אים.

בד"וו, זיי האבן שוין ברוך השם אנגעהויבן מער באשולדיגן מעקאנעל, סיי שומער, סיי קאנגרעסלייט אויף די מידיא.

----------------------

@פעיק ניו, פארדעם זאגסטו יעדן טאג שלא עשני גוי, פאר א גוי איז עס שווער צו זאגן, ער קען מענטשן וואס ליידן דערפון.

איך האלט אן א דזשאוק אז די פראצענט וואס באשולדיגט טראמפ וועט ווערן כאטש אביסל קלענער אויב טראמפ וועט קאנסטענט טענה'ן אז די דעמאקראטן זענען שולדיג.

--------------------

@שטאלצער איד, די מציאות איז אז בערך דריי פערטל פון טראמפס מענטשן באשולדיגן די דעמאקראטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:58 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:טראמפ שרייבט דאס היינט:
Nancy and Cryin’ Chuck can end the Shutdown in 15 minutes. At this point it has become their, and the Democrats, fault!

נו זעמיר זיכער אז די אנקעטעס גייען זיך רוקן און די וואס באשולדיגן די געמאקראטן אינעם שאטדאון וועט זיך דאראסטיש ארויפרוקן און די וואס באשולדיגן דעם פרעזידענט וועט דראסטיש רעדוצירט ווערן
כ'האב דאך אליינס געליינט אויף איי וועלט אז די סיבה פארוואס אזויפיל באשולדיגן טראמפ איז ווייל טראמפ זאגט אויך עס איז זיין שולד
נו אז טראמפ זאגט יעצט אז מכאן ולהבא איז עס די שולד פון די דעמאקראטן וועלן דאך אלע טראמפ שטיצער אנהייבן לייגן די שולד אויף זיי
ונזכה ונחי'

דו האלטסט אונז עכט פאר אזעלכע בהמות אז ווייל טראמפ האט געזאגט אז ער איז שולדיג צוליב דעם האלטן אפי' טראמפ שטיצער אז ער איז שולדיג?

טראמפ איז שולדיג אינעם שאטדאון ווייל ער פארלאנגט עפעס און אז מען גיט אים עס נישט נאך האלט ער די גאווערמענט פארמאכט, יעצט, שומער און נענסי (און אויך טראמפ) זענען שולדיג פארוואס עס פארציהט זיך אזוי לאנג ווייל זיי זענען צוויי פארהארטעוועטע ניס, אהן קיין געהעריגע ריזען.

חס ושלום
איך זאל ניצן די טערמין בהמות אויף אידישע ברידער?
אויפן פאריגן פעידזש, זענען געווען געוויסע ניקים וואס האבן פארשטיין געגעבן טראמפ'ס טוויט, אז "ביי נאו" איז עס די שולד פון די דעמאקראטן
עס האט אויסגעקוקט פון זייערע ווערטער אז זיי זענען ערנסט דערביי

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:59 pm

צל עובר האט געשריבן:דער עיקר איז אז עס איז אסאך א בעסערע סאך צו ברעכן טראמפס שאטדאן קעגן זיין ווילן, ווי דאס אז עס זאל נעמען נאך א וואך צוויי. די דעמידזש איז שוין דאן אויף אים.

אה דו מיינסט פרעשור ער זאל זיך פאקטיש ברעכן, נישט סתם צו דעמעדזשען פאליטיקלי. דאס מאכט שוין מער סענס, הגם כ'זעה נישט וואס ער ברויך זיך שרעקן, ער איז סעיף. בעסער וואלט געווען צו באשולדיגן סענאט רעפובליקאנער אין סווינס סטעיטס, ווי גארדנער, זשאנסן, קאלינס, מערקאוסקי וכו' דאס וועט אים דערשרעקן מיטן פארלירן די מעדזשארעטי.

איך האלט אבער נאך אלץ די בעסטע איז ווי מער שולד אנקלעבן אויף טראמפ גופא, קודם ווייל ער איז דאס וויכטיגסטע צו באזיגן אין א יאר, און צווייטענס ווייל די פאקט איז אז שמיראכץ פון א פרעזידענט קומט אטאמאטיש אראפ צו זיין פארטיי. א שאד צו ארבייטן דאפלט..

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 14, 2019 6:02 pm

צל עובר האט געשריבן:@עיבעג, קודם דא האסטו די טוויט פון די פאריגע שאטדאון.
פארשער האט געשריבן:(Stephen Miller (@StephenMilIer
Chuck Schumer learned the hard way that President Trump does not negotiate with terrorists and hostage-takers.


אבער אז דו ווילסט אנדעם, נאו פראבלעם, עס מאכט קיין ברעקל סענס צו באשולדיגן דעם וואס פארלאנגט "גארנישט", אנשטאט דעם וואס זאגט אז אויב איך באקום נישט מיין וואנט איז נישט דא קיין באדזשעט.

אויב דו ווילסט קענסטו נוצן די כאפערס פאר א משל, אבער בפועל איז עס א נמשל. אבער איך מיין אז דו ביזט גענוג קלוג צו כאפן די פוינט אפילו אן א משל.

-------------------
It looks like you think that the only thing in the budget is the wall but the budget is a few trillion dollars filled with stuff that the Dems wanted in order to support the
budget so now when the president is also asking for demands in order he should support the budget thy don't wanna give it to him y are they so selfish thy got billions for all there liberal program's & hes asking for his $ & thy don't wanna give it Lemme see if Trump tries to cut 1$ of there program's the fuss & the shutdown will be massive.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 14, 2019 6:10 pm

דאס איז א אויסגעארבעטע באדשעט פון ביידע פארטייען אין ביידע הייזער.

אויב טראמפ וויל אזוי שטארק טוישן די חלק פון די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט, קאן מען מאכן א CR אויף די דעפארטמענט.

אבער איך פיל זיך נאריש צו טענה'ן אפילו ווער עס איז שולדיג אין די שאטדאון.

עס איז נישט קיין סוד אז נישט דאס געלט איז די אישו.

-----------------------------
כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דער עיקר איז אז עס איז אסאך א בעסערע סאך צו ברעכן טראמפס שאטדאן קעגן זיין ווילן, ווי דאס אז עס זאל נעמען נאך א וואך צוויי. די דעמידזש איז שוין דאן אויף אים.

אה דו מיינסט פרעשור ער זאל זיך פאקטיש ברעכן, נישט סתם צו דעמעדזשען פאליטיקלי. דאס מאכט שוין מער סענס, הגם כ'זעה נישט וואס ער ברויך זיך שרעקן, ער איז סעיף. בעסער וואלט געווען צו באשולדיגן סענאט רעפובליקאנער אין סווינס סטעיטס, ווי גארדנער, זשאנסן, קאלינס, מערקאוסקי וכו' דאס וועט אים דערשרעקן מיטן פארלירן די מעדזשארעטי.

איך האלט אבער נאך אלץ די בעסטע איז ווי מער שולד אנקלעבן אויף טראמפ גופא, קודם ווייל ער איז דאס וויכטיגסטע צו באזיגן אין א יאר, און צווייטענס ווייל די פאקט איז אז שמיראכץ פון א פרעזידענט קומט אטאמאטיש אראפ צו זיין פארטיי. א שאד צו ארבייטן דאפלט..


אודאי רעד איך פון ענדיגן די שאטדאון בפועל.

אבער בכלל, קענטאקי איז נישט ממש אזוי רויט, א ריכטיגער דעמאקראט האט טשענסעס, עין ערך די רויטע יאר 2014, אדער אפילו רענד פאולס מארדזשינס אין 2016.

חוץ מזה, מען ברויך טאקע האקן אויף סענאט רעפאבליקאנער בכלליות, ובראשם מיטש מעקאנעל.

בד"וו, פעלאוסי רייסט שוין אויך אראפ מעקאנעל אויף טוויטער.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג ינואר 14, 2019 6:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 14, 2019 6:17 pm

Oisgaorbat by the Dems means that only they are allowed to get all there demands but now that the president doesn't wanna sign that means its not oisgarbet by both parties because he's the leader of 1 party

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 14, 2019 6:47 pm

היינט נאכט קומט פאר א סעלעבּראציע אינעם ווייסן הויז, ווי פרעזידענט טראמפ האוסט א גרופע אויף נאכטמאל. און אין ליכט פונעם שאָטדאון וועט טראמפ צאלן די מאכלים קאסטן פון זיין טאש.

#בשר וחלב אלערט.

50DB4CD0-FE2A-4D4A-BD0A-69E1BCD15ABE.jpeg
50DB4CD0-FE2A-4D4A-BD0A-69E1BCD15ABE.jpeg (90.9 KiB) געזעהן 490 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מאנטאג ינואר 14, 2019 6:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, איך דיסעגרי, רוב חסידים וועלן נישט זאגן פאר א אנקעטע אז טראמפ איז שולדיג, פונקט ווי רוב מתנגדים וועלן נישט זאגן אז נישט אפילו אויב ער וואלט געווען אומשולדיג, סוי אז ער זאגט אז ער איז שולדיג מאכט עס אויס.

איך וואלט יא געזאגט. א טראמפיסט איז יעצט זייער פראוד צו זאגן: יעס! טראמפ איז שולדיג און ער זאל עס ווייטער טוהן.

But when look into the details of all the polls you see that a solid majority of republicans claim the its the democrats fault
so your argument seems to be false

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:12 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז די IRS קען געוואר ווערן אין א רגע אויב די נאמבערס זענען עכט, וכן מעדיקעיד.

וכן הוא מיט דיינע וד"ל...

געפונען זיי דאך אבער נישט אויס, צו זיי ווילן נישט אויסגעפונען, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, סאו אויף פאלשע נאמען קען מען סיי געבן און סיי נעמען רואיגערהייט.


מיט נומערן מיינט ער די סאושעל, נישט די נומערן וואס מ'באריכט פאר איינקופט. יעדער וואס איז געבוירן אין אמעריקע (און אפילו ווער נישט אויב מ'איז א געווארענע בירגער אדער אן אימיגראנט) האט אזוינס און איך גלייב נישט אז צל דארף נוצן א פאלשע...

ווען זיי לייגן אריין אין די סיסטעם די נומער קענען זיי אין איין סקונדע זען אויב ס'עקזיסטירט אזא נומער און וואס יענעמ'ס נאמען און געבורט'ס דאטום איז, און ס'איז מסתבר אז זיי באשטעטיגן עס טאקע אייביג.

אבער מ'קען פארשטיין אז זיי זאלן עס נישט טוהן ווען יענער צאלט נאר.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:12 pm

אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכן אנקעטעס איבער די שאטדאון בלויז צווישן שטייער צאלער? נאך אלעם זענען זיי די וואס צאלן.

(אפשר גאר האט מען שוין געמאכט אזאנס נאר מען גיבט עס נישט ארויס ווייל די רעזולטאטן זענען אנדערש ווי געוואלט..)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:13 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז די IRS קען געוואר ווערן אין א רגע אויב די נאמבערס זענען עכט, וכן מעדיקעיד.

וכן הוא מיט דיינע וד"ל...

געפונען זיי דאך אבער נישט אויס, צו זיי ווילן נישט אויסגעפונען, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, סאו אויף פאלשע נאמען קען מען סיי געבן און סיי נעמען רואיגערהייט.


מיט נומערן מיינט ער די סאושעל, נישט די נומערן וואס מ'באריכט פאר איינקופט. יעדער וואס איז געבוירן אין אמעריקע (און אפילו ווער נישט אויב מ'איז א געווארענע בירגער אדער אן אימיגראנט) האט אזוינס און איך גלייב נישט אז צל דארף נוצן א פאלשע...

ער מיינט צו זאגן אז פונקט ווי דא שרייבט צל אז ער שטעלט זיך פאר, די זעלבע איז מיט זיינע אנדערע וד"ל'ס אויבן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:14 pm

כאפצעם האט געשריבן:די איבעריגע טערמינאלן זעהן אזוי אויס:

דו ביזט שוין אמאל געווען אין JFK טערמינעל וואן?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:15 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:קודם האט מען צוריק מחי׳ מתים געווען קרייען טשאק. אזוי ווערט די שאטדאון נקנה בחליפין ובשינו השם אויטאמאטיש פאר די דעמאקראטן.


א שאוטדאון איז א דבר רוחני (א זאך וואס מ'קען נישט אנטאפן) און א דבר רוחני ווערט נישט נקנה בחליפין. שינו השם אפשר יא, אבער מ'דארף האבן צויי קנינים ווען מ'מאכט א גניבה כמבואר בגמרא מסכת בב"ק ובמסכת סוכה.

לערן איבער די גמ'. מען דארף צוויי קנינים אויב מען וויל עס נוצן למצוה, אבער סתם אויף קונה זיין איז גענוג איין קנין.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:29 pm

צל עובר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מען זאגט אז די דעמאקראטן באנארישן זיך מיטן נישט מער באשולדיגן מעקאנעל, וואס פשטות - עכ"פ לענ"ד מיט נאך מענטשן אויך - איז ער די מערסטע שולדיג, און ער קען דאס ענדיגן אויב ער וויל.

קודם כל קען עס נישט קלעבן, יעדער בר דעת פארשטייט אז פונקט ווי נענסי פעלאוסי קען נישט בידים מאכן קאנגרעס וואוטן קעגן פרעזידענט אבאמא, קען נישט מעקאנעל גיין אזוי קעגן זיין פארטיי פירער.

צווייטענס, וואס איז די פאליטישע בענעפיט פון עס אנשמירן אויף מעקאנעל? ער זיצט דארט אין קענטאקי, בעת טראמפ שטייט אויס א נאציאנאלע ריעלעקשאן אין א יאר און טשעינדזש.


מעקאנעל קען לפענ"ד צושטעלן די נויטיגע 20 רעפאבליקאנער אפילו צו ברעכן טראמפס וועטא, אבער די 13 וואס מען ברויך אז עס זאל דורכגיין קען ער אודאי און אודאי, עטליסט 5 חברה האבן שוין הויעך קאמפלעינט, און מעקאנעל קען גרינגערהייט שאפן נאך.

איך האלט אז די GOP סענעטארן, רוב פון זיי, וועלן אים נאך דאנקען.

די אויפטו פאר די דעמאקראטן וואלט געווען, קודם האבן זיי היפש קאנגרעסלייט אין סווינג דיסטריקטס, צווייטנס די קאנסט קיינמאל נישט וויסן וויאזוי עס וועט זיך ענדיגן. אבער דער עיקר איז אז עס איז אסאך א בעסערע סאך צו ברעכן טראמפס שאטדאן קעגן זיין ווילן, ווי דאס אז עס זאל נעמען נאך א וואך צוויי. די דעמידזש איז שוין דאן אויף אים.

בד"וו, זיי האבן שוין ברוך השם אנגעהויבן מער באשולדיגן מעקאנעל, סיי שומער, סיי קאנגרעסלייט אויף די מידיא.


איך טראכט אז די בעסטע וועג ארויס פאר טראמפ (אויב ער וויל נישט נוצן די עמערדזשענסי מהלך) קען גאר זיין אז 20 רעפובליקאנער ברעכן זיך פאר די דעמאקראטן, אזוי וועט ער קענען טענה'ען אז ער האט זיך נישט געלאזט ביז צו די ענדע נאר די עסטעבלישמענט האט זיך געלאזט און זיינע מענטשן וועלן זיין העכסט צופרידן.

לויט דעם איז טאקע גאר גוט אז מ'לייגט פרעשור אויף מעקאנעל, אזוי וועט עס מאכן מער סענס פאר אים צו גיין קעגן טראמפ ווייל ער וועט קענען זאגן אז ס'האט זיך שוין געצויגן צו לאנג און די פרעשור אויף אים איז געווען צו גרויס און ס'האט נישט אויסגעזען אז מ'מאכט פארשריט וכו' וכו' וכו'.

די איינציגע וואס קען דערלייגן זענען רעפובליקאנער סענאטארן צווישן טראמפיסטן, אבער טראמפ קען מאכן זיינע מענטשן פארגעסן דערפון גאר שנעל...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:33 pm

אבער דאס מיינט א רעוואלט קעגן די פארטיי

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:41 pm

משה חיים פנחס האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, איך דיסעגרי, רוב חסידים וועלן נישט זאגן פאר א אנקעטע אז טראמפ איז שולדיג, פונקט ווי רוב מתנגדים וועלן נישט זאגן אז נישט אפילו אויב ער וואלט געווען אומשולדיג, סוי אז ער זאגט אז ער איז שולדיג מאכט עס אויס.

איך וואלט יא געזאגט. א טראמפיסט איז יעצט זייער פראוד צו זאגן: יעס! טראמפ איז שולדיג און ער זאל עס ווייטער טוהן.

But when look into the details of all the polls you see that a solid majority of republicans claim the its the democrats fault
so your argument seems to be false

נו און וויפיל רעפובליקאנער זענען דא פון די וואס זאגן אז טראמפ איז שולדיג?.

דא נישט לאנג צוריק האט איינער א טראמפ סופארטער (איך געדענק שוין נישט ווער) געשריבן אז אים האט א פאולינג קאמפאני אנגערופן פרעגן וועם ער האלט איז שולדיג אינעם שאטדאון, האט ער געענטפערט אז טראמפ.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:44 pm

Think and Thank האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכן אנקעטעס איבער די שאטדאון בלויז צווישן שטייער צאלער? נאך אלעם זענען זיי די וואס צאלן.

(אפשר גאר האט מען שוין געמאכט אזאנס נאר מען גיבט עס נישט ארויס ווייל די רעזולטאטן זענען אנדערש ווי געוואלט..)

נע.. ער זאגט דאך אז די אומלעגאלע צאלן געהעריג שטייער.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג ינואר 14, 2019 8:01 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכן אנקעטעס איבער די שאטדאון בלויז צווישן שטייער צאלער? נאך אלעם זענען זיי די וואס צאלן.

(אפשר גאר האט מען שוין געמאכט אזאנס נאר מען גיבט עס נישט ארויס ווייל די רעזולטאטן זענען אנדערש ווי געוואלט..)

נע.. ער זאגט דאך אז די אומלעגאלע צאלן געהעריג שטייער.

אבער די דעמאקראטן צאלן נישט..
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 14, 2019 8:06 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מען זאגט אז די דעמאקראטן באנארישן זיך מיטן נישט מער באשולדיגן מעקאנעל, וואס פשטות - עכ"פ לענ"ד מיט נאך מענטשן אויך - איז ער די מערסטע שולדיג, און ער קען דאס ענדיגן אויב ער וויל.

קודם כל קען עס נישט קלעבן, יעדער בר דעת פארשטייט אז פונקט ווי נענסי פעלאוסי קען נישט בידים מאכן קאנגרעס וואוטן קעגן פרעזידענט אבאמא, קען נישט מעקאנעל גיין אזוי קעגן זיין פארטיי פירער.

צווייטענס, וואס איז די פאליטישע בענעפיט פון עס אנשמירן אויף מעקאנעל? ער זיצט דארט אין קענטאקי, בעת טראמפ שטייט אויס א נאציאנאלע ריעלעקשאן אין א יאר און טשעינדזש.


מעקאנעל קען לפענ"ד צושטעלן די נויטיגע 20 רעפאבליקאנער אפילו צו ברעכן טראמפס וועטא, אבער די 13 וואס מען ברויך אז עס זאל דורכגיין קען ער אודאי און אודאי, עטליסט 5 חברה האבן שוין הויעך קאמפלעינט, און מעקאנעל קען גרינגערהייט שאפן נאך.

איך האלט אז די GOP סענעטארן, רוב פון זיי, וועלן אים נאך דאנקען.

די אויפטו פאר די דעמאקראטן וואלט געווען, קודם האבן זיי היפש קאנגרעסלייט אין סווינג דיסטריקטס, צווייטנס די קאנסט קיינמאל נישט וויסן וויאזוי עס וועט זיך ענדיגן. אבער דער עיקר איז אז עס איז אסאך א בעסערע סאך צו ברעכן טראמפס שאטדאן קעגן זיין ווילן, ווי דאס אז עס זאל נעמען נאך א וואך צוויי. די דעמידזש איז שוין דאן אויף אים.

בד"וו, זיי האבן שוין ברוך השם אנגעהויבן מער באשולדיגן מעקאנעל, סיי שומער, סיי קאנגרעסלייט אויף די מידיא.


איך טראכט אז די בעסטע וועג ארויס פאר טראמפ (אויב ער וויל נישט נוצן די עמערדזשענסי מהלך) קען גאר זיין אז 20 רעפובליקאנער ברעכן זיך פאר די דעמאקראטן, אזוי וועט ער קענען טענה'ען אז ער האט זיך נישט געלאזט ביז צו די ענדע נאר די עסטעבלישמענט האט זיך געלאזט און זיינע מענטשן וועלן זיין העכסט צופרידן.

לויט דעם איז טאקע גאר גוט אז מ'לייגט פרעשור אויף מעקאנעל, אזוי וועט עס מאכן מער סענס פאר אים צו גיין קעגן טראמפ ווייל ער וועט קענען זאגן אז ס'האט זיך שוין געצויגן צו לאנג און די פרעשור אויף אים איז געווען צו גרויס און ס'האט נישט אויסגעזען אז מ'מאכט פארשריט וכו' וכו' וכו'.

די איינציגע וואס קען דערלייגן זענען רעפובליקאנער סענאטארן צווישן טראמפיסטן, אבער טראמפ קען מאכן זיינע מענטשן פארגעסן דערפון גאר שנעל...

אבער עס איז דא איין פראבלעם מיט דיין פלאן טראמפ וויל א וואנט סאך ענדערש ווי ער וויל זיך ארויסדרייען פונעם פלאנטער, לויט דיר האב איך די זעלבע מהלך פאר שומער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט