2019 סטעיט אוו דע יוניאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:22 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מיין פארשלאג פאר פעלאוסי איז צו נעמען א פרייוואט פליגער אויף בריסעל, אויסלאזן אפגאניסטטן, און איגנארירן טראמפ.

זי זאל לאזן די שאטדאון אין טראמפס יארד און פערטיג.



כא'פאדיר נייעס, פאר פעלאוסי לוינצעך שוין נישט דאס פארן, טראמפ האט דערציילט דעם סוד אז זי קימערט זיך נישט מיט די 800,000 גאווערמענט עמפלויאיס, זיך פארן פיקטשערן מיט סאלדאטן איז שוין נישט אזוי גוט פאר איר, יעצט דארף זי ווייזן אז זי ארבייט צו עפענען די גאווערמענט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:26 pm

מיינע אבזערוואציעס

ווען פעלאוסי האט געשיקט איר בריוו איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז טראמפ קען קענסלען איר טריפ. כ'מיין אז קיינער דא האט נישט געוואוסט פון דעם טריפ צו זאגן אפילו. למעשה איז ער אויפגעקומען מיט אן איידיע איר צוצופאכענען ווי ס'קומט איר (צו ס'איז א גוטע איידיע בינעך נישט זיכער אבער א פאכע איזעס זיכער א שטארקע און די האט עס ערליך פארדינט) זי קען אים טאקע יעצט קענסלען די סאד"י רעדע אבער יו נעווער קנאו וואס דעם טראמפ קען נאך בייפאלן


מצב כללי האט געשריבן:פאר טראמפ האט אויך גענומען א טאג ווילאנג ער האט רעספאנדעד

קען זיין אז ער האט גראד געטראכט פון דעם פלאן און פארדעם האט ער זיך געקענט איינהאלטן ביז היינט פון צוריק שיסן


עציץ נקוב האט געשריבן:איין גוטע זאך איז ארויסגעקומן פון היינטיגע מאוו איז אז די מידיע האט זיך היינט דערמאנט אז פלאוסי'ס נעכטיגע מאוו איז געווען קינדעריש

איך ווייס נישט צו ער האט דאס געטראכט אבער דאס איז זיכער אז ס'איז אזוי געלונגען


יעקל אלטמאן האט געשריבן:צוויי קינדער פייטן זיך, גייט איינער און גיבט א פראסק אין פנים פונעם צווייטן, ס'האט גאנץ גוט וויי געטוהן,
וואס טוט דער צווייטער? ער הייבט אויף זיין פיס און דערלאנגט אזא 5-10 שטארקע שטויסעס (מיט די שבת'דיגע שיך) פארן ערשטען,

ריפט זיך אן דער ערשטער; "ביסט נארמאל??? פאר איין פראסק געסטו אזאנס צוריק? דו ווייסט וואס דו האסט מיר דא געטוהן? ס'איז בכלל נישט יושר!"

ענטפערט אים דער צווייטער; חבר טייערע, פאר דו האסט מיר געגעבן דעם פאטש איז עס זיך מיר אויך נישט געקומען, נאר וואס דען? דו ביסט אויפגערעגט אויף מיר האסטו מיר געגעבן א פאטש אן א חשבון, האב איך דיר צוריק געגעבן אפאר שטויסעס אן א חשבון, אזוי גייט א פייט.........

קאמענטארן זענען איבריג
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אור
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:30 pm

אויף די טרעפ
צוגעלייגטע
photo_2019-01-17_22-29-21.jpg
photo_2019-01-17_22-29-21.jpg (51.27 KiB) געזעהן 1772 מאל

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:41 pm

גרונם (פיקטיווער נאמען) גייט היינט אין מקוה מיט א ספעציעלן חשק ער גייט היינט קויפן נייע תפילין פאר זיין צוקונפטיגן בחור'ל

ער נעמט א פלאץ ממש ביים בור ווייל ער האט יעצט צוויי און אהאלב אלפים קעש אין זיין טאש און וויל נישט....

שוין. ער מאכט זיך גרייט צום טבילה. דרייט זיך צאם די פיאות און האלט עס אן מיט די לעצטע פינגער, פארשטאפט דעם אויער מיט'ן טייטלער פינגער און......

אנטשולדיגט? אנטשולדיגט?! אנטשולדיגט?! האלאו?! וואס זוכסטו אין מיין טאש???

דער יעניגער ענטפערט איידל. וואס דרייסטע איבער די מקוה, הע?

ווער וויל שרייבן דעם נמשל?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:53 pm

טראמפ האצעך היינט ארויפגעדזשוכעט צוריק אויף זיינע רעלסן, ס׳קוקט אויס ווי מיר שטייען מיד 2016. פעלאוסי איז די געלעכטער פון שטאט, די איידיע אז טראמפ זעלבס וועט ארויסבעקן פונעם סטאד״י [עכ״פ אויף קעפיטאל היל] איז עפעס וואס אסאך פארשטייען אז ס׳קען פאסירן, אויף פאקס זעה׳ך עצה׳ט מען אים ער זאל גאר אננעמען פעלאוסי׳ס אפפער אז ער זאל שרייבן א בריוו...

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:36 am

כאפצעם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:למעשה האט נאך פעלאוסי נישט געמאכט קיין שום פאקטישע מאוו. און כ'בין מסופק אויב זי האט אפילו די גאטס דערצו.

זי איז די לוזער אף די סענטרי אויב גייט זי נישט צום נעקסט סטעפ.

איך האלט אז אויב פעלאוסי גייט יעצט איגנארירען טראמפ אין גארנישט צוריקגעבען איז זי דער גרעסטער געווינער.

זי ברויך קענסלן די סטעיט אוו די יוניען. אפשר אפילו דעמאלטס בו ביום..



זי קען נישט פייטן אויף די לעוול און בלויז צוריקטוהן וואס טראמפ האט געטוהן... זי דארף אדער זיין שטיל, אדער זיין קריעיטיוו...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:39 am

אנע פשרות האט געשריבן:רבונא דעלמא כולא! טויזענטער אמעריקאנער זענען אומגעקומען סעפטעמבער 11, שוין איבער זיבעצן יאר וואס אמעריקע איז אין אפגאניסטאן אויסצוראטן די טעראריסטן, צוליב נארישע עגא דארף טראמפ אונטערברענגען פראגרעס פון בוש און אבאמא אין אפגאניסטאן צו פייטן טעראר? אונז רופן אויס בקול רעש גדול טראמפ נעם אראפ דיינע לאפעס פון אמעריקע'ס זיכערהייט!


פשוט צו פארשטיין קלארער, דו מיינסט צו זאגן אז פעלאוסי'ס אהינפארן מאכט אונז סעיפער, און טראמפ שטערט דאס, איא?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:55 am

קאנסילמאן האט געשריבן:די נייעס זאגט אז א בלויע עיר פארס באס איז שוין געשטאנען פאר די קעפיטאל בילדינג אויפצונעמען די קאנגראס חברה צום פליגער,

איז דא ערגעץ א בילד דערפון? דאס דארף זיין א היסטאריש בילד!


נאט אייך.

8A61B078-FC0F-49B9-BDC0-6B84E624D29D.jpeg
8A61B078-FC0F-49B9-BDC0-6B84E624D29D.jpeg (133.1 KiB) געזעהן 1477 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

Maybe
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » פרייטאג ינואר 18, 2019 12:28 pm

WASHINGTON: Pelosi accused Trump of putting her life in danger by nixing her secret trip to Afghan and leaking her new plans to travel commercial.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג ינואר 18, 2019 12:46 pm

וואס איז שייך סכנה? ס'איז שוין מילא געקענסלט.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:06 pm

איך וואלט מציע געווען פאר אונזער יר׳׳ה אפשר צורופן פעלאסי ׳׳טרעוולינג נענסי׳׳ ענד קרייען טשאק.
ער האט נאך נישט א נאמען פאר איר דערווייל

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:09 pm

דער פרעזידענט וואלט ווען געדארפט אנדרייען בשעת זי איז דארט אז ער אפערט עפעס א מעכטיגע דיעל, און ווארט זי זאל אנקומען צו זיין אפיס פאר נעגאטישעשאן ..... ויראו כל העם אז זי איז נישט אינדערהיים

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 19, 2019 9:06 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס איז שייך סכנה? ס'איז שוין מילא געקענסלט.


ווייל ווען ער שיקט עס פריוואט קען זי פארן מיט אן אנדערן פליגער.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

חזן שמילאוויטש
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » מוצ"ש ינואר 19, 2019 9:14 pm

צל עובר האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס איז שייך סכנה? ס'איז שוין מילא געקענסלט.


ווייל ווען ער שיקט עס פריוואט קען זי פארן מיט אן אנדערן פליגער.

זאג ווייטער... וואס איז די סכנה אז די רעביצין פארט נישט?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 19, 2019 9:14 pm

זי מעג גיין ווי זי וויל, זי ארבעט נישט פאר אים, און ער האט אויסגעזאגט אז זי וויל פארן.

יעצט זעה איך אז זי טענה'ט אז זי האט געפלאנט צו פארן קאמערשעל נאך דעם וואס טראמפ האט נישט געלאזט נוצן די עירפארס פליגער, און נאכדעם האט טרארמפ עס געליעקט.

נאך זאגט זי, אז דאס וואלט געברויכט זיין איר 8טע אזא נסעיה, און אז זי וועט נאך פארן.

דאס איז א סטעיטמענט פון איר ווארטזאגער דרו העמיל.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:08 pm

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס איז שייך סכנה? ס'איז שוין מילא געקענסלט.


ווייל ווען ער שיקט עס פריוואט קען זי פארן מיט אן אנדערן פליגער.

זאג ווייטער... וואס איז די סכנה אז די רעביצין פארט נישט?

די סכנה איז געווען דאס ליעקען איר פריוואטע נסיעה, וואס האט איר געשטעלט אין סכנה און האט דעריבער געמוזט קענסלען אויס מורא פאר איר לעבן.

#ליעקער_אין_טשיף

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:11 pm

די חוצפה איז געווען אז זי פארט א פריוואטע נסיעה, בשעת די גאווערמענט איז ציגעמאכט.

#מחוצפת און טשיף

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:17 pm

shimon7323 האט געשריבן:די חוצפה איז געווען אז זי פארט א פריוואטע נסיעה, בשעת די גאווערמענט איז ציגעמאכט.

#מחוצפת און טשיף


מחוצף פאר וועם?

א רעגירונגס נסיעה באצאלט דורך קאנגרעס, נאר מיט נישט מיליטערישע פליגער ווייל דער צודרייטער אין טשיעף לאזט נישט נוצן מיליטערישע.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:23 pm

הייסטעס איר האלט עס איז א נארמאלע זאך זיך ארויסצילאזן אויף א נסיעה, בשעת ווען עס איז דא 800000 ארבעטער וואס באקומן נישט באצאלט? און ווערט נאך באצאלט פון ווי? ניט אפאל פרובירן זיי צי קומן צום טיש פארהאנדלען ....

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:25 pm

shimon7323 האט געשריבן:הייסטעס איר האלט עס איז א נארמאלע זאך זיך ארויסצילאזן אויף א נסיעה, בשעת ווען עס איז דא 800000 ארבעטער וואס באקומן נישט באצאלט? און ווערט נאך באצאלט פון ווי? ניט אפאל פרובירן זיי צי קומן צום טיש פארהאנדלען ....

מילאניע מעג יא פארן מיט גאווערמענט פליגער קיין פלארידע?

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:30 pm

יא פארוואס נישט, זי איז עפעס א צד דא און די נעגאשיעשאנס?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:50 pm

shimon7323 האט געשריבן:הייסטעס איר האלט עס איז א נארמאלע זאך זיך ארויסצילאזן אויף א נסיעה, בשעת ווען עס איז דא 800000 ארבעטער וואס באקומן נישט באצאלט? און ווערט נאך באצאלט פון ווי? ניט אפאל פרובירן זיי צי קומן צום טיש פארהאנדלען ....


ווי קריס וואלעס ברענגט ארויס, אויב עס איז דא עני פארשלאג וואלט זי געקענט פארהאנדלען פון נישט קיין חילוק ווי זי איז.

בשעת די שאטדאון איז שוין סיי טראמפ און סיי א רעפאבליקאנע קאנגרעס דעלעגאציע געפארן באזוכן און מחזק זיין די טרופן.

און דו פארגעסט אינגאנצן ווער עס איז פראוד מיט שאטדאון'ס.

אויך פארגעסטו וואס איז געשען די לעצטע מאל מען האט פארהאנדלט.

און באצאלט פון ווי די ערשטע פרויס רעגירונגס פליגער רייזע קיין מאר א לאגא די זעלבע דאנערשטאג איז געווארן באצאלט.

אבער טראמפ האט עניוועי נישט קיין שום רעכט צו ארויסגעבן אז זיי פלאנען צו פארן, זינט זיי ארבעטן נישט פאר אים.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:54 pm

דממה דקה האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:הייסטעס איר האלט עס איז א נארמאלע זאך זיך ארויסצילאזן אויף א נסיעה, בשעת ווען עס איז דא 800000 ארבעטער וואס באקומן נישט באצאלט? און ווערט נאך באצאלט פון ווי? ניט אפאל פרובירן זיי צי קומן צום טיש פארהאנדלען ....

מילאניע מעג יא פארן מיט גאווערמענט פליגער קיין פלארידע?


ווען פעלאוסי פרעגט מיר ווען זאג איך איר אז די רעגירונג זאל מהיום והלאה אויפהערן צוצושטעלן רייזעס פאר די ערשטע פאמיליע.

חוץ פאר רעגירונג ארבעט.

און באזוכן די טרופן ברויך מען רעכענען לויט טראמפ פאר א פאבליק ריעלעישענס רייזע, דהיינו אז מען ברויך אים מאכן צאלן פאר די ביז יעצטיגע אויך.

-----------------------

ואס א חילוק אויב עס איז אפן, אויב מען פארהאנדעלט ממילא נישט.

די פארהאנדלונגען רעד איך ווען טראמפ איז ארויס מיט א ביי-ביי.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש ינואר 19, 2019 11:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:58 pm

צל עובר האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:הייסטעס איר האלט עס איז א נארמאלע זאך זיך ארויסצילאזן אויף א נסיעה, בשעת ווען עס איז דא 800000 ארבעטער וואס באקומן נישט באצאלט? און ווערט נאך באצאלט פון ווי? ניט אפאל פרובירן זיי צי קומן צום טיש פארהאנדלען ....


ווי קריס וואלעס ברענגט ארויס, אויב עס איז דא עני פארשלאג וואלט זי געקענט פארהאנדלען פון נישט קיין חילוק ווי זי איז.

בשעת די שאטדאון איז שוין סיי טראמפ און סיי א רעפאבליקאנע קאנגרעס דעלעגאציע געפארן באזוכן און מחזק זיין די טרופן.

-- זענען זיי געפארן ווען עס איז געווען אפען אדער און ריסעס, טראמפ איז נישט געווען ווען אפיס איז געווען אפען.

און דו פארגעסט אינגאנצן ווער עס איז פראוד מיט שאטדאון'ס.
-- איך בין אויך פראוד , וואס האט עס מיט ווער עס איז פראוד ווען מען שלאגט זיך אויף אזאך נאר פאר היפקראטיע און אז עס זאל נישט זיין א סימבאלישע געווינס.

אויך פארגעסטו וואס איז געשען די לעצטע מאל מען האט פארהאנדלט.
-- וועלכע פארהאנדלונגען רעדט איר דא?


און באצאלט פון ווי די ערשטע פרויס רעגירונגס פליגער רייזע קיין מאר א לאגא די זעלבע דאנערשטאג איז געווארן באצאלט.

אבער טראמפ האט עניוועי נישט קיין שום רעכט צו ארויסגעבן אז זיי פלאנען צו פארן, זינט זיי ארבעטן נישט פאר אים.

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג ינואר 20, 2019 12:04 am

צל עובר האט געשריבן:
בשעת די שאטדאון איז שוין סיי טראמפ און סיי א רעפאבליקאנע קאנגרעס דעלעגאציע געפארן באזוכן און מחזק זיין די טרופן.

דאס איז גווען ממש אנפאנג שאוטדאון און אויף חגא. יעצט פארט טראמפ אויך נישט קיין שווייץ אויף א וויכטיגערע נסיעה ווי איר פאבליק רילעישנס עיווענט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], zibala און 33 געסט